ועד העירוב פון בארא פארק.. געוואלדיגע הצלחה
79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2155349
נעכטען נאכט [דאנערשטאג] האט דער וועד העירוב געהאט א גרויסע הצלחה מיט איר "דינער" אין רענעסאנס,
עס איז געווען א גרויסע שטראם פון נדבנים, און רבנים,
ווער עס האט מער אינפראמאציע ווערט געבעטען צו שרייבען, אדער ווער עס האט בילדער זאל עס ביטע פאסטען,
_________________
הלוואי וועלען מיר שוין קענען מאכען אזא מין קידוש השם מסיבה אין וויליאמסבורג יצ"ו .
יא, אין וויליאמסבורג קומט אויך פאר יעדע חול מועד אזא אסיפה בהשתתפות טויזענטער מענטשען, און חשובע רבנים גדולי הפוסקים און ראשי ישיבות פון איבער אמעריקא קומען רעדען יעדען מאל, מחזק זיין די ענין פון שמירת שבת, און סדערקענט זיך זייער הייליגע השפעה דארעכאויס די יאר
און איך מוז טאקע זאגען, אז סאיז א אמתע קידוש השם
אין בארא פארק איז עס אין רענעסאנס,
ווי איז עס אין וויליאמסבורג? מעג מען וויסן אדער איז דאס אויך טמיר ונעלם אזויווי דער מקום העירוב?
אין ווילאמסבורג קומען פאר דעי דרשות ברבים, געוועינטליך אין ויואל משה ביידע זאלען, די אנהאלט פון דע דרשות אין וויליאמסבורג זענען נישט אין די זעלבע ריכטונג ווי די בארא פארקע מסיבה איז געווען...
דע דרשות ווערען גוט מפורסם אז ווער סוויל זאל קענען קומען און הערען, און ממאכט עס אויסדריקלעך נישט באהאלטען אזויווי עפעס א "ווייערלעס נעטווארק" וואס מדארף גלייבען ווי נאראנים
ווילסט יעצט אהינגיין?
איך הער איינמאל און נאכאמאל איבער די זינלאזע טענה פון 'ווייערלעס עירוב'.
קען מען געטרויען אלטע טעראריסטן מיט ווייזן דעם עירוב אז מען זאל עס קענען גיין אראפרייסן?
איז הגאון ר' יעקב זיידא שליט"א נישט באגלייבט אז ער האט געזען דעם עירוב און ווייסט ווער עס איז עס בודק 'יעדע' וואך?
יעצט גייט מען אייננעמען א פיל מויל מיט וואסער...
ווי געט דער זיידע א הכשר אויפן עירוב?
דער טעם פארוואס דער עירוב איז אסור, איז א טעם הכמוס, אזוי ווי די עירוב ווייסט מען נישט ווי עס איז, ווייסט מען נישט די טעם פין די אוסרים, אויסער וואס זיי זאגען יעדעס מאל אן אנדער טעם,
בערך גייט עס אזוי,
טעם א. דער רבי האט נישט געהאלטען דערפין.
איי פרעגט מען, ווי אזוי ווייסטו, ער האט דאך יא מתיר געווען סוכות, וכו' וכו' וכו', און מאן יימר אז די היינטיגע עירוב, און די ראצפערטע הגדת עדות,
גייט מען צו
טעם ב.
ער ברענגט פריצות.
איי ווי וואס ווען,
גייט מען צו
טעם ג',
מען ווייסט נישט ווי עס איז,
איי זייט ווען דארף מען וויסען??
גייט מען צוריק צו טעם א'
און טאמער האלט אהן די שמועס גענוג לאנג אהן יענעם זיך נעמען שימפען און שרייען זינלאזע ווערטער און קללות, ביסטו היבש גליקלאך,
עם עקש תתפתל.
מען קען מיט זיי נישט האלטען קיין וויכוח.
אבער ווען דער טאג וועט קומען וואס אונזער טייערע שרייבער, "שויתי" וועט איינזעהן אז ער האט געלעבט אין א חלום, און ווען איינזעהן זיין גרויזאמע טעות, ווען ער מוזען גייט און צוריק טראכטען נישט נאר די עירוב שקר, נאר צוריק טראכטען וואס פאר א נאך שקרים מען האט אים אלס איינגערעדט, און איך האף צו אויבערשטען אז ער וועט בלייבען א איד א שומר תורה ומצוות.
על כן איעצך ר' שויתי, האלט אהן מיט דיין פייערדיגע נארישקייטען, גיב נישט אויף, די וועסט נישט קענען דערהאלטען דער גרויסען קלאפ פין די אמת.
א שיין פשעטעל, דעיס זענען דיינע אייגענע טענערייען, דו שמועסט זיך שיין אויס צווישען זיך.. ווייל קיינער זאגט דעס נישט, דעס איז דיין איידיע פון חוזק מאכען
איך האב נאר הנאה פון דיין תמימות, ווי דו זאגסט אן א שמייכל מיט א גראדקייט "די עדות פון ראצפערטע רב"...
דעיס רעדט פון זיך...
שיותי מאך נישט חוזק
ער האט בריווען פון אלע גדולי ישראל פון וויליאמסבורג כולל פון הרב יוסף אשכנזי בשם רביה"ק וואס האט זיך משתתף געווען בסכום נאה.
איך האב איך די "תורה וועלט" ועוד, איך מיין סאיז בעסער צו ענדיגען די ענין דא..
שלוםשטוב
געט א קוק, שויתי וויל שוין ענדיגן דעם שמועס ווען מען האלט נאך ביי טעם א'...
(אגב, עס ליגט זייער אסאך אין די ווערטער פון שלוםשטוב אז דער קלאפ פון געוואויר ווערן דעם אמת איז שרעקליך).
די קלויזענבורגער און די פאפער און די סקווערער און די בעלזער און די מאכנובקער און די ראחמסטרייוקער און די ווינער און די ב"ב וויזניצער און די סטיטשינער. און סתם עמך יודישע קינדער אינטערסירט גאר ווייניג די עדותשאפט פון הרה"ח רבי יוסף אשכנזי. עס איז פאר זיי קיין נ"מ וואס ער האט יא געזאגט אדער נישט . ביי זיי איז דא א תורה און א שו"ע. . זיי זענען נאך אזאלכע ערליכע יודען וויא די סאטמארע . זיי טוט מער וויי דאס אז אונטער א איצטלא דרבנן איז מען ליידער מכשיל יודישע קינדער מיט טרפות און כל מיני איסורין רח"ל.
ווען ער וועט זיך אויפכאפן פון זיין שלאף (טאמער ער וועט האבען די זכי' אז דער אייבישטער זאל עהם אמאל דערלייכטן די אויגן) וועט ער גלייך מקיים זיין ויישן ויחלום שנית און ער וועט טרעפען א צווייטע פירצה. און אלץ נאר אויף יענעם . . אזוי וויא דער הייליגער רבי רב בער מעזעריטשער מגיד זי"ע טייטשט "עומד בבבל ורואה נבילות בא"י"(חולין ס"ג)
ער שטייט פארזינקן אין זיינע בבלישע תאות העולם הזה. און זעהט נאר נבילות אויף ערליכע אידען שהם בבחינת ארץ ישראל. הוי השמים אור לחושך וחושך לאור. (ירושלמי ברכות) אם אין דעת הבדלה מנין?
דיפלאמאט שלום שטוב
איך האב געענדיגט ביי א' ווייל דעס איז געווען די איינציגסטע טענה אויף וואס ער האט געענפערט, טעם ב' האט ער נישט געענפערט, און טעם ג' האט ער אויך נישט געענפערט
איך האב געוואלט אפשטעלען דעם ענין דארט נישט אריינצוקריכען ווייטער אין די תורה וועלט און פאראייניגטע ווארט...
דיין אויספיר שלום שטוב זאגט גארנישט,די זעלבע זאג איך דיר אויך, דריי זיך אויס צום שפיגעל:
אבער ווען דער טאג וועט קומען וואס אונזער טייערע שרייבער, "שלוםשטוב" וועט איינזעהן אז ער האט געלעבט אין א חלום, און ווען איינזעהן זיין גרויזאמע טעות, ווען ער מוזען גייט און צוריק טראכטען נישט נאר די עירוב שקר, נאר צוריק טראכטען וואס פאר א נאך שקרים מען האט אים אלס איינגערעדט, און איך האף צו אויבערשטען אז ער וועט בלייבען א איד א שומר תורה ומצוות.
על כן איעצך ר' שלוםשטוב, האלט אהן מיט דיין פייערדיגע נארישקייטען, גיב נישט אויף, די וועסט נישט קענען דערהאלטען דער גרויסען קלאפ פין די אמת.
קוקטס אליין . צומאכען א פילטער פאר א מענער מקוה. איז געאסערט געווארן בפירוש מפי כ"ק רבה"ק מסאטמאר זי"ע אהנע שום עדותשאפט. לאו מכללא איתמר אלא בפירוש איתמר(ברכות ט להיפך) און דער הארבער איסור האט די פולע הסכמה בכתב פון אלע גדולי הרבנים "מנחת יצחק" הגה"ק מקאשוי" הגה"צ מדעברעצין" שטשאקאווא. ויען יוסף פאפא. בצל החכמה. הגה"צ ר"מ ניישלאס אבד"ק סקווירא. מבשר טוב. אמרי המז"ג פעלעדהאוז. רבבות אפרים. שבט הלוי הרב וואזנער. הרב שולזינגער. סאמבאטהעלי. דברי שלום אודווארי. ר"מ בראנסדורפער. כולם כאחד עונים באימה ואומרים ביראה אז א פילטער איז א דבר חדש . וחדש אסור מן התורה (חת"ס) . נישט אזוי וויא דער עירוב וואס איז אייביג געווען בכל תפוצות ישראל.
