ברעיקינג. פאלשע בילדער אין "עולם החרדי" פראנט פעידזש
117 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2294911
שוין גענוג.
ווילאנג נאך וועט מען זיין ביזי מיט די בילדער?
פארוואס טאקע שרייבט נישט דער מהר"א מסאטמאר א ברכת השנה זייט ער איז געווארן רבי' און די פארגאנגענע 5-6 יאר אלס ק"י רב האט ער יא געשריבן?
רבינו דברי יואל האט אויך נישט געשריבן אלטץ רבי
אבער פארוואס שרייבט נישט רז"ל? פאריאר האט מען געמיינט אז ער קען נישט לערנען אבער א שרייבער איז ער א גיטע אבער דאס יאר זעהט מען נישט תורה און נישט שרייבן וואס יא?
כ'האב יעצט געזעהן די "עולם החרדי" פון פארגאגענע יאר שמחת תורה תשס"ז, און אודך..
זיי ניצן שוין די זעלבע בילד צום גוטן דריי מאל...
שבעות תשס"ו
שמחת תורה תשס"ז
שמחת תורה תשס"ח
די קשיא איז צוויי פאכיג, אויב האבן טאקע די זאלי'ס אזא עולם, צו וואס פעלט אויס צו פעלטשן א בילד, און עס איבערלייגן יעדע האלבע יאר נאכאמאל ?
און די "עולם החרדי" איז אויך נישט צו פארשטיין, ווייסן זיי דען נישט אז זיי ברענגען אראפ זייער אויסגאבע אויפן נידעריגסטן ניווא ?
עפעס וויל מען אונז דא איינרעדן.
די אהרונים האבן געאאפערט גרויס געלט פאר'ן עולם החרדי, אבער מען האט עס זיי צוריקגעוויזן. דער עולם החרדי איז אינטערעסירט צו דעקן "יעדן" און רופן יעדן ווי ער רופט זיך און לויט ווי דער צד שכנגד באצאלט.
דער "כל העולם כולו" האט זיך געלאזט נארן פון די אהרונים, און פאר א נזיד עדשים זיך פארקויפט פאר זיי, און קען זיך נישט אפטשעפענען פון זיי.
דער עולם החרדי איז היינט א בעסט סעלער, נאר ווייל שטעלט זיך צו אייניג צו יחעדע חסידות!
לאמיר רעדן צו די זאך.
וואס איז די סברא פון די זאליס און 'העולם החרדי' אריינצולייגען פאלשע בילדער יום טוב נאך יום טוב?
פארשטייט נישט דער מוציא לאור אז זיין מאגאזין 'העולם החרדי' ווערט א שטיק גארבידזש מיט'ן קונה זיין א שם אלס א מיסט קאסטן פאר פאלשע בילדער?
מיר הערן אז עולם החרדי גייט קלאגען די זאליס
און באבוב 45 פארפירט אז מער זאל מען נישט אריין לייגען די זאלי בילדער אין זייער מאגעזין
צו וועלכן קאורט גייען זיי גיין?
ברוקלין אדער ארענדזש קאונטי?...
עס גייט שוין ארויס פון די נאז לעכער.
שוין די העכסטע צייט אנצוהייבן א נייע טעמע און זוכן פרישע חטאים.
דער פאקט איז סייווי אז דער רבי שליט''א האט געהאט אלפים ורבבות ביים נעילת החג טיש
כ'האב שוין געוואלט גלייבן דיין פאקט, אבער פון די בילדער זעה איך אז מ'פראבירט צו מאכן אייגענע פאקטן..
עפעס זענט עט'ס נישט צופרידן מיט ענקער פאקט..
דער פאקט איז אז די זאליס זענען ווידער און ווידער ללעג ולקלס ביי יעדן.
אן 'עכטער' עם הארץ מיט 'פאלשע' בילדער.
דו ביסט אן 'עכטער' לוזער אז דו ביסט טאג און נאכט פארנומען מיט'ן רבי'ן שליט''א
גוט געזאגט....
נעקסט פליס....
דוד46 וואס זאגסטו?.....
הבדלה מנין מעגסט דיך אויך לאזען הערן......
