היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעקינג ! רבנים ציען צוריק פין די קול קורא

ברעקינג ! רבנים ציען צוריק פין די קול קורא

120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2631110
בלאט: 1 2 3

באלאנד » 27/5/2009 22:52

נאך דעם געוואלדיגן דורכפאל (זאל זיין אזוי...) נעכטען נאכט ביי דעם עצרת רבתי ווי צענדליגער טויזענטער אידן בראשות גדולי ומאורי דורינו שליט"א האבן זיך משתתף געווען און אויסגעשריגן זייער קול מחאה אנטקעגן די רשעי ישראל וואס גראבן ליידער קברי אבות, קומט די בשורה אז הג' אליקים שלעזינגער גייט קומען אויף נ.י. גלייך נאך יום טוב און עס ווערט ארענזשירט א מעמד 'יקרא דשכבי' מיטן ציהל ריינצוואשן דעם נאמען פון רבי אליקים וואס איז געפערליך באשמיצט געווארן ביי די יעצטיגע פרשה פון חיטוטי שכבי ווי אויך וועט דאס דינען אלס עצרת חיזוק פאר די גראבונגען אין די בתי חיים וואס קומט פאר בנשיאותו פון דעם גאון שלעזינגער. כלל ישראל גרייט זיך צו שטורעמדיגע דעמאנסטראציעס ביים באזוך פון רב שלעזינגער אין ניו יארק ווי מען האפט אז ער וועט זיך כאפן אין תשובה טוהן אויף דעם געוואלדיגן עוולה וואס ער באגייט מיט זיינע מעשים!!! -פרטים יבואו-

רבי_יונה » 27/5/2009 22:59

באלאנד:
מ'גייט פראטעסטירן אוף רבי אליקים???
גייט סקולענער רבי קומען צום פראטעסט?

באלאנד » 27/5/2009 23:11

ווי קומט דא אריין דער סקולענער רבי? לשי' שטייט ער דאך בכלל נישט מיט צו די מערכה.

רבי_יונה » 27/5/2009 23:22

לשיטתכם איז דאך סקולענער רבי א פולנער פעיראלל מענטש...
פרעג איך צי ער גייט אויך גיין צו ענקער פראטעסט קעגן רבי אליקים?

איך האב אז צוריקציען וועט ער שוין נישט.

באלאנד » 27/5/2009 23:53

3000 Satmars at the Marriott, downtown Brooklyn http://stefpix.com/?p=416

טאטלע » 28/5/2009 00:06

באלאנד

איך פארשטיי נישט אויפן קול קורא איז דא זיבן אין צוואנציג נעמען פין די זיבן אין צוואנציג זענען נאר געווען                  "זיבן"             די ריפסט דאס אן גדולי ומאורי דורינו  ???

יא סקולינע רבי שליט"א האט געשיקט א שליח (לאכטס נישט) אבער ווי זענען געווען אלע אנדערע מאורי דורינו


אוי כהאב פארגעסן ישעי יאנקל שטויבער איז אויכעט געווען



באלאנד רעג זיך נישט איך בין דיין בעסט פרענד כמאך נאר א דזשאק



תוקן על ידי טאטלע ב- 28/05/2009 0:09:41

rebyankel » 28/5/2009 00:19

באלאנד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
3000 Satmars at the Marriott, downtown Brooklyn http://stefpix.com/?p=416


כ'קוק דא האב איך איך מורא אז 1400 איז טאקע א גוזמא,
אויך פארשטיי איך נישט פארוואס מ'האב געדאפט פארן ביז צו דעם מקום תואבה צו א זאל וואס איז גרויס 1800 סקווער פיס, ס'פעלט זאלען אין די גרויסקייט אין אינזער געגנט?

אגב, מ'רעדט דא פין א פראטעסט פין.... אנטקעגן ''ר' אליקום שלעזינגער שליט''א''
אין מ'טענט מיט די זאליס אהער אין אהין, וויסן זאלט איר פרעגט א לאנדענע יוד, ר' אליקום איז דארט פין די שטערקסטע רבנים א גאון מופלג אב בחכמה ואב בשנים,
פארציילט זיי וואס די זאליס האבען ''געוואלט'' טוהן מיט אים אין וויאזוי מ'האט אים געוואלט מבזה זיין, (רעדט אפי' צו א ערנסטע זאליס) די האר פין קאפ וועט זיך אויפשטעלן,

נאר וואס דען, כ'האב אויך נישט געגלייבט וואס פאר א נידריגע שטאפעל די זאליס וועלן נאך אנקומען

המשחית החבר לאיש משחית!!