דאך ווייזט מיר איין מענער מקוה וואס האט נישט קיין פילטער.
געוואלד מען צוברעכט דעם רבין זי"ע . געוואלד מען צוברעכט די רבנים מייסדי היישוב. . עס איז דאך נישט קיין מצוה צו מאכען א פילטער. וויא איז היינט דער איסור? (עס איז אהינגעגאנגען דארט וויא עס איז געגאנגען דער הארבער איסור צומאכען א "מיידל סקול" וואס איז געאסערט געווארן פון אלע רבנים וגם מפי רבה"ק מסאטמאר זי"ע " בלשונם " זאת התורה לא תהא מוחלפת ואסור לעשות מקום ללמוד עם בנות וזהו דבר שהיא במפורש נגד מסורת אבותינו הקדושים מדור ודור. וזאת לא ישונה ולא ישתנה בשום פעם ואופן שבעולם. וכל המשנה ידו על התחתונה" )
וויא זענען די פארפירער די קנאים וואס נעמען זיך מכלומערשט אהן פארן רבינס כבוד .
ווער געדענקט דען נישט וויא מרן הגה"ק מקאשוי זי"ע האט געוואלט ארויסקומען בחרב ובחנית ווען סאטמאר האט אויסגעדרייט דעם דאשעק און געמאכט א "מיידל סקול" . דברים שהצניעות יפה להם. וד"ל.
נאר דא זעהט דאך יעדער עין בעין אז דאס סתם א פאליטיק שפיעל.
נאכאמאל איך האב גארנישט קעגען די אוסרים פונעם "מיידעל סקול" אזוי וויא קאשויער רב זי"ע און איך האב גארנישט קעגען די אוסרים פונעם עירוב אזוי וויא למשל דער "שאצער" נאר קעגען דעם עושה מעשה זמרי די מאכילי נו"ט כדאמרן און מבקשים שכר כפינחס. (סוף יומא)מצוה לגלות החנפים מפני חילול השם. ולהשומעים יונעם ותבא עליהם ברכת טוב
שויתי שרייבט
די דרשות ווערען גוט מפורסם אז ווער סוויל זאל קענען קומען און הערען
ביז דערווייל האט מען איעדע יאר געדראפט צונזערורן די טעפס סיי פין די חסידים און סיי פון די ליטאים, מחמת הבושה.
איך וועל מסיים זיין מיט די ווערטער פון קארלסבורג רב שליט"א אויף דעם מעמד קידש ה'
דער קנאות קומט נישט מצד הקדושה דאס איז א גויאישע קנאות ווי מעלערנט אויס אויפצוהעצן סטודענטן.
_________________
פוןדאדארט:
ווען? און בנוגע וואס? האט דאס קארלסבורגער רב געזאגט?
עבד עברי, א ערשטקלאסיגע בעקער ביסטו, דו האסט שוין דעים ליגענט אפאר מאל געשריבען, אז רבנים זענען ארויסגעקומען ווען סאטמאר האט געמאכט א מיידעל סקול, נישט קאשויער רב זל און נישט קיין אנדערע רבנים זענען קעגען דעים ארויסגעקומען, שקר מוחלט!
א יוד וואס איז פון די ערשטע עסקנים אין סאטמאר מיידעל סקול אין יענע צייטען זאגט אז קאשויער רבס טאכטער איז געווען פון די ערשטע תלמידות אין די נייע סאטמאר סקול, און פארדעים פלעיגט יעדער שיקען אין בית יעקב, אפילו קאשוי רב
באק נישט קיין מעשיות, דו מיינסט קיינער געדענקט נישט, אונז זענען נישט קיין יונגעלעך, אונז האבען אויך וועמען צו פרעגען, און אונזער זכרון ארבעט נאך בה, הרוצה לשקר ירחיק עדותו
דו ביסט א מומחה אין דרייען א קאפ מיט ספין און פארדרייען א שמועס מיט ווארפען זאמד מיט שטרוי און די אויגען
אצינד האלטען מיר ביים מגלה זיין די צווייטע אופן וואס שויתי הכסיל טוט נוצען ווען ער באדארף ענטעפרען איינעם.
די ערשטע אופן האבען מיר דאך שוין געשריבען, ער זאגט איין טענה, נאך דעם די צווייטער, און די דריטער, און ווען ער ענדיגט גייט ער צוריק צום ערשטען.
אזוי ווי מיר האבען מגלה געווען זיין אופן התשובה, האט ער זיך באנוצט מיט זיין צווייטער עמקות, ער שרייבט פשוט צוריק וואס מען שרייבט אים, און מיט דעם רעדט ער זיך איין, און טוט משתיק זיין זיינע מחשבות, אז סוף כל סוף איז ער דאך גערעכט, ווייל ער האט דאך געהאט דאס לעצטע ווארט, און קיינער קען אים דאך נישט אנפרעגען,
איז הרב החשוב שויתי, נוצט דעם שכל וואס גאט ב"ה האט דיך געגעבען, און פראביר צו טראכטען, פארוואס די האלטס אז די עירוב טויג נישט, נישט פארוואס דיינע חברים האלטען, נאר פארוואס די האלטס אזוי, און ווען די וועסט דאס האבען אדורך געטראכט, און די האלסט אז ווען די וועסט עס דא שרייבען וועסטו נישט מבזה זיין דיין שכל, ביסטו מכובד דאס מיט צו טיילען מיט אונז אלע.
אפאר כללים נישט מבזה זיין דיין שכל.
עס איז דא א תורה,
א גמרא
א שולחן ערוך,
פוסקים
שאלות ותשובות
ספרי חסידות
טרעף מראה מקומות פין די פלעצער וואס פין דארט קומט אויס אז נישט מאכען אן עירוב איז א מצוה היינטיגע צייטען.
ברענג נישט קיין מעשה פין וואס דער קנאי האט געזאגט, און דער קיצוני האט געטראכט, און דער רב האט זיך אויסגעדריקט, געדענק עס איז דא א תורה, און אונז טוהן וואס שטייט אין די תורה. ברענג ראיות, און פראביר מיט א דעה צלולה דן זיין, און קום אויף מיט א שיטה.
זיי נישט מאריך מיט קיין זייטיגע ענינים, רעד דיך נישט איין אז מען זעהט דאס נישט ווען די וועסט דאס טוהן.
פראביר נישט שרייבען קיין גרויסע תירוץ, אז מחמת דעם און דעם סיבה האסטו מחליט געווען, מער נישט צו שרייבען וועגען דעם, ווייל דאס וועט זיין א גרויסער הודאה אז די אמת האט אנגעהויבען האבען אן השפעה (הלוואי זאלסטו צו דעם צוקומען).
לאמיר זעהן, כבוד הרב שויתי, לאמיר זעהן וואס די קענסט.
אופס, און פאר איך פארגעס, צייכען נישט צו, אז דא און דארט האסטו שוין געשריבען וועגען דעם, דאס וועט גארנישט מיינען.
טייערער שלום שטוב. קענסט יעצט מקיים זיין צוויי מצוות מדברי סופרים. וואס פאר דעם באקומט מען אויך שכר בהאי עלמא
1 אל תען כסיל כאולתו
2 כשם שמצוה לומר דבר הנשמע כך מצוה שלא לומר דבר שאינו נשמע
דער אוהח"ק טייטשט "איננו שומע בקולנו" ער קען גאר נישט צוהערן דעם אמת .
עס איז אטמה אוזנם משמוע. ליידער.
דו בעטס דיך צו עהם ער זאל ברענגען א ראי' פון די תוה"ק אדער פון שו"ע.
ער האט דאך נישט קיין תורה און נישט קיין שו"ע נאר א כח הטעראר און א כח הזרוע פון כוחי ועוצם ידי אזוי וויא די ציונים. . ער וויל מיט טעראר און שקר און רשעות משתיק זיין דעם קול ישראל סבא. מיטן ועל חרבך תחי' משתיק זיין דעם קול קול יעקב וואס איז ב"ה מצפצף אין די בתי כנסיות און בתי מדרשות.
ליידער לערנען א סאך מענטשען דעם טמאנעם דף היומי.
און זענען זיך משתמש מיטן טמאנעם עירוב.
און גייען צום טמאנעם כותל.
און פארלאזען זיך אויפן פסק בדיני איסור והיתר פון די טמאנע רבנים. .
די טהרה ליגט ביי גרינבוים.
די טהרה ליגט וויא מער מען זאל מאכיל זיין נו"ט.
און בעיקר וויא מער שקר מען פארקויפט איז דאס אלץ מטהר.
כסף וזהב מטהר ממזרים.
