היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דרשה במאנטריאל???

דרשה במאנטריאל???

147 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1922313
בלאט: 1 2 3

סיגוטמתנגד » 19/5/2006 05:01

ווייסט איינער מער פרטים אויב הגה"צ ר' דוד מייזליש שליט"א אב"ד מאנטריאל חדב"ן כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר" זצוק"ל הכ"ם רעדט יעצט

תוקן על ידי - סיגוטמתנגד - 19/05/2006 5:05:18

תוקן על ידי - סיגוטמתנגד - 19/05/2006 5:15:46

מה_טובו » 19/5/2006 15:08

געשמאק  [בילד – נישט אפגעהיט]

מאנטריאל » 19/5/2006 15:46

צו דעם בעבי געשמאק:

איך האב פאר דיר גרויס נייעס, אז א גרופע ארונישע ספארטעלער וועלן נישט דיסיידען פאר אונז,

אין מאנטריאל האבען איבער 160 אינטער געשריבען אז זאל בלייבען ביים אלטען,
דא האט איר דעם קליפ ווי מאנטריאל רב וויינט וואס מען האט דא געטוהן,

http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=BD742AB877BAB112



תוקן על ידי - מאנטריאל - 19/05/2006 16:30:37

תוקן על ידי - כל_העולם - 19/05/2006 16:49:31 תוקן על ידי - wassa_dif - 21/05/2006 23:09:52

מאנטריאל » 19/5/2006 16:02

ווארהייט:
ביים מאנטריאל רב, איז אלעס אזוי עס איז געווען זיבען יאר צוריק.
אבער אויב די ווילסט אנהייבען די שטיק קען איך דיר העלפען,
ס'איז נישט געווען דער רבי, עס איז געווען א.ע.
דער רבי איז נישט בעל בית, די ראשי קהלה זענען בעל בית


די פאקט איז, אז דער רבי  שליט''א האט געפאסקענט אז עס איז גזילה.
לאמיר זען וואס איז עס ענק מחייב!

בא_ללמד » 19/5/2006 16:18

ער זאל נישט דרייען קיין קאפ. ס'איז דא נאר איין תורה, תורה אחת לכולנו.

ווען די זאליס האבן איבערגעשריבן דעם "בית אסתר", האט ער אויך ארויסגעגעבן פסקים ? די זאליס מעגן יא מקריב זיין אויף דעם מזבח זייערע קינדער און אייניקלעך ?!

דאן איז ער אויך געלאפן צו רז"ל און פארלאנגט אז מ'מוז עס צוריקגעבן פאר א אומפארטייאישע קאמיטע ?!

מיין מיינונג איז אז די סאטמארע חסידים דארפן אים קלאר שטעלן, אז דאס איז א "טו וועי סטריט", אז אלע בנינים, סיי די "בית אסתר" סיי די ביהמ"ד און ת"ת דארפן ווערן איבערגעשריבן אויף א אומפארטייאישע קאמיטע, אויב נישט קען ער ווייטער ברענגען שליחות'ער פונעם מלאך המוות.

פון מיין זייט קען מען אים רואיג שיקן ליפטערן.

די צוואה פון רביה"ק זי"ע איז שטארקער פון זיינע דמיונות !

דער איד איז א בעל דמיון, ער פאנטאזירט אז ער גייט קענען צוזאמהאלטן א קהילה מיט צוויי קריגערישע פראקציעס, עס וועט אים זייער שנעל קלאר ווערן אז "אין אדם דר עם נחש בכפיפה אחת", אין מאנטריאל וועט זיין צוויי קהילות, און איך האף אז ער וועט גיין צו די אנדערע.

יענקעלע11 » 19/5/2006 18:14

רבותי,
דער רבי דוד שליט"א, דער רב פון מאנטריאל איז א לוזער שאין כמוהו,
יא, ער האט נעבעך מיט געמאכט א זייער ביטערער פעקל, (פאר קיין שום איד נישט געזאגט),
אבער דאס אויס צוניצן פאר זיינע אמביציעס און אינטערעסן איז אבסורד,
רבי דוד, דער רבי דער בעל דברי יואל זכותו יגן עלינו, האט נעבעך פארלוירן אלע זיינע קינדער בחיים חיותו,
ס'האט עם וויי געטוהן עד דכדוכו של נפש,  דאך האט ער קיינמאל נישט געבעטן סימפאטיע פונעם עולם אז מען זאל עם פאלגן ווייל ער איז נעבעך א רחמנות,

רבי דוד, אנצורופן אייער שוואגער, "דער קרית יואל רב" איז א חוצפה נוראה, ס'איז אקאראט די זעלבע חוצפה נוראה, ווי די שונאים פון אייער שווער פלעגן עם צוריפן "דער סיגוטער", אויב ווילט איר עם נישט קרוינען אלץ סאטמארער רבי, דאן רופט עם "דער סאטמארער רבי פון קרית יואל", אבער סוף כל סוף האבן דאך טויזענטער אידן עם מכתיר געווען פאר סאטמארער רבי, און איר רופט עם קרית יואלער רב, איר מעגט אייך שעמען.

ובפרט, אויסער חוצפה, גרענעצט זיך דאס מיט טפשות נוראה, איר קומט דא זיך בעטען ביי אידן וואס זענען אינטערגעווארפן און מקבל מרות געווען פון רבינו רבי אהרן שליט"א, און איר וילט איבערצייגן פאר זיינע חסידים אז אפילו ער האלט אויך אז מען זאל צוריק איבער שרייבן די נכסים אויף (???), נו, ווי א גרויסער שוטה דארף מען זיין, זיי אזוי אריין צופליקן, מיט עם אנרופן קרית יואלער רב,  האט איר עכט געמיינט אז איר וועט זיי איבערצייגן און פויעלען ביי זיי, אויף צו געבן זייער קאמפ און זיך צו שטעלן צו אייך, איך אויף אייער פלאץ, ואלט געזאגט, "איך האב נאר וואס אראפ געלייגט דעם טעלעפאן מיט כבוד קדושת אדונינו מורינו ורבינו, וואס מיר אלע זענען נכנעים פאר עם, און מיר זענען אלע סרים למשמעתו, און ער האט קלאר געזאגט אז מען דארף צוריק איבער שרייבן די נכסים אויף..."  אזוי וואלט איר אפשר געפויעלט, אלזא, אויסער חוצפה איז נאך דא טפשות...

בכלל רבי דוד, איר פארט די WRONG  WAY, און ווינדערט אייך פארוואס דער עולם שטייט אייך אין וועג, רבי דוד איר וועט נישט קענען פארן צעווישן די טראפן אזוי ווי ביז איצט, ס'איז געקומען א צייט וואס יעדער דארף זיך מאכן א חשבון ביסטו "לנו" אדער "לא לנו", "הלנו אתה או לצרינו", אמת יעדער איז בארעכטיגט צו קלויבן מיט וועם ער וויל זיין, אבער קלויבן מיז מען זיך, ס'העלפט נישט שרייען "איך בין דער מרא דאתרא" און אזוי וויל איך און דעדצאיט, ס'ארבייט נישט אזוי, רבי דוד, מרא דאתרא איז כ"ק רבינו שליט"א, און על פיו יצאו ועל פיו יבואו, רבי דוד, ווער האט אייך געשטעלט צו זיין רב?, יא, אייער שווער דער רבי זי"ע, נו, דער זעלבער רבי דער בעל בירך משה זי"ע, האט געהייסן (און איר האט דאך דאס קלאר געהערט מפה קדשו)  אז רבי אהרן זאל זיין דער ממלא מקומו בכל קצוי תבל, נו פארוואס האט איר מחליט געווען אז אייער התמנות איז קראנטער פון זיין התמנות, הא?, דאס וויל איך יא פאלגן, און דאס נישט.

רבי דוד, GET REAL, מיר האבן מיט אייך גרויס סימפאטיע, מיר האבן מיט אייך מיטלייד, אבער דאס האט לגמרי נישט קיין השפעה צום יעצטיגן נושא, אויב האט ליבערשט מרדכי קאהן'ס געלט, פון אייער שווערס צוואה, דאן זאגט דאס אפן, איר קענט נישט טאנצן אויף צוויי חתונות, IT JUST D'ONT WORK.