לעבעדיגער » 28/5/2009 00:26

באלאנד, זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגען, איך האב מורא אז די שפילסט זאלי.

די האסט דא געלייגט א לינק מיט בילדער פונעם פראטעסט וואס דעקט אויף אז צען טויזענט... מענטשן זענען בכלל נישט איבערגעשאצט...

ס'איז ביטערע ביזיונות, כ'האב פארשטאנען אז א עולם האט עט'ס יא געהאט, רבנים האב איך געוויסט זענען נישט געגאנגען, אבער סתם מענטשן, בחורים פון די בר מצוה און ארויף, אזש ר' יוסל סאקס, אלע זענען דארט געווען, און דאס אלעס??

איך קוק אויפן בילד ווי מ'זעהט משה דוד נידערמאן, איך קוק אויף די אנדערע בילדער, איך ווייס נישט ווער עס האט דאס געכאפט, אבער ס'ברענגעט ענק ביזיונות.

איך וואלט דיר געראטן אז די זאלסט עס אראפנעמען. (איך וועל עס מיסתמא צוריקלייגן סייווי)

איך לייג איבער די לינק ,ס'איז רעקאמענדירט אז דער עולם זאל דאס זעהן און אליין קאמענטירן דערויף.

נאדער:
http://stefpix.com/?p=416

רבי_יונה » 28/5/2009 00:30


שמועסט אייך אפ לוזערס

3 טויזענט מענטשן = (דער פאטאגראפער) און בלאגער
4 טויזענט מענטשן = דבר ביומו
10 טויזענט = דער איד

דער אמת:
קרוב צו 1400.

[בילד – נישט אפגעהיט]


פארגעסט  נישט
די זאל איז פול געפאקט. ס'איז א סכנה... מ'לאזט מער נישט אריין..

און דא, פאר דיין נאז קען  מען טאנצן הקפות...

rebyankel » 28/5/2009 00:32

כ'האב גערעדט צו הג''ר בנציון לאוב'ס חברותא, ער פארציילט מיר ווי די זאליס האבען אים נעכטן טעראזירט, פאר'ן חושד זיין אז ער האט ערלעדיגט ביי די רבנים אז זיי זאלען ציריקציען (איין מיניט! כ'האב געמיינט זיי האבען קיינמאל נישט ציריק געצויגען)
וויפיל פאני קאלס מ'האט געמאכט אין טעראזירט זיין ב''ב אין זיין טאטע, (זאל כאטש זיין שווער ר' יש''מ, זעהן מיט וואס פאר נידריגע פארטיי ער דרייט זיך,)
צווישען די קאללס וואס מ'האט געטרעיסט איז געווען פין דעם מקום קדוש אין קווינס, ווי דער אנגעבליכער רופער האט פארציילט אז דער ארגענטירנער וואס שטייט איין ביים דיין האט געהאט א שווערע עקסידענט אין ער שוועבט צווישען לעבן אין טויט, אין אז ער ווייסט נישט מער דיטעילס, אין אראפגעהאקט די טעל', ווען מ'האט ציריק גערופן שאקירטערהייט אויפן נומ' פין ווי דער טעל איז געקומען, האט אויפגעהויבן....... הרב נפתלי בלומענפעלד דער ראש ישיבה (מן הסתם האט ער געהאלטן נאך די טעל קאל פין ר' מלכיאל....) אין ער האט זיך פארענטפרט אז די קאמפיוטער סיסטעם שרייבט אויף א צווייטע נומ' אין דאס מאל האט זיך אויפגעשריבען זיין אפיס נומ' {אדער יא אדער נישט}
ווער ס'האט געזעהן נעכט הג''ר בנציון אין כולל האט געקענט מעיד זיין אז ער גייט דורך א זעלטן שווערע טאג

נאר וואס דען: יא מ'האט געטוהן טעראר די לעצטע 20 יאר ''אין זיי טוהן נאך אלץ'' די זעלבע משלחים אין די זעלבע שלוחים, ס'נאר ציגעקומען נאך, אין מ'טרענירט זיי אין קווינס

החזרת עטרה ליושנה
אגב, כ'ווייס ווער ס'האט געקאלט די רבנים גראדע א יוד א ת''ח עצום, נאר כ'וויל נישט לייגען זיין נאמען ווייל כ'האב רחמנות אויף אים אין זיין ב''ב

