בד"ה הג"ר אברהם לייטנער ז"ל
104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2303573
דוד46 וואס האקסטו א טשייניק, די מלחמה אין אונגארן האט זיך אנגעהויבן אין יאר תש"ד
אבער פאר א גוט יאר, ווי אזוי איז מען אנגעקומען פון אונגארן קיין ארץ ישראל? עס איז נישט דא קיין באהאלטענער בוידעם פון אונגארן ביז ארץ ישראל
מיט א פליגער איז אוממעגליך געווען צו פארן, יוראפ האט געפלאקערט. מיט א שיף אויך אוממעגליך, נאר אויב ער איז געפארן מיט די ציונים, און מיט די באן האט מען געדארפט דורכפארן אסאך מדינות (רומעניע, בולגאריע, טערקיי) און ס'איז כמעט אוממעגליך געווען
איך מיין דא נישט קיין שום כוונות, פשוט רעד נישט סתם עם הארצות
ווייסט איינער ווען און ווי אזוי ער איז ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל?
_________________
אין א פורום נישט אויף מסורת שרייבט איינער אז רז"ל דער בן סורר ומורה האט אים מספיד געווען
קען דא איינער קאנפירמען?
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 30/10/2007 21:03:01
יא כ'האב געהערט דעם הספד אויפן טעלעפאן,
אויך הרב ישראל חיים מנשה, הרב זלמן לייב פילאף, הרב שלמה לייב וויינבערגער.
הרב יצחק מאשקאוויטש,הרב משה יאזעפאוויטש
א זאלי פארציילט מיר יעצט א מופת פון נפטר ר' אברהם לייטנער:
זאגט ער ער מיר אז ער איז איינמאל געפארן אויפן וועג אין ער האט אנגעצינדן א טעיפ פון אברהם לייטנער ווי ער האקט קעגן "סקול דיסטריקט"...
און אינמיטן דרייוון האט ער איינגעדרימלט און פליצלינג הערט ער א סיירין (לעֶלאָ בלע"ז) און ער געט זיך א כאפ אויף אין ער זעט זיך כמעט אין א בוים...
די לעצטע מינוט האב איך מיר באוויזען אוועק צו דרייען....
נאך א מזל דעם סיירין וואס מען הערט אויפן טעיפ ווען נישט וואלט איך זיכער געהארגעט געווארען... -זאגט ער- אז דער מופת איז אז דער סיירין איז אינעם טעיפ און בזכות פון אברהם לייטנער איז ער געראטעוועט געווארן!!
זאג איך אים די נאַר איינער....
עס איז מיין מופת....
איך בין געווען דער וואס האט גערופן פייערלעשער....
911ZALIS:
תרי תשובות בדבר. קודם כל איך האב נישט גערעדט אויפן נפטר, איך האב סך הכל דערמאנט די אויסדרוקן וואס ער האט 'זוכה' געווען אריינצוכאפן פון עמיצן וואס איז לכל הדיעות געווען א רבן של ישראל, און אויף וועלכע איך בין זיכער אז ער וועט נאך הערן דערפון גענוג. צווייטנ'ס, אפילו אויב איך רעד יא אויפן נפטר בין איך סך הכל תולה באילן גדול - דער נפטר זעלבסט, וואס לויט טייל תגובות דא איז ער מיטאמאל געווארן א "גאון" און א "קדוש". דער נפטר זעלבסט האט גענוצט די געמיינסטע לשונות קעגן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע אפילו לאחר פטירתו, אלזא לדעת דעם דאזיגן גאוני'שן נפטר איז מען יא בארעכטיגט צו בארעדן א נפטר אויפן סמך פון וואס מ'האלט אז יענער האט געטון בחיים חיותו.
לענינינו.
ס'איז אמאל גוט צו זען ווי ווייט דאס רשעות און די פאלשקייט גייט, אזוי ווייט אז מענטשן קענען פארטיידיגן אזא געמיינעם אקט בלויז דערפאר ווייל עס שטימט פאליטיש מיט זייערע ענגע אינטערעסן.
דער דאזיגער נפטר האט פערזענליך געבעטן פון דעם שטריק און נועם הארץ, דער בן יקיר, אז מ'זאל אויפבויען א וואנט צווישן די צוויי הייליגע קברים, מיטן חשבון אז אויב ס'איז אים נישט געלונגען בחיי רביה"ק צו מאכן א פירוד צווישן אים מיט זיין הייליגן פעטער זאל ער עס כאטש צושטאנד ברענגען לאחר פטירתו. דערביי האט ער זיך אויסגעדרוקט ווי א געמיינער יונגאטש קעגן דעם [ריכטיגן] גאון וקדוש, רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, וואס איז געווען צען פאכיג גרעסער פון אים בכל קנה מידה, און וועמענ'ס איינציגע עבירה איז געווען אז ער האט געוואגט צו האלטן אנדערש ווי דער דאזיגער נפטר.
וויאזוי שעמט זיך נישט א קינד צו טון אזוינס פאר זיין הייליגן טאטן?! אפילו אויב זיין טאטע וואלט געווען א פשוט'ער איד וואלט ער געדארפט אראפשליידערן אלע טרעפ איינער וואס קומט אזוי געמיין רעדן אויפן טאטן, און דא גייט ער נאך אים מספיד זיין ברבים?! און אויב ער קען יא וויינען, וואו איז ער געווען ביי זיין טאטנ'ס לווי'?! לא תהא כהנת כפונדקית?!
אבי די אהררונים ווייזן כאטש ארויס זייער ריכטיגן פרצוף אין די עפנטליכע גאס.
וויאזוי פלעגט זאגן ר' סענדר דייטש ז"ל: וטראג נישט ארויס דיין גאערבידזש אין פיפט עוועניו
בני יואל
אין דער ערד
*--**מ'וועט קענען זעהן פון זיין אוהל די נייע בנין פון די (הייליגער מוסד "שערי חמלה") טרייפענע פאבליק סקול
תוקן על ידי גאסט ב- 31/10/2007 17:13:20
געגאנגען,
בארואיג דיך געב נישט אוועק דיין רבי'ןס טיטלען (שוטה רשע וגס רוח) פארן יונגערען ברידער.
פארפאלען ער איז געווען מער ערליכער איד ווי דער ברך משה
אין דאס האט מען געקענט זעען אויף די הספדים
דוד, פיין געשריבן, דאס טייער ווארט פון ר' סענדער דייטש ז"ל,
און ווער ס'האט זיך אויפגעדעקט דעם אמת'ן פרצוף איז טאקע
נאר דיין שטריק,
איך בין נישט אין די פאזיציע אצינד דן צו זיין אונזער נפטר ר' אברהם לייטנער ז"ל,
היסטאריע וועט פונקטליך אנצייכענען זיין מהות, וואס טראץ זייענדיג
א תלמוד חכם עצום, און יא, ער איז געווען א גאון, ער איז געווען דער רבי
ומדריך פון כמעט אלע מורה הוראות אין וויליאמסבורג, און טאקע דריבער
איז געווען ערווארטעט אז די דאזיגע מורה הוראות און דיינים זאלן גיין צו זיין
לוי' און אפילו עהם מספיד זיין, לא בחינם האט ר' זלמן לייב פיליפ אזוי יאמערלעך
געוויינט, ער איז דאך פארארעמט געווארן, ער האט נעבעך נישט וועם צו פרעגן
ווען עס מאכט זיך עהם א הארבע שאלה, רבי פישעלע הערשקאוויטש שליט"א
וואס איז אגב דער גרעסטער גאון און פוסק אין וויליאמסבורג קען מען דאך נישט
פרעגן ווייל ער האלט דאך פונעם עירוב, ר' ישראל חיים מנשה קען טאקע יא פרעגן
אבער קיין ענטפער קען מען פון עהם נישט ערווארטן, סא, איז עס פאר עהם טאקע
א אבידה שאין לה תמורה,
אבער פון דעסט וועגן איז דער נפטר קיינמאל נישט געווען מפורסם בתורתו,
קיין איין תשובה ספר איז פון עהם נישטא, אדרבה פרעג דיך נאך ביים עולם אויסער
וויליאמסבורג און אויסער סאטמאר, האט נאך קיינער פון עהם נישט געהערט, יא,
ער האט געחלשט נאך אביסל פאבליסיטי, און טאקע דריבער האט ער כסדר געטוהן
מעשים וואס האט עהם אויסגעשפיגן פון היימישן עולם, ער האט זיך געחברט מיט אלע
עקסטרעמע משוגעים, און אלץ איז ער געווען א היפכא מיסתברא, ער האט אלץ
פארקערט פארשטאנען, דער רבי דער בעל דברי יואל זי"ע האט עהם מרחק געווען,
דער בעל ברך משה זי"ע האט געאסרט זיין ציבור צו האבן א שייכות מיט עהם,
און אויסער זיין ענגן קרעמל פון אפאר פאנאטישע ציגיינער האט ער קיינעם נישט געהאט,
איז אנגעקומען דער טאג, ווען זלמן לייב וסייעתו האט זיך גענומען חנפענען צו עהם,
זיכענדיג כאטש איין רב וואס איז נישט אויף זיין פעיראל זאל האלטן מיט עהם,
און אזוי איז געווארן דער קשר, יא, דא האט ר' אברהם ז"ל געמיינט וועט ער קענען
ווערן עפעס אנערקענט ביי די וועלט, יא, דער הייליגער דברי יואל ז"ל איז עהם נישט גיט
געווען, דער הייליגער ברך משה ז"ל איז עהם נישט גיט געווען, אבער זלמן לייב טייטלבוים
יא, ער איז עהם גיט געווען, ער האט אפילו מוותר געווען צו האקן אויפן סקול דיסטריקט
אלעס כדי ער זאל ווערן אקצעפטירט ביי זי זאלונים, לא בחינם הלך...
