היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » די נסיעה פון מהר"א מסאטמאר קיין ירושלים

די נסיעה פון מהר"א מסאטמאר קיין ירושלים

147 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2239033
בלאט: 1 2 3

my_pen » 19/8/2007 21:47

א שטיקל באריכט פונעם פארגאגענעם פרייטאג, שב"ק און מוצש"ק:

פרייטאג אינדערפרי האט רבינו שליט"א געדאווענט אין ביהמ"ד ברך משה מיט די ילדי תלמוד תורה "יטב לב" ירושלים און די בחורי הישיבה ד'סאטמאר,  דערנאך האט רבינו שליט"א געטיילט מטביעות פאר די ילדי תשב"ר,

שפעטער האט רבינו שליט"א געהאלטן א דרשה פאר די חברי ורבני כולל למציונים ד'סאטמאר, בדרוש ופילפול פאר אריבער אנדערהאלבן שעה,

און די נאכמיטאג שטונדן זענען אריבער געקימען צו רבינו שליט"א, כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, הרב דוד סלאווייטשיק, אדמו"ר מ'סטראפקאוו, אדמו"ר משכנות הרועים, הרב יוראוויטש חבר הבד"ץ, און נאך מוצים און דיינים פון די עדה החרדית, און ראשי ישיבות טשבין, און נאך,

עקסטער איז הגה"צ אב"ד סאטמאר שליט"א געפארן בשליחות אביו רבינו שליט"א, אלס שלוחא דרבנן, צו באזיכן אין די מוסדות אין בית שמש, אין באגלייטונג פון הגה"צ דומ"ץ בארא פארק שליט"א, און הרב בנציון לאוב, צום ערשט זענען זיי געגאנן צו אב"ד בית שמש הרב נ. קופטשיק, דערנאך צו נחלי אמונה, דושינסקי, אן עקסטערען קבלת פנים איז פארגעקימען פארן רב שליט"א אין די מוסדות פון תולדות אברהם יצחק, מוסד טוב ירושלים, הגאון ר' יושע ראזענבערג אב"ד רמ"א, וחבר הבד"ץ, מוסד תורה תמימה, זבחי צדק, בנות ירושלים, 

איבער דעם געהויבענעם, שפראכלאזן שבת קודש גייט אריין דא,
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2264493

מוצ"ש נאכן מעמד ה'באגלייטן דורך רבבות אידן, האט רבינו שליט"א אויפגענימען אידן וואס זענען זיך געקימען  קוויטלען  ביז בערך 3:30 פארטאגס, דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען צום פלאץ ווי עס וועט אי"ה אויפגעשטעלט ווערן די סאטמארע שיכון "קרית יואל" צו לייגן די "אבן הפינה" וואס צוליב די שרעקליכע געדרענג ביים מעמד קבלת פנים איז עס דאן נישט פארגעקימען ווי געפלאנט, עס האבן זיך באטייליגט דארט תלמידי וחסידי סאטמאר, עס זענען געזינגען געווארן לעבעדיגע ניגונים, און רבינו שליט"א האט געלייגט דעם גרונד שטיין,

פון דארט איז רבינו שליט"א צוריק געגאנגען צו זיין אכסניא, ווי ער האט ווייטער אויפגענימען מענשטן וואס האבן געוואלט אריינגיין לברך ולהתברך ביז אינדערפרי,


אשרי עין ראתה כל אלה, הלא למשמע אוזן דאבה נפשינו.

פאטאקי08 » 19/8/2007 23:33

ניין אהאלב מיליאן דולר איז אריינגעקומען היינט ביי די ספעציעלע מסיבה פאר די נגידים

קרעדיט דזשובוי חדשות אנש

_________________

monroe06 » 19/8/2007 23:34

When is the rebbe sleeping?

my_pen » 20/8/2007 01:19

זונטאג אפדעיט:

היינטיגן טאג נאך שחרית זענען אריבערגעקימען צו רבינו שליט"א הגאון הגדול רבי מאיר בראנסדארפער שליט"א און הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א חברא דבי דינא רבא עדה החרדית ירושלים, אזוי אויך זענען אריבער געקימען אדמו"ר מ'סלאנים און הרב אלי' כ"ץ אב"ד סאטמאר בני ברק,

אין די נאכמיטאג שטונדן איז רבינו שליט"א אריבער געגאנגען אויף א באזיך אינעם בית השחיטה פון די עדה החרדית, אויפן פארלאנג פון די עדה החרדית, און מ'האט דארט ארימגעפירט רבינו שליט"א און געוויזן דעם גאנצן הלוך ילך דארט,

