היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ראש חדש אדר, א רקידה, רבותי...

ראש חדש אדר, א רקידה, רבותי...

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2152291

מאה_אחוז » 18/2/2007 22:02

ברידער!

 

נו, ראש חודש אדר, א רקידה'לע!

 

אצינד אז מיר שטייען אין די פריילאכע טעג פון אדר, איז די בעסטע עת רצון מיר אלע "אנ"ש" פון די שיינע קהילה נאה וחסודה צו ארויסגיין אין א אחדות'דיקן פייערדיגן רקידה לכבוד די ימי השמחה.

 

ווער וועט אריינקומען טאנצן?

 

וואס הייסט ווערער? אלעמען!, אלע לומדי תושבי ויושבי הפארק, אלע וואס שמועסן זאך דא פאנאנדער דורך די יאר, אלע וואס קריגן זאך דא ארום ביינטאג און ביינאכט, אויכט די וואס רייסן זיך תמיד ביי די קעפ, און די וואס ווילן דעם האנדערן ביי די גארגל צופליקן, אלעס, אלעס וועט זיך ארויסלאזן אין א פעסטע לעבאדיקן רקידה.... עס זאל זיין א ריכטיקער "ינועו אמות הסיפים"..

 

אוואו? וואס הייסט אוואו, טאקע דא, באולם הרחב חדשות אנ"ש, אין די "גרויסע אולם", און טאקע שוין, תיכף ומיד..

 

דער פויקער ווערט געבעטן תיכף צו אנהויבן, דער טרומפייטר זאל שוין אנפאנגן בלאזן, דער קורדיון זאל נעמען דרוקן קנעפלאך, און דער כינור זאל ציען סטרונעס..אז ס'זאל דונערן...

 

הויך, הויך, משנכנס, משנכנס אדר....

 

ניט געשלאפן, לעבעדיק! לעבעדיק!

 

הייבט זאך, הייבט זאך.....

 

וואס שטייען אלע אין די זייט? קום סגן מנהל בראש, דיפלאמאט אריין, כאפ אן שם אחר און הייבט אייך אונטער, ווער ביןאיך, כשר, ישראל הלוי, לאוולי, כולם ביחד, עבד עברי כאפט אן די הענט פאר קאפלאן און טרענטע, און מיט א פייער שפרונגט אריין אלע שלובי יד, אלע ווי איינער, טאנצט, טאנצט אידעלעך, טאנצט טאנצט ברידערליך...

ניט פארשלאפן, פיס אין די לופטן!

 

ווער נאך?

 

אוי, אוי, עבדו עבדו עבדו עבדו את ה' בשמחה... עולם עולם!!!

 

שיע, שמעק טאביק, שלמה זלמן, מיכל מיט רבי חיים, נעמט אייך אלע אן ביי די הענט, הייבט אייך, חיים הצדיק אריין!, לעבדיק!, כאפט זיך אלע אן "אבי מלעבט", משוגע מיט משוגענער צוזאמן, ראקלנד שטעל זאך צו צו עבד עברי, ניט שפאנצירן, הייבן פיסלאך אוף כח, מיט א קאך!.. איי איי, עולם עולם!!!

 

שלום שטוב, באראפארקר, אוואו זייט איר? כאפט אייך אן אין גארטל מיט לכבוד שבת, מלוה מלכה, און מיט בעל גאוה, אה, אה, "ותגלה ותראה מלכותו, מלכותו מלכותו...."

 

אוח ווי שיין כאיש אחד בלב אחד....


קנאק! קנאק! קנאק...
 

טאנצט אלע טאנצט... געדאנקן כאפ אן טאטניו, אנאליזירר כאפ אן קאמענטאטאר, גזאגט, גיכער! ווייטער... אז תתחזק, נתני', אריין, ווארט ניט אוף כבוד, אלעס אריין, הייבט די פיסלאך!!

 

אפשטיין, אזלא גרש, ג'ומען, אטוזז, זיידל, הייבט אייך, איין מינוט, איפה "יוסקעלע"?, אריין...

 

אה, א "גאסט", אריין, אויכט התאחדות איז דא, כאפ אן עבד עברי און שפרונג אריין, אזוי, גוט, שלעפ אים אריין אינדערמיט בשתי ידים כאפט אייך גוט אן....

 

פאטש, פאטש! פאטש!... איי איי איי, ליהודים, ליהודים...