אבער, די לעצטע שריט פון דעם שטריק דער בועט באביו וברבו, דער חצוף מחוצף, דער אומפארשעמטער אינגאטש, איז לכולי עלמא עבר כל הגבולים,
ווי האט ער זיך נישט געשעמט צו גיין צו זיין לוי' און נאך עהם אזוי מספיד
זיין בדמעות שליש, זלמן לייב!!! כיבוד אב איז שייך לאחר מותו, מכבדיהו בחייו
ומכבדיהו במותו, (אגב, איז ער מכבד זיין טאטן פונקט ווי ער האט עהם מכבד געווען
בחייו...) דיין טאטע וואס האט געזאגט ברבים אז מען טאר מיט עהם קיין שייכות נישט
האבן, ווי שעהמסטו דיך נישט אזוי בשאט נפש עובר צו זיין אויף דיין טאטענס פסק,
וואס מיינסטו זאגט די וועלט, נועם המידות?, ניין!!! די וועלט -און אפילו די וואס זענען
נוטה לשיטת הזאלונים- שרייען חצוף מחוצף!!! די וועלט שרייט אז די ביזט א מבזה
כבוד אביו אויפן גרעסטן פארנעם,
זאג נאר זלמן לייב, וועמען איז דיין טאטענס פסק מחייב אז נישט דיך, דו וואס לויפסט
ארום שרייען אז דו דארפסט זיין סאטמארער רבי (?) ווייל דיין טאטע האט כלומפערשט
אזוי געוואלט, דו שרייסט אין געריכט אז דער רבי האט דאס לעצטע ווארט, און אז זיין
פסק און מיינונג איז מחייב יעדן בלי שום עירעור, דו דערוואגסט דיך אזוי מיאוס צו טרעטן
אויף זיין קלארען פסק, וואס זאגט דאס פאר די וועלט, הא?, ווייזט דאס נישט ארויס
דיין אמת'דיגן כאראקטער, ווייזט דאס נישט ארויס דיין אמת'דיגן פרצוף,
יא דוד'ל, אמת ויציב, אונזער רבי האט נישט געקענט גיין צו די לוי', ווייסטו פארוואס?
ווייל זיין טאטע ז"ל האט עהם נישט געלאזט!!!, די תורה האט הקדושה האט עהם
נישט געלאזט!!!, די תורה הקדושה האט עהם מחייב צו הארכן צו זיין טאטן,
"כבד את אביך ואת אמך" און דעריבער האט ער "נישט געקענט" גיין צו די לוי',
יא, אונזער הייליגער רבי שליט"א, וואס איר באשולדיגט כסדר און זיין א בן סורר ומורה,
איר באשולדיגט עהם אין רופן דעם טאטן אין קארט, איר באשולדיגט עהם כסדר אין
זיין א מחוצף פארן טאטן, דער האט געפונען פאר וויכטיג זיך צו האלטן צו זיין טאטענס
פסק, און דער נועם המידות וואס שרייט געוואלד אז מיר זאלן פאלגן זיין טאטן, האט
אזוי מיאוס בועט געווען באביו וברבו, ZALI!!! SHAME ON YOU, מעגסט דיך שעהמען!!!
יענקעלע
כיהודא ועוד לקרא
זייער גוט אראפגעלייגט
שקויעך
וכבוד גדול עשו לו במותו שהושיבו ישיבה על קברו...
דער הייליגער מוסד "קרית יואל סקול דיסטרוקט" וועט ביז א יאר בעזהשי"ת זיך אריבער ציען אינעם נייען מקום ביים אריינקימען אין שטעטל....
"סמוך ונראה" לציון המצינת....
עס וועט זיין אינטרעסאנט ווען די קווינס ישיבה וועט באקומען א מעטכיגן ריזיגן טאוועל:
מתיבתא "חנינה אברהם".. לע"נ דעם נפטר רבי אברהם לייטנער...
און דער טאוועל פון רבי חנינה אברהם מיט דעם טאוועל פון רבי יעקב נחמי' יאקאבאוויטש (ביידע אייניגגע גוטע פריינט פונעם בירך משה) וועלן זיין די שענסטע מתנה פון רז"ל פאר'ן בירך משה, וואס זיין נאמען טאר דארט נישט דערמאנט ווערן...
דאס איז טייטש: נועם המידות 2000!
יענקעלע, דיין הייליגע רבי האט נישט באזוכט דעם בעלזער פאר פאליטשע סיבות, ער (אדער פישער) האט געוויסט אז דאס וועט מאכן א גרויסע שטינק. עס האט גארנישט געהאט צוטאהן מיט זיין "געטריישאפט" צום טאטן אדער ווייל דער בעלזער האט נישט מפייס געווען זיין טאטן.
איין זאך זעה איך יא, אז מיט וויפיל ר' זלמן לייב שטעלט זיך צו צו זיין טאטן'ס שונאים, שטעלט זיך דיין רבי צו צו דעם בעל ויואל משה'ס שונאים!
נאך איין נקודה, ווען מענטשן קומען צו א ספּיטש פון א ראביי סאונדעי עפטערנאָן אין די פייוו טאונס (עס איז א אפטע ערשיינונג דארט) אדער ווען עס איז דא א באַלאַגאן אין גאולה און עס זאמלט זיך צוזאם א שיינער עולם, הייסט נישט געקלעבט עס איז נישט מער ווי א דאזע פון נייגעריקייט און ענטערטעימענט פאר רוב פון די מענטשן.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 01/11/2007 14:30:05
_________________
הבדלה, איך האב פארראכטן דעם זלזולדיגן טיטול אויף א רבי פון ארץ ישראל, און דיין בילד איז בטעות פארשוואונדן געווארן. אויב דו ווילסט קענסטו עס צוריקלייגן.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 01/11/2007 14:31:27
_________________
כ'האב אוועקגעלייגט מיינע דיבורים אויף א צווייטע געלעגנהייט. כ'האב זיך שוין אויסגעגעבן מיין כעס מיטן בלויזן שרייבן.
תוקן על ידי נבוכדנאצר ב- 01/11/2007 15:45:16
אלץ א מצווה פון מחאה
בין איך מוחה אויף די דברי זלזול וואס איז געשריבען געווארען אויף כ"ק אבינו רועינו אדמו"ר הקוה"ט בעל ברך משה מ'סאטמאר זיעועכ"י
תוקן על ידי מה_טובו ב- 01/11/2007 15:45:50
נבוכדנצאר, זיי מוחל טו א בליק אויפן ערשטען עמוד פון דעם דאזיגן אשכול, א געווויסער מאן דהו האט דארט ארויפגעלייגט א פאטא קאפי פון א בלאט שולחן ערוך אין יו"ד, עס גייט לכל הדיעות ארויף אויפן הייליגען רבין ז"ל, דער צווייטער סאטמאר רב,
זיי מוחל בעט אום איבער.
איך שטעל מיך צי צו די מחאה
_________________
צום דריט'ן מאל!
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי מנהלרוחני ב- 01/11/2007 16:46:59
יענקעלע,
די שרייבסט
ווערבינאיך, די ביסט געוויס א ראצערל וואס האט אפילו נישט געקענט
נישט דעם הייליגן ברך משה זי"ע (אין די געזינטע יארן) און נישט ר'
אברהם לייטנער ז"ל, צו שרייבן אז דער רבי זי"ע האט מיט עהם געטשעפעט
איז אבסורד, וואס מיינסטו דער רבי איז א שיינעם טאג אויף געשטאנען
און מחליט געווען אז דער ר' אברהם מיט זיינע פאר אויסגעפליקטע חסידים
שטייען עהם אין וועג און האט ער מחליט געווען ארויס צוקומען אקעגן עהם
בחרב ובחנית?, ניין!!! אבסעלאטלי, ניין!!!
1) איך בין מסתמא עלטער פין דיר ווייל איך געדענק נאך ווען ער איז געווען אפגעפרעגט ציליב שווארצקייט
2) אויך געדענק איך תש"ם ווען דער ברך משה האט געהאט גרויס דרך ארץ פאר עם מיטן קאשויער רב ז"ל
אין זיך אלעס שואל עצה געווען מיט זיי אין זיך נישט גערירט אהן זיי
3) די פרעגסט צו דער ברך משה איז אויפגעשטאנען איין שיינעם טאג אין מחליט געווען געענדיגט?
דער תירץ איז אז דער ברך משה האט געהאט א זין א פערד אין ער האט עם זייער געשוינט
אין ער האט עם געקאווערט, אין דער זין האט פוער פיוו געווען קעגען ר' אברהם ז"ל,
האט דאס ציגעברענקט צו דעם אז דער ברך משה זאל זיך אננעמען פארן זין.