מען לייקענט פאקטען. קאשויער רב האט נישט געאסערט די אפיסעס
נאר סאטמארער רבי זי"ע
צעלימער רב זי"ע האט נישט איינגעפירט דאהי חלב ישראל
נאר סאטמארער רבי זי"ע
פאפער רב און סקווערער רבי זי"ע וואלטן געעווען גויים
ווען נישט סאטמארער רבי זי"ע
דעם עירוב האט נישט געאסערט רבי משה פיינשטיין זי"ע
נאר סאטמארער רבי זי"ע
און בה דער זכרון ארבעט ביי זיי אפילו זאכען וואס זענען קיינמאל נישט געווען געדענקן זיי אויך זייער גוט
און ווען מען שרייט און שלאגט אויף די גאסען
זעהט ער פארקערט . דער שלעגער איז א געשלאגענער
אריה טורף בדי גורותיו וממלא טרף חוריו ומעונותיו טריפה
כבוד רב עבד
האסט א שטיקעל פונקט, אבער סוף כל סוף, איך גיי נישט אריין מיט אים אין קיין וויכוחים צו דער סאטמאר רב איז געווען "דער" וואס האט מקים געווען אידישקייט אין אמעריקא צו נישט, נישט דאס איז די וויכוח לגבי די עירוב, לו יהיבנא, זאל זיין אז עס איז געווען סאטמאר רב, למאי נפק"מ????
ווען מער רעדט וועגען עירוב, איז נוגע הלכות עירוב, אונז אלע האט מען סוף כל סוף אויסגעלערנט אז אין שולחן ערוך, דארט שטייט וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט, זאל ער קומען אנהייבען דן זיין ווי א שטיקעלע ת"ח, און ער וועט אליין איינזעהן די באבקעס וואס זיי פארקויפען.
און לגופו של דבר, דער גאנצע שמועס, ווער האט געראטעוועט אידישקייט אין אמעריקא, איז א נארישער שמועס, ווייל יעדער איינער פין אונז האט געראטעוועט, איך בין א איד, האב איך מיך געראטעוועט, די ביסט, קומט דיר קרעדיט, נישט דעם רבי אדער יענער גדול.
ווער עס האט גרינגער געמאכט צו קענען זיין א איד, האט יעדעס גדול, יעדעס מענטש וואס האט נאר עפעס געטוהן, האט אויף געטוהן אין זיין פרט, סאטמאר רב אין סאטמאר, צעהלימער רב ביי זיך, פאפא ביי זיך, קראסנא, באבוב, זאג וועלכע נאמען די ווילסט, יענער האט אויף געטוהן ביי זיך אין די קהילה דארך זיין אופן.
עס איז נישטא קיין איין יחיד וואס מען קען און מען דארף אויף אים אנווייזען אז ער האט עס געטוהן.
הסברים ווארפען ספיקות אין אן ענין.
עס איז נישטא וואס מסביר צו זיין,
יעדער איד ווייסט אז אן רבנים איז נישטא קיין אידישקייט, יעדע זאך אין לעבען טוט מען לויט די אנווייזענגון פון דעם רב.
עס איז דא א נייע "שיטה" אז מען דארף אינוועסטיגעיטען דעם רב, דאס איז נגד התורה,
חשוב'ע רבנים, מיינע רבנים זאגען אז מען מעג טראגען, על כן טראג איך, ענד סטעפ וויט די נאנסענס.
_________________
ידידינו אבי מלעבט
. אבער וואס זאל ער נעבעך טאן אז זיינע רבנים הייסען עהם ארומגיין נאכשרייען מענטשען.
און וואס זאל ער נעבעך טון אז זיינע רבנים הייסען עהם און זיינע חברים צוגיין צו יעדען וואס טראגט און געבעו א גוטען פאטש.
און וואס זאל ער נעבעך טון אז זיין מנהל אין נאמען פון זיינע רעביס הייסן עהם שרייען אין די גאס נאך אנדערע רעביס מיט קללות און ניבול פה .
און וואס זאל ער נעבעך אז עס ליגט אויף עהם א חיוב מכח זיינע רבנים נאכשרייען אנדערע יודען "שייגעץ ארויס"
מוזט דו דאך אויספירען די אונטערשטע שורה . אז א רב קען נאר ארויסגעבען א פסק פאר יעדען יוד וואס ער האט צוטאן לגבי זיך.
אבער ארויסגעבען א פסק צו שלאגען יענעם אדער מבזה זיין היינטיגע צייטן ווען אפילו די סנהדרין קענען נישט דן זיין דיני נפשות. און אפילו נישט דיני קנסות. קומט על כרחך אויס אז אזוינע רבנים (טאמער עס איז דא בכלל רבנים ) וואס הייסן דאס טון זענען "דייני סדום" הפקר יונגען. אפילו זיי ואלטן נישט געווען קיין מאכילי נו"ט און סתם מכשילי הרבים וד"ל
שלום שטוב שרייבט אז מען רעדט דא פון שו"ע הלכות עירובין. ליידער רעדט מען דא נישט פון הלכות עירובין.
לאז זיין אז ער האלט טאקע נישט פונעם עירוב
אבער מען רעדט דא ליידער פון הלכות רוצח וכוחי ועוצם ידי.
מען זאגט נאך אין נאמען פון רבנים אז מען מעג און מען דארף טעראריזירען די גאס.
כל דאלים גבר. שלאגען שרייען פלינדערן מאכען פראגראמען. אזוי וויא אמאליגע צייטן אין מיטל אלטער און ביי די רוסישע צארען .
און מען דערוואגט זיך נאכזאגען די שטותים און פסלנות בשם די תוה"ק ובשם רבנים. עס האט נישט צוטאן אפילו עס זאל שטיין אין שו"ע שיטות אז מען קען דא אין ניו יארק אדער וויליאמסבורג נישט מאכען קיין עירוב. פון דא ביז גיין נאכשרייען אידען איז נאך א מהלך רב. דאס האט נאר א שייכות מיט רוצחים וגויים בדמות יהודים ובדמות חסידים.
האחד בא לגור וישפוט שפוט?
יא, מיין ערשטע תגובה וויל איך מקדיש זיין פאר שלום
איך קוק שוין א שטיק צייט דעם פורום פון די זייט, און איך מוז זאגן אז ס'האט סאך מער חן ווען מ'רייסט זיך נישט ארום, מ'רעדט נאר זאכן וואס יעדער האט הנאה, ווי די רקידה אין היידפארק, מעורר זיין אויף טרעפליכע מענטשליכע זאכן, לאקאלע רעפעראטן, כשרות, נייעס, אד"ג
איך האב געקוקט מיט הנאה ווי נאך וואכן פון רייבערייען איז ב"ה געווארן שטיל, און יעצט האט דער שטן געזיגט און שוין פריש גייט עס אין די הויכע טענער
ביטע זיך בארואיגן.
I usually stay away from these subjects, but I must give my comment here.
the reason why in the last few weeks there was no commotion, andthe climate was relatively calm around here, because one controversial "nick" was absent for some reason, and as soon as that writer came back to the park, the entire park blew up like wildfire,
I don't want to give a name, because of the chashash loshon hora, and chashash of violating the hydepark rules (even indirectly), I think i've said enough
EMT דא צוינגט מען קיינעם נישט אריין קימען אין סיי וואס פארא אשכול, ווער עס וויל געט א דאבעל קוועטש מיט די מאז אין ווער נישט גייט ווייטער.
נישט די פייטס דא אויפן פארק זענען די פראבלעם - די שלאכט פעלד איז קלאר שבת קודש אויף דער גאס, דא שלאגט מען זיך נאר ווער איז דער אנגרייפער איז דאס גרונבוים און זיינע פירערס אדער דאס ווייבעל מיט דעם קליין קונד.
אדרבא ברענג ארויף אינטערעסאנטע אישאס זאל דער עולם וואטן מיט די מאז.
_________________
תוקן על ידי findodort ב- 27/02/2007 2:24:09
הסופר הנכבד והמפואר ,פוןדאדארט" נר"ו.
דיינע ווערטער זענען קילורין לעינים. דער פורום הייסט "חדשות אנ"ש" כדי צו שרייבען ניייעס צווישן יודען.
האט "דער חשובער שרייבער "אבימלעבט" געברענגט א נייעס וואס שטיייט נישט אין די טעראריסטישע צייטונגען . אז עס איז פארגעקומען אין עיר ואם בישראל בארא פארק דאנערשטאג א הערליכע מסיבה לטובת דעם עירוב .
האט עבד געזאגט "הלוואי וואלט אין ווילי אויך געקענט זיין אזוינס ונזכה ונחיה ונראה
גלייך איז אויפגעשפרינגען דער שויתי וויא געביסן פון א שלאנג כאילו מען מיינט עהם פערזענליך און געגאסען פעך און שוועבעל כדרכם. .
איז געגאנגען עבדעברי און מגלה געווען אז די צייט ווען איין פארטיי האט געקענט גיסען פעך און שוועבעל אויף יעדען
און יעדער איינער האט זיך געמוזט לאזן שמייסען איז ב"ה פאריבער .
און עס איז דא א נייע תקופה אז יעדער מעג האבען זיין מיינונג.
וועגען דעם איז דאך היידפארק געמאכט געווארן
אמאל ווען אין די אידישע גאס האט נאר געהערשט "דער איד" האט ער געקענט פארקויפן תורת לאקשען אויף וועם ער האט געוואלט ער האט מקיים געווען דעם פסוק "כל אשר חפץ עשה"
אבער אזוי וויא דער בלאט האט עהם אהנגעפיפן צוזאמען מיט אלע זיינע איסורים וקונמות וחרמות. און קיינער ממש קיינער האלט זיך נישט צוריק צו לייענען דעם בלאט וועגען זיינע פאליטיק איסורים. און אויך דער מחנה החרדי אויך דער בולעטין און די צייטונג וכדומה. קיינער רעכענט זיך מער נישט מיט עהם.
איז ער געבליבן דער מרבה מחלוקת בעולם וויא וואך נאך וואך העצט ער און שימפט קעגען שלומי אמוני ישראל . וואס האלטן אנדערש וויא ער.
