ועד העירוב פון בארא פארק.. געוואלדיגע הצלחה
79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2155349
אויווי סאיז דא דא מענטשען וואס פארשטייען פשוט נישט מיט איינמאל שרייבען, נאך ענפערען א זאך קען איינער קומען און תוך כדי דיבור איבערפרעגען די זעלבע קלאץ קשיא, וועל איך דא נאכאמאל ברעינגען די לעכטיגע ווערטער פון ידידי אבימלעבט:
עס איז נישטא וואס מסביר צו זיין,
יעדער איד ווייסט אז אן רבנים איז נישטא קיין אידישקייט, יעדע זאך אין לעבען טוט מען לויט די אנווייזענגון פון דעם רב.
עס איז דא א נייע "שיטה" אז מען דארף אינוועסטיגעיטען דעם רב, דאס איז נגד התורה,
חשוב'ע רבנים, מיינע רבנים זאגען אז מען מעג טראגען, על כן טראג איך, ענד סטעפ וויט די נאנסענס.
פרעג איך דא א קשיא צום דרייסיגסטען מאל, דער אבימלעבט ודוגמתו טענהן, אז אפילו סדא אסאך רבנים ודיינים וואס זאגען אז מטאר נישט טראגען שבת, געוויסע האלטען אז ממעיג אפילו מאכען א ברכה אויף פריוואטע עירובין, (דאס מיינט אז זיי האלטען בברירות אז סאיז נישטא אפילו קיין ספק כשרות אין די עירוב, אז סזאל זיין א חשש ברכה לבטלה) אבער ער האט א גוטע טענה, "מיין רב זאגט אז איך מעג טראגען, טראג איך, סגייט מיך נישט אן ואס דו האלטסט אדער דיין רב/רבנים האלטען"
איז די הארבע קשיא, פארוואס ווען דיין רב זאגט דיר צו טוהן א זאך וואס ביי אנדערע הייסט עס חילול שבת, פארשטייסטו עס מוראדיג, אז דו קענסט זיין א "תמים און א תם" און פאלגען דיין רב, פארוואס פארשטייסטו נישט אז סדא רבנים וואס זאגען פאר "זייערע מענטשען צו מוחה זיין", ער וויל אויכעט זיין אזא "תמים" ווי דיר,און פאלגען זיין רב...
מעג מען זיין תמימותדיג און יעדער זאל פאלגען זיין רב, אדער ניין? ממה נפשך קענסטו נישט האבען קיין טענות אויף די מוחים
פאר דיר דארף איך האבען גאנצע טעג פשוט צו אפליינען
דיינע לאנגע תגובות, און רוב זאכען פאדערען נישט קיין
ענפער, ווייל סאיז שלא מענינא בכלל, ברענגסט דא צוזאמען
הודו מיט לאקשען
אבער אויף איין ווארט וועל איך מיך יא אפשטעלען, דו
האסט זיך זייער צום הארצען גענומען אז מהאט חוזק געמאכט
פון א רב וואס לעבט שוין נישט, ביסט אזוי אין כעס געווארען
אז דו האסט אפילו געווארפען קללות אויכעט, (סאיז מיר נישט קיין חידוש צו הערען
פון ענק ניבול פה און קללות נמרצות, ווייל שבת קודש אויב
באגעיגען איך מיך אין די גאס ווען מזעיט א מוחה שטויסט זיך
אן אין ענק, האב איך פלענטי דעים געלעיגענהייט צו הערען
פון ענק אלע מיני מיאוסע קללות און אומווערדיגע רייד וואס
ענק באוואשען די מוחים)
וויל איך וויסען, צו נאר ווען ממאכט חוזק פון יענע רב,
נאר דעמאלץ איז אזא פראבלעים, צוו וען ממאכט
בלויז חוזק פון א פלעינע רב ווי רבינו יואל זיע, ווי דו
טוסט דא כסדר, צו דעמאלץ וועסטו אויכעט זאגען אזעלכע קללות?
אויב יא, נעם עס דיר און שלינג עס אראפ!
תוקן על ידי דיפלאמאט ב- 01/03/2007 8:14:26
חוזק מאכען פון רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע מאכט עטץ
עטץ פארשוועכטס זיין הייליגען נאמען מיט ענקערע מעשיות כחיות טורפות.
אזוי וויא רבן יוחנן בן זכאי האט געזאגט אין די גמרא "באיזה דרך מוליכין אותי" עטץ פירטס דעם רבין אין באד אריין. עטץ מאכטץ עהם פארן נייעם דור .אויסקוקען וויא א טעראריסט . וואס באמת איז ער געווען ווייט פון דעם אזוי ווייט וויא עטץ זענט פון די תורה.
די היינטיגע יונגווארג וויל זיך פארשטעלען א דוגמא פונעם רעבין . זעהן זיי פאר זיך ר"ל א ווילדער טעראריסט וואס שרייט אויף די גאסען נאך פרויען.
די פערציסטע תירוץ אויף דיין הארבע נארישע קשיא איז שוין דאך דא פארענטפערט געווארן 40 מאל.
א. ברענג בכתב פון א רב אז מען זאל נאכשרייען.
ב. זאל דער רב אליין אויך מקיים זיין די מצוה.
ג. שריי נאך געזונטערהייט און פאלג דיין רב.
ד. אודנזער רב האט אונדז געגעבען רשות צו מסרען די וואס טשעפענען מענטשען
ה.
סך הכל דו פאלג דיין רב. און שריי ביז מארגען נאכען קוגעל. און דער וואס וועט טשעפענען וועט שיין זיצען אין תפיסה כהלכות גוברין יהודאין לויטן פסק פון אונזער רב . עד כאן.
בדרך אגב. אלע שייגעץ שטיקען ענקערע האבען געהאט א היתר פון אזא מין רב א טעראריסט.
מען האט דעם קרעטשענעווער רבין זי"ע צוזאמעגעשטויסן ביי של"ס ווינטער תשל"ג אין היינטיגען טשערנאוויצער ביהמ"ד אויף מארסי עווע.(דעמאלס געווען זיין אייגען ביהמ"ד) און ער האט געמוזט אנטלויפן אינמיטן של"ס . ווייל ער האט געזאגט אז די אלטע רביצין דארף זיך נישט דרייען צווישען מענערן
עס האט געהאט א היתר פון דעם.....
מען האט אראפגעווארפן שמחת תורה דעם ניקלשבורגער רבין שליט"א מיט די ספר תורה אויף די ערד. בהסכמת פון דעם זעלבען היתר
מען האט צוזאמעגעשלאגען דעם קאסאניער רבין בעיצומו של יום השבת אויף בעדפארד.
מיטן היתר
מען האט דעם קאלעווער רבין פון ארץ ישראל באגאסען מיט וואסער אינמיטן טיש פירן אז ער האט געמוזט אנטלויפן.
מיט דעם זעלבען היתר
מען האט פאר כ"ק אדמו"ר מפאפא זי"ע אוועקגעגאנבעט דעם פעלץ (טילעף) פרייטיג צונאכטס ווען ער איז געקומען צום רבינס טיש. אין א שרעקליכען פראסטיגען ווינטער נאכט
מיטן היתר
מען האט דעם טאשער רבין אויסגערודפט און נאכגעשריגען ווייל ער האט געוואלט מען זאל נישט נוצען אין מאנטריאל די מילך פון קאהאל דקהל יט"ל.
מיטן היתר
מען האט גענומען רבי מ ו. און אויסגעטון נ. און אנגעהארגעט די ביינער און ארויסגעווארפן א צובלוטיגטער פון א ווען דורך הויפט ארבייטער פון 82
דער זעלבער היתר איז נאך יעצט גונסטיג
אבער היינט כדאמרן האבען מיר אויך באקומען א היתר פון א רב צו מסרן די שקצים .
