ראזענוואסער נעמט פאקטיש א שטעלונג!!!!!
127 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1771529
יענקל,
די ביזט גערעכט אז עס לוינט נישט זיין אפטעמיסטיש, אבער שלעכטס קען זיכער נישט זיין, ווייל יענקל כהנא וועט זיכער נישט ערקלערט ווערן פרעזידענט, און דער דיט פון בית החיים וועט לכאורה זיכער נישט בטל ווערן, די שאלה איז נאר ווי ווייט דער יעצטיגער פסק גייט אויסמאכן, לויט מיין מיינונג וועט ער יעצט דן זיין אויפן עיקול און דערנאך זיך נעמען צום עצם קעיס, לויט דיין מיינונג וועט ער שוין געבן זיין ענדגילטיגער פסק אז ר' בערל איז פרעזידענט און ממילא נישט דא קיין ערעור אויפן טרענספער,
איט מעיק סענס אבער דער בריוו איז נישט משמע אזוי,
NYPD איך האב נאכאמאל דורעכגעליינט דעם בריעוו פונעם דזשאדזש מיט גרויס ישוב הדעת, און איך זע נישט וואס דו מיינסט אז פון בריעוו פונעם דזשאדזש איז אנדערשט משמע, אדרבה ברענג פרטים פונעם בריעוו, אויך האב איך נאכאמאל דורך געליינט דאס געזעץ פון סאמארי דזשאדזשמענט, און איך זע נישט קיין אנדערן וועג, ווייל אויב וואלט ראזענוואסער געוואלט ממשיך זיין מיט א טרייעל, וואלט ער דאס נישט געטוישט פאר א סאמערי דזשאדזשמענט, וואס הייסט אויף אידיש, א ענטגילטיגער פסק, און איך האב נאכנישט געזען קיין שום אנדערן וועג וואס קען ווערן אנגערופן א סאמערי דזשאדזשמענט, |
היינט JAN.25 איז די לעצטע טאג אריינציגעיבן פעיפערס פאר ראזענוואסער,
ווייסט איינער צו מ'האט עפעס אריינגעגעבן ?
אפשר קען עס איינער פאוסטן ?
דער יענקעלע איז נעבעך א בת היענה, און ער רעדט 100 מייל א שעה, קודם כל ווי לאנג יאנקעלע וועט נישט ברענגען פאפירן אז איבער די פרעזידענסי איז געווען א ריקוועסט פאר פרילימינערי אינדזשאנקשען, קען ער שרייבן נאך 100 תגובות, און ס'וועט אים גארנישט העלפן.
יעצט איז אזוי, יענקעלע מיט אלע ארונים, זענען די וואס בויען געביידעס 6-7 יאד אן קיין שום פאנדעישן (חוץ די לעדל, באבע מעשיות),און דאס וואס פאליש שרייבט, מאכט 100 מאל מער סענס ווי דיינע אלע בלעבלען (איך מיין אז ס'איז בעסער וואס מער די שרייבסט, אזוי וועלן די וואס מיינען נאך אז די רעדטס צו דער זאך אויך איינזעהן וואסארא נערישקייטן די ביסט אפ טא), פאליש שרייבט נישט אז נאר דער נתבע קען פארלאנגען סאמערי דזשאדזשמענט.
דיינע פאקטן זענען ניסוח בת היענה, די מאכסט דיך גארנישט וויסענדיג פון די אלע פאפירן וואס מ'האט אריינגעגעבן, ווי ס'ווערט אויפגעוויזן אז באראש האט נישט איינגעזעהן פאר נוטיג צו מחליט זיין אלע אנדערע זאכן, פשות און פראסט ווייל רבינו שליט"א איז דער ענגילטיגער בעה"ב, ממילא האט נישט אויסגעפעלט מחליט צו זיין, און נישט ווייל ער האט נישט אנגענומען פאר א פאקט אז רבינו שליט"א האט אים נישט ארויסגעקאפעט, און נישט ווייל ער האט נישט אנגענומען פאר א פאקט אז ר' יענקל האט געווינען די עלעקשאנס, פארשטאנען, דומקאפ.
ס'פאלט דיר גארנישט ביי, אז ראזענוואסער ווייסט גאנץ גוט אז די עיקר טענה איבער די בה"ח איז פיסט און גארנישט קיין קעיס, הא?
polish writes this
יענקעלע: איין זאך ביזסטו גערעכט אז איך האב נישט ארויסגעשריבן דאס ווארט "געוענליך" אז דער נתבע פארלאנגט דאס.
