היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נישטא קיין ווערטער איז נישט קיין מליצה

נישטא קיין ווערטער איז נישט קיין מליצה

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2264493

SIM89 » 19/8/2007 01:31

די שבת אין ירושלים קען מען גארנישט ארויס ברענגען.
מענטשן האבן געשטראמט די גאנצע מעל"ע, זייט קבלת שבת, גוט שבת זאגן וואס האט געדויערט כמעט צוויי שעה, דער טיש וואס זענען געווען 10 טויזנט מענטשן אין האט זיך געצויגן פון א פערטל צו צוועלף, ביז נאנט צו 3 אזייגער פארטאגס, שבת בייטאג, אין די של"ס, ה' מלך, די תורה, אין די הויכפונקט דער מלכותדיגע באגלייטען פון מער פון 20 טויזנט מענטשן אהן קיין גוזמא. אזא זאך איז נאכנישט געווען.

ס'איז טאקע נישטא קיין ווערטער עפעש מתאר צו זיין.

אבער, דער ארגאנעזיאציע פון סאטמאר איז נאך ווייט פון שלימות. אסאך צעמישעניש אין באלאגאן. אבער נישט עפעס אויסנאם פון אלע סאטמארע היטארישע מעמדות.

פאטאקי08 » 19/8/2007 21:01

ווער ברענגט אריין די לעכט ביי ידיד נפש?

_________________

איזראלי » 19/8/2007 21:51

עס דארף ווערן ארויס געברענגט ווערן די שיינע דרשה און פשט'ל גג על גג וואס דער רבי זאל זיין געזונט האט געזאגט פרייטיג פארמיטאג פאר די בחורים און יונגעלייט ת''ח וחכמי ירושלים און נאך דעם פרייטיג צונאכט די הערליך שיינע תורה און ביי ס''ש די ווארימע שלש סעודה'ס תורה מיט בכיות נוראות , בקצור א שבת מיט התעלות רוחנית וואס די שטאט י''ם האט שוין לאנג נישט בייגעוינט .

my_pen » 19/8/2007 22:31

טשיף ראביי, א ריזיגען יישר כח פאר די שיינע קליפס פונעם באגלייטן, האסט מהנה געווען צענדליגער אידן,

זאל דיר עס גערעכנט ווערן צום גוטן.

SIM89 » 20/8/2007 10:06

פארוואס קען איך נישט זעהן די קליפ'ס?

ChiefRabbi » 21/8/2007 21:12

my_pen » 21/8/2007 21:27

טשיף ראביי, א ריזיגען דאנק,

ChiefRabbi » 22/8/2007 00:26