רבותי, לאזט זיך נישט פארפירן ! מציצה בפה
136 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1744420
מורי ורבותי !!!
לא לדרשה קאתינא, איך האב נישט די צייט און נישט דעם טאלאנט זיך אויפצושטעלן רעדן פאר אזא גרויסן ציבור בליעה"ר, אבער ההכרח לא יגונה, זעענדיג אז קיינער בעפאר מיר האט עס נישט געזאגט (און ווער עס האט יא שוין געוואלט עפעס זאגן איז געבליבן שטעקן אינדערמיט...), מוז איך נעמען דעם שופר אין די האנט און איבערלאזן דא מיינע צוויי סענט.
פאר א יאר צוריק, חנוכה צייט, האט זיך אנגעהויבן טומלען אין די ניו יארקער גאסן אז א געוויסער "ארטאדאקסישער" משכיל/ראביי, מיטן נאמען טענדלער, האט אויסגערופן א קאמף אקעגן מצוות מילה, און ער גייט אנהייבן מיט עוקר זיין דעם חלק פון מציצה בפה.
ער האט געלאזט הערן זיין מיינונג ברבים אין א דרשה אין "יעשיווע אוו ספרינג וועלי", וואו ער האט דערקלערט קריג אקעגן 'סאטמאר' (???) וועלכע וועלן אים זיכער שטערן אין זיין קאמף, און ער האט פארשפראכן צו נעמען צו הילף די שטאטישע אינסטאנצן, און ער וועט עס מאכן טאקע יעצט ווען דער בירגערמייסטער איז א רעפארם איד, א שונא הדת, און "כל משרתיו רשעים", דעריבער איז יעצט די גינסטיגע געלעגנהייט דאס צו ערלעדיגן (מען האט נישט אלעס געהערט אזוי קלאר, אבער צווישן די ווערטער האט דאס אפגעקלינגען).
תיכף ומיד האט דאס גאנצע ארטאדאקסישע אידנטום - אויף אלע אירע פיליאלעס און פראקציעס - זיך פאראייניגט, און דערקלערט אז זיי וועלן באמת טון כל מה שביכולתם אפצושטעלן דעם "מכם ובכם", און אומשעדליך מאכן די גיפטיגע ווארצלען פון די קערנדלעך וואס טענדלער זייעט איין ביי די שטאטישע אינסטאנצן.הרשעים כים נגרשו
אבער דער משכיל/ראביי האט נישט גערוהט, אנגעהויבן האט זיך עס אז ער האט זיך ארויפגעכאפט אויף איין איינציגן פאל וואו א קינד איז געשטארבן נאכן ברית, און ער האט אפגעמאכט אז אין דעם איז שולדיג דער בארימטער מוהל הרב יצחק אהרן פישער ני"ו וועלכער האט אנטי-באדיס, און דאס האט געברענגט אז דאס קינד האט באקומען הערפיס ל"ע, און דאדורך איז דאס קינד נפטר געווארן רח"ל.
עס איז אים ווירקליך געלונגען ארויסצובאקומען א צייטווייליגן פארבאט פון די געזונטהייט אפטיילונגען פון די סטעיט און די סיטי פון ניו יארק, אז הרב יצחק אהרן זאל נישט מעגן מקיים זיין די מצוה פון מציצה בפה בשעת ער מל'ט אידישע קינדער.
דער בלבול איז גלייך אנערקענט געווארן אלס לעכערליך ביי יעדן רעכטדענקנדן מענטש, וועלכער האט גלייך געפרעגט די פשוט'ע סטאטיסטישע פראגע: אויב פינף און ניינציג פראצענט מענטשן האבן אנטי-באדיס, און ניין און ניינציג פראצענט קינדער בלייבן געזונט און שטארק ב"ה נאכן ברית, כיצד יתקיימו שניהם ? [אלא זה לענגו ולקדשו, וזה להומו ולאבדו...].
עס זענען פארשטייט זיך גלייך גענומען געווארן די ריכטיגע מיטלען צו פרובירן אפשלאגן די גזירה, און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז די געזונטהייט אפטיילונג פון די סטעיט האט גלייך אנערקענט אין די לעכערליכקייט פונעם בלבול, און האט אראפגענומען דעם פארבאט פון דעם חשוב'ן מוהל. אבער אין די סיטי איז דאס יא געבליבן מיטן פולן קראפט.
אין חודש אב איז אראנזשירט געווארן א אסיפה צווישן דעם בירגערמייסטער פון שטאט, מיט די גרעסטע רבנים אין ניו יארק. זעלבספארשטענדליך, אז די צוויי ברידער וועלכע זענען דער ציל אין די ברענענדיגע מחלוקה האבן פארנומען א פראמינענטן ארט אין דער רשימה, אזוי אויך זענען דארט געווען געלאדנט נאך צענדליגער רבנים חשובים, וועלכע האבן פרעזענטירט א קאלירפולן בילד פון א פאראייניגטן קאמף אקעגן די גזירה.
די אסיפה איז אפיציעל פאררופן געווארן אויפצוקלערן דעם בירגערמייסטער און זיין געזונטהייט מיניסטער פארוואס עס דארף אראפגענומען ווערן דער פארבאט פון הרב יצחק אהרן פישער ני"ו, אבער יעדער האט פארשטאנען אז דאס איז למעשה א זעלטענער - מעגליך איינמאליגער - קאנפערענץ צווישן די אדוואקאטן און פראקורארן פון די אנקלאגע אויף די הייליגע מצות מילה, בעיקר דעם פרט פון "מציצה בפה".
תוקן על ידי - בא_ללמד - 02/01/2006 2:57:57ויבא גם השטן בתוכם !!!
ליידער דער שטן רוהט נישט, און ער האט גלייך גענומען מטכס עצה זיין וואס מען קען טון צו שטערן די פאראיינגטע פעלזן פעסטע כוחות וועלכע זענען אנטשלאסן אפצושלאגן די גזירה רעה.
ער האט נישט לאנג געדארפט זוכן, ער האט באשלאסן אז די צייט איז שוין רייף צו שניידן די פרוכט פון זיין לאנגיעריגע - געלונגענע, ליידער - הארעוואניע צו פאראורזאכן מחלוקת און פירוד לבבות ביי אידישע קינדער, ספעציעל אין די הייליגסטע קהילה אין דער וועלט - די מעכטיגע סאטמארע אימפעריע.
ביי די ארגאניזאטארן פון דער אסיפה איז געווען א דבר פשוט, אז ביי די אסיפה דארפן זיך געפינען פארטרעטער פון אלע חסידישע קהילות אין ניו יארק, אלס אזאנע האבן זיי פארשטייט זיך געגעבן א פראמינענטן ארט סיי פאר ר' אהרן און סיי פאר ר' זלמן לייב, וועלכע פארטרעטן ביידע גרויסע חלקים פון יהדות החרדית אין ניו יארק.
[במאמר המוסגר מוז צוגעגעבן ווערן, אז דאס גאנצע פאררופן די אסיפה האט געטראגן יענעם פנים, די רבנים האבן נישט געאנט ווער עס רופט, וועמען מען רופט, צו וואס מען רופט, ווען טייל פון די רבנים האבן פארלאנגט פון די רופער צו וויסן פונקטליך וואס און ווערן און וואו, האבן זיי באקומען אפגעהאקטע תשובות און צובראכענע זאצן, אזוי אז עס האט באלד אנגעצינדן א רויט לעמפל ביי די פאראנטווארטליכע רבנים].
אנקומענדיג צו דער אסיפה האט מען נאך געמוזט ווארטן אינדרויסן עטליכע מינוט, וואו די רבנים וועלכע האבן זיך געפעדערט האבן ארומגערעדט איינער מיטן צווייטן איבער פארשידענע ענינים. אינצווישן איז דארט אנגעקומען כ"ק הגאב"ד שליט"א, וועלכער איז געקומען צו פארן פון קרית יואל'ער קעמפ.
דער ברודער, ר' זלמן לייב, האט זיך שוין געהאט געפעדערט, און ער איז געשטאנען אינדרויסן מיט אלע רבנים ווארטנדיג, אבער זעענדיג זיין עלטערן ברודער האט ער מיט אימפעט געגעבן א ווארף ארויף אויף זיך דעם טייערן פעלץ, געכאפט די פיס אויף די פלייצע און אפגעטראגן פון דארט כהרף עין, אזש קוים וואס זיין גבאי האט אים געקענט דעריאגן.
די רבנים האבן זיך צוגעקוקט אין שאק און שטוינונג, נישט גלייבנדיג זייערע אויגן.
דערווייל איז די אסיפה אנגעגאנגען ווי געפלאנט, דעם מהלך האסיפה איז גוט באקאנט און איבעריג צו שילדערן. אין א ווארט, איז ארויסגעקומען דער פאראייניגטער אפענער אויסרוף, אז מען וועט קעמפפן אקעגן די רעגירונג מיט אלע מיטלען וואס נאר מעגליך, און די גזירה וועט בשום אופן נישט צושטאנד קומען.בעלילה באת עלינו
דער דאזיגער פאסירונג האט אויסערגעווענליך ארויסגענומען פון די כלים די אנפירער פון די זאלי פארטיי, וועלכע ארבעטן שוין יארן לאנג אהערצושטעלן כאילו זיי זענען די איינציגע פארטרעטער פון אידישקייט, ספעציעל אין וויליאמסבורג, און דא איז געקומען אזא פראסק ! מ'האט געקענט אנגיין ווייטער מיט די אסיפה אן ר' זלמן לייב, און נאך מיט ר' אהרן ?!