תמימותדיג » 19/5/2006 18:32

יענקעלע11  מוראדיג [בילד – נישט אפגעהיט]

ברענגנייעס » 19/5/2006 19:23

יענעקעלע

דיין נקודה איז גערעכט

אבער איך מוז מוחה זיין, אויף דיין סטייל קען הגה"צ ר' דוד שליט"א

ס'איז נישט רשעות, עס איז נעבעך נארישקייט

בסך הכל הייסט ער מייזליש, און ער איז נעבעך דורך וואס אויף קיין שום איד נישט געווינשן

ער מיינט נעבעך אז עס עקסזעסטירט אזא מציאות ווי נייטראל, ווען ער זאל האבן אביסל שכל וואלט ער געקענט נעמען א קאלקולעטער און אויסרעכנען אז ווי איידער צו בלייבן נייטראל וואס מיינט קאפ ווייטאג יעדע מינוט, די צווייטע ברירה, נעמען זיין 30 מענטשן, און זיך צוזאם שטעלן מיט די 25 מענטשן און האבן א סך הכל פון "איבער 50 מענטשן" איז דא א דריטע ברירה, זיך צוזאם שטעלן מיט די 130 מענטשן חסידים פון רבין שליט"א א סך הכל פון 160 מענטשן אבער מער פון דעם איז דאס 85-90 פון די קהלה,

אבער צו דעם דארף מען שכל, און דאס האט ער......

אבער ח"ו צו רעדן פרעך אויף א ערליכע איד, וואס "דלא דא בי'"

האטבטחון » 19/5/2006 19:26

אזוי רעדן די ארוינים אויף זייער אייגענע רבי?

ענקער רבי זאגט דאך קלאר געט צוריק די בנינים?

boro567 » 19/5/2006 19:34

צי ווייסט איינער אויב און פארוועם די רבי שליט"א האט געזאגט אז מען זאל עס ציריקשרייבען?

ווארהייט » 19/5/2006 19:36

איך הער אז אין מאנטריאל הארגענען זיך די אהרונים און די זאלונים איבער ר' דוד'ן.

יעדער וויל ער זאל גיין צום אנדערן צד...

געגאנגען » 19/5/2006 19:54

"מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול".

מיין מיינונג איז אז די ראשי הקהילה טארן נישט צוריקגעבן די בנינים, וואס באלאנגט באמת פאר זיי, וויבאלד מאנטריאל איז אויך אונטער די צענטראלע קהילה "קהל יטב לב ד'סאטמאר", און אויב מ'וועט עס צוריקגעבן איז ערנסט דא וואס מורא צו האבן אז די זאליס וועלן עס אנכאפן און איבערשרייבן אן פרעגן קיינעם, נאכדעם וועט מען דארפן גיין אין קאורט און איין באשעפער ווייסט וויאזוי ס'קען זיך ענדיגן.

די צוואה פון רביה"ק זי"ע הכ"מ איז אונז אלעמען מחייב, אפילו אויך דעם רבי'ן זאל זיין געזונט. און ער האט געזאגט הוא ולא אחר.

דא איז נישט די רעדע פון לא תגזול אדער לא תחמוד, דא איז די רעדע צו די קהילה וועט געפירט ווערן דורך א הנהגת התורה, אדער ס'וועט געפירט ווערן דורך אפאר נידריגע יונגאטשעס (וואס די טאטע פון איינעם פון זיי האט שוין באוויזן וואס ער קען, וד"ל).

ס'איז א איסור גמור צו נעמען נכסי ציבור, וועלכע באלאנגען פארן ציבור, און עס לייגן אויף א פלאץ וואס מ'קען רואיג אנרופן "מניח מעותיו על קרן הצבי" !!!

פאטאקי08 » 19/5/2006 20:52

צום אלעם ערשט וויל איך מוחה זיין בכל תוקף ועוז פארן דראפן מאנטריאלער רב פאר דעם איינעם חטא פון זאגן קרית יואלער רב (איך וועל באלד צוקומען צו דעם)
איך מיין אז ס'איז היבש א שפיל מיט פייער!!!!!!!

דער איד איז צעבראכן ווי א שארב!!!!!!!!! וועגן די מחלוקת
און ער האט זיך נאך אלץ נישט ביזן היינטיגן טאג מתנחם געווען אויף זיין טאכטער ע"ה און צוויי איינקלעך און להבחל"ח א טאכטער מיט א גאר חשובע איידעם מיט אייניקלעך הי"ו וואס האבן געמוזט אוועקפארן פון מאנטריאל און אויך האט ער נעבעך געמוזט אוועקגעבן פאר זיין שוואגער בארא פארקער רב א גאר טייערע טשאטשקעלע!!!!!!!!



יעצט צום ענין:
שלמה יעקב שפיטצער
יעקב מאראווקע
יודל ווערצבערגער

זענען קלאר נישט (קענסט פרעגן יעדע חסיד פון מאנטריאל) קיין אומפארטייאישע קאמיטע!!!
זיי זענען געווען שטארק שטארק הייסע (פארברענטע ווי אזוי מען רופט דאס) חסידים פון רבי'ן זכרונו לברכה

און זענען געווען און היינט אויך שטארק שטארק הייסע חסידים פון רבי'ן זאל זיין געזונט כ"ק הגה"ק אדמו"ר מורינו  ר' אהרן שליט"א אבדק"ק סאטמאר
דער חילוק איז נאר:
אז זיי זענען עלטערע באזעסענע מענטשען און יארן לאנג געפירט די קהלה אויף גאר א געהויבענעם וועג (ווי באקאנט איז מאנטריאל גאר א חשובה קהלה)

און די איבערגעשריבענע זענען טאקע גאר הייסע חסידים און מיינען אוודאי נאר גוטס אבער זיי זענען פארט היציגע אינגעלייט און די גמרא זאגט
בנין נערים סתירה  סתירת זקנים בנין

איך כאפ נאך נישט דעם פראבלעם אז עס איז אויף זייער נאמען
איך גלייב אויך נישט אז דורך די אידן בעסער געזאגט אויסגעפרואווטע אידן
שלמה יעקב שפיטצער
יעקב מאראווקע
יודל ווערצבערגער
זאלן דורך זיי די מהרסי סאטמאר קענען עפעס צונעמען און חרוב מאכן
אדרבה זיי זענען סך שטערקער ווי די יונגעלייט
(אלס יליד מאנטריאל ווייס איך וואס איך רעד)

אדרבה יעדער ווייסט אז מאנטריאל איז דא א גאר גרויסע מערהייט חסידים און די בעסטע וועג עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת און ס'זאל ארויסקומען א כבוד פאר רבי'ן זאל זיין געזונט איז אז ס'זאל אזוי זיין און אטאמאטיש וועט די גאנצע קהלה און מוסדות מיט געשלעפט ווערן מיט אונז

 ווי איידער די מיעוט היציגע זאליס זאלן אויפשפרונגען און

המשך נעקסטע תגובה:

תוקן על ידי - פאטאקי08 - 19/05/2006 21:25:04

יענקעלע11 » 19/5/2006 20:53

ברענגנייעס
איך זיך און זיך ווי איך האב געשריבן דאס ווארט "רשעות" און איך טרעף נישט,
איך האב געשריבן די ווערטער "חוצפה" און "טפשות", און ביי דעם האלט איך מיך,
און דאס איז ליידער דער מציאות, אבער בדרך כלל איז דער תגובה געשריבן געווארן מיט גרויס
דרך ארץ, כדרכי, נישט ווילד, נאר צו דערזאך מיט קלארע איבער צייגענדע טענות.
קענסט מחולק זיין מיט מיר, אבער צו דעם דארפסטו אויך קלארע און איבער צייגענדע ראיות.

hotwire » 19/5/2006 20:57

איך האלט אז טראץ אלע תירוצים פין במקום שיש חילול השם וכו', און מלך שמחל על כבודו וכו'
דארפען מיר עס צוריק געבען פאר אין סיבה

מיר דארפען ווייזען אונז זענען נישט פון די זעלביגע טייג ווי משה פריעדמאן וכת דיליה, אז דער רבי הייסט אפילו אויב לפי ראות עינינו איז עס נישט גוט און ס'לוינט זעך נישט וכו' דארף מען נאך אלטץ פאלגען


למעשה געבט מען עס נישט צוריק פאר זאלונים אין די הענט ס"ה פאר אונזערע  מענטשען אין מאנטריאל

פאטאקי08 » 19/5/2006 20:58

איך גיי ווייטער:
איך ווייס נישט פארוואס די תגובה האט זיך אפגעשטעלט אינמיטן

ווי איידער די חברה מרדכי קאהן און די אנדערע פערדן
זאלן אויפשפרינגען און אונז טיילן ציפקע צרות דורך קארט וכדומה אדער דורך עפענען א נייע ביהמד און מאכן סאטמאר אויס א כח אין קענעדע צו דורך פראבלעמען אין די רעגירונג וואס סאטמאר טרייעט זייער אנציקניפן מיט זיי

בקיצור דער רבי זאל זיין געזונט אין דער מאנטריאלער רב פארשטייט זייער גוט וואס עס איז אונזער טובה

דעריבער מיינע טייערע פריינט: יענקעלע ווארהייט בא ללמד א.א.וו.