צום פוינט: ס'כמעט נישט מעגליך צו קענען אפילו זאגן, אז ראזנוואסער מיינט מיטן סאמערי דשאדשמענט, צי בערל איז יא דער פרעזידענט צי נישט.
אלע דיינע סברות וואס ראזנוואסער האט אנגענומען פון באראש איז נישט קיין סתירה צו מיינע ווערטער.
אבער ווען ער נעמט אן דעם קעיס אלס א סאמערי דשאדשמענט מיינט דאס א ענגילטיגער פסק, אויפן קעיס אליין און דאס איז דער ביה"ח.
מיין מיינונג איז און נאכאמאל "מיין" מיינונג, אז ער גייט געבן פאר ווילי דעם גאנצן ביה"ח מיט דער טענה אז דער פרעזידענט האט דאס נישט איבערגעשריבן לעגאל, והא ראי' עס איז נישט אדורך דעם אטורני דשענעראל.
אויב ס'וועט זיך ארויסוויזן אנדערש וועל איך זיין זייער סורפרייזד...
יענקל די פרעגסט מהיכן דנתני, וועל איך דיר געבן א מראה מקום,
אין די צווייטע שורה פינעם בריוו שטייט אזוי וזה לשונו:
that the motion for a preliminary injuction will be treted as a motion for sumarry judgement
אז מען רעדט פון די מאושען פאר פרעלימנערי אינז'אקשאן, איז משמע דער בקשה פונעם עיקול, אבער נישט עפעס מער,
ראדני,
דארף דאס מיר וויי טוהן אז דו רופסט מיך בת היענה, בכלל וואס איז דאס בת היענה, איז דאס עפעס אזוי ווי עם הארץ?, ערגער אדער בעסער?, זעט אויס אז דו פארשטייסט צו מיינע תגובות, אקאראט וויפיל דיין רב פארשטייט צו א שטיקל גמרא, נילטש, נאטינג, נאדא, גארנישט מיט גארנישט. ביי דע וועי, איך רעד נישט 100 מייל א שעה,, איך שרייב נאר 100 מייל א שעה, הע, האסט א פראבלעם מיט דעם?
ביסטו עפעס א משפחה מיט יוסעלע פון ירושלים?, ער בעט אויך אלץ פאפירן, וואס פאר א פאפירן דארף איך ברענגן?, און ווי האב איך געשריבן אז דער אינדזשאנקשאן איז געווען אויף די פרעזידנטשאפט? זעהט אויס אז דו ביסט פונקט ווי דיין רב, דו קענסט נישט ליינען אום געפינטעלט...
איך האב זייער ליב דיין אנאליז אויף די אהרונים, און אז פאליש'ס תגובה מאכט מער סענדס ווי מיינס, און אז פאליש האט נישט געשריבן אז דער נתבע איז דער וואס בעט א סאמערי דזשאדזשמענט, איי פאליש פארענטפערט זיך, אז ער האט פארגעסן צו שרייבן געווענטליך, תיקו!!!
ראדני, וואס הייסט ניסוח "בת היענה" ביטע ענטפער קלאר, נישט, אז מקען זאגן אזוי, און מען קען זאגן אזוי, ניסוח דיין טשיף ראביי. ראדני דאס נעקסטע שטיקל איז אזוי נאריש אז איך וואלט דיך געבעטן זאלסט דאס איבער שרייבן אויף אידיש, ווייל די שפראך וואס די שרייבסט פארשטיי איך לגמרי נישט, און ווארשיינדליך דו אויך נישט...
ענדערשט צו זיין א דומקאפ, ווי א זאלוני, ביי דע וועי, האט מען שוין אפגעוואשן די קעטשאפ, איך בין סתם נייגעריג.
NYPD
דאס וואס ער שרייבט:
that the motion for a preliminary injuction will be treted as a motion for sumarry judgement
מיינט דער קעיס פון דעם מוישן ווערט געטוישט צו א סאמערי דשאזשמענט, און אזוי האט געהייסן דער קעיס,
זה שמו, אזוי רופט מען עם אן, און די קעיס פון די בקשה פונעם עיקול טוישט ער צו א סאמערי דזשאדזשמענט, און דאס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט וואס איך האב געשריבן.