 

נו, ווער בלייבט ארויס? Iפינדאדרט, כאפ אן שויתי ביי די פאלעס, שלעפט אריין דעם אלטן "באטשי" על משענתו... ניט אוי, פארגעסן קוטשמע.. מיט אלע הענט, מאכט א דריידל אינאיינעם.. לויפט, גיך.. גיך.. מאכט אוף מאכט אוף!!!

 

גיוואלדיג..

 

אה, אה הייבט אייך עולם, עולם, עולם!....

 

תקע בשופר גדול לחירותינו, אה, אהא, איי....

 

אואו איז נאך א חסיד? אריין, שלמה המלך, מיט הונגארישע 'קליינע קאפ'.. אוואו איז מענטשעלע? אונטערן טיש? קריך ארויס און שפרונג אריין, "אין בעיה" הער שוין אוף שאקלן דעם קאפ און קום גיך אריין מיט ביידע פיסלאך, טאנץ און שפרונג!...

 

ג'ובוי, קעניג! גענוג בילדער גענומען, לייג שוין אראפ דעם בילדער מאכער... טאנץ אריין אינדערמיט, מאכט אוף אינדערמיט...

מאכט אוף מאכט אוף....

 

אוח, אוח, אה, לעבעדיק... ג'ובוי אינדערמיט....

 

די שמחה איז ביז גאר, אה, די ווענט שפרינגן, די לעמפ זינגן, אלעס טאנצט, אלעס שפרינגט, אלעס לעבט... עולם, עולם, עולם...!!

 

איימיצער זאל תיכף איבערנעמען די רמקול און אויסרופן די נעמען וויייטער... וואס גיכער וואס גיכער,

 

ווייל איך גיי שוין אריינטאנצן, מאה אחוז מיט מנהל ג'ובוי גייען מאכן

א גדאצ'קע אינדערמיטן ....

 

גיוואלד!.....

מאה_אחוז » 18/2/2007 22:40

ביי מיר איז שפעט, איימיצער ווערט געבעטן ממשיך זיין אויסרופן די איבריגע נעמען אין רמקול..

קיינעם ניט ארויסלאזן...

hievery1 » 19/2/2007 06:29

 you really typed this all up very impressive but from where do you have so much time on your hands and how do you know to type so well

אבימלעבט » 19/2/2007 09:52

אמאליגע צייטן ווען עס איז נאך נישט געווען קיינע MP3 'ס איז געווען גרינגער צו זיין פרייליך, איך מיין פאר 100 יאר צוריק אין דארף, היינט איז עס א מין עלעקטראנישע שמחה, מען קען אנשטעלען א טאנץ אזוי ווי בלאזער און טאנצען א גאנצע נאכט, דאס מעג מען מסתם אפילו אין די ניין טעג,

אבער אויב שוין עלעקטראניש זאל עס שוין זיין מיטן גאנצען קנאק מיט א גרויסע עלעקטראנישע שמייכל, נישט די רינדיכיגע געלע, נאר מיט אן עכטע פנים מיט שפריציגע אויגען און א זאפטיג שמייכל פון אויר צו אויר.......

און געבען א טאנץ אויף, זיך דרייען אויף די שפיץ פינגער פון איין פוס ווי א באלערינע, די הענט הויך אין די לופט, אין זיך דרייען ווי א דריידעל חנוכה,

און פון צייט צו צייט געבען א הויכע שפרינג אין די לופט, מאכען א קאשעליק און דערנאך ווייטער טאנצען,

אוי !!!! קאם אן גיוו מי עי ברעיק, ווי לאנג וועט נעמען ווי עס וועט ארויס קעגען דעם א הארבער עלעקטראנישער איסור.

יא איר וועט מסתם זאגען אז איך בין עלעקטראצעדרייט !

_________________

מאה_אחוז » 19/2/2007 22:38

היברי..1,

זיי מוחל איך אב דיר פארגעסן, דו ביסט נאך ניי, און דיין נאמען קען איך ניט אויסליינען, זייזשע מוחל אין גיי אריין אין ריקוד... פארגעס ניט מיטנעמען דעם קליינעם "מעקעלע"...

איך וייס ניט אויב דער עולם איז נאך אין אולם, גיי קוק, און לאז מיר וויסן..

וואס א חילוק... אבי מ'לעבט...