נאכמיטאג, בערך 3:00 איז פארגעקימען די גרויסע מסיבה פאר די נגידים וואס געבן געלט פאר די נייע 'שיכון קרית יואל' און פאר דעם גרויסן בנין ווי עס וועט אי"ה זיין די בית המדרש און די מוסדות, דרשות זענען געזאגט געווארן דורך ר' שאול פריעדמאן, יו"ר וועד קרן הבנין, און ר' יצחק ראזענבערג, מעמודי התווך פון  די קהלה אין ירושלים, און סאטמאר בכלל, סגן ראש הקהל דקהילתינו, און נאך,

ס'איז אריינגעקימען דעם פארטאסטישן סכום פון  קרוב צו צען מיליון דאללער!!! (10,000,000,00)

דברות קודש איז געהערט געווארן פון כ"ק אדמו"ר שליט"א,

נאכמיטאג זענען געקימען באזיכן ביים רבינו שליט"א אדמו"ר מערלוי, אדמו"ר שומר אמונים, אדמו"ר ספינקא ירושלים, הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג, און נאך,

רבינו שליט"א האט געדאווענט מעריב פארן עמוד, צוליב די יארצייט פון זקינו "יטב לב" זי"ע,

רבינו שליט"א איז מכיבוד געווארן מיט א סידור קידושין,

דערנאך איז רבינו שליט"א געווען באזיכן ביי הגה"צ יעקב מאיר שעכטער, פון דארט איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום מעמד קביאת מזוזה ביים בית חינוך לבנות "חכמת לב" ווי עס איז א נאמען געגעבן געווארן פאר די אריינגאנג "שער ברך משה" לשמו לזכרו פון רביה"ק זי"ע,



בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.

elmonsey » 20/8/2007 13:24

איך האב געהערט אז די רבי שליט"א איז געווען ביים ערלויער רב שליט"א איז דא אפשר בילדער פין דעם?

 



תוקן על ידי elmonsey ב- 20/08/2007 13:23:40

Support our troops

העטעכפעטעך » 20/8/2007 17:30

מעכטיגע בילדער פון זשובוי תשואות חן חן לו

http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2258233

פאטאקי08 » 20/8/2007 17:51

איינער זאל אריבער שיקן א דאנק פאר דזשובוי פאר די הערליכע בילדער

_________________

מה_טובו » 22/8/2007 03:52

קול סאטמאר מעלדט רז די רבי שליט"א וועט זיין אין ק"י בערך 9:30

monroe06 » 22/8/2007 04:19

The rebbe just arrived in KJ

גאסט » 23/8/2007 16:18

איך האב באקומען בילדער אין אימעיל אבער אן קעפלעך. איך גיי אנפאנגן ארויף צולייגן, אויב איינער קען צולייגן קעפלעך זאל מיר שיקן אין אישי אדער אין אימעיל אויף kjgast@gmail.com און איך וועל עס צולייגן ווילאנג איך וועל נאך קענען.



ראשבראש » 23/8/2007 20:50

קען מיר איינער ענטפערן: פארוואס שמועסט מען אז חוץ שבת איז די גאנצע נסיעה געווען איין גרויסער פלאפ?

גאסט » 23/8/2007 21:01

ווייל די האסט דיין ראש נישט בראש.

ווער שמועסט עפעס אזאנס? דאס ערשטע מאל וואס איך הער עס

ראשבראש » 23/8/2007 21:06

זעהט אויס אז די גייסט נאר אין אהרונישע מקוואות, איך דריי זיך אין נייטראלע בתי מדרשים אין אויך אין בתי מדרשים פון אנדערע חסידות'ין און דארט שמועסט מען אזוי, איך פארשטיי אז ביי די היימישע איז אלעס גאלד, איך רעד אבער פון די גאס.

_________________

קול דודי הנה[בילד – נישט אפגעהיט]זה בא!!!!!
 בקרוב ממש
(אני רחוק מאוד מחב"ד, אנא אל תחשדו אותי)

גאסט » 23/8/2007 21:09

די רעדסט פון די גאס וואס גייט אויס פון קנאה, איך הער פון די פרעמדע גאס וואס וואוינען אין אר"י און זיי אלע זענען מלא התפעלות פון אלעס און אלעם

ראשבראש » 23/8/2007 21:18

איך רעד פון בעלזא וויזניצע טאהשע און נאך, די ווילסט מיר זאגן אז זיי רעדן אלע פון קנאה? קען זיין אז אין א"י איז דא א התפעלות אבער ביי אונז רעדט מען אז נאר שבת איז געווען געלונגען, (אלע חוץ די ארונים).

