היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעיקינג. פאלשע בילדער אין "עולם החרדי" פראנט פעידזש

ברעיקינג. פאלשע בילדער אין "עולם החרדי" פראנט פעידזש

117 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2294911
בלאט: 1 2 3

שורשנגח » 18/10/2007 23:34




יישר כח, ושכרך הרבה מאוד

נאר_פריילך » 18/10/2007 23:39

נאכן מאכן א שנעלע אנעליז אויף וויקלי לינק בילד זעה איך אזוי

זיי האבן גענימען דעם זעלבען אלטן שבועות בילד אפגעמעקט די ספר אפגעמעקט די שטריימל און ארויף געפעיסט א שטיקל נייעם בילד אויפן רעכטן זייט פון די אויבן וואס איז יא פארברענט די סינערי זיי האבן עס נאר נישט גיט געפעיסט קימען זיך נישט גיט צוזאם די צוויי זייטן דארט און נאכדעם אז איינער באטראכט גיט ביים עק קען מען נאך זעהן אביסל פון די אויסגעדרייטע קינדער

שורשנגח » 18/10/2007 23:43



 אויך א ' יישר כח '' פאר'ן 'העולם החרדי' און פאר'ן '' וויקלי לינק''
 פאר'ן אויפדעקן דעם פרצוף פון די זאליס..


good job.

דוד46 » 18/10/2007 23:43

א נחת צו קוקן ווי די אהרונים זענען נאך אלץ ביזי מיט די פיקטשערס.

ביי מיר איז עס נישט קיין וואונדער, ווייל נאך א טרוקענעם יו"ט וואס זיי האבן געהאט קעגן פאראיאר זוכט מען צו רעדן פון יענעם נאר נישט פון זיך.

ווער האט נאףך פיקטשערס ארויפצולייגן?

נאר_פריילך » 18/10/2007 23:45

אדער גאר האבן זיי גענימען אן אנדער בילד פון שבועות ס"ו איך גלייב זיי האבן געמאכט יענעם יאר מער ווי איינס און זיי האבן ארויף געפעיסט א פארברענט שטיקל סיין ווייל זיי האבן שוין געזעהן דעי פלאפ אויף הייד פארק

שורשנגח » 18/10/2007 23:46



דוד46 זיץ דו טאקע אין די זייט, און קוק זיך צו צום נחת פון די ארונים

רמקול5 » 18/10/2007 23:49



דוד46 ,איך גלויב אז אין א וואך ארום וועט מען שוין נישט רעדן פון די בילדער.

שורשנגח » 18/10/2007 23:50



פון וואס דען וועט מען רעדן?

hotwire » 18/10/2007 23:53

דוד, מען האלט שוין ערגעץ, אבי די ביסט מודה אז פאראיאר איז געווען געלונגען, איבער א יאר וועסטו זאגין אז היי יאר איז געווען געלונגען

שורשנגח » 18/10/2007 23:55

 
ששששששששששששש  שטער נישט דוד46, ר קוקט זיך יעצט צו צום נחת פון די ארונים.

דוד46 » 19/10/2007 00:00

איך האב א בעסער בילד...
[בילד – נישט אפגעהיט]

שורשנגח » 19/10/2007 00:02



דוד46 , איז דאס א חלק פון דיין נחת?

אפשר זאגסטו מיר, וואס ווילסטו מיט דעם נארישן בילד?

נאר_פריילך » 19/10/2007 00:03

רמקול5 » 19/10/2007 00:21



טייערער ארונימ'לך , גם עליך יעבור כוס, אויך ענק וועט מען אמאל דערווישן מיט פאלשע בילדער, און דאן וועט זיין זייער ביטער.

שורשנגח » 19/10/2007 00:24

עס איז א נעבעך...

אויף די אלמנות וואס זעהן יעצט זייער מענער וואס זענען שוין בעלמא דקשוט...

אויף קני ראטענבערג חברים וואס זיי זעהן אים יעצט אויף די בילד לעבעדיג...

אויף די אינגעלייט וואס מען זעהט זיי אלס בחורים מיט די היטן...

בחורים וואס מען זעהט זיי אלס אינגלעך...

די בילקלעך וואס זענען שוין פארשימעלט...

רמקול5 » 19/10/2007 01:09

 

 ווער זענען קני ראטענבערג'ס חברים?

בשמחה_תמיד » 19/10/2007 01:23

איך בעט נישט צו ציען ווייטער דא דעם שמועס אין די וועלט אריין. ביטע נישט שרייבן דא ווייטער נאר אויב ס'איז עפעס פריש.

מיט דאנק און שעצונג
בשמחה תמיד
בלאט: 1 2 3