ברעיקינג. פאלשע בילדער אין "עולם החרדי" פראנט פעידזש
117 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2294911
די געשטיקעלטע בילדער אין (די אמאליגע)
"העולם" נאך שבועות תשס"ו...
מ'זעט די גע'קלעפטע "מענטשעלעך" ביים עק פארענטשעס...
דאס האט מען "קאפירט" צום
"עולם החרדי" סוכות תשס"ז
און נאכאמאל אין
"העולם החרדי" סוכות תשס"ח לפ"ק.
אומגלויבליך וואס די זאלונים און עולם החרדי האבן זיך דערקייקעלט...
נאך די פאלשע יאנקעלע גליקס (מיאוס געכאפט ביי די מעשה)
נאך די פאלשע שבועות תשס"ו בילדער (מיאוס געכאפט ביי די מעשה)
האבן די זאלונים און עולם החרדי אריינגעשטעלט פאלשע בילדער פון רז"ל'ס נעילת החג אין ערשטן פעידזש פון עולם החרדי די אמאליגע פאלשע בילדער פון שבועות תשס"ו... אויך געווען דעמאלטס אין עולם החרדי.
די געסקענטע בילדער וועלן אי"ה אט אט ארויפגעשטעלט ווערן.
אין בחדרי חרדים האט מען דאס מגלה געווען איבער דעם געפעלשטן בילד.
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1939962&whichpage=5
אז טראץ דעם וואס שמואל שפיצער אויפן באפעל פון ליפא בן משה פראדעל האט געשטיקעלט און געדאקטערט, און צוגעשטעלט נאך שורות צו די פארענצעס, איז דאך נישטא קיין איין פערזאן (אפילו א יונגל) העכער 1788 נפשות... בו בזמן וועט סאטמאר פארמאגט אין וויליאמבורג קרוב צו 7,500 ראשי בית אב אין וויליאמסבורג. (אן בחורים און יונגלעך)....
די בזיונות זענען ביזן זיבעטן הימל.
פון בחדרי חרדים.
התמונה המזויף של הגרז"ל בווילי,
למרות הזיזוף של הוספת כמה שלבים לפרנצ'ס
אף לא הגיעו למעלה מ1800 עם ילדים ומסקרים
בכל מכל כל.
וזה עולה בערך עשר אחוז מקהלת סטמר בווילי.
[בילד – נישט אפגעהיט]
נאך פון די געשטיקעלטע בילדער אין (די אמאליגע) "העולם" נאך שבועות תשס"ו...
מ'זעט די גע'קלעפטע "מענטשעלעך" ביים עק פארענטשעס...
דאס האט מען "קאפירט" צום "עולם החרדי" סוכות תשס"ז
און נאכאמאל אין "העולם החרדי" סוכות תשס"ח לפ"ק.
ביים קארנער... איז געבוירן רייעס מיט מענטשן
רייעס מיט זיצן... וואס דאקטער שפיצער האט אזוי מייסטערהאפט אריינגעפעינט מיט
PHOTOSHOP....
וויאזוי זאגט נאר בערלע קליין
אויב א הייליגער ארון קדוש קען מען ארויפשמירן
מעג מען נישט שמירען אפאר מענטשעלעך דא און דארט...
[בילד – נישט אפגעהיט]
קוקטס די מענטשעלעך... אויסגעדרייט צו "בואו בשלום"... האבן זיי זיך יעצט נאכאמאל אויסגעדרייט די קעפעלעך....
בראווא זשוליאני
כ'האב געוואוסט אז די אהרונים וועלן שפרינגען, אבער פארוואס ה אט עס געדויערט אזוי לאנג?...
חכם איינער.
ווייל דעם געפעלשטן בילד איז ארויסגעקומען נארוואס דעם פרייטאג.
און שוין האט מען געזען ענקער (צוויי יאנקעלעך)...
ניין. נאך סאך ערגער.
דריי מאל דעם זעלבן פאלשן בילד.
שקר אז נאר דריי מאל!
מען זעט יאנקעלען נאך יעדע2 מענטשן
ביטע שטעלן נאר בילדער פון נעילת החג
סתם בילדער וועלן אראפגענומען ווערן
פארוואס נאך אן אשכול, ווען עס איז שוין דא 2 אשכולות דערוועגן?
זשוליאני ביטע סקען אריין די בילדער וואס דו טענה'סט אז ס'איז געפעלשט.
די בילדער פון תשס"ו האסטו אויפגעוויזן
יעצט דארפסטו ברענגען די סקען פון תשס"ח
און לאמיר זעהן האמת עם מי?