(עס איז לייכט זיך פארצושטעלן דעם פסוק וואס ר' זלמן לייב אליין האט געכאפט פון זיינע שטוב מענטשן, אבער נישט דאס איז יעצט די טעמע)
דעריבער האבן זיי באשלאסן, אז מען מוז ערלעדיגן דעם גאנצן קרעדיט פאר ר' זלמן לייב, און דאס איז בכלל נישט געווען שווער אדורכצופירן, נאך וואס די צוויי איינציגע מאכער וועלכע האבן - מכלומר'שט - געהאט א ווארט ביים בירגערמייסטער זענען געווען מענצער און גאלדבערגער, וועלכע זיצן שוין לאנג אויפן פעיראל פון די זאליס און משה פריעדמאן, דעריבער האט מען מיט זיי זיך פארשטענדיגט און זיי האבן פארשפראכן פולע קאאפעראציע.
אינצווישן, האבן די ווענט אין אלע בתי מדרשים געשריגן און געמאנט אז מען מוז ראטעווען כלל ישראל פון די ביטערע גזירה, און דער איינציגער לעזונג - פון יענע צעטלען, אונטערן שלייער פון ארגאניזאציע מיטן נאמען "ועד משמרת הברית" - איז געווען, אז מען זאל אונטערשרייבן א געמיינזאמע פעטיציע צום בירגערמייסטער וואו מען רופט אויס א פארייניגטן וויי געשריי און א פארלאנג אפצורופן די גזירה.
די אומשולדיגע פעטיציע האט נישט אנגעזאגט קיין שום פרטים, ווער איז די ארגאניזאציע, ווער שטייט דערונטער, וועלכע רבנים שטיצן אירע פעולות, אפילו די פעטיציע זעלבסט איז געווען א מיליטערישער סוד, מען האט נאר געקענט אונטערשרייבן א צעטל וואס האט געדינט אלס נספח (עטעטשמענט) צו די פעטיציע זעלבסט.
די געהיימניס האט געגעבן אסאך שטאף פאר קאנספיראטארן, אבער ישראל קדושים הם, נתבעים ונותנים, און רוב רובם פון די ערליכע אידן האבן בתום לבבם אונטערגעשריבן די פעטיציע - אייגנטליך דעם נספח צו די פעטיציע, וואס האט צוזאמען געשאפן דעם קאלאסאלן [אנגעגעבענעם...] ציפער פון צוועלף טויזנט אונטערשריפטן, פון אידן וועלכע האבן - פרובירט - דאדורך אויסצודרוקן זייער פראטעסט און וויי געשריי.
עטליכע וואכן דערויף האט געקראכט ווי א דונער די נייעס, ווען דער איד האט טריאומפירט אז דער בירגערמייסטער האט אנגערופן ר' זלמן לייב אים מעלדן אז ער, אדער זיין געזונטהייט מיניסטער, ציט צוריק פון דעם פארבאט אקעגן הרב יצחק אהרן פישער ני"ו !
יענעם מוצ"ש האט דער בירגערמייסטער אפגעשטאט א באזוך ביי ר' זלמן לייב, וואו מען האט איבערגעגעבן פארן בירגערמייסטער די פעטיציע מיט די צוועלף טויזנט אונטערשריפטן !, זאגנדיג אז דאס האט ר' זלמן לייב געשאפן אלס מיטל אפצושרייען די גזירה אקעגן מציצה בפה, אונטער סיי וועלכן שלייער.עדיין מרקד בינינו
די נייעס האט געפלאצט ווי א באמבע, טויזנטער אידן וועלכע האבן תמימות'דיגערהייט אונטערגעשריבן די פעטיציע, זענען יעצט געוואויר געווארן אז זיי זענען נישט מער ווי ביליגע שפילצייג אין די הענט פון אפאר נידריגע אנגעפרעסענע פאליטיקאנטן, און דאס בלוט האט אנגעהויבן זידן און קאכן ווי א קעסל.
אבער עס איז שוין געווען לאחר המעשה, מען האט גארנישט מער געקענט טון ווי זיך עסן דאס געזונט.
שמיני עצרת צופרי, ווען מען האט געזען די וואולגארישע אויפפירונג און אומלעגאלע אריינמישונג פון די פאליציי אין א אינערליכן סכסוך, זיך שטעלנדיג קלאר אויפן צד פונעם פארלירער, האבן זיך פיל אידן דערמאנט אין דעם שרעקליכן פארראט פון די "עסקנים לשם שמים", און האבן נישט געקענט מער ווי פארברעכן די הענט מיט צער און ווייטאג, טראכטנדיג וואספארא שאדן זיי האבן זיך אליין גורם געווען - אומווילנדיג.
א וואך דערויף איז פארגעקומען א גרויסארטיגע ראלי, אויך מיטן "ציל" צו ראטעווען "מציצה בפה, און אונטערן נאמען פונעם "ועד משמרת הברית" - וואס האט פלוצלונג באקומען 'בעלי בתים', מענצער, גאלדבערגער, און נידערמאן - וואו עס האט זיך ווידער ארויסגעשטעלט די ביליגקייט און נידריגקייט פון די "עסקנים", וועלכע האבן צוליב בייזוויליגע פאליטישע אינטערעסן פארקויפט די גאנצע הייליגע מלחמה ארבעט פאר א נזיד עדשים.
א ביישפיל ?!
(אויסגעמעקט אויפן פארלאנג פון עמיצן) ביי די ראלי, אבער באקומען באצאלט דערפאר האט יונתן מענצער ! ער האט גערעכנט דערפאר פארן בלומבערג קאמפיין - וועלכער האט באצאלט אלע אויסגאבן (פון די מלחמה אקעגן מציצה בפה...) - פינף טויזנט דאלער, פון וואס די גרעסערע העלפט האט געלאנדעט נישט ווייט פון זיין הויזן טאש...
אויך האט מען אויף אידיש טרומפייטערט אויף די העכסטע טענער כאילו דער בירגערמייסטער האט זיך אונטערגעגעבן צו די "עסקנים" אינעם געביט פון מציצה בפה, אבער אויף ענגליש - וואס 'פערצופאל' האט דאן דער בירגערמייסטער פארשטאנען יעדעס ווארט... - האט מען נישט דערמאנט קיין רמז ורמיזה פון די גזירה !
א וואך דערויף איז פארגעקומען די וואלן, און ווידער איז די שטאט פארפלייצט געווארן מיט צעטלען און הויכהילכער'ס אד"ג, אז מען מוז ארויסגיין שטימען פאר בלומבערג, ווייל נאר אזוי וועט ער אפרופן די גזירה אקעגן מציצה בפה. אפילו די לעדערהעד פון "התאחדות הרבנים" האט גערופן צו שטימען פאר בלומבערג.
די "ריזיגע" אויסגאבן פאר דעם קאמפיין זענען געקומען פון דעם הויפטקווארטיר פאר די מערכה אקעגן מציצה בפה - דער קאמפיין אפיס פון מעיאר בלומבערג...
ווידער האבן טויזנטער מבני ובנות ישראל הכשרים ערליך געפאלגט, טראץ וואס עס זענען שוין געווען הויכע מורמלערייען אז עפעס טויג נישט, האט זיך פארט נישט אפגעפינען דער יעניגער וואס זאל אויפן סמך פון א חשד טארפעדירן די - באמת הייליגע - מערכה אקעגן די גזירה פון מציצה בפה.
תוקן על ידי - בא_ללמד - 02/01/2006 4:07:41
תוקן על ידי - בא_ללמד - 02/01/2006 4:10:28מורא'דיגע ווערטער !
איך האב נאכנישט געזען איינער וואס זאל עס אזוי גוט ארויסברענגען, אבער דו פירסט נישט אויס, וואס זאל מען יעצט טון ? וואס הייסט מען זאל זיך נישט לאזן פארפירן ? פון וועמען ?
זיי דיך מסביר.
ויעבידו את בני ישראל בפה רך !
ליידער בעוה"ר - אין גרויסן טייל צוליב די דירעקטע פארנאכלעסונג פון די "עסקנים לשם שמים" ווי מענצער און נידערמאן - איז מעשה שטן הצליח, און דער פרייער איד טאמעס פרידען, דער געזונטהייט מיניסטער אין ניו יארק סיטי, האט ארויסגעגעבן א גזירה אז מען גייט פירן א מלחמת חרמה אקעגן די מצוות מילה, דערווייל נאר אקעגן דעם טייל פון "מציצה בפה".
עס איז געקומען איינגעהילט אין א שיינעם פארעם פון א "רעקאמענדאציע", אבער ווי כ"ק הגאב"ד שליט"א האט שוין אזוי קלאר ארויסגעברענגט איז דאס באמת נאר דער אנהייב, און עס איז זיכער אז דאס איז נאר א אונטער-טיר פון וואו מען וועט קענען שפעטער אריינברענגען א פולקאמען פארבאט אקעגן מציצה בפה, דערנאך אקעגן פריעה, הי' לא תהי' !
שוין אפגערעדט פון דעם אז די שפיטעלער וועלן אנהייבן מאכן ערנסטע צרות פאר יעדן ערליכן איד אין גאנץ ניו יארק ! אפילו פון קרית יואל און מאנסי, יעדער פראבלעם אין די קומענדיגע צוואנציג יאר פונעם קינד וואס מען וועט קענען דאס מינדסטע פארבינדן כאילו עס האט שייכות מיט מציצה בפה, וועט גלייך ברענגען א "טשיילד אביוז" אנקלאגע אקעגן די "אומפאראנטווארטליכע" עלטערן וועלכע זענען געווען "בארבאריש" צו זייער קינד און אים געלאזט מאכן מציצה בפה.
אויך וועלן אלע גרויסע אינשורענס פירמעס אנהייבן אוועקנעמען, און נישט ארויסגעבן, מעדיצינישע פאליסיס פאר די וועלכע מאכן מציצה בפה. ווער רעדט פון מעדיקעיד, וואס וועט גאנץ זיכער - ביי א געוויסן שטאפל פון די גזירה - ווערן אפגעווארפן פאר איינעם וואס וועט לאזן מאכן מציצה בפה.
אין א ווארט, עס איז א שרעקליכע גזירה, וואס תוצאותיו מי ישורנה, און אם החרש תחרישון לעת הזאת ווייסט איין באשעפער וואו דאס וועט זיך ענדיגן !
עכשיו על של עתה באנו !!!