ציטס  פליז צוריק האטס אויף ענק רחמנות!!!!

יענקעלע11 » 19/5/2006 21:04

די אהרונים האבן אנגעטראגן פאר רבי דוד שליט"א, אז מען איז גרייט צוריק איבערשרייבן די בנינים אויף די נעמען פון 4 ערענסטע עלטערע בעלי בתים, צוויי געשטעלט פון די אהרונים און  צוויי פון די זאלונים, צוזאמען מיטן נאמען פון  דעם רב רבי דוד שליט"א, אבער דארט פאר די קאמיטע של חמש מיז ווערן איבערגעשריבן "אלע" בנינים, אויך די וואס מרדכי קאהן האט געגאנבעט, און לעת עתה, האט דאס נאך רבי דוד נישט אנגענומען, ער צוטערט פאר דעם מרדכי קאהן אימת מות.
למי החותמת ולמי הפתולים???

פאטאקי08 » 19/5/2006 21:13

ברענג נייעס
נאך א פרט מען זאל נישט קענען ארבעטען נייטראל איז נאר ווען ס'איז 50/50 אדער האסט צו טון מיט א משה גבאי וואס א אפמאך איז נישט קיין אפמאך...

אבער אין מאנטריאל איז רוב מנין און רוב בנין הייסע חסידים און די איבעריגע וועלן בעל כרחו גארנישט קענען טון

חוץ אויב מען הייבט אן גיין היציג זיך איינרעדענדיג אז מען איז אזוי פארזיכערט...
אנטשולדיגט
נעמט נישט ארויס די פערדן פון די כלים!
באלד וועט קומען משה גבאי און באפעלן מרדכי קאהן צו בויען בנינים און בתי מדרשים און לויפן און קארט
און די קאהן קאפ וועו זאגן צום באפעל

אזוי וועט ער בלייבן שטיל און סוועט ווי מ'זאגט פארן ווייטער אויף סאטמארס וועג

איר מוזט פארשטיין אז אין אזא אנגעצויגענעם לופט מיט א קורצן אטעם אונטער א 300 טאן דרוק זאל מען ביי א דרשה זאגן דער רבי זאל זיין געזונט און אטאמאטיש שיסן א באמבע איז זייער א שווערע זאך און עס מיינט צו גיסן  געז צום פייער

האט ער געזאגט ק"י רב
איך בין זיכער אז דער רבי פארשטייט אים

ווען עס וועט זיין א רואיגע מינוט וועט ער שוין זאגן דער רבי




תוקן על ידי - פאטאקי08 - 19/05/2006 21:21:22

פאטאקי08 » 19/5/2006 21:20

נאך

ס'איז קלאר נישט
מלך שמחל על כבודו

דער רבי מיינט אונזער טובה!!
און אונזער/זיין כבוד!!

ברענגנייעס » 19/5/2006 21:24

פאטאקי ביזט א מאנריאלער, קען זיך, איך בין נישט אבער איך קען גענוג מאנטריאלע אידן, און איך האב געפרעגט גענוג אינפארמאציע פון זיי למעשה, רוב כללים וואס זענען גילטיג אין די גאנצע וועלט איז אויך גילטיג אין מאנטריאל, און אויך אין סאטמאר, און אויך אין סאטמאר מאנטריאל צוריק צום נושא, דער מהלך פון נייטראל גייט נישט ארבעטן, עס איז נישט קיין ספק דערין, ומה שלא יעשה השכל יעשה הזמן בנוגע די בנינים, האלט איך קלאר אז מען דארף עס לייגן - מוז נישט זיין צוריק לייגן - אויף די דריי יחידים, יעקב מאראוקוא, יודל ווערצבערגער, און שלמה יעקב שפיצער, ס'איז ברור אז עס האט זיי גאנץ ווייניג געשמעקט אז מען האט עס אוועק גענומען פון זיי - זייער נאמאן - עס מעג אבער זיין , און לויט מיין מיינונג דארף זיין נאך נעמען, און איך וואלט געגאנגן ווייטער און געלייגט איינס אדער צוויי נעמען פון הגה"צ ר' דוד'ס מענשטן זאליס מענשטן אוודאי און אוודאי נישט, איינס ווייל נישט יעדער יחיד, - און אין מאנטריאל זענען די זאליס א מיעוט שבמיעוט, - האט א חלק אין די בנינים, ובפרט זיי וועלן דאס אויסנוצן צו חרוב מאכן סך הכל, זעה איך נישט קיין שום פראלבעם אז מען זאל פארלאנגן אז אין די זעלבע צייט, וואס מיר שרייבן צוריק די בנינים זאל דער ... מרדכי קאהן צוריק שרייבן בית אסתר, פאליטיש האלט איך אז מיין עצה מען זאל צוריק שרייבן פריער און נאכדעם אנהייבן ווייזן די פינגער אויף מרדכי קאהן איז בעסער פאליטיש, אבער איך זעה נישט פארוואס די אהרונים דארפן ענדערש צוריק שרייבן די בנינים ווי איידער מרדכי קאהן

יענקעלע11 » 19/5/2006 21:26

פאטאקי,
ווי קומט אזעלעכע שטותים צו א קלוגן איד?,
במחילת כבודך הרמה, ביסט נישט גערעכט,
די רשעים וועלן במילא טוהן אלעס וואס זיי קענען, חרוב צו מאכן,
נישט קיין חילוק צו זענען א רוב אדער א מיעוט,
און זיי טוהן נישט, נאר ווייל זיי קענען נישט,
און טאמער גלייבסטו נישט, איז
בני ברק יוכיח,
בארא פארק יוכיח,
מאנטשעסטער יוכיח,
און בעיקר קרית יואל יוכיח,
אין די אלע שטעט זענען זיי דער מיעוט
און זיי באכען און באכען וויפיל זיי קענען,
אדרבה וויפיל מען גיט זיי נאך אלץ מער באכען זיי,
אין קרית יואל, האט מען זיי די לעצטע 5 יאר אלעס נאך געגעבן,
און ס'האט געהאלפן א מכה גדולה,
מיר קענען נישט געווינען מיט שוואכקייט,
נאר מיט שטארקייט,
הלוואי גייען זיי זיך, דאס וואלט געווען די גרעסטע ישועה פאר סאטמאר בכלל
און פאר מאנטריאל בפרט,
אפשר זאגסטו פארוואס מיר זאלן צוריק געבן די בנינים, און מרדכי קאהן נישט?,


ברענגנייעס » 19/5/2006 21:29

פאטאקי בנוגע הגה"צ ר' דוד שליט"א, פארשטיי נישט וואס דו ווילסט פון מיר, איך האלט אז מען דארף אים נוהג כבוד זיין, אויף אלע אופנים, אבער למעשה איז ער נישט דער גרעסטער חכם, און ער וויל זיך איינרעדן און איז איינגערעדט, אז נייטראל גייט ביי אים ארבעטן, אין די צייט וואס עס וועט זיין אוזי נייטראל ווי שווייץ ביי די צווייטע וועלט מלחמה אדרבה פאטאקי זיי מיר מסביר, פארוואס סאטמאר [אהרונים] זאל זיך נישט דערקלערן בעלי בתים, ווייל זיי זענען איבער 70 פראצענט, אבער דאס מיינט נישט אז זיי דארפן אדער וועלן טרעטן אויף די זאליס, און ר' דוד מענשטן, ניין און ניין, זיי וועלן זיין די בעלי בתים און זאגן דעות, פון די צווייטע זייט אז יעדער זאל זאגן דעות, קיינער זאל נישט זאגן דעות, אדער זאליס זאל האבן די זעלבע וואוט ווי סאטמאר זעה איך נישט פארוואס, און אוודאי אז עס וועט נישט ארבעטן פאטאקי דו פארשטייסט אנדערש