רבי_יונה » 28/5/2009 00:33

[בילד – נישט אפגעהיט]

טאטלע » 28/5/2009 00:37

באלאנד האסט אפשר א בילד פינעם אויבן אן  ?

rebyankel » 28/5/2009 00:49

rebyankel » 28/5/2009 01:17

רעדענדיג נעכטן פין די פראטעסט צו א עלטערן יוד, זאגט ער מיר אז ער קען נישט טראכטן וואס די פראבלעם מיט ר' אליקום שליט''א איז נאר דאס אז ער האלט זיך נאנט מיט כ''ק אדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א
אין אזוי רעדענדיג זאגט ער מיר, אז לכאורה שבועות ביי נעולות החג גייט רבינו שליט''א זאגען דברי תורה אין אויב ער וועט זאגען, ''דער אייבישטער האט געגבן די תורה פאר כלל ישראל זיין עם הנבחר וכו' '' וועלן אלע זאליס אויפשפרינגען: אהרן שקרן ער האט עס נישט געגבן 

דאס איז זייער מהלך

מבני_בניו » 28/5/2009 01:21

בקיצור, אזויווי כהאב געזאגט נעכטן, סגייען זיין דארט ארום טויזנט מענטשן וואס גייען אנפילן די זאל און די זאליס גייען טאנצן פאר שמחה.

פאקט איז אז קיין שום נארמאלער ערנסטער רב (אויסער באבוב רמ"ד רב, צוליב געוויסע סיבות) האט זיך נישט באטייליגט דארט. די איינציגע מאטיף צו קומען דארט איז געווען שנאה קעגן סאטמארע רבי שליט"א.

נאר איין זאך באלאנד, שכויח פאר די פיקטשערס, ספעשילי האב איך ליב געהאט צו זען איינס פון די לעצטע פיקטשערס וואו די קווינס בחורים זיצן אויפן פלאר און רייכערען מיט אזא ליצנות, ווי ספאסט פאר אזא מין "לשם שמים" מיסבה וואס מהאט דארט צאמגערופן.

אויב איינער קען זאל ער עס פליז ארויפלייגן

רבי_יונה » 28/5/2009 01:27

די בילד איז מער פון אלעם, דער אחריות'דיגער פירער פון כלל ישראל
פארהאנדלעט, אזוי ווי אידן טוען אין גלות.
און אזוי ווי מרן רביה"ק זי"ע האט אונז געלערנט

YW-SAVS-010



ובשם השם נעשה ונצליח !

rebyankel » 28/5/2009 01:28

כ'הער אז איין רעדנער האט ביליגערהייט אראפגעריסן הגאון רבי אליקום שליט''א, ווייסט איינער דעטאלען? אדער קען איינער ארויפלייגען יענע דרשה
זאל יעדער זעהן מיט וואס פאר א ביליגע מענטשן מ'האט דא צו טוהן

מבני_בניו » 28/5/2009 01:29

סאיז פיקטשער נאמבער 21

ביבער » 28/5/2009 03:08

דרכי ציון אבילות! היסטארישער בילד פונעם מעמד אבילות אויף די חיטוטי שכבי אין טאלידא. איינער קען אפשר מנדב זיין טישוס איבער די טרערן וואס גיסן זיך דארט
[בילד – נישט אפגעהיט]

ווערץ » 28/5/2009 04:28

יו איז דעיס גוט......

כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא כא וכו'....

כ'האב געמיינט אז 1400 איז יא געווען....... כא כא כא כא כא......

ס'איז געוואלדיג.......

טראק » 28/5/2009 07:48

די לינק פון די בילדער איז 1 אין דער וועלט.

פעטרסאן08 » 28/5/2009 15:55

די פיקטשער פין קיטשי איז מורא'דיג, מען זעט ווי די קדושי שפאניע טרעט אים פשוט צי.

דעקלעראציע » 28/5/2009 16:19


א שערי חמלה אויבן אן קען איינער מסביר די פאקסן וואס הרב פילעף מאכט

[בילד – נישט אפגעהיט]

איינער רב גרעסער פין צווייטן.