די שרייבסט ווייטער
ווערבינאיך, דער ר' אברהם האט זיך גענומען פאר
מצוה רבה לוחם צו זיין מיטן הייליגן ברך משה זי"ע, ער האט זיך געקרוינט און
זיך געהאלטן פארן ממלא מקום פון רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע,
ער האט זיך גענומען אריינמישן אין די ווערטשאפט פון סאטמאר מידי יום ביומו,
וואס אונזער רבי האט מתיר געוען האט ער גלייך געאסרט, וואס אונזער רבי האט
געאסרט האט ער מתיר געווען, און ווען ר' אברהם איז ארויס געקומען מידי שבת בשבתו
און גערעדט אקעגן שערי חמלה, דאס איז שוין געוען פאר אונזער רבי'ן צופיל, און
דאן איז געווען ווען ער האט מחליט געווען מגלה צו זיין קבל עולם ומלואו דעם מהות פון דעם איד,
זאל יעדער זעהן מיט וועם מען האט דא צוטוהן, און דאן האט ער מיט עהם אפגעהאקט,
דער ברך משה איז נישט געגאנגען קיין איין מאל שבעה עשר בתמוז פראטעסטירן
אויף 143 ראטלעדזש סטריט... , מען האט פון עהם מער קיינמאל נישט געהערט דעם
נאמען פון ר' אברהם לייטנער, ס'איז געווען בדיל ויעבור און גמרנו,
ר' אברהם האט קיינמאל נישט גערעדט קעגען ברך משה נאר קעגען דעם זין פון קר"י
ווידער פון צד השני איז געקומען פיילן כסדר, ווען ער האט נאר געקענט ווייזן אז ער
עקזעסטירט האט ער זיך געלאזט הערן, ער האט משמיע געווען אויפן ברך משה ז"ל
דברים שאסור לשומעם, און אויב גלייבסטו נישט דאן פרעג הרב הגאון רבי שמעי'
גרינבוים און הרב הגאון רבי משה מנחם טירנויער שליט"א,
רבי משה מנחם זאגט דאס נישט
ניין, איך האלט נישט אז זלמן לייב האט ווייטער געדארפט פירן די מחלוקה מיט עהם,
אבער פון פירן א קאמפ ביז זיין בידידות איז א ווייטער מהלך, אויב צו ווערן בידידות
מיטן טאטענס שונא הייסט נישט בועט באביו וברבו, ווייס איך נישט וואס עס הייסט יא,
אפשר סתם דרך ארץ פאר א איד א תלמיד חכם? מיט וואס דער ברידער איז נעבעך אזוי ביטער געשלאגן
אפשר מידות? מיט וואס דער ברידער איז נעבעך אזוי ביטער געשלאגן
אפשר הכנעה? פאר א ערליכער איד מיט וואס דער ברידער איז נעבעך אזוי ביטער געשלאגן
אפשר חכמה? מיט וואס דער ברידער איז נעבעך אזוי ביטער געשלאגן
רבי הערשעלע ספינקא זצ"ל האט קיינמאל נישט געהאט א מחלוקה מיט רבינו בעל
דברי יואל זי"ע, און דער רבי האט געוויס נישט ווייטער געפירט מיט עהם קיין מחלוקה
צוליב דעם סכסוך וואס ער האט געהאט מיט זיין טאטן,
איין מינוט צוריק האסטו דאס נישט פארשטאנען
דאס זעלבע איז מיט קלויזנבורג,
דער היינטיגער קלויזענבורגער האט מיט אונזער רבינ'ס טאטע קיינמאל קיין מחלוקה
נישט געהאט, און אפילו מיט זיין פעטער אויך נישט, במילא האט ער געהאט א רעכט
עהם צו גיין באזוכן,
אלץ וויזוי עס שמעקט דיר
ווידער מיט בעלז וואס כידוע חלש'ן זיי זייער פאר א שלום, און אונזער רבי
אלץ שוואגער וואלט זיכער געווען פאסיג זיי זאלן זיך באזוכן, אבער אלץ געטרייער קינד
פונעם טאטן קען ער נישט און וויל דאס נישט טוהן, ביז דער בעלזער וועט נישט מפייס
זיין זיין טאטן כדת וכדין האלט ער עהם נישט ביים באזוכן,
איך האב פאר דיר נייעס דער בלזער חלשט זיך איבערצובעטען מיט רז"ל מער ווי מיט דיין חכם עתיק יומין
אפשר זאגסטו מיר וואס איז דער חילוק פון ר' אברהם צו יוסל וואלדמאן,
איין חילוק איז דא, ר' אברהם איז געווען א תלמוד חכם עצום און האט געוויסט וואס עס
שטייט אין שולחן ערוך בנוגע מבזה צו זיין א א רבן של ישראל, א תלמוד חכם וגדול בישראל
ווי אונזער רבי דער בעל ברך משה זי"ע איז געווען, ווידער דער יוסל וואלדמאן
איז דאך א פיסטער שטריק און האט אפילו נישט געוויסט אז ער איז עובר עפעס אן
עברה מיט מבזה זיין דעם גדול הדור, דאס איז דער איינציגער חילוק וואס איז געווען
אויסער דעם איז קלאר אז זיי האבן ביידע אייניג מבזה געווען אונזער רבי,
איך קען נישט מאריך זיין, און דאס וואס איך האב געשריבן איז אויך נאר געצווינגענערהייט
והוא רחום יכפר עוון,
אפשר קענסטו מיר צוווייזען איינמאהל ווי ר' אברהם האט מבזה געווען דעם בעל ברך משה?
ווערבינאיך,
דו קענסט שרייבן אויף רבינו הקדוש שליט"א, בהמה, טיפש, שוטה, אבער צו דעם שוטה
האבן זיך צו געטשעפעט טויזענטער אידן וואס ווילן האבן א מנהיג אמת,
תיקון טעות טויזענטער אידן וואס זוכען אינטערטענמענט, אין ער שטעלט דאס צו במלא המובן
ער קען וויינען ער קען לאכען ער קען טאנצען ער קען זינגען ער קען קלאטשען ער קען רעדן
ממש א כל בו
וואס ווילן הערן א אידיש ווארט,
לאוו דווקא
וואס ווילן הערן א שובבי"ם תורה, צו א תקיעת שופר, כל נדרי אדער
הושענא רבא דרשות,
און אפילו טאנצען הקפות
און אפילו זינגען גלות גלות
אז מ'האט א רבין א טיפוש האט מען אזא פנים
ווערביןאיך;
A1
געוואלדיג!!!
SUPER SPECIAL!!!
נבוכדנצר,
איך זעה אז איך האב דיך טאקע ארויסגענומען פון די כלים,
SORY SORY, ואתך הסליחה,
איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן, ווייל רוב תגובה איז נאר דיין אייגענע
שנאה מיינונגען, און צעווישן דיינע נארישע סטעיטמענטס ריקסטו אריין
כמה וכמה שקרים ווי גלייך דיין שרייבן מאכט דאס פאר א פאקט,
במילא איז אויף דעם נישט שייך צו טענה'ען,
נבוכדנצר, לאמיך דיר נאר פרעגן:
ווי זענען היינט צוטאג רובא דרובא אמאליגע שלעגער? הא?
פארוואס ביי אונז אהרונים איז שלום ושלוה מען שלאגט קיינמאל נישט
אפילו ווען א שונא קומט אריין, מען ווארפט קיינעם נישט ארויס, און ביי אייך
שלאגט מען, מען ברעכט הענט און פיס, און מען ווארפט ארויס ווער עס געפעלט
אייך נישט?
דער תירוץ איז פשוט, דער גאנצער שייגעץ ארויס דרשה האט איר אויפגעשפילט
במזיד פארקערט פונעם מכוון נאר להבאיש ריח צו זיין פאר מרן בעל ברך משה זי"ע,
געווען איז דאס ווען אין סאטמאר איז מען ארודך א געפערלעכן קריזיס,
מען האט זיך טעגליך געשלאגן, געבראכן שויבן, געפלעט טייערס, ס'איז ממש געווען
א מקום סכנה, האט דער רבי זי"ע געהאלטן א דרשה און זייער שטרענג אנגעזאגט
אז מען זאל זיך אויפהערן צו שלאגן, מען טאר נישט הייבן קיין הענט, העכסענס
ווען מען זעהט די מחוצפים זאל מען שרייען שייגעץ ארויס, אבער קיין הענט טאר מען
נישט הייבן, למעשה האט די דאזיגע דרשה זייער אסאך געהאלפן רעדוצירן דעם
ארגן מצב, איבער איר רשעים ואכזרים, אנשטאט צו געבן קרעדיט פאר רבי'ן
זי"ע פאר די שכל'דיגע און אחריות'דיגע דיבורים, האט איר גלייך אנגעהויבן מיט א שמוץ
קאמפיין אז דער רבי האט געהייסן שרייען שייגעץ ארויס, איי עיקר חסר מן הספר, איז
אויף דעם זאל זיך דער סיגוטער (ווי איר פלעגט עהם רופן) זארגן,
נבוכדנצר, אומזיסט וועסטו שרייען אז דער הייליגער ברך משה האט מבזה געווען
ר' אברהם'ען, ניין, ווייל ארויס געווארפן פון סאטמאר האט עהם דער הייליגער בעל דברי יואל זי"ע
דער בעל ברך משה האט זיך נאר נישט געלאזט דעריגירן פון עהם און האט מגלה קלונו
געווען ברבים, ער האט אויסגעזאגט ווער און וויאזוי זיין מאמע איז געגאנגען אנגעטוהן,
וואס האלסטו? האט דער ברך משה זי"ע געזאגט ליגענט?, איז דאס נישט אמת געווען?
אדרבה כאפ א שמועס מיט אידן פון דערהיים וועסטו געוואויר ווערן,
און איז ר' אברהם געווארן אויס פגום?, ניין!!! זיכער נישט, מען קען נישט ווערן
אויס פגום, א פגום קען זיין א גאון גדול, א פגום קען זיין א געוואלדיגער תלמיד חכם,
אבער א פגום בלייבט א פגום, דאס קען מען נישט טוישן,
איין זאך זעה איך, וואס פאר א זכי' סאטמאר האט, אז נישט ר' אברהםן און
נישט שמעון ווייס ליגן אין סאטמאר, איז דאס נישט א אפענער מופת פון אונזער רבי?.
איי געפעלט מיר דיין סטעיטמענט פון מה בין הדברי יואל להברך משה,
ווי דו שרייבסט:
מה בין ברך משה לויואל משה (דברי יואל בלע"ז)?
ווען דער רבי האט געזאגט נישט גיין צו די בחירות - גייט מען נישט צו די בחירות; נישט גיין צום כותל - גייט מען נישט צום כותל; נישט רעדן קיין העברעאיש - רעדט מען נישט קיין העברעאיש; ס'איז געווען א מחלוקת לשם שמים, סופו להתקיים, אבער די מחלוקת'ער פון ברך משה קוקט עפעס אויס אז אין סופו להתקיים,
נבוכדנצר, אויף וואס פאר א פלאנעט געפינסטו דיך?,
מילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי, ווארשיינדליך ביסטו נישט
בחזקת בר נש, זאג נאר נבוכדנצר, וויפיל אירע גייען נישט צו די בחירות, הא?
גאר א קליינער קומץ!!! ממש יחידי סגולה, און נאך אסאך א קלענערער עולם האלט
זיך צוריק פון צו גיין צום כותל, און העברעיש, יא, וויאזוי שרייבסטו? דער רבי האט
געהייסן נישט רעדן קיין העברעאיש - רעדט מען נישט העברעאיש,
נעבעך נעבעך, מיינסט עס טאקע ערענסט, מען רעדט נישט קיין העברעאיש?