סך הכל דו פאלג דיין רב. און שריי ביז מארגען נאכען קוגעל. און דער וואס וועט טשעפענען וועט שיין זיצען אין תפיסה כהלכות גוברין יהודאין לויטן פסק פון אונזער רב . עד כאן.
יעדער זאל זיך האלטן צו זיין רב. אין אלע עניינים.
שיוויתי
וויילסט לייקענען אז עבדעברי איז א ססאטמארער פונקט ווי איך אין די?
שלוםשטוב ביסט גערעכט ער האקט סתם און טשייניק. איך זאג עם אז קיין שום רב קען נישט מתיר זיין וואס שטייט און שלחן ערוך לאיסר, זאגט ער מיר אז זיין רב קען יא און אויך אז אסך היינטוגע רבנים האלטן נישט פין די עירוב. און זיי האלטן אז מען קען מאכן א ברכה אויף פריוואטע עירובין און ער לייגט נאך צו מיט א ע"ה דאס מיינט אז זיי האלטען בברירות אז סאיז נישטא אפילו קיין ספק כשרות אין די עירוב, אז סזאל זיין א חשש ברכה לבטלה וואס די היתר צו מאכן א ברכה אויף א פריוואטע עירוב איז געבויט אויף א של"ה און האט גארנישט צו טון מיט שויתי בויך סברה, די קרית יואלער דיין שרייבט דאס קלאר ארויס און זיין תשובה.
אפשר קען מיר דער שויתי ווייזען ווי עבדעברי רעד פון פעהבעק טיים. ער שרייבט סך הכול אז יאר טיים איז אפ
_________________
טייערע שרייבער יחיו .
איך מוז ענק מסביר זיין איין נקודה. אז ליידער איז "שויתי" הונדערט פראצענט גערעכט.
מען האט עהם אזוי אויסגעלערנט פון קליינערהייט אהן. אז זיין רב מעג הייסען יענעם שלאגען און פארשעמען. און אז איינער זאגט קעגען זיין רב. איז נישטא קיין שו"ע קיין חו"מ קיין צוויי צדדים נאר יענער איז א שייגעץ און א כופר.
און אפילו אלע רבנים וועלען זאגען אז מען טאר נישט שלאגען קיין יוד . מען טאר נישט פארשעמען קיין צווייטען יוד דאס איז דאך דער יסוד ואהבת לרעך כמוך..
אבער עהם האט מען דאך געלערנט פונקט פארקערט . וויא מער מען שלאגט וויא מער מען שרייט אלץ א גרעסערער צדיק און קנאי איז מען. אזוי וויא די על קאידא וואס דער גלח זייערער האט זיי אויסגעלרענט פון קליינערהייט אז וויא מער מענטשען זיי הארגענען האבען זיי א גרעסערן גן עדן.
אין קיין שום פלאץ אין דער וועלט איז נישטא נאך אזא מין לימוד פון א רב זאל הייסן גיין שלאגען און פארשעמען. נאר דארט וויא שויתיס רב האט געלערנט. אבער ער אליין איז נעבעך גארנישט דערשולד. ער קען זיך נישט פלוצלונג טוישען זיין ייינונג וואס מען האט עהם אנגעשטאפט.
ער וועט זיינע קינדער אויך אויסלערנען צו גיין נאכשרייען מענטשען וואס טוען אנדערש וויא ער וויל דאס האט ער דאך מקבל געווען פון זיין רב וואס האט עהם אזוי געהייסען.
ווען מען איז יעדען טאג אריינגעקומען אין די חדרים אין די יארן פון די סוף יוד'ס אין באוראם סטריט און אין סטאקטאן סטריט און אלע יונגלעך "תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא" און וואס די גאנצע וועלט דארף שטיין על הבל פיהם של התינוקת הללו. . און דער מנהל פון די סאטמארע תלמוד תורה האט יעדען טאג געהייסען אז אלע יונגלעך זאלען זיך אויפשטעלען אזוי וויא צו שמו"ע להבדיל. און ער האט געהייסען אז יעדער זאל נאכזאגען אות באות כהאי לישנא
" דער קלויצענבארגער גלח זלמן לייב האלבערשטאם ימח שמו וזכרו" אלע ייונגלעך האבען געמוזט נאכשרייען . און ווער עס האט די העכסטע געשריגען האט באקומען א וועיפער.
און אמאל האט עפעס א רעביש קינד נישט געוואלט נאכשרייען ער האט געזאגט אז זיין טאטע לאזט נישט האט עהם דער מנהל איבערגעלייגט אויפן טיש וכו' וכו' כדרכם של המלמדים בימים ההם. און געגעבען מלקות מיט א שטעקען פון א פאן (דגל) .עיין בספר אוצר החכמה וויא ר"מ הלבש"ט פון ביד"צ איז געגאנגען אין פייער פארן קלויזענבורגער (גלח)
דאס האט מען עהם אויסגעלערנט ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד אדער אפשר גאר האט מען דאס אויסגעלרענט זיין טאטען. דאס זעלבע צו רעדען אויף אומשולדיגע רבנים און מענטשען וואס האבען נישט געטשעפעט אפילו א פליג. אפילו אויף שוכני עפר. אפילו אויף גדולי הדור. וואס האבען קיינעם נישט געטשעפעט.
אויפן הייליגן סקווערער רבין זי"ע האט מען אלץ קינד עהם אויסגעלערנט צו זאגען "מאי כל הרעש" ווייל ער האט אמאל געוואינט אין א שטעטל קאלראש.
ווען דער סקווערער רבי זי"ע איז נישט געזונט געווארן בשנת תשכ"ח האבען עטליכע מניינים בחורים געזאגט קאפיטל ק"ט וויא עס שטייט ל"ע ימחו מספר חיים וגו' רח"ל. אפיציעל אין די ישיבה. איבערגעזאגט 10 מאהל. דער בעל תפילה וואס האט פארגעזאגט די קלל. איז געווען פ.
אויפן סקאליער רבין האט מען דאך נישט געהאט וואס צו זאגען. האט מען אויסגערופן אין תלמוד תורה אז אין זיין הויז וואינען שדים און ער איז פון די סטרא אחרא רח"ל.
איך האב געמיינט א גאנצע צייט אז ער וועט זיך פארענטפערען און זאגען כדרכנו .. עה! נאר א פאר יחידים טוען דאס וואס שרייען נאך פרויען . נישט סאטמאר ח"ו. אזוי וויא אלע זאכען האבען נאר געטון יחידים.
דערווייל הערט ער נישט אויף צו שרייען. ניין! אלעס איז אפיציעל מיט די הסכמה פון אונזער רב.. ממילא קומט אויס לויט עהם אז אלעס איז געטון געווארן מיט די הסכמה פון א רב.
נישט וויא מען פלעגט אייביג זאגען. אז אלעס טוען נאר א פאר יחידים.
דער הייליגער רמב"ן זאגט פארוואס האט זיך סדום איבערגעדרייט. עס איז נאך געווען ערגערע פלעצער וויא סדום? נאר ווייל מען האט עס געמאכט אפיציעל מיט די הסכמה פון שופט פון רב.
און דער רב וואס האט ארויסגעגעבען אזא מין זאך נאכצושרייען פרויען מ. ק. איז אויך נישט דערשולד . נישט דער חזון איש האט אזוי געפאסקענט . און נישט דער שבט הלוי. נאר עהם האט מען אזוי אויסגעלערנט פון קליינווייז אהן נאכשרייען יעדען און מבזה זיין יעדען
מיר בעטן יעצט "שויתי" וכת דיליה זיי זאלן זיך האלטן צו דעם אז אלע געשרייעכצער איז מיט די הסכמה פון א רב אפיציעל.