תוקן על ידי ראשבראש ב- 23/08/2007 21:16:01

קול דודי הנה[בילד – נישט אפגעהיט]זה בא!!!!!
 בקרוב ממש
(אני רחוק מאוד מחב"ד, אנא אל תחשדו אותי)

העטעכפעטעך » 23/8/2007 21:30

ראש ביסט א פאלטשע זאלי א זאלי זאגט עס איז געווען איין גרויסע פלאפ, מער שוואנצאנישע זאגען ער  איז קיינמאל נישט געווען אין א"י, מען פארגינט ניטאמאל איין שבת אויך נישט,
אדער אפשר נעמסטו אן דעם כלל אז כדי מען זאל גלייבן דעם ליגענט מוז מען זאגען עפעס אמת אויך, ווער ווייס.

גאסט » 23/8/2007 21:30

ראשבראש

מען זעהט אין די לעצטע תגובות וואס די שרייבסט אז דיין הגה איז גערעכט

די שרייבסט דיך אונטער "אני רחוק מאוד מחכמה בינה דעת, אנא אל תחשדו אותי"

סתם א שאלה, ווער רייט אויף דיר? (אין דעם בילד וואס די האסט ארויף געלייגט)




תוקן על ידי גאסט ב- 23/08/2007 21:29:08

גוטזאגער » 23/8/2007 21:32

ווייל ס'איז פארגעקומען אין די זעלבע צייט פון סאך א גרעסערע נסיעה פונעם אמתן סאטמארן רבין קיין קרית יואל, וואס די גאנצע וועלט האט גערעדט דערפון.

_________________

ראשבראש » 23/8/2007 21:33

גאסט, פארוואס נעמסטו זיך צו מיינע ביינער פערזענליך, איך האב דיר אמאל וויי געטון אדער געטשעפעט?
 העטך, איך בין א פאלשער זאלי אזוי ווי א עכטער. איך האלט אז זאלסט מאכן א חשבון אז איך בין א ארוני און איך שרייב נאר כדאי צו האלטן דעם אשכול אויבן.


צום פינטל איז דאס שקר אדער איז דאס אמת, די וועלט זאגט אז אן פייער איז נישטא קיין רויך.  

 



תוקן על ידי ראשבראש ב- 23/08/2007 21:33:46

קול דודי הנה[בילד – נישט אפגעהיט]זה בא!!!!!
 בקרוב ממש
(אני רחוק מאוד מחב"ד, אנא אל תחשדו אותי)

זשוליאני08 » 23/8/2007 21:41

וואס רעדסטו פון שבת?
שבת איז געווען א מאסיווער דעזעסטער. א פוסטער ליידיגער טענט.
גארנישט קיין  מענטשן
גארנישט קיין רבנים

_________________

ראשבראש » 23/8/2007 21:43

ערלעדיגט איי עם סארי, איך זע אז איר נעמט דאס פערזענליך זייט מיר מוחל פארן פרעגן, איך האב אייך נישט געמיינט וויי צו טון, ביטע זאגן בלב שלם מחול לך.

_________________

קול דודי הנה[בילד – נישט אפגעהיט]זה בא!!!!!
 בקרוב ממש
(אני רחוק מאוד מחב"ד, אנא אל תחשדו אותי)

גאסט » 23/8/2007 21:59

איי עם סארי ראשבראש, ס'איז געווען א גוטע וויץ און איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן


ראשבראש » 23/8/2007 22:10

ס'איז נישט געווען א גיטע וויץ, ס'איז געווען א גיטע טשעפע, און אוטא דאס וויל איך וויסן, האב איך זיך ח"ו פארזינדיגט קעגן דיר?

_________________

קול דודי הנה[בילד – נישט אפגעהיט]זה בא!!!!!
 בקרוב ממש
(אני רחוק מאוד מחב"ד, אנא אל תחשדו אותי)

שקל_שלם » 23/8/2007 23:08

חברה, העלפטס נישט פאר דעם זאלי ראש בראש פארדרייען די טעמע. די אויסטערלישע הצלחה און סיעתא דשמיא פון רבין ביים באזוך איז נאך די געשפרעך פון די גאנצע חרדישע וועלט!

ווען מהערט די דרשות פון רבין, די הייליגע ווערטער, בפרט אין מירון, קומט ממש א ציטער אין הארץ. איך האב מיך דערמאנט פון די הייליגע דרשה ר"ח אלול תשנ"ט אין גרויסן ביהמ"ד אין קר"י, ווער סגעדענקט יענע דרשה כאפט א ציטער יעדעס מאל עקסטער. יעצט איז דאס אויך געווען א געוואלדיגע הכנה פאר די ימי הרחמים והרצון!

