ברעקינג ! רבנים ציען צוריק פין די קול קורא
|
שקרן!
אזוי גייט עס, מ'בויט איין שקר אויפן צווייטען,
אגב, צו דיין פריעדיגע תגובה!
איך דארף נישט טראכטן וועם צו גלייבן, ווען פין איין זייט שטייט דער זקן הרבנים, דער זקן שקנה חכמה, א תלמיד פין בריקער רב, א תלמיד פין חזו''א, ציזאמען מיט די גרעסטע רבנים אין פוסקים פין אירופה בכלל אין פין ענגלאנד בפרט - צווישען זיי הג' ר' חיים מאיר וואזנער שליט''א (כ'הער אז ער איז שוין אויך א משכיל ביי די זאליס, וועגן...... לאנדאן)
פין די צווייטע זייט מענטשן וואס האבען לאנגע היסטאריע פין מחלוקת אין ניוול פה, אין זיי הענגן זיך אן אין א איד אין ארץ ישראל וואס האט אגב - נישט ארויסגעגבן קיין שום בריוו פאר דעם דורכגעפאלענע פראטעסט (ניטאמאל האט מען געניצט די נאמען פין זיין ארגענעזאציע),
באלאנד איך פארשטיי דיין ספק
איך פארשטיי נישט וואס מטענעט זיך זיך דא צי סקלענע רבי שליט"א לאזט זיך יא פירן פין גבאים צי נישט סקימט דא נישט אריין סקלענע רבי זז"ג האט קיינמאל נישט אינטער געשריבן אויפן קול קורא אין קיינמאל נישט געזאגט פאר זיין איידעם צי רעדן אין זיין נאמען ביים עצרת איך גלייב אז ער האט ניטאמאל א אנונג אז זיין איידעם איז דארט געווען אין גערעדט
אאאפס....
באלאנד דא איז דיין פאנטשער...
די פארשטייסט פשוט נישט וואס מ'רעדט צו דיר... אדער קלאפסטו סתם אויף דיין קיבארד נאך פאר די ליינסט וואס מ'ענטפערט דיר.
ניין! סקולענע רבי קלעכט נישט!
און טאקע דערפאר האט ער קיינמאל נישט אונטערגעשריבען איף די פאשקעוויל, און האט קיינמאל נישט געזאגט פאר זיין איידעם צו רעדן,
און ניין! זיינע גבאים פירען אים טאקע נישט, (איך האלט אז יא, אבער לאמיר זאגען אז נישט) און טאקע וועגן דעם ווען זיי האבען געקאלט זיין איידעם האט זיין איידעם נישט גע'חלום'ט אז זיי זאגען אנדערש פון זיין גרויסען שווער.
ליסען, גיי אין חדר אין קינדערגארטען און גיי לערן א ב ג.
די ווילסט מסביר זיין דא פארן עולם אז וואס?
נאכמאל?
בעסיקעלי שרייבטו אזוי.
סקולען רבי איז ממש געווען פייער פאר די מערכה פון שפאניע לטובת אתרא קדישא, ער האט אונטערגעשריבען פאר דעם גאון און איש אמת יצחק שטערן, און ער האט געזאגט זיין דעת תורה פאר אים, דער קולען רבי איז ממש צושוידערט וועגן די בית החיים אין שפאניע און האלט ע"פ הלכה אז מען דארף זיצן אויף די פלאר... און זיך רייסן קריעה דערוועגן... און נאר מיילעך שטערן דארף מען פאלגען... און ווען ער האט גערעדט צו ר' אליקים האט ער אים באשריגען אז ער איז א פושעי ישראל, א רשע ציוני פוי פעך...
איי? פארוואס איז ער נישט געקומען צו די עצרת, אזוי ווי אלע רבנים (אויסער ממש די פעראל) האבן געטאן...?
איך געב דיר 3 טעמים וואס צו זאגן, וועל דיך אויס 1
1, ווייל ער באקומט נישט קיין פעראל, 2 זיין קאר אפען וועג איז סטאק געווארן, 3 ער הייסט נאר יענעם גיין און זיצן אפען פלאר, אבער ער בלייבט זיך ווארמען אין קאנטרי.
אזא פנים האט דיין זאלי סקולען מעשה.
וואס איז דער אמת?
יעדער פארשטייט אליין אז סקולען רבי שליט"א איז איין ערליכער תמימות'דיגע איד, ער ווייסט וואס טוט זיך מיט די בית החיים אין שפאניע, גענוי ווי ער ווייסט וויפיל קינדער עס לערנען אין חסד לאברהם אין ארת, ישראל, און וואס זיינע גבאים טוען מיט די געלטער.