יענקעלע
האלעוויי ביסטו גערעכט,
ביי די וועי, ווען פאליש שרייבט דער נטבע האט ער נישט אזוי שלעכט געשריבן, ווייל אויף אידיש מיינט דאס דער דערטראנקענער, דאכט זיך אז אין דעם פאל זענען זיי טיף דערטראנקען, האפענטליך שבת שירה וועלן מיר שוין קענען זאגן שירת הים סוס ורכבו רמה בים,
יענקעלע 11 ישר כוח פאר דיין אנאליז, לו יהא כדבריך, עס מאכט סענס
אפשר וואלסטו געקענט אביסעל בעסער מסביר זיין די ווערטער וואס די שרייבסט
that the motion for a preliminary injuction will be treted as a motion for sumarry judgement
מיינט דער קעיס פון דעם מוישן ווערט געטוישט צו א סאמערי דשאזשמענט, און אזוי האט געהייסן דער קעיס,
זה שמו, אזוי רופט מען עם אן, און די קעיס פון די בקשה פונעם עיקול טוישט ער צו א סאמערי דזשאדזשמענט, און דאס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט וואס איך האב געשריבן
דיע ווערטער מיינט דער קעיס פון דעם מוישן ווערט געטוישט צו א סאמערי דשאזשמענט ביטע מסביר זיין אביסעל ווייל איך פארשטי נישט.
העטעך
די זאך איז אזוי, דער קעיס איז א סיוויל קעיס, און יעדע סיוויל קעיס איז א פארלאג פאר...עפעס,
אמאל בעט מען געלט, אמאל בעט מען א פארבאט, אמאל בעט מען אראפ צו נעמען א פארבאט, אמאל בעט מען א קליריפיקעישאן, וכו' אלץ בעט מען עפעס פונעם קארט, און יעדע בקשה האט א אנדערן נאמען, און אנדערע הלכות וויאזוי מען האנדעלט דאס,
ביי אונזער קעיס האט מען געבעטן א פערלימינערי אינדזשאנקשאן, אז קהל יטב לב פון וויליאסבורג זאל נישט קענען צוריק האלטן קהל יטב לב פון קרית יואל צונוצן דעם בית החיים, און דאס איז דער קעיס,
א motion for a preliminary injuction, דעראך איז דא אזא מין בקשה
א motion for sumarry judgement, זעלבסטפארשטענדליך אז א מוישן פאר
פרילמינערי דזשאדזשמענט האט אנדערע הלכות און אן אנדערן גאנג ווי א מוישן פאר סאמערי דזשאדזשמענט, האט דער דזשאדזש געזאגט אז כאטשיג מען האט אריין געגעבן די פאפירן פאר א מוישן פאר פערלימינערי אינדזשאנקשאן, טוישט ער דאס און ער וועט דאס האנדלען ווי א מוישן פאר א סאמערי דזשאדזשמענט.
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 26/01/2006 0:57:08
The judge has reviewed the pleadings and submissions in the above captioned matter and has determined that the motion for a preliminary injunction will be treated as a motion for summary judgment in light of the exhaustive nature of the submitted papers and the fact that the papers are largely supported by affirmations, affidavits and other documents of an evidentiary character. This will permit the court to deal with the issues presented in the most afficient manner while reducing the possiblity of gamesmanship [see Farrell v. Kierman 213 AD2d 373 (2nd Dept 1995), citing Rich v. Lefkovits, 56 NY2d 276 (1982)].
דער שופט האט איבערגעקוקט די פארלאנגען און די אריינגעגעבענע פאפירן פון דעם אויווען דערמאנטן סיכסוך און איז געקומען צו די החלטה אז די פארלאנג פאר א "צייטוויליגער עיקול" זאל באהאנדעלט ווערן ווי א פארלאנג פאר "סך הכל'דיגע ענדגילטיגן פסק", אין ליכט פון די ערשעפטע נאטור פון די אריינגעגעבענע פאפירן און די פאקט אז די פאפירן זענען ע"פ רוב געגרינדעט אויף באשטעטיגונגען, עדות'שאפט און אנדערער דאקומענטן פון אן עדות'שאפטיגע כאראקטער (נישט געזעץ). דאס וועט ערמעגליכן די געריכט צו האנדלען מיט די פארגעלייגטע טענות אין די מערסטע פראקטישסטע וועג און די זעלבע צייט פארמיידן פארצויגענע געשפילערייען.