ראשבראש » 23/8/2007 23:48

דערווייל הער איך נאר זאלי זאלי, קען מיר אפשר איינער ענטפערן צו די זאך, דערנאך וועל איך ענק ענפערן וועגן מיין פארטיי-רעליגע. איך האלט נישט קיין סודות.

בשמחה_תמיד » 24/8/2007 00:58

אז דו האסט וואס צו זאגן, אדרבא זאג, ברענג ארויס פרטים וואס דו האסט געהערט אז דער באזוך איז דורכגעפאלן.

אויב דו האסט נישט קיין דיטעילס דאן הער אויף צו פארדרייען דעם אשכול נאכאמאל און נאכאמאל מיט שטותים.

מיט דאנק און שעצונג
דער מנהל

לולא_תורתך » 24/8/2007 01:43

א קארטאן אין הארץ היינט.

[בילד – נישט אפגעהיט]

SIM89 » 24/8/2007 03:18


הגה"צ ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א חבר הבד"ץ אין מחותן פון הרה"צ רז"ל שליט"א האט געזאגט איין אויסדרוק 'ער איז ארויס פון ארץ ישראל וואו סאטמארער רב' [איך האב עס אליין געהערט פון דער וואס ר' יהושע האט עס איהם געזאגט] ובעל כרחו יענו אמן.

ארגינעלער » 24/8/2007 03:31

 

תוקן על ידי - ארגינעלער - 24/08/2007 3:30:18

_________________

SIM89 » 24/8/2007 03:53

אין בח"ח ברענגן זיי א גוטען ירושליימע ויץ מיט דו גאנצע שאמלץ, אין נאמען פון הרב ר' יוסל קרויזר שליט"א, וואס איז געקומען אין שבת צום טיש פון רבי'ן אין געווארן שאקירט צו זעהן די עולם בליעה"ר, האט ער געגעבן א אויסרוף, "מוז דאך זיין אז ביים סאטמארער רבין איז א ריזן עולם, אז ביי זיין ברודער איז דא אזא ריזיגע ציבור"...

elmonsey » 24/8/2007 07:49

איז אמת אז די רבי איז געווען בייים ערלויער רב ?

_________________

Support our troops

גביר_אדיר » 24/8/2007 10:27

על, איך הער אז יא. אבער בעצם וואס איז דיר דאס אזוי נוגע אז די האלטסט אין איין פרעגן דערוועגן

elmonsey » 24/8/2007 13:27

איך וויל וויסן צי ס'איז דא בילדער דערפין ווייל איך האלט פין אים...

_________________

Support our troops

elmonsey » 26/8/2007 07:41

איך האב געזיכט די עקסטערע ביילאגע אין 2 געשעפטן אין מונסי אבער איך האב עס נישט געטראפן איך האב ליידער געדארפט קויפן די העולם החרדי

sim א גרויסן דאנק

_________________

Support our troops

גביר_אדיר » 26/8/2007 10:47

על
איך ווייס נישט צו די האסט שוין געזען ערגעץ, אבער איך האב שוין געזען ערגעץ (איך געדענק נישט ווי) א בילד ביים ערלויער רב.

איך האב אויך שטארק הנאה דערפון, ווייל איך האלט אויך שטארק פון עם. (כאטש ער איז ליידער געכאפט אין ציונות).

_________________

גביר_אדיר » 26/8/2007 10:53

לגבי דעם ארטיקל אין (עם) הארץ, איז יעדעס ווארט איבריג. יעדער בר בי רב דחד יומא פארשטייט אליין אז זיי קענען אזא ארטיקל נישט צאמשטעלן אן קיין הילף. און פון ווי זיי האבן געהאט הילף איז זעלבסט פארשטענדליך, וד"ל.

_________________

elmonsey » 26/8/2007 14:34

גביר איך האב אויך געזען ער איז געווען ביי איינע פין די חתונות דארט

_________________

Support our troops

סאטמרחסיד » 27/8/2007 07:57

פאטאקי און פאר אלע אנדערע וואס פארשטייען נישט קיין עברית, האב איך איבערגעזעצט דעם ארטיקל פון הארץ.

איך האב פרובירט עס צו לאזן ממש ווארט ביי ווארט עד כמה שידי מגעת.