און זיי האבען נאך טענות אז מען שימפט קעגען איינעם וואס האלט אנדערש וויא זיי..
דעם אופן תורה (אז טאמער איינער זאגט אנדערש וויא איך. דארף איך אויף עהם שימפן ) דאס האב איך דאך מקבל געווען טאקע ביי זיי. אזוי וויא רבה"ק זי"ע האט געזאגט אז פארוואס האט בעלז טענות צו זיין קנאות. הלמאי קנאות האט ער דאך געלערנט אין בעלזא?
ער (שויתי וכת דיליה) שרייט וויא א שלאנג געביסענער און ער האט נאך טענות אז מען פארענטפערט זיך דא.
ער מיט זיין כת ווילן אז קיינער זאל נישט שרייבען גארנישט וועגען זייערע רציחות מדי שבת בשבתו אויפן שלאכט פעלד. אזוי וויא די נאציס ימח שמם האבען געוואלט אז יעדער זאל אהיימשיקן בריוון אז אלעס איז גוט און פיין.
ער האט א מזל אז איך האלט נישט ביים אויפדעקען די ריכטיגע סחורה וויפיל רציחות איז דורכגעגאנגען די אלע יארן אויף קהילות מישראל וויא אויך אויף יחידים רבנים וויא דער אפשער רב ע"ה קירלהאזער וכדומה אויך אויף סתם יחידים . וויפיל דער ברך משה האט אליינס געליטן פון די אינשי דלא מעלי. נישט בחינם האט ער אין די ערשטע דרשה נאכן הסתלקות ביומא דהילולא רבא של מרנא ורבנא בעל ייטב לב זי"ע געזאגט און אביסעל מגלה געווען ווער זענען געווען די אינשי דלא מעלי.
וויפיל זאכען איז דא אויף טעיפס פון ר ל פ צייטן ע"ה דער דינאמישער כח פון סאטמאר. וויפיל צרות מען האט אנגעטיילט פארן שטעטל סקווירא וד"ל.
איך גיי בל"נ מער נישט מפרסם זאכען די שרעקליכע עניינים.
איך בין נאר לעת עתה מוחה על עתה אויף דעם היינטיגען טעראר וואס איז אויך מלובש אין א מסוה פון אידישקייט און פאלשע קנאות.
איך מוז ענק זאגען " שרייבערס טייערע כל אחד בשמו יבורך מיט כל טוב און מיט א פרייליכען פורים און כשרן פסח. "
אז איך באקום באישי בריוון לרחצה פון ניקס וואס זענען קעגען עירוב און זיי בעטען מיך ברחמים ובתחנונים אז איך זאל אויפהערן צו שרייבן וועגען עירוב ווייל עס שנייד פון זיי שטיקער.
זיי חנפענען זיך אפילו. זיי שרייבען אז זיי זענען מעריך מיינע געשרייבעכצער אין אנדערע עניינים און זיי זאגען מיר אפילו אז זיי קלערען איך בין א ת"ח וכדומה.
איך האלט נישט יעדען ביים ענטפערען יעדען איינעם באישי.
בכלליות שרייב איך דא . איך דארף ב"ה נישט די דברי חנופה. איך בין גארנישט מיט גארנישט . אבער איך טו א שליחות מגלה צו זיין דעם אמת.און מציל זיין די געשלאגענע פון די רוצחים וואס גייען היינט נאך אלץ אהן מיט טעראר אונטער א פאלשע מסוה פון נועמי המידות. אזוי וויא יענער פיסטערער בעל גאוה האט געאגט אז היינט בין איך שוין א עניו אויך.
צו מיינע שרייבערס באישי. איז יעצט מיין ענטפער איך ווייס אז איך ווער באשמוצט ביי די עירוב קעגנערס און בכלל ביי די פארביסענע טעראריסטן וואס רעדען זיך איין אז סאטמאר איז אלץ באשטאנען נאר פון רשעות און טעראריזם .
סאטמאר האט ב"ה פארקויפט זייער א סאך גוטס און זייער א סאך קדושה וטהרה צדקות וחסד אויך. נאר ליידער ויבא גם השטן בתוכם בלבוש פון ערליכקייט ואכמ"ל ובזה אתן קנצי למילי
ואילין מיליא יהון לרקיעיא ותמן מאן שריא הלא ההוא שמשא די שכינה הקדושה זאל שוין נתעלה ווערען סיי פון די עושי העירוב סיי פון די מיינען לשם שמים און טוען מעשים טובים לשם שמים.
די אלע וואס שטייען אין די זייט און האבען ליב צו ליינען און נישט שרייבען, זאלען אזוי גוט זיין און ווייטער ליינען און נישט שרייבען וואס זיי ווילען ליינען, ווייל ווען דער שרייבער וועט אויפהערען שרייבען וועלען זיי נישט האבען וואס צו ליינען, און וועלען נישט האבען וועמען צו שרייבען וואס זיי האבען ליב צו ליינען.
יישר כח ורב טוב לך ידידי היקר וידיד נפש כל חי "שלוםשטוב" .
ממש מכוון געווען אל האמת.
רוב פון די ניקס וואס שרייבען צו מיר באישי . שרייבען אז זיי זענען לייענערס און נישט שרייבערס .
און זיי בעטען אז זיי ווילן איך זאל מער נישט שרייבען פונעם עירוב. און פון די געשלעג אויף די גאסען . נאר פון כשרות און הלכה עניינים און ידיעות התורה.
האסטו זיי זייער גוט גענטפערט אהן לייענען זייערע אלע געשרייבעבצער .
און פאר זיי זאג איך אז ידעת התורה זאלן זיי גיין לערנען גמרא מיט תוספות אדער שו"ע נישט זיצן ביי א קאמפיוטער.
די קאמפיוטער איז געמאכט געווארן אדער פאר ביזנעס אדער פאר מענטשען וואס ווילן זיך אביסעל בארוהיגן. אדער ווער עס וויל געוואיר ווערען יודישע נייעס און מיינונגען וואס שטייט נישט אין די יודישע צייטונגען און אוודאי נישט אין די גויישע צייטונגען עד כאן.
פון דא דארט א דאנק פאר דיין ענטפער, אויב אזוי האלט איך טאקע אז מ'זאל זיך ווייטער ארומרייסן, אבער נישט סתם, נאר פעטש זאל גיין...
להשלמת הענין.
ווער עס וויל פונקטליך פארשטיין וואס ליגט אונטער די געשרייעכצער . און פארוואס גייט פאר א שלאכט פעלד וועגען דעם עירוב. זאל ביטע זיך מטריח זיין און דורכלייענען . אין אונזערן חשובען פורום "חדשות אנ"ש" אשכול "לינקס צו מקומות וואס זענען דן הלכות עירובין".
דף 2 די צוויי ארטיקלעך וואס איך האב געשריבען איינס וואס הויבט זיך אהן ד"ה "זיין תורא"
2 ד"ה "זיי זענען די לעצטע"
וועט ער פארשטיין אז זייער יסוד איז נאר צו טעראריזירין. און ביי די איינע זאך (עירוב) געלונגט זיי נישט ווייל זיי שלאגען זיך נישט מיט קיין צווייטע חסידות נאער מיט יחידים און ווייל זיי שלאגען זיך קעגען שו"ע וואס דאס איז נצחיות התורה.
די אלע זאכען וואס שטייט דארט און נאך א סך מער. געדענקן נאך די זקנים. און די יונגעלייט וועלן חאטש געוואיר ווערן אפס קצהו וואס איז פארגעגאנגען. מצוה לפרסם הדברים הללו בישראל
לעת עתה כדי לקיים כבוד ה' הסתר דבר האלט מען נישט ביים ארויסגעבען אלע אמאליגע קול קורא'ס און אלע דאקומענטן און טעיפס פון רדיפות קעגען קהילות און קעגען יחידים.
עקסטערע דריק איך אויס א הערצליכען דאנק און הכרת הטוב פאר די חשובע מנהלים פון אונזזער פורום "חדשות אנ"ש" פארן געבען א פלאץ אין זייער טייערען חשובען פורום פאר די אמתע דיבורים דעם קול קול יעקב דעם קול ישראל סבא.
. וואס ווערט ארויסגעשריגען טיעף טיעף פון יעדענס אידישע הארץ קעגען די בייזע רוצחים וואס ווילן זיך מיט כח הזרוע משתלט זיין אויף די גאס און זענען מבזה די הייליגע תורה הקדושה תורת אמת. וואס די חז"ל זאגען עדות "דרכיה דרכי נועם" . כאילו וויא דער רצון התורה איז נאכצולויפן פרויען אויף די גאסען און שרייען קולות וויא פארטאריקאנער אהנע להבדיל.
דער הייליגער באשעפער זאל בענטשען גאנץ כלל ישראל און בפרט די מנהלים פון דעם פורום כל אחד בשמו יבורך. און אויך אלע שרייבערס וואס העלפן צו דערהויבן דעם כבוד פון אויבישטען און פון זיין הייליגע תורה . זיי זאלען אלע געבענטשט ווערן מיט וואס זייער הארץ גלוסט לטובה
וויא אויך בעט איך דער הייליגען באשעפער בשם די נשברי לב ובשם כלל ישראל וואס זענען נישט מצער אנדערע יודישע קינדער ...אז אונדז זאלען מיר שוין אלע זוכה זיין אינאיינעם בנערינו ובזקינינו צו גיין קעגען משיח צדקינו . והוא יוליכנו קוממיות לארצנו. ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים השתא בעגלא ובזמן קריב ונאמר אמן
EMT איך וועל דיר זאגן די אמת איך האב טאקע מגיב געווען אבער איך בין געווען כמעט זיכער אז די גייסט דאס נישט זען, ווייל די גייסט זוך נאר דרייען אויף אשכולס ווי מען טיילט נישט קיין פעטש.