דא האסטו דעם אויסגעשפילטן עולם וואס טוט אזוי ווי דעם זשוליאני
איך האלט אז די אשכול איז געמאכט פאר'ן פאריגען יאר הונדערט.
היינט זאל נאך זיין מענטשען וואס זאלען ביזי זיין דערמיט??...
די פיקטשער דזשוק איז שוין לאנג אווער.
בערל550
וואס שטערט דיך אז א איד האט אונז געכאפט ביי די גניבה?...
עס איז ביזי בזיונות!
איינער האט מיר היינט געוויזן די "עולם החרדי" פון פארגאגענעם יאר צונאזאם מיטן "עולם החרדי" פון דאס יאר שמחת תורה, ס'גייט ממש אריין אונעם גדר פון קאפי-רייט...
ס'איז ממש די זעלבע בילד, די זעלבע מענשטן, די זעלבע קינדער אויף די פארענטשעס, נאר מיט א אנדערע בעקראונד, מ'האט שיין אריינגעלייגט די דריידלעך מיט די ווייבער-שול טייטלביימער,
אויך די "וויקלי לינק" ווייזט ער מיר איז געהעריג געשטיקלט, אז איינער האט עס זאל ער זיי מוחל זיין און א בליק טוען דעראויף, די אויבן אן ווי רז"ל דארף ווען צו זיצן איז דאפלט, איין טיש העכערן צווייטן, אפגעריקט אביסל אינדערזייט...
כאפט א בליק, ס'איז אינטערעסאנט!
עס וועט זיכער באלד דא זיין, איר וועט עס קלאר קענען זעהן,
גראדע איז מיר אינטערעסאנט פארוואס זיי דארפן לייגן פאלטשע בילדער, איך האלט גראדע יא אז צוויי מאל א יאר, שבעות און סכות קימען זיי אויף דריי שעה און זיצן דארט פארן בילד, זעט אויס אז זיי זענען שוין טאקע "באורד" געווארן דאס יאר, און זענען נאך מיד פון שבעות, דעריבער האט מען געמיזט לייגן בילדער פון פארגאנגענע יאר.
ֿmypen
אמת עס זענען געווען די זעלבע מענטשן היי יאר און די זעלבע מענטשן פאראיאר.
און באמת איז עס א שרעקליכע פירצה, אז די קאלער פיקטשער אויסגאבעס האבן געמאכט א קאנספירעסי און געדרוקט פאלשע בילדער.
עס קוקט אויס אז די עף-בי-איי וועט מוזן אריינקומען אין די אינוועסטיגעישאן, ומי יודע וואס עס וועט נאך ארויסקומען.
מעגליך אז זיי וועלן פארשליסן דעם נייעם ביהמ"ד דעם קומענדיגן יו"ט.
רבותי
פן די ערשטע מינוט מוצאי יו"ט טרייעט דער דוד46 אז מ'זאל רעדן פון זייער נעילת החג,
נישט קיין חילוק וואס, אבער אבי מ'זאל רעדן פון זייער עולם,
אנשטאטס אונז זאל מיר דא רעדן פון אונזער סוקסעס, און פון אונזער געהויבענעם יו"ט.
ביטע נישט אריינשפילען אין זיינע הענט.....
ענדליך איז דא אן אהרוני וואס קימערט זיך פאר די אייגענע.
שוין ווידער מאכט מען זיך נאריש. וועם גייט אן וועלכע פיקטשערס יענער לייגט אריין וואו? נאך אזא יו"ט וואס אונז האמיר מיטגעלעבט ב"ה דארף שוין קיינעם נישט אנגיין וואס טוט זיך ביי זיי.
שקל שלם !!!
ר' שקל שלם !
גוט געזאגט, וויל איז אונז אז מיר זענען אדוק אינעם רבי'ן זאל זיין געזונט וואס דארף אונז אנגיין וואס טוט זיך ביי די אויסגעשפילטע .
מיר וועלן נישט אריינגיין אין קיין דיבאטע וועגן די פאלטשע בילדער מיר וועלן אייך זאגען וואס מיר האבן געהערט נישט לאנג צירוק
פאר סכות איז מיר אויסגעקומען צי זיין אין בארא פארק הער איך ווי א זאלי רייצט זיך מיט איינעם נא! וואס זאגסטו אויף די כפרות מיר האבן פארקויפט אסאך מער פון ענק? אזוי רייצט ער זיך און די ארוני ענטפערט אים נישט און די זאלי רייצט זיך ווייטער און ווייטער הא! כפרות? נא ענטפער? זאגט אים די ארוני די נער איינער מיר האבן דא 10 בתי מדרשים, 7 בניני מוסדות התורה, קעמפ, כולל, בית הוראה, 2 בוטשער, 3500 תלמידים ותלמידות, ועוד, און מיט נארישע כפרות ווילסטו מיך צוקלאפען?
