היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » די נסיעה פון מהר"א מסאטמאר קיין ירושלים

די נסיעה פון מהר"א מסאטמאר קיין ירושלים

147 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2239033
בלאט: 1 2 3

my_pen » 15/8/2007 22:08

ביי קול מבשר דארף מען דריקן 8 דערנאך 1 און דערנאך,( אפילו ער זאגט נישט גארנישט), דריקט
1

זייער קלאר און הויעך.

פיינעשידוך » 15/8/2007 22:08

יא עס ארבייט, זייער קלאר.
שכח

ארגינעלער » 15/8/2007 22:10

קול מבשר איז די בעסט הוקאפ.
זייער קלאר און הויך.

_________________

guar » 15/8/2007 22:10

א מחי' צו הערן ישר כוח פאר קול מבשר

חיים_נחום » 15/8/2007 22:13

עס קומט מיר טרערן אין די אויגן פאר התרגשות! אשרינו אשרינו אז מיר האבן אזא גענעראל המקנא קנאת השם צבאו-ת! יחי אדונינו מורינו ורבינו!

ארגינעלער » 15/8/2007 22:22

דער רבי שרייט:
דאס אז מיר גייען יעצט בויען הייזער און בתי מדרשים דא אויף דעם פלאץ וואס איז אמאל געווען א מקום טומאה:

איז די גרעסטע הוכחה אז מ'קען בויען אידישקייט אן די טריפה'נע מדינה
אן נעמען געלט פונעם מקור רשע.

יעצט רעדט ער פון די תכנית הליבה

_________________

שקלשלם » 15/8/2007 22:23

ס'קומט מיר אין געדאנק די ווערטער פונעם ספרא רבא ר' סענדער דייטש ז''ל אויף מרן רבינו בעל ברך משה זי''ע אמאל אין געלעגנהייט -

א י ן  ד ו ר י נ ו  ד ו ר    ית ו ם   ש ר ב י נ ו    ה ק ד ו ש   ש ל י ט '' א   ש ר ו י    ב ת ו כ ו

געגאנגען » 15/8/2007 22:28

רבינו שליט"א האט יעצט מסיים געווען די פייערדיגע דברות קודש. אשרינו מה טוב חלקינו!

ס'זענען ממש געקומען טרערן אין די אויגן ביים הערן די פלאמעדיגע ווערטער פונעם מנהיג הדור, ווי ער שטייט בראש המחנה און פארטרעט אונזער אידישקייט מיט א קומה זקופה אויף אן אופן ווי קיינער היינט צו טאג!

בפרט ביים ארויסברענגען דעם כמה גדולים דברי חכמים און די ווערטער פון בריסקער רב זי"ע וועגן איבערגעבן די שליסל פון תורה בידי מפיריה. ס'וועט נאך לאנג קלונגען איבער די גאסן פון ירושלים!

תוקן על ידי - געגאנגען - 15/08/2007 22:27:01

my_pen » 15/8/2007 22:32

אזא דרשה האביך נאכנישט געהערט אין מיין לעבן, דאכצעך,

דאס עקסטאז איז אויפן העכטען פארנעם.

קושקע » 15/8/2007 22:34

ווער איז דער טשערמאן וואס שרייט אזוי

ארגינעלער » 15/8/2007 22:34

רבינו שליט"א'ס פייערדיגע דרשה, איז געווען א שטיק פייערדיגע קנאות
מערקווירדיג אז 'דער רבי האט היבש אראפגעריסן אלע אגודיסטישע קרייזן
חסידישע, ליטווישע, אשכנזים און ספרדים
אז אלע זענען כיצא בהם.

_________________

my_pen » 15/8/2007 22:35

הגה"צ ראב"ד ירושלים שליט"א זאגט יעצט זיין דרשה.

רבי_יונה » 15/8/2007 22:47

דער ראב"ד שליט"א זאגט ברבים

"מענטשן רעדן זיך אפ אויפן רבי'ן אז ער איז ציפיל אין די ישיבה מיט די בחורים און איז נישט פארנומען געניג מיט די רעביסטעווע"...

_________________

my_pen » 15/8/2007 22:52

רבינו שליט"א איז געגאנגען דאווענען מעריב אין ביהמ"ד ברך משה ד'סאטמאר,

monroe06 » 15/8/2007 22:52

Thax kol m'vaser. Gevaldig

מבני_בניו » 15/8/2007 23:10

קען איינער ארויפלייגן דא פיקטשערס?