[בילד – נישט אפגעהיט]

 

דאס איז שוין די שענעסטע וואס זיי האבן געקענט צי זאם קראצן
ר' אייזיק ספינקער איז געווען, ווייל די שפיצער'לעך האבן געוואלט בלאנסירין דעם בוזשעט נאך די שטיינזאלץ דרשה זיינער

[בילד – נישט אפגעהיט]




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 28/05/2009 17:46:47

יחזקאלאברה » 28/5/2009 18:41

גייענדיג היינט אין גראסערי זעה איך דער העדליין פון "דער איד" אז צעהן טויזענט אידען האבן זיך משתתף געווען ביי די הפגנה אין די מעריאט האטעל, פאר אינטערסאנטקייט בין איך ארויף אויף זייער וועבסייט צו זעהן וויפיל מענטשען קענען דארט אריינגיין...

http://www.marriott.com/hotels/event-planning/capacity-chart/nycbk-new-york-marriott-at-the-brooklyn-bridge/

וואו! ווי זיי האבען דארט אריינגענומען צעהן טויזענט - איז נסים...

טאטלע » 28/5/2009 18:49

ני אין וועלעכע רום איז עס געווען ?

ארגינעלער » 28/5/2009 19:13

דער שיינער מרדכי ברילל מיט דעם לעכטיגן זיכערמאן וואס זיי העלעפן נאר שיינע בחורים
קיין רויטן גראבן בחור האבן זיי אין זייער לעבן נישט געהאלפן

זיי האבן פינצאירט דעם גאנצען חילול השם פין ראבריי אקאנט
לויפן יעצט ארום זאגן אז פארדעם איז דער צאלאזער חילול השם ציזאקום נישט געדעקט אין קיין שום ציינטוג ווייל די ציונים האבן באצלט.

טאטלע » 28/5/2009 19:21

אוטש

איינער קען מיר זאגן ווער עס זיצט אין בעק פין הגז"ל ?

יקרבו » 28/5/2009 19:41

נישט ח"ו אויף טוישן מרדכי ברילל מיט זיין טאטע הרה"ח ר' מיכאל ברילל וואס ער מיינט עס עס אמת'דיג איבער עלטערע בחורים.
 אין מען דארף טאקע וויסן אז ווען מרדכי ברילל מאכט זיין אנשטעל נישט צי געבן געלט.

.



תוקן על ידי יקרבו ב- 28/05/2009 19:38:30

ביז_אהער » 28/5/2009 23:06

זיי וויינען נעבעך "איכה ישבה בדד, וויאזוי זענען מיר אונז געבליבן אליינס? וואו זענען אלע נארמאלע רבנים?"


[בילד – נישט אפגעהיט]

באלאנד » 29/5/2009 00:14

ס'שטייצעך אז די ברענגסט נישט די בילד פונעם עולם וואס די האסט ערהאלטן אין די זעלבע אימעיל פון דעס בילד, פארוואס דען יא?! די וועלט וועט דאך זעהן אז די אלע באבקע מעשיות פון 1500 מענטשען וכו' וואס די אהרונים פארקויפן דא די לעצטע 2 טעג ווערט צובלאזן ווי א זייפן בלאז.

יקרבו » 29/5/2009 00:34

די זאליס האבן זיך נישט  גוט אפגעשמיסט דעם ליגנט
איינער זאגט 3500 איינער זאגט 4000 אין איינער זאגט 10000
אין דאס מציאות ווייזט בערך 2000 מיט די בחורים אין די קינדער אין די שטייערס.

יאנקל מילער זאגט אז פארדעם האט מען זיך אראפ געזעצט אויף דער ערד ביים פראטעסט ווייל
שקר אין לו רגלים, ווי פאסיג איז דאס ווארט פאר דעם פראטעסט
ווען אלעס פין אויבן ביז אינטן איז געווען איין שטיק שקר.

יקרבו » 29/5/2009 00:35

אין קיין איין ערליך יוד האלט נישט דאס גארטל ווי ר' זלמן לייב

באלאנד » 29/5/2009 00:39

קיין ערליכע איד האלט נישט די אויגן ווי ר' ארון און האלט נישט די הענט דארט ווי ר' מענדעלע.

ארגינעלער » 29/5/2009 00:47

ישר כח יקרבו פאר דיינע אויף ריכטיגע ווערטער.
 אין אויך דעם זאגט שלמה המלך אז איין בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער
אזוי ווי מען האט געזעהן דעם שמוציג בילד אין קעמפ ווי הגז"ל קוקט אויף נשים בפהרסיא.

