בד"ה הג"ר אברהם לייטנער ז"ל
ער פלעגט זיך קוויטלען יעדן הו"ר
[בילד – נישט אפגעהיט]
נבוכדנצר,
יעצט דערמאנסטו דיך???
האסט דאס געדארפט צייגן פארן נפטר בחיים חיותו !!!
יעצט לאחר מותו קען ער שוין גארנישט מתקן זיין !!!
תוקן על ידי מנהלרוחני ב- 30/10/2007 15:47:21
אין זיין חלקה אין מאנראו.
נו עפעס פרטים, ווייסט איינער?
ווי אלט איז ער געווען?, וויפיל קינדער האט ער איבער געלאזט?, ווער איז ממלא מקום?, ווער קריגט זיך מיט'ן ממלא מקום?, ווער גייט ממשיך זיין דאס ידידות מיט'ן וויליאמסבורגער רב אדער מיט'ן איראנער מרא דאתרא? וכו' וכו' וכו'
[בילד – נישט אפגעהיט].
תוקן על ידי מנהלרוחני ב- 30/10/2007 16:01:56
my_pen,
איך זעה אז די האסט די קאנעקציעס.....,
גייט מען בויען אן אוהל דארט?
געווען א געוואלדיגע תלמיד חכם אין ירא שמים.
והוי זהיר בגחלתן.
ויה"ר שיושר יליץ בעדינו, ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די, ונזכה לביאת הגואל בב"א.
זיין ערשטע העלפט היסטאריע איז נישט אזוי אינטערעסאנט ווי די צווייטע העלפט........
.......נו דערצייל ווייטער..!!!
מנהלרוחני
ווער האט פארשעמט וועמען? דער מעליב האט געשריגן פגום און שאר דיבורים ווי שלעכט ער געווען און דער נעלב האט דען עפעס געענטפערט מיט קללות?
דער מעליב האט פארשעמט דעם נעלב איינפאך ווייל ער האט געטון אנדערש ווי איהם האט זיך געדאכט ובכן ווער דארף איבערבעטן וועמען?
ס'האט עפעס צוטון וויפיל חסידים מען האט?
ווען ס'געקומען צו בעלז האט דער זעלבער מעליב דערנידערט יענעם אפשר מיט רעכט ווייל יענער האט זיך צורעדט אויפן פעטער - כאטש וואס ביים הייליגן רבי'ן זי"ע האט מען אזא שפראך נישט געהערט און נישט געזען, נאר דברי חכמים בנחת נשמעים, קיינמאל וועגן א יחיד נישט גערעדט ברבים - אבער דא האט ער איהם אנגעגריפן בלויז דערפאר ווייל ער געטון אנדערש ווי עס האט זיך געוואלט פאר דעם מעליב אהן קיין שום רעכט
_________________
דא איז דער ברך משה'ס מיינונג:
עכ"פ וויל איך יעצט דא זאגן א פסק, איך ווייס מען איז שוין געזעסן ביי קהל דעריבער, זה אומר בכה וזה אומר בכה, מוז מען אבער האבן א הלכה ברורה, אז מען טאר עהם נישט הערן און זיין הוראה איז אסור, מען טאר נישט דאווענען מיט זיין מנין, און מען טאר עהם נישט מצרף זיין צו מנין, פאר דעם זאג איך פאר אלע אידן וועלעכע האבן א שייכות מיט אונזער קהלה, אז חלילה וחס אריין צו גיין אין זיין בית המדרש, און ווער עס וועט יא אריין גיין אין זיין ביהמ"ד וויל איך נישט ער זאל האבן עפעס א שייכות מיט אונז, איז ער א מלמד וויל איך נישט ער זאל לערנען מיט אונזערע קינדער, איז ער א שוחט איז שחיטתו אסורה, צו קיין שום דבר שבקדושה קען מען נישט ניצן איינעם וואס גייט צי עהם אריין און ווער עס האט צו עהם א שייכות. איך פארלאנג פון קהל, זיי זאלן ארויסגעבן אומר ועושה אזא פסק, מען דארף נישט זיצן קיין זיצונגען אויף דעם, איך וויל מיך נישט דילדן מיט די גאנצע זאך, איך גיב איבער פאר קהל, זיי זענען מחוייב צו פסקענען להלכה אז ער איז מובדל ומופרש פון אונז אלע, מען זעהט פון דעם בריעוו וואס רבי ברוך מיללער שליט"א האט עהם געשריבן, רבי ברוך, א איד א צדיק תמים, יעדער קען עהם, און ער ווייזט איהם אויף די שקרים וכזבים וואס ער בארופט זיך, ער איז געווען א שקרן כל ימיו, דער פעטער ז"ל האט עהם געהאט מרחק געווען, און נישט געוואלט הערן פון עהם כידוע, ברויך מען זיך מרחק זיין פון עהם כמטחוי קשת, מען דארף זען תיכף ומיד גומר זיין, דער עיקר איז אז מען דארף איהם פורש ומפריש זיין פון אונז און נישט האבן קיין שייכות מיט איהם.