נישט אז אין פאר יאר ארום וועט ער קומען . זאגען עה! דאס איז שקר. סאטמאר איז ארענטליכע מענטשען. נאר דער ברך משה ער האט געהייסן שרייען. בנו שליט"א (מקר"י) האט געהייסן שרייען. ואנחנו נקיים .
ער וועט דעמאלס נישט קענען ווארפן די שולד פון עזות און צולאזענקייט אויף אנדערע . זיינע ווערטער זאלען יעצט בלייבן חרוט בעט ברזל. אז יא ! יא! אונזערע רבנים האבען געהייסן שרייען און מבזה זיין יודען וואס טאנצען נישט מיט אין אונזער שוואונג. ושלום על ישראל.
איך בין ח"ו נישט מבזה. איך בין נאר מבזה די פאלשקייטן פון די פארטיי. און פון די אנשי סדום וואס זיין דיין און זיין סדומער שופט האט עהם געגעבען רשות מבזה צו זיין אנשים ונשים וטף ברשות התורא. אונזערע רבנים און דיינים האבען אונדז געגעבען רשות עהם גוט צוזאמען שלאגען. אז ער האט א טענה זאל ער גיין צו אונזערע רבנים וואס ער איז זיי נישט מבזה
יסכר פי דוברי שקר.
עבד
לאז שויתי ענטפערען שרייבסט אזוי פיל, מען דארף אים געבען א שאנס.
דערווייל האט ער נאך נישט געהאט קיין צייט אונז איבערגעבען זיין שיטה פארוואס די עירוב איז אסור על פי הלכה, פין זיין שרייבען אז די עירוב איז געמאכט מבזה זיין סאטמאר רב, האב איך ארויס גענומען אז דאס איז זיין סיבה פין אסר'ן די עירוב, טאמער האב איך א טעות בעט איך אים איבער.
על כן ר' שויתי, אונז ווארטען דא אויף דיר, אונז ווילען הערען פארוואס די האלטס די עירוב איז אסור, פארגעס איין מינוט פין דעם וואס די האלטס אין איין זאגען אז דיין רב אסר'ט, דאס מיינט גארנישט, ווייל ווען דיין רב אסר'ט די אינטערנעט זעה איך אז די ביסט דא ווייטער, אלא מאי איז דאך א ראי' אז די האלטס פארשידענע זאכען יא, און פארשידענע נישט, נישט קיין שום טענה אויף דיר שויתי, איך וויל נאר פארשטיין פארוואס ביי די עירוב האלטס די פערזעהנליך, די ר' שויתי, אז די עירוב איז אסור.
ניין, ניין שלוםשטוב, שויתי האט נישט די קארש צו זאגן אז די עירוב איז אסור און מען דארף שרייען, ער האלט אזוי די ש"ע, נאר ער איז פשוט מסביר די אידען וואס האלטן יא אזוי אז זיי האלטן זיך געטריי צו זייער רב.
_________________
די פראבלעם איז נאר אז עס געמאכט דורך מענטשען וואס (לדעתך) זאגען זיי אז עס פעי באק טיים פאר ר' יואליש
אליבא דאמת איז דאס די ווערטר פון דעם בעל המילך קעסטלאליין וזל"ק
דער עולם פארשטייט נישט וואס די מערכה איז דא עס גייט נישט און רשות הרבים דאורייתא צו נישט, עס גייט און דעם צו דער אלטער איז נאך בעל הבית צו נישט
און מיט די שקר גס זענען זיי ארימגעלאפן צו אלע רבנים, און דערנאך געשריגן אז רוב רבנים האלטן אז מען טאר נישט מאכן אן עירוב , און אויף דעם חשבון איז אלעס מותר.
איך וועל דא אראפ ברענגען פון די בריוו פין טאשהע רבי וואס מען זעט פון דעם זייער קלאר די פינסטערע מעשים פון די צדוקים
"את אשר יגורנו ממנו בא, כי באו לפני על אודות העירוב בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג עיר גדולה לאלקים כ"י, ופתשגן הכתב הציעו לפני ובה נאמר, שאין רוח חכמים נוחים מזה, ורוב הרבנים יצאו נגדה וכ"ו, ויותר ממה שכתוב אמרו לפני, וראיתי לפי דבריהם כאילו האספסוף הרימו ראש נגד הרבנים במעשי אלומות אשר לא יעשה, ואמרתי על כגון זה אין לחשות, וחתמתי שמי על הכתב הנ"ל, אך אחר שנודעתי
מכמה רבנים ומאנשים נאמנים שליט"א
שלא כן פני הדברים... ולו הייתי יודע זאת מקדם לא הייתי מזדקק כלל לכל זה"
אינזערע קונדער וועלן דארפן א עבדעברי זאל זיי פארציילן וואס דא איז געווען, אין עס וועט נישט זיין ביי מיר קיין נייעס אויב ביי די קונדער פון די מוחים וועט זיין אזאלכע וואס די אמינה אין די י"ג עיקרים וועט זיין ביי זיי אפגעשוואכט, ווארים אינזער גאנצע אמונה איז געבויט אויף אין אדם מוריש שקר לבניו, אין דא וועט זיך די ינגעל כאפן אז די טאטע האט עם איינגערעד א קאץ אין בויך, נא אויב אזוי פארוואס זאל ער גלייבן אז תורה מן השמים.
תוקן על ידי findodort ב- 01/03/2007 7:00:21
הסופר הנכבד והחכם "פוןדאדארט" שליט"א
(דאס איז בערך דער לשון וואס "דער איד"(גוי) פלעגט נוצען חוזק מאכען פון אנדערע קרייזען. עס האט טאקע געהייסן פון דא און דארט . אבער געשריבען האט ער אייביג . נאר פון דארט שלעכטס. נישט פון דא. יעצט ווערט דער נאמען פאראכטען דורך דיר לטובה)
עס האבען זיך געדרייט עטליכע בחורים אזויגערופענע קנאים . וואס פלעגען אין אלע ספרים (נכסי הקדש ונכסי יחידים) וויא עס איז געשטאנען דער נאמען פון ליובאוויטשער רבי אדער קלויזענבורג. אדער בעלז. אויסשטראכען אדער צושרייבען ימ"ש . ווייל אזוי האט מען דאך זיי אויסגעלערנט.
אז דאס איז די תורת הקנאות. .
איינער פון די בחורים פלעגט דאס טוען מיט גרויס התלהבות אין אלע ספרים. היינט איז ער נעבעך יצא לתרבות רעה רח"ל פאר קיין שום יוד געווינטשען. . ער וואינט היינט אין לאנדאן ביי די גויישע גאס. נעבעך.
אמאל ביי א מיטינג . וויא מען האט געצווינגען די רבנים אונטערשרייבען (אזוי וויא זיי זאגען היינט אז מען האט געצווינגען ריח"מ דיין אונטערשרייבען דעם היתר פאר די פאבליק סקול. און דעם איסור קעגען בני יואל) .
האט דער דיארמוטער רב זצ"ל וואס איז געווען אמאל א מגיד שיעור אין סאטמאר בארא פארק. געזאגט . פאר א פאר רבנים . אונטערשרייבען וואלט מען געדארפט קעגען די חברה בעצמם די וועלטס טעראריסטן. נאר וואס קען מען טוען . אין כוחנו יפה ליידער.
אמאל חוה"מ פסח ווען כ"ק רבה"ק זי"ע לאחר תשכ"ח של רבינו זי"ע און נאך אזא טעראר אקציע קעגען די רבנים . איז פארגעקומען א ברית ביי א אייניקעל פון ר' ישכר בעריש רובין קערעסטירער רבי זי"ע אין בארא פארק . דער צעלימער רב זצ"ל איז געווען מוהל דער פאלטישאנער איז געווען סנדק. האט מען געהערט מפי קדשו פון די רבנים אז די גאנצע הכרזה דעמאלס איז סתם חספא בעלמא פון די אינשי דלא מעלי וד"ל. פרטים וויל איך נישט שרייבען ברבים.
