היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דרשה במאנטריאל???

דרשה במאנטריאל???

147 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1922313
בלאט: 1 2 3

העטעכפעטעך » 21/5/2006 22:54

יענקעלע11 אזוי ווי אלעמאל A-1 [בילד – נישט אפגעהיט]

ויסכר פי דוברי שקר

יענקעלע11 » 22/5/2006 00:33

ברענג נייעס,
מיר אלע האלטן גענוי אייניג,
אז מען האט דאס געדארפט איבער שרייבן נאר כדי דאס צו פארזיכערן,
אבער מען דארף דאס צוריק געבן, אויב און ווען מרדכי וועט צוריק געבן "בית אסתר"
אגב, אויב קיקט מען איבער די תגובות פון ביידע צדדים, אפילו פון פאטאקי, (אויסער פון "מאנטריאל") ,
איז קלאר אז ביידע צדדים האלטן ממש 99.9% אייניג, די דיפערענצן זענען ממש מינדערוויכטיג,
אין די בחינה פון "השיבינו ה' אליך ונשובה, מיט שובי אלי ואשיבה אליכם, (ווער עס זאל קודם צוריק געבן),
מען קריגט זיך נאר פאר THE SAKE אויף צו קריגן, און נישט חלילה ווייל מען איז מחולק, דוק ותשכח. תוקן על ידי - יענקעלע11 - 22/05/2006 0:37:21

קאנאדא » 22/5/2006 00:57

עס איז וויכטיג מען זאל דערהערן אונזער ווייגעשריי

דא אין מאנטריאל האט מען אלעמאל געלעבט בשלום און יעדער פארשטייט די וויכטיגקייט צו לעבן בשלום און רוב עולם חלישט עס זאל אזוי בלייבן*:namespace prefix = o />


עס איז דא געציילטע מחרחרי ריב וואס מיט די הילף פון ניו יארקער מחרחרי ריב ווילן זיי ארויפצווינגען מלחמות אויף אונז


 


האלט פאר די אויגן אז 76 מענטשן האבן אונטערגעשריבן אז זיי זענען מקבל מרות פונעם רבי'ן (און קיינער האט נישט קיין טענות אויף זיי) איבער 150 מענטשן האבן אונטערגעשריבן אז זיי ווילן נישט מען זאל איינעם ארויפצווינגען "קיינעם" אויף מאנטריאל נאר אלעס זאל בלייבן ביים אלטן. אפילו די וואס האלטן פונעם רבי'ן האבן אויך אונטערגעשריבן אז מען זאל קיינעם נישט ארויפצווינגען אויף מאנטריאל


 


די פאקט איז אז עטליכע מחרחרי ריב ספארט שפילערס וואס ציטערן נישט פאר עבירות האבן אריינגעצווינגען א קהלה פון 230 אידן אין א מלחמה וואס זיי האבן קיינמאל נישט געוואלט וואס זיי האבן שווער געארבעט אוועקצושטיין


יא פאר זיי איז ליידער א גוטער ספארט און זיי האבן פאן אבער געוואלד הונדערטער אידן בלוטיגן עס האט שוין אפגעקאסט הונדערטער שעות ביטול תורה עס האט שוין אפגעקאסט טויזנטער דאלערס לויערס און מען האלט נאך אנהייב די גאנצע ביהמ"ד פלאקערט מיט מחלוקת


פארוואס פארוואס פארווואס


 


דער רב האט געזאגט פאריגע וואך ביי די דרשה ער וויל מען זאל צוריקגעבן אלעס אזוי ווי ס'איז געווען קודם ער וועט נאכדעם זיכער מאכן יעדן צופרידן צו שטעלן


דער רבי האט צוגעזאגט אז אלעס גייט צוריק אן קיין שום תנאים


 


דערווייל צעגערט מען נאך א טאג און מען שפילט געימס


 


זייט נישט עובר אויף לא תחמוד ולא תגזול גיט צוריק די גניבה

תוקן על ידי - קאנאדא - 22/05/2006 0:59:12

yones69 » 22/5/2006 01:24

אויב מ'וועט מאכן וואלען, וועלן די בנינים צוריקגיין.

יבוא ספארט שפילער, וילחמו עם ספארט שפילער.

דער מושחת מרדכי קאהן וועט נישט ראבירן מאנטרעאלער מוסדות.
און אויב יא
וועלן קומען אנדערע יונגעלייט און אים לערנען דרך ארץ


אויב עס שמעקט נישט פאר איינעם, זאל מען דורכפירן וואלען
ווי עס לויטעט די שטאטוטען

Ahroiny » 22/5/2006 01:25

מאנטריאל, קאנאדע,

דו מיינסט נישט דעם כבוד פון סאטמאר. רעד קיינעם נישט איין.

זאג פאר מרדכי קאהן ער זאל צוריקגעבן בית אסתר, פאר דו קומסט אונז פארדרייען א קאפ מיט גניבות.

תוקן על ידי - כל_העולם - 22/05/2006 2:40:00

זשוליאני08 » 22/5/2006 01:33

דאס האב איך געשריבן אין אן אנדערען אשכול, אבער מאנטריאל (קאנאדא) האט נישט געענטפערט. איך פרעג עס יעצט איבער דא.

איך וויך דא פרעגן דעם ניק מאנטריאל
4 קשיות.
זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ.

1) דארפן די ארונים שטיין און ווארטן ביז מרדכי קאהן וועט פארכאפן אלע בידלנגס ווי ער האט געטאן מיט בית אסתר?
2) האט מען געמאכט וואלען 2 יאר צוריק. אויב יא. פארוואס האט מען נישט פארעפנטליכט די רעזולטאטן?
3) אויב טאר מען נישט גיין קעגן א רב. פארוואס אין מאנטשעסטער מעג מען. פארוואס אין קרית יואל מעג מען יא.
4) וואס וועט יעצט געשען אויב די בילידנגס זענען אויף יצחק ראזענבערג'ס נאמען? ווער ער עס מאכן פאר א וועירהאוז? יא אדער ניין?


מאנטריאל.
הער אויף מיט דיינע קינדישע שטיק.
די ארונים האבן געטאן צו דער זאך. געראטעוועט נכסי הקהילה לדורות הבאים. און געארבעט העראאיש. טאקע ווילד. אבער הלכה למעשה. (הלכה ואין מורין כן).

אויב שמעקט עס נישט פאר דעם מאנטריאלער רב שליט"א. זאל ער גיין זיך לעקן צו דעם מאפיא רז"ל, וואס האט אים נישט אריינגעלאזט צו זיין שווער פאר די לעצטע 7 יאר.

לסיום הדברים

סאטמאר וועט זיך פירן לויט די שטאטוטען
נישט דער רבי זצ"ל בעל בירך משה האט געקענט טאן אנדערש ווי שטאטטוען (ווארפען דעם ראש הקהל)

נישט דער רבי שליט"א האט דעם כח צו הייסן צוריקצוגעבן בנינים.


נאר די שטאטוטען וועלן פירן די קהילה.
נישט קיין טעראר פון מאנטריאלער רב, מאנטריאלער דיין,
נישט קיין דרוק פונעם גבאי
נישט קיין דרוק פונעם רבי אליין.

