היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » כאפט א פלאץ למען השבת-ב' חוה"מ

כאפט א פלאץ למען השבת-ב' חוה"מ

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1879924

דיפלאמאט » 12/4/2006 20:18

ווער געדענקט דען נישט דעם פארגאנגענעם חול המועד פסח איז פארגעקומען די דרשות התעוררות קעגן דעם עירוב וואס טייערע עסקנים האבן שווער געארבעט שלא על מנס לקבל פרס און אויסגעגעבן שווערע געלטער צו ראטעווען אידן פון חילולי שבת.

די ווערטער פון דעם הילל רשע (נישט מיינע ווערטער. הגאון ר' יחזקא' ראטה שליט"א האט אים אזוי אנגערופן) ווי ער האט ארויסגעבלאזן זיין שוימיגן שנאה קעגן ערליכע אידן געדענק איך נאך גוט. ווי ער האט זיך געטרויט מיט אזא טפשות אויפצוטרעטן ברבים איז זייער נישט צו פארשטיין. דאס קומט נאר פון אן אנגעווייטאגטן הארץ וואס איז אנגעשטאפט מיט העסליכע שנאה צו אידן וואס האלטן אנדערש ווי ער.

יעצט קומט א פרישע בשורה אז דעם קומענדיגן זונטאג, ב' דחוה"מ ווערט פריש אראנדזשירט א קיבוץ ווי רבנים וועלן אויפטרעטן און איבער'חזר'ן אז ברוך ה' דער עירוב לעבט. און כאטש די פולע באמיאונגען פון רשעות'דיגע הענט וואס האבן אריינגעלייגט כל טצדקי צו טשעפענען און ארונטעררייסן דעם עירוב, שטייט דער עירוב בהדרו און מען קומט נישט צו מחלל שבת זיין אפי' בשוגג.

דער עולם וואס וויל נישט פארפאסן די ווערטער וואס מען וועט גאנץ באשטימט צענזורירן, זאל גיין און כאפן א גוטן פלאץ ביים גרויזאמען אסיפה, כאטש עס איז א פשוטע זאך אז דער נייטרא'ר דיין וואס איז געקומען פסק'ענען א הלכה וואס הגם לשיטתיה פאר יאר טאר קיין רב וואס איז נישט פון די שטאט אריינרעדן, און וויאזוי ער האט געזאגט במתק לשונו, "ווער האט איהם געפרעגט?" וועט נישט אויפטרעטן, קוקט אויס אז א יאר האט איהם גענומען צו באמערקן אז נייטרא איז ווייטער פון וויליאמסבורג וואו בארא פארק.

שם_אחר » 12/4/2006 20:22

נישט צום גלייבן אויף אזא מהלך, שוין ברוך השם דא אפאר יאר דער עירוב, וואס טויזענטער אידן, און איך אויך צווישן זיי, זענען שוין אפגעהיטן געווארן פון חילול שבת, זאל מען נישט קענען איינרוען, איך האף דארט צו זיין, און נישט דארפן הערן די צענזירירטע טעיפס. תוקן על ידי - שם_אחר - 12/04/2006 20:23:17

findodort » 16/4/2006 09:03

פון ווי ווייסטי אז די  דער נייטרא'ר דיין וועט נישט אויפטרעטן?

יאגעלע » 16/4/2006 18:50

ווי גייט עס זיין?

ווער גייט יא רעדן?

איך פארשטיי אז עס איז דא אסאך אידן וואס שטערט א עירוב, וואס איז אבער די אויפטי פון די דרשות? די עירוב וועט דאך בלייבן?

findodort » 17/4/2006 01:59

אויף די פלאקאטן אויף די גאס שטייט אז עס וועט אויפטרעטן
הרב ר' געציל בערקעוויטש שליט"א
אין נאך עפעס א רב פין די פרעמד, איך מיין פין פלעטבוש.
אין הרב ר יוסף חיים מאסקאוויטש

איך גלייב נישט אז הרב ר' געציל וועט דארט זיין באזיכן די קאאקאאס, קיין נארמאלע מענטש שטייט נישט מיט זיי אין ווארט, אין זיכער וועט ער נישט רעדען. 
די חברה זענען געבויט אויף שקר, פאריאר האבן זיי געשריבן אז די קיוויאשער גייט רעדען

איך קען זיין ראנק. 