אלזא, וואס וויל איך מיט די לאנגע מגילות ?!
מורי ורבותי ! מיר מוזן זיך נעמען אין די הענט אריין !
צוערשט ברויכן מיר קלאר מעלדן פאר די "עסקנים", אז מיר האבן אראפגענומען פון זיך זייער אפוטרופסות !
יעדער "עסקן" וואס בעט פון אייך סיי וואס אין דעם הינזיכט, יעדע צעטל וואס רופט צו טון סיי וואס אין דער אנגעלעגנהייט, זאלט איר קלאר שטעלן די פאלגנדע פראגע: מי שמך לאיש ?! וועלכער אנערקענטער רב שטייט אונטער דיר ? ווער פארזיכערט מיר אז דו וועסט נישט ווידער אויסנוצן מיין תמימות, און מיין הייסן רצון צו מבטל מאכן די שרעקליכע גזירה, כדי צו פאראויסרוקן דיין פאליטישע אגענדע ?!?!?!
און בעיקר רוף איך דא אויס צו אלע באמת ערליכע און געטרייע עסקנים, אייכם ?! וואו זענט איר ?! שארצט זיך ארויף די ארבל, און נעמט דעם עסק אין די הענט אריין ! ווארט נישט ביז מען וועט זיך ווידער איבערצייגן אז די פאלשע הבטחות זענען גרונטלאז, און נישט ווערט דאס פאפיר אויף וועלכע מען האט זיי געדרוקט !העיקר שכחת
די 311, די וואלן, די ענדארסמענט, זאליס 3 וויזיטס פונעם מעיאר, און די גאנצע מיטינג אנגעפירט פון מענצער
אז דער מעיאר זאל רעדן פון איהם און שוין
און די אגודת ישראל'ס הילף אויב מען ארבעט צוזאמען
די באמישע פירונג פון די הפקר חברה איז בולט ווי נאר
וכו'
בא ללמד, אנדערש ווי אלץ, האלט איך אז דא ביסטו נישט גערעכט.
אויב סאיז דא עסקנים וואס טוען אין דעם, טאר מען זיי נישט סתם אונטערייסן, סאו האבן זיי געהאט א דורכפאל, איז וואס? איך ווער עפעס אויס אהרוני ווען די אהרונים האבן א דורכפאל? מדארף טון, אבער נישט אלץ קען מען אויפטון.
אויב דו האסט א אנדערע עצה גיי רעדט מיט די עסקנים, נישט קום דא סתם אונטערהאקן יענעם.
בא ללמד
מדארף זיי אויסטון נאקעדיג איינאמל פאר אלעמאל!
זיי מיינען נאר פאליטיק און געלט, און אונז זאגן זיי אז זיי מיינען די באשעפער!
איך האב טאקע פארגעסן ארויסצוברענגען אן אויסטערליש וויכטיגע נקודה, וואס ווייזט אז זיי זענען בכלל נישט אינטערעסירט אין די מערכה.
פארוואס האבן זיי פארפאסט דעם דעדליין ?
מ'האט זיי געגעבן א פונקטליכע דאטום ווען זיי זאלן צוריקקומען מיט די שטודיע, זיי האבן דאך געוואוסט אז פרידען וויל עפעס דא, פארוואס האבן זיי אים געלאזט האבן א תירוץ ארויסצוקומען ?
זיי האבן טאקע נישט געקענט ענדיגן די "שטודיע"... אביסל פריער, אז פרידען זאל זיך נישט קענען ארויפכאפן דערויף ?
בא ללמד.
האסט מיך נאך אלץ נישט גענטפערט.
האסט עפעס א גוטע עצה? גיי צו די עסקנים.
ווי לאנג דו ווייסט נישט וואס עס איז פארגעגאנגען, קענסטו נישט באשולדיגן קיינעם.
אדרבא, געב א עצה?
לויט ווי איך זע, האט דער דאזיגער אשכול יא געשלאגן ווארצלען, אזש דער איד זעלבסט האט געטאנצן פון די הויט...
אן קיין ברעקל בושה, האבן זיי ווידער אפירגענומען זייער עקלהאפטיגער פעדער, וועמען זיי האבן שוין א שטיק צייט נישט גענוצט, און גענומען גיסן פעך און שוועבל על ה' ועל משיחו, און אפילו אויף ננתקה...
די הויפט אטאקע אינעם ארטיקל איז, אז דער רב האט גארנישט געטון, נאר געווארט צו זען אויב די עסקנים וועלן אדורכפאלן, און דאן האט ער גענומען פארפירן אקעגן די עסקנים.
איך וואלט געוואלט פארשטיין א קלייניגקייט, ווען מען האט פאררופן די אסיפה ביי בלומבערג, וואו מען האט געלאדנט אלע רבנים, האט דער רב געפרעגט געוויסע פראגעס פון די ארגאניזירער, אויף וועלכע ער האט קיין געהעריגן ענטפער נישט באקומען.
וואס וואלט פאסירט למשל ווען דער רב זאל דאן זאגן פאר די עסקנים אז ער גייט נישט צו די אסיפה ביז ווען ער באקומט א געהעריגן ענטפער, פונקטליך וואס וואו און ווער עס גייט דארט רעדן ?
לאמיר גיין א טריט ווייטער, וואס וואלט פאסירט למשל, אויב א טאג נאך די אסיפה באשליסט דער רב אז די עסקנים פירן דעם עסק אין באד אריין, ווי מען האט שוין געזען פון די ערשטע מינוט, און ער איז מחליט אז ער נעמט די זאך אין הענט אריין, ער קרויזט אויס אלע אלט-געזעסענע עסקנים, און הייבט אליין אן צו שתדל'ן און פאררופן אסיפות אא"וו ?
וויפיל קיתונות של שופכין וואלטן דאן געגעאסן געווארן אין זיין ריכטונג אז ער וויל אונטערגראבן די מערכה ?!
בשלמא ווען מענצער און נידערמאן זענען מצליח, אדער אפילו אויב זיי זענען נישט מצליח אבער זיי האבן געארבעט געהעריג און פרובירט אלע מיטלען, איז שייך צו האבן טענות אז מען רייסט זיי ארונטער.
אבער אז מען רופט צו אן אסיפה די גרעסטע רבנים אין ניו יארק, און ווען מען שטעלט פשוט'ע שאלות פאר די ארגאניזירער, ווי וואס מען וועט ענטפערן אויב דער מעיאר וועט זאגן כך וכך, און מען באקומט נישט קיין געהעריגן ענטפער.
אז מען גייט ארום צוזאמענעמען אונטערשריפטן און עס איז נישטא קיין נאמען פון קיין איין רב וואס קוקט דאס איבער, און מען טאר ניטאמאל זען דעם צעטל אויף וועלכן מען האט אונטערגעשריבן.
אז מען מאכט א ראלי וואס ווערט מכלומר'שט פאררופן צוליב מציצה בפה, און דערווייל רעדט מען דארט נישט קיין איין ווארט אויף ענגליש פון די מערכה. און די ראלי ווערט גאר באצאלט דורך דעם בלומבערג קאמפיין.
אז מען האט נישט קיין שכל צו בעטן געהעריג אראפגעשריבן פאר די וואלן אז מען גייט גארנישט טשעפען מיט די מצות מילה.
ועל כולם, אז מען פארנאכלעסיגט צו ענדיגן די שטודיע אינעם באשטימטן דאטום, טראץ וואס מען האט געוואוסט אז פרידען זוכט זיך אויף וואס ארויפצוכאפן, און מען טאר אים נישט געבן קיין געלעגנהייט דאס צו טון.
איז אויסער יעדן צווייפל אז דא האט מען צו טון מיט קארופטירטע געלטגייציגע פארשוינען, וועלכע האבן נאר איין ציל פון שררה און מאכט !!!
און דא איז ווידער דאס פלאץ ארויסצוגיין אין א רוף צו אלע ערליכע עסקנים אין ניו יארק - פון אלע פארטייען און קהילות, נעמט אייך אין די הענט אריין ! נעמט איבער די מערכה באצייטנ'ס, איידער מיר וועלן זיך טרעפן מיט א מעוות לא יוכל לתקון !!!!
דו רעטסט סתם נישט צום זאך.
אויב האט אהרן געזען אז סגייט נישט גוט, פארוואס האט ער נישט אנגעקאלט הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן און געזאגט אז ער וויל עפעס העלפן? וואו זענען זיינע לעלוס פון וויליאמסבורג? זיי קענען נאר גיין זאגן אז אין וויליאמסבורג פייניגט מען...?!
וואס וואלט אהרן געזאגט אויב סוואלט געלונגען פאר די געטרייע עסקנים צו ראטעווען מציצה בפה?!
די אהרונים האלטן נישט ביים לייגן א פינגער אין קאלט וואסער צו קיין איין אידישע מערכה, איבעראל קענען זיי נאר זאגן קריטיק און שטערן אלעס.
אהרן אליינס קומט און זאגט א דרשה פאר הונדערטער מענטשן, אז די עסקנים האבן נישט גוט געטון זייער זשאב (ווייל מהאט אים נישט געפרעגט וואס צו טון...)
איז די קשיא פונעם יאר, וואס וואלט דער אהרן געזאגט אויב סוואלט יא געלונגען פאר די עכטע עסקנים לשם שמים צו סטאפן די גזירה פון מציצה בפה?!
דעמאלטס וואלט ער זיכער געלייגט איבעראל די פיקטשערס פון "זיין" וויזיט ביי בלומבערג, ער וואלט געהאלטן א דרשה אז "ער איז געווען דער ערשטער" ווי געווענליך, און די בלאט וואלט געשריגן און פארפירט אז אלעס איז צו פארדאנקען פאר אינדיג און גלאנץ וואס האבן אנגעפירט די געלונגענע ראלי...
יעצט איז ער דא צו שרייען, וואו איז ער געווען ביז יעצט?1
א נקודה למחשבה:
ווי עס קוקט יעצט אויס גייט דער קאנפליקט אנקומען אין געריכט, וואו עס האט שטארקע שאנסן צו פארנעמען נאצינאלע העדליינ'ס ווען עס וועט אנקומען אין העכסטן סופרים קאורט.