נאר וואלען וועלן מכריע זיין

ברענגנייעס » 22/5/2006 02:23

קאנאדא דו ביזט עטליכע מאל נומער איינס, אז די ביזט גרייט מיט דיין גוט הארץ אונז צו געבן 76 אונטערשריפט פאר כ"ק רבינו שליט"א, אנשטאט די אמת'ע נומבער פון 17.5 די זעלבע מיט צעטל צו זיין נייטראל, [וואס ווי פארשטענדליך וועסטו נישט ארויף לייגן די לשון, ווייל דיין פרצוף פנים וועט קלאר ווערן] שרייבסטו דעם קליינעם ציפער פון 150 ווען עס איז געווען 365 חתימות אין די קהלה ווידער כידוע איז דא מינימום 600 מעמבערס און אזוי ווייטער דו גרעסטע טיפשות וואס דו האסט איז די פאקט, אז איר כאפט נישט אז פונקט ווי סאטמאר האט נישט קיין נאנטשע שייכות מיט פאפא, קיין נאנטע שייכות צו סקווירא, די זעלבע סאטמאר האט נישט קיין נאנטע שייכות מיט ר' זאלישל מענשטן די באן איז שוין אפגעפארן און דאס איז אמאל קלאר, אז פונקט ווי איך בין באאויפטראגט צו רעדן אין נאמען פון אמעריקא און פון סאטמאר [דורך פרעזידענט בוש... און דער רבי שליט"א] ווייל איך וואוין אין אמעריקא, און איך בין א סאטמארע חסיד, די זעלבע איז אויך קלאר, אז די ביז דער ווארטזאגער פאר קאנדא און מאנטריאל, ווייל דו וואוינסט דארט עס איז צום שטוינען ווי ווייט מען קען אנקומען מיט חכמה

כל_העולם » 22/5/2006 02:37

אזהרה,

די דעבאטעס אויף דעם פארום זענען ארויס פון קאנטראל. עס איז געווארן זייער פערסאנעל.

יעדע פערזענליכע אטאקע און גלוי שם פון איין שרייבער אויפ'ן אנדערן וועט אפגעמעקט ווערן, און דער וואס האט עס געטאן וועט מער נישט קענען שרייבן אויף דעם אשכול.

גוטזאגער » 22/5/2006 02:43

אנטשולדיגט פאר'ן פארדרייען די שמועס.

אבער אזוי ווי מען רעדט פון ספארטס, וואס האלט דער עולם? וועלכע סאקער טיעם וועט געווינען די ווארלד קאפ?

כ'וועל ענק זאגן דעם אמת. מיך אינטערסירט עס נישט, אבער פאר מרדכי קאהן גייט עס בנפשו.

kleinekup » 22/5/2006 03:04

sorry for writing in english

1)  mordche kohn has always been a against reb duvid, and for tirnauer

2) it had to be done

3) average montreal ppl dont like te idea of ny ppl takin over

4)nothing should be conceded

5) a lil window dressing is needed to fix the general outlook

6)montreal has always been riddled by macloikes, going back the last 60 years

7) its a storm in a teacup that shouldve and couldve been dealt with behind closed doors given
that most of the old board is our ppl  anyway



קאנאדא » 22/5/2006 03:12

לא תגזול ולא תחמוד

נאכדעם וואס דער רבי האט געהייסן צוריקגעבן אלע בנינים פאר מאנטריאל האט יצחק ראזענבערג היינט געשיקט א בריוו אין וועלכן ער מעלדט אפעציעל אז ער פלאנט נישט צוריקצוגעבן די גזילה.

דא האט איר א לינק:
http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=4E46E99D0B94EC92

boro567 » 22/5/2006 03:51

די זאליס האבן יעצט א מיטונג אין מתיבתה ביה"מ.

בא_ללמד » 22/5/2006 03:51

דא איז דער בריוו.

בא_ללמד » 22/5/2006 04:00

אזויווי מיר האבן דא צו טון מיט פראפעסיאנאלע ליגנער, שפיר איך פאר וויכטיג איבערצושרייבן די פונקטליכע ווערטער פון די ראשי הקהילה, וירא הקהל וישפוט !

א. בראש וראשון עלינו לחזור, כי אין כוונת השינוי בבעלות המוסדות לשנות כלום בהנהגת הקהילה חלילה, כל ענין הנהגת הקהילה מסורה הוא בידכם, וכטוב בעיניכם תעשו לרחק או לקרב, והנהלת הקהילה המרכזית אינה תובעת כלום, ובודאי לא להתערב בשום ענין בהנהגת הקהילה, וכל מה שעשינו היה רק בתור אחראים, שכמובן היה לנו להבטיח "טובת הציבור" אפילו על צד ספק, שלא יפול בידי לא יוכלו קום.

ב. היות שהנהלת הקהילה המרכזית טרודים מאוד עם יתר הפרטים שנתעוררו לאחרונה אחר השבר אשר הושברנו בפטירת מרן רבינו זי"ע הכ"מ, ע"כ נתמנה ידידינו הרה"ח מוה"ר חיים אליעזר גראס הי"ו גבאי קהלתינו הק', שיעמוד בקשר אישית עם ראשי קהילתכם וב"כ כבוד הגה"צ המפורסם הרב אב"ד דקהלתכם שליט"א, כדי שנבוא לעמק השוה איך לסדר כל הפרטים על צד השלום ודרכי נועם, והוא יתקשר עמכם לדון יחד על העתיד.

ג. מצדינו נעשה כל מאמץ שישכון בינינו אהבה אחוה שלום וריעות כמאז ומקדם, ואנו מחכים שמיד אחר חג השבועות יסודר הכל על צד היותר טוב.

ד. ביני לביני, אם יש בדעת שום אחד לעורר על הנ"ל, וירט הדרך לנגדו לעשות איזה מעשה בשינוי בעלות הבנינים הנ"ל, הננו מוכנים להתייצב לדין תורה כדת וכדין אצל זבל"א וזבל"א, ויקוב הדין את ההר.

דוכט זיך אז עס איז איבריג צוצולייגן א ווארט צו די פערל ווערטער ! תוקן על ידי - בא_ללמד - 22/05/2006 4:51:37

עכטע_נייעס » 22/5/2006 05:20

איך הער יעצט פון מאנטריאל אפשר איז באלאנגט דאס און אן עקסטערע אשכול?

אז מאנטריאל רב שליט"א האט שבת צפרי געזאגט ביי זיין שבת טיש פאר זיין משפחה אז ער ווייסט די צוואה פון רבין זי"ע הכ"מ אזוי ווי מאנטשעסטער רב שליט"א האט געזאגט אז רבינו שליט"א (ר'אהרן) איז רבי און ער האט געזאגט פאר זיין משפחה אז ביי זיי און דערהיים וועט מען עם ריפען רבי

מאנטריאל » 22/5/2006 09:11

[בילד – נישט אפגעהיט] פאר מיין קלאגע קאנאדא, צווישען אזויפל ניו יארקער כאטש איין היימעשיר.

צו ענטפרן אזופיל תגובת מיט ליגענט אי אפשר, איין ליגענט נאכ'ן צווייטן, און אלעס אראפ געלייגט אלס פאקטן, די גונבי מאנטריאל צו פארענטפערן זייער אומדערהערטער עוולה, וואס עס שרייעט עד לב השמים, האבען אקטיוועזירט זייער פראפעגאנדע מאשין אהער געברענגט זייער בעסטע און געלערענט'סטע ליגנער'ס, צו מסביר זיין זייער מכלומר'שטען יושר, אבער איך וועל גיין מיין וועג עס יוזשעל, און ניכרים דברי אמת.

היינט איז געווען אסיפה פון יונגעלייט וואס ווילן נישט מחלוקות, און אלע ראשי קהלה זענען אנגעקומען אומגערישט, ר' שלמה יעקב שפיטצער האט גערעדט בשם אלע ראשי קהלה, ר' שלמה יעקב האט קלאר געזאגט אז ער האט געטרייעט אלע וועגן צו פארהאנדלען און ער איז געווען גרייט אויף אלעמען וואס זיי האבן געוואלט אבי מען זאל צוריקגעבן די גזילה און צוריקשטעלן דאס נארמאל לעבן אין די קהלה , אבער זיי האבן געמאכט ליצנות איינמאל און נאכאמאל אין זיי האבן נישט געוואלט פארהאנדעלן, זיי ווילן איין זאך מחלוקות און חרוב מאכן די קהלה!

דאס זענען זייער קלארע ווערטער,
זאל די גאנצע וועלט וויסען מיט וועמען מען האט צו טוהן,

די ערשטע וואך האבען זיי געשריגען אין איינגערעדט יעדען איינעם אז מען מיינט גארנישט מען וויל פשוט האלב אין האלב. שפעטער האבן זיי אנגעהויבן פארפירן מען דארף בית אסתר, זיי ווילן וואלן.