שוטים! זעהט עטץ נישט אז עטץ זענטץ ללעג ולקלס פאר די גאנצע וועלט?
ללעג ולקלס ביי אפאר מינדערוויכטיגע 'ארונים' מיינט נאך נישט די גאנצע וועלט
ללעג ולקלס אין 'העולם החרדי' מיינט שוין יא ללעג ולקלס אין די גאנצע וועלט.
הא, פלוצלינג ביזטו מודה אז דער עולם חרדי לייגט מען אין די גאנצע וועלט,
און וועגען דעם קראכן די ארונים
די ארונים קראכן אדער די ארונים לאכן?
פרייטאג קומט שוין אן דער פרישער עולם החרדי , און אלעס וועט פארגעסן ווערן.
מען האט נאך נישט פארגעסן פון די 2 יאנקעלע גליק'ס
און מען וועט אי''ה קיינמאל נישט פארגעסן פון די נארישע און פאלשע נעילת החג בילדער
דער אמעריקאנער פארשפרייטער פון עולם החרדי
הרה''ח ר' בנציון מארקאוויטש נ''י
האט היינט מודה געווען אז די טעות'דיגע בילדער
פונעם געהויבענעם מעמד נעילת החג פון רבינו שליט''א איז דער טעות און שולד פון עולם החרדי.
דערמיט מעג שוין געשלאסן ווער די נארישע דיסקוסיע.
"נארישע דיסקוסיע"? ווען דער נאר וואלט געווען מיינס וואלט איך אויך נישט געלאכט
ר' בנציון נ''י וויל נישט פארלירן די זאליס אלס קאסטומערס זאגט ער ברבים אז דער 'העולם החרדי' איז שולדיג אין דעם גאנצן חזעריי,בו בזמן ווען אין וויזניצער בית המדרש לאכט ער אין די פויסטן פון די זאליס.
ר' בנציון מארקאוויטש איז נישט מער ווי א שיק יונגעל צו פארשפרייטן דעם עולם החרדי.
דערפאר איז נישט קיין חילוק וואס ער זאגט אין וויזניצער בית המדרש.
לאזט אפ ר' בנציון מארקאוויטש נ''י און קריכט אראפ פון יאנקעלע גליק נ''י.
דער גרעסטער חויזעק איז: דער גרויסער עם הארץ.
א חויזיק ביסטו, אז דו ביסט נאך אלץ פארנומען
מיט די אויסגעוועפטע טעמע.
דו זאליס זענען פארנומען מיט די בילדער א גאנץ יאר פון פאריאר נעילת החג מעג איינער רעדן פון דעם איין וואך
לויט ווי איך הער אז דער גרויסער ע"ה גייט היי יאר כ"א כיסליו ארויסגיין שארף קעגן עולם החרדי הכינו למלחמת נעילת החג
ביז כ''א כסלו וועט מען שוין לאנג פארגעסן פון די נעילת החג בילדער אין עולם החרדי.
אז די ווילסט נישט רעדן דערפון ווערט עס נישט אויסגעוועפט
אזעלכע נארישע און אבסורדישע שריט ווי אריינלייגען דעם זעלבן פאלשן בילד, דאס פארגעסט מען קיינמאל נישט.
חאטש דער באטרעפענדער אדער די באטרעפענדע וואלטן געוואלט.
רמקול
די ווילסט טאקע שטארק אז מ'זאל פארגעסן אבער ביז דערווייל גייט עס נישט
איך גיי היינט אריין אין ארבעט איך עפען מיין אי מעיל זעה איך איך האב 10 אי מעילס מיטן בילד פון 10 אנדערע מענטשן
איך קען דיר זאגן ווען ס'פארט שוין ארים אין אי מעיל פארט עס אזוי פאר א לאנגע צייט
און רמקול מעג איך וויסן וואס ס'איז שלעכט מיטן בילד אז מ'דארף פארגעסן דערפין?
דיינע 10 אימעילס וועלן נישט אונטערברענגען כ''ק רבינו שליט''א.