האפנטליך, און אזוי איז פארצוזען, וועט דער כמו-קאנסערוואטיווער סופרים קאורט נישט ערלויבן די רעגירונג זיך אריינצומישן אין ווירטואלע אנגעלעגנהייטן.
דאס וועט זיין א גוטע לעקציע פאר אלע שונאי ישראל אז מען מישט זיך נישט אריין אין רעליגיעזן לעבנ'ס שטייגער.
אזוי אז עס קען גאר ווערן "מעז יצא מתוק", ווען דאס וואס מען האט פארנאכלעסיגט די יעצטיגע מערכה, און ערלויבט אז עס זאל אנקומען אין געריכט, האפנטליך מיט די פאראייניגטע שטעלונג פון גאנץ כלל ישראל, וועט גאר ברענגען א געריכטליכן פארבאט פון ווייטערדיגע אריינמישונג אין סיי וועלכע רעליגיעזע אנגעלעגנהייט.
דאס וועט איינשפארן א כסדר'דיגע לעקעריי צו די שטאט טאטעס, וועלכע וועלן כסדר זוכן אנצוקומען מיט פרישע "רעקאמענדאציעס", וואס וועט זיכער נישט פאסירן אויב דער סופרים קאורט וועט עס זיי פארבאטן.
סתם, א נקודה...
מבקש_האמת
בעפאר דו סעלעברעיסט, וויל איך דיך פרעגן א פראגע, ביסטו זיכער אז אין געריכט גייסטו געווינען?
איך מצידי בין זייער מסופק דערין.
עפעס איז די מציצה בפה מערכה, זייער מאדנע,
די שטאט טאטעס זענען ארויס געקומען מיט א באשולדיגונג אז איינער א מוהל פישער פון מאנסי האט געטרענספערט א מחלה צו נייע געבוירענע קינדער, און אז איינער אדער צוויי פון די קינדער זענען ל"ע געשטארבן, און איינער איז רח"ל ברעין דעמעדזש.
איז אנשטאט ארויס קומען מיט א דאקטאר ריפארט אפצו ווענדן די שטאט טאטעס, און זיי איבערצייגן אז ס'איז נישט אמת, איז מען ארויס געקומען מיט קולות וברקים אז די שטאט טאטעס ווילן פארבהאטן מציצה בפה רח"ל, און אז מיר וועלן דאס באקעמפן מיט מסירת נפש,
למעשה איז מסתמא אמת אז אינטער די פארארדענונג ליגט שינאת הדת, אבער געוואלד, וויאזוי וועט איר דאס באקעמפן, וועלעכער נארמאלער שופט וועט דיר גערעכט געבן?, ווען זיי האבן א נארמאלן ריפארט, איך געדענק עטלעכע יאר צוריק איז ביי א רעליגיעזע מוסלאמענער פאמילי געבוירן א קינד, און לויט זייער רעליגיע קען מען פארן קינד געבן נאר נאטירליכע עסן פון די מאמע, און דאס איז נישט גענוג געווען פארן קינד, דער דאקטאר האט אריין גערופן די פאליציי, און ס'איז אנגעקומען אין געריכט, און זיי האבן צו גענומען דאס קינד און יא געגעבן נארמאלע עסן, טענה'נדיג אז ביי געזונטהייט גייט נישט אן רעליגיע,
איך האב גערעדט מיט עטליכע עסקנים און מוהלים, און יעדער פה אחד האלט, אז אדער ברענגט מען א ריפארט פון גרויסע דאקטורים מומחים, אקעגן די שטאטישע רעפארט, אדער זאל הרב פישער, אנעמען זייער באשלוס, און נישט אנעמען ברית'ן אין נ"י סיטי, על כל פנים עד יעבור זעם,
ס'קען זיין אז ס'איז שוין שפעט, יעצט גייט דאס שוין אריין אין ניצחון, אדרבה, וואס וואלט איר געטון ווען איר וואלט געעוען מעיאר, און מען קומט צו אייך מיט א ריפארט, אז מציצה בפה האט גורם געווען אז קינדער זענען רח"ל געשטארבן, וואס וואלט איר געטון, און וואלט איר עקספעקטעד אז א נארמאלער פאראנטוואלעכער מעיאר וואלט געטון?, נאר די זעלבע!!!,
ליידער ליידער דא ביי אונז איז דאס לכתחילה געווען אין די הענט פון די ווילדע אינגע אזויגערופענע עסקנים, די עירוב שרייערס און גל-פז דיסטרויערס און ווערצבערגער גראסערי פראטעסטירער, וואס זיי האבן אנגעפירט די מערכה אויפן זעלבן שטייגער, ווי למשל אריין רופן 311, וואס איז געווען די ערשטע רעסעפי פאר דיזעסטער, שטעלט אייך פאר ווען די שחורטע אפערעטאר הייבט אויף דעם טרייבל און זאגט, MAY I HELP YOU, און דער חשובער כולל אינגערמאן מיט זיין פרעפעקטן ענגליש ענטפערט, יעס ווי ווערי מעד דע מעיאר נא לעט מציצה בפה, WHAT DOESN'T THE MAYOR LET YOU DO?, מציצה בפה!!!, EXCUSE ME! WHAT IS TZIZE PE?,
יעס, טיז איז ווען יא מעיק א ברית, יו ס.. אן דע ב... מ..., קענט איר אייך פארשטעלן וואס א רעזאלטאט די דאזיגע 311 געשפרעך האט?, א פלעינע ביליגע ליצנות, אבער וואס זאל מען טין, די עסקנים האבן דאך געהייסן אז מען זאל קאלן, און נאר דאס וועט סטאפן די גזירה פון מציצה בפה, נו, ווער וויל דען נישט ראטעווען מציצה בפה,
והאחרון הכביד, אזוי די אזוי גערופענע שרי העסקנים, די געלט גייציגע עסקנים, וואס האבן זיך ארויף געכאפט אויפן וואגן נאר כדי צו קענען אנקעסירן פוינט מיטן נארישן ציבור, און שרייען אז מיר האבן ערלעדיגט מציצה בפה, די הימל שרייענדיגע פאברעכן וואס זיי האבן געטון מיט ארויס שלעפן דעם עולם פאר די אזויגערופענע הכרת הטוב ראלי, פאר דעם אליין דארף מען זיי מחרים זיין, מען שטאפט זיך אן די טאשן פון די בלומבערג קאמפיין געלט, און דעם עולם גולם פארקויפט מען קרעפלעך, ווי פיל געלט דארף מען באקומען, זיי זאלן זיין "עוסקים בצרכי ציבור באמונה" הא???, און וויפיל געלט דארף מען מאכן מען זאל צו לייגן "שלא על מנת לקבל פרס???,
אבער ברוך השם, אשר לא הסיר חסדו מאתנו, און מיר האבן ב"ה א מנהיג אמת, אשר לא ירא ולא יחת, והאמת נר לרגלו, און האט אנגהויבן מעורר זיין לב הקהל, אויף די סכנה וואס עס ווארט אונז אפ, ואם החרש חתחרישו לעת הזאת, מי יודע, ווער ווייסט וואס א קאנסעקווענצן ס'וועט חלילה ארויס קומען דערפון, פארשטענדליך איז דאס למורת רוח פון די פאלטשע עסקנים, מען איז מגלה פרצופיהם, האבן זיי גענומען זייערע חברים וואס זענען זיי שולדיג א פרעון חוב פון לעצטען שמיני עצרת, און האבן אנגעהויבן א קאמפיין א קעגן כ"ק גאב"ד קרית יואל, מיט מיאוסע שעמפאלע ארטיקלען אין זייער שונד צייטונג, הפנים זיי האבן זיך נאכנישט אויסגעלערנט, אז
כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ.
שוין, די אהרונים קריגן שוין צווישן זיך. מבקש האמת, וואטש דיך, די אהרונים וועלן דיך נאך ארויסווארפן פון זייער פארום פארן זאגן עפעס קעגן ר' אהרנ'ס הייליגע ווערטער...
עס איז זיכער אז מבקש איז גערעכט, און די סופרים קאורט גייט פסקנען קעגן פרידען, אזויווי אלע קאנסערוועטיווס ואס זענען פאר רעליזשען.
יעצט צו יענקעלע.
אויב דו ווילסט אונטערייסן די געטרייע עסקנים, מוזטו קודם פונקטליך וויסן וואס די מעשה איז געווען, אז נישט בלייבסטו חוזק, אזויווי יעצט.
ווען סהאט זיך אנגעהויבן די מערכה, האט מען גראד געטראפן צוויי זייער גרויסע דאקטוירים, איינס פון זיי איז געווען דאקטאר ווערצבערגער פון מאנרא (אפשר וועגן דעם זאגסטו אז סאיז נישט געווען קיין דאקטוירים? די אהרונים האבן מיט אים אויך עפעס א חשבון...), וואס האבן גראד אפגעווארפן די טענה כאילו מציצה בפה איז שעדליך.
מהאט געהעריג ארויסגעגעבן דאקטאר ריפארטס, און טאקע וועגן דעם האט די סטעיט גלייך אראפגענומען די פארבאט פון הרה"ח ר' יצחק אהרן פישער שליט"א. נאר אין די סיטי האט די אנטיסעמיט פרידען עס יא געלאזט.
די עסקנים האבן גראד געזען אז ממוז עס שטארק באקעמפן, און מהאט אנגעהויבן טרייען אויף אלע פראנטן. איינס פון זיי איז געווען קאלן די האטליין.
אמת אנפאנג איז געוען א שטיקל קעאס, ווי לאנג מהאט ארויסגעלייגט א נוסח אויף קול מבשר און אין די צייטונגען וואס מזאל זאגן, נאכדעם איז שוין נישט געווען קיין שום פראבלעם, און דיין גאנצע ליצנות מיט א כולל אינגערמאן און א גויטע קענסטו לייגן אין גאביזש. יעדער האט געזאגט די זעלבע זאך.