מבני_בניו » 31/5/2009 09:33

באלאנד, איך בין דיך מכבד ארויפצולייגען די מעכטיגע פיקטשער, אדרבא לאמיר זען וואסערע ליגנערס די אהרוניס זענען, זיי זאגען אז סאיז געווען דארטען 1500 מענטשן, סארא גוזמא!

טראק » 31/5/2009 21:58

עס איז נישט קיין סתירה וויפיל מענטשן עס איז געווען.

לויט די עכטע בילדער וואס יעדער זעהט, און וויפיל פלאץ עס איז בכלל דא, איז נישט דא מער ווי 14-1500 מענטשן.

לויט די בילדער פון דר. שפיטצער איז דא מער מענטשן...

גראדע איך בין שוין געווען אין דעם זאל 2 מאל, 1 מאל ווען פאפא האט געמאכט דארט א דינער און די זאל איז געווען געפאקט, אזוי ווייט אז די פאליציי האט מער נישט אריין געלאזט קיין מענטשן.

און 1 מאל ווען קראלע האט געמאכט דארט א דינער חנוכת הבית פאר זייער בית המדרש, דעמאלס איז די זאל געווען פול אבער נישט געפאקט, און די פאליציי האט יעדעם אריין געלאזט.

עכ"פ די פראטעסט איז געווען מענטשן ווי צווישען פאפא און קראלע.

טאטלע » 31/5/2009 22:20

רעד איך צי א זאלי א בן שישים פרעג איך עם ציוואס האבן ענק געדארפט דינגען א פאטאגראפירער די צייטונגען קענען אליינס מאכן בילדער אין אויב שוין בילדער וואס געט עטץ עס ארויס אזוי ארגינעל סדאך בושות  

זאגט ער אזוי סהייבט זיך נישט אן אונז האבן נישט גענימען קיין פאטאגאפירער די "שפאנישע רעגירונג" האט באשטעלט דעם פאטאגראפירער ווייל זיי זענען געווען זייער אנגעצויגן וועגען דעם פראטעסט 

גיי פארשטיי צי די חכמים

באלאנד » 31/5/2009 22:47

כלל ישראל ווארט מיט שפאנונג צום ערשיינונג פון דעם גאון הגאונים שר התורה והיראה אבי היתומים ודיין אלמנות קדוש ישראל וקדושו פאר הדור כבוד קדושת מרן הקוה"ט רבי אליקים שלעזינגער שליט"א (לאכט נישט, א וואך ארום אין בלאט וועט איר טרעפן די טיטלען...) קיין ניו יארק ווי ער וועט קומען אויסשרייען אז ער שרעקט זיך נישט פון די ראשונים נ"ע וואס זייערע עצמות ווארפן זיך ארום מיט א שרעקליכע בזיון און שפאניע, נאר ער וועט מיט די שטיצע פון צענטראל יו.טי.עי. באנאזאם מיט UJ קעיר ווייטער זיך לאזן אונטערקויפן פאר אפאר טאלער און טוהן ווייטער ככל העולה על רוחו.

טאטלע » 31/5/2009 22:55

באלאנד

כהאב שוין געזען אין "דער איד" אסאך גרעסערע טיטלען אויף אסאך א גרעסערע עם הארץ

באלאנד » 31/5/2009 23:28

אבער אויף אזא מסלף ווי רב שלעזינגער (האסט שוין געליינט זיין ביכל "הדור והתקופה"? אויב נישט לויף און קויף, וועסט דיך באלעקן די פינגער ווי פון איין בלעטעל צום צווייטן שטומט נישט קיין ווארט!) וועט זיין א נחת צו זעהן די טיטלען וואס דער בלאט וועט אים צוטיילן אין די קומענדיגע וואכן.

טאטלע » 31/5/2009 23:48

באלאנד יענער עם הארץ זאגט תורות וואס קלעבן נישט א ווארט צי א ווארט

יקרבו » 1/6/2009 00:18

אינז האמיר געשאסן צוויי האזלעך אין איין שאס. 
1) אז אתרא קדישא פארטרעט נישט כלל ישראל ווען ס'קומט צי א פראבלעם
2) אין אז די רבנים אנערקענען נישט אתרא קדישא
אין ב"ה אינז האמיר געהאט אין ביידע פראנטען%  110 סוקסעס

פאר די אהרונים גייט נישט אז ספרא שפילמאן מיט יושע ארי' מאשקאוויטש האבן א א נאכט וואס ציטאן. 
דער עיקר איז אתרא קדישא אז אויסגעשניטן פין כלל ישראל, זייער גאנצע אחיזה איז ביי די זאליס 
בכבוד גדול.  