 

 די ארוינים קעגן די זאלונים

פון תמר רותם

ירושלים האט געוויזן א קאלטן אקסעל (cold shoulder) צום אדמו"ר פון סאטמאר. די אנדערע אדמורי"ם און די חרדישע גאס האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון זיין אנוועזנהייט און א גאנצע צייט האט געקאכט פון אונטער די קוליסן די אנגעצויגנקייט מיט זיין אינגערע ברודער, ר' זלמן לייב.

די ווענט פאר די צעטלעך אין ככר השבת אין איר אומגעגנט בייגן זיך אונטער, ווי געווענליך, פון אונטער די שפע פון כיבודים פאר רבנים וואס די עדה החרדית וויל אין זייער עהרע (חפץ ביקרם). נאר צו דעם באזוך פון אדמו"ר פון סאטמאר איז נישט דא קיין שום אנדענק און מאה שערים, אויך די פאשקעווילן, וואס האבן נישט קיין שום אפהאלט, וואס קלעבן איינער אויפן צווייטן, וואס ברענגט ארויס די טיפע קאנפליקטןן צווישן חסידישע הויפן וואס קריגן זיך, איז נישט דא קיין שום באציאונג צו אים.

די באזוך פון די אדמו"ר ר' אהרן טייטלבוים, וואס איז אנגעקומען צום ערשטן באזוך אין ירושלים אונטערן שאטן פונעם טיפע טיילונג אין סאטמאר, וואס איר צענטער איז אין אמעריקע, ווערט אויפגענומען מיט א דונערדיגע שווייגעניש, נישט דא קיין מודעות וואס לויבן און עס איז נישט דא קיין פאשקעווילן וואס שעלטן. פארקערט ווי אנגענומען, איז אפילו א לוח הזמנים נישט נתפרסם געווארן לטובת די פארבייגייער.

 די ווענט פאר די צעטלעך טוען אויך נישט ארויסגעבן די טיפע טיילונג אין סאטמאר, וואס האט זיך צופלאקערט נאכן טויט פונעם פריערדיגן רבין, רבי משה טייטלבוים, פאראיאר, די קאנפליקט צווישן די צוויי חסידישע הויפן, די וואס איז אונטער די אנפירערשאפט פונעם עלטסטן זון פונעם נפטר, אהרן טייטלבוים, און די וואס איז אונטער די פירערשאפט פון זיין אינגערען ברודער זלמן לייב, האט צוגעברענגט צו אסאף געשעהנישן פון שלעגערייען און אמעריקא און אויך און ארץ ישראל, לעצטענס הערשט א געוויסע רואיגקייט, ספעציעל נאכדעם וואס דער אמעריקאנער געריכט האט זיך אריינגעמישט אין די צוטיילונג פון די ירושה, און די טעג פון די באזוך פונעם רבין איז פארגעקומען א צייטווייליגער פייעראפשטעל צווישן די קריגערישע גרופעס. אבער פון אונטער די קוליסן, האט די אנגעצויגנקייט געקאכט מיט א שטארקייט אן אפשטעל.

קעגן די פרייע , די ציונים, זענען אלע קנאישע קרייזן פאראייניגט מיטן דעה אז רבי אהרן האט מקדש גם שמים געווען און ער האט מחזק געווען זייער מחנה מיט זיין כוונה צו בויען א געגנט פאר זיינע חסידים אויף די חורבות פונעם טיאטער עדיסאן, א בנין מיט א סימבאלישע באדייט אין ירושלים, אפילו "המודיע" די ארגאן פון אגודת ישראל, די היסטארישער אידיאלאגישע קריגער מיט סאטמאר, האט אוועקגענייגט פון די געווענליכער גאנג וואס די חסידות ווערט דערמאנט אין איר, און זיי האבן באריכטעט די נייעס. אין אמת'ן אריין, איז דער שריט געווען געצילט פאר אינערליכע פאליטישע צילן: אהרן טייטלבוים וויל שלאגן ווארצלען און דעם פעסטונג פון זיין ברודער-קריגער- אין ירושלים

אן די הכשר פון די בד"ץ 

ירושלים האט געוויזן א קאלטן אקסעל (cold shoulder) צום אדמו"ר פון סאטמאר. די עדה החרדית, די ארגאנעזאציע וואס פאראייניגט אונטער זיך די עקסטרעמע קרייזן אין ירושלים, וואס סאטמאר איז א טייל פון איר פלייש, האט נישט מפרסם געווען א רוף וואס אידענציפירט איר [מיט סאטמאר] פארן באזוך, שפעטער האבן זיי [ביד"צ] אנגענומען א ווייטערן גאנג: צו דער פייערליכער מיטאג וואס איז אפגעראכטן געווארן זונטאג און א זאל אין די תלפיות געגנט אין ירושלים, איז נישט געגעבן געווארן א הכשר פון די בד"ץ, צום סוף האט מען מסכים געווען צו געבן א הכשר פון אן אנערקענטע רב, א חבר אין די ערה, וואס מען רעכנט אים א אייגענע שטעלע.