מאה_אחוז » 19/2/2007 22:44

היברי...1

אפשר ווילסטו "פליז" איבערטייטשן דיינע ווערטער אין "דשואיש", ווייל דו שרייבסט זייער "פענצי", און אפילו איך קען אביסלע אנגעליש, אבער ניט אזוי גוט... "אוקיי"? "טענק יו".

hievery1 » 19/2/2007 23:58

 מאה_אחוז mein nomen is "hi every 1"
 
the sibah farvos ich shrieb in english is vegen ich ken nisht the hebrew keyboad
 
velcha verter zol ich iberteitchen?
 
a freilichen chodesh

קאמענטאטאר » 20/2/2007 01:11

Here you go

[בילד – נישט אפגעהיט]

שויתי » 20/2/2007 03:22

מאה

האסט מיך משמח געווען... האסט מיר געגעיבען א געלעיגענהייט זיך צו באקענען מיט אזויפיל תושבי פארק, און די ריקודים זענען געוועזען אזוי לעבעדיג און שיין.. עס איז געווען א העכערע תענוג...

jany1 » 20/2/2007 15:48

CHAPLAIN » 20/2/2007 19:37

Meia achuz

you're sugar sweet!

you should come more often, to help loosen the tention...

hievery1 » 20/2/2007 21:18

קאמענטאטאר
 
 
 
 
וואס איז די בילד? לייג a  לינק אזוי ווי jany1 ביטע
 
 
  jany1
 
 
  א דאנק פאר די לינקס
but it's taking me a year & a half to type & I'm not even really learning the keyboard by using the first link you gave me

tatenyu » 21/2/2007 00:24

כל הכבוד הרב 'מאה אחוז' שליט"א
עקסעלענט דז'אב!!! עי וואן!!!

שם_אחר » 21/2/2007 00:55

זיס ווי צוקער.

יישר כוח מעומק הלב.

_________________

trueonly2 » 21/2/2007 02:01

מאה

 

גערעכט, ווער עס האט די "מאה" דער האט די דיעה

 

אבער וואס איז מיט מיר, איז דען מיין נשמה א ראזשינקע???

 

בין איך דא נישט מער פון א קוימען קערער???

 

(אפשר איז די מאה נאר "אחוז" אחד מן החמשים?)

 

איך שטיי שוין דא שעות פון דער זייט און איך קוק מיר צו ווי אלע שטייען אין טאנצען מיט א ברען, און קיינער נעמט זיך נישט די מינדעסטע מי מיר אריינצוריפען אינעם געזעמעל מיטצוטאנצען???

 

שוין, איך זע ס'איז מיר נישט איבערגעבליבען מער ווי אויפצוקערן די ביסעלע פאפיטעס וואס איז אראפגעפאלען פונעם עולם אויסרוהענדיג זיך צווישן 1 טאנץ און 2'טן.

 

איך האף אז קומענדיגע מאל וועל איך שוין זיין מער וועלקאם!

 

א פרייליכען חודש אלע!

 

מאה_אחוז » 21/2/2007 17:45

בלב קרוע ומורתח אני מבקש מחילה מכל אלו ששכחתי לקרואתן להקפות וריקודי קודש בשמחת חדשות אנ"ש. סליחה!

עקסטער וויל איך מפייס זיין "טרונלי2" איך האב זאך געיאגט אריינגיין טאנצן אינמיט, איך האב געבעטן איימיצער זאל מיך איבערנעמן און אויסרופן ווייטער...

קיינער אט זאך ניט צוגעכאפט צום רמקול.. און ויצא העגל הזה, אנדערע זענען נעבאך ארויסגעבליבן...

מ'קען אנהייבן נאכאמאל די רקידה, מ'וועט אופהייבן מנהל ג'ובוי אוף א רבי'שע בענקל, און אלע וועלן טאנצן מיט טרונלי און אנדערע פארלוירנע נשמה'לאך וואס זיינען פארגעסן געווארן...

ובאו האובדים בארץ...היידפארק. והנדחים בחדשות אנש....

kleinekup » 21/2/2007 17:51

TRUEONLY

די הארגעסט אוועק די רינג

אדער כאפ דיך מיט.

אדער גיי אינמיטן און טאנץ דיר אליינס א געדאטשקעלע.....

CHAPLAIN » 21/2/2007 21:33

A warm wish from the rebbe shlita, especially for this farbrengen


יאמאמיי » 22/2/2007 08:09

מאה אחוז פון מיין יאמאמיי לידעלע האסטע פארגעסען ?
איך האב געהאט א נייע פאל און געזינגען אויף א אנדערע אופן די אלטע פארגעסענע ניגון יאמאמיי און דר עולם האט זיך זייער געפרייטט

מאה_אחוז » 22/2/2007 17:36

אה, שלום עליכם, שוין גאר לאנג ניט געזען אייך... שוין אלעס געווען כדאי צו באקריגן צוריק דעם באליבטן יאמאמיי...