תוקן על ידי - כל_העולם - 27/01/2006 18:08:35
יענקעלע, וואס ביסטו געווארן ווילד? מהאט דיך סך הכל גוט געקארנערט, אבער אז מהאט נישט קיין תירוץ שיסט מען צוריק אין די וועלט אריין?
לאמיך דיך מסביר זיין וואס איך פארשטיי פון פאליש. די אהרונים זענען שוין ביזי חדשים לאנג אז ראזענוואסער גייט געבן א געזונטן זעץ פאר סאטמאר. שוין געווען אזויפיל דעיטס כמעט וויפיל א' שמות מסיבות... ווייל ראזענוואסער גייט זיכער געבן פאר זיי.
די ערליכע אידן האבן אלעמאל געשריגן אז לב מלכין ושרים ביד ה', און ממוז קודם קוקן וואס די אייבערשטער זאגט. אויסערדעם האמיר אונז ענק קלאר געזאגט, ראזענוואסער גייט נישט קענען געבן פאר ענק א זאך וואס עטץ האטץ נישט, העכסטנס וועט ער קענען אביסל דרייען מיטן צונג בלא בלא בלא.
וואס דא איז געשען, אז ראזענוואסער האט זיך געטראפן אין א פלאנטער, ער וויל דאך געבן פאר די אהרונים, אבער ער וויל נישט גיין מיטן קאפ אין וואנט, ער זעט קלאר אז אלע ערליכע גרויסע רבנים און פני הקהילה זאגן קלאר אז די רבי האט ארויסגעווארפן בערעלע, בערעלע אליינס איז אנטלאפן פון ראדני ביז צו די איד אפיס, די רבי שרייבט קלאר אונטער די וואלן (און דעס איז שוין אויסער די אנדערע זאכן וואס איז דא ווידיאו מיט דאקטוירים פון פאר דעם, אבער דעס ווייסט ער נישט), און מדארף זיין בלינד און משוגע צו קענען זאגן אז די רבי האט נישט ארויסגעווארפן בערעלע.
האט ער אפגעמאכט אז מגייט כמעט נישט רעדן פון דעם, מגייט מאכן א סאמערי דזשאדזשמענט אויף די גאנצע זאך אויפאמאל, מגייט רוב פערעגרעפס רעדן פון די ביה"ח און די שותפות, און מגייט געבן אפשר א ווארף אריין א ווארט אז בערעלע איז פרעזידענט אין קבר, אפשר דעס אויך נישט, און שלום על ישראל.
איי, יענקעלע זאגט אז מקען נישט רעדן פון ביה"ח ווייל מהאט נישט גערעט דערפון? ראזענוואסער האט א בעסערע קאפ און ער געדעקנט יא אז מהאט גערעדט דערפון אין הונדעטער פעפערס און ביי די ערשטע הירינג, ער געדענקט אפילו אז בערעלע האט שוין קלאר געזאגט אז ער וועט עס לאזן ביי משה שעהר, וכו'.
די איבריגע לאז מיר אונז פארן אייבערשטן, און איך בעט ענק זייער שטארק ענק זאלן ווייטער ארויסלאזן די אייבערשטער פון פיקטשער, נאר אזוי קען מיר אונז געווינען.
אנטווערפן,
איך לייען און לייען איבער מיינע תגובות, און איך זעה נישט ווי איך בין ווילד געווארן, אלעס איז געשריבן מיט א שמייכל, בניחותא, איך ווייס נישט וואס דו רעדסט פון צוריק שיסן, ווי שיסן ווען שיסן, איני יודע,
איך האב קיין אנונג וואס דו רעדסט. איך ווייס נישט וואס די אהרונים זאגן, איך דריי מיך נישט לעבן דרייניץ, עקשטיין, איחוד מעמבער, יוסל90,פעשי, באטרא, כשריקע, וכו' וכו', וואס זיי ווייסן כסדר פונקטליך וואס "די אהרונים זאגן", איך ווייס נאר וואס יענקעלע זאגט, און איך "מיין" אז איך ווייס וואס ראזענוואסער זאגט און שרייבט, דו און דיינע חברים, און אפילו מיינע חברים קענען זיין, און אסאך זענען טאקען מחולק אויף מיין מיינונג, סא וואט, ס'איז נאר א מיינונג, און איך אליין האלט אויך אז עס קען זיין אז איך בין מיך טועה, און איך בעט אז מען זאל מיר געבן א אנדערן פשט אין דעם בריעוו פון ראזענוואסער, א פשט וואס מאכט סענדס, א שכל'דיקער הסבר, נו, ביזדערווייל האט דאס קיינער נישט געטוהן.