באלאנד » 1/6/2009 01:25

און פאר די זאליס גייט לגמרי נישט אן אז די זיסע חלומות פון רב שלעזינגער צו ווערן גדול הדור איז צובלאזן געווארן אין איין נאכט-טאקע דינסטאג נאכט, ווען רובא דרובא כלל ישראל ווייסט שוין וואס ליגט אונטער דעם שלייער פון "ראש ישיבת הרמ"ה"

ארגינעלער » 1/6/2009 06:22

שלעזינגער איז א שייגץ
אין שטויבער מיט ברילל זענען צדיקים
לויט באלאנד איז דער רבי ז"ל דעמאלס א רשע מרושע.

באלאנד » 1/6/2009 07:09

ארגינעלער פרוביר דיך אביסל צו קאנטראלירן לייג אוועק די אהרונישע טעמפער אויף א צווייט מאל, ווי קומט אויס פון מיינע ווערטער אפילו א צל של ספק אז דער רבי ז"ל איז א....?, איך וויל ניטאמאל אויספירן די ווערטער וואס די האסט געשריבן, וואס יעדער ווייסט אז עס ליגט ביי ענק איינגעבאקן אין די ביינער און יעצט פרובירסטו דאס אריננצולייגן אין מיין מויל. היל"ת.

ארגינעלער » 1/6/2009 07:19

ווער ס'גייט נישט אין שפאן מיט די זאליס ווערט אויטאמיטש א שייגץ אין א מינוויל
ני אז די רבי ז"ל האט נישט געלאזט גיין אין בג"ץ
איז די רבי ז"ל לויט די זאליס אויטאמטיש א  שייגץ

באלאנד » 1/6/2009 07:21

און ווער האט דא גערעדט פון בג"ץ בכלל?

ארגינעלער » 1/6/2009 07:32

ווער רעדט דא בכלל.

באלאנד » 1/6/2009 07:43

זאגסט דאך גוט.

rebyankel » 2/6/2009 00:42

באלאנד! די ביזט א לעבעדיגע סעמפל פין א זאלי, פין א זייט שטייט א קליקע פין ביליגע שררה גיינציגע מטורפים, פין די אנדערע זייט שטייט א יוד א זקן שקנה חכמה, פין די שענסטע רבנים אין איירופה, א תלמיד פין הייליגען חזו''א אין פין בריסקער רב ז''ל, (פרעג א ערנסטע לאנדאן'ער יוד ווער רבי אליקום שלעזינגער שליט''א איז)
אן ווען דער ראש ישיבה גייט נישט אין שפאן מיט די שררה גיינציגע זאליס, ווערט א ''מחלל שם שמים'' פארוואס? ווייל ער האט געמאכט א סיכום מיט די שפאנישע רעגירונג אז מ'גייט נישט מפנה זיין די עצמות הק' ר''ל אזווי דער שטערן אין עולם המחלוקת האט יא געטוהן אין א אנדערע שטאט אין שפאניע (ציזאמען מיט די זכור ריפארעם באוועגונג), נאר ער האט געפועלט זיי זאלען אים לאזען טוהן אזווי די פסק פין פוסק הדור הרב וואזנער שליט''א (וואס איז אויך לעצטנס געווארען א שגץ אויף ענקער ליסט) אין ציריקלייגען די עצמות אינעם זעלבן ביה''ח,
זאלי'ס קוקט ווי ענק שטייען!!!!
פארגעסט נישט! ביז פאר כ''א כסליו פלעגן די  זאליס יעדע פאר וואכען הענגן אין די גאסען א דרשה פינם ראש ישיבה ווי ער האט גערעדט אנטקעגן די וומ''ס עירוב, ווי דארט האט ער פארדינט זייערע שענסטע טיטל'ן

איר זאלט נישט זיין סופרייזט איין טאג וועגן רביה''ק בד''י ז''ל וועט ווערן א שגץ ווייל ער האט נישט געלאזט גיין אין בג''ץ............. (יא! כ'האב אויך נישט געגלייבט אז ענק וועלן אמאל רופן די מוסדות אין ב''ב אין בג''ץ, אבער כ'האב מיר איבערצייגט אז ווען עס קומט צו ''שררה'' איז גארנישט קיין אפהאלט ביי ענק)
בלאט: 1 2 3