יאגעלע » 17/4/2006 18:56

איך בין געווען אנהייב ווען ר' שלמה הערצאג האט גערעדט אז דער וואס מאכן דעם עירוב דארפן דען דעם עירוב?

מען האט פארשיקט בחורים מיט הויכע היטן וואס האבן זייער שטארק געוואלט אויסהערן די דרשות...

שפעטער בין איך שוין נישט געווען.

עס איז געווען אנגעשטאפט מיט טויזנטער אידן וואס האבן זיך געוואלט אנעמען לכבוד דעם הייליגן שבת.

הרה"ג ר' געציל בערקאוויטש שליט"א האט טאקע נישט גערעדט נאר געווען ביי די ראוז קעסל און שארף גערעדט קעגן די עירוב אז מען טאר נישט טראגן וועגן דריי טעמים

1 רבינו הקדוש מ'סאטמאר זי"ע האט זיכער נישט געהאלטן דערפון.

2 אזויפיל אידן זענען נישט מזכה דעם פת, מאכט עס א פראבלעם פארן עירוב אויב ס'איז דא.

3 קיינער ווייסט נישט ווי דער עירוב איז.

איך האב אויך געהערט אז אין ויואל משה האט מען נאכגעזאגט אז הרב שטיינמאן האלט נישט פונעם עירוב אין וויליאמסבורג.

kutchma » 17/4/2006 19:19

אינטרעסאנט אז קיינער דערמאנט נישט די אימפארטירטע ראביי וואס האט אויפגעטרויטען.

אריבער גייענדיג נאך וואס עס איז שוין פארענדיגט געוועהן, הער איך ווי איין 'לוחם' שרייט אן א צווייטען 'לוחם', "ציונות איז אסאך אַרגער ווי אן עירוב." איך האב מיך נאכגעפרעגט וואס דער באדייט פון די רייד איז זאגט מיך א אנוועזענדע אז דער דרשן פון פלעטבוש האט דערמאנט הרב שטיינמאן און הרב אלישיב אלץ א ראי' לדבריו אז וויליאמסבורג איז א רשות הרבים דאורייתא. (מן הסתם האט ער נישט געוויסט אז עס זענען דא וואס האלטען אז די רבי זי"ע האט אויך אזוי געהאלטען). איך בין זיכער אז די רבי זי"ע וואלט דאס אנגעקוקט ווי א מצוה הבא על ידי עבירה.

וואס טיט מען אבער נישט אין די דאזיגע קרייז פאר אביסעלע קנאה, תאווה, און כבוד.

shia550 » 18/4/2006 02:56

איך ווייס נישט וואס הרב שטיינמאן האלט, הגם איך האב קיינמאל נישט געהערט אז ער איז א פוסק, אבער דאס ווייס איך זיכער אז הרב אלישיב האלט נישט אז עס איז א רשות הרבנים דאורייתא.

shia550 » 18/4/2006 18:26

יאגעלע
עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם, ווייל מען קויפט אפ דעם רשות פון שטאט.

כך מבורר בפוסקים.