לעניננו עס איז אדורך א סליחות, ערב ר"ה, צוויי טעג ר"ה, שבת שובה, שבת שובה דרשה, טישן ר"ה ושב"ק, יום כיפור, סכות, הושנע רבה, משנה תורה, הקפות, טישן, נעילת החג, סיום יסוד התורה, מיר רעדן נישט פון די פלאמידגע הייליגע תורות אין דרשות, ועוד ועוד, דאס ציילט הונדערטער שעות זיך ווייקען ביי א צדיק אמת. איז מיט נערישע (בילדער) כפרות ווילסטו אונז צוקלאפען? און אים מאכן פאר א רשבכה"ג
אוודאי וועט דוד46 זאגן אז זיי האבן ראדני און 82 אבער מיר רעדן דא וואס מיינט א רבי וואס מיינט זיך ווייקען ביי א צדיק אמת וואס מיינט זיין די הייליגע טעג ביי א רבי'ן?
רבותי מיט כפרות ווערט מען נישט קיין רבי
די פאלשע בילד וואס "עולם החרדי" האט אריינגעשטעלט תשס"ח
מ'זעט די זעלבע "באטנש" פנימ'ער... פון אויסגעדרייטע קינדער פון תשס"ו...
[בילד – נישט אפגעהיט]
נעבעך... די העלזער פון די קינדער דארף שטארק ווייטאן...
איך האב מורא אז דיין הארץ טוט מער ווי ווי די העלזער פון די קינדער...
מילא אז די זאליס מאכן פורים פון זיך זאל זיי וואויל באקומען, וואס גייט אבער פאר מיט'ן ''עולם החרדי'', ער ווערט דאך א שטיק גארביטש אויב מען קען ביי אים, יו''ט נאך יו''ט, אריינרוקען פאלשע בילדער..
דוד'ל
מיך באדערט נישט אז עטס שטעלטס אריין 200 מאל יאנקעלע גליק.
איך האב דיך טאקע צופרידנגעשטעלט און אריינגעשטעלט יאנקעלען נאך יעדע 2 מענטשן...
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
קשיא עולם כחרדי על עולם החרדי
תיובתא
די גאנצע זאך איז נישט ווערט מער ווי א שמייכעל.
מ'זעהט, מ'שמייכלט, מ'גייט ווייטער....
ס'איז אפילו נישט ווערט קיין עקסטערע אשכול דא.
און אז אפאר צעבראכענע נפשות וועלן זיך טרייסטן מיט חלשות איז ביי דיר גארנישט?
נעבעך
די צובראכענע ארונים קענען נאך אלץ נישט אראפשלינגען די פאקט אז די גאנצע וועלט זעט לייוו וויאזוי סאטמאר פאקט זיי איין אין די לינקע פיאה, און זיי דארפן כסדר מחזק זיין זייערע קעלבעלעך מיט רויטע באליס, כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן.
סוועט ענק גארנישט העלפן. אהרן האט אליינס דערלייגט די סאטמארע רעביסטווע דורך זיין שרעקליכע חוצפה קעגן זיין אייגענע טאטע, און דורך זיינע געלונגענע עפרא לפומי' און שארט קאט דרשות, "ומלכותה יתן המלך לרעותה הטובה ממנה!" וויינען האט ער געדארפט פריער, יעצט איז שוין צו שפעט. סאטמאר שטאלצירט מיט דעם הערליכן פנים וואס זי טראגט היינט אין די וועלט אדאנק די נועם הליכות און כיבוד גאונים וצדיקים וואס שפרודלט גלייך פון איר מנהיג און ארונטער.
טויזנטער אידן קומען זיך צאם יעדן יו"ט און זינגען מיט פלייס און ברען דעם "ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים", נאר ווער סהאט געהאט די זכי' מיטצוהאלטן די הערליכע טיש אין נייעם גרויסן ביהמ"ד, וואס מגייט אנהייבן צו בויען גאנץ בקרוב, פארשטייט די געפילען וואס סאטמארע חסידים שפירן צו כ"ק רבינו שליט"א, וכמים פנים אל פנים.
לולא
אויף דיר איז געזאגט געווארען
אז מ'האט נישט וואס צו ענטפערען איז מען שטיל!