... תוקן על ידי - קושקע - 30/10/2007 17:01:11
_________________
אינטערסאנט אויך אז ער האט ארויסגעווארפן די ראש הקהל דורך א הוק-אפ פון מיאמי.
און ווען דער בירך משה האט זיך געטראפן מיט רבינו שליט"א ביי די באקאנטע תנאים תשס"ד לפ"ק... און ווי ער זעצט אים נעבן זיך... מיינט עס אויך עפעס ביי דיר?
נומער צוויי א זייטיגע פראגע:
האט שוין איינער פארענטפערט די פראגע פארוואס דער נפטר, רבי אברהם זצ"ל האט נישט געוואלט גיין קוקן דעם סקול דיסטריקט, נאכדעם וואס ער האט געזאגט אז ער וויל אהינגיין און זען מיט די אייגענע אויגן די קראצמעך ביימער...?
און למעשה האט ער טאקע אויסגעפירט, און נישט געגאנגען און גע'אסורט אן גיין קוקן בכלל וואס דארט טוט זיך.
אויב געטראפן מיט איינעם, הייסט שוין א גוטער פריינט... און אז ס'איז שלום צוישן זיי:
האט דאך רז"ל זיך געטראפן מיט א חבר הכנסת און אים געגעבן די האנט -
ביסטו אויך יעצט מודה אז ער איז מיט דעם חבר הכנסת בקשרי ידידות...?
א פאר פרטים אויב איינער קען אויפקלערן
דוד46
ווי אזוי איז ער אין תש"ג-תש"ד אינמיטן די מלחמה ארויפגעפארן קיין ארץ ישראל?
סעדער
וואו איז דער סטראפקאווער רב געווען זיין סנדק? זיכער נישט דא אין וויליאמסבורג, ר' אברהם לייטנער איז געבוירן געווארן שוין אין תר"צ לכאורה
ווייסט איינער וואו ער איז געבוירן?
יעצט מיין אפשאצונג
ר' אברהם לייטנער איז טאקע געווען א שיינער תלמיד חכם (איך ווייס נישט צי דער גרויסער "גאון", אבער א ת"ח יא), און דערפאר וועל איך נישט דא אריינגיין אין נישט אזעלכע איידעלע שטריכן, אזוי צו זאגן, ווי נבוכדנצר האט דא געברענגט דעם שולחן ערוך
אבער לגבי זיין עצם מהות
ער האט געפירט א שטורעמיש לעבן, אבער אלעס אויף א לאקאלן קריגערישן פארנעם.
איך מיין צו זאגן, אז ער איז קיינמאל נישט געווען קיין וועלטס פארנעם, איינער וואס האט געפירט מערכות וואס די וועלט האט געשאקלט מיט אים.