מיט די עדה, איז אין דעם זעלבן גאנג געגאנגען אנדערע רביס און די חשובע חרדישע מוסדות אין ירושלים, נאך אלעם הערשט זלמן לייב אויף די מוסדות און אויף די געלט, עס איז בעסער זיך צוריקצוהאלטן פון יעדע באווייז וואס וועט אויסגעטייטשט ווערן ווי א אויסדרוק פון שעצונג צום רבין. אזוי איז געשעהן אז די רבי אהרן מיט זיינע חסידים זענען איזאלירט געווארן, "די רבי פארשטייט זיך האט געבעטן אז עס זאל נישט זייך א גרויסע צערעמאניע" פארענטפערן זיינע חסידים, וואס ווערן אנגערופן ארוינים, די באציאונג צו אים. זיכער, לאכן די זאלוינים אין אנטווארט, די חסידים פונעם אינגערען ברודער, וואס ווארטן מיט הנאה פאר א דורכפאל פונעם רבין.

רוב עולם וואס איז געווען ביי די מעמד הנחת אבן הפינה פאר די געגנט, וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע מיטוואך אויבן רחוב ישעיהו, האט זיך געציילט פון חסידים וואס האבן באגלייט דעם רבין אויף זיין רייזע פון אמעריקע אדער אזעלכע וואס וואוינען אין בני ברק. די ירושלימער סאטמארע, שטיצער פון זלמן לייב, האבן צוריקגעהאלטן זייער פוס פון די געשעהניש. זיי זענען נישט די איינציגסטע. לכבוד די באזוך איז געגאנגען פון האנט צו האנט מאפעס וואס דארט איז געווען אנגעצייכט גאסן וואס איז פארבאטן צו זיין דערין אין די צייטן וואס די אהרוינים זענען דארט. אזוי גרויס איז די שנאה צווישן די צוויי גרופעס, אז איינער פון די איינוואוינער פון מאה שערים האט מסביר געווען אז די טומאה וואס איז ארויף ארום די מעמד הנחת אבן הפינה איז ערגער ווי די טומאה פון די מצעד התועבה.

 דער היסטארישער פעסטונג פון די סאטמארע אין ירושלים, אויף רחוב יואל – א גאס וואס איז גערופן געווארן אויף די נאמען פון די נביא יואל, אבער די חסידים האלטן אז עס הייסט נאך זייער גרויסן רבין, הרב יואל טייטלבוים – איז געווען אינדרויסן פון שטח, די זאלוינים האבן געזארגט צו פארשפרייט א קלאנג אז זיי האבן געדינגען סעקיוריטי, כדי די ארוינים זאלן זאלן נישט אריינדרינגען דארט. אבער זעהט אויס אז די ארוינים האבן געטוהן וואס זיי האבן געקענט צוריקצוהאלטן געשלעגן.

ווי זענען די רביס

פרייטאג צו נאכטס איז פארגעקומען אין די גרויסע שטח אין ככר זופניק, די גרויסע טיש, וואס האט געצויגן הונדערטער, צוויי אזייגער ביינאכט, ווען די טיש האט זיך געענדיגט, האבן די באטייליגטע געווארט אויפן רבין א האלבע שעה, כדי אים צו באגלייטן מיט די חסידים ביז זיין הויז, זיי זענען אנטוישט געווארן צו אנטדעקן אז ער איז נעלם געווארן אין בתי זופניק וואס איז נאנט צום שטח און דערנאך איז ער אוועקגעפירט געווארן מיט זיינע מקורבים אויף א זייטיגע וועג.

די חסידים, וואס א חלק פון זיי באשולדיגן די רבי מיט דערווייטערונג און שרעק און אנדערע זענען מסביר אז זיין אויפירונג קומט פון דרוק וואס גרעניצט זיך מיט דערנידערונג, באטראכטן די באזוך מיט א פארגערעסערונג גלאז. לויט די נישט געשריבענע פארשריפטן, איז א חלק פון די צייט פון א רבי וואס קומט באזוכן פון אויסלאנד באשטימט פאר באזוכן ביי רבנים און צוריקצוגיין באזוכן. וועגן די האקעלקייט פון די באזוך פון ר' אהרן איז יעדע אפנויג פון די פארשריפטן געווען די געשפרעך פון טאג און די שטיבלאך (בתי מדרשים) אויף די גאס און אין די חרדישע פורומס.