_________________
אז ס'גייט יא פעטש, וויל איך עס כאטש מיטהאלטן, אבער אויב וועט גיין בלוט, וועל איך שוין מוזן ארויסנעמען מיין
פירסט עיד קיט...
אזויווי כהאב שוין אפאר מאל געזאגט, איך ארבעט אגאנצען טאג, איך בין זייער ביזי, און איך האב אפילו נישט קיין געהעריגע וועג אנצוקומען צום קאמפיוטער סתם אזוי, געוועינטליך טוה איך דעיס נאר אין זונטיגס ווען כהאב מער צייט
אבער ווי איך האב געזאגט פאר עבד אז דעי וואך וועל איך זיך מאכען צייט כדי זיך מטפל זיין מיט געוויסע ענינים העומדין על הפרק דא, וועל איך מיר דא אפרייסען אביסעל צייט אויך דא אביסעל ענפערען
באקומען אין תיבה פרטית:
I have a question to all the people relying on the ratzferter on the eiriv, i remember the ratzferter
was allways busy about the Issur off sheitlen to they conform to this as well?
אזויווי אין דעי פארטעג וואס איך האב נישט געקענט ענפערען האט זיך אנגעזאמעלט זייער אסאך סחורה, און אפילו איך וויל האב איך נישט גענוג צייט זיך מיט אלעם אפגעיבען, האט דער בורא עולם אבער מיר געגעיבען די גרויסע מתנה פון מלאכתו נעשית ע"י אחרים, און אסאך הארבע קשיות וואס זענען דא אויפגעברענגט געווארען אין דע לעצטע פאר וואכען, איז פארענפערט געווארען דורעך אנדערע שרייבערס אשטאטץ מיר,
איך האב כסדר נישט געוואלט אריינגיין אין הלכה אדער מסורה צו ממעיג יא א עירוב צו נישט, איך האב בעיקר זיך באצויגען אויף דעי אויסגעדראשענע ענפער פון אסאך "טראגעדיגע יודען", וואס זאגען, ווען מהאלט זיי פאר, תורהדיג צו הלכהדיג צו מענטשליך, צו אלץ בין אדם לחבירו, די ענין פון מאכען דורעך דעם אזא מחלוקת וכדומה,
ענפערען זיי מיט גרויס שטאלץ "מיין רב לאזט", און אויף דעים האב איך געוואלט ארויסברענגען דעים שפיץ, אז אויב ביסטו אזוי תמימותדיג אויף א פסק פון א רב, אפילו בשעת סאיז דא אנדערע צענדליגער גדולי ישראל פון פאריגען דור און להבחלח וואס לעבען נאך היינט וואס זאגען אז מטאר נישט טראגען (מאיזה סיבה שהוא, צו וועגען הלכה, מדאורייתא מדרבנן, סנישט נוגע)
וועלען זיי קעגען דעיס אלעס האבען א געוואלדיגע תמימות און זאגען "מיין רב לאזט"
האב איך אויף דעים געפרעגט, פארוואס האלטסטו אז דו מעיגסט אזוי תמימותדיג זיין און פאלגען דיין רב, און ווען דער יוד וואס איז מוחה זאגט אויך "אז זיין רב לאזט אים מוחה זיין" און ער פאלגט אויך תמימותדיג זיין רב, נאכמער, זיין רב "הייסט אים", קיין איין רב "הייסט נישט" טראגען, אבער סאיז יא דא רבנים וואס "הייסען" מוחה זיין
במילא, דעי זעלבע תמימות וואס מהאט צו "מיין רב" און מטראגט שבת, זאל מען אויך האבען כלפי דע מוחים ווען ער פאלגט בלויז "זיין רב"..
נאך אפאר מאל וואס כהאב איבערגעזאגט דעי טענה, האט מען מיך אנגעהויבען באפאלען פון אלע זייטען, כאילו נישט דעיס איז די טענה פון די טרעיגערס, און ענדליכע טענות, דעריבער איז מיר געוועזען א גרויסע שמחה צו זעין דעי געוואלדיגע תגובה פון ידידינו "אבי מלעבט" ממש קילורין לעינים:
הסברים ווארפען ספיקות אין אן ענין.
עס איז נישטא וואס מסביר צו זיין,
יעדער איד ווייסט אז אן רבנים איז נישטא קיין אידישקייט, יעדע זאך אין לעבען טוט מען לויט די אנווייזענגון פון דעם רב.
עס איז דא א נייע "שיטה" אז מען דארף אינוועסטיגעיטען דעם רב, דאס איז נגד התורה,
חשוב'ע רבנים, מיינע רבנים זאגען אז מען מעג טראגען, על כן טראג איך, ענד סטעפ וויט די נאנסענס.
ע"כ לשונו הזהב פון "אבי מלעבט", שפתים יושק!
סתם ליצנות צו שרייבען איז נישט אינטערסאנט און נישט נוגע.
מיט ליצנות זאגט דער הייליגער רבי רב מענדעלע רימענעווער זי"ע קען מען אפילו מכחיש זיין יציאת מצרים רח"ל.
אל תוכח לץ
דארפסט נישט ארבעטין ווייל ליצנות זאגט די גמרא אין עבודה זרה נעמט אוועק דאס גאנצע געלט וואס מען פארדינט יא!!
וואס האט דער ראצפערטער ז"ל מיטן עירוב ..צוטאן מיט רוצחים און שקצים וואס שרייען נאך מענער און פרויען אויף די גאסען .
וואס איז א נ"מ אויב דער ראצפערטער ז"ל האט געאסערט שייטלען אדער נישט .
ווער עס האלט דעם איסור פון דברי חיים איז עס ממילא אסור.
און ווער עס האלט נישט פונעם איסור וויא למשל דער משמש בקודש ויד ימינו פון כ"ק רבה"ק זי"ע הרה"ח ר"י אשכנזי ז"ל . אדער דער ראש הקהל דקהל יט"ל ר. ל. ל. ז"ל . נו! יש לו על מי לסמוך עבד מלך מלך.
אז דו ווילסט דיך מטפל זיין מיט דברים העומדים על הפרק. עס איז דא ב"ה גענוג זאכען.
דו ביסט דאך ביזי מיט די טריפות וואס מען שמירט אויף די פרוכט און וועדזשטעבעלס
דו ביסט אויך ביזי מיט די שוואכע הכשרים אזוי וויא אודווארי
עס איז דא די פראבלעם פון די ווייסע קעלבער אויב דו ווייסט
עס איז דא פראבלעם וועגען די אריזאנא ווייץ פאר פסח
מיינסט דאך אוודאי נישט ביזט ביזי מיט גיין נאכשרייען שבת אויף די גאסען נאך פרויען ווייל איך האף אז דו טוסט דאס נישט . דו שיקסט נאר אנדערע שקצים דאס צו טאן און דו ביסט דאך מוציא.
דער שרייבער "שלום שטוב" האט דיר שוין גענטפערט בעפאר דיין שרייבען . אז מיט איבערשרייבען יענעמס תגובה'ס קומסטו נישט אהן אין ערגעץ.
דו שרייבסט וועגען דעם שרייבער "אבי מלעבט" אז ער האט דיר דערלויכטן דיינע אויגען. אז ער פאלגט זיין רב. .
נו! זאג הריני מוכן ומזומן הייב אהן צו פאלגען דיין רב און לויף טאקע אליין ארום אין די גאסען און טייל פעטש רעכטס און לינקס לכל עובר ושב עפ"י פקודה פון דיין רב.
און טאמער עס איז דא מענטשען וואס דו האסט מורא פון זיי (ביי מסירת נפש האלסטו נאך נישט מקיים זיין די ווערטער פון דיין רב)
דעמאלס זיי חאטשיג מקיים די ווערטער פון דיין רב און שריי בכל כוחך "שייגעץ ארויס"
און טאמער ער איז אויף די גאס. דעמאלס ברענג עהם אריין . און נאכדעם שריי "שייגעץ ארויס" לקיים די ווערטער פון דעם רב וואס הייסט שרייען נאך אנדערע יודען.
קיין פעטש האלט איך נישט ביים טיילען, ווייל איך בין טאקע נישט פון די שרייערס, אבער איך בין אויך נישט פון די טרעיגערס וואס טיילען פעטש, רייסען אן די ביינער פאר דעי וואס "פאלגען זייער רב".. און דערנאך גייען זיי עובר זין אויף דעי הארבע איסור פון מסירה, מעשה קאזאק הנגזל...
פארדריי נישט די פאקטען מיט דיינע שקרים, די שרייערס האבען נאך אין די גאנצע מערכה קיין הענט נישט געהויבען, און די טרעיגערס האבען שוין מערערע מאל געשלאגען מיט איינגעבאקענע אכזריות, איך האב שוין אפאר מאל געברעינגט מעשיות, איך גיי נישט איבערחזרן
וויפיל מאל איך האב געזאגט נאז דעי גאנצע וועלען איינפירען טראגען אין שבת איז געבויט דורעך בעלי חשבונות, מענטשען האבען חשבונות פון 20 יאר, 30 און 40 יאר, און זיי שרייען אז יעצט איז "פעיביק טיים", פעיבעק פאר רבי יואליש (כלשונם), פעיבעק פאר אלע פרומאקעס וואס "האבען זיך איינגערעט אז זיי פירען דע שטאט"
יעצט גייען ווייזען די בעלי חשבון אז "זיי זענען באלעבאס אין שטאט"..