אידעלע » 15/8/2007 23:17

כא כא כא

שרעקליכע דורכפאל. גאנץ ירושלים שטייט און לאכט איבער די אויסגעשפילטע ציבור וואס איז געווען ביי די קבלת פנים. סאיז בושות און חרפות פאר די ארונים ווי זיי גייען נאר. רוב מנין ובנין פון סאטמאר-ירושלים האט איגנאריט די קבלת פנים און די ארונים האבן געמיזט זיין אנגעוויזן אויף פרעמדע מענטשן, אבער אין די גרויסע היצן זענען אנגעקומען זייער ווייניג פרעמדע און דאס ליצנות איז געווען געוואלדיג.

אין בחדרי חרדים רעדט מען איבער די שרעקליכע דורכפאל וואס איז געווען. די שרייבערס זענען נישט קיין סאטמארע מענטשן נאר פרעמדע וואס מען קען נישט חושד זיין אין זיין פרא-סאטמאר און אנטי-ארונים.

ליינט און האט הנאה.
http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=2263020&whichpage=1#R_4

_________________

איך קען דערליידן פערדן, איך קען נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן...

ארגינעלער » 15/8/2007 23:25

אזוי זאגט יוסף90 אדער (זריזות)... אדער א אנדערע ניק.

בכלל,  הער איך אז ס'איז בכלל נישטא קיין בילדינג...? יעצט זאגסטו אז ס'איז יא דא, נאר ממש ליידיג...

_________________

געווינער » 15/8/2007 23:33

נעבעך, דער אידעלע/יוסף90/דוד46/בןמנובל/ליברטי/לגלטי ארבעט אווערטיים. ער קומט יעדע פאר מינוט אויף בחדרי חרדים און דערקלערט איבער א פרישן דורכפאל וואס איז יעצט נולד געווארן, כאטש ס'איז שוין אריבער א שטיק צייט נאכ'ן קבלת פנים. ער האט געעפנט א ספעציעלן אשכול איינצומעלדן איבער די פרישע דורכפעלער פונעם קבלת פנים וואס פאסירן "ווייל ווי אר טאקינג", און דער עולם שטייט דארט און לאכט פון אים אין די פויסטן.

_________________

verbeenich » 15/8/2007 23:42

נעבעך נאכן ווערן באגאסן מיט וואסער פון א באלקאן אין ירושלים

איז ער אנגעקומען צום אבן הפינה אינגאנצען באנעצט
מיט בערך 2000 צוויי טויזנט מענטשען

דאס גענאר פון די גאנצע שטאט
עס האט געהאט אזא פנים בערך
ווי די מיליאן מענטשען מארטש

שורשנגח » 15/8/2007 23:45

פארוואס איז 2,000 מענטשן ווייניג?

_________________

hotwire » 15/8/2007 23:45

זכיות לרכבת משא בחדרי חרדים - ורב תודות לו.
עם האדמו"ר מויזניץ

[בילד – נישט אפגעהיט]


עם גאב"ד ירושלים
[בילד – נישט אפגעהיט]

שורשנגח » 15/8/2007 23:47

ווערבינעך, לכאורה פון משה-לעיזער'ס מענטשן,

גלייך אויס דיינע ליגענטס,

נעם אראפ 145 טויזנט מענטשן פון די 150,000 וואס דער ברך משה האט געהאט אין יאר תשנ"ד, און לייג צו 3,000 צו דיין איצטיגען ליגענט, וועט אויסקומען אז ביידע האבן געהאט די זעלבע, בערך

_________________

גאסט » 15/8/2007 23:48

לאזט די זאליס זיך אביסל טרייסטן ווילאנג זיי קענען נאך, ס'איז פשוט א רחמנות אויף זיי


געווינער » 16/8/2007 00:04

שור שנגח, אויב האט דער ברך משה זי"ע געהאט 150,000 טויזנט מענטשן אין ככר השבת, דאן האט דער רבי שליט"א געהאט 300 טויזנט מענטשן אין סאטמאר קארנער העיס אין קרית יואל, וואס איז דריי מאל אזוי גרויס ווי ככר השבת.

_________________

שורשנגח » 16/8/2007 00:08

הלא הוא הדבר אשר דברתי אליך לאמר

_________________

געווינער » 16/8/2007 01:01

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

ChiefRabbi » 16/8/2007 02:45

נאר_פריילך » 16/8/2007 02:51

איך האב גערעדט צו עטליכע און ארץ ישראל זיי זענען שטוינט פון עולם זיי זאגן אז ס'איז געווען א דאפעלטע אדער אפשר א טריפעלט עולם פון ווען די בעל ברך משה זי"ע איז געווען און ארץ ישראל

איין פלאפ איז געווען אז ס'איז געווען צו א גרויסע עולם ס'איז געווען זייער שווער צו פאלעצירן דעם אויבן אן

געגאנגען » 16/8/2007 03:16

נאר פריילך, טו א טובה און הער אויף מיט די פערדעריי.