וואס דו זאגסט וועגן די ראלי איז פלעין בעלאני, דו האסט אפגעמאכט אז מהאט זיך אנגעפאקט די טאשן, באט דו האסט נישט קיין שום פרוף פאר דעם, און לאמיר שוין זאגן אז זיי האבן זיך אנגעפאקט די טאשן, איז וואס? גיי פרעג דעם קליינעם רויטן כהן (מאיר הירש'ס פרענד) אויב א עסקן מעג זיך אנפאקן די טישן. סוף כל סוף האט ער געארבעט דערפאר, וואס האט דעס געשטערט די מערכה? דעמאלטס האט דאך אפילו אהרן געמיינט אז סאיז ערלעדיגט?!
ברום השם, אז אונז זעמיר נישט אונטערגעווארפן צו דעם מושחת און מנובל, וואס מיינט אז אויב ער איז נישט די פיילאט דערף די גאנצע פליגער קראכן. און אונז וועלן מיר ווייטער אנגיין מיט די הייליגע מערכה ביז מוועט זען הצלחה אי"ה!
תוקן על ידי - כל_העולם - 06/01/2006 19:51:44
אנטורפן.
קודם האב איך פאר דיר גרויסע נייעס, די אהרונים זענען צופליקט צוריסן און צוהארגעט, זיי ווערן אלס ווייניגער און ווייניגער, און נאך א קורצע צייט וועט איר שוין נישט האבן דעם פראבלעם פון אהרונים אויף אייער קאפ...
לענינינו.
א צווייט מאל, ווען דו ווילסט קומען דא האקן אויף איינעם, זאלסטו זיך בעסער נאכפרעגן, אז נישט וועסטו בלייבן אזוי חוזק ווי דו ביזט יעצט...
אפשר דערמאנסטו זיך פארוואס מען האט אויפגעהערט צו רופן 311 וועגן מציצה בפה ? אז דו ווייסט נישט גיי פרעג איבער דיינע משלחים.
עס איז געקומען צו אזא קלימאקס, מענטשן האבן גערעדט אזעלכע שטותים [איין קליינע עפיזאד, איינער האט עפעס מסביר געווען פאר די ערל'טע וואס האט אויפגעהויבן אז ער האט טענות פארוואס די רעגירונג לאזט נישט SUCK'ען ביים ברית. ואידך פירושא זיל גמור...], אז מען האט ממש געוויינט צו די "געטרייע עסקנים" אז דאס מאכט נאר חרוב די מערכה, און זיי האבן עס טאקע אנערקענט און באפוילן אויפצוהערן.
פארשטייט זיך אז דאס אויפהערן צו רופן איז געווען "ווייל מען האט שוין געהאט א סוקסעס, און אדאנק די רופער גייט די רעגירונג אראפנעמען דעם פארבאט פון ר' יצחק אהרן פישער"...
דאס איז געווען נאר איין ביטערן פיל וואס די וועלכע האבן מיטגעהאלטן די מערכה פון דער זייט - מיר אריינגערעכנט - האבן געדארפט שלינגען.
די צווייטע פיל.
דו רעדטסט וועגן דאקטוירים, אפשר זאגסטו מיר וואו און וועלכע דאקטוירים האבן גערעדט וואס ?
עס איז געווען א אסיפה אין ראדני, דארט האט דר. ווערצבערגער אויפגעטרעטן, און בלומבערג האט באלד דערויף געהערט דעם טעיפ פון די ראדני דרשה...
וואו זענען געווען זייערע שטודיעס, פארוואס האבן זיי נישט אריינגעגעבן קיין געהעריגע זאך, פון אונטערגעשריבענע פראמינענטע דאקטוירים, מיט פונקטליכע סטאטיסטיק'ס און הארטע באווייזן ?
איינער האט זיך איינגערעדט אז אויב מען גייט אין א געריכט, מיט די טענה אז סקולענער רבי האט געהאט מסירות נפש ביי די קאמוניסטן, וועט דער געריכט באשטעטיגן אז מציצה בפה איז נישט קיין סכנה ?
וועמענ'ס קאפ פארדרייט איר דא ?
תוקן על ידי - בא_ללמד - 06/01/2006 20:09:53
איך פארשטיי נישט די קליינקעפיג זאלונים, זייער מענטאליטי איז אז איינער האלט אנדערשט מיינט דאס אז מען קריגט זיך, מבקש האלט אז דער קארט איז א ישועה און מען וועט זיך פאר אונז אנעמען, און איך האלט אז דער קארט וועט זיך אנעמען פארן געזעץ און נישט פאר רעליגיע,
דאס געזעץ דארף יעדן פראטעקטן, און אויב איז וואר אז הרב פישער איז שעדלעך, קענסטו שרייען פון היינט ביז איבער א יאר פורים, רעליגיע, ס'וועט דיר גארנישט העלפן, אין אמעריקע איז דאס געזעץ העכער רעליגיע, אזוי ווי אמעריקע איז א נארמאלע דעמאקראטישע רעגירונג, וועט זי אלץ פרובירן צי צושטעלן דאס געזעץ זאל זיך נישט סותר זיין מיט רעליגיע, אבער טאמער איז רעליגיע א קלארע סתירה מיטן געזעץ, דאן איז יד הגעזעץ על העליונה,
אלזא איך בין נישט זיכער אז דער קארט וועט זיך פאר אונז אנעמען, ביי סקול דיסטריקט האבן מיר געהאלטן אין איין פארלירן ביי אלע קארס, אלץ RELIGIOUS FAVORITISM.
דער פראבלעם איז, אז איך ווייס פונקטליך, און נישט איך בין דער חוזק, נאר דו מיט דיינע אזויגערופענע עסקנים, זענען חוזק געבליבן מיט די צונג אינדרויסן,
וויאזוי שרייבסטו? האט מען גראד געטראפן צוויי זייער גרויסע דאקטוירים, איינס פון זיי איז געווען דאקטאר ווערצבערגער פון מאנרא ,
קודם כל אפשר קען איך וויסן ווער דער צווייטער דר. איז?, צווייטענס, אפשר קען איך האבן א קאפי פון די ריפארטס, איך בין וויליג ארויף צוגיין צו די שטאט און דאס זיי איבערגעבן, ווייל זיי האבן דאס קיינמאל נישט באקומען, (גראדע, בין איך געווען ביי די דרשה פון דר. ווערצבערגער, און ער האט גערעדט ווי א פיי צדיק, ער האט נאר פרובירט איבערצייגן אז מציצה בפה איז זייער וויכטיג להלכה, און האט אליין מודה געווען אז לעת עתה איז נישטא קיין קאנטער ריפארט).
דאס וואס די סטעיט האט אראפ גענומען דעם פארארדענונג, איז ווייל דער קאמפלעינט, איז אין די סיטי, על כן האבן זיי זיך גרינג געקענט ארויס דרייען, אבער דא אין די שטאט, א קאמבענעשאן פון רשעות און שנאת הדת, האבן זיי זיך ארויף געכאפט אויף דעם וואגן פון טענדלער, און פרובירן צו פייטן אקעגן מציצה בפה, און ליידער מיט אזעלעכע קאראפירטע עסקנים, האבן זיי ליידער א גרינג פעלד.
בענין די 311 קאלס ביסטו א מודה במקצת, אז ס'איז געווען א נארישער אומאויסגערעכנטער פלאן, איך האב געהערט נאך זאגן פונעם עקזעקעטיוו דירעקטאר פון אגודת ישראל באמעריקע, וואס האט זיך לכתחילה אריין געלייגט אין דעם ענין, און איז געזעצן ביי די מיטינגס מיט די שטאט צוזאמען מיט רוב גדולי הרבנים והמוהלים, ובראשם אדמו"ר מנאוואמינסק שליט"א, און אזוי ווי די ווילדע וויליאמסבורגע חיות עסקנים זענען ארויס געקומען מיט די נארישע ווילדע עצה פון רופן די שטאט, האט ער זיך געלאזט הערן אז ידיו מסולקות, און אז דא גייט ארויס קומען א חורבן עולם, איך האב דאס געהערט אינמיטן זומער ווען דיינע עסקנים מיט דיין ראף בראש האבן נאך פרובירט צו נעמען קרעדיט פאר די געוואלדיגע אויפטוה פון ערלעדיגן מבטל צו זיין די גזירה, ליידער איז ער 100% גערעכט געווען.
קיינער זאגט נישט אז עסקן טאר נישט מאכן קיין געלט, אבער ליגענט זאגן, בלאפן דעם ציבור, אויסניצן דעם תמימות פונעם עולם, איז א עוון פלילי, יא, טאמער ביסטו א ערליכער עסקן און די מאכסט נישט קיין געלט דאן ביסטו א עוסק בצרכי ציבור באמונה "שלא על מנת לקבל פרס", טאמער מאכסטו יא געלט אבער דו ארבייטס נאך אלץ ערליך פארן כלל, דאן ביסטו נאך אלץ א עוסק בצרכי ציבור באמונה, אבער טאמער פאפסטו דעם ציבור, מאכסט דאס גענאר פונעם עולם, דו זאגסט ליגענטס פארן עולם, און אין די זעלבע צייט פולסטו דיר אן דיינע טאשן, ביסטו א פאלנער גנב.
און לאמיר אויספירן מיט דיינע אייגענע ווערטער, וואס איך בין מיט דיר איינשטומינג, מיר ווייסן דאך ווער עס האט געזאגט דעם סטעיטמענט פונעם פילאט. (אבער ס'איז נישט שיין עם אנצורופן "מושחת און מנובל", סוף כל סוף האט ער דאך געבויעט א שיכון אין ירושלים, און דער רבי שליט"א איז דאך געגאנגען בבגדי שבת ביי זיין חנוכת הבית...) דאס זענען דיינע ווערטער:
ברוך השם, אז אונז זעמיר נישט אונטערגעווארפן צו דעם מושחת און מנובל, וואס מיינט אז אויב ער איז נישט די פיילאט דערף די גאנצע פליגער קראכן. און אונז וועלן מיר ווייטער אנגיין מיט די הייליגע מערכה ביז מוועט זען הצלחה אי"ה!.