יעצט מיט זייער בריוו שווימט ארויס זייער פינסטערער פלאן

אז כאטש דער רבי וויל נישט עובר זיין אויף לא תגזל!
פירט אים דער חצוף יצחק ראזנבערג אריין אין א בלאטע
מיט זיינע אלטע ליגענטס אין טאקטין



*******

איך זע אז די ארונים זענען געווארן ווילד אז מען האט אנגערירט זייער גאלדענע קרוין אז זיי זענען נישט "רוב" מען האט געטאטשט זייער א סענסטיווע נערוו
די ארונים זענען טאקע "מער" ווי די זאליס, ווען די זאליס וואלטן גענומען חתימות מקבל מרת פאר ר' זלמן לייב וואלטען זיי נישט געהאט דעם גרויסען נומבער "76" אבער דער עולם וואס וויל שלום אין די קהלה - אז יעדער זאל זיך האלטן צוזאמען - איז אויסדרוקליך "רוב".


תוקן על ידי - מאנטריאל - 22/05/2006 9:59:38

13Hooper » 22/5/2006 12:34

איז דען די שאלה וויפעל פערצענט וויל שלום,  די שאלה איז וויאזוי עס וועט ווערען שלום

אין רוב האלטען אז ווען מרדכי קאהן וועט ווייזען א וועג אין צירוק געבען די גנבה אין פארזיכערען עס פין נאכאמאל געשעהן וועט מען אויך דאס צירוק שטעלען אזוי ווי עס איז געווען

אין במחילת כבוד הרב שליט"א ער איז נאעיוו אין טראסט יעדען וואס רעדט פין שלום

אין צי מאנטריאל וויל איך פרעגען איין קשיא

ווי ברויך בית אסתר בלייבען ביי מרדכי קאהן וואס האט דאס איבערגעשריבען בגנבה פאר זיך ,
אדער צירוק גיין אזוי ווי עס איז געווען אינטער קהלס נאמען תוקן על ידי - 13Hooper - 22/05/2006 12:42:23

kleinekup » 22/5/2006 20:34

קאנאדא די ווארפסט צוזאם טאב מונקאטש באבוב מתיבתא................. איינער פלאנט צו ווארפן איינעם דא? ברוך אברהם וועט ווייטער בלייבן זיצן לעבן הייליגן דייןת נאר בעה"ב וועלן זיי זיין אייניגע.......... ס'שמעקט נישט אז ס'טוט זיך און אזא קהילה'לע...... אבער ס'העט זיכער נישט געשמעקט פאר מיר ווען זיי טוען עס פאר אונז און עס איז מיר נישט קיין פראגע אז זיי וואלטן ווען .....און נאכמער "זיי" ווילן נאך יעצט

קאנאדא » 22/5/2006 20:41

*-- _mName *
[בילד – נישט אפגעהיט]

kleinekup!! Too many dots; if the Gonvei Montreal plan to live together and not to throwout or force anyone to anything, please give it back to Montreal residents, that's the Goal of Tzad Shekeneged Gonvei Montreal

kleinekup » 22/5/2006 20:46

גונבי שמונבי פריבירסט צו מאכן ניקנעימס? הצלחה מריבה ע"ש מי מריבה

קאנאדא » 22/5/2006 21:14

מיטן איבערזאגן א שקר 100 מאל ווערט עס נאכנישט אמת!
בית אסתר האט די הנהלת הקהלה אפעציעל איבערגעשריבן פאר די בית אסתר קארפארעישאן וואס באשטייט פון די מענטשן וואס פירן דעם מוסד בית אסתר.

שוין צוויי יאר וואס מען האט עס איבערגעשריבן און קיינער האט דערויף נישט געהאט קיין טענות.
און לאמיר נישט פארגעסן אז דער פרעזידענט, ווייס פרעזידענט און טרעזושער פון די קהלה זענען אנהענגער פון רבי'ן. און זיי האבן דאס איבערגעשריבן.
זיי האבן דאס איבערגעשריבן ווייל זיי האבן געהאט א פראבלעם מיט קהל'ס טשארטער. און קהל האט נישט געוואלט לאזן נעמען מארטגעדזש ווילאנג ס'איז אויף זייער נאמען.
ר' מרדכי קאהן איז אפילו נישט געווען אין די באורד, ער איז שפעטער אריין ווען ר' ברוך אברהם פערלמוטער האט געבעטן מען זאל אראפנעמען זיין נאמען.

די לעצטע פופציג יאר ווערט בית אסתר געפירט און אויסגעהאלטן דורך משפחת קליינבערגער און משפחת קאהן.און זיי פירן דאס ווייטער.


די קהלה איז געווארן אוועקגע'גנב'ט דורך 5 גנבים וואס האבן אין זייער לעבן נישט בייגעשטייערט צו די אפילו חסידי קרית יואל. אריינגערעכנט די ראשי הקהל.
קהלה גארנישט! די איינציגסטע זאך אז קהל האט געדארפט ספענדן געלט זיי צו האלטן ביי אידישקייט! און זיי האבן עס פארקויפט פאר מענטשן אינדרויסן פון מאנטריאל וואס האבן אויך אין זייער לעבן נישט נושא בעול געווען כי הוא זה פאר מאנטריאל.

דער ציל פון גנב'ען די נכסי הקהלה, איז געווען קעגן די אינטערעסן פון רב שליט"א פון די גאנצע קהלה,
כדי צו פארענטפערן די שרעקליכע עוולה קעגן תושבי מאנטריאל, פרובירט מען אפירצוזוכן אז מען האט איבערגעשריבן בית אסתר און שרייען טויזנט מאל די זעלבע ווארט, אפשר וועלן עס אפאר מענטשן גלייבן.

מיר ווענדן זיך צו די גנבים זייט נישט עובר אויף לא תחמוד און לא תגזול גיט צוריק די גניבה, צווינגט נישט ארויף אויף אונז ענקערע מחלוקת. תוקן על ידי - קאנאדא - 22/05/2006 21:46:56

יענקעלע11 » 22/5/2006 21:31

קאנאדא,
הער אויף מיט דיין "גונבי מאנטריאל" ווייל רבינו זי"ע הכ"מ האט שוין געפסק'עט ביי די פרשה פון די אזויגערופענע גזילת ההויז אין קרית יואל, האט דער רבי געזאגט אז "קרקע אינה נגזלת" מען קען נישט גנב'ענען הייזער, (זעלבסט פארשטענדלעך נאר אויב מען איז גארנישט משנה, אויב איז מען יא משנה, אזוי ווי די גונבי המוסדות אין וויליאמסבורג האבן געטוהן, דאן איז דאס יא א גניבה, בשינוי מעשה) , קענסט זיי אנרופן "שומרי משמרת הקודש", אבער נטורי קרתא...

קאנאדא, א קליינע פראגע, האט רבי דוד שליט"א ביי זיין פראטעסט דרשה, ווען ער האט אזוי שארף פאלאנגט דאס באלדיגע צוריק איבער שרייבן די נכסים כמקדמת דנא,  זיך עפעס באצויגן אויף "בית אסתר", אבער האט ער באשלאסן צו אקצעפטירן מרדכי'ס גניבה, און נאר צו פארדאמען די יעצטיגע אקציעס, ווייל אויב איז דאס אזוי, איז דער פשט אז איבער שרייבן די נכסים אויף פריוואטע נעמען איז לויט ענקער רב שליט"א נישט קיין עוולה, ווי לאנג דער איבערשרייבער איז זיין א ידיד, זיין א אנהענגער, נאר אויב זענען די איבער שרייבער זענען די עכטע ראשי הקהלה מטעם רבינו הק' זי"ע ולהבחל"ח כ"ק אדמו"ר שליט"א, נאר דאן איז דאס א עון בל יכופר, און דאס גרענעצט זיך מיט היפאקראטיע, און דאס איז די סיבה פארוואס מיר באציען זיך נישט ערענסט צו אייער וויי געשריי,

שורשנגח » 22/5/2006 21:39

לכבוד קאנאדא מיט די אנדערע בת היענה וואס שטעקן זיך אריין די קאפ אין דער ערד.

אפאר קשיות!

1) די אהרונים זענען רוב פון די קהלה ווי אזוי מעגן זיי צולאזן אז אין די קהלה פירעס זאלן זיין נאר 2 אהרונים און 4 זאליס?

2) רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע שרייבסט אין א בריוו ווען מען האט גערינדערט די קהלה אין מאנטריאל אז מען מוז זיך פירען לויט די שטאטוטען, אז מען וועט דאס טאן וועט זיין שלום ושלוה, האט מען געטאן אזוי?

3) עס איז געווען וואלן היי יאר אין מאנטריאל בהסכמות "ביידע" צדידים, די אהרונים האבן געווינען מיט 80 פארצענט וואס האט מען געטאן מען האט בטל געמאכט די תוצאות וואלן און געלאזט אלעס ביים אלטן, ברויכן די אהרונים דאס צוקוקן און שווייגן?

4) ווען נישט קהל יטב לב דסאטמאר אהרונים טוען ראטעווען די קהלה הק' אין מאנטריאל און איבערשרייבען די בנינים וואלט דער אשכול דא געווען גענוי אזוי: "גנב רויבער משה גבאי מיט אזלי גאנבענען אוועק אלע בנינים פון סאטמאר אין מאנטריאל", מיר וואלטן דא אלע געשריגן גנבים שקצים אוי עס טוט וויי, מען וואלט זיך די קאפ געבראכן ב"ה יעצט איז עס פארקערט, מיר האבן די בנינים און זיי וויינען און שרייען מיט קולי קולות.

5) מען האט נישט צוגעלאזט אין מאנטריאל קיין שום אהרוני די לעצטע 7 יאר צו קיין שום פאסטן ברוחניות ובגשמיות, ר' משה מנחם האט ארויסגעשטופט פון ישיבה יעדע אהרוני מגיד שיעור, און בחורים אהרונים נעמט ער נישט אן אין די ישיבה, ברויכן די אהרונים שטיין אין שווייגן?

6) ווער האט געגבען די רעכט פאר מרדכי קאהן איבער צו שרייבן די בית אסתר דסאטמאר?, און וואס האבן די געוועזנע ראשי קהלה געטאן עס צוריק דרייען?

8) די אהרונים האבן קלאר געזאגט מיר זענען מסכים אז מען זאל מאכן וואלן יעצט און זיי וועלן נאכדעם איבער שרייבן צוריק אלע בנינים אויף די נייע בארד וואס געווינט, און דאס איז אויך בתנאי אז מרדכי קאהן וועט דאס זעלבע טאן מיט די בית אסתר.

די זאליס זאגן ניין לאמיר יעצט צוטיילן די זאך 3 אהרונים און 3 זאליס אויף זיי זאל מען אלעס איבערשרייבן.

יעצט ווי איז די אחרי רבים להטות פארוואס אז די אהרונים האבן רוב טארן זייי נישט האבן צו 5 אהרונים און 1 זאלי, ווי איז דער אחרי רבים להטות, און די שטאטאטען וואס רביה"ק זי"ע האט געמאכט שטייט ווי אזוי די וואלן דארף גיין, רוב איז רוב.

ווער איז גערעכט ענטפער די אליין!

קאנאדא » 22/5/2006 21:57

איך האב גרעסער געמאכט די "בית אסתר" מהלך באותה שעה פאר די וואס ווילן עס דערהערן, ווען, ווי און פארוואס בית אסתר האט געמוזט ווערן איבערגעשריבן, פליז גיי ארויף און ליין עס איבער אויב די ווילסט זיין אינפארמירט און קענען רעדן ווי איינער וואס איז פארשטייט דעם צשכג"מ (צד שכנגד גונבי מאנטריאל).

קאנאדא » 22/5/2006 22:31

שור שנגח:

קשיא 1: די אהרונים זענען רוב.
ענטפער: שקר. די אהרונים זענען 37% פון די קהלה. די זאליס זענען 37% פון די קהלה.

26% פון די קהלה זענען אומפארטייאיש. 58% קהלה האט אונטערגעשריבן א צעטל אז זיי וילן די קהלה זאל בלייבן פאראייניגט אונטערן רב און דיין, פונקט ווי ביז יעצט אומגעענדערט דעם סטאטוס.
 2)
ענטפער: מען האט זיך געפירט לויט די שטאטוטן!
דו האסט נאך קיינמאל נישט געזען די מאנטריאלע שטאטוטן. אונז יא.

3)
עס איז "היי יאר" נישט געווען קיין וואלן
פאר צוויי יאר צוריק איז פארגעקומען "פריימעריס" ביי וועלכן מען האט אויסגעקליבן 21 מענטשן וואס זאלן לויפן אין די וואלן. דער ציל פון די וואלן איז געווען ווייל מענטשן האבן געהאט טענות אז קהל בויעט נישט דעם נייעם חלק פון ביהמ"ד און די מקוה וכדומה, האט מען געוואלט צושטעלן נייע כוחות לטובת די קהלה אין "מאנטריאל", אזוי ווי עטליכע היץ קעפ (ובעיקר דער הויפט פון די פינף גנבים וועלכע האבן פארקויפט אונזערע בנינים) האט דעמאלט גערודעט אין ביהמ"ד אז מען זאל מאכן די וואויטס א רעפערנדום אויף וויליאמסבורג קרית יואל פאליטיק, האט דער רב געהאלטן אז עס לוינט זיך נישט די מחלוקה, און גע'פועל'ט ביי די אנשי הקהלה זיי זאלן מסכים זיין צו בלייבן. אלע חברי הנהלת הקהלה און אלע חברים אויף די ספעציעלע "וואל קאמיטע" (אסאך אהרונים) האבן מסכים געווען אפצושטעלן די וואלן.
עס איז טעכניש נישט מעגליך געווען אז די אהרונים זאלן געווינען יענע וואלן, ווייל מען האט געוואויט פאר 21 מענטשן וואס האט פארזיכערט אז אלע קאנדידאטן האבן געהאט א טשענס צו געווינען די פריימעריס.

4)
ווען די גונבי מאנטריאל וואלטן נישט פארכאפט די בנינים וואלט קיינער דאס נישט געטשעפעט, פארקערט יעדער האט אייביג געוואוסט אז בעלי בתים אין קהל וואס פירן פאקטיש די קהלה זענען אהרונים, ובראשם הרה"ח ר' שלמה יעקב שפיצער שליט"א וואס איז שוין קרוב צו דרייסיג יאר אין די קהלה. עס זענען געווען יונגעלייט וואס האבן געהאט טענות פארוואס ער איז דער אויסשליסליכער בעל הבית, אבער וויבאלד ער האט פאקטיש געטראגן דעם שווערן עול פון דעקן דעם בודזשעט פון אונזער (ארימע) קהלה האט יעדער געהאט פאר אים דרך ארץ, אפילו די זאליס.
חוץ מזה גלייב איך נישט אז די זאליס וואלטן געטאן אזא נארישע אומלעגאלע זאך וואס מען קען אין קאורט גאר שנעל צוריקדרייען.

5)
שקר וכזב! מען האט אויפגענומען נייע איינגעשטעלטע סיי אין די קהלה סיי אין תלמוד תורה און סיי אין בית אסתר, פון אלע סארט מענטשן, אהרוני זאלי פאליטיק האט בכלל נישט געשפילט קיין פאקטאר אין ערגעץ, איך גיי נישט שרייבן קיין נעמען פון יחידים. אבער ס'איז דא הייסע אהרונים וואס האבן קוים געענדיגט שנה ראשונה און זענען שוין היבש אקטיוו אין די קהלה.

6)
איך האב דאס שוין איינמאל געענטפערט, בית אסתר איז אויפן נאמען פון משפחת קליינבערגער און משפחת קאהן. ר' מרדכי קאהן פערזענליך איז לעצטנס אריינגעקומען אין באורד נאכדעם וואס ר' ברוך אברהם פערלמוטטער האט רעזיגנירט.

8)
די אהרונים האבן "קלאר" יעדן טאג געטוישט וואס זיי זאגן.
און אפילו נאכדעם וואס דער רבי האט קלארגעשטעלט זיין מיינונג, שפילן זיי ווייטער ארום און מאכן ליצנות פון זיינע ווערטער, און ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז כאשט ער איז א שטארקער "מנהיג" זענען זיינע הוראות כחספא בעלמא, אז זיינע אייגענע מענטשן אין ניו יארק פאלגן אים נישט, וויאזוי קען מען פארלאנגען עס זאל זיין "וישמעו רחוקים ויבואו", פארוואס זאלן מאנטריאלע אידן האבן טראסט אין זיינע הוראות אז ער איז נישט בעל הבית אויף זיינע אייגענע ראשי קהלה.