ערשט יעצט געענדיגט די הפסקה, מ'גייט שוין אנהייבן נאכאמאל טאנצן, זיי מוחל, שטעל זאך צו צום רמקול, און גיב דעם עולם א הייב הונטער....

שש..אא..

..."יאמאמייייייי......

סאכדעס » 22/2/2007 19:29

מאה, למשל איך, כ'בין בכלל נישט ברוגז אז דו האסט מיר נישט אריינגענומען אין רינג, כ'מיין מ'זעהט אידן טאנצן, געט מען זיך א שטעל צו, און מ'טאנצט.

elmonsey » 22/2/2007 21:16

סאכדעס די גייסט געבען די השגחה?

_________________

Support our troops

מאה_אחוז » 22/2/2007 21:41

אוח, און איך אב געמיינט אז "התאחדות" און "סאכדעס" איז דאס זעלביגער, איך אב אוסגערופן נאר "התאחדות"..

איז דאס צוויי באזונדערע זאכן, אשטייגר אווי באבוב און באבוב?, אדער סאטמאר און סאטמאר, אדער ספינקא און ספינקא, צו אווי ויזניץ און ויזניץ? אדער סקווירא און סקווירא, צו בעלזא און בעלזא, אדער צאנז מיט צאנז?

מאה_אחוז » 22/2/2007 21:43

ברוך הבא א אורח פון מונסי...

האסטו מיטגברענגט הרב יעקב מילר מיט דיר?

elmonsey » 22/2/2007 23:28

איך האב אים געטראפן אין א"י נישט לאנג צוריק

_________________

Support our troops

סאכדעס » 22/2/2007 23:41

כעל דיר זאגן דעם אמת, כאב נישט געמערקט אז דו האסט אויפגערופן התאחדות'ן. באט מאכט נישט אויס.

בנוגע צו כ'בין דער זעלבער, עיין בהיימישע קרעטשמע ותמצא נחת.

סאכדעס » 22/2/2007 23:42

אלי' פון מאנסי, כ'קלער צו געבן די השגחה, אבער ווענד זיך צו מ'עט מיר צאלן כדבעי.

עבדעברי43 » 23/2/2007 17:35

ידידנו אהובינו "מאה אחוז" .

לעצטענס האב איך א טעם פארוואס איך שרייב נישט דא. אבער לכבודך פאר די גרויסע מצוה וואס דו האסט געטון משמח צו זיין השי"ת ואנשים(ברכות ל"ה).אזוי וויא די גמרא זאגט אין מסכת תענית (כ"ב)אז די בני עולם הבא בשוקי דלפט(דאס איז אזוי וויא היידפארק)  זענען די בדחנים וואס דערפרייען די מענטשען.
בפרט אין חודש אדר וואס מרבין בו בשמחה בפרט. און בפרט יעצט ווען די וועלט איז אנגעצויגען וועגען די איראנער באמבעס. וואס איך האב שוין מאריך געווען אין א אנדערען אשכול. אז ווען איראן הויבט אהן א וועלט קריעג האט דער הייליגער רוזינער זי"ע געזאגט אז מען קען שוין אנטוןן בגדי שבת אינדערוואכען ווייל עס קומט שוין די גוטע צייטען (עירין קידישין)
לאפוקי פון די מחשבי קיצין(סנהדרין צ"ו) וואס זאגען אזוי וויא בלעם הרשע "אראנו ולא עתה אשורנו ולא קרוב" זיי זאגען אז משיח גייט הערשט קומען דעם ערשטען טאג פסח תרצ"ו. דעמאלס זאגט די גויישע וועלט אז דער כדור הארץ וועט חרוב ווערן רח"ל.
ממילא איז יעצט פונקט אין די ריכטיגע צייט האסטו געטון א דבר בעתו מה טוב(רי"ף ברכות) . מיט דיינע זיסע לעכטיגע דיבורים האסטו אריינגעברענגט א שמחה צווישען יודען דערמאנען אז עס קומט די הייליגע טעג פורים און שושן פורים. . (כאטשיג דו האסט דיך נישט גערעכענט מיטן עושר (גביר אדיר) אדער מיט( לחיים יודען) ווייל דו געסט דאך פאר אונז י מער וויא סתם לחיים. נאר אלע דריי זאכען "בנים" "חיים" מזוני ". כמובן.
דער הייליגער באשעפער זאל דיך מיט אלע יודען ואנו בתוכם בענטשען . און דו זאלסט טאקע האבען א פרייליכען פורים . און דורך דעם וועסטו אי"ה זוכה זיין צו האבען א פרייליכען "יום הכיפורים" הבאה עלינו לטובה
. ווייל מה דאך פורים אליין וועט זיין פרייליך כ"ש וק"ו יום הכיפורים וואס איז נאר מיט א כ"ף הדמיון גלייך צו יום הפורים. מי נתלה במי . הוי אומר קטן נתלה בגדול(תענית ז). איז דאך פורים גרעסער כידוע. און זאלסט האבען אלעס גוטס והמברך מתברך.