האט סיי וועלכע פאסירונג פאראורזאכט אז די צוויי רביס וואס וואוינען אין מאה שערים, פון תולדות אהרן, און פון תולדות אברהם יצחק, פונקט נישט געווען אין שטאט? און ווער איז געבליבן אין ירושלים? סאטמאר, א חסידות וואס צייכנט זיך אויס מיט עקסטרעמיזם, האט זיך פון אייביג געפירט צו באצייכענען ווער עס געהערט צו אירע פיינט און נישט צו אירע פריינד. פארשטייט זיך אז די רבי גייט אפילו נישט טראכטן פון גיין באזוכן די בעלזער רבי (זיין שוואגער, חתונה געהאט מיט זיין ווייב'ס שוועסטער) און די גערער רבי. די צוויי הויפן זענען א חלק פון אגודת ישראל וואס שטיצט ציונית. דערפאר האט זיך ר' אהרן באגנוגנט מיט באזוכן וואס געבן אים א ליבעראלן אויסקוק, צווישן אנדערע האט ער באזוכט ביי די ערלויער רבי, וואס ווערט פארעכנט ווי א אנהענגער פון אגודת ישראל, "ציוניסט" און ביים קלויזנבורגער רבי.

סאטמאר אין אמעריקא ציילט בערך צוואנציג טויזנט משפחות, וואס וואוינען אין מאנרא אין אין וויליאמסבורג, מאנרא איז באהערשט דורך די אהרונים און אין וויליאמסבורג האט זיך אנטוויקלט די קהילה פון זלמן לייב. אין ארץ ישראל ציילן זיך די חסידים אביסל מער ווי טויזנט משפחות, וואס זענען געצענטערט אין ירושלים און אין בני ברק. בני ברק ווערט פאררעכנט ווי א פעסטונג פון ר' אהרן, ווייל דארט וואוינט זיין שווער, די וויזניצער רבי, ירושלים איז די מקור פון ר' זלמן לייב'ס כח, אפילו עס איז דא אפאר משפחה-גרופעס פון ארוינים. די נייע געגענט וועט צוגעבן א באדייטענטע כח צו די משפחות

אינעם שפיץ פונעם טיפן קריג וואס צוטיילט סאטמאר שטייט די ירושה פון די כאריזמאטישער גרינדער און דער אידיאלאג פון די חסידות הרב יואל טייטלבוים, במשך די יארן איז פארשטויסן געווארן די אידיאלאגישע חלק, און די געפעכט האט באקומען אן אויסקוק ווי א געראנגל אויף פעסטונגן, און בעיקר אויף ריעל עסטעיט.

מיט די הילף פון די גבאי

ר' יואליש, אזוי ווי די גרינדער ווערט גערופן דורך זיינע חסידים, האט נישט געהאט קיין קינדער, זיין משפחה איז געהרגט געווארן ביים קריג און די נעקסטע באצייכנטע רבי איז געווען זיין ברודער'ס זון, [ר'] משה, אבער די "בני יואל", די עלטערע חסידים וואס האבן באקומען שטיצע פון זיין פארהעלטנסמעסיג יונגע ווייב פון ר' יואליש און פון א רייע פון נדבנים, האבן נישט מסכים געווען צו אנערקענען אין אים אלס יורש, זיי האבן געוואלט ווארטן און קרוינען ווען עס וועט קומען די צייט די "ינוקא" (א טיטל פאר א גאר יונגע רבי), זלמן לייב, וואס זיין בילד זיצנדיג אויפן שויס פוןן הרב יואליש, האט אנגעצינדען זייער פאנטאזיע.

אלס די עלטסטע זון, וואס ווערט אייביג באצייכנט ווי די נעקסטע רבי, האט אהרן טייטלבוים געזעהן אין זיך דער ממשיך פון זיין טאטע און פון ר' יואליש. ער האט אויך געקריגט זיין טאטן'ס קריג, און פארדעם האט ער געזארגט, צוזאמען מיט די גבאי, צו דערווייטערן זיין ברודער קיין ירושלים. אזוי האט זלמן לייב זיך אנגעזאמלט כח אין ירושלים, ער האט באהערשט די חשובע מוסדות פון די חסידות און אויף איר געלט, ר' אהרן האט זיך אנגעזאמלט אסאך מער חסידים, אבער האט זיך אויך פארמערט פיינט, דער טיילונג האט זיך אנטדעקט ווען ר' אהרן האט זיך צוקריגט מיטן גבאי. דער לעצטער האט אים אראפגעמאלן אין א נעגאטיווער ליכט פאר זיין טאטע און ער האט געזארגט צו ברענגען זלמן לייב פון ירושלים און אים קרוינען אלס רבי.