דער חשבון איז פשוט.
א פאלשער רבי מיט א פאלשע סינערי פון אן ארון הקודש שטעלט אהער רג''ל-מעסיג פאלשע בילדער פאר'ן עולם החרדי, און דאס פאלשקייט ווערט ווידער באפעסטיגט.
דער אמת זיגט...
גערעכט דוד, דער אמת זיגט, אבער א פאלשער רבי מיט פאלשע בילדער איז ללעג ולקלס ביי יעדן נארמאלער מענטש.
מיט כפרות ווערט מען נישט קיין רבי מען ווערט א רבי מיט אויסוואשן אידשע נשמות
ביזט גערעכט!
א רבי קען מען ווערן נאר דורך גיין אין קאורט קעגן אן אייגענעם טאטן...
און זאגן א דרשה אין לעקוואד פאר טויזענטר אידן וואס ווילן הערן תורת אמת
איך ווייס נישט פאר וואס די ארוינים מאכן א גאנצע בראטל פון דעם בילד די רבי האט היי יאר נישט געלאזט כאפן קיין בילדער האט מען געמיזט לייגן אן אלטע ס'איז א נארמאלע זאך
זעהט אויס אז ווען די עדה החרדית האט מחליט געווען אפצושטעלן זייער יערליכע ברכת השנה, ווען דער פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט''א האט געזאגט זיין דרשה בגודל כח התורה של רבינו שליט''א, ווען 'לעיקוואוד' האט באשלאסן אז 'סאטמאר' זאל באצירן זייער עצרת זכרון מיט א דרשה, האבן זיי גארנישט געוויסט פון די עבירה פון רופן דעם טאטן
אין קאורט.
וואוזנער פון בני ברק און קאטלער פון לעיקוואוד וועלן נישט מחליט זיין ווער עס איז רבי אין סאטמאר
אין די איזראעלישע סייטס 'בחדרי חרדים' און 'חרדים לדעת' איז דער נושא פון די פאלשע זאלי בילדער צעשמירט אויף טעלערלעך.
ווער עס קען ברענגען א לינק זאל מוחל זיין דאס טוהן.
רמקול
מען דארף רעדן מיט דרך ארץ אויף תלמידי חכמים.
כאטש דאס וואס זיי האבן געטאן מאכט נישט אוועק דאס רופן א טאטן אין געריכט!
אינטערעסאנט אז פאר בי"ד איז נישט איינגעפאלען צו לייגען זייער פאריעריגע ברכת השנה
און נאך אינטערעסאנטער איז אז פאר "דער איד" איז עס נישט איינגעפאלען
זעהט אויס די גדולי ישראל האבן נישט די פראבלעם פון קארט זעהט אויס אז זיי האבן א פראבלעם מיט א רבי'ן א ע"ה
זעהט אויס אז דער בעל שבט הלוי שליט''א און דער לעיקוואודער ראש ישיבה שליט''א לייענען נישט דעם 'איד', ווייל ווען יא וואלטן זיי נישט צוגעטיילט דעם היסטארישן מלכות'דיגען כבוד התורה פאר רבינו שליט''א.
א שאד צו מאכן צימעס פון די בילדער אין ''העולם החרדי'' ווייל ביז אפאר טאג
וועט דאס סייווי אראפגיין פון סדר היום.
זעט אויס אז כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א לייענט נישט היידפארק
.
וען ער לייענט ווען היידפארק וואלט ערא נישט געזאגט "צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל" אויף כ"ק אדמו" מהרי"י שליט"א ביי זיין באזוך אין ירושלים שבט תשס"ה אלס סאטמארער רב אין וויליאמסבורג
דוד'ל מאי שנא תשס''ח פון תשס''ז?
וואו איז דער ברכת השנה פונעם ירושלימער רב שליט''א אין יאר תשס''ח?
האבן די מינדערוויכטיגע אהרונים דאס אנגעווירטשאפט?
שקר קיינמאל נישט געזאגט ווייטער מיט די זאלי ליגיונת
וואו זענען די קעפ ביי די זאליס?
וואו זענען די קעפ ביים העולם החרדי?
פארשטייען זיי נישט אז פאלשע בילדער ברענגען ביזי בזיונות?
פארשטייען זיי נישט אז מיט פאלשע בילדער
פארלירט מען דעם גאנצען קרעדעביליטי?
זייער גאנצע קאפ ליגט זיי אין נעילות החג טיש
די זאליס ווארפן אראפ דעם שולד פון זיך
און ווארפן עס ארויף אויפ'ן עולם החרדי.