elmonsey » 25/2/2007 00:47

אלעס ווענד זיך אינעם טשעק...

_________________

Support our troops

דיפלאמאט » 25/2/2007 20:03

מאה אחוז,

איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן מאכן פרייליך דעם עולם און איניציאטירן אזא הערליכע מסיבה.

איך בין טאקע געווען אנפאנג און אפילו געהאלפן מסדר זיין דעם זאל, און אנגרייטן מכל טוב, עסן און טרינקן, המן טאשן און געפילעכטץ, און איך בין ארויסגעגאנגען שעפן אביסל לופט, און פאררייכערן דעם ציגאר (לכבוד פורים לייג איך אוועק דעם ציגארעטל און טויש אים איין פאר קובאנער ציגארן) שטייענדיג אינדרויסן האב איך באמערקט נישט קיין צווייטער ווי אונזער אלטער באליבטער זשיד, וואס איז געווען אנגעלאדן מיט אלע 613 פעקלעך, און האט זיך זייער געפרייט מיט די בשורה אז מען קומט זיך צוזאמען, אבער איז געווען באזארגט אויב מען וועט אים באמערקן, ווייל ער איז דאך נאך פונעם אלטן דור.

איך האב אים פארשטייט זיך שיין אויפגענומען און פארפירט מיט אים א לענגערן שמועס, וואס ער טוהט היינט און ווי ער איז פון אונז אזוי מיסטעריעז נעלם געווארן, און זיך געפריידט צו הערן אז ער פירט היינט אן מיט א ריזיגער פאבריק און קען נישט טרעפן די מינוט אונז צו לאזן הערן זיינע זיסע דיבורים.

און יעצט בין איך דא מיט אים אין זאל, און וועל אים פארשטעלן פארן ציבור.

מאה_אחוז » 26/2/2007 17:21

איך אב אזוי שווער געארבעט צו צוזאמן שטעלן א הערליכע רקידה, א נחת געווען צו קוקן אווי יעדערער טאנצט אזוי צוזאמן, לעבעדיק און שיין, מיט שלום ואחדות, איך גיי ארויס אפאר מינוט, און קוק וואס איז געשען, די חברה האבן זיך טאקע דא "על המקום" זיך צוריסן מיט קולי קולות....

איך אב אזוי פיל יגיעה אריינגעלייגט צו אוועקנעמן די "מתח", זייט מוחל, צושטערט ניט די שמחה, ווער ס'וויל זיך בדוקא יא ארומשלאגן, זאל עס טון אינדרויסן, און לאזן דא אין אולם אביסל מנוחה, בבקשה!

EMT » 26/2/2007 23:09

איך הער נישט די מוזיק, וואו דארף מען אריינגיין?

elmonsey » 27/2/2007 00:38

איינער האט צופיל געטרינקען  מ דארף א emt שנעל

_________________

Support our troops

Natanya » 27/2/2007 07:30

פיין! ישר כח! א פרייליכען פורים!

EMT » 27/2/2007 17:49

איך בין פירסט רעספאנדענט, ווי איז די "עידעד" פאציענט?

נא, דאס קומט נישט פון טרינקן, אזוי איז ער נעבעך אייביג

צוריק צום טאנצן, צוגיין אלע קופקעס אריין אין רינג

elmonsey » 27/2/2007 22:27

שכויעך פארן מטפל זיין... לאמיר וויטער טאנצן.

_________________

Support our troops

גביר_אדיר » 28/2/2007 04:34

אזוי ווי כ'אב געשריבן אין א אנדערן אשכול כ'בין שוין לאנג נישט געווען דא, ליידער נישט געהאט קיין צייט. אבער כ'אב שטארק הנאה צו זען דעם אשכול.