עס איז די גרעסטע ליצנות צו זאגן "די אהרונים האבן קלאר געזאגט", ווייל נישט די "אהרונים" נאר דער רבי אליין האט אויך "קלאר געזאגט" און זיינע ווערטער זענען גארנישט ווערד, ס'איז כחספא בעלמא, יעצט לאמיר זאגן אז ס'איז דא וואלן אין די "מאנטריאלע אידן" געווינען, די וואס ווילן נישט מחלוקת, און ווילן מען זאל נישט צוטיילן די קהלה, האסטו א ספק אז יצחק ראזנבערג וועט זיך אנפייפן?
מה דאך ווען דער הייליגער רבי געט ארויס א קלארן באפעל וואס צו טאן פייפט מען אים אן, וועט מען פאלגן אפאר נארישע תמימות'דיגע מאנטריאלע אידן, גרויסע שוטים וואס פארשטייען נישט אליין וואס זייער טובה איז, פלעין ווייל זיי זענען רוב?

פון וועמען מאכסטו ליצנות?

 

 

תוקן על ידי - קאנאדא - 22/05/2006 22:56:05

moshe06 » 22/5/2006 22:44

מיין תגובה, אויף וואס קאנאדא באציעט זיך,  איז ארויסגעפאלן {אפשר קען מיר איינער מסביר ווי אזוי!!!}

כ'האב געבעטן דעם עולם
אז ווילאנג קאנדא, וועט נישט ענטפערן וואס מען פרעגט אים
זאל מען זיך מער נישט באציען צי אים!!!

שור שנגח, האט דא אראפגעלייגט א גיטע תגובה מיט 8 אכט גיטע קשוית
אין קאנדא האט גע'ענפערט.... בית אסתר........

ער באציעט זיך נישט צי דאס וואס מען שרייבט צי אים, נאר ער הייבט אן יעדעס מאל אן פין דאס ניי
כ'האב דאס שוין עטליכע מאל באמערקט, טאמער ווענט מען אים גיט אפ,ענפערט ער נישט,
נאר ער קימט צוריק ווי א תם, מיט זיין סלאגאן גונבי מאנטריאל
תוקן על ידי - moshe06 - 22/05/2006 22:48:13

געשמאק » 22/5/2006 22:52

קרישקעלעך פון די נעכטיגע "קאנסעשען" אסיפה אין מאנטריאל אין  בית מדרש מתיבתא

עס זענען געווען קנאפע 50 סיגעטע מרי נפש

און עס האבן אויפגעטרעטן:

1) עמיצער "וואלטער" (דוכט זיך אז ער איז א גראסערי מאן)

2) יושע לערנער, חתן פונעם דיין הרב טירנויער

3) אברהם מייזעלס

אלע ווי איינער האבן געוויינט און געקלאגט מיט אומבאשרייבליכע יאוש, איבער דעם גרויסן בראך, און דער "וואלטער" האט געקלאגט אז דער דיין איז פארלוירן, דער רב איז פארלוירן, און דער מצב איז האפענונגסלאז.

דערנאך האט גערעדט יושע לערנער, און געוויינט אויפן מצב און אפעלירט פאר מסירת נפש, און געשריגן אז:
 
מיר גייען נישט אוועק פון שול,
 
מיר וועלן קעמפן מיט ציין און נעגל,

מיר בלייבן דא,
 
דא בלייבן מיר,

און חיים הערש לעווי דער פאנד רעיזער האט אריינגעשריגן
,
ש... ש.. שא.. 

נישט, דא (אין מתיבתא בית מדרש) בלייבן מיר. נאר אין שול וועלן מיר קעמפן. [בילד – נישט אפגעהיט]


און אלע אנוועזענדע האבן זיך פארשאסן אין א דערביטערטער גילעכטער...

דערנאך האט געליארעמט אברהם מייזעלס, וזה מתק לשונו

נישט נאר דעם בית המדרש האבן זיי באראבעוועט, נישט נאר די תלמוד תורה האבן זיי באראבעוועט, נאר אונזערע הייזער האבן זיי באראבעוועט, רבותי מיר וועלן מוזן זיך אוועקציען פון דא, מיר וועלן אלע מוזן איבערלאזן די שטאט, עס איז א גזירת גירוש [בילד – נישט אפגעהיט].

*****

אלזא טייערע ברודער

אקוראט אזוי וואלט געווען דער מצב, אויב מיר וואלטן דערלאזט אז די כת מוסרים ומסרבים לדין, וואלטן מצליח געווען אונז צו באראבעווען אין מאנטרעאל.

און נאר אדאנק די מסירות נפש, און העראאיזם פון די ראשי קהלתינו הקדושה, האט מען מקדים געווען פני הרעה.

מיר רופן אויס בפני כל הקהל הקודש 

ה' עמכם גבורי החיל






תוקן על ידי - געשמאק - 22/05/2006 22:56:59

שורשנגח » 23/5/2006 00:01

קאנאדא איך וועל דיך באלד ענפערן אויף דיינע שקרים

נאר יעצט אפאר פונקטן

1 דיין חזיר פיסל אז די ביסט א נערישער זאלי און איינער פון די מחריבי סאטמאר זעהט מען פון דאס וואס די שרייבסט

קשיא 1: די אהרונים זענען רוב.
ענטפער: שקר. די אהרונים זענען 37% פון די קהלה. די זאליס זענען 37% פון די קהלה.

עס איז דא פונקט 37 קעגן 37....

און

9'טע קשיא איז אז די האסט איין ספק אדער אפילו א ספק ספיקא שבעולם אז ווען משה גבאי ווייסט ווען ווי גרינג עס איז געווען צו טוישען די דיעט פון די קהלה וואלט ער עס נישט געטאן?

10 קשיא אז משה גבאי וואלט עס יא געטאן, וואס איז דיר ענדשער אזוי ווי יעצט אז די אהרונים האבן עס, אדער משה גבאי מיט זאלי?

ווען די קשיות וועסטו מיר ענטפערן וועל איך דיר ענטפערן די אנדערע זאכן.

טאראראם » 23/5/2006 00:40

צום 100'סטע תגובה וויל איך פרעגן, אפשר וויסט איינער פארוואס פון הרב טירנוער זעלבסט הערט מען נישט קיין סטעיטמענט'ס, קללות, דרשות, שיטות וכו'...?

kleinekup » 23/5/2006 00:48

1} שטיינמאן ליגט אים נאך אין גארגעל 2} למעשה מיינט ער זיך. אין ווי ער שטייט ווייסט מען דאך, דאס אז זיי ווילן כולו שלי ווייסט מען אויך נאר יעצט למען "שלום" ווייזט ער אז מקען צאמלעבן בענעזאם.(ווי אויך וויל ער שטארק אז די "דיין" אידן זאלן זיך אויפוועקן) און מפריש חלה זיין דוק ותשכח

quebec » 23/5/2006 01:02







איבער וואס איז די גאנצע געשלעג אין מאנטריאל



די ת"ת געהערט פאר מאור הגולה, פרעגט אייך נאָך ביי די עלטערע יודן אין שטאט ווי אזוי די סאטמארע הבען  עס באקימען מיט די באקאנטע הלכה פון כל דאלים גבר.



און ווידער דעם בנין הבית המדרש געדענקן מיר נאך ווי און איר ערשטער יאר אין יאַרע 1987  האט די Montreal gazette  איר באצייכענט אלץ  the most awful building of the year.




אלזא שלאגט אייך קינדעלעך


קאנאדא » 23/5/2006 02:15

שור שנגח
קודם טענק יו פאר די קאמפלימענטס. 1) חזיר פיסל. 2) נערישער זאלי. 3) מחריבי סאטמאר.
אז דו מוזסט נוצן די סארט שפראך איז דאס א גוטער סימן אויף דיין גאנצן מהות.