ער האט זיך געקריגט מיט קליינטשיקע מחלוקתער אינערהאלב סאטמאר, און איז קיינמאל נישט צו ווייט באקאנט געווארן אויסער די סאטאמרער רייען
ביז דער ברך משה זי"ע האט נישט גערעדט אויף אים, האט מען נישט צופיל געוואוסט פון אים צו זאגן אויסער סאטמאר
זיין גרעסטער מאמענט איז געווען נאכדעם וואס זאלי האט אים געוואלט צוריק ברענגען צו די ארענע, און עס איז איינמאל פארגעקומען א מיטינג ביי התאחדות וועגן די "איחוד עולמי" געלטער (פון די דייטשן, אדער שווייץ), ער האט די מיטינג אנגעפירט, און פאר א מינוט האט אים אויסגעקוקט אז ער איז טאקע געווארן דער ראש המדברים
למעשה, האבן משה-לעיזער ווער עס געדענקט, זיך אויסגעלאכט און ווייטער אנגעגאנגען מיט די פלענער פון איחוד עולמי כאטש ער האט עס גע'אסר'ט
והשנית, איז דאס אויך געווען אויף א לאקאלן פארנעם, ד.ה. צווישן די היימישע רבנים פון התאחדות הרבנים, וואס באשטייט מייסטענס פון דיינימלעך און רבנימלעך פון אונזערע לאקאלע קרייזן, און נישט אלוועלטליך
הערשט ממש בסוף ימיו ווען ער האט זיך פארשמירט מיט זיין אראבישע ליבשאפט, איז ער שוין יא עטוואס געווארן נאציאנאל, אבער עס האט נישט אנגעהאלטן לאנג, ער איז שוין נישט געווען צו געזונט, און ווער עס האט מיטגעהאלטן, אין די לעצטע 3-4 יאר איז ער כמעט אראפ פון די מאפע
נו, ויה"ר שתהא נשמתו צרורה בצרור החיים
_________________
איך הער אז רז"ל האט גערעדט ביי די לווי,
ר' אהרן האט זוכה געווען מפייס צו זיין דעם קאשוי רב סיי בחיים חיותו און סיי לאחר מותו פונעם קאשוי רב, דער יעצטיגער נפטר האט נישט זוכה געווען מפייס צו זיין נישט דעם ברך משה זצוק"ל, אפילו נישט לאחר פטירתו, און נישט ר' אהרן !!!
נו, ווי האלט מען דארט?
זאגט מיר איינער יעצט אויפ'ן טעלפוין אזוי: |
|
מיר וועלן חלילה נישט מבזה זיין א איד א ת"ח
לכבוד דוד46 ר' אברהם האט זיך געטראפען אסאך מער מיט דעם רשע פון איראן ווי פון רבינו הק' ברך משה זי"ע
און אויך רבינו הק' בעל דברי יואל האט געזעהן אז ער זאל אים נישט שטיין אינטער די פוס און פארשיקט אין די הרי אררט
בכלל און דו לעצטע יארן איז ער געווען זייער אנגעווייטאגט אויף מהרז"ל ער איז געבליבן מיט קוים מנין און אהן א ישיבה
ר' אברהם האט נישט לוחם געווען קעגן די עירוב
(גראדע האט דער ברך משה זצוק"ל זיך שארף אויסגעדריקט אויף דעם בריוו, "א לאנגע מכתב אן קיין איין ווארט דברי תורה", אבער מי יבא אחריו)
[בילד – נישט אפגעהיט]
ענפער וועלכע יאר? פאר רבינו הק' האט אים פארשיקט אדער נאכדעם?
אפשר פאר די מעשה פון די שווארצע?
נו דוד היסטאריע פארצייל
עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז היינט ווייסט שוין יעדער אז די מחלוקה קעגן סקול דיסטריקט איז נישט געווען קיין מחלוקה לשם שמים.
ראי' נומער 1:
אז הגאון פוסק הדור מקארלסבורג שליט"א האט נישט געלאזט דריקן זיין תשובה קעגן סקול דיסטריקט אין זיין נייעם ספר....
פארוואס?
האט זיך די תורה געטוישט? חלילה!
דעם תירוץ זאלט איר אליין זאגן !
ראי' נומער 2:
ווען אין וויליאסבורג האבן אלע מוסדות גענומען טשעפער וואן... קינדער האבן געלערנט אין טרעילערס... און קיינער האט נישט מוחה געווען?
וכי משא פנים יש בדבר... (בניחותא)???