האבן די ארוינים געזיגט דאס מאל? ווענדט זיך וועמען מען פרעגט. אין מאה שערים זאגט מען אז ווען מען רייצט זיך מיט א זלויני אז די טיש וואס אהרן האט געפירט איז געווען געלונגען, ענטפערט ער: שטעלט ענק פאר ווי אזוי עס גייט אויסזעהן ווען די רבי גייט קומען.


guar » 27/8/2007 17:47

אז דער פראפעסאר הידוע וויל האקן און אפשפעטען פון רבינו שליט"א אזוי ווי אלע פרייע צייטונגען טוען פאר וואס שרייבט ער די ווערטער?

קעגן די פרייע , די ציונים, זענען אלע קנאישע קרייזן פאראייניגט מיטן דעה אז רבי אהרן האט מקדש גם שמים געווען און ער האט מחזק געווען זייער מחנה מיט זיין כוונה צו בויען א געגנט פאר זיינע חסידים אויף די חורבות פונעם טיאטער עדיסאן, א בנין מיט א סימבאלישע באדייט אין ירושלים, אפילו "המודיע" די ארגאן פון אגודת ישראל, די היסטארישער אידיאלאגישע קריגער מיט סאטמאר, האט אוועקגענייגט פון די געווענליכער גאנג וואס די חסידות ווערט דערמאנט אין איר, און זיי האבן באריכטעט די נייעס

נאר זעט אויס אז ער אלץ שרייבער אינעם אלגעמיינער, ווייסט ער אויך פון דעם כלל אז כדי מען זאל גלייבן דעם ליגענט מוז מען זאגן אביסעל אמת אויך, און אפשר אזוי וועט מען גלייבן אלע זיינע שטותים און לגיונות וואס ער שרייבט.

guar » 27/8/2007 19:07

רבינו בעמדו על הר הצופים מעמד מלא רגש ורטט

http://video.google.com/videoplay?docid=-5552122843549831126

גוטזאגער » 27/8/2007 23:41



ווער קען ביטע ארויפלייגן דעם געוואלדיגן קליפ אויף צופר.
פאר דעם תועלת פון די דזשעינעט באנוצער

עס איז אויך דא אויף יו טוב

http://www.youtube.com/watch?v=JkpB_j4dTbo

_________________

אשר_זלמן » 30/8/2007 00:05

נסיעהסז » 3/9/2007 22:37

מבני_בניו » 5/9/2007 05:58

איך שרייב דא איבער די תגובה פון דוד46, אז סזאל בלייבן לדראון עולם זיין אומפארשעמטע אפענע שקרים, דארט וואו סאיז דא אפענע בילדער פון אלע 4 ביים קבלת פנים!!!!!!!!!!

quote
ווייסט עמיצער פארוואס די פאלגענדע רבנים זענען נישט געווען ביים קבלת פנים?

די שרי התורה הגאונים הצדיקים רבי יושע ראזענבערגער שליט"א, רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א, רבי יעקב מענדל יוראוויטש שליט"א אלע 3 חברי הביד"ץ.

דער מחותן פונעם מאנראוער רבי'ן, כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.
/quote

ארגינעלער » 5/9/2007 06:18

דער שטורעם וואס סאטמאר האט פאראורזאכט אין ארץ ישראל לאזט נישט נאך. איך ציטיר פון עמיצן וואס האט עסטאבלישט א נייע תורה ראדיא (אן אריינגיין אין די עצם זאך וואס יענער האט געטון):

"Bringing a Torah scroll to the heretical Broadcasting Authority is a great victory," Ba-Gad said. "Just like how the Satmar Hasidim did to the Zionists last week when they laid the cornerstone for their institutions on the ruins of the Edison Theater."

http://www.haaretz.com/hasen/spages/900485.html

דוד46 » 5/9/2007 08:23

איך האב טאקע היינט געהערט אז אולמערט גרייט שוין צו א מסיבת פרידה, ווייל די מדינה גייט אונטערגיין...

מבני_בניו » 5/9/2007 09:18

פונקט ווי סאיז אונטערגעגאנגען נאך די נסיעה פון אונזערע הייליגע רביס די פריערדיגע יארן.

אגב, האסט נאכנישט געענטפערט אויף דעם גראבען ליגענט וואס דו האסט פארקויפט אינמיטן אז די חברי הבד"ץ און דושינסקיא רבי זענען נישט געווען ביים קבלת פנים.
בלאט: 1 2 3