ווער עס וויל עפעס פארשטיין וואס איז פארגעגאנגען בימים ההם. זאל וויסען אז בעפאר מען האט אריינגעפירט דעם שאפראנער רב זי"ע אין שפיטאל תשכ"ט פאר זיין פטירה(שביעי של פסח כ"ט) האט ער געהאלטן א קורצע אבער שארפע דרשה ביי זיך אין בית המדרש. קעגען דעם טעראר.
ער האט געזאגט אז אזוי ווי ער גייט שוין אויפן עולם העליון איז ער מגלה אז ער האט נישט מורא פאר די טעראריסטן וד"ל. די דרשה איז געווארן אפגעדרוקט אין א קונטרס מען קען עס נאך באקומען ביי יחידי סגולה.
נאך די פטירה אין שביעי של פסח וויא מען האט עהם מטמין געווען במקום מנוחתו הטהורה אין סקווירא. האט געדארפט פארקומען א הספד אין בית המדרש הגדול אין ראדני סטריט. אזוי וויא ער איז געווען דער ראש ישיבה אין סאטמאר אלע יארן. עס איז שוין געשטאנען פלאקאטען איבעראל.
די לעצטע מינוט האט עס סאטמאר געקענסלט וועגען זיינע דיבורים האחרונים קעגען דעם טעראר. און יחידים האבען ארגאנאזירט א הספד אין פובליק סקול אין ווילסאן סטריט. וויא קיינער האט זיך נישט געטרויט מספיד זיין מחמת המציק האט מען געברענגט ר' שבתי יודעלעוויטש פון ארץ ישראל ווויא ברמז האט ער מזכיר געווען די מעשה נורא.
עס איז געווען א שרעקליכע לווי' מוצש"ק פרשת חיי תשל"ג במעמד אלפים מישראל. און דער סקווערער רבי איז געקומען צו די לווי'. האבען די בחורים (די זעלבע שקצים עוכרי ישראל וואס שרייען היינט שבת) אינמיטן אזא טרויעריגע לווי' געשטאכען דעם סקווערער רבין מיט שירעמס. אז ער האט געמוזט אנטלויפן אינמיטן די לווי' (אפשר האט ער שוין דעמאלס גענוצט דעם עירוב העתיד?)
און בזה לא נגמר הדבר. נאר בעפאר פורים תשל"ג ווען די ישיבה אין סענדז סטריט האט ארויסגעגעבען דעם פורים צייטונג
(אזוי וויא מען האט יארן שפעטער ארויסגעגעבען דעם "פני ה.כ.ל.ב" (ה"אגער (ר' מאטעלע) כ"אשוי(קאשוי) ל"ייטנער(מאנטעווידעא) ב"רייער(רבי יואליש מארגענשטערן (ברייער). וואס איז ארויסגעקומען אויף פורים תשנ"ה .
איז אין יענעם פורים צייטונג פון תשל"ג. געשטאנען א טעם גדול פארוואס ביי די לווי' אין חשוון האט מען געשטאכען דעם סקווערער רבין. דער תירוץ איז געשטאנען ווייל ער גייט א גאנץ יאר אין שטיוול. איז עהם דאך קאלט האט מען עהם געשטאכען עהם אנצוווארעמען וד"ל.
אלעס איז מסתם געווען מיטן היתר פון דעם רב וואס איז מתיר צו טעראריזירען היינט אויך.
איך וויל איבערחאעזרן מיינע ווערטער אז "שויתי" לשיטתו און אזוי וויא מען האט עהם אויסגעלערנט איז ליידער גערעכט ער איז גארנישט שולדיג.
איך וויל מיך אנטשולדיגען פאר "פוןדאדארט" פארוואס איך האב נישט געשריבען קיין מ"מ פון עה"ג אז סאטמאר איז נישט מחוייב צו פאלגען א רב וואס טוט קעגען שו"ע. אזוי וויא ער האט געוואלט.
ווייל זיי שטעלען צו א רב לויט זייער פארטיי. אפילו אזא אויסגעשפראכענער קעגנער וויא הרב דעוויד פון פלעטבוש . וואס די גאנצע שיטה מיטן ויואל משה איז ביי עהם נאך ווייניגער וויא א מגידות ספר ..נאר סתם א פורים שפיעל. פונקט וויא איינער זאל שרייבען א חיבור צו מען זאל עסן לאקשען קוגעל מיט צוקער אדער אהן צוקער.(כלשונו הזהב של הרב דעוו. ) (וואס כידוע איז דאס אויך נישט קיין פשוטע זאך . ווייל דער הייליגער רבי רב מאירל פרימישלאנער זי"ע האט דאך געזאגט אז לאקשען קוגעל איז "מסיני" און כידוע פון הייליגען בעש"ט זי"ע אז "לאקשען" איז לא קשין זכר ללחם הפנים. . דארף מען דאך טאקע וויסען וועלכע צו מיט צוקער אדער אהן צוקער. )
גייט מען אויפשטעלען אזא מענטש אין סאטמאר . און עהם זאל שויתי וכת דילי' פאלגען. און לשיטתו מעגען זיי אויך גיין צו די בחירות. אבי נאר נאכשרייען פרויען. ווייל דאס איז יעצט די רצון פון די פארטיי
א גוטן שבת זכור און א גוטן פורים
מה לענין שמיטה אצל הר גריזים?
אפגעפלעטקעט א גאנצען עמוד, נו, דעיס זאגט אז מדארף טראגען שבת? צו ווילסטו אפשר מאכען א "לאקשען קוגעל" פון דעי אלע מעשיות מיט די היינטיגע מערכת העירוב? אויב דו קענסט יא אזוי גוט צוזאמענמישען רעטעך מיט לאקשען, אפשר ביסטו עס ענדערשט מדמה צו די מערכה מיט ציונות אדער בחירות?
בדרך אגב, האב איך נאר געוואלט מודיע זיין 0וואס דו ווייסט בעסער פון מיר) אז איך קען נישט קיין איין איינציגען מוחה וואס זאל האבען שייכות מיט אפילו ריינץ פון דעי אלע מערכות וואס דו רעכענסט דא אויס, וואס יא, ביי די מעשה פון ניקלשבורג, איז געווען א יוד וואס האט זיך אנגענומען פארען ניקעלבורגע רבין, און ער איז היינט פון די גרעסטע מוחים
סאיז צייט זאלסט אויפהערען מיט ספין, און שימפעריי, און אנהייבען רעדען צו דער זאך....
די הונטערשטער שורה פון אלע דיינע תגובות, איז פארביטערטקייט און א אויסגעשטרעקטען גאן צו שיסען אויף אלעמען, פונקטליך וואס דיין דיסעפוינטמענט אין לעבען איז ווייס איך נישט, קען זיין דו האסט גערעכענט אמאל צו זיין עפעס א מכובדיגע רב אין די גאס צו אין שטאט, דערווייל מוטשעסטו דיך נעבעך צו זיין א שטיקעל שיינע יוד אין היידפארק... אפשר בין איך מיך טועה, אבער אזוי קוקט עס אויס
סך הכל דו פאלג דיין רב. און שריי ביז מארגען נאכען קוגעל.