פאטאקי08 » 19/5/2006 21:38

ברענג נייעס
ביזט 100000 פראצענט גערעכט

מוזט פארשטייען די איינציגע וועג צוריק צו לייגן בית אסתר אויף שלמה יעקב שפיטצער'ס נאמען
איז נאר דורך א רואיגע וועג און נאר דורך ר' דוד

אדרבה ווייז מיר ווי אזוי די קענסט עס צורינעמען דורך גיין ווייטער אויף דעם וועג?
ווייז מיר?
דורך צוברעכן ר' דוד כח וועט מען נישט אנקומען אין ערגעץ
און מיט די געוואלד וועט מען אויך אין ערגעץ אויב נישט ערגער אנקומען
די בעסטע אונז זאלן צוריק געבן און ווען אלעס וועט זיין שטיל וועט ר' דוד זען אז בית אסתר זאל צוריק גיין צו אים
איר מוזט וויסן איין זאך:
גראדע א סוד

מאנטריאלער רב מיט די רביצן זענען זייער פערסנלי פארן רבי'ן זאל זיין געזונט
ער מיינט נישט נייטראל
ער מיינט :   נישט מחלוקת
און ער ווייסט דעם וועג וויאזוי אנצוקומען צום רבי'ן זאל זיין געזונט   בפה רך
הביטו וראו

פאטאקי08 » 19/5/2006 21:45

יענקעלע
איך ווייס נישט צו דו וואוינסט און מאנטריאל

אבער
בארא פארק
בני ברק
קרית יואל

וואוינען חיות פון וואלד
היציגע קעפ
אנגעהויבן ביי משה פראדל זאן
די אלע זענען צו איין זאך להשמיד ולהרוג

אין מאנטריאל וואוינט איין מענטש ער הייסט
חיים אביגדור קאהן ובנו מרדכי קאהן
אויב מען מעסט איי קיו דורך נאמבערס היי טו לאו
וואלט איך דיר יענקעלע געגעבן 100
און קאהן 0.000000000001
און אים קען מען האלטן אין די ראמען דורך מאנטריאלער רב'ס וועג
און מאנטריאל וועט נאך אויך האבן נוצן פון אים
און דער רבי וועט דארט זיין רבי
אז די גלייבסט מיר נישט
קאל אן שלמה יעקב שפיטצער און הער פון אים א באריכט
און פרעג אים ווער עס וועט דארט זיין רבי
אדרבה

ברענגנייעס » 19/5/2006 21:54

פאטאקי איך ווייס נישט וואס דו מישסט ר' שלמה יעקב שפיצער מיט בית אסתר אבער סוף כל סוף, אז מאנטריאלע רב וועט פרובירן נייטראל, וועט ער זיך איבערדרייען, און די וועג צוריק וועט נעמען לענגער איך זעה נישט קיין שום סיבה פארוואס מאנטריאלע רב זאל נישט דערקלערן אז דער רבי שליט"א איז רבי "אבער" היות מאנטריאל איז א קליינע קהלה וועט מען זיכער מאכן אז די זאליס זאלן קענען לעבן רואיג וויליאנג זיי האלטן ביי אנארקענען דעם פאקט אז דער רבי שליט"א איז רבי אויך אין מאנטריאל, און אז 70 פראצענט זענען חסידים פון רבין און ר' זאלישל האט נאר בערך 10 פראצענט נאר וואס, מען דארף דאס קענען פארשטיין, און ווי געשמועסט פארשטייט דאס נאך נישט מאנטריאלע רב, און ער וועט עס פארשטיין בדרך קצרה [און נאכדעם] וארוכה

פאטאקי08 » 19/5/2006 21:55

ברענג נייעס
דו מאכסט מיר לאכן
פארוואס טאמער מען געט צוריק די בנינים פאר ארוינים
און מען גייט צוריק צו א יאר צוריק
וועט זאלי האבן די זעלבע וואוט ווי אונז?

די זאגטס דאך אז אונז האבן דארט 75 פראצענט.     ניין?

יענקעלע
איך מוז שרייבן נאכאמאל אין גרויס

ס'מיינט נישט נייטראל ס'מיינט רואיג שטיל אן קיין מחלוקת און מיט די זאליס און ביהמד און דאך וועט דער רבי זיין 100 פראצענט רבי און יעדער בר דעת פארשטייט אז די מיעוט ווערט נאך געשלעפט נאך רוב ווען ס'שטיל

גלייב מיר
דו ווילסט אפטיילן?
נישט זיי וועלן גיין יעדער וועט דארפן גיין ס'וועט זיין איין זאך מ'וועט זיך הרג'ענען טאג און נאכט
אין ווילי און און ק"י איז דא גענוג א גרויסע עולם אז מען קען זיך אפטיילן אבער נישט דארט
איז דעיס וואס דו ווילסט?
אז אונז זאל מיר גארנישט האבן ווייל יענער וועט אויך נישט האבן?

ווי יענער האט געזאגט: שטעך מיך אויס א אויג אבי מיין חבר וועסטו אויסשטעכן 2 אויגן...

יענקעלע11 » 19/5/2006 22:00

פאטאקי,
ענטשולדיג וואס איך מיש מיך אריין אין דיין פריוואטן שמועס,
אבער מיין כח המעצור, איז דיפעקטיוו,

פאטאקי,
דו טיסט אינטערשאצן די זאלונים,
דו טיסט אינטערשאצן מרדכי קאהן,
און די טיסט איבערשאצן רבי דוד שליט"א,
דער מרדכי קאהן האט א זייער גרויס חלק אין דעם חורבן אין סאטמאר,
ער איז פון די גרעסטע, אויב נישט דער גרעסטער קארט שטיצער פאר די סיגוטער,
ער וועט נישט אזוי שנעל צוריק געבן זיין גניבה, און יעצט איז די צייט צו מאכן א יושרדיגע
קאמיטע און יעדער זאל צוריק געבן די בנינים פאר די נייע קאמיטע,
צוריק צו געבן, און זיך פארלאזן אז רבי דוד וועט דאס שפעטער ערלעדיגן,
איז זייער נישט ריאליסטיק,
רבי דוד טרויט זיך אפילו נישט יעצט, בשעת המלחמה צוריק צו בעטן פון מרדכי קאהן
זיין גניבה, כאטש יעדער בר בי רב פארשטייט אז ביידע צדדים דארפן אייניג צוריק געבן,
נו, וואס מאכט דיך קלערן אז שפעטער וועט רבי דוד זיך יא וועלן פארטשעפען מיט
זיין גרויסן שטיצער מרדכי קאהן,

ס'קאסט מיך א לאך, אז רבי דוד איז באמת פארן רבי שליט"א,
ס'דערמאנט מיך, אין די מעשה מיט יענעם, וואס "אין הארץ" איז ער א איד,
איי ער איז א מחלל שבת בפרהסי', "אבער אין הארץ איז ער א איד",
איי ער פרעסט חמץ בפסח,  "אבער אין הארץ איז ער א איד",
אבער ער פרעסט דאך נבילות וטריפות און טיט אפ כל עבירות שבתורה,
"אבער אין הארץ איז ער א איד",
והנמשל מובן מאליו...


פאטאקי08 » 19/5/2006 22:07

יענקעלע
איך וויל דיך נישט אנרופן שוטה און דעיס איז סיי ווי מיין לעצטע תגובה היינט

איך וויל זאלסט פרעגן א עלטערע נארמאלע מאנטריאלער צו דער רבי זאל זיין געזונט וועט לויט דיין וועג ווערן רבי און מאנטריאל און דורך דעם פארדינען כבוד און צי דער רבי האלט אויך אז דורך אים פאלגען וועט ער פארלירן כבוד דארט

אדרבה פרעג איינעם דארט
פארשטייט זיך נישט קיין היציגס אבער א חסיד
און פרעג דעם רבי'ן
איך ווארט אויף אן ענטפער

און בנוגע מרדכי קאהן מיש צוריק א בלעטעל און קוק וואס איך האב דארט געשריבן

מקוה_איד » 19/5/2006 22:09

איך האב 2 נקודות.