אפשר אין טשיינע אדער אין רוסלאנד, אין ארץ ישראל רעדן ליידער רוב מנין ובנין פון
אחינו בני ישראל און אפילו סאטמארע די טמא'ענע שפראך עברעאיש, און דאס מאכט
אבסעלוט נישט קלענער אונזער הייליגן רבי דער בעל דברי יואל זי"ע,
לאמיר ווייטער זען, , וואס איז געווען דער פייט ביי אונז, איר האט פשוט נישט געוואלט
דער ברך משה זאל זיין דער סאטמארער רבי, איר האט נישט געוואלט רבי אהרן
זאל זיין קרית יואלער רב, איר האט נישט געוואלט קיין מוסד שערי חמלה, און קיין איינס פון דעם איז אייך ב"ה נישט געלונגען, און טאקע נאר פארן שרייען שייגעץ ארויס, והוא שעמדה לאבותינו ולנו,
נבוכדנצר, היינט צו טאג, שעמען זיך כמעט אלע בני יואל זיך צו אונדענטיפיצרן מיט די בני
יואל, (קענסט דאס מיט רעכט אנרופן ווערעמיג), אויסער ממש אפאר גאר עקסטרעמע
בני יואל'ניקס, זענען זיי זיך אלע צולאפן, א טייל קיין קאשוי, לייטנער, רבי לייבוש לייזער,
טאש, תולדות אהרן, זיי האבן געשריגן אז זיי דארפן נישט קיין טייטלבוים, אבער סוף כל סוף
זענען רוב פון זיי אנגעקומען צו זלמן לייב, (אויך א טייטלבוים),
נבוכדנצר, דיין שנאה צו אונזער רבי שליט"א איז בכלל נישט גרעסער פון דיין שנאה
צו זיין טאטע ז"ל, אלזא איז אונזער רבי שליט"א דער אמתער ממלא מקום!!!,
היינט צו טאג ווייסט יעדער ווער עס איז דער עכטער סאטמארער רבי און ווער ס'פראבירט
צו גנבענען דעם נאמען און די מוסדות סאטמאר, אמת, ווען מען זאגט סאטמארער רבי
פרעגט מען וועלעכער?, אבער די פראגע גייט אזוי, וועלעכער? דער תלמיד חכם אדער דער
עם הארץ? דאס איז די פראגע, אדרבה, לאמיך הערן א דרשה פון הרב וואזנער מיט אזעלעכע לשונות וואס ער האט געזאגט אויף אונזער רבי שליט"א זאל ער זאגן אויף דיין רבי,
לאמיך דאס הערן, לאמיד הערן א דרשה פון ירושלימער רב שליט"א (וואס איז אגב נישט
נחשד צו זיין א אהרוני) לאמיך הערן אזעלעכע דיבורים אויף דיין שטריק, צו דיבורים פונעם ראב"ד הרב שטערנבוך שליט"א, די וועלט זעהט באשיינפערלעך ווער ס'איז דער ממשיך דרכו פון רבותינו הקדושים בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע, אלטע אידן אין ירושלים האבן מיט טרערן אין די אויגן
געזאגט אז אונזער רבי דערמאנט זיי דעם הייליגן דברי יואל זי"ע, די פלאם פייערדיגע
דרשות!, די הארציגע תפילות!, אידן מיט זייערע משפחות זענען געשטאנען גאנצע נעכט ווארטן
אריין צו גיין צו אונזער הייליגן רבי לברך ולהתברך, דאס קומט נישט פון דזשיגאן טעיפס,
דאס קומט פון זיין ממית עצמו לילות כימים לתורה ולעבודה, פיקטשערס אין עולם החרדי מאכט
קיינעם נישט סאטמארער רבי, פון קלאפן מזוזות און טאנצן אויף חתונות ווערט מען נישט קיין
צדיק הדור, א צדיק הדור איז נאר ווער עס איז א מרביץ תורה, וויאזוי האט הרב וואזנער שליט"א
געזאגט?, כתר מלכות און כתר כהונה איז עובר בירושה אבער נישט כתר תורה, כתר תורה
האט מען נאר אויב מען הארעוועט אויף תורה, און דאס איז אונזער שטאלץ, מיר האבן א רבי
וואס האט כתר תורה,
אגב, מיז איך מודה זיין אז ווען דער רבי דער בעל דברי יואל זי"ע האט גהאט צו גאסט
צום סדר דעם פרישן וויזניצן חתן, זענען זיי געזעצן BACK TO BACK, דער חתן איז געזעצן
מיטן פנים צום עולם, און דער רבי האט זיך געזעצט אינטערן חתן מיטן פנים צו די וואנט,
איי מיין טאטע שליט"א וואס איז געווען ביי דעם סדר זאגט אז דער וויזניצער חתן איז געזעצן הארט
לעבן רבין, און דער רבי האט עהם אויפגענומען בפנים שוחקות, נו, קען איך דען גלייבן מיין
טאטן? ער איז דאך א פאלנער אהרוני!!!, ובפרט ווען נבוכדנצר זאגט פארקערט,
לסיכום הדברים: נבוכדנצר, קענסט שפייען בלוט, אבער סאטמאר, איך מיין דער
אמתדיגער סאטמאר איז נישט באנקראט, ווען טויזענטער אידן קומען זיך צוזאם צו הערן
דברי אלקים חיים, איז מען נישט באנקראט, ווען טויזענטער אידן טאנצן הקפות מיט א ברען
עד כלות הנפש, איז מען נישט באנקראט, ווען טויזענטער אידן קומען הערן תורה
די ערשטע נאכט יום טוב, מיטל נאכט, און שבת בראשית, (כאטשיג דער רבי זי"ע האט
נישט געזאגט) דאן איז מען נישט באנקראט, להיפוך סאטמאר בליט עשרת מונים,
באנקראט איז מען אז מען האט א רבי א פיסטער שטריק א עם הארץ, דאן איז מען באנקראט,
באנקראט איז מען אז מען קען נישט צוזאם קראצן קיין פופציג מענטשן צום טיש, דאן איז
מען באנקראט, באנקראט איז מען אז חודש אלול ותשרי ווען ביי אונז שטייען יעדע נאכט
הונדערטער אידן צו האבן די זכי' להכנס אל הקודש פנימה צו הייליגן רבי שליט"א צו באקומען
א ברכה לקראת השנה החדשה לברך ולהתברך, בו בזמן איז ביי אייך פוסט און וויסט
תוהו ובוהו, דאס איז באנקראט,
איך שטעל מיך אויך צו צי די מחאה קעגן די דברי ניאוץ אויפן רבין זי"ע.
צו דיר נבכאדנאצר, קורץ:
1. די אישו איז דא לגמרי נישט געווען ר"א לייטנער, די אישו איז זלמן לייב טייטלבוים, פינטל.
2. די בעסטע לימוד זכות אויף זלמן לייב טייטלבוים איז נאר אז ער האלט באמת ביי זיך אין הארץ יעדעס איינציג ווארט וואס די האסט געשריבן, דהיינו אז ער האלט קלאר אז זיין טאטע האט זיך געפירט כל ימיו נגד התורה און ער איז דער ברא מזכא אבא וואס איז מתקן די עבירות פון זיין טאטע. עפ"ל!!! רח"ל מהאי דעתא!!! דאס אין בעסטן פאל.
3. איך מצידי בין זיך גענצליך מחולק מיט דיר, איך האלט אז דער זלמן לייב, איז נישט מער וואו א פארשטינקענער חונף און א בלאפער ער ווייסט נישט פון זיין חיות צו זאגן פון ר"א לייטנער, ער איז געבינדען הענט אין פיס צו די אלע שונאי אביו, ער ווייסט אז די מינדעסטע ריר ער טוט קעגן זיי קען ער פארשפארן זיין ביזנעס, דעריבער איז ער גרייט צו פארקויפן זיין הייליגן טאטען מיטן באשאפער פאר זיין נזיד עדשים.
i leave it at that
רבותי איך האב היינט גענומען OFF פון מיין ארבייט צו קענען ענטפערן די טיפשים,
ביטע אריין שיקן א שטיקל באשטייערונג צו מינימיזירן דעם שאדן פון $300 וואס איך האב דערפון!!!
ווערבינאיך!!!,
אזוי? דו ביסט עלטער פון מיר?
דו געדענקסט נאך ווען אלע זקני הרבנים האבן זיך געריקט אין א זייט כדי
דער "שווארצער" סיגוטער (ווי די רופסט עהם) וואס איז נאך ממש געווען א אינגערמאן, זאל קענען זיצן
דער ערשטער לעבן רבי'ן זי"ע?, דו געדענקסט נאך ווי מען האט געציפט דעם סיגוטער און גערודפט
בציווי הרבעצין ז"ל, אפשר געדענקסטו נאך ווי מען האט געפייניגט דעם רבינס טאכטער רויזעלע ז"ל?