צום אכצענטען מאל, איך שריי נישט, און איך טראג נישט, סאו דעי אלע קללות און שימפערייען ציהל אן צו א צווייטען, אלעס וואס איך טוה, איך וויל עפענען דעי פאר "פאנאטישע קעפ, וואן טרעק מיינדעד מענטשען"
וואס ווילען זיך בארואיגען, אז דעיס טראגען, דעיס איז א פלעינע אומשולדיגע זאך, א ריכטיגער משל פון א תמימותדיגען יוד וואס וויל "פשוט פאלגען זיין רב", און ער איז ממש מקיים מצוות טלטול בשבת לשמה
אבער דער מוחה, דער איז א חי' פון וואלד, אומציוויליזירט, און ער האט שייכות מיט מ. וועכטער.. וכו'
דעים פוינט האק דיר ארויס פון קאפ!
אויב איז טראגען שבת זיין א מצוה לשמוע דברי חכמים, איז שרייען אויכעט די זעלבע, און נאכמער, ווייל א טייל רבנים האלטען אז סאיז א חיוב!
עבד עברי:
און דער וואס וועט טשעפענען וועט שיין זיצען אין תפיסה כהלכות גוברין יהודאין לויטן פסק פון אונזער רב . עד כאן.
דא זעיט מען טאקע דיין אמתען פרצוף, ארעסטירען, זיצען אין תפיסה, רוקסט נאך אריין א ליגענט (צו פארמיידען די קריטיק אז ענק זענען פשוטע מוסרים ומלשינים), זאגסטו פון פאראויס אז סאיז דא א היתר פון א רב... בעלאוני!
דעיס איז דיין/ענקער וועיג פון טראכטען און טוהן, אנצוקומען צו דעים ציל פון נקמה און ניצחון, וועט מען שלאגען, אנברעכען ביינער, שעלטען טויטע קללות און נישט מער און נישט ווייניגער, אן בושה זאגט דער עבד "אלך ואמסור" יא איך גיי מסרן, רח"ל
"און דו ביסט נאך דער אומשולדיגער איידעלער יוד..."
שיויתי אלף בית
אויב פאלגען א רב וואס זאגט אז מ'מעג טראגען איז די זעלבע זאך ווי פאלגען א רב וואס הייסט שלאגען
איז פאלגען א רב וואס הייסט מסרן די זעלבע זאך וואס פארשטייסטו דאס נישט
יא ער מעג פאלגען זיין רב וואס זאגט אז מ'מעג טראגען
און ער ווערט נישט דערמיט קיין בעל מחלוקה
אפילו ער טראגט פארפוילטע ארענדזשעס עס איז נישט דיין געשעפט ער איז אויף די פרייע גאס
די מיט דיין שרייען ביזטו דער בעל מחלוקה
א פיינע היכי תימצא
וויאזוי איז אבער, ווען דער זעלבער וואס טראגט פארפוילטע ארענדשעס, איז דער זעלבער וואס שלאגט, און דערנאך ווערט ער א מסור, און גייט מסרן?
ווייל וויפיל מאל דו וועסט עס איבערזאגען, וועט זיך די מציאות נישט טוישען, דעי וואס שרייען שבת זענען מוחה מיט די מויל, און הייבען נישט קיין הענט, און דו ווייסט דעיס בעסער פון מיר, די הענט האבען געהויבען און הייבען און וועלען ווייטער הייבען (אויזער אויב סעט אריין אין די שלעגערס א הרהור תשובה) דעי וועלעכע טראגען די פארפוילטע ארענדשעס, חוץ מיאוסע ווערטער, קללות און זידלערייען מיט קולי קולות (זיי מעגען יא שרייען...) האבען זיי א טרויעריגע היסטאריע פון הייבען הענט
קיין רב הייסט נישט שלאגען, און קיינער וועט נישט קענען זאגען אז זיין רב האט געהייסען שלאגען, נישט קיין מוחה און נישט קיין טרעגער
אויף טראגען זאגסטו אז סאיז דא רבנים וואס זענען מתיר, אפילו סאיז דא אנדערע רבנים וואס האלטען אז סאיז חילול שבת, אבער דו טענהסט אז ער מעיג רואיג טוהן אפילו פארפוילטע ארענדשעס, ווייל ער טוט וואס זיין רב זאגט עים אז סאיז גוט
דעי זעלבע מיט דעים מוחה, ער טוט פונקטליך לויט די תורה ווי זיין רב הייסט עים, אפילו דו טענהסט אז סאיז מחלוקת, דעי טענה פון מחלוקת ווייס דער רב פונקט אזוי און דאך האט ער געזאגט פאר זיינע מענטשען אז ממעיג און מדארף שרייען שבת
דער מוחה איז פונקט אזוי אויסגעהאלטען לויט דיינע טענות
(אז דו רעדסט שוין פון מחלוקת, סדא רבנים וואס האלטען נישט אין הלכה אזוי שטארק קעגען עירוב, אבער זיי לאזען נישט טראגען וועגען מחלוקת, איז אויב רעדסטו פון מחלוקת, איז נישטא קיין גרעסערע מחלוקה מאכערס אין די וויליאמסבורגע היסטאריע ווי די מאכער פון דעים ווייערלעס א.ג. עירוב, )
די מחלוקה אין סאטמאר אליין איז א סאך קלענערע מחלוקה וויא די עירוב מאכערס
די מחלוקה צווישן סאטמאר און בעלז מ"ב מ"ג איז א סאך קלענער וויא די עירוב מחלוקה
די מחלוקה סאטמאר קלו"ב תשי"ז איז א סאך קלענער.
א קשיא? פארוואס . שרייסטו דו טאקע נישט . עס איז דאך א מצוה לויט א רב וואס דו האלטס פון עהם
זעהט אויס דו האסט אין דיר יא אביסעל איידלקייט.
והא ראי' דו בעטס מען זאל מפציר זיין בתפילה פארן חשובען ווינער רב שליט"א און דו שרייבסט "לקיים בנו חכמי ישראל" חאטש ער האט ברבים אין פרק פארלערנען. ברמז אראפגעריסן יענעם רב און ער האט געזאגט "ח"ו צו רופן יודישע קינדער מיט לשונות של גנאי" מילך קעסטלעך"
ישראל עם קדוש האט דער ווינער רב שליט"א אויסגעשריגען!!
דו קענסט ווייטער ממשיך זיין,
און די מחלוקה צווישען בעלזא און בעלזא
און צווישען באבוב און באבוב
און צווישען ספינקא און ספינקא און ספינקא
און צאנז קלויזנבורג מיט צאנז קלויזענבורג
דעיס איז אלעס מחלוקת צווישען קהילות, א מחלוקת וואס רירט כמעט יעדעם אן או לכאן או לכאן איז דער עירוב, דעיס נעמט ארום יעדעם יחיד נישט קיין חילוק ווי ער בעלאנגט, איינעם טוט וויי אז מטראגט איינעם טוט וויי אז משרייט, די הונטערשטע שורה אז סהאט פאקטיש צוריסען ידידים און משפחות, שכנים און גוטע פריינט
יעצט טייערע עבד, לאמיר אריבערגיין אביסעל טאנצען אינאיינעם דא אויבען..
שוין גענוג זיך געשלאגען, לאמיר נאכען אויספאסטען זיך טרעפען ביי די לעבעדיגע ריקודים
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2152291
יישר כח וחילך פארן איינלאדענען מיך צו טאנצען אינאיינעם.
אבער פארן שלוס וויל איך נאך מוסיף זיין . אז אמאל יארן צוריק ביי איינס פון די גרעסטע מערכות. האט איינער א רב געהייסן גיין . איינער וואס איז בכלל נישט אין איין גלייכען מיט דעם רב המתיר שרייען נאר טויזענט מאל גרעסער וד"ל.
און רבה"ק זי"ע איז זייער בייז געווען אויף יענעם חאטשיג בגלוי האט ער עס נישט ארויסגעוויזען אבער יעדער האט דאס געוויסט.