ווען איך האב דעיס געזאגט בין איך באפאלען געווארען פון די טראגעדיגע שרייבערס אז איך רעד שטותים איך בין פאנאטיש פאר אזוי טראכטען און איך האב א קאמפלעקס..
דא האט דער רבושע געשיקט א גוטען שליח "עבד עברי", און פון זיינע לעצטע תגובות קען מען זעין ווי ער רעדט נאר פון צאלען פעקלעך און זעקלעך אלטע חשבונות... ער גייט צוריק קודם צום ברך משה ווי ער חזרט איבער מיט חוזק זיי מערכה מיט שרייען שייגעץ ארויס, דערנאך נעמט ער זיך צום דברי יורל זיע, און דערנאך גייט ער צוריק מיטן דברי יואל ביז קיין קראלי די מערכה מיט ר, אבישל זצל...
בין איך א פאנאטיקער? בין איך א בעל דמיון?
קוקטס ווי דער פיקח הערט נישט אויף אויפציוויקלען פארשימעלטע חשבונות, רייסט אראפ כל גדולי עולם פאר זיינע נקמה אינטערעסען, פליקט און פראסקעט רעכסט און לינקס, ער ווערט נישט פארטיג, ער קען זיך נישט בארואיגען, רייסט אריין אין אלע מענטשען וועם ער איז שולדיג דעי אלע יארען, הוא אשר דיברתי!
גענומען דעים שבת פאר א שעיר לעזאזל, צו זעטיגען דיינע נידעריגע נקמה געפילען
א דאנק דיר מיין טייערע עבד פאר באשטעיטיגען מיינע ווערטער!
איך בעט יעדער זאל איבערליינען זיינע לעצטע תגובות, ליינט און האט הנאה ...
לאמיך פרעגען אז טאמער די מוחים (שקצים רשעים) האבען נאך קיינמאל נישט געהויבן קיין הענט. נו! פארוואס האט מען ארעסטירט עטליכע מוחים דעם ערשטען שבת חוה"מ פסח תשס"ג.? פאר שרייען ארעסטירט מען דאך נישט?
דו האסט מקיים געווען דעם נוסח וואס "שלום שטוב" האט דיר פארגעשריבען . ווען דו האסט נישט וואס צו ענטפערן . דעמאלס נעמסטו דיך שרייען " שקרן" ליגנער וכדומה. .
מיין טייערער יוד איך האב געלערענט אין דעם זעלבען חדר . איך קען אויך דעם נוסח אפשר נאך בעסער פון דיר . איך זעה אבער אז עס איז קעגען די תורה. דו האסט עס נאר איינגעזעהן ווען דער בעל ברך משה האט געהייסן שרייען. און אפשר האסטו עס דעמאלס אויך נישט איינגעזעהן.
דו גאנצע שרייעכץ פונקט ביים עירוב . און טאקע נישט ביי שייטלעך אבער ביי אנדערע פירצות איז טאקע נאר צו ווייזען "אני ואפסי" איך בין נאך אלץ בעל הבית אין די שטאט. איך האב פארטריבען די אהרונים פון אונזער קהילה. אבער איך בין אלץ בעל הבית אין די שטאט.
און טאמער עס איז אמת אז די מוחים שלאגען נישט איז עס נאר מחמת מוראה פון די מלכות של חסד. שאלמלא מוראה וואלטן זיי נישט נאר געשלאגען נאר א סאך ערגער.
פאר די תורה האבען זיי נישט מורא נאר פאר די "ניו יארק פאליס דעפארטמענט"
דער הייליגער שינאווער רב בעל דברי יחזקאל זי"ע זאגט עס איז דאך א הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב נו! פארוואס זעהט מען אז מען גייט אויף די גאס און מען באגעגענט א גוי און ער טוט גארנישט?
ענטפערט דער הייליגער דברי יחזקאל זי"ע "עס איז ברור ואמת אז דער גוי וויל שלאגען דעם יוד נאר ער איז געבינדן מכח "מוראה של מלכות"
אזוי ב"ה בחסדי השי"ת זענט עטץ נישט בעה"ב אין די שטאט מער וויא בילען וויא הונט אהן ציינער קענט עטץ נישט ב"ה.
ווייל עס איז דא א מוראה של מלכות. און די איינע וועג וואס עטץ פארשטייטס איז נאר מסירה אזוי וויא די הלכה איז אין אונזער הייליגען שו"ע "המיצר לרבים"
און טאמער עטץ האטס א פסק פון א רב אז מען מעג נאכשרייען האבען מיר אויך א פסק פון רבנים אז די אלע מצירי לרבים מעג מען מסרען. דו פאלג דיר דיין רב און שריי. און אודנז וועלן מיר פאלגען אונזערע רבנים. ושלום על ישראל
וכשיכלו הפושעים והרשעים יתרומם קרן הצדיקים (מגילה י"ז)
איין אמתדיג ווארט האסטו געשריבען " דא האט דער רבש"ע געשיקט א גוטן שליח "עבד עברי" ע"כ
עס איז זייער נאריש וואס שיוותי פרובירט חוזק צו מאכען פון ראצפערט כאילו דאס איז דא דער מדובר.
למעדה האט דער ראצפערטער בריווען פון אלע גדולי הרבנים אז ער זאל מאכען א עירוב, ער האט אויך א אישור פון הרב יוסף אשכנזי אז רביה"ק האט אים געגעבן 300$ למען עשיית עירוב בוויליאמסבורג.
יעצט ווי קומט דער ראצפערטער דא אריין?
עך וועל נאכאמאל טרייען שויתי
עירוב איז הלכה און ש"ע.
קימען רבנים אין זאגן אז ביי אונז און שטאט איז טאקע דא אט אזא עירוב וואס ווערט געברענגט און ש"ע, און אויף זייער א מהודרדיגע אויפן, פיל שענער ווי אסך האבן ביי זיך און קאלעני, און פיל שענער ווי עס איז געווען אינדערהיים.
אויף דעם זאגט אינזער באליבטען אבימעלעבט : חשוב'ע רבנים, מיינע רבנים זאגען אז מען מעג טראגען
און ש"ע שטייט אז מען טאר נישט נאכשרייען א איד א שומר תורה, אפילה ער איז מחלל שבת לויט רוב פוסקים וויבאלד ער איז א אומר מותר ווי קימט דאס צי דיר צי שרייבן
"אז זיין רב לאזט אים מוחה זיין"
שויתי, אויב נישט אלס איד, אבער אלס סאטמער חסיד וואלסטי געמעגט וויסן אז דיינע קלעגעס קענען זיך נישט ריינוואשען מיט דעם וואס א רב
הייסט זיי שרייען. זייט ווען קען מען פאלגן א רב נגד ש"ע. ע"ע וועט שוין ברענגן די מ"מ פון על הגאילה
און נישט ווי די שרייבסט קיין איין רב "הייסט נישט" טראגען עס איז דא זייער אסך טעמים טאקע יא צו טראגן להלכה, אבער די האסט מורא צו אריינגיין און הלכה (ענד איי דאנט בלעם יא)
איינס פון זיי איז שלא יהא חוטא נשכר, אז עס קומען אפאר ליידיג גייערס און דרייען אן א מחלוקה, שלא ע"פ תורה, אויף קיפ סטריט ווייל זיי ווילן ווייזען אז זיי זענען בעה"ב, אדער פארסיי וואס פארא אנדערע סיבה, טאר מען זיך נישט לאזן פון קיין טעראר. איך בין נייגעריג אויף דיין מיינוג שויתי די האלסט אז רזל זאל אויפגעבן דאס רבנית ווייל עס איז דא וואס ווילן אזוי, די לעצטע מאל איך הרב געקיקט און חת"ס איז נישט געשטאנען דארט אז עס איז א מוצה אז ער זאל זיין רבי
תוקן על ידי findodort ב- 28/02/2007 2:35:13
ער (שוית ) האט נעבעך נישט קיין שום חשבונות פאר זיינע פינסטערע אינטערעסען.?
ער האט נאר א חשבון מיט א שוכן עפר מאכט ער דא ברבים ליצי ליצנות פון א איד וואס לעבט שוין נישט . וואס דער איד האט עהם גארנישט געטון און האט נישט קיין שום שייכות מיט די רציחה פון א פאר חיות טורפות רוצחים בדמות חסידי סאטמאר .
וואס ער (ראצפערטער) בדרך אגב איז טאקע געווען א סאטמארער חסיד ער האט נישט פארפעלט קיין איין ר"ח צו דאווענען ביים רבין זי"ע אפילו שפעטער אין בעל הארבער און נאכדעם אין קרית יואל מאנרוי .
עס איז אמאל געקומען א יוד צום הייליגען מנחת אלעזר זי"ע און געזאגט אז ער האט א טענה צו עפעס א יוד וואס איז שוין געווען בעולם העליון . און האט אנגעהויבן חוזק מאכען. האט עהם דער מנחת אלעזר זי"ע געזאגט.
יענעם אראפברענגן אהער אזוי וויא די בעלת אוב קען איך נישט.
האסט א טענה מאכסט חוזק זיי מוחל גיי ארויף אהין. האסט פארשטאנען !!!