גראדע האלט איך "נישט" אז ראזענואסער גייט געבן א זעץ פאר סאטמאר, טאמער ליינסטו מיינע תגובות, האלט איך קלאר פארקערט אז ראזענוואסער גייט זיך גאר אנעמען פאר סאטמאר, און דערלאנגען פאר די זאלונים איינס אזאנס אז זיי וועלן נישט וויסן וואס עס האט זיי געטראפן, וועלעכן דעיט דאס גייט געשען ווייס איך נישט, אלף שמאס, בייס שמאס, צו גימל שמאס, איי העוו נאע היידיע, אבער לדעתי גייט דאס געשען סאנער רעטער טען לעידער...
ווידער, ווי אויבן געשריבן, קען גאר זיין אז ס'איז בלויזע חלומות, און... סאטמאר וועט יא כאפן א זעץ...
עפעס בין איך זייער סאספישעס, ווען דו הייבסט אן צו רעדן פון באשעפער, עפעס ווייזט דאס א גרויסע שוואכקייט, אנטווערפן טייערער, גיי ווייטער אויף דיין רב'ס דרכים און מיש נישט אריין דעם באשעפער, האסטו דען אריינגעמישט דעם באשעפער ווען עטץ האטס געטיילט מכות רצח פאר רבי שמואל אבערלענדער שליט"א ווען ער האט געוואלט גיין דאווענען ביי זיין איידעם רבי ישראל דוד הארפענס שליט"א, האסטו דען ארינגעמישט דעם באשעפער ווען עטץ האטס געלאזט ארעסטירן 26 בחורים און יונגעלייט על לא עוול בכפם, און געמאכט אויף זיי א עלילת דם אז כאילו זיי האבן אויפגעבראכן ענקער אפיס, (איי רובם ככולם זענען (געווען...) פארברענטע זאלונים) נאר כדי להגדיל החילול השם אין די גואישע צייטונגען, נו, ווי איז דעמאלטס געווען דער באשעפער, הא?. סא, CUT THE BS,
אינטרעסאנט, דו ווייסט פונקטלעך וואס ראזענוואסער טראכט, און וואס ער זעהט "קלאר", און פון מיר מאכסטו חוזק, מיט וואס איז דיין מיינונג קראנטער פון מיין מיינונג, אויסער אז דיין מיינונג איז מלא שטותים, און מהיפוך להיפוך פון וואס ראזענוואסער האט כסדר געזאגט.
אבער קען זיין אז דעמאלטס איז ראזענוואסער נאך בלינד געווען און יעצט איז ער זעהענדיג געווארן, (למעשה צו לערנען פשט אזוי ווי דו ווילסט, דארף ער נאך אלץ יא זיין בלינד און נישט זעהן די ליסט פון די מעדיצינען וואס דער רבי נעמט...),
א דאנק, טייערער אנטווערפן, פארן זיין אזוי הערצליך, און אונז ווארפן "א ווארט" אז ר' בערל איז פרעזידענט, זייער שיין פון דיין זייט, איך ווייס נישט וואס מען מאכט חוזק פון ענקער "נועם המידות", ענקער העפליכקייט און גיטסקייט, רעדט "ווערטער".
ערענסט גערעדט, איך האב בכלל נישט געוויסט אז ר' בערל האט "מפורש" געזאגט פאר ראזענוואסער אז ער האט נישט קייןפראבלעם מיט ר' משה שעהר, איך האב דאס נאר געשריבן מסברה בעלמא, איך האב געהאלטן אז דער דזשאדזש האט דאס "פארשטאנען" פונעם הלוך ילך, אז ר' בערל און ר' משה שעהר זענען אויף איין זייט, און יאנקל כהנא און שאול זענען פונעם צד השני (סיטרא אחרא...), און ביי פסקענען לטובת ר' בערל וועט זיך אטאמאטיש שלכטן אלע סכסוכים, אבער יעצט אז דו שרייבסט מיט אזא זיכערקייט אז ר' בערל האט דאס טאקען מפורש געזאגט, דאן איז מיין מהלך אסאך קלארער און שטארקער.