 

1) די ליסטע בין איך איבערגעגאנגען עטליכע מאל צוזאמען מיט נאך חברים וואס קענען יעדן פערזענליך
אין מאנטריאל, און איך האלט מיך צו די פאקטן וואס איך האב געשריבן.

2) דו טענה'ס דאך אז מען האט איבערגעשריבן בית אסתר פאר פאליטיק, האט מען דאך געוואוסט ווי גרינג עס איז פארוואס האט מען טאקע נישט איבערגעשריבן די קהלה? ווייל קיין שום נארמאלער מענטש אין מאנטריאל וואס זוכט דעם תכלית פון די קהלה, און דעם תכלית פון זיינע קינדער וואלט אזא זאך קיינמאל נישט געטאן, צו דעם האט מען געדארפט האבן די פינף גנבים וועלכע זענען א גרופע ליידיגייערס, וואס עס באדערט זיי נישט קיים שום ערנסטע זאך, נאר זיי האבן דאס געקענט טאן.

3) משה גבאי קענסטו אנרופן שייגעץ טעראריסט, וויאזוי דו ווילסט, אבער א שוטה איז ער נישט!!!
און ער ווייסט גאנץ גוט אז אויב וואלט ער געטאן אזא שייגעץ שטיק וואלט ער נאר פארלוירן און וואלט אנגעמאכט בזיונות פאר זיך און פאר זיין גאנצע געמיינדע. איך ווייס נישט צו ער וואלט זיך געזוכט צו שלאגן מיט אונזער רב, אבער אפילו ווען יא וואלט ער נישט געטראפן אין מאנטריאל קיינעם וואס זאל מיטארבעטן מיט אזא מעשה נבלה.


און צום שלוס מר. שור שנגח.
דערשרעק מיר נישט, און שטעל מיר נישט קיין תנאים ווען דו ענטפערסט יא און ווען נישט, ביזט בכלל נישט מחויב צו ענטפערן, און אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן, ענטפער נישט. אדער קענסטו נוצן דעם תירוץ כללי "נארישער זאלי"....

דארפסט פארשטיין אז איך שרייב הונדערט פראצענט אויף מיינע אייגענע טערמינען און איך וועל ווייטער אויך נאר ענטפערן לויט מיין געשמאק און גיסטע...

 

שורשנגח » 23/5/2006 02:50

די רעדסט אהער און אהין

אבער האסט נישט גענטפערט אויף קיין איינע פון די צוויי קשיות

9'טע קשיא איז אז די האסט איין ספק אדער אפילו א ספק ספיקא שבעולם אז ווען משה גבאי ווייסט ווען ווי גרינג עס איז געווען צו טוישען די דיעט פון די קהלה וואלט ער עס נישט געטאן?

10 קשיא אז משה גבאי וואלט עס יא געטאן, וואס איז דיר ענדעשער אזוי ווי יעצט אז די אהרונים האבן עס, אדער משה גבאי מיט זאלי?

ענטפער וואס מען פרעגט דיר יא אדער ניין

פאטאקי08 » 23/5/2006 03:34

איז דא עפעס נייעס?

קאנאדא » 23/5/2006 04:03

שור,

איך האב הנאה אז די ערשטע 8 קשיות, זענען שוין פארענטפערט געווארן, און די האלטסט שוין ביי 9 10, אדרבה פרעגט, און מיר וועלן דיר דערציילען, וואס עס טוהט זיך אין מאנטריאל.

9) דער פאקט איז אז משה גבאי האט עס נישט געטוהן, נאר עטס צדיקים, אין יעצט דארפט עטס עסן ענקער מיסטעק.

10) אויב משה גבאי וואלט ווען דעס געטוהן וואלטן מיר יעצט צוזאמען געארבעט "יא מיט דיר שור" אקעגן משה גבאי.


moshe06 » 23/5/2006 04:25

קאנאדא

די הייבסט שוין אן צי מאכן א רושם כאילו די ביסט באמת א מאנטריאלער, נישט סתם א נערישער וומסב"ג זאלי 
אין  די מחלוקה טיט דיר באמת וויי, פשוט ווייל מ'מאכט מחוקות אין דיין קהלה, ווי די וואינסט באמת

קאנדא, קיינער דא ווערט נישט איבער גענימען,פין דיינער פארקרימטע השגות
יעדער ב"ה פארשטייט וואס מען האט געטיען, אין פארוואס מען האט עס געדארפט טיען
אינקלאנדיג די נערמאלע זאליס,זיי פארשטייען עס אויך {אויב עס איז בכלל דא....}

קאנאדא, עצה טובה קמ"ל
הער אויף צי טרויען אין קלאגן, אויף מאנטריאל בילדינגס
א זאך וואס איז 600 מייל ווייט פין דיר , איון די האסט גארנישט דערמיט

בקרוב האפן מיר צי געווינען די קארט אין וומסב"ג,

דאו וועסטע קענענן קלאגן אויף דיין בילדינג ווי דאווענסט יעדן טאג, פארוואס מען נעמט דיר עס צי

בא_ללמד » 23/5/2006 04:25

נאך די גנצע טענות ומענות קוקט מיר אויס אז די גאנצע זאך קאנצענטרירט זיך אין איין קארדינאלע נקודה:

צו וועט מאנטריאל בליבן איין קהילה ?

איז מעגליך אז זאליס און אהרונים זאלן עמטליך וואוינען אונטער איין דאך ?

מיין ענטפער איז קלאר: ניין !

און במילא איז בכלל נישטא וואס צו טענה'ן, די אהרונים זענען פשוט אין א בחינה פון א מציל מלועו של ארי, און קיינער קען צו זיי נישט האבן קיין טענה.

ווידער צובראכן די קהילה האבן זיי נישט, ווייל די קהילה איז במילא צעבראכן.

בא_ללמד » 23/5/2006 05:15

איך שפיר פאר וויכטיג ארויסצוברענגען נאך א נקודה, בנוגע די גאנצע אנגעווייטאגטע פרשה. איך פארשטיי זייער גוט די געפילן פון די מאנטריאלער אידן וועמען עס דוכט זיך כאילו מען האט פון זיי עפעס צוגענומען. אבער עס פעלט זיי א וויכטיגער יסוד אין די סוגיא. מיר דא אין וויליאמסבורג וכו', זענען אויך יארן לאנג געווען "שיינע אידן", מיר האבן זיך געלאזט שפייען אין די קאשע, מ'האט זיך געלאזט שלאגן, שטויסן, טרעטן פון א גרופע מופקרים, געשולטע לאנגיעריגע טעראריסטן וועלכע האבן פוסע געווען על ראשי עם קודש מיט די גרעסטע מאס רשעות און אכזריות. קיין שום מיטל איז פאר זיי נישט געווען פסול צו דערגרייכן זייער ציל. ס'האט גענומען יארן לאנג, ביז מיר האבן זיך ארומגעזען אז אונזער גאנצער עתיד גייט פארפאלן, עס איז "לא עת לחשות", און "החלש יאמר גבור אני", בלית ברירה האבן מיר אנגעהויבן צוריקצוקעמפן מיט די רשעי הדור מיט אלע מיטלען, און אזוי זיך אנגעהויבן עטוואס צו שטעלן אויף די פיס. איר דארטן אין מאנטריאל האלט נאך ביים אנפאנג, איר ווייסן נאכנישט מיט וועלכע אוממענטליכע חיות מ'האנדלט דא, איר האט נישט געהעריג מיטגעהאלטן וואס זיי האבן געטון אין בני ברק, צי אין לאנדאן, צי אין בארא פארק, און נאך פילע מקומות, ווען מען איז אויפגעשטאנען איין צופרי און געהערט אז אינמיטן די נאכט זענען די בנינים געווארן איבערגעשריבן פאר א נייעם באורד, און יעצט קען מען גיין בארן קלאפן. אודאי בלית ברירה וועט מען לויפן אין געריכט, אבער ביז וואס וואו ווען שטייט מען אויס פון זיי צרות יגון ואנחה. אזוי ווייט, אז אפילו אין בני ברק, וואו עס איז לית מאן דפליג (אפילו יוסף90 דער בעל החלומות...) אז די סאטמארע חסידים האבן אן איבערוויגנדן מערהייט איבער די זאליס, לפחות 70%, שעמען זיי זיך נישט צו האלטן פארמשכונ'ט דע ם ערליכן ציבור, און זיי טעראריזירן מיט כל ערליי שיקאנירונגען און סטראשונקעס, בלויז פאר דעם איינעם חטא פון מקיים זיין צוואתו הקדושה פון רביה"ק זי"ע הכ"מ, און זיך אונטערווארפן אונטער מ"מ כ"ק רבינו שליט"א ! מיר דא פארשטייען עס זייער גוט, מיר ווייסן אויך אז "אין חכם כבעל הנסיון" און דעריבער איז עס אייך נאך שווער צו פארשטיין, אבער די געטרייע ראשי הקהילה זענען אנטשלאסן צו שטיין על המשמר און נישט דערלאזן אז די רשעים זאלן קענען טון די זעלבע זאך אין מאנטריאל. פארשטייט זיך אז עס וועט נישט זיין כגנב הבא במחתרת, מען וועט זיך אראפזעצן און פארהאנדלען אז עס זאל אלעס זיין על צד היותר טוב לויט אייער געשמאק און רצון, אבער האלט פאר די אויגן דעם באקאנטן משל פון הייליגן חפץ חיים איבער די לויות ביים גרעניץ שטעטל, "עס איז בעסער צו וויינען פריער א קליינעם געוויין, ווי צו וויינען שפעטער א ביטערן געוויין".