און ווען יצחק שטערן קומט אריין צו אים מיט א צעטיל צוזאמען מיט זיין גבאי פריעד, אז מען גראבט אין שפאניע, שרייבט ער אונטער דעראויף, פונקט ווי איר גייט אין אשל אברהם צו יעדער אלטער איד דארט וועלען זיי אונטער שרייבען פאר אייך וואס אימער, און 1 מינוט שפעטער געדענגט ער שוין גארנישט וואס ער האט אונטער געשריבען.
און ווען רבי אליקים שלעזינגער שליט"א ריפט אים פון לאנדאן, בשעת ווען זיין גבאי פריעד איז נישט דארט, און רעדט צו אים וועגן א חתימה וואס ער האט אונטער געשריבען וועגן שפאניע, האט ער נישט קיין אנהוג פון וואס מער רעדט, און זאגט אים אז ער ווייסט נישט פון קיין חתימה, און ער האט גארנישט מיט קיין בית החיים אין שפאניע, און אויב ער האט אונטערגעשריבען צו ער צוריק, און מען טאר עס נישט מפרסם זיין.
דאס זעלבע ווען מען איז אריין צום סקולען רבי שליט"א יענעם פארנאכטס מיטן צעטיל ווען פריעד איז נישט דארט, אז ער זאל אונטער שרייבען אז ער ציט צוריק פון זיין חתימה, נאכן ווייסן די צעטיל פון זיין חתימה אויף די זאלי צעטיל, האט ער דאס גלייך אונטער געשריבען.
דאס איז די גאנצע מעשה.
|
ניין זעלי טייערע
רבי אליקום שליט''א איז דא לכבוד א אייניקעל'ס חתונה (ביי יודן לאזט מען זיידעס קומען צו אייניקעל'ס חתונה'ס - מ'איז נישט משנה) - נארמאל וואלט ער מן הסתם געפארען קיין שפאניע מיט צי האלטן די לוי פין די הייליגע עצמות, אויף וואס ער האט ''זיין'' בלוט מקריב געווען
די מסיבה גייט נישט זיין קיין עצרת עס איז בלויזט פאר געלאנדענטע, אבער יעדער וועט עס קענען מיטהאלטן מיט א האוק אפ, אויף קול סאטמאר,
עס גייט אויך אויפטרעטן צווישן אנדערע הג' הרב בראדי אב''ד שערי אורה אין בעיקר טאקע דער געשעצטער ראש ישיבה שליט''א
דאס אז מ'רעדט דערפון שוין א גאנצע וואך: הלוואי זאל מען רעדן דערפון ווי לענגער, עס איז א לעבעדיגע סעמפל, וואס הקנאה והתאווה והכבוד טוט מיט א מענטש......... הלוואי מאכען ענק נאך א סעמפל
כ'הער אז מ'קען הערן די מעסעזש וואס דער שפאנישער אמבאסאדער לאזט פאר די עסקנים פין וועד להצלת בתי עלמין באירופה אפאר וואכען ציריק, אז ראביי נידערמאן האט אים גערופן אין געזאגט אז די וועד פארטרעיט נישט קיינעם אין נאר ער פארטרעט יעדן איינעם וכי' כדרכו ה..., אין דער אמבאסאדער זאגט שלאגטס ענק אויס אין קימט ציריק (כ'ווייס נישט אויב דאס איז ממש די לשון כ'האב אויך נאכנישט געהערט די טעיפ), די טעיפ ליגט ביי די עסקנים אין זיי האבען ציליב טעראר מורא עס ארויסצי געבן, ווער עס קען זאל ביטע משפיע זיין אויף די עסקנים זאלען זיך נישט שרעקן אזוי אין עס ארויסגעבן ווי פריער, וירא הקהל וישפוט.....
רעכט בתגרות באומות .
עבירה גרורת עבירה.
די גאנצע מאריאט איז געווען אלס נקמה אקציע וואס דער אמבאסאדאר איז געווען ביים רבי'ן.
נידערמאן מיט מילך שטערן האבן געפלאצט דערפון, אז אלס פראטעסט צו דעם האבן זיי געמאכט די מאריאט דעמאנסטראציע.
נישט אוזמיסט איז דארט געווען נאר די פעיראלל דיינים.
הא הא הא !
ענקערע בזיונות איז געועון ווייל איר האט געפעלשט און מ'האט אייך געכאפט ביי די גניבה מיט די הויזן ארונטער.
דאס האט אייך קיינער נישט געטאן, נאר איר אליין.