לחיים לחייים טובים ולשלום.
קודם וויל איך זיך פארענפערן פאר די דילעי, כ'האב שוין געהאט געשריבן יעמאלט א האלבע תגובה דא, אבער מה עשה הקב"ה סיהאט זיך פארמעקט. איצט אז עס איז ווידער נוגע, נאכדעם וואס סאכדעס (לייען א.ג.) האט געהאט די חוצפה צוריקצולייגן די השגחה אויף די בודק סטראבעריס. בו בזמן וואס צוליב עפעס א יתכן האט מען גע'פסל'ט לולבים וואס קומען פון ערגעצוואו און האט נישט די השגחה הרמה פון א.ג. בין איך נאכאמאל אנגעקומען אהער. און כ'וועל דיר ענפערן כיד ה' הטובה עלי.
א) ליינענדיג דיין תגובה, האביך נישט אנגעהויבן פארשטיין וואס ווילסטו דא? ווילסט כ'זאל אין דעם ווירטואלישן וועלט שרייבן פונקטליך אלע מעשיות וואס כ'האב געהאט מיט התאחדות הרבנים? כ'מיין כ'האב דאך נישט קיין ספק אז א.ג. לייענט דא יעדע תגובה, אלזא, וויל איך דאך נישט אז מארגן זאל זיין מיין נאמען באשמירט בראש כל חוצות אלס א כופר וואס זאגט מאי אהני לן רבנן. וואס דאס איז דער טאקטיק וואס דער פירער באויפטראגט די רבנים אז זיי זאלן פארפירן און בארעדן יעדן וואס דעקט אויף דאס שלייער פון די התאחדות הרבנים דארצות הברית וקנדה.
ב) אויב ביסטו איבערצייגט אין די ווערטער וואס דו שרייבסט אליינס: "
האב איך א שטארקע נגיעה צו די התאחדות" וואלסטו אליינ'ס געברויכט נישטערן און זוכן אויב ס'איז דא אמת אין מיינע ווערטער, דו האסט דאך א נגיעה דא. און ביי אזא פאל אויב ביסטו ירא וחרד וואס עס וועט זיין ווען מ'וועט שטיין לפני הקב"ה אפגעבן דין וחשבון. וואלסטו זיך נישט געוואגט צו שרייבן מיט אזא ביטול אויף די אלע ווערטער, בפרט וואס אויב האב איך רעכט, קענען נאך אנדערע אפלאכן פון דעם צוליב דיין תגובה, און די אחריות איז אויף דיר, און אויף דיין קאונטע.
ג) שרייבסט:
"האסט אפגעשריבן א גאנצן ארטיקל און נישט צוגעצייגט קיין איין לאגישן אדער פאקטישן איבערצייג אויף דיינע ווערטער" אזוי??? לאמיר דיר צייגן, אין מיין ערשטע תגובה שרייב איך בזה"ל:
"פרובירט נאר אנרופן מיט א פראבלעם איבער כשרות ר' הלל וויינבערגער, וועסטו זעהן צו וועמען ער וועט דיך שיקן, אדער פרעג איהם אן פשט אין א היתר פון די סאכדעס בוק אויף כשרות, צו וועם שיקט ער דיך???" כ'האב דאס געשריבן איבערצייגענד דורך מיר אליין, און דאס איז צוויי באזונדערע עפיזאדן.
אין אן אלטן אשכול ביי די
פלייש שערוריה שרייב איך אזוי:
"פון התאחדות קומט נישט קיין משגיח אריבער פון איין יאר צום צווייטן אויסער אויפצופיקן די טשעק - אויב שיקט דאס נישט די קאמפאני אויף פָּאסט צו התאחדות" און דאס ווייס איך קראנטער פון קראנט. קענסט ליינען דארט ווייטער וואס כ'שרייב בנושא אביסל מער ביאור. און אזוי אויך נאך עטליכע תגובות דארט.