13Hooper » 23/5/2006 05:43

מאנטריאל אין קאנאדא
איך האב נאך אלס נישט באקימען א תשובה וועגען דעם גנבה פין בית אסתר וואס עטץ האלטס,  ווייל עס זעהט אויס אז דער תירוץ איז אימבערעסינג פאר ענק

יעצט פרעג איך א אנדערע קשיא

ענק מיינען דעך נאר שלום אין זאגען אז אויך בית אסתר איז אויף דעם טיש נא פארוואס ריפטס עטץ אינז אלס גונבי מאנטריאל אין מרדכי קאהן הייסט נישט הגנב דבית אסתר

קאנאדא » 23/5/2006 07:05


13 הופער
די ענטפער אויף בית אסתר האב איך שוין געשריבן אויף פעידזש נומ 7. קוק דארט אויב דו פארשטייסט עס נישט ביים ערשטן מאל קוק עס איבער עטליכע מאל.

די סיבה פארוואס די גנבים ווערן אנגערופן "גונבי מאנטריאל" איז פשוט ווייל זיי האבן גע'גנב'ט די בנינים פון מאנטריאל.
משא"כ איינער וואס האט נישט געגנבט איז נישט קיין גנב.

קאנאדא » 23/5/2006 07:09

בא ללמד
טו אונז נישט קיין טובות און מאך אונז נישט קלוג, קלער אונז נישט אויף אז מיר זענען ממילא צובראכן....

אונז קליינשטעלישע נארנים צו וועלכע די גרויסע טאטע ראשי קהלה האבן נאר צייט אפשר נאך שבועות, האבן די לעצטע זיבן יאר געלעבט צוזאמען באהבה ואחוה, און אפילו נאך די פטירה פון רבינו בעל ברך משה זצ"ל האט יעדער פון ביידע זייטן אויסגעדרוקט זיין רצון און ווילן אז מען זאל ווייטער לעבן און זיך האלטן צוזאמען.

ביז דער חצוף יצחק ראזנבערג האט מסביר געווען פאר די פינף גנבים אין מאנטריאל אז מען קען "עניוועי" נישט לעבן צוזאמען...

בא ללמד
הער גוט איבער די ערשטע דרשה פון אונזער רב שליט"א, הער אויף צו צינדן מחלוקת, זאלסט וויסן ס'איז א שפיל מיט פייער.
מאך נישט חרוב א קהלה נאה בישראל, וואס קען, און בעזהשי"ת וועט, לעבן באחדות, כאטש מען האלט פון  אנדערע רביים, און די ניו יארקער אינטערעסן שפילט בעסער אז מיר זאלן זיך קריגן.

13Hooper » 23/5/2006 07:46

קאנאדא
איך האב געפרעגט אויף פעידז 5 אין מאנטריאל האט נישט געענטפערט צי דער זאך
האב איך נישט געזיכט אויף פעידז 7
קענסט מסביר זיין פינקטליך פארוואס מען האט געדארפט מאכען א נייע קארפ אין אריין שטעלען עס דארט
לויט דיר ווען מען האט אריין געלייגט דעם רבין זי"ע האוס אין א נייע נאמען בית פייגע איז אויך נישט געווען א גנבה?

פאטאקי08 » 23/5/2006 19:58

קען מיר אפשר עמיצער העלפן איבערשרייבן די עמפייער סטעיט בילדינג אויף מיין נאמען?

איך זע דא אז ס'איז זייער א גרינגע זאך

קאנאדא » 23/5/2006 20:08

13 הופער


איך האב נישט ליב איבערצוזאגן די זעלבע זאך אפאר מאל, אבער אזוי ווי איך זע אז דו פארשטייסט נישט וואס איך האב געשריבן וועגן בית אסתר וועל איך דיר דאס קלאר מסביר זיין:

1) בית אסתר איז די סאטמארע מיידל סקול אין מאנטריאל, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך הרה"ח ר' לייבוש קליינבערגער ומשפחתו ועוד אנשים חשובים.

2) ווען מען האט געקויפט דעם בילדונג אויף ווען הארען האט מען דאס געלייגט אויפן נאמען פון קהל יטב לב, קהל האט נישט צושטייער געגעבן קיין געלט צו קויפן בית אסתר. מען האט עס געלייגט אויף זייער נאמען ווייל אין קאנאדא איז זייער שווער צו מאכן א נאן פראפיט ארגאניזעשאן.

3) הרה"ח ר' חיים אביגדור קאהן שליט"א האט געגעבן דאס געלט צו קויפן דעם בנין, און נאך טייערע אידן האבן צושטייער געגעבן נדבת לבם.

4) ווען ר' חיים אביגדור וואלט נישט געווען אזא עניו, וואלט דער בנין געהייסן "בנין קאהן" אבער אזוי ווי ר' חיים אביגדור איז אייביג אוועקגעשטאנען פון פרסום, האט ער באצאלט דאס געלט און פארטיג.

5) בית אסתר קארפארעישאן האט געצאלט אלע מענטענעס און געהאלט פאר די טיטשערס אבער דער בנין איז געווען אויפן נאמען פון קהל יטב לב.

6) פאר צוויי יאר צוריק האט קהל געהאט פראבלעמען האבן זיי פארלאנגט פון בית אסתר זיי זאלן דאס אריבערלייגן אויף זייער אייגענעם קארפארעישאן. און אזוי האבן זיי טאקע געטאן.

7) ר' מרדכי קאהן איז אפילו נישט געווען אויפן באורד מען האט אים שפעטער ארויפגעלייגט ווען ר' ברוך אברהם פערלמוטער האט געבעטן מען זאל אראפנעמען זיין נאמען. מען האט ר' מרדכי ארויפגעלייגט אויפן באורד נישט כדי ער זאל פארדינען נאר כדי ער זאל "באצאלן".... און זייט נישט באזארגט עס קאסט אים אפ אוצרות מיט געלט יערליך, בית אסתר קען זיך נישט דעקן און זיין שטיצע.

8) פאר די געלט וואס ר' חיים אביגדור און ר' מרדכי קאהן האבן אריינגעפאמפט אין בית אסתר במשך די יארן, וואלט מען געקענט קויפן נאך צען בית אסתר'ס.

9) די קהלה אין מאנטריאל באשטייט פון 250-260 מענטשן בערך, זיי זענען נישט ביכולת זיך אליין אויסצוהאלטן, משפחת קאהן פאמפט אריין יעדעס יאר אינעם מאנטריאלן ציבור הונדערטער טויזנעטער דאלארן, דורך פארשידענע אופנים.