און איינער פון די חשובע זקני הרבנים האט זיך אנגענומען פאר יענעם אז יענער טוט דאך א גוטע זאך (אזוי וויא דער בכלומערשטער רב ער הייסט דאך שרייען אויף מחללי שבתות (א דוגמא).
קען מען הערן אויפן טעיפ
(דארט וויא איך האב געמאכט פינטלעך . איז ווייל איך וויל נישט ארויסשרייבען וואס דער רבי האט געזאגט כמובן)
וזה לשון קדשו אות באות.פאר יענעם רב וואס האט זיך אנגענומען פארן אנדערען רב. וז"ל
גיי דו נאר!! ווער הייסט דען גיין מוחה זיין ..... איינער וואס האט יראת שמים ... ער האט מורא פאר א עבירה. איך האלט עהם נישט פאר אזוינעם...נאר!!!.גיי דו
דאס איז דער לשון הקודש וואס מיר האבען געהאט די זכיה צו הערן בימי קדם בהלו נרו על ראשינו דער קול ערב ונעים קול השם בכח קול השם בהדר . דעמאלס האט דאס אויך געמעגט זיין קול השם שובר ארזים. נישט צו זאגען אויף טעראריסטן די זיסע קולעכלעך.
און טאקע דער טעראריסט וואס האט זיך אנגענומען פארן ניקלשבורגער. אזוי וויא דו שרייבסט אויבן און היינט האט ער מוציא שם רע געווען אז די חברה עירוב מאכערס האבען עהם געוואלט הארגענען.
א גוטן פרייליכען פורים און בריות גופא ונהורא מעליא לעשות רצון הבורא יתברך שמו מתוך שמחה ונחת והרחבת הדעת.
עבדעברי אז שויתי וויל טאנצען מיט דיר וואטש דיר דיינע ביינער. פריער האט ער געטאנצען מיט מיר, ער האט געדריקט מיין האנט. איך האב אנגעפאנגען צו שרייען וואס דריקסטי מיין האנט, שרייט ער ציריק אז איך דריק זיין האנט און איך מאך נאר מעשה פוטיפר.
_________________
תוקן על ידי findodort ב- 02/03/2007 1:05:47
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי findodort ב- 02/03/2007 1:09:09
איז דא א טעפ פון די מסיבה ?
ווער האט אלס גערעד ?
_________________
איך האב געהערט רבי יחזקאל ראטה שליט"א, ער האט גבערענגט א זוהר וועגען ירושלים, און האט זייער משבח געווען דעם באראפארקער עירוב.
דער שטעירמאן איז געווען איינער פרידמאן, פעסט גערעט.
_________________
שיויתי היקר
איך גיי נאך בשתיקה דו פראווסט אריין צוזעצען אין אונזערע פארשטאפטע קעפ דעם דמיון צווישן טראגן אין שרייען, אבער מסרן אין שלאגן האלסטו איז גאהר עפעס אנדערש.
משא"כ די אנדערע צד האלט אז שרייען איז גלייך צו מסרן אין שלאגן.
עבד עברי מיט זיין גאנצע בקיאותו הגדולה אין שארפע פעדער קען דיך נישט איבערצייגן, ומה יענו אזובי קיר.
לאמיך פראוואן נאך איין מאהל, אפשר אין זכות פון שבת מלכתא וועט עס מיר געלונגען
וזה החלי בעזהשי"ת
טראגן אין איין עירוב איז א אויסגעפאסקענטע הלכה, און טשעפעט נישט קיינעם, סיי בדיני ישראל סיי בדיניהם.
מבזה זיין א אמענטש אין נאכשרייען איינעם דברי זלזול ברבים איז איין אטאקע סיי בדיני ישראל סיי בדיניהם, סאיז אין די זעלבע קאטעגאריע ווי שלאגן.
די שאלה איז יעצט צו סאיז דא אויף דיר אחיוב מחאה.
פארשטיי גוט,דער חיוב מחאה מאכט נישט דאס שרייען ווינציגער שעדליך, דו טענה'סט נאר אז דער רב האט דיר מתיר געוועהן מיך צו שלאגן.
על זה אנו דנין,
דאס זענען אונזערע פונקטן.
א) סנישטא קיין שום חיוב מחאה ווען יענער טוט לפי הוראת רבו
ב) קיינער האט נישט אויף גענומען רז"ל ודוגמתו פאר רב הכולל פון וומב"ג
ג) דער רב וואס דו טענה'סט ער הייסט מוחה זיין, האט ברבים אויך אין די צייטונג צוריק געצויגן (ר' הלל וו"ב)
ד) דער רבי רז"ל נעמט אויף בכבוד גדול די אלע (לשיטתו) מכשילי הרבים.
ה) לפי הנשמע האט רז"ל נישט געשריגן "מילך קעסטל" אדער "מחלליה מות יומת" אויך רח"ל ווען ער איז געוועהן דארט, אויך נישט אויף ר' פישלע והרב מאודווארי ומקארלסבורג, כאטש זיי זענען אלע פון דעם בי"ד לעניני עירובין וואס פאסקענט אז מדארף מאכען איין עירוב אין ברוקלין. סאיז נישט קיין חילוק שבת צו אינדערוואכן, איז א ראיה מובהקת אז ער האלט נישט אזוי
ו) נישט נאר ר' ז"ל נאר קיין איין רב שרייט נישט נאך, משא"כ טראגן טראגן זיי יא! איז א דיין גאנצער יסוד אז א רב הייסט שרייען, א פאלשער.
יעצט אוי לי מיוצרי ואוי לי מיצרי.
טאמער וועסטו מיר אפענטפערן טויג דאך נישט,
אלא מאי דו וועסט נישט האבן וואס צו ענטפערן, וועסטו דאך נעלם ווערן אויף א שטיק צייט כדרכך
ונלפענ"ד אז די וועסט אנכאפן דעם דרך הממוצע, במקום צו ענפערן צו דער זאך, וועסט שריייבן אזא אריכות גדול ווי די איגרות ראשונות מיט די אחרונות צו זאמען, ונשלוח בידי האחשתרנים בני הרמכים,
יעזור קוב"ה אז סזאל נתעורר ווערן די ימי הפורים יעדערפירט זיך משפחה ומשפחה, כדת וכהלכה,
ולהיות כל איש שורר בביתו ומדבר
קיינער זאל נישט נאכשרייען קיין מענער מיט קיין ווייבער.
,
תוקן על ידי - baachi - 02/03/2007 20:56:24
עבדעברי אז שויתי וויל טאנצען מיט דיר וואטש דיר דיינע ביינער. פריער האט ער געטאנצען מיט מיר, ער האט געדריקט מיין האנט. איך האב אנגעפאנגען צו שרייען וואס דריקסטי מיין האנט, שרייט ער ציריק אז איך דריק זיין האנט און איך מאך נאר מעשה פוטיפר
פון דאדארט, דו ביסט עס געוועין?
נעכטען געשעין און שוין האסטו פארדרייט די מעשה...
איך האב דיך נישט געדרוקט, איך האב פשוט אפגעלאזט דיין האנט, זיי נישט ברוגז פארוואס איך האב געמוזט טוישען פלאץ, סהאט זיך געשפירט ווי דו האסט זיך שוין א וואך נישט געוואשען... איך האב עס שוין נישט אויסגעהאלטען, איך האב דיך נישט געוואלט פארשעימען, האב איך זיך אזוי פריינטליך געגעיבען א דרוק דיין האנט און געלאפען צום אנדערען עק זוכען א נייע שכן...
(קען זיין אז דו גייסט געוועינטליך יא אין שאוער, אבער צוליב די היץ אין זאל פון די טאנצען האסטו שטארק געשוויצט, אבער איך האב עס נישט געקענט פארטראגען) זיי מיר מוחל..
טייערע יודישע קינדערלעך. קודם כל א דאנק פאר "באטשי" היקר וואס ענדליך איז ער צוריק דא אויף אונזער אשכול.
