הויכגעשפיצטער מיסטער קאנאדא ה' ירום הודו
איך בין נישט קיין שפראך קענער, און אויך נישט קיין שריפט ליינער, דאך וואלט איך מיר ערלויבט צו אנאלעזירן די קאפ ווייטאג וואס רופט זיך מיטן נאמען 'קאנאדא'
מיר דאכט זיך - נאכאמאל עס איז נאר מיין אנאליז - אז מען רעדט דא, פון א העכסט אומצופרידענער אנגעגעסענער פאביטערטער פארשוין
לאמיר גיין צושטאט*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
דאס אז ער איז נישט קיי אהרוני / סאטמארער איז דאך גרינג צו זעהן, און דאס אז ער איז נישט קיין געהעריגער זאלי, איז דאך אויך גרינג צו באמערקן , ווידער אלץ מאנטריאלער איינוואוינער צו צוזעהן ווי ער מישט צוישן דעם ארטיגן רב מיטן דיין, זעהט מען דאך קלאר אז ער האלט היבש ווייניג און אייניג פון ביידע
נאר וואס דען
אלא מאי, דא רעדט מען פון א 'אטננשאן סיקער' פון כתה א', א אנגעפרעסענער פארביטערטער פארשוין, איך האף נאר אז עס שטעלט זיך אפ, ביי זיין חסידות, משפחה, ארבעט, ווייל לולא דמסתפינא גייט עס ביז על ה' ועל משיחו,
ווען איך האב ווען עטליכע מינוטן, וואלט איך גענומען אלע זיינע תגובות און געמאכט דערפון איין גרויסע תגובה, וועט יעדער זעהן וואס'פארא קאפ [אויף אזא קאפ וואלט איך מיר אנגעטאן...] שטיק, מען האט דא צוטאן
וועט איר פרעגן, פארוואס מיין אנאליז, וואס שטערט מיר אז מר. קאנאדא פירקעלט דא אן דעם פארק
דערויף איז מיין תירוץ, ווייל בדרך כלל איז היידפארק געשטעלט אויף אנאליזן, די פאקטן זענען ווי נישט גאנץ קלאר וואס איז יא און וואס איז נישט געווען
אבער דאס איז ביי ניו יארקע נייעס, ביי אויסלאנדישע נייעס ווי מאנטשעסטער, לאנדאן, אנטווערפן, בני ברק, ירושלים, און אפילו מאנטריאל, איז רוב מאל וויכטיג צו שפאצירן דא אויפן פארק פלעין צו וויסן די פאקטן
און אויף דעם ארויף איז מר. קאנאדא געווארן א סאטמארער, אן אהרונים א חסיד פון ארטיגן רב און דיין אויףאיינמאל, און אפילו א איד א מאמין בשם, אלעס פאר אביסעלע אטענשאן
און דאס און פארדעם, האלט איך אז מען דארף דעם מר. קאנאדא מאכן א שפעציעלן אשכול, ווי ער זאל קענען מאכן פאקטן הסברים אפשאצונגן, און ביזדערווייל זאל מען דא קענען וויסן, פארשטיין און אפהאנדלן די געשעהנישן אין מאנטריאל, און נישט אז מר. קאנאדא זאל אויסגיסן זיין גאנצן ביטערנישט אויף יעדן איינער זאל ער אונז באגיסן דערמיט