1. די מציאות איז אז דער דיין דארט, שוין אפאר יאר וואס ער שטעלט זיך עמטליך ארויס מיט די זאליס פון "נו יארק", ער שטיצט זיי, ער איז מוחה קעגן אונז, לעצטע מאל וואס דער רבי איז דארט געווען, האט ער גערעדט דברי ביטול וועגן דעם רבי'ן, איז די שאלה, פארוואס איז ר' דוד בלינד צו דעהם, קען ער נישט זאגן פארן דיין אז למען השלום זאל ער נישט נעמען קיין שטעלונג און לאזן "נייטראל".

2. פארוואס האט מען טאקע געמוזט איבערשרייבן די בנינים צו די קהלה פון "נו יארק", מיך וואלט עס נישט געשמעקט אפי' אלס אן אהרוני, האט מען נישט געקענט איבערשרייבן צו אונזערע מענטשן וואס וואוינען דארט, איך שטעל מיך פאר ס'האט עפעס א סיבה.

hotwire » 19/5/2006 22:14

למעשה דארף מען פארשטיין וואס איז געשעען מיט די מאנטריאלע רב'ס דרשה ביי די ערשטע יסוד איתן אין די ארמארי, די משל מיט די פייגל אין די קרבנות, ס'האט בשעתו מוראדיג עושה רושם געווען, ס'האט קלאר געזאגט וואס זיין מיינוג איז און וואס ער האלט לגבי די ריכטיגע ממשיך דרך און ממלא מקום פון סאטמאר


ווער ס'האט א תירוץ אויף דעם זאל ביטע שרייבען, אבער נאר צו די זאך

Average » 19/5/2006 22:15

I think that Mikve Yid with his second point brings the true underling issue to light.


*:namespace prefix = o /> 


The overtaking in *:namespace prefix = st1 />Montreal is being viewed by the Canadians as an act Colonialism. No matter how much Imperialists are possibly concerned with the well being of the local residents, they tend to never gain the support of a majority. In our case, I think, most of the Aroinim aren't happy with becoming slaves to the interests of foreign forces; they don't want to be regarded as pawns on the chess board


 


Understanding the feelings and the culture of the Canadians must become a priority to anyone who pretends to act in their interest!

תוקן על ידי - average - 19/05/2006 22:25:56

יענקעלע11 » 19/5/2006 22:17

פאטאקי,
סארי, איך האב געשריבן מיין תגובה בעפאר איך האב געליינט דיין תגובה,
ניין, איך בין "היינט" נישט קיין מאנטריאלער, אבער איך בין זייער שטארק באקאנט אין מאנטריאל, איך רעד קיין מאנטריאל כמעט יעדן טאג, מרדכי קאהן, איז נישט דער איינציגער, דארט זענען דא אפאר היציגע זאלונישע אינגעלייט, וואס וועלן טוהן מה שביכלתם צו צוברעכן א זאלוני-ריין סאטמאר, (אמת אהרונישע ווילדע אינגעלייט זענען אויך דא פלענטי, אבער זיי זענען דאך רוב),  בקיצור עס פעלט נישט קיין חיות אין מאנטריאל, און דער סעלאשן איז נאר "יושר", די אהרונים מצדם זענען גרייט צו לעבן בשלום מיט די זאלונים, אבער נישט זיך לאזן דיקטירן פון מרדכי קאהן, ליידער דער רב שליט"א איז יא נכנע אינטער עם, ומעשיו בשנים האחרונות יוכיחו, דער פאקט איז, אז יושר דארף דיקטירן, און יושר לויט יעדענס פארשטנד, איז וואס די אהרונים האבן אנגעטראגן, א זעלבסשטענדיגע קאמיטע, פון עלטערע בעלי בתים צוזמען מיטן רב, און "אלע" מוסדות דארפן ווערן איבער געשריבן אויף זייער נאמען, און דער ערשטער מי שברך ביי קריאת התורה איז פארן רב רבי דוד שליט"א, און דערנאך קען יעדער מאכן פאר וועם ער וויל, (א זייער גרויסער קאנסעשאן פון די אהרונים, אבער למען השלום זענען זיי גרייט דערויף, אבער ליידער נישט די זאלונים).

פאטאקי08 » 19/5/2006 22:19

מקוה איד
איך ווייס נישט צו די ביסט א מאנטריאלער

2 נקודות

1) דער דיין דארט האט נישט קיין ווירקונג און גשמיות'דיגע קהלה ענינים
ער איז נאר בעל בוס אויף די ישיבה און די תלמוד תורה (אויב נאך היינט איז ער נאך אויך) און נאר די רוחניות'דיגע חלק פון די תלמוד תורה
און די קהלה האט ער נישט קיין ווארט און אין דעם ענין איז ער בכלל נישט אריינגעמישט

2) די רב דארט קען נישט און וויל נישט גיין קעגן דעם דיין (אויב ביסטו א מאנטריאלער ווייסטו מסתמה פארוואס)ער קען אים נישט זאגן אז ער זאל פערזענליך האלטן פונעם רבי'ן
ער קען נאר טון בשייכות אין זיין קהלה און דער דיין האט טאקע נאך נישט עפעס געטוהן דארט און מאנטריאל
ער האט נאר געטוהן אין ישיבה אדער און נוי יארק אבער ווי געזאגט האט ער נישט קיין בעלות אויף די קהלה בכלל

yohcee718 » 19/5/2006 22:23

איך בין נישט פונקטליך באקאנט מיט די פרטים פון מונטריאל

אבער איך בין נישט יונג איך האב שוין גענוג אין מיין לעבען געזען.

1) עס איז נישט דא אזא זאך ווי נוטראל,

2) מ'קען זיך איינרעדען אז נוטראל איז דער דרך השלום אבער פון היסטוריע ווייסט מען אז פונקט פארקערט נוטראל איז א רעסיפי פאר מחלוקות אהן א סוף

3) א חסיד'ישע ביהמ"ד איז נישט א סתם א קהילה. דאס איז א שוהל ווי חסידים פון א רבי וואס זענען בדעה אחד זאלען האבען א פלאץ ווי צו דאווענען אין ווערען דערווארמט פון זיין צוזאם מיט אחים לדעה.

4) דער ר' דוד מאכט דא זיין טעות זיין גאנצער יחוס איז ווייל ער איז דעם אדמו"ר'ס אן איידעם ממילא האט אים דער אדמור פארשאפט א פאסטען (ער קען זיך איירעדען אז ער איז דארט בזכות עצמו) - אבער ער איז דארט ווייל דער שוהל איז א "סאטמאר" שוהל וזה הוא! און א סאטמאר שוהל איז עס ווייל דארטן דאווענען סאטמאר'ע חסידים! נישט ווייל דארט דאווענט ר' דוד דער איידעם פון דעם פריערדיגען רבי'ן.

דאס איז אזוי פשוט, און נעבעך די משפחה פון אדמורים בכל מקום שהם פארגעסען פון דעם וויכטיגען פונקט.

לגבי די סאטמארע שוהל און מאנטריאל זאל דער רוב מכריע זיין ווער דער אדמור איז דארט אבער מ'קען בשום אופן נישט ערווארטען אז א חסידיש בית מדרש זאל זיין א שיף אהן א רעדער.
 
א לעבעדיגע רבי האט אלע מאהל נייע בקשות, תקנות, כרוזים פארן כלל, פאר קינדער, פאר בחורים  וכו' וכו' און זיינע חסידים בכל מקום שהם ווילען דאווענען אין א פלאץ ווי מ'איז מקבל זיין הנהגה.

אויב דער מונטריאלער שול וועט זיך ערקלערן נוטראל מיינט דאס מחלוקת בלי סוף ותכלית





פאטאקי08 » 19/5/2006 22:23

יענקעלע
איך האב שוין געוואלט עכט אוועקגיין אבער...


די זאגסט:
געבן פאר א נייטראלע (כ'מיין זעלבסשטענדיגע) באורד

און איך זאג:
מען זאל עס צוריקגעבן פאר די ארונישע און פרא ר' דוד און האבן מיטן דיין קנאפ שייכות
שמואל יעקב שפיטצער
יעקב מאראווקע
יודל ווערצבערגער

ווער זעט א חילוק צווישען אונז צוויי?