[אגב; אזוי ווי כ'האב שוין באזוכט דארט וועל איך דיר צייגן נאך עטליכע תגובות וואו איך צייכן אן אז כ'פרעג זיך שוין נאך יארן איבער כשרות
דא און
דא]
ד) דו פרעגסט אזוי:
"איך ווייס נישט וואו דו וואוינסט און וואו דו דרייסט זיך, אבער ווילסט מיר טאקע זאגן אז די פראדוקטן וואס טראגן אויף זיך די הכשרים פון די התאחדות דארף צו זיין אין די אויגן פון א חסידישן אינגערמאן ממש אזוי ווי די הכשרים פון די או. יו.?" איך ווייס אויך נישט וואו דו וואוינסט, אבער וואס איז די חידוש? אויב טויג נישט דער הכשר זאלסטו וואוינען אין הרי אררט, עס טויג נישט און פארטיג, און אויב ווילסטו מיך פרעגן? יא, עס דארף זיין אין אונזערע אויגן ארגער ווי OU, זיי האבן כאטשיג סטאנדארטן, וואס א.ג. האט דאס נישט...
ה) דו פרעגסט:
"האלטסטו טאקע אז די אלע אידן וואס שטאפן זיך מיט די פראדוקטן וואס טראגן אויף זיך די הכשר פון התאחדות הרבנים זענען מפוטם מיט מאכלות אסורות?" ניין, כ'זאג דאס נישט, ווייל מענלי האבן רובא דרובא זאכן אויף זיך דעם הכשר פון OU, וואס ליידער א.ג. פארלאזט זיך אויף זיי זעהר אסאך. אלזא קיין פיטום פון מאכלות אסורות וואלט איך זיך נישט געטרויעט צו זאגן.
אבער ליידער ליידער אויב וועסטו לערנען וואס עס שטייט איבער עסן מאכלות אסורות, וועסטו עטוואס פארשטיין די ריזן ירידה פון אונזערע קינדערלעך אין די חדרים..... די פארשטאפטע קעפ זענען אומגלויבליך געוואקסן די לעצטע צען יאר, פילפאכיג מיט א שרעקליכע דזשאמפ ארויף. וואס בלי ספק האלט איך אז עס געבינדן צו דעם.
ו) פרעגסט:
"ותו, עסטו טאקע קיינמאל נישט קיין פראדוקט מיט'ן הכשר פון די התאחדות? ותשמע אזניך מה שאתה מוציא מפיך, שאין אדם משים עצמו..." אויף דעם האביך שוין געשריבן, אז מ'קען נאכגיין די השגחות, און וואס ידי יד כהה איז מברר עס איך און איך לאז די קינדערליך, פארשטייט זיך אויב עס איז נישט וויכטיג, אדער ס'איז דא אנדערע פון די זעלבע הכשר, וועל איך עס נישט עסן.
ז) דאס וואס דו פרעגסט מיך אויף די נאמנות פון אן ארבייטער, כ'בין שוין דאס אויך געווען אין ביי עטליכע בעלי בתים, קודם פארשטייט זיך אז דו מוזסט זיין אין גוטן מיט דעם וועם דו פרעגסט, ווייל א_נישט וועט ער טאקען מורא האבן צו רעדן, צווייטנס, ווען איך האב געארבייט ביי מיין באלעבוס, און עס איז געווען א געוויסע פראדוקט וואס כ'האב געזעהן אז מיין באלעבוס פאפט מיט דעם א קאסטומער, האביך געזאגט דעם קאסטומער: גיי קויף דאס ערגעץ אנדערש ביטע.... דריטנס, פארשטייט זיך אז ער זאל נישט זיין דער סעילספערסאן, און געווענדליך ווער עס באקומט א וועכנטליכע וועדזש, וועט נישט האבן קיין פראבלעם צו זאגן פונקטליך וויאזוי עס גייט צו ווען עס פאסירט עפעס א שאלה פון כשרות, איהם וועט נישט באדערן צו זאגן: הערויס, דער משגיח קומט נישט אריין נאר אויפצופיקן דעם טשעק.. אדער: דער באלעבוס געט זיך גאנץ גוט אן עצה מיט'ן משגיח.... כדו' כדו', ווער עס וויל קען דורך דעם דערגיין וואס מ'זאל אין מויל נעמען און וואס נישט.
כ'האף אז אלעס איז פארענפערט...