דו ביסט דא אויף איין צוועק צו פארענטפערען און מחזק זיין טעראר און רשעות און דו ווילסט עס נאך פארקליידן אין א רב. . אז טאמער דער פסק איז דיר מאסגעבענד. נו פארוואס קומט נישט ארויס דער סאטמארער בי"ד מיט א פסק אז מען זאל נאכשרייען.
נו! פארוואס זענען די רבנים וואס פאסקענען אז מען מעג מסרן די מצירי הרבים ניט קיין רבנים
אז טאמער עס ליגט א טראפ אמת אין דעם אז דער עירוב אין די גרויסע שטעט איז חילול שבת
נו! אז רח"ל כץ סערדאהעלער רב וואס האט פורץ גדר געווען לשוטתך (ואלה הצאן וואס פאלגען עהם מה חטאו ? זיי פארלאזן זיך דאך אויף א רב אזוי וויא אפילו דיין תורה האט געהייסן) ער איז דאך א סאך ערגער וויא א פלעיענער מחלל שבת . ער איז דאך דער פורץ גדר.
נו פארוואס האט עהם רז"ל מסאטמאר שליט"א . אויפגענומען די וואך מיט יותרת הכבוד וויא דעם גרעסטן רב. און פארפירט מיט עהם א פריינדליכען שמועס. פארוואס האט ער עהם ניטאיינמאל געפרעגט א ווארט היתכן ער לאזט צו דעם חילול שבת.
פארוואס האט מען פארדינגען דעם סאטמארען זאל בית רחל היינט נאכט פאר די מחללי שבת משפחת גאלדהירש . זיי טראגען דאך יעדען שבת בריש גלי .
ממ"נ זענען זיי מחללי שבתות אדער נישט. פון וועם מאכסטו ליצנות פון די פאר ווייבלעך וואס גייען אויף די גאס שבת. אויף זיי זענט עטץ גרויסע מחותנים און בעלנים . אבער פאר א פאר טאלער וואס די בית רחל האלל מאכט מעג מען פארדינגען פאר מחללי שבתות.
ענקער גאנצע מעשה איז מופרך מכל הצדדים . אלע דיינע תירוצים וועלן נאר שטערקער מאכען די קשיות .
דער תירוץ איז !!! עבדים היינו . אלע יארן האט מען געציטערט פארן אייגענע הויט.פאר די טעראיסטן וואס פלעגען שלאגען בידים . ועכשיו קרבנו המקום לעבודתו. ב"ה יעצט זענען מיר שוין נישט עבדים לעבדים נאר עבדי השם ולא עבדי טעראריסטן של סאטמאר ואחשוורוש להבדיל.
שויתי,
א ווארט צו דיר, איין זאך בין איך מודה צו דיר, דאס איז בכלל נישט קיין מחלוקה אין הלכות עירובין נאר אין הלכות בעלות. אזוי ווי די אליין זאגסט אז זיי ווילן ווייזן אז איצטערט זענען זיי בעלי בתים אויף די גאסן אין מער נישט ........
איז קודם ביסטו זיך אויטאמאטיש מודה, אז די מוחים מיינען טאקע נישט שבת נאר זיי ווילן ווייזן אז זיי זענען נאך יא בעל הבית אויף די וומסבגער גאסן. און אויף דעם וויל איך דיר טאקע זאגן:
די אידן ווילן אויס ניצן די מחלוקה אין סאטמאר צו ווערן באלעבאס אויף די גאסן? אפשר, זיי זענען אבער זייער גערעכט, אזוי גייט עס כשזה קם זה נופל, אויב עס געפעלט אייך נישט דאן רעדט צו די וועלכע האבן געמאכט די מחלוקה אין סאטמאר, זיי האבן דאס געדארפט פאראויס זען און זיך רעכענען אויף דעם. יעדע מעשה האט זיך זיינע קאנסעקווענצן, און דאס זענען די קאנסעקווענצן פון אזא סארט מחלוקה אז מען פארלירט דעם גרויסן פאוער וואס מען האט.
ר' איד טייערער טו בעד געוואוין זיך צו איר זענט מער נישט באלעבאס אויף די גאסן.
נאך א נקודה, דו שרייבסט מען האט גענומען דעם שבת פאר א שעיר לעזאזל.
דו האסט שוין פארגעסן פון אלע אנדערע עבירות - און איך רעדט פון אמת'ע עבירות, אזעלכע וואס די תורה אסר'ט, נישט די פאליטיק - וועלכע זענען מותר געווארן כדי אויסצופירן דעם גאנצן ענין וועלכע האט צוגעברענגט צו דעם אז די ביז איצטיגע באלעבאטים זאלן פארלירן דעם בעלות.
נא, יעצט אז די אלע עוברי עבירה האבן שוין פארלוירן דעם בעלות, האבן די עושי מצוה געהויבן דעם קאפ אין מקיים געווען מצוות עירוב, און דורך דעם עובר געווען אויף דעם שרעקליכן עבירה, פון העברה על חוקת הפאליטיק
שויתי
א גרויסע דאנק פארען מודה זיין אז די עירוב איז כשר ומהודר להלכה, די פראבלעם איז נאר אז עס געמאכט דורך מענטשען וואס (לדעתך) זאגען זיי אז עס פעי באק טיים פאר ר' יואליש,
אבער איין זאך, זאג נישט אז מען טאר נישט טראגען, זאג אז די ווילסט נישט טראגען, ווייל מיט דעם איז מען מבזה ר' יואליש.
נעבעך, נעבעך, נעבעך,
מה ענין שמיטה אצל הר סיני???
בזיון פין סאטמאר רב איז נאר מחמת איין סיבה, ווייל די און דיינע מענטשען האבען אזוי געוואלט, אויב ווילען ענק זיך נישט משתמש זיין מיט זייער עירוב, האב איך פאר ענק איין פשוטע עצה, מאכטס אן אייגענע עירוב.
פאר דעם גייט מען און מען איז א חולק על התורה, מען זאגט שקרים בשם הפוסקים??? שעמסט דיך נישט פאר דיך אליין אז די געהערסט פאר אזעלכע ליצני הדור??
ידידיי ואהוביי חכמים ונבונים ה"ה מו"ה "גביר אדיר" שלום עליכם לך במיוחד ..ושלום לעוזריך ה"ה "שלוםשטוב" כל אחד בשמו הטוב יבורך.
יפה דיברתם ובעתו ובזמנו דיברתם(רש"י שמות י פסוק כט) . פונקט אין די ריכטיגע צייט. יש אינו זריז ונשכר(פסחים נ)
עטץ האטס געווארט ביז ער (שויתי ודוממתי) איז ארויס פון די כלים און פיו הכשילו (עבו"ז יא ע"ב)און ער האט מודה געווען וואס יעדער ווייס ממילא אז די גאנצע מערכה קעגען עירוב. איז נאר צושרייען אויף די חברה וואס כאילו זיי האבען יעצט געפינען א געלעגענהייט זיך נוקם צו זיין אין סאטמאר בבחינת נפל תורא חדד לסכינא.(שבת לב) בשעת דער אקס איז שוואך קען מען אויסשארפן די מעסער.
איי איז דען ר' יחזקאל ראטה נישט סאטמאר
איי איז דען אודוואריער רב נישט סאטמאר
איי איז דען ר' יצחק מאנדל נישט סאטמאר
איי איז דען ר' יצחק לעבאוויטש נישט סאטמאר
איי איז דען ר' אברהם עמרם מייזעלס נישט סאטמאר
איי איז דען ר' משולם פאלאטשעק נישט סאטמאר
איי איז דען רז"ל מסאטמאר נישט סאטמאר אז ער האט די וואך אפגעגעבען דעם פולען כבוד התורה פארן מכלומערשטן פורץ גדר עושה העירוב רח"ל כ"ץ אב"ד סערדאהעלי
גייען יעצט די מוחים און עס גייט זיי נישט אהן קיין שום עבירה דאורייתא אדער דרבנן און קיין שום פירצה (וואס איך וויל נישט מעלה זיין על הכתב עס איז ידוע ליודעים ליידער ליידער. איך וויל נישט עובר זיין אויף די מאמר חז"ל "בירא דשתית מיני' לא תישדי בי' קלא"(ב"ק צ"ב) און איך וויל נישט עובר זיין ח"ו "צא ובדוק בתועבות אמך" (מגילה כח) .
די הייליגע ברין "סאטמאר" וואס איך און טויזענטער אידען האבען פון דעם געשעפט קדושה וטהרה יר"ש. וויל איך נישט ליידער בירידתה אריינווארפן שמוץ ח"ו. און מען דארף ליידער נישט בודק זיין נאר דאס וואס איך ברענג ארויס אויף די מכשילי הרבים איז ליידער נאר אחת מני אלף ממש כפשוטו..און ער נעמט זיך נאך אהן פאר די עושי עולה רח"ל.
ווייל חס ושלום ווען מען וועט דארפן ארויסגעבען . וועט מען עס נישט מפרסם מאכען דא אויף היידפארק. נאר מען וועט עס ארויסגעבען געשריבען אש שחורה על גבי אש לבנה (שקלים יד ודף כה) עס וועט זיין תסמרנה ראש האנשים החרדים
(פארשטייט זיך אז נישט דע ראש פון שויתי וכת דיליה וואס זיי זענען גרייט מפקיר זיין דעם הייליגען באשעפער מיט די גאנצע תורה הקדושה פאר ווייניגער וויא א נזיד עדשים(פרשת תולדות) נאך ערגער וויא עשיו הרשע פאר זייער פינסטערע פאליטיק עד כאן) .