און נאכדעם אזוי וויא עס ב"ה געווארן א שיינע הערליכע צייט . און עפ"י הלכה ובוודאי לויט די קפידא פון רבי נתן אדלער זי"ע רבי פון הייליגען חת"ס זי"ע זענען פרויען אויך מחוייב צו הערן פרשת זכור וואס איז לכולי עלמא מדאורייתא. (נישט וויא רה"ר דאורייתא) .
על כן טייערע יודען עם קדוש עטס קענטס רוהיג ארויסגיין אויף די גאס סיי אין שול און סיי מענג זיין דעם הייליגען שבת קודש וואס אונדז זענען מיר נצטווה געווארן פון אונזערע הייליגע נביאים "וקראת לשבת עונג" וואס אין דעם זכות ווערט מען ניצול פון מלחמת גוג ומגוג(במהרה בימינו) און מען באקומט נחלה בלי מצרים.
עטץ קענטס מוציא זיין דעם שויתי וכת דילי' מיט די מצוה פון טראגען כדי לענג את השבת. ווייל זכין לאדם(טאמער ער איז א מענטש) שלא בפניו.
אבער די שרייערס (די רשעים וצדוקים) קענען עהם נישט מוציא זיין מיטן שרייען אפילו לשיטתו. ווייל "אין שליח לדבר עבירה". און וויא איז נאך דא א גרעסערע עבירה סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו . וויא מבזה צו זיין יודען און מבזה זיין די הייליגע תורה הקדושה מיט אזאלכע געמיינע זאכען
מילא ביי דעם אזויגערופענעם (רב) איז דאס נאכשרייען פון זיינע קליינע עבירות . ווייל המחטיא את הרבים מיט כמעט כל איסורין שבתורה ואכמ"ל. אין מספיקין בידו ח"ו.
דער הייליגער רבי אליעזר דזיקובער זי"ע זון פון ראפשיצער רב זי"ע האט אמאל געהערט דעם דברי חיים לייענען קריאת התורה. און דער דברי חיים האט געשריגען אינמיטן א פאר מאל. קולות
האט עהם רבי אליעזר'ל דזיקובער געפרעגט. רבי איך זעה דאך אויך אלעס וואס איר זעהט
נו! פארוואס האלט איך מיך צוריק און איך שריי נישט ? האט עהם דער דברי חיים גענטפערט. יא ווען איך זעה אזוי ווייניג וויא דו וואלט איך מיך אויך צוריקגעהאלטן .ליידער "אתה רואה ראיה אחת ואני רואה שתי ראיות(מד"ר שמות) " איך זעה און זעה עכלה"ק.
ווען סיי וועלכער ערליכער יוד אין די וועלט וואס האט נאר א טראפ יראת שמים . וואלט געוויסט אויף דעם אזויגערופענעם רב אפילו א פערטל פון דעם וואס איך ווייס . און מכ"ש דאס גאנצע וואס איך ווייס אויך נישט
.וואלט מען נישט נאר עהם מבזה געווען . נאר מען וואלט עהם גערודפט וויא פינקלן
אבער דאס איז זיכער אז אפילו ער וואלט געווען א ערליכער אב אפילו א אדמו"ר האט ער נישט קיין שום רשות לא בדיני תורה ולא להבדיל בדיני עכו"ם הייסן יודישע קינדער נאכשרייען נאך זייערע ברודער אידען
א גוטן שבת א גוטן פורים
תוקן על ידי עבדעברי43 ב- 05/03/2007 21:49:58
לשון הניק "שויתי"
און דע זעלבע זאג איך צו עבד עברי מיטען לויזען צונג און שלשול אויפען פעדער, איך בין מוחה נמרצות אויף דיין נאכאנאנדיגע בזיון ת"ח, וואס דו רייסט אראפ און ביסט מבזה דיינים ורבני ישראל וואס האבען די "חוצפה" צו האלטען אנדערש ווי דיך, היידפארק שרייבערעל "עבד עברי"
תשובה
קודם כל בין איך דיר מודיע אז אדרבה מיין פעדער האט גאר עצירות. ווייל ווען איך זאל מעגען ארויסשרייבען אפילו א פערטל וואס מען דארף וואלט איך חאטשיג געקענט משתיק זיין די מקטריגים און עס וואלט אפשר געווען יסכר פי דוברי שקר.
און נאכדעם כל . האב איך שוין א פאר מאל געשריבען אז אפילו ער וואלט געווען א אדמו"ר וואס ביי א סאך מענטשען וואלט ער אפילו באקרוינט געעוארן מיט הגה"ק. און ער וואלט געהייסען מבזה זיין יודען אדער ח"ו נאכשרייען. האט ער נישט קיין שום רעכט סיי בדיני תורה און סיי בדיני דמלכותא. און דער וואס וואלט עהם געפאלגט און נאכגעשריגען יודישע קינדער דער וואלט געווען א עבריין א רשע א שייגעץ. .
חוץ מזה ידידי מיין קאלעגע שויתי. האסט דאך זיכער אמאל געלערנט אביי ורבא. אפשר היינט האסטו נישט קיין צייט צו הארעווען און עוסק זיין בהוויות דאביי ורבא. דו שרייבסט דאך אז דו דארפסט ארבעטין צו ברענגען פרנסה אין שטוב.
דו ווייסט דאך טייערער אז דער היילגער רבי מרדכעלע נאדווערנער זי"ע פלעגט זאגען "אביי ורבא איז מקדש ומטהר" . נו! אז דו וואלסט געהארעוועט אין אביי ורבא אדער טאמער וואלט אויך דער רב געהארעועט אין דעם.. וואלטן עהם אביי ורבא עפעס אויסגעלערנט. אויסגעאיידעלט.
דער הייליגער דברי חיים זאגט "אביי ורבא" איז געווען צוויי שטיקער פייער פון הימעל איינס האט געהייסען אביי און דאס אנדערע רבא. די הייליגע גמרא רופט אהן די אנשי מחוזא "אבירי לב" שטארקע הערצער ווייל די הייליגע ווערטער פון אביי ורבא מאכט זיי ניישט ווייעך.
אבער פון דעם וואס דו האסט אמאל געלערנט ווייסטו דאך די הייליגע גמרא. "מוטב להיות שוטה כל ימיו מלהיות רשע שעה אחת" בעסער צו זיין ענדערש א היידפארק שרייבערעל נ כל ימיו . וויא ענדערש מכשיל זיין טויזענטער יודען מיט נו"ט שקצים ורמשים. אפילו שעה אחת.
וואס טוסטו דיך אויף מיט עהם.. שעם דיך חאטשיג מיט עהם . ער איז דאך ממילא נישט דיין רב אזוי שרייבסטו דאך... "תיתי לי דאפילו לגברא דכוותי לא מחניפנא" (מו"ק י"ז) .
פאלג מיך טייערער . לאז דיך אפ און זיי עוסק אביסעל אין די הייליגע ליכטיגע גמרא אפילו אהן תוספות.
אז עס וועט דיר עפעס שווער זיין. חאטשיג לכתחילה גלייך איך נישט צו שרייבען דא אין היידפארק אפילו באישי. הלכות. אדער אפילו א פשט אין א שווערען מהרש"א אדער א מג"א אדער א פמ"ג. . אבער לכבודך וועל איך דיר ענטפערען באישי אויף סיי וואס. אפילו אויף א קצות וועל איך דיר אויך גלייך ענטפערען לכבודך. חאטש איך בין א געווייקטער חסיד איך גלייך נישט דעם ליטווישען דרך הלימוד.