איך גיי נישט זאגן אז ביים ברך משה איז געווען 100 טויזנט מענטשן, ווי דער ציפער האט זיך גוט פארקויפט אין די גאס, אבער ס'איז קיין ספק אז מ'קען נישט פארגלייכן די צוויי. ביים ברך משה איז גאנץ זיכער געווען נאנט, אויב נישט מער, ווי 10 טויזנט מענטשן (אין די עכטע וועלט...), און דא זענען געווען קוים 3 טויזנט מענטשן.

דער צווייטער חילוק איז אבער, אז ביים ברך משה איז געווען א ריזיגער טראסק און פראפאגאנדע, ווידער דא איז די איינציגע פראפאגאנדע געקומען בלויז פון די פאשקעווילן וואס יצחק ווייס וחביריו האבן אויסגעקלעבט אין ירושלים... און די בלויזע שמועה אז דער וועלט בארימטער גאון וצדיק קומט צו פארן האט ארויסגעברענגט טויזנטער אידן וועלכע זאלן קומען מקבל פנים זיין דעם מנהיג הדור פון אמעריקע.

ס'איז געווען קלאר פון פאראויס אז דא רישט מען זיך נישט אויף קיין גרויסן ציבור, אין מיינע אויגן איז דער ציבור א גרויסער איבערראשונג. אבער דער עיקר זענען די דרשות ביים געהויבענעם מעמד, אנגעהויבן פון ירושלימ'ער רב וועלכער האט נאכגעזאגט א ווארט וואס רבינו שליט"א האט געזאגט ביים קבלת פנים פארן ירושלימ'ער רב אין אמעריקע, צו די דרשה פון ירושלימ'ער ראב"ד איבער רבי'נס גדלות וואס ער האט דערקענט פון דער נאנט, ביז די פייערדיגע הערליכע דברות קודש פון כ"ק רבינו שליט"א וואס וועט נאך האבן א ווייטגרייכנדן אפעקט אין אלע הינזיכטן (ווי מען וועט גאנץ זיכער נאך זען און הערן).

ועל זה גאוותינו!

ארגינעלער » 16/8/2007 03:47

קרעדיט בחדרי חרדים



[בילד – נישט אפגעהיט]




יעדער וועט איצט מוזן מודה זיין אז דאס איז טאקע א מעכטיגע דורכפאל.....

תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 16/08/2007 3:50:30

זשוליאני08 » 16/8/2007 03:49

שקויעך ארגינעלער

דאס איז די ערשטע גוטע FISHEYE בילד
וואס דעקט די מאורע פון די הייעך.

נאר_פריילך » 16/8/2007 03:55

געגאנגען איך זאג נאר נאך וואס איך האב געהערט פון אפאר מענטשן און ארץ ישראל

ניהול_גרופ » 16/8/2007 03:55

איך וועל איבערלייגן דעם בילד פאר די זשעי. נעט באנוצער


[בילד – נישט אפגעהיט]

ChiefRabbi » 16/8/2007 04:26

http://www.gigasize.com/get.php/-1099638332/108.wmv
http://www.gigasize.com/get.php/-1099638202/Picture_109.avi

_________________



תוקן על ידי chiefrabbi ב- 16/08/2007 4:28:34

ChiefRabbi » 16/8/2007 05:44

נסיעהסז » 16/8/2007 06:21

תמיר וסאטמר, יד ביד
http://www.haaretz.co.il/hasite/spages/893976.html

ChiefRabbi » 16/8/2007 19:58

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

ChiefRabbi » 16/8/2007 19:59

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

ChiefRabbi » 16/8/2007 20:00

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

ChiefRabbi » 16/8/2007 20:01

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

דוד46 » 16/8/2007 22:28

ווייסט עמיצער פארוואס די פאלגענדע רבנים זענען נישט געווען ביים קבלת פנים?

די שרי התורה הגאונים הצדיקים רבי יושע ראזענבערגער שליט"א, רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א, רבי יעקב מענדל יוראוויטש שליט"א אלע 3 חברי הביד"ץ.

דער מחותן פונעם מאנראוער רבי'ן, כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.

הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג קהל עדת ברסלב.

והעולה על כולנה אז כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א האט נשיטג עפינען פאר וויכטיג זיך אומצוקערן אטהיים פון זיין אפרוה ארט אין אראזא.

my_pen » 16/8/2007 22:40

זייער פשוט,

זיי האלטן אז ער איז די סוטרא אחרא, אז ער האט געריפן זיין טאטען אין קאורט, אז ער האט גע'גנב'ט זיין טאטענס הויז אין ק"י, ער איז מאכיל נבילות וטריפות פאר טויזענטער אידן פון זיין בית השחיטה, און ער פירט אראפ דעם סאטמאר'ן אידענטום פון אידישקייט...