(איך דארף פונקטליכע אינפארמאציע פון יענע תקופה, ווייל משה גבאי האט צו געזאגט אז ער
גייט מאכן פון אונזער רבי שליט"א "א רויזעלע!!!),
איך האב הנאה אז דו געדענקסט ווי דער הייליגער בעל ברך משה זי"ע האט שטארק פראבירט
מקרב צו זיין דעם קאשויער רב ז"ל און ר' אברהם לייטנער ז"ל, אמת ויציב, איך געדענק
דאס אויך, ער האט מיט כח פראבירט צו פארמינערן די קנאה שנאה פון געוויסע רבנים וואס האבן
פשוט נישט אויסגעהאלטן אז דער סיגוטער רב איז פלוצלינג געווארן דער סאטמארער רבי,
דער סיגוטער רב איז געווארן נשיא התאחדות הרבנים און נשיא עדה החרדית, און די קנאה
האט אנגעהויבן צו פלאקערן, האט דער הייליגער ברך משה ז"ל וואס איז כידוע געווען בבחינת
האיש משה עניו מאוד, א אוהב שלום ורודף שלום, האט פראבירט מיט צו ארבייטן מיט נאך רבנים,
יא, איך געדענק ווען דער ברך משה האט אנגעפירט א זיצונג מיט רבנים און איז געזעצן אויבן אן
ווי עס פאסט פארן נשיא התאחדות הרבנים, און אזוי ווי דער קאשויער רב זצ"ל איז אריין געקומען
האט ער זיך גערוקט אין א זייט אז דער קאשויער רב זאל אויך קענען זיצן אויבן אן,
משה גבאי האט אנגעהויבן צן קאפן מיט די פיס און צוריק ריקן דעם רבי'ן אבער ס'האט עם נישט
געהאלפן דער איש משה עניו מאוד האט זיך נישט געלאזט, אבער וואס איז שפעטער געווארן?,
ר' אברהם לייטנער וסייעתו האבן עכט געמיינט אז דער רבי נעמט זיי אריין אלץ שותפים אין די סאטמארע
רביסטעווע, זיי האבן אנגעהויבן צו זאגן מיינונגען אין הנהגת סאטמאר און האבן פשוט אנגעהויבן
דעריגירן און פארפירן מיינענדיג אז סאטמאר איז געווארן א שטח הפקר, און דאס איז געווען ווען
דער הייליגער ברך משה זי"ע האט אראפ געלייגט א פיס און געזאגט עד כאן, דא בין איך בעל הבית
און פונקט ווי איך זאג נישט קיין מיינונג אין קאשוי און אין בנין דוד מאנטעוועדעא, בין איך נישט
אינטרעסירט צו נעמען ארדערס פון ענק, און דאס איז געווען די התחלה פון די מחלוקה,
אינטרעסאנט, דער ברך משה האט געהאט א זוהן א חכם עתיק, א נועם המידות, און זיך בכלל נישט
מתייעץ געווען מיט עהם, עיצות האט ער נאר גענומען פון זיין זוהן דער פערד (כלשונך הטמאה עפ"ל),
יא, ווען ער איז געזונט געווארן משנת תשנ"ט ולאילך האט ער זיך געכאפט ווי ראנג ער איז געווען כל שנות חליו
יא, דאן האט ער איינגעזען זיין מעכטיגן טעות און זיך אנגעהויבן מתייעץ צו זיין נאר מיט זיין בנו מחמדו דער
זיסער זלמן לייבעלע, כאטשיג פון מאל צומאל איז ער אביסל צוריק קראנק געווארן, למשל ווען ער האט
בפני עם ועדה טאקען ווען זלמן לייב האט חתונה געמאכט און מען האט נישט געוואלט ברענגען קיין
בענקל פאר רבי אהרן, האט ער זיך אויפגעשטעלט און געשריגן אז אויב ברענגט מען נישט זאפארט
א בענקל גיט ער עם איבער זיין בענקל, אבער ווי געזאגט דעמאלטץ איז ער אביסל צוריק קראנק געווארן
א זאך וואס עס טרעפט ביי אסאך עלטערע אידן, אבער אין אלגעמיין ווען ער האט נישט געוויסט
צו עס איז זונטיג צו מאנטיג, דאס הייסט ווען ער איז געווען פאלקאם געזונט האט ער נאר געוואלט
הערן דעם חוות דעת און דעת תורא פון בנו מחמדו וחביבו !!! ,
[
ווערבינאיך, אפשר זאגסטו מיר, וויאזוי עס איז געלונגען פאר אזא פערד (עפ"ל) צו האבן צענדליגע טויזענטער
חסידים, רוב מנין ובנין און רוב זקני תלמידי רבותינו הקדושים זי"ע האבן זיך אנגעקלעבט אין עהם, מילא אז
פאר דיין שטריק איז געלונגען צו האבן עטליכע הונדערט שונאי סאטמאר איז מיר נישט שוער,
ער איז דאך נישט קיין פערד, ער איז דאך א פיקח עצום, אבער פאר א פערד זאל אזוי גיט גיין
איז פשוט א תמיה עצומה,
אזוי? ר' אברהם האט קיינמאל נישט גערעדט אויפן ברך משה? איך פארשטיי אז ווען דער ברך משה
האט עפעס געזאגט אדער געטוהן, איז דאס עכט געווען אהרן מדבר מתוך גרונו של משה, און עכט
האט דאס אונזער רבי געזאגט אדער געטוהן, אבער דאס אז ווען מען רעדט אויפן ברך משה זאל הייסן
אז עכט רעדט מען אויף קרית יואלער רב דאס האב איך נאכנישט געהערט, יעדען שבת ביי שלש סעודות
מידי שבת בשבתו האט ער גערעדט אויף "זייער פירער" ווי ער פלעגט צו רופן דעם ברך משה, (יא, ניבא
ולא ידע מה ניבא) ער האט אויף עהם גערעדט מיט א זילזול שאין כמוהו, וויאזוי קענסטו לייקענען השמש
בצהרים, די טעיפס זענען יענע צייט געווען גיט פארשפרייט, און יעדער האט דאס דאן געהערט,
SO STOP THE CRAP,
אלזא ווערבינאיך, האסט מיך אפגעפרעגט מיט דיין סטעיטמענט אז ר' משה מנחם זאגט דאס נישט,
זאג נאר, האסט עהם געפרעגט?, איך געדענק נאך ווען ער פלעגט דאס יא צו זאגן, קען זיין אז
היינט ווען ער דינט דעם פאלשן רבין מעג מען שוין זיין פאלש, און וואס איגנארירסטו דעם צווייטן
נאמען פון רבי שמעי' גרינבוים שליט"א, איז ער נישט באגלייבט?
כא כא כא... דרך ארץ פאר א איד א תלמיד חכם, אפשר זאגסטו ווען איז ר' אברהם געוארן
א תלמיד חכם? אפשר ווען ער האט זיך צו געשטעלט צו עהם צו פייטן סאטמאר?, און וואס
טיט זיך מיט אנדערע תלמידי חכמים, ס'איז דא א איד וואס הרב וואזנער שליט"א זאגט אז ער איז
באשאנקען מיט כתר תורה, הרב שטערענבוך שליט"א זאגט אז ער איז דער גרעסטער מרביץ תורה בימינו,
דער ירושלימער רב שליט"א זאגט אז דער איד איז מחייב אלע רביס בזמנינו, און דער איד איז
פערצאפאל אחיו הגדול "כבד את אביך ואת אמך, את לרבות אחיך הגדול" אפשר וואלט געפאסט ער
זאל זיך איבער בעטן מיט דעם תלמיד חכם, הא?, יא, אפשר אביסל "הכנעה" פאר א עלטערן ברודער,
זעהסט, אויף מידות און חכמה קען איך נישט פרעגן, ווייל וואס פאר א בעל מידות דיין שטריק איז, ווייסן
מיר דאך אלע, איך האב געהערט פון א קלוגן איד (דו האסט דאך ליב איבער צו זאגן דבר חכמה פון
קלוגע אידן) אז ווען מען רעדט אביסל מיט זלמן לייב ווערט געוואר אז ער איז אסאך א גרעסערער
תלמיד חכם ווי א נועם המידות... זייער א טיף ווארט ודפח"ח,
ווידער חכמה?, וועל איך דיך פרעגן, וויפיל חכמה פארלאנגט זיך צו טאנצן מיט יוסל וואלדמאן, הא?
איינער וואס האט גערופן דיין טאטן כומעינו, (יא, איך ווייס אז עכט האט ער געמיינט דעם קרית יואלער רב!!!),
וויפיל חכמה דארף מען צו זאגן אז שמעון ווייס איז געווען א ידיד נאמן פארן טאטן?,
(א זאך וואס האט ארויס גערופן א מעכטיגן גלעכטער פונעם גאנצן ציבור אינמיטן די לוי'
עד כדי כך אז די אנשי חברה קדושה זאגן אז אפילו דער נפטר האט אויך געשמייכעלט,
און אז עד היום איז שפתותיו שמייכלדיג בקבר), וויפיל חכמה דארף מען צו גיין מספיד זיין איינעם
וואס איז געווען א שונא מובהק פאר דיין טאטן?, וויאזוי האט א באקאנטער רב, א רב וואס האלט כסדר
דרשות אין ראדני, א רב וואס הייסט אין די גאס איינער וואס איז נוטה צו זלמן לייב, געזאגט די וואך אין 53
בית המדרש, אז אפילו די גרועים שבאומות ווייסן צו שעצן א טאטן, און וואלטן קיינמאל נישט מכבד געווען
א שונא פונעם טאטן, און טאקע דריבער מאכט מען נישט קיין ברכה אויף מצות כיבוד אב ואם, און אזוי אויך
אויף צדקה און גמילות חסדים, ווייל דאס איז א מצוה שכליית, ס'איז שכלדיג אז א מענטש און אפילו א גוי
וועט מכבד זיין און נישט פארשעמען אן אייגענעם טאטן, על כל פנים דער חכם מחוכם דער פקח עצום
זלמן לייב טייטלבוים פארשטייט בעסער פון זיין טאטען, ער פארשטייט בעסער פון יעדן נארמאלן מענטש,
און פארשטייט אפילו בעסער פון די פשוטע גויים, יעדער איז מכבד א טאטע, און ער מיט זיין חכמה נפלאה
איז פראסט און פשוט מבזה זיין אייגענעם טאטן.
זאג נאר ווילסט דאס צוגלייכן צו די ספינקא מחלוקת? לא הרי זו כהרי זו, אין קראלי איז געווען א פלאקערדיקע
מחלוקה צעווישן רבי אביש ז"ל און דער רבי זי"ע, די מחלוקה איז געווען אז דער רבי האט געאסרט א שוחט און
ער האט מתיר געווען, פון רבי אביש ז"ל האט מען קיינמאל נישט געהערט א ווארט אקעגן רבין, קיינמאל,
האט ער נישט צוריק גענטפערט, מען האט עהם אנגעטוהן צרות צרורות כדרכם של חסידים ותלמידים,
אבער פון עהם האט מען נישט געהערט, סא, נישט דער רבי האט גערעדט אויף רבי אביש, און נישט רבי
אביש האט פערזענדלעך גערעדט אויפן רבין, ווען רבי הערשעלע ז"ל איז געקומען קיין אמעריקא, די מחלוקה
איז שוין מער נישט געווען אקטועל, האט ער מחליט געווען צו זיין נכנע אינטערן רבין זי"ע ער האט זיך אינטער
געווארפן כעבדא מרי קמיה, און ווי א חסיד איז ער כסדר געקומען צום רבין, נו, אוודאי האט עהם דער רבי ז"ל
מקרב געווען, דער סכסוך איז דאך נישט געווען מיט עהם, אבער דא, דער ר' אברהם איז דאך
דער זעלבער ר' אברהם, דער זעלבער מענטש, ר' אברהם האט קיינמאל נישט צוריק
געצויגן פון זיינע אטאקעס אקעגן זיין טאטע, ער האט קיינמאל נישט מפייס געווען דעם רבן של ישראל,
און דאס איז דאך דער זעלבער מענטש וואס האט פערזענדלעך אטאקירט דיין טאטן, מעגסטו דען גיין צו
עהם?, איז דען שייך א גרעסערער ארור מקלה אביו?,
העי, ווערבינאיך, אל תמנע טוב מבעליו!!! רוף שוין אן דעם בעלזן און זאג עהם אז דו ווייסט
אז ער חלשט צו מאכן שלום מיט זלמן לייב אבער ביי מיסטעיק רופט ער אלץ אן דעם ברודער'ס
טעלעפאן, און חנפה'עט גאר צו זיין עלטערן ברודער, אגב, פארוואס טאקע נישט? פארוואס וויל נישט
זלמן לייב שלום מאכן מיטן בעלזער?, איז ער נישט געווען גענוג א גרויסער שונא פאר זיין טאטע
אז ס'זאל זיך לוינען שלום צו מאכן מיט עהם?, דער נועם המידות האט יעדן מוחל געווען, פון יוסל
וואלדמאן, שמעון ווייס, יצחק לייב וויינגארטן, ר' אברהם לייטנער ז"ל, וכו' , נו פארוואס נישט מיטן
בעלזער? מיט וואס איז ער ווייניגער?, ווייסטו וואס פאר א כבוד זלמן לייב קען האבן אין ארץ ישראל נאכן שלום
מאכן מיטן בעלזער? שטעל דיך פאר, ביים קבלת פנים אין ירושלים עיה"ק, וועט פון איין זייט זיצן זיין
ידיד נאמן דער חבר הכנסת, און פון די צווייטע זייט דער בעלזער רבי, און די אהרונים וועלן פלאצן!!!