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 06/01/2006 20:00:27
דאס שרייבט איינער אין אנדערן פורום אויף דער איד עדיטאריעל די וואך.
רבותי.
דער שוטה וואס שרייבט דא די שורות איז נישט ביים זינען ל"ע.
אים דוכט זיך אז ס'איז נאך פאר די וואלן...
ער ווייסט נישט אז דער מעיאר האט זיך גוט אויסגעפיפן אויף די פיקטשער'לעך... און אויף דעם טעלעפאן קאל, און געגעבן א ווינק פאר קאמישאנער פרידען צו ווארטן ביז נאך די וואלן, און דערנאך זאל ער אריינשטעקן דעם אבנער לואימע שטעקלע .... אין גאנץ התאחדות הרבנים מיט דעם טשיף ראביי....
דאס שרייבט דער איד:
ווען עס איז געקומען די פרייליכע מעלדונג אַז דער מעיאָר האָט איבערגעגעבן די אָנגעלעגנהייט פאַר התאחדות הרבנים, וואָס דער מעיאָר האָט פּערזענליך געמאָלדן פאַר הגה"צ אב"ד ור"מ סאַטמאַר שליט"א פון וויליאַמסבורג אין אַ טעלעפאָנישן געשפּרעך, און ער איז מוצ"ש דערויף געקומען אויף אַ באַזוך איבערצוגעבן די בשורה פאַרן רב. ....
וועלכע בשורה האט דער מעיאר איבערגעגעבן?
אז ער וועט זיך נישט אריינמישן אדער אז....
דאס שטעקלע וועט באלד אריינגעשטעקט ווערן... און ער זאל זיך מאכן רעדי?
[
דער קראנקער דויטש איז נעבעך נישט מיט אלעמען.
אפשר נעמט ער אויך אריצעפט? (חלילה).
January 6, 2006 -- Mayor Bloomberg intervened yesterday in a holy war between the city Health Department and Hasidic leaders who are battling over a controversial mouth-to-penis circumcision practice that health officials claim infected five infants with herpes — one fatally.
Bloomberg agreed to negotiate with rabbinical leaders after they marched out of a meeting with Health Commissioner Thomas Frieden last week.
"It was an open and frank dialogue," said a Bloomberg spokesman.
A source who attended the meeting with the mayor said, "It's still at an impasse," although he noted that yesterday's sit-down was not as heated as the earlier meeting. Patrick Gallahue
http://www.nypost.com/news/regionalnews/59002.htm
יענקעלע.
דו ביזט זייער גערעכט דערמיט אז מען קען באין אופן נישט ציען קיין פרי-צייטיגע מסקנות איבער דעם מיינונג פונעם סופרים קאורט, בפרט אין אזוינע האקעלע טעמעס ווי די צושיידונג צווישן רעגירונג און רעליגיע, וואס איז דער סאמע שפיץ פון די אמעריקאנער קאנסטיטוציע.
און עס איז זיכער אז מיר וואלטן אלע געווען דאס מערסטע צופרידן, אויב די רעגירונג אין אלע אירע שטאפלען וואלט אונז געלאזט מנוחה, און מיר זאלן נישט ברויכן צוקומען צו זייערע "טובות" אז מיר זאלן ערלויבט ווערן צו היטן די הייליגע תורה אזויווי "מיר" פארשטייען איר.
אבער למעשה איז דער וואונטש נישט רעלעוואנט אויף די מינוט, מיר האלטן יעצט דארט אז די רעגירונג האט זיך יא אנגעהויבן אריינמישן אין אונזערע רעליגיעזע אנשויאונגען. דערויף האב איך באטאנט, אז עס איז ליבערשט אז דער סופרים קאורט זאל איינמאל פאר אלעמאל פארזיגלען די טיר פאר אזעלכע "טובות", און נישט אז מיר זאלן זיין געצווינגען יעדן מאנטאג און דאנערשטאג צו פאלן אויף די קניען צו די רעגירונג'ס באאמטע פאר "ערלויבעניש" צו מקיים זיין די מצוות ה' כתיקונם.
דאכט זיך אז מיר קרייציגן זיך לגמרי נישט.
בא ללמד אויב ביזטו געקומען און פארק נאר ללמד געב איך שוין אויף.
אבער אויב ביזטו דא ללמוד אויך וועל איך מיט דיר לערנען.
תנו רבנן: עס איז געווען א מוהל מיטן נאמען פישער וואס האט גע,מאלעט דריי קינדער און זיי האבען באקומען הערפיס. פארשטייט זיך אז די שטאטישע אינסטאנצען האבען דאס נישט געקענט ווייטער צולאזען. קוק אין העלט קאמישענערס בריוו וועסטו זעהן אז שוין איבער פינעף יאר בעטן שוין דאקטורים פון Long Island College Hospital
דאס צו אסרן אבער די סיטי האט נישט געוואלט, וויסענדיג אז דאס רירט אהן און רעליגיע.
אבער צוקוקענדיג ווי איין מוהל מיט דריי קעיסעס פון הערפיס און איין יאר איז שוין געווען איבער די מאז. האבען זיי געוואלט אסרן פישער אויף מציצה בפה. האט פישער מיט זיינע לויערס אנגעהויבן א קאמף מיט די סיטי,היתכן? מציצה איז דאך בפה איז דאך נישט מסוכן?
אגודת ישראל וואס האט געזעהן אז פישער גייט אריינשלעפן דעם גאנצען עולם אין בלאטע, און וויסענדיג אז מציצה בפה איז סוף סוף נישט די זוכערסטע זאך פון א געזונטהייט שטאנדפונקט, האט געהאט אפגעמאכט מיט די אינסטאנצען אראפצונעמען פישער פון די מאפע, והכל על מקומו יבוא בשלום.זעה און העלט קאמישענערס בריוו אז פופצען יאר צירוק איז געווען די זעלבע זאך און יעניגער מוהל האט אןויפגעהערט מאכען מציצה בפה, און אידישקייט און אמעריקע איז געבליבען שטיין.
נו, דא קומט די קריטישע נקודה פון די מערכה.
קומען צוגיין די סטמארער און הייבען אן זייער געווענליכער ניגון, ח.ד.צוויבעל וועט אונז באזארגען מיט אידישקייט? ער שנייד דאך די בארד? קענען מיר לאזען דעם דרך הפשרנים זיגען?! וואס וועלן מענטשען זאגען, אגודת ישראל האט געראטעוועט מצות מילה – דער גרונדשטיין פון קיום המצוות – דא אין אמעריקע?!
על כן נמנו וגמרו ארויסצוגיין און א קאמף. און דא האט זיך אנגעהויבען דער קאמף פאר מצות מילה/מציצה בפה. איז גלייך הייבט זיך אהן די מערכה מיט די געווענליכע דעמעגאגישע לאזונגען. "מלחמה לד' בעמלק" "רשעי ישראל ווילען אונטערברענגען מצוות מילה", וכו'.
נאכדעם האט נידערמאן אנגעהויבען מיט פאנטאזירטע סטאטיסטיקס אז מציצה בפה האט נאך קיינמאל נישט געשאהט. והראי' דר. ווערצבערגער זאגט דאך אזוי!! יעצט דארף מען דרייען מיט די גראבע פינגער. איי - מען קען דאך זאגען דעם אמת אז עס איז טאקע נישט די סעיפ'עסט זאך אבער אונזערע טאטעס האבען אזוי געטוהן, און מיר ווילען זיך צו דעם האלטען, און די איבריגע לאזען מיר צו דעם פון אויבען? – נו, דאס איז דאך נישט אונזער וועג.
האט מען עמערזשענסי פאררופען א מיטינג ביים העלט קאמישענער. אגודת ישראל האט געבעטן והוא לא תצלח, אבער ווער הערט דען וואס זיי זאגען?.
דער קאשויער רב וואס איז קוים איינגעשוואוירען געווארען און אמט האט געוואלט ווייזען זיין טאלאנט, און אט איז אויפגעשווימען א געלעגענהייט, טאקע א שאד אויסצולאזען. מצות מילה. מען קען אים נאך פארשרייבען און ספר דברי הימים פון אמעריקע, הארט לעבן דעם רבי זי"ע'ס אויפטועכצער. האט ער אנגעהויבען וויינען ווי דער חפץ חיים זי"ע אין פוילישען סיים, און געמאכט די קונץ, און זיך איינגערעדט, מיט יעדן, אז דער קאמישענער בייגט זיך.ער האט מסכים געווען "טעמפארערי" נישט צו אסר'ן פישער בתנאי אז ביז דעצעמבער 1 ברענגען די רבנים א רעפארט איבער פישער. - פארשטייט זיך אז אזא רעפארט וואלט קיינמאל נישט געקענט ארויסקומען לטובת פישער -.
הודו לה' כי טוב באלד גייט מען פייערן זיג איבער אגודת ישראל, דער קאמפראמיזלאזער וועג האט געזוגט.
דער קאץ און מייז געים צווישען די ברודער, דארף א עקסטערן ארטיקעל. מה נפשך, האנדעלט זיך דא פון ראטעווען כלל ישראל? איז וואס רעכענט מען יעצט אפ חשבונות?
די מענצער גאלדבערגער פרשה דארף מען אויך נאך צוקומען צו מהרש"א. געארבעט אויף אזויפיל טויזענטער מענטשען פאר א זאך וואס האט נישט געהאט קיין טשענס דורכצוגיין? – כלומר, אראפצונעמען דעם פארבאט פון פישער - . פארדעם האט מען געשלעפט א עוכר ישראל אין א סוכה? טויזענטער מענטשען טאנצען אויף די גאסען?!. מען קען זיי נישט דן זיין ווייל סוף סוף ארבעטן זיי פאר די רעזשים פון די שטאט, צופיל אפציעס איז דאך נישט געווען פאר זיי צו מסדר זיין די זאך.