נעבעך נישטא וואס אונטערצוברענגען
רמקול
האסט נאך נישט גענפערט וואס ס'איז שלעכט מיטן בילד אז מ'דארף פארגעסן דערפין
נאך אזאך אויב מ'וועט שוין יא פארגעסן גלייב איך אז שבועות ס"ח וועלן ענק נאכאמאל דערמאנען דעם עולם
איך גלויב אז שבועות תשס''ח וועט דער 'העולם החרדי'
שוין זיין פארזיכטיג און נישט לאזן מאכן א גארבידזש פון דעם בילדער מאגאזין.
מען וועט פארלאנגען פון די זאליס צו גיין צו דאקטאר שמואל שפיצער, פריש באצאלן, און ער זאל אהערשטעלן א פרישן פאלשן בילד פאר די קומענדיגע 3 נעילת החג'ליך.
מיר געדענקן אלע ווי אזוי זייער כ"א כיסליו האט פאריאר אויסגעקוקט היי יאר אזוי ווי עס געפאלט אויס מוצ"ש וועלן זיי נוצען די נעילת החג בילדער
שמעתי אז המ''ן איז ראשי תיבות פון מ'נהיג נ'עילת ה'חג
עס איז בלויז א רמז'ל , אבער לאמיתו של דבר
איז ער א תלמיד חכם גדול ובעל נועם המידות.
דאס בילד איז געווען א נארישע זאך וואס דער "העולם החרדי"
האט געטון אבער עס גארנישט צוטון מיט סאטמאר נישט קיין קיין נפקא מינה
וויפיל די ארונים ווילען אז דאס זאל זיין עפעס א דורכפאל פאר סאטמאר
בכלל
פארשטיי איך נישט די טופשות פון "העולם החרדי" במילא זיי האבען נישט געהאט
קיין גוטע בילדער צולייגן פארשטיי איך נאך "העולם החרדי" אביסל אבער אז
מען געט נאר א קוק אריין אינעווייניג זעט מען דאך אז זיי האבען יא שיינע
און גוטע בילדער פארשטיי איך נישט פארוואס האט זיי אויסגעפעלט די גאנצע
מעשה
אהא, עס פאלט דיר גארנישט ביי אז עולם החרדי האט דאס געלייגט אופן באפעל פון זלמן ענד קא.
נישט קענענדיק שוין צום צווייטן מאל צי שטעלן שיינע בילדער, ווייל מען קען טאקע נישט, די זאלי קא. איז פוחת והולך? הא
איך זע טאקע ווי מען זוכט א צענטען צום בענטשען...
http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=11719
און דאס האבען זיי די "העולם החרדי" געהאט און אויך אריין געלייגט
(און דא זעט מען יא דעם אפגעברענטען שטיקעל..)
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]ערליכעאיד
קענסט ברענגן קליפס מיט בילדער וואס די סינערי איז יא פארבענט
פאר מיך וועט עס נישט העלפן פאר אנדער אפשר יא
ווייל איך זעה מיט וואס פארא מענטשון מ'האנדעלט דא מ'חאפט זיי ביי א פלאפ מיט שבת און קרית יואל יענקעלע גליק...
יעדער איז געווען זיכער אז נאך אזא פלאפ וועלן שוין די זאליס נישט פעיסטן קיין בילדער
אבער וואס האט איר געמיינט שבועות ס"ו זעהט מען אז מ'האט זיך גענארט
נעילת החג ס"ח זעהט מען אז נישט צוויי מאל נאר דריי מאל האט מען געפעלטש די בילדער
פרעג איך דיר יעצט ברענג בילדער מיט קליפס קען מען ענק נאך גלייבן??? זאג די אליין
מען קען שטיקלן און פעלשן בילדער, און מען קען שטיקלן און פעלשן קליפס.
אלעס איז גוט ביז מען כאפט.
וראי' לדבר , נאך מוצאי סוכות פון פאריאר תשס''ז איז קיינעם נישט בייגעפאלן
אז דער בילד פון 'העולם החרדי' מוציו''ט סוכות תשס''ז, איז דער זעלבער
זאלי בילד
פון מוצאי שבועות תשס''ו, וואס אויך דאן איז דאס געווען פאלש.
אצינד אז מען האט ענק געפאקט ביי די מעשה קענט עטץ ברענגען און ברענגען
בילדער און בילדער, קליפס און קליפס, אלעס איז גארבידזש און אפגעפרעגט.