Baachi » 18/4/2006 18:35

יאגעלע

אגוטן מועד

א פראבלעם מיט שרייבן חוה"מ, אבער דא אויף דעם פארום איז יעדער אקטיווער חבר א דבר האבד

דער זיכוי הפת ענין איז אדער איין אויסגעשפראכענער פאליטישער בלאף, פון דעם בית היוצר פון די היסטארישע בלאפן און צום בעסטען א איין עם הארצות  

איך וויל נישט צופיהל מאריך זיין אבער לכבוד די צווייטע טעג וועל איך איבער גיין קמחא טחינא  

איין נקודה

סדא א תשובה אין מהר"ם שיק וועגן די די נעאלאגן (זיי זענען נאך נישט געגאנגען קיין שטריימלעך) וואס ווילן נישט דעם עירוב

ענטפערט ער בערך אזוי (דער טיישט איז מיינער- דער תוכן פון מהר"ם שיק)

לעולם אז מקויפט אפ דעם רשות פון שר העיר פייפט מען זיי אינגאנצו אהן.
 אלא וואס דען דארף מען בכלל איין עירוב?

פאר די אידן וואס זענען מזכה זייער רשות, איז דא א מצוות עירוב
פאר די דאזיקע שוטים וואס גלייבן נישט אין תקנת חז"ל, און ווילן נישט דעם עירוב, זייער רשות קויפט מען אפ פון שר העיר, ואין להם חלק במצווה זו 

קאפיש?

אגוטן יו"ט

findodort » 18/4/2006 19:59

זיכו פת איז נאך אלעם א פראבלעם, קוק וויפיל אידן זענען געווען אין ויואל משה און אויב די אלע ווילן נישט קיין עירוב קען מען זיך דען רואגי פארלאזן דערויף?

קודם יאגעלע דארפסטו וויסען אז אין הלכה איז נישט דא קיין שום נ"מ צי איינער איז מוחה אדער 1000 זענען מוחה, דאס אליין אז די מיינסט אז יא וואזט ווי קאראפט אין גרייט צי פיטערן די עולם מיט שקר. אין  עולם גולם שלינקט מיט דארשט.
 
געב נאר א קוק אויף די פאר תשובות וואס איז געווען געדריקט און אור ישראל אין זאג די מיר ווער כאפט זיך אן אויף זייפן בלאז.


 

findodort » 18/4/2006 20:28

.
יאגעלע דאס איז פאר דיר

 


[בילד – נישט אפגעהיט]

דיפלאמאט » 21/4/2006 17:30

יאגעלע,

ברענגסט דריי שטארקע סיבות פארוואס מען זאל נישט טארן טראגן מיט דעם עירוב (שרייבסט עס בשם דעם דומ"ץ דקרית יואל שליט"א, איך וועל זיך אבער באציען וואס דו ברענגסט נאך בשמו, קען זיין אז ביי דעם דרשה האט ער אויפגעוויזן פון גאנץ ש"ס ופוסקים אז דער וומס"ב עירוב איז פסול מעיקרו אבער איך האב נאכנישט געהערט דעם טעיפ).

די ערשטע שטארקע ראי' לאיסור איז אז סאטמאר רב זצ"ל האט נישט געהאלטן דערפון.

קיין קלארע ראי' אז ער האט נישט געהאלטן פון דעם איז דאך נישטא, און פונקט ווי עס איז דא עדות אז ער איז געווען דערקעגן איז דא אידן וואס ווייסן צו זאגן אז ער איז יא געווען א שטיצער דערפון.

וועגן זיכו פת האט מען דיר שוין געענטפערט, איך וועל דיר נאר צוגעבן נאך א מראה מקום ווי נאכצוקוקן פון א חשובן איד בדורינו הרה"ג מ'אודווארי שליט"א אין שו"ת דברי שלום, חלק שביעי, וואס פונקט אין דעם חלק ברענגט ער א בריוו געשריבן בכתב יד קדשו פון סאטמאר רב זצ"ל ווי ער רופט אים אן 'ידידי'. בכלל גלייב איך אז וואוינענדיג צוזאמען אין איין שטאט לאנגע יארן האט ער נאך אזוי גוט געוויסט זיין דעת אין דעם ענין.

דרך אגב, דער בריוו וואס מען האט פארשפרייט בשמו אז ער האט זיך ארויסגעצויגן פון דעם עסק איז נאך זיין שטערקסטע הסכמה צום עירוב, ווען ער שרייבט אז מען זאל זיך פארלאזן אויף די עסקנים למען העירוב.