10) תמצית, דער באורד פון בית אסתר באשטייט היינט
ר' לייבוש קליינבערגער, זיין איידעם ר' הערשל פליישמאן דער מנהל פון בית אסתר, און ר' מרדכי קאהן דער נושא בעול פון בית אסתר
איז וואס איז די גניבה? אפשר ביזסטו מיר מסביר?
מען האט איבערגעשריבן בית אסתר פאר בית אסתר!

ווער באצאלט די טיטשערס?

ווער באצאלט די באסעס?

ווער באצאלט די היידרא בילס?


אז בית אסתר זאל געהערן פאר בית אסתר פארשטייסטו אז ס'איז גניבה? הא?

אבער אז פינף יחידים גנבים יונגאטשעס און מחוצפים, זאלן פארקויפן דעם ביהמ"ד אויף האטשיסאן מיטן אלטן בית המדרש אויף סט. אורבען פאר א מחרחר ריב אין ניו יארק, ווייל מען וויל מכלומר'שט א "טובה טאן" פאר די מאנטריאלע אידן, דאס פארשטייסטו נישט אז ס'איז גניבה וגזילה ?????

 

שורשנגח » 23/5/2006 20:28

קאנאדא שרייבט

אבער אז פינף יחידים גנבים יונגאטשעס און מחוצפים, זאלן פארקויפן דעם ביהמ"ד אויף האטשיסאן מיטן אלטן בית המדרש אויף סט. אורבען פאר א מחרחר ריב אין ניו יארק, ווייל מען וויל מכלומר'שט א "טובה טאן" פאר די מאנטריאלע אידן, דאס פארשטייסטו נישט אז ס'איז גניבה וגזילה ?????



אזעלכע שרעקליכע גנבאים
פארוואס ריפטס עטס נישט קיין פאליס?....


אפשר זאגסטו מיר די טיפוש
אז די דארפסט עס צוריק

מאך וואלען, און פטור
באקומסט עס צוריק.

זענען מיר מחויב צו לאזן אז אזלעכע יונגאטשען
ווי

מרדכי קאהן
יוסף שמואל פאוזען
משה פרידמאן


זאלן אוועקרויבן די בנינים

מאך וואלען און דער רב וועט זיין באלעבעס.

צי ר' דוד מייזעלס איז מסכים אדער נישט
צו ר' משה מנחם איז מסכים אדער נישט

צו משה בן פראדעל איז מסכים אדער נישט

in_time » 23/5/2006 20:32

קאנאדא,

הייסט לויט דיר ברויך "בנין מארקאוויטש" אין קרית יואל  באלאנגען פאר די אחים הנגידים מארקאוויטש ?
עס באדארף צו זיין אויף זייער נאמען, וויבאלד זיי האבן דאס געבויט ?

"בנין אהל יהושע" די היכל הכולל  אין קרית יואל דארף זיין אויף שלום ווייס'ס נאמען ? און נישט אויף די נאמען פין קהל יטב לב,  ווייל ער האט עס געבויט ?

אז ר' ישראל גאלדבערגער געט פאר יו"ט פסח און סיכות $200.000.00
פאר די מוסדות , פאר די מלמדים און די טיטשערס דארף די בניני המוסדות ליגען אויף זיין נאמען ?

ס'איז נישט קיין חילוק ווער עס בויט דאס, אדער ווער עס האלט עס אויס, !

יענקעלע11 » 23/5/2006 20:41

וואס האט איר טענות צו די זאלונים,
קווינס קעמפ איז אויף משה שמואל זופניק'ס נאמען,
מירטל עוועניו בית המדרש בית יעקב נחמי' איז אויף דוד לייבוש און בערל'ס נאמען,
די זאלונים טראסטן נישט קיינעם און לאזן אלעס אויף זייער נאמען,

13Hooper » 23/5/2006 20:52

זיי טראסטען נישט משה פמן
וואס ווען עס לוינט עיהם מאכט ער שלום מיט זיינע גרעסטע שונאים כדי צי באגראבען זיינע לעצטע פריינד

קאנאדא » 23/5/2006 22:15

איך זע אז איר האט אלע גוט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן וועגן בית אסתר, און איר האט דערפאר פרובירט צו פארקירעווען דעם שמועס צו א אינטרעסאנטע טעמע אויב נדבנים וואס זענען עפעס מנדב האבן רעכט דערויף.

די נקודה פון בית אסתר האט איר גוט ארויס:

1) בית אסתר האט געקויפט א בילדונג אין געלייגט אויפן נאמען פון קהל יטב לב.
2) קהל יטב לב האט פארלאנגט בית אסתר זאל עס נעמען אויף זייער נאמען.
3) בית אסתר קארפארעישאן איז אויפן נאמען פון די מענטשן וואס פירן בית אסתר, איין נאמען אויפן באורד איז הרה"ח ר' מרדכי קאהן, און אויך נישט ווייל ער האט געוואלט, נאר ווייל ער האט "מסכים געווען".

די איינציגסטע סיבה פארוואס מען זוכט ליגענטס צו באשמוצן ר' מרדכי איז צו פארענטפערן די מיאוס'ע אקציע פון די גונבי מאנטריאל, וועלכע האבן ווי פראסטע גנבים אוועקגעכאפט די בנינים פון די מאנטריאלע אידן און עס פארקויפט אויף ניו יארק.

דער רבי האלט עס איז א עוולה. און מען דארף עס צוריקגעבן כדי נישט עובר צו זיין אויף לא תגזול ולא תחמוד!

אונזער רב פון מאנטריאל האלט עס עוולה.

יעדער נארמאלער מענטש אין מאנטריאל בלוטיגט און איז אנגעווייטאגט. מען האט דורכגעפירט די גניבה קעגן די חברי הנהלת הקהלה וועלכע איז באשטאנען א גרויס טייל פון אהרונים.

און ווער האט עס דורכגעפירט?

אפאר ווילדע יונגאטשעס, וואס איך דארף מיך איינהאלטן מיט אייזערנע קייטן נישט צו שרייבן מקצת מעשיהם הטובים. און יעדער טאנצט זיי נאך, די פערד שלעפן די רייטערס, אריין אין א טיפע בלאטע, און אלע געלערנטע שרייבערס פארענטפערן דאס?

מען איז קלוגער פון רבי'ן
מען איז קלוגער פון עלטערע ראשי הקלה מיט ווייסע בערד וואס זענען שוין דרייסיג יאר אין די קהלה און פארשטייען וויאזוי זיך אומצוגיין מיט אנשי מאנטריאל.

אפאר יונגאטשעס וואס שרייען הויעך שלעפן נאך יעדעם איינעם אריין אין א טיפע בלאטע, און מען האט נישט די גאוטס זיי אפצושטעלן !!!!!

מען טרייט זיי צו פארענטפערן !!!

אנשטאט צו פאלגען דעם רבי'ן און צוריגעבן די גזילה, פלאטשקעט מען אין בלאטע און מען ווערט שמוציגער און שמוציגער.


יענקעלע11 » 24/5/2006 00:04

דער נארישער קאנאדא, וואס איז נישט אמאל קיין זאלוני,
ער איז סתם א צודרייטער וואס האט זיך אנגעכאפט אין א אישוי,
וואס האט מיט עם לגמרי נישט קיין שייכות, און ער מאכט סתם
משוגע די וועלט, הער זיך איין קאנאדא, טאמער ווילט איר לעבן בשלום
ובשלוה, נו, ווער לאזט אייך נישט, ליין נישט היידפארק, וועסטו בכלל
נישט וויסן אויף וועמענס נאמען די מוסדות זענען, עס וועלן ווייטער דינען די
זעלבע אלטע גבאים, דער זעלבער דיין און דער זעלבער רב, די זעלבע מקוה,
די זעלבע קאווע, אלעס גענוי ווי ביז איצט, נו, מה כל הרעש, איי (דיין ליגענט) אז דער
רבי שליט"א האט געזאגט מען זאל צוריק געבן די בנינים, און מען פאלגט עם
נישט, וויל איך דיך בעטן, נעם דיך נישט אן פאר אונזער רבינס כבוד,
ער פארשטייט זיך אליין זיין שטעטל,
ער האט גענוג כבוד אן דיין אינטערווענץ.
בלאט: 1 2 3