עולם החרדי איז נאכנישט געווען אויף די וועלט ווען די בילד איז פאבראצירט געווארן, די בילד האט זיי די זאלי קאמ. אריינגעשיקט אז זיי זאלן דאס לייגן,
אגב אין די "וויקלי לינק" איז אויך דא א געשטיקלט בילד, אבער שוין נישט אזוי פראפעסענאל, ווי די אנדערע,
די בילד וועט נאכפאלגן אי"ה.
נאר_פרייליך איך האב געברענג די בילדער וואס איז געווען אין די "העולם החרדי" נאר דיר צו ווייזען אז זיי די "העולם החרדי" האט יא געהאט גוטע בילדער פון היי יאר אויך און וועגען דעם פארשטיי איך נישט פארוואס האבען זיי געדארפט לייגען א אלטע בילד בשעת זיי האבען א נייע
אבער פאר איין מינוט זאלסטו נישט מיינען אז איך האב עס אהער געברענגט אז דו זאלסט זען וואס פארא עולם עס איז געווען דארט ווייל מיר גייט נישט אן וואס דו גלייבט און וואס דו גלייבט נישט און ביי דיר האסטו שוין סיי ווי אפגעמאכט וואס דו ווילסט גלייבען
ערליכעאיד
ווען איך בין דארט געווען איז געווען א שוואכע עולם
די ווייזט א בילד און העולם החרדי און די זאגסט אז ס'איז פון יעצט ווייל מ'זעהט אז ס'איז פארברענט די סיין
נאכן פעלטשן אזוי סאך מאל בילדער זאג איך ענדערש אז אלע זענען אלטע געשטיקעלטע בילדער נאר אויפן בילד פון די פראנט פעידש האט מען פארגעסן ארויף צו פעיסטן די פארברענטע שטיקל
אזוי ווייזט די סעטיסטיק ביי די זאליס
נאך א סיבע אזוי צו זאגן ווייל ס'איז יעצט געווען פיל מיט צעיטלך אז רז"ל לאזט נישט נעמען בילדער אין ס'וועט זיין עסקנים וואס וועלן שטרענג קער נעמען קען נישט זיין ס'זאל זיין פון דאס יאר
ערליכעאיד, דו ווייסט גאנץ גוט אז דער נייער עמוד פון 'העולם החרדי' וואס דו האסט צוגעברענגט אנהאלט אין זיך 8 בילדער אריינגעקוועטשט אויף איין עמוד.
זיי מוחל און איבערצייג דעם ציבור אז די דאזיגע 8 בילדער זענען נישט אדורך די פראפעסיאנאלע הענד פון דאקטאר שמואל שפיצער.
דאס איז כולו עלמא מודה אז די זאליס האבן פארלוירן דאס נאמנות.
על כן איז דיין פליכט אהערצושטעלן די דאזיגע 8 בילדער , יעדע פאר זיך מיט איר גאנצקייט, נישט אריינגעקוועטשט קליין און גרויס אויף איין עמוד
דרך אגב, אז מען קוקט גוט אויפן ' צווייטן ' בילד פון דעם נייעם
אפירגעברענגטן עמוד פון'העולם החרדי' און מען באטראכט
דעם ''לעצטן'' בילד אויפן זעלבן עמוד, זעהט מען אפן אז לא קרב זה אל זה,
איין בילד שטימט נישט מיט די צווייטע, און אויך דער דאזיגער עמוד איז פול מיט
פאלסיפיקאציעס.
ערליכע איד
די מיינסט דער עולם החרדי שיקט אראפ כאפען בילדער?
די בילדער האט מען אים געשיקט, דאס האט ער יעצט באקומען און יעצט געלייגט.
[בילד – נישט אפגעהיט]
ביטע אריינסקענען דעם ארגינעלן עמוד פון '' וויקלי לינק'' אן קיין שום הגהות,
אז דער ציבור זאל זיך קענען איבער צייגען די פאלסיפיקאציעס.
דער אשכול ווערט בעסער און אינטערעסאנטער, פון מינוט צו מינוט.
[בילד – נישט אפגעהיט]