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין ?

העטעכפעטעך » 16/8/2007 22:51

דוד 46 אין פארוואס האבן זיי יא געפונען פאר וויכטיג אים אפציווארטן ביי ירושלימער רב'ס הויז ווינדערט דיך נישט? אין די בלאט איז דא זייער קלארע פיקטשערס דערפון

אין דרך אגב זיי זענען אויך געווען ביים קבלת פנים
אין בכלל זעה איך ווי די ביסט זייער ציווילדעוועט שרייבסט נערישע תגובות אין אלע אשכולות, די רעדסט נאר פאר דיר, אדער אין נאמען פון אלע אויסגעשפילטע זאליס?

איך האב א עצה טוה ווי די אנדערע זאליס טוען, ביי אזא פאל ווען עס גייט זיי אין די אדמה זאגט מען
 
"איך האב גארנישט מיט זלמן לייב"


תוקן על ידי העטעכפעטעך ב- 16/08/2007 22:58:31

זשוליאני08 » 16/8/2007 23:27

דער רבי איז פריער געווען ביי הגה"צ הרב יוראוויטש שליט"א
הרב יוראוויטש האט געוויזן פאר'ן רבי'ן עטליכע שאלות בעיני שחיטה

אויפן טיש האט הרב יוראוויטש אראפגעלייגט שטיקער פלייש און מ'האט דן געווען דערויף.
עס האט אויסגעזען ווי דער סאטמארער רבי איז א אינטערנאציאנאלע  מומחה אין שחיטה וניקור.

אבער ארונים פרייט זיך נישט...
יוראוויטש איז אים א שונא עצום. ער איז בכלל נישט געקומען נעכטן.
ער האט נאר געוויזן די פליש אלס א SHOW. אדער דזשאוק?

אמת?

_________________

דוד46 » 16/8/2007 23:30

איך קען עס פשוט נישט פארשטיין אז נאכדעם וואס "צענדליגער טויזנטער אידן האבן געטאנצן אין די גאסן" פילן זיך דיאהרונים אזוי אפענדעד?

קושקע » 16/8/2007 23:41

אונז זעמיר שרעקליך אפענדעד אז רב יוראוויטש מאכט דאס גענאר מיט סאטמאר רבי, דא בויקאט ער די אבן הפנה דעם אנדערן טאג מאכט ער זיך טעמיש מיט רויע שטיקלעך פלייש.

דוד46 » 16/8/2007 23:45

גאנץ א שיין בילד פאר א רבי פון אפאר הונדערט חסידים...
[בילד – נישט אפגעהיט]

guar » 16/8/2007 23:47

רבותי

ביטע נישט ענטפערן פאר דעם טיפוש דוד46 ער איז נישט דא אראפציברענגן פאקטן, ער איז א שליח פון רז"ל אין בן פראדל צי מינימאזירן מיט וואס מעגליך מיט ליצנות מיט ליגענטס מיט יעדן טואל וואס איז אין זיין פאזיציע, אין אזוי ארום צי בארואיגען די צישאסענע זאלונים וואס קענען זך נישט הייבן די קעפ, אלזא מיט ענטפערן שפילט איר מיט מוט איהם אין מען העלפט אים צו, אלזא זייטס מקיים וואס שלמה המלך זאגט אין משלי

אל תען כסיל כאולתו פן ישוה לו גם אתה, דאס טייטש ענטפער נישט פאר דעם נער ווייל מען וועט דיך נאך אויך האלטן פאר א נער, ווי זאגט די וועלט

די "הונט" בילט אין די באן פארט ווייטער

עי' ערך זאלי כא כסלו תשסא

דוד46 » 16/8/2007 23:54

ֿאז מען האט נישט וואס צו ענפערן פאר אזא הצלחה, מוז מען אנהייבן באיקאטירן. גאנץ א שיינע דערגרייכונג.

אגב, עס איז זייער דערקוויקענד פאר סאטמארער חסידים צו זען אז ווען אימער דער מאנראוער פארט ערגעצוואו מוזן די צייטונגען ארויסשרייבן האדמו"ר מסאטמאר הרב אהרן טייטלבוים, וואס "דאס" אליינס וואלט אמאל נישט געקענט פאסירן. איז דען א וואונדער אז סאטמארער חסידים דרייען זיך ארום מיט א שמייכל, און די אהרונים מוזן פארבייסן די ליפן, און סטראשען אז מען גייט נישט ענטפערן... 
בלאט: 1 2 3