איך קען עפעס נישט דיסיידן ווער סיז גירעכט יאנקעלע צו פאליש, וועגן דעם לאמיר מאכן א וואט, דער עולם זאל וועילן וואס זיי האלטן ווער סיז גירעכט. אין מעוועט מאכן א סך הכל זעען ווער סהאט מער וואטס.
איך געב איבער מיין שטימע, מיין רעכט צו וואוטן צו ריכטער ראזענוואסער
איך וואט פאר יענקעל11
יענקעלע11, איך האלט גראדע ווי דיר דיין סברה איז א גוטע .
נאר וואס דען, איך האלט נישט אז ר' בערל האט פערזענליך געזאגט פאר ראזענוואסער אז ער איז מיט ר' משה שעהר אויף איין זייט, און נישט ווייל ראזענוואסער דארף אזוי אליין פארשטיין, נאר פשוט ר' בערל פריעדמאן האט קיינמאל נישט געשוקט אזא בריוו פאר קרית יואל, יענקל כהנא אלץ פרעזידענט [ווי ער רופט זיך אויפן בריוו] האט דאס געשיקט, ר' בערל האט דאס קיינמאל נישט געשוקט,
ממילא טאמער ר' בערל איז פרעזידענט איז אלעס כשר וישר און מ'דארף נישט באהאנדלען גארנישט איבערן בית החיים.
כן נראה לי לפי ענית דעתי
איך גיב מיין שטימע פאר פאקטיש
דער ראזענוואסער וואלט געקענט זיין א חי' רעה און נעמען די אלע הויפנס דאקומענטן וואס מ'האט איהם באווארפן זינט NOV 30, און אראפפלאשן אין טוילעט בקרחתו ובגבחתו, און זאגן: "לאזטס מיך אפ! איך האב קלאר געזאגט איך וויל נאר רעדן מיטן רבי'ן בכבודו ובעצמו, און עפעס אנדערש וועל איך נישט אנקוקן!"
שטאטס דעהם איז ראזענוואסער א נייס גיי און יושר'דיג, און געזאגט אז ער גייט גוט דורכשטודירן מיט ישוב הדעת יעדען איינציגן דאקומענט און עפידעוויט, און נעמען אין באטראכט יעדע איינציגע באווייז.
נאך מער, ער האט אפי' צוגעגעבן אז ער וויל נאך! ביז JAN 25 דאס מיינט ער וויל אז יעדע עדות אדער באווייזן וואס האבן א שייכות צו דעם סיכסוך וואס איז נאר דא עוועלעבל, זאלן אריינגעגעבן ווערן איידער ער גיבט ארויס זיין פסק.
ער וויל נישט מ'זאל נאכדעם זאגן אז ער האט נישט געזעהן אלעס,
וועגן דעם זאגט ער, "איך וויל זעהן אלעס".
יעצט ווי איך האב שוין פריער געשריבן, ראזענוואסער האלט זיך פעסט ביי די זייניגע, אז די "פאקט" צו דער רבי האט ארויסגעווארפן בערל פר"מ, גייט סאלוון די עצם קעיס איבערן ביה"ח (פארוואס? פרעג מיך נישט, דאס האלט ער און איין זאגן) איז פשוט שכל'דיג, צו טוישן די קעיס פאר א "סאמערי דשאדשמענט" און גענצליך זיך קאנצעטרירן איבער בלויז דעם פאקט.
אדרבא, ליינטס דעם בריוו, ער זאגט קלאר
in light of the exhaustive nature of the submitted papers and the fact that the papers are largely supported by affirmations, affidavits and other documents of an evidentiary character
נו, פון וועלעכע פאפירן רעדט ער דא? קלאר פון די פאפירן וואס מ'האט אריינגעגעבן נאך NOV 30,
זאגט ער דאך אז פון די פאפירן גייט ער מאכן א סאמערי דשאדשמענט.