היינט איז דאך נאך אביסעל פורימדיג. דו ווייסט דאך אז איינמאל אין א פורים האט זיך א געמאכטער צו א אמתדיגער שיכור זיך אמאל פורים ארויפגעזעצט אויבן אהן לעבן רבין זי"ע. און פורים ווען עס איז געווען ביים רבין זי"ע כטוב לב המלך ביין. האט ער זיך אנגערופן צו דעם יוד " ווען דו וואלסט אויך אויף געווען פערציג יאר יעדע נאכט און געהארעעוועט בתורה . וואלסטו אויך געהאט רשות זיך ארויפצוזעצען" (נאר פורים האט מען געקענט הערן פון רבין זי"ע אזאלכע מין דיבורים.
און איך קום מיך ח"ו נישט צוגלייכען. איך מאך דיר נאר א ווערטל . אז טאמער דו ווילסט אמתדיג לערנען און פארשטיין טיפע עניינים איז כדאמרן לעיל.
גלייב מיר איך וואלט אויך נישט געשריבען דא איך האב ווייניגער צייט וויא דו!. נאר איך מוז אויסלערנען די יונגעלייט און מענטשען וואס לייענען דא אדער שרייבען דא. די מיאוסקייט און געמיינהייט פון די רשעים וואס האבען פארקרומט די תורה און זענען מבזה שכינת עוזנו און תורתינו הקדושה והטהורה החביבה עלינו כבבת נפשינו. יעדער זאל ווייזען פאר זיינע קינדער אל תהי כפלוני . זיי נישט וויא דער שייגעץ פושעי ישראל. . והוקע אותם נגד השמש וישוב חרון אף השם מישראל.
כשיש דין למטה אין דין למעלה.
און נכנס יין יצא סוד . דער היתר צו מסרן די רשעים חוץ דעם וואס עס איז הלכה אין שו"ע אין דאס דא בכתב פון דעם רב עושה העירוב בבארא פארק וואס איז מנעוריו א ת"ח עצום ונורא ויר"ש באמת. מיט די הסכמה דערויף פון בעל שבט הלוי בחתימתו. און פון איינעם אחד המיוחד מדייני ביד"צ העדה החרדית בעיה"ק ירושלים תובב"א.
_________________
און בדרך אגב. וועגען דעם פאשקעוויל "דער איד" וואס איז שוין אמאל געאסערט געווארן דורך די בני יואל רבנים ובראשם הגה"ק מקאשוי זי"ע.
וויל איך זאגען אז ער איז שוין ממילא פוחת והולך. עס איז געווען אשמועס צווישען די גדולי הדור מחו"ל עם הגאונים בעל .....והרב קאפעלמאן משווייץ והרב שולזינגער ממאנסי. צו ווארענען דעם איד אז טאמער ער וועט נאך נעמען א שטעלונג פון א ריינע רבנישע מחלוקה וויא דער עירוב וכדומה. וועט ער געאסערט ווערען לדורות בריש גלי. נאר דער אמת איז אז ער באקומט א גאר סאך געלט פון די אנטי עירובניקעס ער נעמט פון זיי גרויס געלט פאר יעדע מודעה פון זיי. און דאס איז זיין חיות און פרנסה. אבער דאס בארעכטיגט נאך אלץ נישט זיינע שייגעץ שטיקען.
דער בלאט וואלט עהם אויך געקענט צוריק חוזק מאכען פון זיינע פורים חברה. אבער מען זעהט וואס פארא פנים דער איד האט אויף די יודישע גאס .ער מאכט זיך צו שנאד אויף די יודישע ערענסטע גאס.
מיט אזא טיש וויא שושן פורים וויא מען קומט צוזאמען מאכען ליצנות אייין ברודער פון צווייטען. לעיני תינוקת של בית רבן. דאס איז זייער חינוך. אזוי וויא איך האב שוין געשריבעןאז מען פלעגט שרייען אין די חדרים (נישט בפני רבינו זי":ע) דער קלאצענבאגער גלח ימ"ש.
אבער דערשולד זענען אויך נישט די חשובע ט . ברידער פון די אלטע חסידים וואס האבען דאס אנגעפירט. ווייל זיי האט מען אויך אזוי געלערנט.
איך ווייס אז ביי דיר זענען רבי רב מאירל פרימישלאנערס ווערטער וועגען לאקשען קוגעל מסיני . סתם א ליצנות. ווייל ביי דיר און דיין גלייכען זענען אלע ערליכע אידען א ליצנות נאר דער וואס בילט און שרייט שייגעץ פאר דיין אטנטערסע דער איז ביי דיר א צדיק נאר לפי שעה. אבער ב"ה לא אלמן ישראל כלל ישראל האט א גוטען שמעק . און זיי ווייסען שוין היינט א סאך פון ענקער נארישען פאלטיק
קומטס טאקע צוזאמען לעת מצא דעם הייליגען טאג שושן פורים און לערנטס אויס ענקערע תינוקת של בית רבן און בחורי חמד צו לאכען מכל הקודש . און ווען זיי וועלען אי"ה אונטערוואקסען וועלען זיי לאכען פון ענק.
און איך וויל האבען א חלק פון אויפקלערען דעם כלל ישראל
מבטלין תלמוד תורה לקריאת מגילה. מגילה איז טייטש אויפדעקען דעם פארפוילטן קארופשאן און מסוה שקר. ויה"ר שנהיה דבקים באביי ורבא בהתמדה לכבוד שמך יתברך ויתעלה
_________________
און לאמיר צוריקגיין צו די התחלה פון דעם אשכול "וועד העירוב פון בארא פארק . געוואלדיגע הצלחה"
כדי עס זאל זיין סמוך לחתימה מעין הפתיחה(פסחים קד) . און אזוי וויא א שיין פשטעל איז נאר ווען ביים סוף קומט מען צוריק צום אנפאנג פשטעל . אזוי וויא דער רש"ל שרייבט אין יש"ש ככדור וויא להבדיל א "באלל" .
קום איך יעצט צוריק וועגען די ערשטע תגובה וואס איך האב געשריבען וועגען א קידוש השם אין וויליאמסבורג. אז טאמער דו ווילסט זעהן א שיינעם מעמד פונעם עירוב אין וויליאמסבורג. קענסטו קוקען אויף די "ווידעאס" "פילמס" פונעם פאריאריגען "מעמד זיכוי הפת" בעפאר פסח. וויא עס זענען געזעצען גדולי הרבנים פון די שטאט און מען האט געהערט דברות קודש בשבח העירוב. (טאמער דו קוסט בכלל "ווידעא"... אז נישט דארפסטו דאס אויך נישט קוקען כמובן" אבער איך בין דיך נישט חושד ח"ו אז דו קוקסט נישט)
כאטשיג דער מעמד איז געמאכט געווארן בחשאי איינס פון די טעמים איז ווייל אין לך דבר יפה מן הצניעות וראיה לדבר לוחות אחרונות שנתקיימו ולא לוחות הראשונות שניתנו בפומבי ונשתברו.(רש"י הקדוש בפרשה זו כי תשא קאפיטל ל"ד פסוק ג)
אבער כבר היה לעולמים אזוי האט מען אויך געטון אין שפאניען בשעת די גזירת שמד פון די פארשאלטענע אינקוויזיציע מען האט געפראוועט די סדרים ליל התקדש חג הפסח. און דעם הייליגען טאג יום הקדוש אין קעלערען מחמת המציק.
און אזוי האט מען געטון בימי היוונים קודם שנצחו בית חשמונאי מען האט עוסק געווען בתורה בחדרי חדרים. אבער אי"ה עצתם תופר לא תקום ולא תהי' ודבר א-קינו יקום לעולם(מנחת קנאות (בימי הרשב"א פ"ט) ונצח ישראל לא ישקר ולא יכזב .ותוציא לרוחה כל האנוסים ביד גאים ותחון זכות אבות (רבינו החיד"א) .