ווערבינאיך טוה צו דערזאך, זעהסט, איך בין נישט אזוי שלעכט, איך פארגין אייך כבוד מלכים, און געב אייך
גיטע עצות,
יעצט צו ענדע וועל איך ענטפערן די גרויסע מעטיגע קשיא,
ווערביןאיך???
די קשיא ענגברט יעדן רעכט דענקענדיקן מענטש,
יעדער נארמאלער מענטש וויל באמת וויסן ווער דו ביסט,
וועל איך דאס ענטפערן,
דיין ניק אין היידפארק איז נבוכדנצר,
און דיין אמתער נאמען איז.................................
זלמן לייב טייטלבוים
ווען איך האב געהערט אז דער נפטר איז בסך הכל אלט געווען 78 יאר
איז מיר געווען א שטיקל פלא, אז שוין מיט 15 יאר צוריק , האט ער ביי א דרשה (קעגן סקול דיסטריקט) געזאגט אויף זיך אז ער איז פון די "זקני הרבנים", זייענדיג בלויז נישט מער ווי 63 יאר.
אויסערדעם האב איך געהערט, אז אין תשכ"ח, ווען מרן בעל דברי יואל איז ליידער פארשלאפט געווארן פונעם סטראוק ל"ע, האט דער נפטר רבי אברהם, זיך גוט נאכגעפרעגט צי דער רבי איז בכח צו פירן ווייטער די הנהגה וכו'?
ער האט דאס געפרעגט פון ר' אברהם ווערצבערגער ז"ל און אנדערע געוועזענע אקטיווע פירער פון קהל יטב לב.
קומט אויס אז בשעת'ן רבינ'ס פטירה איז ער נאכנישט געווען קיין בן ארבעים...
יענקעלע
און דאס וואס ר' אברהם האט נאך נאך די פטירה פונעם בירך משה, פארפירט אז מ'מוז מאכן א וואנט צווישן אים אינעם דברי יואל?
אפשר האט אים רז"ל געדארפט גיין איבערבעטן ר' אברהמע'ן ביי די לויה, אז ער האט אים ליידער נישט געקענט פאלגן... ווייל ער איז נישט באלעבאס!
ארגינעלער, וואו קראנט איז די מעשה מיטן וואנט? איך האב עס אויך געהערט, אבער נישט קראנט, די ווייסטעך ווי אזוי מעשיות גייען. האט טאקע ר' אברהם קלאר געבעטן זלמן לייב אין די שבעה פון רבין אז מ'זאל לייגן א וואנט?
אבג, אויב ער האט געענטפערט אז ער איז נישט בעה"ב, איז ער גראדע וואויל גערעכט, איך בלעים איהם נישט, ווייל קהל יטב לב בראשות ר' בערל פר"מ איז בעה"ב. ווען ער איז ווען בעה"ב וואלט ר' אברהם געווען אינעם אוהל און זיין טאטע צווישן די נפלים, רח"ל.
וערביןאיך
ביסט א פאלנער ליגענער
די רבי שליט"א האט קיינמאל אין זיין לעבן נישט געזאגט קיין ווארט ברבים קעגן ר' אברהם לייטנער!
יענקעלע יענקעלע געבענטשט זאלסטו זיין פארן נעמען די מי אפציענטפערן די אלע שקרים וכזבים פין די כת הרשעים כים נגרש, יעדעס ווארט וואס די שרייבסט איז דאך גינג גאלד, אין אמת ויציב, אין טאקע פאר דעם ווייל די אינטערנעט פארט אזוי ארום אין די גאנצע וועלט דארף מען טאקע יא צירוקענטפערן, ווייל נאך אלעם פארגעסען מענטשען אלטע געשיכטעס, אין אמאל קען זיך מאכן אז קומט אזא איינער ווי דער "נבוכדנעצאר" וכל שום וחניכא דאית לי', אין הייבט אן צי שרייבן שקרים אין קיינער קען נישט אויף ווייזן אויף די מינוט זיינע געמיינע ליגנטס, אלזא א דבר בעתו האסטו געטוהן צי נעמען off פון די ארבעט היינט אפציענטפערן די אלע שוטים? רשעים למניהם ויסכר פי דוברי שקר.
נאכאמאל א גרויסן ישר כוח יענקעלע11 אין אויך פאר דזשוליאני 08 (א גיטער פריינט מיינער) אין אלע אנדערע, דער דברי יואל אין דער בירך משה זצוק"ל וועלן ענק זיכער באצאלען מיט כל טוב.....
יענקעלע,
אגב רוגזך לא דק
איך האב געשריבן אויף ר' אברהם אז ער איז געווען פון די שווארצע.
די מאכסט דעם אנשטעל כאילו דער ברך משה האט זיך שואל עצה געווען מיט זיין זין פון קר"י
האסט א טעות ער איז פארנומען געווען יומם ולילה צו ווישן זיין .... און דאס איז אויך געווען די סיבה פארוואס
ער האט געשטעלט רז"ל אין די זייט.
די פרעגסט
אפשר זאגסטו מיר, וויאזוי עס איז געלונגען פאר אזא פערד (עפ"ל) צו האבן צענדליגע טויזענטער
חסידים, רוב מנין ובנין און רוב זקני תלמידי רבותינו הקדושים זי"ע האבן זיך אנגעקלעבט אין עהם,
דער תירץ איז אז רוב זקני תלמידי רבינו זי"ע זענען טאקע נישט דארט
אינטערעסאנט אז עס איז נישטא קיין איין טעיפ קיין איין מאמר פון ר' אברהם קעגען דעם ברך משה און די האלטסט און איין
איבערחזרן דעם זעלבען שקר נאכאמאהל און נאכאמאהל,
יא אמת קעגען דעם גייסטיגען פירער פון קר"י איז דא אסאך אבער אויף דעם איז ר' אברהם נישט דער איינציגער
כמעט אלע ערליכע אידן פונעם פריערדיגען דור וואס זענען נאר נאענט געקומען צו דעם בהמה האבען זיך אויף דעם טיפוש אויסגעדריקט כל מיני לשונות של גנאי.
די פרעגסט ווען ר' אברהם איז געווארן א תלמיד חכם
פרעג זיינע תלמידים
ר' געציל
ר' ישראל חיים מנשה
ר' זלמן לייב פילאפ
ר' משה מנחם
ר' שלמה לייב וויינבערגער
וכו' וכו'
רב וואזנער מיט רב שטערענבוך מיטן ירושלימער רב זאגען די זעלבע און אסאך שענערע זאכען אויף
רז"ל, אוודאי ווייסטו נישט דערפון ווייל און בלאט ווערט דאס נישט דערמאנט.
דערנאך נעמסטו זיך איבער דעם ענין פון כיבוד אב
די אימפארשעמטער יונגאטש ווי איז נאך געווען אינדערוועלט אזא ביזוי אב ורבו ווי דעס רופען אין קארט אויפען גאס
א אייגענעם טאטען, איך דארף נישט קיין רב אין 53 ביהמ"ד זאל מיר זאגען אז אפילו די גרועים שבאומות
קענען נישט טיען אזא זאך צו א אייגענעם טאטען
און דא רעדט מען נישט פון קיין שליח נאר בכבודו ובעצמו פון זיין אייגענעם טשעקינג אקאונט האט ער באצאלט דערפאר
אויף דעם שטייט נישט ארור מקלה אביו?
פון עם דארף מען זיך לערנען כיבוד אב?
אזא ביליגער און שמיציגער שוטה אידיאט איז נאך נישט געווען מיום בריאת העולם
ווייל זיין טאטע האט עם געזאגט טייל דיך מיט דיין ברידער און די ירושה וועגען דעם מעג מען רופען א טאטען און קארט?
און דעס אלעס איז נאכדעם ווי
זיין טאטע האט זיך מוסר נפש געווען פאר עם קוק וואס ער האט עם באצעלט
זיין טאטע האט זיך צוקריגט מיט אלע רבנים נאר פאר דעם שוטה רשע גס רוח קוק וואס ער האט עם באצאלט
זיין טאטע האט אלע גוטע פריינד פארלוירען קוק וואס ער האט עם באצאלט
און ווען ער האט געמיינט אז זיין טאטע וועפט שוין און עס איז שוין געקומען די צייט צו שיקען זיין טאטען אין
נוירסינג האם אריין איז ער געוואר געווארען אז זיין טאטע ווייסט נאך יא עפעס
און זיין טאטע האט זיך מיישב געווען גענוג איז גענוג אין געברענגט זלמן לייב קיין וויליאמסבורג
עס האט נישט געהאלפען שיקען די בחורים שטויסען און צובליטיגען זיין אייגענעם טאטען שפאצירענדיג און קר"י
עס האט נישט געהאלפען זיינע דרשות אז זיין טאטע איז אויסגעוועפט
דאס אלעס איז געווען פאר גרויס כיבוד אב
אויף דעם שטייט נישט ארור מקלה אביו?
און פון עם דארף זיך רז"ל לערנען הלכות כיבוד אב?