יענקעלע'ס הסברים זעט אויס מער ווי זיין אייגענע פירוש ער ברענגט אויך פין קאפיס פין ביכער צי וואס ער האט ציטריט
איך האב לעצטענס געהערט (איך ווייס נישט ווי קראנט) אז ביי א מיטינג מיט די זאלי לאיערס, האט איינער פין די מסרבים לדין געאפערט פאר די לאיערס[בילד – נישט אפגעהיט] אז זיי זענען מסכים אויפציגעבען א האלב פין דעם ביה"ח אין אזוי פטור ווערען איינמאל פאר אלעמאל מיט דעם ראזענוואסער אין דער קעיס וואס מען קען נישט אראפשלינגען אין נישט אויסשפייען
האט דער לאיער גענטפערט, ווער ביזטי צי האבען די רעכט אויפציגעבען העלפט, דאס קען נאר טיען דער עכטער קהל יטב לב [בילד – נישט אפגעהיט]
עס איז געבליבען א שטילקייט דארט אין מען האט געברויכט ברענגען וואסער פאר יאנקעל כהנא [בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי - כל_העולם - 27/01/2006 18:09:00
די מיטונג איז געווען און 13 האפער ? ווייל ביי מיר נישט
יענקעלע, דא האסטו, דעס הייסט ביי מיר ווילד.
זעט אויס אז דו פארשטייסט צו מיינע תגובות, אקאראט וויפיל דיין רב פארשטייט צו א שטיקל גמרא, נילטש, נאטינג, נאדא, גארנישט מיט גארנישט.
און נאך.
זעהט אויס אז דו ביסט פונקט ווי דיין רב, דו קענסט נישט ליינען אום געפינטעלט...
און נאך.
ראדני, וואס הייסט ניסוח "בת היענה" ביטע ענטפער קלאר, נישט, אז מקען זאגן אזוי, און מען קען זאגן אזוי, ניסוח דיין טשיף ראביי. ראדני דאס נעקסטע שטיקל איז אזוי נאריש אז איך וואלט דיך געבעטן זאלסט דאס איבער שרייבן אויף אידיש, ווייל די שפראך וואס די שרייבסט פארשטיי איך לגמרי נישט, און ווארשיינדליך דו אויך נישט...
ענדערשט צו זיין א דומקאפ, ווי א זאלוני, ביי דע וועי, האט מען שוין אפגעוואשן די קעטשאפ, איך בין סתם נייגעריג.
דעס אלעס הייסט ביי מיר רעדן ווילד, יא.
וועגן די זאכן וואס ענק שרייבן, קודם שכויעך פארן ווייטער ארויסלאזן די באשעפער פון פיקטשער, קיפ אפ די גוד ווארק.
ער דארף נישט לערנען פשט ווי איך לערן, ער דארף פלעין מאכן א לאנגס און ברייטס פון די ביה"ח, וואס איך הער אז סאטמאר האט נעכטן אריינגעגעבן גוטע פעיפערס אין קאורט וועגן די ביה"ח, און נישט רעדן פון די בילדינגס אין אלע אנדערע זאכן, דעס איז פאר אונז פונקט גענוג, אונז דארפן נישט מער.
און מקוה איד, ראזענוואסער האט נישט געוואלט זיין א חי', ווייל ער האט געוואלט געבן פאר די אהרונים די בעסטע וואס מעגליך, ביז ווען ער האט געזען אונזערע פעיפערס און געזען אז ער וואקט מיט די קאפ אין די וואנט אויב זאגט ער אז די רבי האט נישט ארויסגעווארפן בערעלע, און כדי ארויסצוגיין פון די פלאנטער האט ער באשלאסן עס צו מאכן א סאמערי דזשאדזשמענט, וואס וועט מיינען אז ער וועט למעשה נישט מוזן געהעריג איבערגיין אלע טענות און געבן גערעכט פאר איינעם, וואס דעמאלטס וועט עס זיין סאטמארס זייט אין די קעיס ווייל זיי זענען די גערעכט, און ער גייט טרייען צו ספינען כאטשיק די ביה"ח זאל באלאנגען פאר די אהרונים.
דעטס אלל.
אנטווערפן,
זייט ווען הייסט "אמת'ע פאקטן" ווילד?,
אז מען שרייבסט בהמה'יש, שרייבט מען אז דו שרייבסט בהמה'יש, נאר וואס דען, איך האב דיך דן געווען לכף זכות, אז דו ביסט ענדליך צו דיין רב, וואס זאל איך טוהן, אז דו נעמסט דאס אן פאר א אינסאלט, I DON'T BLAME YOU, איך וואלט מיך אויך באליידיגט, ווען איינער גלייכט מיך צו צו דיין רב,
אבער "ווילד", מאן דכר שמיה.