פארשטייט זיך אז דער דעדליין איז אנגעקומען, און קיין ענטפער האבען זיי נשט געקענט געבן, מען האט זיי אפילו געקאלט, אבער זיי האבען פשוט געגעבן די הרגשה פארן העלט קאמישענער אז מען מאכט פון אים פירום. האט ער נישט געהאט קיין ברירה און רעקאמענדירט א פראפעסיאנאלע מיינונג אויף מציצה בפה בכלל, און אויף פישער בפרט. קריגען דערויף מאכט נישט קיין סענס.
להוי ידוע אז מען מל'עט אונגאנצען צוויי טויזענט קינדער א יאר מיט מציצה בפה, און צוויי קעיסעס זענען אסאך.
נו, מען געט נישט אויף, מען האט באשטעלט נאך א מיטינג דעם פרייטאג. און דארט האט געוויינט גאלאנטא רב. פרובירט נאכצומאכען קאשויער רב וואס האט פרובירט נאכמאכען דעם חפץ חיים. דאן האט איצא גליק געפרעגט דעם העלט קאמישענער מיט חוצפה, אפשר געסטו איבער די אישו פאר די סטעיט? כלומר, דיין אבליגעישאן פאר די סטעיט? האט ער מקיים געווען די מצוה פון אם עקש תתפתל מיט גרויס הידור און געפרעגט אפשר גיט עטץ איבער ענקער אבליגעישאן אויף די זאך פאר די קאטויליקען? אה!. עטץ האט געהערט א חוצפה? האבען אלע ארויס געוואקט פון זאל.....עכטע התגרות באומות.
דער פלאן איז לכאורה צו גיין צו די מידיע און מעגליך אויך און קארט.
צום אויספיר להוי ידוע, עס איז זייער נישט גוט דער יעצטיגער מצב, ווייל עס איז די ערשטע מאל וואס די אינסטאנצען האבען רעקאמענדירט אנטקעגן רעליגיע עס קען גיין פון דא זייער שנעל און אסאך ווייטער, אבער דעם אחריות וועלן טראגען די וואס האבען וועגן פישער אריינגעשלעפט דעם גאנצען יהדות און נישט צוגעהערט בהתחננם אז עס וועט נישט ארבעטן.
אבער ביטערער וועט זיין די יעצטיגע פייט קעגן דעם קאמישענער וואס די זאך וועט אנקומען צו די מידיא און לכאורה נישט פירען אין ערגעץ, - אפילו אנטשולדיגונג איז נישט צןם ערווארטען פונעם שטייפען מאיאר -ווייל סוף כל סוף איז דער קאמישענער נישט שולדיג נאר מיר אליין פאר אונזער עזות.
עד כאן השיעור.
.
און יעצט קען מען אנהייבען זידלען.
לויט ווי עס זעט ליידער אויס, אז ביי די שטאט טאטעס קען ליידער נישט פויעלן אפצוווארפן די גזרה נוראה אקעגן מציצה בפה, דאן בלייבט לכאורה די עצה צו גיין אין געריכט די איינציגסטע עצה, און למעשה קען מען בעזהשי"ת געווינען אין געריכט, אבער נאר מיט קלארע פאקטן, מיט הוכחות פון גרויסע מומחים און דאקטורים, אז מציצה בפה איז נישט שעדליך, און נאר אזוי קען מען געווינען.
ס'איז לית מאן דפליג אז די יעצטיגע מערכה איז נאר א רעזאלטאט פון די וויסטע העצעס פון דעם עוכר ישראל טענדלער שר"י, און ער האט ליידער געטראפן א אוזן קשבת ביי דעם קאמישאנער פרידען וועלעכער איז אויך א קנאפער אוהב ישראל, לא בחינם הלך הזרזיר את העורב אלא מפני שמצא מין את מינו, און די גאנצע מעשה מיט די פאר אומגליקן וואס מען האט אנגעלייגט אויף מציצה בפה איז נישט מער ווי א פרעכער עלילת דם, און כולי עלמא מודים אז דער צו השעה איז דאס שטארק באקעמפן, ווייל תוצאותיו מי ישורנה, ווען די שטאט הייבט זיך אן אריין צו מישן אין אידישקייט אז א סכנה נוראה, היינט איז דאס מציצה בפה, מארגן איז דאס די מקוואות, וד"ל וכו' וכו'.
אבער דאס צו באקעמפן דארף מען זיין זייער פארזיכטיג, קענסט נישט שרייען, דו טארסט דיך נישט מישן אין רעליגעזע זאכן, על כן פיץ אפ AND MIND YOUR OWN BUSINESS דער אמת איז אז די שטאט קען זיך יא מישן, און זיי מישן זיך כסדר אין אונזערע רעליגעזע ענינים, ניין, זיי וועלן דיר נישט זאגן צו דו זאלסט צינדן לעכט לויט שיטת ר"ת צו לויט שיטת הגאונים, זיי וועלן דיר נישט זאגן צו דו זאלסט דאווענען נוסח ספרד צו נוסח אשכנז, ניין, דאס קענען זיי נישט איינטיילן, אבער זאכן וואס איז נוגע דאס וואוילזיין פונעם באפעלקערונג, איז אפילו ס'רירט אן רעליגיע, קענען זיי און דארפן זיך אריין מישן, צוויי ביישפילן, יעדעס יאר ביי שריפת חמץ, פארן ארום די פייער טראקס, און אינמיטן בעסטן ברענען צוען זיי ארויס די גרויסע שלויכן, און פארלעשן דאס פייער, דו קענסט שרייען אז דו האסט דזשאסט אריין געוואפן דעם חמץ און על פי הלכה מיז דאס זיין פארברענט, און מיט זייער אויסלעשן שטערן זיי דיך פון אויספירן דיין רעליגיע, זיי וועלן זיך שיין אויסלאכן און ווייטער אויספירן זייער פליכט און אויב איז דער פייער לדעתם צו גרויס וועלן זיי דאס פארלעשן, אזוי אויך, פרוביר צו מאכן א סוכה אויפן פייער עסקעיפ, וועלן זיי באלד קומען און הייסן אראפ נעמען די סוכה, דו קענסט שרייען און ליארמען אז זיי מישן זיך אריין אין רעליגיעזע זאכן, און זיי זאלן זיך נישט וויסענדיג מאכן, ווייל דו האלסט אינציטן אויספירן א מצוה, און די שטאט טאר זיך נישט אריינמישן, ניין, דאס ארבייט נישט אזוי די שטאט קען און טיט זיך כסדר אריין מישן אין רעליגיע,
אפצו ווארפן דעם פארבאט איבער מציצה בפה, דארף געטוהן ווערן אויפן פראפעשאנאל וועג, מיט גרויס געניטקייט, און ישוב הדעת, מיט עמטליכע רעפארטס זיי איבערצייגן דאס לעכערלעכקייט פון די דאזיגע עלילת דם, און נאר אזוי וועט מען מצליח זיין, מען קען נישט פייטן די שטאט אויפן זעלבן שטייגער ווי מען פייט די עירוב טרעגערס, מיט מחללי' מות יומת וועט נישט געווינען, נישט ביי די שטאט, נישט ביים קארט, און נישט ביי די מידיע.
אגב האט דער הרב צוויבל געזאגט אז ער האט שוין געהאט אויסגעארבייט א אפמאך מיט די שטאט אז טאמער וועט הרב פישער אויפהערן פראקטעצירן מציצה בפה אין די סיטי אוו ניו יארק ביז ער צייגט נישט איבער די שטאט אז ער איז ריין די מחלות, דאן וועט די שטאט געבן א התחייבות בכתב, אז זיי נעמען אראפ דעם ענין פון מציצה בפה פונעם סדר היום, און זיי גייען זיך נישט ווייטער אריינמישן, I GUESS דער כח ותאוות הניצחון פון די וויליאמסבורגע חיות פון די אזוי גערופענע קארופירטע עסקנים האט גובר געווען, און הרב צוויבל האט זיך ארויס געלאזט פון די פרשה, AND THE REST IS HISTORY .
The Drasha of Rav Yisroel Duvid Schlesinger in this Inyan can be heard here in Yiddish.
http://jewishcenteronline.com/forums/showthread.php?p=121&mode=linear#post121ווי עס קוקט אויס וועט זיך יעצט אנהייבן א מאסיווער מח שווענקונג, נוסח "דער איד", וועלכער וועט מיט אלע כוחות פארטושן די פאקטן צו ריינוואשן די געלט און מאכט גייציגע קארופטירטע "עסקנים", לויטן אלטן כלל אז היידפארק איז דער פארשפיל פון די צייטונגען פון די קומענדיגע וואך...
אויב אזוי, מוז יעדער פרט ווערן ברור כשמלה, אז די צייטונג שרייבער זאלן נישט פארפלאנטערט ווערן אינעם געמיש פון פאקטן, ספעציעל די יעניגע וועלכע שטימען נישט מיט זייער דאגמע...
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
אבער צוערשט א ווארט פאר דעם וואס חלומ'ט נאך אלץ צו ווערן פרעזידענט...
קודם כל ביזטו זיך סותר פון די רישא צו די סיפא, פופצן יאר צוריק איז שוין געווען א מוהל וואס מען האט פארבאטן צו מאכן מציצה בפה, אויב אזוי וואו זענען דאן געווען די סאטמארע ? פארוואס האבן זיי דאן נישט איבערגעדרייט די שטאט אז מ'וויל פארבאטן מצות מילה ?
והשנית, סוף מעשה במחשבה תחילה, הלואי זאלן די סאטמארע נישט גערעכט זיין מיט אלע זייערע פאראויסזאגונגען ווי זיי זענען געווען ביי די איצטיגע מערכה. זעסט דאך אז צום סוף האט עס דער געזונטהייט מיניסטער יא געפלאנט צו פארבאטן, און ער האט נאר זיך אפגעהאלטן פאר שרעק פון די אלוועלטליכע מערכה וואס וואלט זיך אנגעהויבן דערקעגן ?