איך האב נישט קיין טענות צו דיר ווייל אז מ'דרייט זיך לאנג מיט אזא בהמה עסט מען אליינס שטרוי
צום לעצט
איך האב פאר דיר נייעס דער בלזער האלט און איין שיקען שליחים צו ר' זלמן לייב אונטערעסאנט אז ער האט דיר דאס נישט מודיע געווען
פאר די וואס ווילן זעהן ווער האט גערעדט אויף וועם
אדער זאלען קויפן דעם ספר מלחמת חובה וועלן זיי אליין נישט גלייבן וואס זיי וועלן דארטן זעהן. נאכדעם וועלען זיי שוין נישט האבן קיין קשיות אויף די דיבורים פונעם ברך משה זי"ע
אז נישט זאלען זיי לייענען וואס איך האב געשריבען בשם אומרו. אין סוף פונעם אנדערען ארטיקל (אשכול) פון דעם דעם זעלבען פורום.
"חבר הכנסת שיין אויפגענומען אין טענקער בית המדרש אין בארא פארק"
verbeenich די ביסט א פוסטער משוגענער א שקרן איך האב נאכאמאל איבער געקוקט דיינע מיט יענקעלעס תגובות, יענקעלע ענטפערט זייער גיט מיט באוויזן אין פאקטן, אין די ענטפערסט סתם שיסט צירוק מיט סתם שקרים אויסגעזויגען פון די פינגער וואס איז אפילו נישט כדי צי ענטפערן.
איין זאך בין איך מחולק מיט יענקעלע11 ער זאגט אז "ווערבינאיך" איז זל"ט, ולולא דמסתפנא זאג איך אז דער "ווערבינאיך" איז נישט קיין אנדערער ווי דער בן פראדל שר"י אליינס, פאר וואס זאג איך אזוי ווייל כמעט די זעלבע ווערטער, מיט די זעלבע מאס "שוים" ווי ער שרייבט דא האט ער אמאל געשריגן אופן גאס , עס איז געווען שמחת תורה ביינאכט תשסה לפ"ק נאך די הקפות אין טענט ווי טויזענטער יודן בלי גוזמא האבן אהיים שפאצירט אויף בעדפארד עוו. אין דער שוואנץ דער משתבק איז געשטאנען ביי בעדפארד קארנער ראסס, געשימפט אין געשאלטן אלעם בייזן, ולא נתקררה דעתו המטורפת, ביז ער האט געשאטן דברי בוז וקלון, אויף רבינו שליט"א, (דעמאלטס נאך רב הצעיר דסאטמאר) ממש געהוי ווי ער שימפט דא יעצט אינטערן ניק "ווערבינאיך" ,איך האב דאס געהערט, אין נאך אנדערע צענדליגע דורכגייער, (מרוב כעסו האט ער זיך נישט געשעמט אזוי צי ליארעמען אופן גאס, בא לידי כעס בא לידי טעות) במילא איז דאס נישט קיין גילוי ווייל דער אקס דער אזוי געריפענער משתב"ק האט זיך דא אליין'ס מגלה געווען. איך האפ אז די מנהלים וועלן דאס פארשטיין....
איך זע נישט קיין שום תועלת אין דעם אשכול, סיידן בזיון דאס מבזה זיין גדולי ישראל באופן נורא ומבהיל.
אזעלכע זאכן טאר נישט אויסגעלופטערט ווערן אין דער פאבליק, אודאי נישט נאך זייער פטירה.
עס איז אבער יא אינטרעסאנט צו ווייזן , וואס א סאטמארער חסיד האט זיך אויסגעדריקט, אז דער אהונישער רבי איז היינט אויסגעשלאסן פון סיי וועלכע סאטמארער זאך, ווי נאר עס איז האנדעלט זיך מיט סאטמאר (און איך מיין נישט די היינטיגע יונגעלעך, נאר פון די צייטן ווען וועלט איז נאך געווען וועלט) .
איז עס דען א וואונדער אז די אהרונישע יונגעלעך דא זענען אזוי צעטראגן?
ציטראגען? כא כא כא כא כא כא
יא אפשר מיר זענען ציטראגן מיט די טויזענטער יודן וואס קומען הערן הושענה רבה דרשות אויף האפפער סטריט פינעם צדיק הדור, אין עטץ זענטס "העעעעעעעעפי" מיט ענקערע טויזענטער מענטשען וואס איגנארירןן אין זענען נישט אינטערסירט אין ענקער שטריקס הושענה רבא דרשות הקפות מגילה ליינען, (עיין בגאגעל יוטאב וכו') אין קומען זיך נישט געזעגענען וכו' די ליסט איז גרויס, הא דוד46 , קאט די קרעפ פליז.....
פאקט בלייבט פאקט:
דער אהונישער רבי איז היינט אויסגעשלאסן פון סיי וועלכע סאטמארער זאך, ווי נאר עס איז האנדעלט זיך מיט סאטמאר
דוד וועלעכע סאטמארע זאך?
ער איז סאטמארער רבי!!
ער קען זיין ביז איבערמארגן, אבער אז ער האט קיין שייכות נישט צו סאטמאר איז עס נאר דער נאמען אן קיין סחורה
איך זעה נישט וואס מ'מאכט דא א גאנצן בראטעל פונעם נפטר.
אין מיינע אויגן האט זיך דער נפטר אליינס באגראבן מיט'ן גיין צו די אראבער.
און רעב זאלי האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א וועלטס לוזער, ווען ער האט געהאקט אין דער איד אויף אים, בלויז מיט עטליכע חדשים צוריק, און דא האט ער אזוי געוויינט מיט קראקעדיל טרערן ביי זיין הספד.
און צום לעצט 2 פראגעס צו ווערביסטו:
(1)
ווען עס קומט צו לייגן א נאמען אויף די מתיבתא.. מאכן זיין געוואלדעס, אז דער בירך משה טאר נישט דערמאנט ווערן דארט...
א שעה דערויף, ווען מ'דארף פארענטפערן משה גבא'יס מיט זאלי'ס לוזערישע און פערדישע שריט, שרייען זיי... דער רבי איז שולדיג אין אלעם... נישט משה גבאי.. נישט דער בירך משה האט געזאגט פגום... נאר דער קרית יואל'ער רב האט אים געהייסן....
אלזא, אויב דער בירך משה איז נישט שולדיג, פארוואס לייגט מען נישט ארויף דעם טאוועל...!
(2)
די זאליס זענען אין ציוניסטישן קאורט שוין איבער א יאר... און מ'האוט נישט געהערט קיין ווארט פון קיינעם פון די פעיראלל דיינים, און אויך נישט פונעם גרויסן נפטר זצ"ל... וואס צייגט דאס?!
איינמאל היפאקריטן
צוויימאל היפאקריטן
דריימאל היפאקריטן
ווערבינאיך,
כאפ א אטעם און שריי נישט אזוי!!!
ס'קען דיר חלילה צוטרעטן,
איך הייב דאס אן צו ענדזשאויען, זעהט אויס איך דריק די ריכטיגע קנעפלעך,
יא, ס'ארבייט ב"ה זייער גיט, הער מיך אויס, למען האמת שעהם איך זיך אביסל צו טענה'ן מיט דיר,
ס'איז זייער זייער BELOW MY DIGNITY, באט, וואט טע העלל, איך ארבייט היינט במילא נישט,
SO LETS GO,
ניין? ער האט זיך נישט שואל עצה געווען מיט עהם? און איך האב טאקע געמיינט אז ער האט
עהם גאר פארפירט, הער מיך אויס דו שוטה, ליקענען איז בכלל נישט קיין חכמה, ווייל יעדער זעהט
למי החותמת ולמי הפסולים, קענסט פראבירן צו ענטפערן, אפילו מיט א ליגענט, אפשר וועלן זיין
אזעלעכע וואס וועלן דיר גלייבן, יא, אפילו מיט א נארישן ליגענט, א ליגענט וואס איז כנגד השכל,
אפילו דאס קענסטו פראבירן, וועסט אלץ טרעפן עטלעכע טפשים ושוטים וואס וועלן דיר גלייבן,
און אז נישט, קענסטו אלץ שרייבן מיט דיין אנדערן ניק, און זיך אליין קלאפן אין די פלייצע, און
זאגן ווי גיט דו שרייבסט, אבער לייקענען אזאך וואס יעדער ווייסט, איז זייער זייער נאריש,
יעצט, יעדער איינער, זאלונים, אהרונים, בני יואל, חסידי סאטמאר, שונאי סאטמאר, אלע ווייסן דאס נאנטקייט
צעווישען רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע און להבחל"ח רבינו הקדוש שליט"א, ס'איז געווען
נפשו קשורה בנפשו במלא מובן המלה, קיינמאל (אויסער שבת ויום טוב) האט זיך דער ברך משה נישט
געשטעלט דאווענען בעפאר ער האט נישט גערעדט מיט בנו הגדול והחביב, ער האט כסדר שטאלצירט מיט
עהם, איך האב צוויי מאל געהאט די זכי' צו הערן מפה קדשו (ווי שוין געשריבן עטלעכע מאל) אז איך
(דער ברך משה זי"ע) בין נאר דער בריק פונעם פעטער ז"ל צו מיין רבי אהרן, אלע שטוב מענטשן
האבן דאס כסדר געהערט פון עהם, קומסטו מיט א בלעכן פנים און לייקענסט א זאך וואס איז מפורסם
לכל?,
ווער בינאיך, אמת, אייערע זקני תלמידי רבינו זענען טאקע נישט ביי עהם, מענדל ווערטהיימער
און מיילך ווערצבערגער קומען נישט צו עהם, אבער ר' יוסף יושע גראס,
ר' אברהם שלום עפשטיין , ר' וואלף גליק, ר' שלמה קאפל, ר' יצחק גוטמאן,
ר' יושע מארמארשטיין, ר' הערשל שפיצער, ר' מאיר לייב גאלדשטיין, וכו' וכו' אידן פינדערהיים
אידן וואס האבן זיך געווייקט ביי אונזער הייליגע רביס זי"ע, דו אלע זעהט מען דארט, און פארגעס
נישט ווען איינער קומט צו עם דאווענען אין האפפער סטריט, מיינט דאס טאקע עהם, דאס איז נישט די
באקוועמע ראדני סטריט בית המדרש, דאס איז א גלות בית המדרש און עם כל זה זעהט מען דארט צענדליגע
אידן בני שמונים ותשעים זיך ווייקן ביי זיינע טישן, קומען צו זיינע דרשות און תפלות, המפורסמים אינם צריכים ראי',
ווער ס'וויל נאר וויסן און זעהן דעם אמת זעהט און ווייסט אז רוב מנין ובנין חסידי ותלמידי סאטמאר זענען
היינט אדוק אין רבינו הקדוש שליט"א,
וואס? ס'איז נישטא קיין איין טעיפ ווי ר' אברהם ז"ל רעדט אויפן ברך משה?,
צענדליגע און צענדליגע טעיפס האב איך אליין געהערט, אדרבה גיי אריין אין זיין בית המדרש
און בעט נאר די טעיפס פון די שלש סעודות תורות פון די מ' יארן, וועסטו הערן פלענטי דברי
חירוף וניאוץ ודברי בלע אויף אונזער רבין זי"ע, אויסער אז דו האלסט באמת אז ווען ער האט גערעדט אויפן
ברך משה זי"ע האט ער בלויז געמיינט דעם קרית יואלער רב שליט"א, נו, מיט א קעלבל קען איך
נישט טענה'ען,
איך האב נישט געפרעגט ווען ר' אברהם איז געווארן א תלמיד חכם ביי רבי געציל, צו ביי שלמה לייב
אדער זלמן לייב פיליפ, ר' אברהם איז אייביג געווען א תלמיד חכם עצום, און מורה הוראות האבן עהם
געניצט ווען זיי האבן נישט געוויסט וויאזוי צו פסקענען, ער איז געווען זייער קאמפיוטער הארד-דרייוו,
זייער מראה מקומות, און זיי האבן עהם אלץ רעספעקטירט, די קשיא איז געווען אויף זלמן לייב טייטלבוים,
ווען איז ער ביי עהם געווארן א תלמיד חכם, קיין שאלה האט ער עהם קיינמאל נישט געפרעגט,
איז די פראגע פארוואס האט ער זיך פאר עהם נישט אנגענומען בעפאר ר' אברהם האט אנגעהויבן
צו לעקן צו עהם, איז ער דעמאלטס נישט געווען דער זעלבער תלמיד חכם?, דאס איז געווען מיין פראגע.
