אליבא דאמת איז יפה שתיקותי מדיבורי. דאך וועל איך פרובירן ערקלערן וואס איך האב דא געוואלט, כ'האף ס'זאל נישט נעמען לאנג.
אין פרינציפ ביזטו הרב קרעמער אודאי גערעכט. ווען א איד זאגט א גוטע זאך טאר מען אים נישט אראפרייסן, ווארשיינליך וואלט איך געדארפט אנדערש פארמולירן מיינע רייד.
אבער הערט א נקודה.
כ'ווייס נישט ווי לאנג איהר שפאנצירט דא אויפן פארק, אבער ווער עס געדענקט (אדער קען נאכזוכן) די שטרייטן וועלכע איך פלעג פיהרן פארצייטנס (ווען כ'האב געמיינט אז כ'פארמאג מער צייט) געגן די אוסרי העירוב, ועוד יותר די נארישע לייט וועלכע פרובירן דאס מאכן אן אינטעגראלער טייל פון די סאטמארער "שיטה". איך זעלבסט טראג נישט מיטן עירוב, מפני כבודו פונעם הייליגן סאטמארער רב זי"ע, ער פערזענליך האט קיין עירוב נישט געוואלט מאכן, און איך שעץ זיין מיינונג, אבער מיט געוואלדטאטן צוטיילן יענעם וואס צו טון און וויאזוי זיך צו פיהרן - איז קיינמאל נישט געווען דעם רבי'נס דרך. כ'האב שוין געברענגט דוגמאות פון על הגאולה וועגן גיין צום כותל, ואין כאן המקום.
דאס זעלבע איז מיט די נארישע זינלאזע פאליטיק, אין וועלכע די סאטמארער קהילות זענען אריינגעדרייט געווארן. איך האב שוין געשריבן אין מערערע פורומ'ס אז איך געהער נישט אהן צו קיינעם פון די פארטייען אדער פראקציעס אינערהאלב סאטמאר, דער הייליגער סאטמארער רב זי"ע איז מיין מורה דרך, וואס ער האט פארלאנגט ביי זיין לעבן פרוביר איך צו ערפיהלן ווי ווייט מעגליך, כ'ווייס נישט אויב איינער געדענקט די מערכות דא אויפן פארק מיט די ציונים למיניהם, מיט די שייטלען, און אנדערע. מיר דוכט זיך, אז איך האב נאך קיין פאליטיק קיינמאל נישט געשריבן דא אויפן פארק, טראצדעם וואס איך וועל נישט ערהוילן אז איך האב א פריוואטע מיינונג אין דער געפעכט, גענוי ווי איך האב א מיינונג אין באבוב אדער דעמאקראטן און רעפובליקאנער, אבער שרייבן אדער רעדן דערפון, איז פשוט צייט פארטרייבעניש, און עס ברענגט נישט קיין שום נוצן. פארקערט, עס ברענגט שאדן פארן מענטש צו וועלכע ער אליין איז נישט שטענדיג באוואוסטזיניג.
יעצט א משל. געווען אמאל צוויי ברידער וועלכע האבן זיך גאנץ פיין געלעבט צווישן זיך, אין אן ליאדן טאג ויבא גם השטן בתוכם, צוליב געוויסע סיבות האט ער אריינגעברענגט א קאלטקייט אין די הערצער, נישט גענוג געווען אויף צו פיהרן א קריג, אבער קיין ליבשאפט האט נישט געהערשט צווישן זיי. לאמיר זיי רופן יששכר און זבולון.
אין א געוויסן פריהמארגן טרעפט יוסף יששכר'ן און פרעגט איהם: זאג נאר, דיין ברודער זבולון איז עפעס שוואך אין אידישקייט לעצטנס, מען שמועסט אז ער לייגט נישט קיין תפילין, ווער ווייסט אויב ער פיהרט א כשר'ע קיך, וואס גייט פאהר דארטן? אונטער נארמאלע אומשטענדן וועט יששכר אלס ברודער לייקענען שטיין און ביין, נאכמער, ער וועט זיך אננעמען פאר זיין ברודער און זאגן יוסף'ן אז די גאנצע מעשה הייבט זיך גארנישט אהן, ער האט פשוט אומפארגינערישע שכנים וועלכע לאזן מוטוויליג ארויס אויף איהם די סארטן קלאנגען, אבער אלס קלאפט ביי איהם ווי עס באדארף צו זיין. טראצדעם וואס יששכר ווייסט אין הארצן יא דעם ביטערן אמת, אבער ווען א פרעמדער וועט איהם באקלאגן אויף זיין ברודער, וועט ער ארויסווייזן ברודערשאפט, נישט פיינטשאפט.
און אויב דער פרעמדער איז נאך א שמח לאיד, ער האט פיינט די משפחה שוין פונלאנג, און ער ווארט אויף דעם טאג אין וועלכן ער וועט הערן אז עפעס איז נישט אין בעסטן ארדענונג, וועלן אודאי אלע משפחה מיטגלידער פרובירן צו פארגלעטן די וואונדן אויסערליך, בלויז דעפאר אז יענער זאל נישט הנאה האבן פון זייער בראך.
אנדערש איז אבער ווען א נאהנטער משפחה פרובירט צו ראטעווען דעם מצב, דאן איז נישטא וואס צו באהאלטן, מען שפרייט אויס אלע פראבלעמען אויפן טיש און מען זעהט וואס מען קען טון, און מען רוהט נישט ביז די פראבלעמען ווערן געשליכטעט.
דער נמשל איז, ווען א פרעמדער, וועלכער לויט זיין היסטאריע טראגט זיך ארום מיט א האס צו אלעם אשר בשם סאטמאר יקרא, קומט אטאקירן סאטמאר פאר דאס און יענץ, אפילו אומר אמת אין שומעים לו, ווייל ער מיינט דאך גארנישט וואס ער זאגט, ער פרובירט בלויז צו באפאלן די אלע וועלכע גייען אין די סאטמארער שיטה, דאן מוזן אלע אויפריכטיגע סאטמארער - אפגעזעהן צו וועלכע פארטיי מען געהער, אויב בכלל - זיך אויסערליך פארטיידיגן, כאטש אינווייניג אין הארץ ווייסט מען דעם אמת, דער עירוב האט נישט קיין פארבינדונג מיט סאטמאר; די נארישע פאליטיק הרג'עט אוועק אלעס; און דאס גלייכן, אבער פאר א פרעמדן וועט מען דעם אמת נישט דערציילן, זאל ער זיך נישט פרייען. ווער רעדט נאך אויב יענער האט די אייגענע פראבלעמען, אזוי ווי איך האב מרמז געווען.
ואתכם הסליחה!
תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 12/05/2006 17:49:10