א פראגע צו די זאלונים
יעצט אז די זאלונים האב זיך צולאזט און אריין געגעבן אין געריכט פאפירן מיט א פערזענדליכע אטאקע אויף רבי יצחק ראזענבערג שליט"א, מיט שמוץ וואס איז לגמרי נישט נוגע צו דעם יעצטיגן קעיס, דער ציל איז נאר מבאיש ריח צו זיין רבי יצחק'ן און עם פשוט צו באשמוצן, וויל איך פרעגן, וואס האלט איר, איז הותרה הרצועה, אצינד מעג מען שוין אריין געבן אין געריכט פאפירן וואס זענען אין באזיץ פון די אהרונים אקעגן הויעכע זאלונים שושקעס, ס'איז דאך ידוע ומפורסם אז ס'איז דא שמוץ די והותר אקעגן יאנקל כהנא, שאול פויערשטיין, אשר מיילעך, ווראמי לעפקאוויטש, יוסף מרדכי כהנא, ליפא טייטלבוים וכו',
וויל איך וויסן, איז אריין געבן שמוץ, (בלשון סגי נהור), FAIR PLAY, און מען וועט זיך אנהייבן פארהערן ווען עס קען בעסער באשמוצן איינער דעם אנדערן, און זאל די קאנסעקווענצן זיין, וואס עס זאל נאר נישט זיין, אדער וועלן די זאלונים כדרכם אנהייבן שרייען "מסירה", (ווי גלייך מסירה איז נאר איינזייטיג).
שלמה המלך שרייבט:
| נשלח ב 29/1/2006 |
שלמההמלך [בילד – נישט אפגעהיט] |
[בילד – נישט אפגעהיט] |
איך זעה דער יענקעלע וויינט און קאפעט אז מ'האט אריינגעגעבן אין קארט ווער דער פארברעכער יצחק ראזענבערג איז, איך האב שוין פריער געשריבן, אז דאס איז שטארק נוגע און זייער וויכטיג פאר אונז צו דעפענדען די קלאגעס וואס יצחק ראזענבערג האט אריינגעגעבן, און צו ווייזן ווער עס וויל איבערנעמען די קהילה און די מוסדות התורה, און וואס ער קען נאך דארט אנווערטשאפטן, און דאס איז נישט סתם אזוי אלעגעשנס, דאס זענען אמתע פאקטן, און נישט קיין מסירה.
דער יענקעלע סטראשעט "איז הותרה הרצועה, אצינד מעג מען שוין אריין געבן אין געריכט פאפירן וואס זענען אין באזיץ פון די אהרונים אקעגן הויעכע זאלונים שושקעס" ווי גלייך די ארונים האבן זיך ביז יעצט צירוק געהאלטן פון סיי וואסארא עבירה, קלה כבחמורה, די פאקט איז אז די ארונים מיט אהרן בראש האבן זיך נישט צירוק געהאלטן פון קיין איין עבירה, אויב ס'האט זיך זיי נאר געדאכט אז זיי קענען עפעס בענעפיטן האבן זיי נישט געטראכט צוויי מאל און עובר געווען אויף די גרעסטע עבירות שבתורה, ווי מסירה, חילול השם אא"וו, די ארונים זענען די וואס זענען מתיר די רצועה, יענקעלע לייג דאס נישט אן אויף אונז, די ליינער זענען נישט אזאנע בהמות ווי די מיינסט, בכלל ווער מיינט נאך אז די ביסט נישט קיין קלאוס קאנפידאנט צו דעם עוכר ישראל, יצחק ראזענבערג, אין יעדע תגובה וואס די שרייבסט וועגן אים זעהט מען דאס, און די לייגסט אים נאך צו "רבי" און "שליט"א" מיר זענען נישט קיין שוטים צו מיינען אז די ביסט סתם אזוי אן ארוני וואס ראוט פאר אים.
יענקעלע, וויין, וויין, שטויס און קאפע, איך האב דאס ליב צו זעהן. | |
איך הער פון גאנץ קראנטע מקורות. אז סאטמאר האט שוין אלעס ערלעדיגט ביי ראזענוואסער