קען זיין אז הרב וואזנער און הרב שטערנבוך מיט ירושלימער רב שליט"א האבן געזאגט
אויף זלמן לייב אסאך שענערע זאכן, יא, בחלום הלילה, בינם לבין עצמם, בלחש, אפשר יא,
אבער בפני עם ועדה, לפני אלפים ורבבות אידן האבן זיי דאס זיכער נישט געזאגט,
גלייב מיר ווען זיי זאלן זאגן ווען אויף זלמן לייבן אפילו דאס צענטל וואס זיי האבן געזאגט אויף אונזער רבי,
וואלט שוין היידפארק געווען פיל מיט די קליפס פון דעם, דער איד וואלט ארויס געגעבן א ספעציעלע אויסגאבע
און דאס באריכטעט מיט קידוש לבנה אותיות, אבער לעת עתה קענסטו דאס נאר חלומען,
אין ווירקליכקייט האט דאס קיינמאל נישט פאסירט און וועט קיינמאל נישט פאסירן,
ווערביןאיך, NICE TRY,
באט ס'ארבייט נישט, ס'האט ביז היינט נישט געארבייט און אצינד ווען יעדער זעהט ווער
ס'לאכט אפ פון אייגענעם טאטן מידי יום ביומו, און ווער ס'איז נאך היינט צו געבינדן צום טאטן
ווייסט קלאר ווער ס'איז זהיר געווען בכיבוד אב אויפן העכסטן פארנעם, און ווער ס'איז בבחינת
ארור מקלה אביו, קענסט שרייען טאג און נאכט אז ר' אהרן האט געשטויסן זיין טאטן עד זוב דם,
קענסט שרייען אז דאס וואס זיין טאטע איז נפטר געווארן איז נאר ווייל ר' אהרן האט עהם געשאסן,
גארנישט וועט דיר נישט העלפן, איך האב נאכנישט געטראפן אפילו דער גרעסטער זאלוני זאל זאגן
אמן ווען איך וואונטש עהם אז זיינע קינדער זאלן האבן צו עהם אזא כיבוד אב ווי זלמן לייב האט געהאט
פאר זיין טאטן, ווידער די אהרונים ענטפערן ווען מען וואונטשט זיי אז זייערע קינדער זאלן האבן צו
עהם אזא כיבוד אב ווי אונזער רבי שליט"א האט געהאט פאר זיין טאטן, ענטפערן אלע מיט א
הילכיגן קלינקענדיגן אמן!!!, הפנים אפילו די זאלונים ווייסן וואס פאר א מחוצף דער אומפארשעמטער אינגאטש
איז כסדר געווען פאר זיין טאטן,
אבער לאמיר דאס אפלאזן פאר א מינוט, לאמיר שוין זאגן אז יא, אונזער רבי איז געווען א מחוצף
פאר זיין טאטן, אבער וויאזוי פארענטפערט דאס צו טאנצן מיט יוסל ואלדמאן, דער מסור הידוע
לשימצה, דער שייגאטץ וואס האט מידי יום ביומו געצאפט דאס בלוט פון זיין הייליגן טאטע,
ער פלעגט סטאפן מיט זיין בני יואל באס אויף דער גאס און נאכשרייען דעם רבין מיט די ערגסטע דברי בוז וקלון,
ער האט עהם גערופן כאמעיני בפני עולם ומלואו, וואס איז דער תירוץ צו גיין טאנצן מיט עהם?,
אינטרעסאנט, דער אזויגערופענער מחוצף (לשיטתך החצופה והטמאה) וואס האט גערופן זיין טאטן אין קארט,
אויף עהם קענסטו נישט אנווייזן קיין איין איינציגן פעולה וואס זעהט נאר אפילו אויס ווי א פחיתות הכבוד פון
טאטן, און דיין שטריק, וואס דו ווילסט מען זאל פון עהם לערנען א פרק אין הלכות כיבוד אב, דער איז
מבזה זיין טאטן מידי יום ביומו, יא, ביסט מטהר את השרץ מיט טויזענט נימוקים, אבער חצוף בלייבט
חצוף און שרץ בלייבט שרץ, ארור מקלה אביו !!!!
יענקעלע
סופער סופער keep up מיט די עבודת הקודש ווער נישט מיד
יענקעלע A-1
*
איבער יענקעלע'ס דזשאב;
ס'וועט זיין א טישל א גאנצע וואך, מ'בעט דעם עולם זאל זיך ווארעם אנרופן..
טייערע ברודער אחים לדעה, מען שטייט און מען איז זיך מפלפל דא וואספארא עז פנים ובועט באביו אונזער נועם המדות איז מיטן גיין מספיד זיין איינער וואס האט אזוי מצער געווען זיין הייליגען טאטען זי"ע? און אז ער האט עובר געווען בשאט נפש אויפן איסור דריסת הרגל און דעם לעכל אויף ראטלידש סט.? איז דאס ביי אייך בכלל געווען א חידוש? וואס האט איר געקלערט אז ער וועט נישט לויפן אויף אלע פיר צו גיין זיך לעקן צו די אלע שונאי רבינו? וואס טוט ער די אלע יארן אויב נישט מקרב זיין יעדן אויסווארף? אדרבה ווי גרעסערער שונא יענער איז פאר זיין טאטען איז ער דאך מקרב וואס מער. אלזא מיר ארט דאס נישט קיין כי הוא זה, איך האב נישט ערווארטעט אנדערש פון דעם מחוצף, וואס מיר באדערט פיל מער איז יעצט נאכן לייענען דער הספד פון רבי געציל וואס גלייבט מיר אז איך קען מיר נישט בארואיגן, איך האב פשוט נישט געגלייבט וואס מיינע אויגן זעהן, ער האט געזאגט דארט און זיין דברי הספד: "דער רב ז"ל איז געווען הוצק חן וכו' יעדע דבר מוסר איז געזאגט געווארן מיט'ן דרך התורה" (איר הערט ווערטער?) אידן זענען געשטאנען איבעראל (ווי ?) און מ'האט געלעכצט צו הערן וואס ער זאגט"...
" ער האט ארויסגעזאגט בהצקת חן על שפתותיו זיין אמתדיגע דעת תורה..."
"אזא צדיק א קדוש וטהור" וכו'
"ווי עס איז נאר געווען א זאך וואס מ'האט געדארפט זאגן פארן כבוד שמים איז ער דא געווען"
גלייבט מיר איך וויל נישט נוצן די ווערטער אויף רבי געציל וואס ליגט מיר אויפן צונג..
און ווי האט ער געהאלטן זיין דברי הספד? און א פלאץ וואס איז נתייסד געווארן מצער צו זיין אונזער הייליגען רבי'ן ז"ל ולהבל"ח רבינו שליט"א!
שתי תשובות בדבר:
1. ר' געציל איז נישט קיין זוהן, זלמן לייב טייטלבוים איז יא, איך גלייב אז אפי' ר' געציל וואלט איהם נישט מתיר געווען צו מספיד זיין אלס כבוד אביו.
2. ר' געציל האט פאקטיש געלערנט תורה ביי ר' אברהם, דעריבער איז ער מחויב איהם צו מכבד זיין, אבער זלמן לייב טייטלבוים ווייסט נישט פון זיין חיות צו זאגן פון ר' אברהם, זיין איינציגער חויב איז כבוד אב.
יעצט פילסטו שוין בעסער?
איך פארשטיי אז עס באדערט דיך דעם פאקט, אז
דער סאטמארער רבי שליט"א האט מקרב געווען דעם מאנדעווידעאר רב זצ"ל
און דער אהרוני רבי מוז נעבעך מקרב זיין יצחק ז. און תלי ג. וחבריהם
ווען די מעשה איז פארקערט וואלט מיך עס אויך געבאדערט
ווערביןאיך
האסט געשריבן אז די רבי שליט"א האט גערעדט קעגן ר' אברהם.
איך פרעג דיך דא נאכאמאל, וויאזוי שעמסט דיך נישט צו שראבן אזא גראבען ליגענט? ווען און וואו האט די רבי גערעדט קעגן אים?
(שורשנגח:)
רב לייטנער אין די פרעסע
איך בין נישט אין שטאט, קען איינער אפשר ברענגען א באריכט ווי אזוי די היימישע צייטונגען באשרייבן רב לייטנער?
די צייטונג, דער בלאט, דער איד, צייטשריפט, בולעטין, שאפערס רוט, די לינק, המודיע, יתד, המקור, משפחה, בקהלה?
ברענגטס ביטע דא
ביטע אינפארמירט מיך דא און לאזט נישט א אח לדעה אין דער פרעמד לעכצן נאך אביסל נייעס