היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ר"א לייטנר צו רז"ל: מ'מוז לייגן א געיט

ר"א לייטנר צו רז"ל: מ'מוז לייגן א געיט

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1902501

מקוה_איד » 1/5/2006 19:38

שורשנגח שרייבט:
 
דער פוסק הדור, ר' אברהם לייטנער, וועלכער האט זיך אגב, שוין איבערגעבעטן מיט רבינו הק' זי"ע.... האט בים מנחם אבל זיין דעם פורים רבי, אים געגעבן א הוראה פסוקה אז מ'מוז לייגן א צוים, צווישן דעם קבר פון רבינו הק' זי"ע בעל ויואל משה, און צווישן דעם פריש'ן דבר פון רבינו זי"ע בעל בירך משה.


רב לייטנער האט געזאגט אז דאס איז נישט קיין חומרא, נאר א הלכה פסוקה פון רבינו יהודא החסיד, און קיינער קריגט נישט דערויף, און עס איז א שפיל מיט פייער.


משה בן פראדעל האט געברענט אויף רב לייטנער, האט אבער געמוזט שווייגען, ווייל ער איז מער נישט באלעבאס, ליפא קרויס איז די BOSS...


אבער ליפי קרויס מיט זיין רז"ל ווייסן אויך, אז אין קרית יואל איז דא א אנדערע BOSS.


און אויסער נעמען הוראות פון רב לייטנער קענען זיי גארנישט טאן.
 
 

זשוליאני08 » 1/5/2006 19:44


דא זעט מען ווי ר' אברהם לייטנער
איז מנחם אבל.

און ער פסק'ן אז מ'דארף לייגן א צוים....

[בילד – נישט אפגעהיט]

yones69 » 1/5/2006 23:14



לייטנער באטשי האט געזאגט פרייטאג פאר א דעלעגאציע פון קרית יואל בראשות הגה"צ רבי מענדעלע טארעם שליט"א אז מען איז מחויב צו לייגן א וואנט דערצווישען מיט מסירת נפש.


ווי אויך האט לייטנער אריבער געריפען אברהם בער יאקאבוויטש און אים באשייגעצט פארוואס ער האט געלאזט ר' זאלי צו לייגן דארט רבינו זצ"ל, אברהם בער בלאזט געפערליך אלס קנס האט ער דעם שבת נישט געדאאונעט ביי זאלי נאר אין 500 בעדפארד.


היינט 1 אזייגער מאכן די משוגעים א פראטעסט ביים בית החיים ווי זיי גייען מוחה זיין קעגן זלמן לייב פארן לאזן זיין טאטען דארט לייגן.

זשוליאני08 » 1/5/2006 23:23

זיי זענען מוחה אויף דעם בלאפער, און חונף.

קודם האט ער צוגעזאגט אז ער וועט זיי צוליב טאן, און דערנאך האט ער נישט איינגעהאלטן וואס ער האט געזאגט.

א טיפיקעל זאלי.