דא האסטו דעם מ"מ, או"ח סימן כ'

איך וועל שרייבן עטליכע ראיות וויפיל איך געדענק, ווי ער שרייבט אז מען דארף זיך בכלל נישט צוטוהן מאכן פון דעם וואס די קראנקע מוחות זוכן צו פארטושן און פארדרייען דעם קאפ פון אידן וואס ווילן זיך יא באנוצן מיט דעם עירוב.

פון מחנה אפרים ברענגט ער אז אויב וויל מען מבטל זיין דעם זכות פון עירוב מוז מען עס טוהן בשעת מען איז מזכה דעם עירוב פארן גאנצן שטאט, און אויב נאכדעם וואס מען האט געמאכט זיכו פת איז שוין צו שפעט צו מוחה זיין למפרע.

אויך די גאנצע מוחה זיין איז נאר ווען מען וויל נעמען פון אים געלט און מאכן דעם זיכו פת, אבער אויב קהל געט דעם עירוב קען ער מוחה זיין פון היינט ביז מארגן.

פון רשב"א ברענגט ער אז דאס וואס אין זכין לאדם בעל כרחו איז נאר ווען עס איז דא א קצת חוב, אבער אויב איז דא א זכות גמור קען ער שרייען און מוחה זיין יעדן שבת אין אלע גאסן און ווילדעווען ווי די גרועים שבאומות און עס וועט אים גארנישט העלפן.

דארפסט נאך אדער איז שוין אלעס פארענטפערט?

די לעצטע ראי' צו אוועקמאכן דעם עירוב איז דער שטערקסטער. און דאס וועל איך מוזן לאזן פאר אנדערע.

findodort » 23/4/2006 17:38

שלמה הערצאג האט מיט א גראדע פנים אין אן בישה געזאגט אז ווען די רבי האט געלעבט האט אידער איינער געוויסט אז מ'טאר קיין עירוב נישט מאכן.


[בילד – נישט אפגעהיט]

findodort » 23/4/2006 17:58

.
די אלע האבן נישט געוויסט, ווי איז דעמאלסט געווען הרב שטיינמאן

תוקן על ידי - findodort - 23/04/2006 17:59:30

findodort » 23/4/2006 18:00

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

findodort » 23/4/2006 18:10

.


[בילד – נישט אפגעהיט]

findodort » 23/4/2006 18:14

.

[בילד – נישט אפגעהיט]

findodort » 24/4/2006 22:21

וואס מסורה ווען מסורה ?
יא א מסורה פון טעראר...


[בילד – נישט אפגעהיט]

מאה_אחוז » 25/4/2006 22:09

א נחת... סוף סוף ווער מאכט דא די הכרעה סופית? ראצפערטע רב! דאס איז שוין עפעס האנדערשט!

findodort » 26/4/2006 19:14

מאה_אחוז, נעווער מיינד.
דאס איז נישט פאר אזאלעכע וואס פארקויפן די שקר אדער די  וואס ווילן פארפירט ווערן פון די שקר.
[בילד – נישט אפגעהיט]

יאגעלע » 27/4/2006 17:48

אקעי איך בין נישט א גרויסע ת"ח, ווער קען נעמען אחריות אז איך זאל טראגן מיט די עירוב? ווי קען איך וויסן ווער ס'איז גערעככט?

יא זיכו פת אדער נישט, יא עירוב אדער נישט, יא הכשר אדער נישט?

מחמיר זיין איז די בעסטער תירוץ,

וואס טוט מען ווען מ'מוז עפעס וויכטיג טראגן, קען מען זיך נישט פארלאזן?

תוקן על ידי - יאגעלע - 27/04/2006 18:01:58

findodort » 28/4/2006 01:04

זאג יאגעלע אויף א גאס עירוב ביזטו אויך מחמיר?