עס איז גענוג ליידער אז "ישיחו בי (בסאטמאר וד"ל) יושבי שער ונגינות שותי שכר רח"ל. הכזונה יעשה את אחותינו. . אבער די ערגסטע עבירה און פירצה איז נאר ליידער דער עירוב.
נחזור לענייננו איך זעה און איך האב ב"ה באקומען גרויס חיזוק אז עס איז דא יודען יראים ושלימים וואס פארשטייען דעם גאנצען אמתן ציל פון די רשעי ישראל מחריבי הדת והיהדות און זענען זיך תולה אין אזא איינעם וואס דאס גאנצע יודישקייט איז ביי עהם א קרדום לחפור. נישט אזוי וויא די אמתע פשט אין די משנה. נאר" לחפור בה" אונטערצוגראבען דאס כשרות און טהרה און יודישקייט
ובעזר השי"ת היו לא תהי' ודבר א-קינו יקום לעולם . וכל המעיקים לשכינה תבערם ברוח סועה וסער(תפילה בשעת שריפת חמץ בער"פ) . וכל מי שעזר לאוקומי שכינתא מעפרא בין בעל פה וכ"'ש בכתב. יהא נטיר עילא ותתא וחוט של חסד יהא משוך עליו (לשון הוזהר הקדוש כמ"פ) ויקוים בו מקרא שכתוב חונה מלאך סביב ליראיו ויחלצם. כי עתה הוא עת מבחן . למי החותמת ולמי הפסולים.
וידוע שעפ"י רבינו האר"י ז"ל התיקון של עירובין לעשות מרה"ר (רשותא דסט"א) רה"י (סיטרא דקדושה)הוא דבר גדול ונורא . ולא זכינו לזה עד עכשיו ומקום הניחו לנו מן השמים להתגדר וכן כמה דברים שלא זכינו עד דורות האחרונים כגון דרך החסידות האמיתי מרבינו הקדוש והנורא הבעש"ט זי"ע אשר האיר לבבות ישראל לא זכינו לזה בימי הראשונים ואפילו בימי התנאים והאמוראים כידוע מכמה ספרי חסידות ועיין במאו"ש ריש פרשת אמור . ועבודת ישראל קאזניץ.
וכן התפילין מעור אחד שיש לנו עכשיו לא היה בכל הדורות ולא יכלו לעשות דבר כזה. ועוד שאר דברים אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם.
ואשרי הזוכה ומסייע . ובפרט אתם ידידיי הנ"ל אשריכם ואשרי יולדתכם שכרכם הרבה מאוד בעולם הזה לפי שבמצוה דרבנן נותנים שכר גם בהאי עלמא. ואשריכם לעולם הבא. ואתם שלום וכל אשר לכם שלום וברכה.
איך אנטשולדיג מיך פארוואס איך האב געשריבען לשון הקודש מיט אראמ"יש . אז איינער וויל דוקא וועל איך עס עהם איבערזעצען בל"נ . איך האף אז יעדער פארשטייט. און איך האף אז די בעלי מחלוקה וועלן שוין אויפהערן מיט זייערע דברי קנטור . מען זאל נישט דארפן ח"ו אויפדעקען נאך מער סודות פון חדר . שמחת פורים בגשמיות וברוחניות לנו ולכם ולכל ישראל.
לכבוד הרב עבדעברי אלס עבד לעבדי ה' וואלט איך געוואלט מוסיף זיין עטוואס אויף דיינע ווערטער.
איך האב נישט מיטגעהאלטן רוב פון די טעראר וואס די רעכענסט אויס, אבער למשמע אוזן דאבה נפשינו, אבער כסדר ווען מען האט דאס ארויפגעברענגט, איז אייביג געווען האליקאסט לייקענערס וואס האבן געזאגט אז דאס איז סתם מעשהס פין די שונאים, אדער דאס איז געווען נאר אפאר יחדים וכדומה. און נישט דאס איז געווען די הנהגה. מה עשה הקב"ה די זעלבע פינסטערע פרשונים האבן אנגעפאנגן א נייע מערכה, אבער דאס מאל לאזן זיי איבער פינגער אפדריקן אויף אלע זייטען, אין עס שטינקט פון קאפ.
איך גיי נישט דא אויסרעכענען די געמיינע ווערטר פון נואף גרינבוים, אפשר איז ער א יחיד. איך גיי נישט פארציילן ווי אילעוויטש לויפט נאך פרויען, אפשר איז ער א יחיד. איך גיי נישט פארציילן אז די קליין בחור וואס גרינבוים האט אנגעשטויסן אין ציבליטיגט איז בהאנדעלד געווארן דארך די הצלה. אז בחרים לויפן ארים און די גאסען און רינגלען ארים פרויען מיט קערידשעס און שרייען שיקסע, נא, אפשר ווייסט נישט זייער מנהל דערפון.
אבער אז עס שטעלט זיך אויף א איד ברבים אין די אנוועזענהייט פין די שענסטע און בעסטע פון וואס די פארטיי פארמאגט אין זאגט נאך בשמו פון סאטמער רבי אז די רבי האט עם אליין געזאגט אז מען דארף נישט האבן קיין ששים רבוא, וויבאלד עס איז רוחב ט"ז אמה איז עס א רשות הרבים פארשטייט יעדער איינער אז דער איד איז א פאלנער שקרן. מיילא אז זיצן דארט אידען וואס ווייסן נישט די נ"מ פון זיכי הפת און פת שחרית, נא. אבער דארט איז דאך געווען אידען וואס פארשטייען אז זיינע ווערטער איז אן איינפאכע ליגענט, און לויט זיינע ווערטער איז נישט שייך צו מאכן קיין צורת הפתח און קרית יואל. און מען זיצט און שלינגט זיינע ווערטער מיט דארשט, ווייל אזוי לוינט פאר די פארטיי.
און מען שעמט זיך נישט און מען דריקט דאס, און שויתי ריפט דאס א קידש ה', אלעס אלעס למען הפרטיי.
אזוי קען מען זען, אין איך קען און וועל אי"ה ברענגען נאך צענדליגע דוגמאות ווי די גאנצע הנהגה פון די פארטיי איז איינגעשפאנט און די קאראפשען.
עבדעברי זאגט כבוד ה' הסתר דבר.
און אפאר יאר ארים ווען פון די סא-קאלד מערכה וועט נישט זיין קיין זכר, וועלן די באנדיטען נישט קענען אנטלויפן און פארלייקענען די פאקטן.
_________________
תוקן על ידי findodort ב- 28/02/2007 17:53:53
שלום שטוב:
א גרויסע דאנק פארען מודה זיין אז די עירוב איז כשר ומהודר להלכה,
אין דיין נאמען קענסטו זאגען וואס דו ווילסט, קענסט זיך נאכדעים טענהן דעראויף מיט זיך אליינץ, אין מיין נאמען זאג נישט א זאך וואס כהאב נישט אפילו געזאגט די פארקערטע, איך בין בכלל נישט אריין אין פילפולים להלכה
שלום שטוב:
די פראבלעם איז
נאר אז עס געמאכט דורך מענטשען וואס (לדעתך) זאגען זיי אז עס פעי באק טיים פאר ר'
יואליש
לדעתך?, ניין! נישט לדעתי, נאר לדעת עבד עברי, וואס שימפט שוין דא אפאר וואכען, בפרט די לעצטע טעג אויף אלע גדולים מדור הקודם, און ער איז שיין מסביר מיט ניצחון אז היינט איז דער און יענער שוין נישט באלעבאס, און ער רעכענט אויס גאנצע ליסטעס פון זאכען וואס זענען נישט געשען אדער יא געשעהן, אלץ א אויסרייד צו בארעכטיגען דעי מחלוקה, אנגעהויבען מיט זיין כסדרדיגען חוזק מאכען פון ברך משה זצל, מיט די שרייען שייגעץ ארויס, און לא נחה דעתו ביז ער האט פוגע געווען בראשונים כמלאכים, אין מרן בעל דברי יואל זיע, און רייסט שטיקער פון עים, אנגעהויבען פון די לעצטע יארען, און צוריק צו די למד'ס דערנאך תש"י'ס, און ווען מווערט פארבלענדעט פון ציהלען און נקמה אקציעס, גייט מען און מאיז מבזה א גדול הדור, און מברענגט אויף אויך איר אלטע מערכות ווי די מערכה מיט רבי אבישל קראלער זצל, משמיץ צו זיין גדולי ישראל...
(פארשטייט זיך דעי וואס מעגען טראגען, אדער דעקען דעם א.ג. עירוב, ווי עבד וכת דיליה, מעגען מבזה זיין אלע גדולים וואס האלטען אנדערש ווי עים, אבער דערוואגען זאל זיך איינער צו זאגען א קרום ווארט אקעגען איינער פון זייערע דיינים, ווערט ער גלייך באטיטעלט דורעך די טראגעדיגע מיט נישט קיין קלענערע טיטעל ווי א "נואף")
ליין גוט דורעך די תגובות פון דיין עבד, און דערנאך זאג מיר ווער סזאגט אז דא רעדט מען נישט פון קיין אויפטוהן פאר א ציבור, דא זוכט מען נישט "פלוצילינג" צו זיין א מזכה את הרבים מיט א ווייערלעס עירוב, דא ליגט אלטע פעקלעך פון חשבונות, און עבד מיט די אנדערע מחרחרי ריב האלטען אז מיט דעים צאלען זיי איינעם צוריק
דעיס זאגט עבד, ער זאגט אז ער צאלט יעצט צוריק אויף - מכלומרשטע טעראר - פון אלע יארען