פאטאקי08 » 19/5/2006 22:28

איך האב נייעס פאר ענק
די היסטאריע פון די דריי אמאליגע באורד

יעקב מאראווקע
און יודל ווערצבערגער
האבן געהאלטן א דרשה אין די שבעה ווי זיי האבן מכתיר געווען דעם רבי'ן אלץ רבי

שמואל יעקב שפיטצער ווייסט יעדער איז אלעמאל געווען א הייסע חסיד פון רבי'ן שליט"א

יענקל וואס איז שלעכט מיט זיי?
פארוואס הייסט עס נייטראל?
ווער האט אין די לעצטע זיבן יאר באקומען מער כבוד פון די מאנטריאלע שול (נישט די ישיבה)?
דער רבי צו ר' זלמן?
ר' דוד צו ר' משה מנחם?

קוק פליז נאך די היסטאריע
א דאנק
און גוט שבת

BTW איך וויל למען דיין טובה זאלס אביסל פארעכטען דיינע ערשטע תגובות קעגן ר' דוד עס איז נישט קיין כבוד פאר מיר און פאר דיר און פאר כל העולם כולו ווארהייט און בא ללמד
גוט שבת תוקן על ידי - פאטאקי08 - 19/05/2006 22:32:58

יענקעלע11 » 19/5/2006 22:28

פאטאקי,
עפעס באגרייפסטו נישט, ! ! !
דער רבי דארף "נישט" מאנטריאל,
מאנטריאל דארף דעם רבין...
די סאטמארע חסידים אין מאנטריאל דארפן און ווילן זיך אנרופן חסידי רבינו,
זיי ווילן זיין "סאטמארע" חסידים, און מען שטערט זיי,
מרדכי קאהן, פירט אן א אפאראט וואס דער ציל איז צו זיין א קעגן רבינו שליט"א,
ביי משה מנחם איז דאס 100%, ביי רבי דוד איז דאס 50%, (מיטן תירוץ פון שלום), 
 אבער דאס איז זיין ציל,
און די חסידי רבינו, ווילן דאס נישט,
דא רעדט מען נישט פון כבוד רבינו שליט"א, ער האט פלענטי כבוד,
דא רעדט מען פון כבוד "חסידי" רבינו, וחסידי סאטמאר, און דאס איז די אישוי,
אגב, מיין קאנטאקט אין מאנטריאל, איז א ערענסט באזעסענער איד וואס זיין נאמען ווערט
דא כסדר ערוועינט, און איז א רוהיגער ערענסטער מענטש לכל הדיעות,
פאטאקי,
שלום מיינט נישט אויף געבן, שלום מיינט נישט א איינזייטיגע קאפיטילאציע,
שלום דארף זיין צוויי זייטיג,

בא_ללמד » 19/5/2006 22:31

פאטאקי.

ס'קוקט אויס אז דו האסט חשק איך זאל זאגן אפן א זאך וואס איך האלט מיך שוין זייער לאנג איין...

לענינינו.

יעדער דא ווייסט אז איך בין דירעקט נישט קיין היציגער, טראץ דעם האלט איך זיך אבסאלוט ביי מיינע פריערדיגע ווערטער.

מרדכי קאהן, טאקע אדאנק זיין איי. קיו. איז איינער פון די ערגסטע זאליס איבער די וועלט !

ער פרעגט ר' דוד אסאך ווייניגער ווי איך פרעג אים.

און ווילאנג ער שרייבט נישט איבער דעם בית אסתר, טאר מען גארנישט איבערשרייבן !

נכסי הציבור איז נישט קיין הפקר וועלט וואס איז אויסגעשטעלט צו קאפריזן פון ... אפילו אויב ער איז דער גרעסטער רחמנות.

יענקעלע11 » 19/5/2006 22:35

פאטאקי,
יעדער איז מסכים און יעדער באשטייט,
יאנקל מאראווקא,
יודל ווערצבערגער
און שלמה יעקב שפיצער,
זענען אלע זייער גיט,
און מיר זענען אלע מסכים
לאמיר צוריק איבער שרייבן "אלע" מוסדות אויף זייערע נעמען
והכל על מקומו יבא בשלום,
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין !!!!!

פאטאקי08 » 19/5/2006 22:36

איך האב נישט געזאגט אז נרדכי קאהן איז נישט די ערגסטע זאלי
איך האב נישט געזאגט אז ער פאלגט ר' דוד

נאר א דאנק זיין איי קיו וועט מען אים קענען צווינגען דורך מיין וועג

יעצט ווייז מיר ווי אזוי ער וועט עס אונז צוריקגעבן דורך דיין וועג און דורך א אנדערע וועג נישט

יענקעלע11 » 19/5/2006 22:43

פשוט,
אויב וויל ער מיר זאלן צוריק געבן די בנינים,
דארף ער אויך צוריק געבן דעם בנין וואס ער האט,
מיר האבן א גיטן בארגענינג טשיפ.

faird » 19/5/2006 23:30

יאסי האט עס גוט ארויסגעברענגט. איך האב נישט וואס צו צוגעבן.