לויט די בלאף פון דעם שאצער  ( אז סאיז געניג 600000 און שטאט לויט רוב פוסקום ) איז קיין שום חילק נישט פון קיין גאס אדער געגענד,

לויט די בלאף זעמען  די אלע שרפי מעלה וואס האבן געשטוצט דעם עירוב דא אין שטאט אדער געמאכט א עירוב אויף זייער בלאק, געווען  געשלאגן מיט ווייניג יראת שמיים  


ווי פירסטו זיך אין קאנטרי ?

די ווייסט אז סאיז דא שיטות וואס האלטען אז אויזער די שטאט איז הארבער (פעלט נישט אויס קיין 600000 און סאיז געניג אז ס'איז רחב ט"ו אמות. אין מפולש).

זייער אסך קאנטריס זענען נישט אויסגעהאלטן לויט די רמב"ם, אין אין ווילי זאגט ר' פישעלע אז ס'איז כשר אויך לויט די רמב"ם.


מע'דארף נישט זיין קיין גרויסער תאנאקאמע צו זען אז די אוסרים האבן א אנדערע אגענדע, און נישט די הלכה איז נר לרגלם, ס'איז דא וואס צו זייער קרעדיט  זאגן זיי דאס (גערעכט צו נישט גערעכט: 1 די רבי האט דאס  נישט געמאכט , 2 די וואס האבן דאס געמאכט האבן נאך קיינמאל גארנישט געטון פאר אידישקייט, 3 נאר געמאכט אינטערצוברענגן סאטמער ) אין סאיז דא וואס האבן נישט די גאטצס אין בעהאלטן זיך אינטער די הלכה, אין ווייסן אז סאיז שקר, נאר וואס די ציל איז מכשיר דעם מיטעל.
 
זיי  מחמיר (די שאפראנע רב ברענגט אז די בני ישכר האט מחמיר געווען צו טראגן דארט ווי ס'איז דא א עירוב, אזוי אויך די אר"י הקדוש אין נאך ואין כאן מקומו) , אבער יענעמס נער דארפסטו נישט זיין, טו וויזוי די ווילסט אבער ווייס די אמת.

תוקן על ידי - findodort - 28/04/2006 1:49:59

findodort » 28/4/2006 01:43

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

findodort » 28/4/2006 01:54

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

findodort » 28/4/2006 01:58

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

findodort » 28/4/2006 02:02

אין וואס טוט זיך מיט מורה הלכה בפני ...

[בילד – נישט אפגעהיט]

findodort » 28/4/2006 02:14

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

findodort » 3/5/2006 22:00

יאגעלע,
איך האב געטראפן א שיינע מעשה וואס איז נוגע אינזער שמוס.


In Halichos Shlomo (Hilchos Tefillin, siman 31:95), Rav Shlomo Zalman Auerbach zt''l is cited as stating that if, after learning a topic well, an individual still feels there is reason to be stringent, at that point he has a right to be stringent. However, if someone has a propensity to be stringent without understanding the reasoning behind the issue, he will end up being stringent in trivial issues and lenient in important ones. This is illustrated by the following story. One Shabbos, Rav Shlomo Zalman saw a father and son in the street. The father was carrying a chair but the son was empty-handed. This bothered Rav Shlomo Zalman a great deal and he commented on how someone who was obviously being stringent in hilchos eruvin by not carrying was at the same time diminishing the mitzvah of kibbud av.

גענימען  פון http://www.eruvonline.blogspot.com/

יאגעלע » 7/5/2006 04:26

זייער א שיינע מעשה אבער קען זיין אז דארט איז עס געווען נאר א חומרה אז ער האט געוואלט מחמיר זיין אזוי ווי אפילו ווען עס איז דא א עירוב וואס יעדערע איז מסכים אויף דעם איז אויך דא א חומרה נישט צו טראגן, קען אבער זיין אז דא איז אנדערש וואס עס איז דא וואס האלטן עס איז אסור און אויב א טאטע הייסט טין א זאך וואס די תורה לאזט נישט טאר מען דאך נישט טון