א ספעציעלן שכויח מיין אלטער גוטער פריינט, ר' עבד עברי נ"י פארן מיך אינזינען האבן, דאס הייסט א עכטער גוטער פריינט. אז אפילו נאך אזוי לאנג זיך נישט זען פארגעססט מען נישט איינער פון אנדערן.

נא געב אהער די האנט עבד און לאמיר זינגען צוזאמען אוי שבת קודש שבת שבת קודש שבת קודש שבת קודש.

לעבעדיג לוסטיג.

מאה_אחוז » 28/2/2007 18:38

איי, איי, אוי וקרב פזורינו....

אוי אוי, אוי וקרב פזורינו....

טאנצט טאנצט, הייבט זאך פיסלאך!!!

verbeenich » 1/3/2007 20:29

אוי די פיס טוט מיר שוין וויי
מ'דארף זיך שוין אפרוען
האסט אפשר א קאלטען טרינק?

elmonsey » 1/3/2007 22:50


נאדיר!
[בילד – נישט אפגעהיט]

 

גענימען פין די אשכול פסוק ותמונתו

תוקן על ידי elmonsey ב- 01/03/2007 22:50:47

 



תוקן על ידי elmonsey ב- 01/03/2007 23:17:41

Support our troops

verbeenich » 1/3/2007 23:10

אאאאאההההההההההההה האסט מיך ממש מחי' געווען
א גרויסן יישר כח
נא לעבאדיק
הייבט אייך

אוי ווען איך קען דאס היינט האבען במציאות נישט נאר ווירטואל(געשריבן תענית אסתר)

צודערזאך » 2/3/2007 16:42

הערליך שיין, איך האב אלעס געליינט און מוראדיג הנאה געהאט, יישר כח פאר יעדן.

איך האב אויך באמערקט אן אנדערן פורום היימישע קרעטשמע
http://heimishekretchme.com/index.php
וואס איז אויך מלא צוקער גוט, און ביידע אינאיינעם קען מען זיך איבערדרייען פאר געלעכטער.


האטס אלע א לעכטיגן פורים, און פרייליך א גאנץ יאר.
אעקסטערן ריזיגן ישר כח פאר מאהאחוז וואס האט געפענט דעם אשכול, לוסטיג לעבעדיג זאל מען זיין

מאה_אחוז » 6/3/2007 19:52

טייערע ברודער הארציגע ברודער, מיר וועלין זיך נאכאמאל זען, מיר וועלן זאך נאכאמאל זען, אז דער בורא וועט גיבן געזונט און לעבן, מר וועלין זאך נאכאמאל זען, דער בורא וועט גיבן געזונט און לעבן מיר וועלן זאך נאכאמאל זען....

לעבעדיג אלע צוזאמן, טייערע ברודער, הארציגע ברודער, מיר וועלן זאך  נאכאמאל זען.....

מיר וועלן זאך נאכאמאל זען.......

elmonsey » 8/3/2007 23:25

לשנה הבאה בירושלים...

_________________

 



תוקן על ידי elmonsey ב- 08/03/2007 23:25:56

Support our troops

מאה_אחוז » 26/2/2008 18:43

עוד הפעם! עוד הפעם!

זיינט איר גרייט???

elmonsey » 27/2/2008 07:49

יא לאמיר אנפאנגען צי טאנצען!

_________________

Stop Hillary Express

פארלעסליך » 28/2/2008 07:04

איי דיי דיי דיי דיי, איי דיי דיי דיי דיי, איי דיי דיי דיי דיי, איי דיי דיי דיי דיי, דאם.

מאה_אחוז » 28/2/2008 19:11

גרויסע נייעס!!!!

איך האב געערט א שמועה, אז א גרויסער אורח און באקאנטער מנגן און חזן גייט דא מהנה זיין אין פארק מיט ערליכע נגינה לכבוד המעמד, דער בעל מנגן אט המלצות און ברכות פון גדולי אמעריקה, ער אט געפלאנט אויפטרעטן אין נו יורק ביי א גרויסע הצגה (קונצרט), און ס'איז בטל געווארן

ניגונים:
 ישן: "גם זו לטובה", ניגון חדש: "מורא רבך כמורא שמים" חדש: "במקום שבעלי תשובה עומדים".. און נאך...

הכונו והכינו!!

elmonsey » 21/3/2008 01:52

_________________

Stop Hillary Express