ברענגנייעס » 20/5/2006 00:21

לאמיר פרובירן צו מאכן א שלום אלץ איינער וואס קען אביסל - היבש מער ווי אביסל - מאנטריאל, פארשטיי איך פון ווי פאטאקי קומט, אבער אויך פארוואס ער מאכט א טעות די פאקטן ווי איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן באשטייט מאנטריאל פון איבער 70 פראצענט אהרונים, אבער מען קען עס צוטיילן אין 4 פראקציעס, 1- מנחם ליבערמאן וסייעתו, 2-שמעון ישראל כהנא וסייעתו, ביידע פון די זענען מער די אינגעלייט, 3- די עלטערע ווי שלמה יעקב שפיצער, יעקב מאראווקא וסייעתם, 4 - סתם עמך אידן נאך א פאקט, א יעדע קליינע קהלה, ווצב"ש מאנטריאל, מאנסי, מאנשטשעסטער, אנטווערפען, לאנדאן, ירושלים , בני ברק, ווען מען זאל זיי הייסן אז זיי מוזן אוועקגעבן זייערע נכסים און זיך גענצליך אונטערווארפן "צענטראל" קהל, און מען דארף ווען מאכן וואלן איז ביי מיר ברור אז מינימום 75 פראצענט פון יעדן פלאץ וואלט עס אראפגעשטימט, ווייל די אלע קליינע קהלות, האלטן און פילן אז זיי האבן א אייגענעם אינדידעט, און ווילן נישט פארשלינגן ווערן אין די גרויסע קהלה, בפרט אויב זיי האלטן אז זיי האבן דאס געבויעט, און די גרויסע קהלה איז נישט געווען ביי בויען, פארוואס זאלן זיי ביים שניידן די פירות דעם פאקט איז דער שליסל וואס פאטאקי און אסאך מאנטריאלע דריקן, און וואס די אלע אנדערע פארשטייען נישט און לאמיר דאס אביסל מסביר זיין דא בפרטיות, ווען יצחק ראזענבערג, וואלט ווען גענומען א נייע קארפארעישאן פון "מאנטריאלע" אידן, און נאך דערצו עלטערע אידן, ווצב"ש יושע ווערצבערגע פון קאה"א וכדומה און עס געלייגט אויף די נאמען פון 7 פארברענטע אהרונים וואלט געווען א איין מעשה דא איז אבער געווען, 1- איבערגעשריבן אויף 163 ראדני, 2- א ליעס פאר איחוד התלמידים, 3- פאר די מנחם ליבערמאן פראקציע וואס איז אנגעקוקט אין מאנטריאל ווי היבש עקסטרעם – ביי די אהרונים - , 4 גענומען נאר אינגעלייט, 5- באעוול'ט די דריי עקסזעסטירנדע באורד מעמבערס, שלמה יעקב שפיצער, יודל ווערצבערגער, און יעקב מאראווקא. די סך הכל פון דעם, די 5 פונקטן, ובעיקר אז די קליין שטעטלישע מאנטריאלע פילן ווי זייער האב און גוטס אין אריינגעפאלן אין דעם ריזיגן טאפ וואס הייסט 163 ראדני, האט געמאכט ביי זייער אסאך מאנטריאלע אידן, א אנגעצויגנקייט, א אומבאקוועמליכקייט. יעצט צוריק צום יסוד הענין, עס איז קלאר אז מען האט געדארפט טוען פעולות ווי איבערשרייבן די בנינים, פאר עטליכע סיבות, איינס, די איצטיגע קארפארעישאן קהל יטב לב- גוד הארט, האט אויפן באורד 5 נפטרים, און ווער ווייסט וואס דער קראנקהאפטער משה פרידמאן דורך זיין שרץ יושע העשל פון מאנטריאל וואלט אנגעדרייט, צווייטענס, ארויף צו ברענגן אויפן אויבערפלאך די גזילה פון דער מטורף מרדכי קאהן, די פראגע איז נאר וויאזוי עס צו טאן, און ווער עס האט געליינט מיינע פאריגע תגובות, האלט איך טאקע אז מען דארף עס צוליב די אויבענדערמאנטע סיבות צוריק שרייבן צו א דריטע ארגענעזאציע, פון עלטערע און מער און מאנטריאלע אידן, וואס פארטרעט אלע פראצקציעס, און אלע פראקציעס מיין איך טאקע אז איינער אדער צוויי פון ניין-צען זאל זיין פון ר' דוד שליט"א מענטשן, און נאכדעם וועט די דרוק וואקסן אויף דעם מרדכי קאהן אבער די דריטע סיבה פארוואס עס איז גוט אז מען האט איבערגעשריבן די בילדיגנס איז, ווי איך האב עס שוין געשריבן, און ווי יוחי718 – אלץ דרויסענדיגער – האט עס קלארער ארויסגעברעגנט, אז נייטראל איז א אחיזת עיניים, עס איז נישטא אזא באשעפעניש, און פארדעם און פארדעם אליין וואלט ווערט געווען איבערצושרייבן די בנינים, אז מען זאל קלאר פארשטיין, אז עס איז נישטא קיין זאך ווי נייטראל, און דא, פארפאר איך פון פאטאקי און מאנטריאלע רב שליט"א, עס מוז זיין איין איבערוועגנדע מיינונג אין בית המדרש און אין די קהלה, עס מיינט נישט אז מען דארף עס ארויף צווינגן אויף יעדן, און אוודאי נישט אז אויב איינער וויל נישט זאל מען אים ארויסווארפן פון די קהלה, עס מיינט אבער יא, אז מען דארף קלאר שטעלן מיטן גאנצן קלארקייט, אז די קהלה געהערט אויף איין וועג און נאר אויף איין וועג, און נאר אזוי קען אזא קהלה אנגיין און מר. פאטאקי בנוגע מאנטריאלע רב שליט"א, איך בין מיט דיר איינשטימיג 100 פראצענט ווי די מאנריאלע רב שליטא און מאנטריאלע רעבעצין שליטא האלטן, וואס זייער מיינונג איז, אבער יענקעלע 11 איז זייער גערעכט מיט זיין אפשאצונג, אז 'אין הארץ' איז נאריש און איבעריג, איך האב גארנישט פון זיין הארץ, איך האב פון זיין רעדן, מילא ווען די זאגסט אז עס איז אים שווער אדער א ענליך תירוץ פארשטיי בפרט נאך זיינע איבערלעבענישן ל"ע ול"ע, אבער די הארץ איז 'קיין אישו' למעשה איז גאנץ קלאר אז מאנטריאל פונקט ווי אלע שטעט, האט סאטמאר א איבערוועגנדע מערהייט, און אז מען נעמט אוועק די נייטראל\טוירד פארטי מיינונגען פון דעם בילדהאט סאטמאר קעגן די זאליס 80 פראצענט אדער מער וואס וועט בלייבן אין מאנטריאל קען מען נאר שפעקעלירן, אבער דאס איז זיכער אז נייטראל וועט נישט בלייבן, און ווי שנעלער אלץ בעסער און גרינגער וועט עס זיין

פאטאקי08 » 20/5/2006 02:22

ברענג נייעס
איך בין מיט דיר כמעט.. 100 פראצענט

אלץ איינער וואס קען אביסל - היבש מער ווי אביסל - מאנטריאל, פארשטיי איך פון ווי ברענג נייעס 
קומט... אבער אויך פארוואס ער מאכט א טעות

נאך שבת ווייטער אי"ה

די חילוק איז אז יענקעלע און די אנדערע זענען אין מאנטריאל קיינמאל געווען

טאראראם » 21/5/2006 17:49

ווי אזוי איז אדורך דער שב"ק אין אזאלעכע אנגעצויגענע אומשטענדן ?
עפעס דרשות, בקשות, קללות וכו'  ???

יענקעלע11 » 21/5/2006 18:47

וואס איז דען געשען אין מאנטריאל?, אויף וואס קריגט מען זיך?,

דער פאקט איז אז די סיגוטער מאוומענט בראותם כי כלתה עליהם הרעה, ווי זיי פארלירן צוביסלעך אלעס,
האבן מחליט געווען אנצוהייבן צוטוהן וואס זיי האבן געטוהן אין וויליאמסבורג, צו צונעמען די בנינים,
אזוי ווי זיי פראבירן אין לאנדאן, בני ברק, בארא פארק, מאנטשעסטער, וכו'
על כן האט מען באשלאסן זיך צו פראטעקטן, און פארזיכערן אז די בנינים בלייבן אין פארזיכערטע הענט,
איז דען געווארן עפעס א שינוי זייט מען האט דאס איבער געשריבן?, ניין ! ! !
האט מען עמעצן ארויס געוארפן?, ווידערום ניין ! ! !
האט מען געטשעפעט דעם רב?, ניין ! ! !
האט מען געטשעפעט דעם דיין?, ניין ! ! !
האט מען געטשעפעט די גבאים?, ניין ! ! !
האט מען בכלל איינעם געטשעפעט?, ווייטער ניין ! ! !
נאר וואס דען, דער חמת הזאלונים האט זך אנגעצינדן ווייל מען האט זיי מיאוס אויסגעשפילט,
און רבי דוד שליט"א,  וואס איז אינגאנצן נכנע אינטער מרדכי קאהן וסייעתו, פרבירט צו ראטעווען דאס פנים
פאר די זאלונים, און למעשה פארלירט ער אלעס, אפילו די אזוי גערופענע נייטראלע, ווייל ס'איז אמת אז 
לכתחילה איז געווען דער דעת הקהל אקעגן דעם איבערשרייבן די נכסים אויף פריוואטע נעמען, אבער ווי עס האט זיך ארויס געוויזן  אז די אהרונים זענען גרייט צוריק איבער צו שרייבן די נכסים אויפן נאמען פון  א ערענסטע קאמיטע, און רבי דוד שליט"א מיט מרדכי קאהן זענען די וואס ווילן נישט, האט זיך דאס רעדל א דריי געטוהן, און דער דעת הקהל איז מיט די אהרונים,
פארפאלן, יושר זיגט ! ! !

פאטאקי, איך מיז מודה זיין אז איך בין נאך אין מיין לעבן אין מאנטריאל נישט געווען, ([בילד – נישט אפגעהיט])
-ווי גלייך דאס איז די אישוי-
אבער פאטאקי לעבן, איך בין נאך אין מיין לעבן אין איראק אויך נישט געווען און איך האב א מיינונג איבער דעם...,
איך בין נאך אין קיין תפיסה ב"ה קיינמאל נישט געווען, און איך האב א מיינונג איבער אידן וואס זיצן ליידער אין תפיסה,
און דער רבי זי"ע, איז ביי קיין בחירות קיינמאל נישט געווען, און ער האט אויך געהאט א מיינונג איבער דעם...

faird » 21/5/2006 19:33

יאנקעלע[בילד – נישט אפגעהיט]

מאנטריאל » 21/5/2006 20:15

נאך אדורעך ליינען אלע תגובת דא, ווי אלע ניו יארקע ניקס שלאגען זיך ארום, און ווייסען פונקלעך וואס עס גייעט דא פאר, נאך אלעמען בין איך דאך קליין שטעטלישער מאנטריאלער, און וואס האב איך מיך אריינצומישען צווישען אזעלכע גרויסע קעפ, אבער אפאר פאקטען וויל איך קלאר שטעלן.

קודם שכוח פאר פאטאקי, האטווייער,עווערעזש, פאר די שטיצע,

1) מאנטריאל רב האט געקאלט צוויי חשובע יונגעלייט ארונים, און זיי געזאגט אז עפ''י שנים עדים יקים דבר, אז ער האט געמאכט א מיסטעק מיטען אנריפען זיין שוואגער קרית יואלער רב, ער ריפט אים שוין אזוי 20 יאר, און ער האט גארנישט געמיינעט, איך האף מיט דעם איז קעיס קלאזט, און דעס איז שוין מער נישט קיין אישו.

2) עטס מאכעט אלע א מיסטעק, נישט נאר דער מאנטריאלער רב וויל אז מען זאל זיין צוזאמען, עס איז אונז רוב מאנטריאלער עולם וואס וויל זיך האלטן ציזאמען, איר קענט שרייבען אז אינז זעמיר בעלי דמיונות אבער עטס זענטס בעלי מחלוקות.

3) ר' מרדכי קאהן איז נישט א שטיצער פונעם רב, אדרבא זיין טאטע האט נישט געוואלט ער זאל קומען, און ווער ס'קען אביסעל מאנטריאל פארשטייט וואס איך מיין, תמצות מאנטריאלער רב נעמט נישט קיין ארדערס פון אים.

4) מאנטריאלער רב איז דא רב מפני יחוס עצמו, אין ווער עס קען מאנטריאל היסטארי ווייסט אז רוב קהל האט געוואלט אז ער זאל קומען. אין דוקא ער, און דער רבי ז"ל הכ"מ האט מסכים געווען.

לאמיר קלאר מאכען אונזער רב מיט די ראשי קהילה האבען קלאר געוואלט פארהאנדלען לפנים משורת דין, זיי האבן מסכים געווען אריין צושטעלען 3 ארונים און 3 זאליס אין אויכעט און בית אסתר, און די גונבי מאנטריאל האבען נישט מסכים געווען, זיי ווילען נישט אנדערש ווי מאכן מחלוקות. זיי ווילען שיקען דעם לץ ש"וו צו פארהאנדעלן, נישט פארהאנדעלן ווילן זיי, מאכן ליצנות פון אונז קליין שטעטלישע מאנטריאלע, אז אונז רוב ווילען לעבען צוזאמען, אן קיין מחלוקת.

די גרעסטער ליגענט אז זיי זענען רוב, אדרבא מאכעט וואלען און לאמיר זען ווער עס איז רוב, עס איז קלאר אז רוב עולם וויל בלייבען צוזאמען.

ברענגנייעס » 21/5/2006 22:01

מאנטריאל

ווער עס האט געליינט דיינע תגובות, אויף די אנדערע זייט וואנט [חדשות ילדי סיגוט] ווייסט וואס דיין שמוציגע פענע באזיצט, און עס נישט נוגע למעשה

יענקעלע,

אני על משמרתי אעמודה, איך האב געהאלטן און איך האלט ווייטער, אז מען האט "געמוזט" עס איבערשרייבן, אבער מען "מוז" עס איבערשרייבן פאר מאנטריאלע אידן

יענקעלע11 » 21/5/2006 22:38

איי איז דער מאנטריאל א טיפיקל זאלוני ליגנער,

קודם כל א שטיקל לעקציע, לאמיר שטאטעלעך לערנען מיט דעם עם הארץ דעם טייטש פון דעם ווארט "רוב",
מאנטריאל זאג שיין מיט,
"רוב" איז טייטש "מער",
נאכאמאל,
"רוב" איז טייטש "מער",
נאכאמאל שטאטעלעך
"רוב" איז טייטש "מער",
נאכאמאל, הויעך און קלאר,
"רוב" איז טייטש "מער",
מאנטריאל, נאך איין מאל,
"רוב" איז טייטש "מער",

ווייל ביי די זאלונים, וואס האבן "רוב" אין קרית יואל, דארט ווי זיי געווינען כסדר די וואלן,
און זיי האבן "רוב" אין וויליאמסבורג,
"רוב"  אין לאנדאן,
"רוב" אין בני ברק,
"רוב" אין בארא פארק,
און אצינד האבן זיי "רוב" אין מאנטריאל,
זעהט אויס אז זייער רב'ס עם הארצות האט זיך אנגעקלעבט אין זיי, און זיי ווייסן פשוט נישט דעם טייטש פון דעם לשון קודש ווארט "רוב", (הוי דן את כל האדם לכף זכות),

מאנטריאל, מען דארף נישט מאכן קיין וואלן, ווייל ענקער רב רבי דוד שליט"א, האט דאך דאס שאכטל פון די לעצטע וואלן, וואס ער האלט פארשפארט אין לאזט דאס נישט ארויס געבן, גיב עם נאר א פרעג ווער עס האט רוב...

זאג נאר, וויפיל מעמבערס האבן אינטער געשריבן אז זיי זענען מקבל מרות פון כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א שליט"א, הא?,  (שוין אראפ גערעכנט אלע אנגעשטעלטע, צו אין די מוסדות צו ביי מרדכי קאהן, וואס האבן זיך געפארכט אינטער צו שרייבן כאטש יעדער ווייסט ווי זיי באלאנגען), אדרבה, לאמיר זעהן צו איר קענט ברענגען כאטש העלפט פון דעם סכום חתימות פאר אייער רבי'ן...

זאג נאר מאנטריאל, ביסטו א לץ? צו וואס, דער מאנטריאלער רב איז מבזה זיין שוואגער און זיינע חסידם בפני עם ועדה, ברבים, און רופט אן צוויי אהרונים (?) און איז זיי מפייס, און מצדך איז דער קעיס CLOSED,
ניין מאנטריאל, אויב איז דאס אמת, און ער וויל מפייס זיין, דארף דאס זיין ברבים, און זיך עפענטליך ענטשולדיגן,
און דאן וועט דאס אפשר ווערן אויס אישוי.

מאנטריאל, אויב זיך באווארענען הייסט "בעלי מחלוקת", און גנב'ענען "בית אסתר" הייסט "שלום", דאן ווילן מיר אויסדריקלעך זיין בעלי מחלוקת, די אהרונים זאגן קלאר אז אויב גיט מרדכי צוריק "בית אסתר" געבן זיי צוריק די איבעריגע מוסדות, נאר רבי דוד האט נישט די גאטס דאס פון עם צו פארלאנגען, ווייל, יא, ער איז פון זיינע גרעסטע שטיצערס, און אויב זאגסטו אמת אז מרדכי קאהן איז "נישט" פון זיינע שטיצערס, דאן איז דיין רב א שקרן, ווייל דאס איז געווען זיין תירוץ, ווען ער האט זיך געבעטן אז מען זאל מיט דעם צו ווארטן ווייל ער וויל נישט פארלירן זיין שטיצע, און פרענקלי, איך גלייב ענדערשט רבי דוד שליט"א, ווי דיך מאנטריאל, SORRY,

דאס ענין פון רבי דוד'ס יחוס עצמו,  אז מען האט עם אויפגענומען נאר וועגן יחוס עצמו און נישט אלץ איידעם פון רבינו זי"ע, איז נישט ווערט קיין רעאקציע, ווייל מיט דעם נארישן סטעיטמענט האסטו דיך געמאכט ללעג ולקלס, יא, רבי דוד האט מען גענומען, נאר פאר זיין שיינעם הדרת פנים, זיין גאנות, זיין פקחות, און נאר "פערצאפאל" איז ער א איידעם ביי רבינו זי"ע הכ"מ, כא, כא, כא... 

מאנטריאל, קום מיר נישט מיט "לפנים משורת הדין", וואס דו ווייסט אפילו נישט וואס דאס איז טייטש, איך וויל סתם לויט "שורת הדין", וואס יעדער איז מודה אז אחרי רבים להטות, און רוב מנין ובנין אין מאנטריאל איז מיט רבינו שליט"א, רוב עולם גלייבט די צוואה וואס דער רבי זי"ע האט געזאגט פאר הרה"צ רבי ישראל חיים האראוויץ שליט"א און פאר רבי הירצקא צוויבל שליט"א, אז על פי שנים עדים יקום דבר, און "הוא ולא אחר", אז רבינו מהר"א שליט"א זאל זיין דער ממלא מקומו בכל קצוי תבל, און שורת הדין זאגט, אז וועם עס געפעלט נישט קען זיך געזינטערהייט גיין,


בלאט: 1 2 3