דאס זעלבע מיט דיינע טענות אקעגן דעם עצם מציצה בפה, דו מוזט אויך מודה זיין אז איינע פון די פאלגנדע צוויי זענען ריכטיג: אדער 1) שאדט מציצה בפה באמת נישט, והראי' אז מיליאנען קינדער זענען שוין געמלע'ט געווארן אין די אידישע היסטאריע מיט מציצה בפה, און איפלו דא אין אמעריקע זענען אויך דא ארום צוויי הונדערט טויזנט אידישע קינדער וועלכע זענען געזונט און שטארק ב"ה טראץ וואס זיי האבן געהאט מציצה בפה. און ניין, צוויי פון צוויי טויזנט איז אויסדריקליך נישט קיין סאך, אפילו עס וואלט געווען צוויי פאלן פון הערפיס יערליך. 2) באמת איז מציצה בפה יא שעדליך, און אלע קרענק וואס אידן איבער די גאנצע וועלט זענען קראנק קומט נאר אדאנק מציצה בפה, נאר ביז טענדלער האט נישט געטראפן די דריי קינדער, האט דער געזונטהייט מיניסטער נישט געוואוסט דערפון.
איך גלייב אז דאס וועסטו יא מודה זיין, אז טענדלער ימ"ש האט יא בכוונה געצילט דא אויסצופירן זיין רעפארם אין די מצות מילה. וואס דאס האט צושטאנד געברענגט די מערכה, און גארנישט עפעס אנדערש.
און ווען טענדלער אליין זאגט אז פישער איז נאר דער אנהייב, דאן מעגן מיר אים בהחלט גלייבן אז ער ווייס וואס ער זאגט...
די אסיפה ביים געזונטהייט מיניסטער האט אזויפיל אויפגעטאן, אז עס האט גענוג אפגעשראקן דעם געזונטהייט מיניסטער פון ארויסקומען מיט א געזעצליכן פארבאט, נאר אנשטאט האט ער רעדוצירט צו א רעקאמענדאציע, מיט א בליק אויף א עתיד פון א גענצליכן פארבאט דורכן געזעץ.
וועגן דעם קאץ און מויז שפיל ביזטו גערעכט, איך פרעג די זעלבע שאלה, אבער די באטרעפנדע וועלכע האבן פארקירעוועט דעם שפיל אין דער ריכטונג, האבן אויסגעקליבן די צווייטע אפציע פון ענטפערן מיט פאפירענע קאנאנען פון פייער און וואסער.
מענצער און גאלדבערגער [און נידערמאן] ביזטו פיל מער גערעכט ווי דו קלערסט, און דאס וואס מיר ווייסן איז א טיפה מן הים פון וואס מיר ווייסן נישט.
בנוגע דאס פארפאסן דעם דעדליין ביזטו ווידער הונדערט פראצענט גערעכט, כאטש דער געזונטהייט מיניסטער האט געווארט אויף די אנטוויקלונג בכליון עינים, און עס איז אויסער יעדן צווייפל אז ער האט נישט געהאלטן אז מען מאכט פורים פון אים. ווער נאך ווי ער ווייסן וויפיל שטודיעס ווערן פארשלעפט עד אין סוף צוליב פארשידענע טעכנישע קאמפליקאציעס, און ער וואלט דא אויך נישט געדארפט זיין אזוי איבערגעאיילט, ווען נישט דער אינערליכער רייץ פון שטעכן ארגינעלן אידישקייט.
בנוגע דעם זיצונג פון צוויי וואכן צוריק ביזטו כרחוק מזרח ממערב פון גערעכט, איצא גליק האט אים געפרעגט זייער א לעגיטימע פראגע, וועלכע געזונטהייט פראבלעמען קלויבט ער זיך אויס צו באהאנדלען, און וועלכע לאזט ער איבער פאר די סטעיט ?
אין מיין מיינונג איז ער דא באגאנגען דעם גרעסטן טעות, און - האפנטליך - שטארק אריינגעשפילט אין די הענט פון די וועלכע באשולדיגן די גאנצע רעקאמענדאציע אין ווערן געטריבן פון אנטיסעמיטישע מאטיוון. דער ענטפער וועט ווערן אנאליזירט און גרונטליך צונומען אין געריכט הויז, די פראגע איז נאר אויב דער ריכטער וועט זיין א איד, ווייל אין דעם פאל איז א שאד אפילו אנצוהייבן.
אויב עס איז אמת וואס קערי שרייבט אז צוויבעל האט שוין געהאט ערלעדיגטמיט די שטאט אז די מערכה איז פאריבער
בתנאי, אז רב פישער גיט אויף די קאמף אין ער מאכט מער נישט מציצה בפה
האלט איך מען דארף מאכן א חשבון הנפש,
1}אויף וואס פייט מען???
2}איז ווערט געווען די קאמף אלעס צלויב איין מענטש??
3}אלמלא, עס בלייבט ווען לויט ווי צוויבעל פין די אגודה האט ערלעדיגט אז פישער טאר נישט מאכן מציצה בפה
וואלט שוין די שטאט געווען ציפרידען אדער זיי וואלטן פארלאנגט נאך זאכן???
4}ווער האט אפגעמאכט אז די אגודה'ס פשרה איז נישט געניג אין מען דארף גיין פייטען אפילו אויף הרב פישער.אויף וום פארלאזן מיר זיך ווער איז דער בעל סמכה??
תוקן על ידי - שלום_משה - 08/01/2006 20:10:09
יענקעלע.
דו ביזט הונדערט פראצענט גערעכט אז אין געריכט קען מען נישט אנקומען מיט קיין דרשות פון ר' אליעזר חיים בלום, אדער מיט די מלאכ'דיגע צורה פון סקולענער רבי שליט"א.
עס איז בעצם א שטארק אנגענומענע מיינונג ביי דאקטוירים - און עס איז לכאורה ריכטיג - אז די גרעסערע העלפט פון אלע קרענק וועלכע ווערן פארשפרייט קומט פון צורירן האקעלע ערטער מיט דעם נישט ריכטיגן צוגאנג. אלעס מוז זיין סטערליזירט און פריש, מען טאר נישט איבערנוצן די זעלבע זאך מער ווי איינמאל אא"וו.
פאר א ריכטער וועט זייער גרינג אריין אין קאפ די טעאריע אז צורירן א אפענעם וואונד פון א אכט טאגיג קינד מיטן מויל איז א שטארקער גורם פון קרענק פארשפרייטונג, און אן געהעריגע שטודיעס פון בארימטע דאקטוירים, און איבערצייגנדע סטאטיסטיק'ס פון צענדליגער יארן, וועט דער פראבלעם קיינמאל נישט ווערן באזייטיגט.
די ווערטער פון הרב צוויבל אז ער האט געהאט אויסגעהאמערט אזא אפמאך מיט די שטאט וואס זיי זענען גרייט געווען צו געבן בכתב איז א שטארקער ווענדפונקט אין די גאנצע טעמע. אויב איז דאס ריכטיג, דאן איז א געוואלדיגער שאד אז מען האט דאס נישט אנגענומען באצייטנ'ס. אויב האב איך גוט פארשטאנען, האט זיך דער רב שליט"א באצויגן צו אזא סארט אפמאך, און אפשר טאקע האט ער געמיינט דעם דאזיגן אפמאך ?
תוקן על ידי - בא_ללמד - 08/01/2006 20:21:32
שלום משה.
עס איז ברור אז אויב איז געווען אזא אפמאך האט מען עס געדארפט כאפן מיט ביידע הענט.
הרב פישער פאר זיך האט קיינמאל נישט מקפיד געווען נישט צו מאכן קיין מציצה בפה, אויב האט מען פון אים פארלאנגט צו מאכן בכלי האט ער עס געמאכט.
העכסטנס וואלט דער ערליכער ציבור וואס מאכט יא מציצה בפה אויפגעהערט צו נוצן פישער פאר א מוהל.
תוקן על ידי - בא_ללמד - 08/01/2006 20:21:02
בא ללמד
די האסט געהערט פין רב צוויבעל {טעיפ,בריוו וכדומה} אז ער האט עס ערלעדיגט
אין די שטאט איז עס גרייט געווען צי געבן בכתב???
אדער די האסט דיין אינפערמעישן פין קערי??
איך מיין צי פרעגן צי עס איז בכלל אמת!!
די האלסט נישט אז ווען די שטאט פירט ווען אויס מיט פישער, אז ער טאר נישט מאכן בפה
אז זיי וואלטן זיך גענימען צי א צווייטען א צייט שפעטער זענעדיג אז מען לאזט זיי טיען וואס מען וויל??
{ווער פין אונזערע רבנים האט די לעצטער ווארט אין דעם גאנצן עניו???אויף וועם פארלאזן מיר זיך??}
תוקן על ידי - שלום_משה - 08/01/2006 20:24:40
ביי מיר ווען עס שטייט דאס ווארט "אויב", מיינט עס געווענליך, אין פשוט'ן זין פון ווארט, "אויב".
און אודאי איז עס נאר אינטערעסאנט אויב זיי שרייבן קלאר אז זיי גייען זיך נישט טשעפען צו א מוהל אין די וועלט אריין.
עס איז שטארק נישט מסתבר אז טענדלער וואלט געקענט זיך נעמען אויף יעדן מוהל אין גרעיטער ניו יארק, ווי אויך וואלט דאס בליץ שנעל געברענגט אויף אים קלאגעס פון "העררעסמענט".
בא ללמד
ליידער איז מר. קערי 100 % גערעכט
און לאמיר טאקע דעבאטירן דעם ענין קודם כלליות'דיג און נאכדעם וועט מען צוריק קומען צום פרט
קודם אן הקדמה, יעדער ווייסט, אז אין אדם רואה נגעי עצמו, און עצמו מיינט נישט זיך אליין, עצמו מיינט זיך, זיין משפחה, זיין פארטיי, זיינע אנשויאנגען, זיין חסידות און אזוי ווייטער.
עס איז נאטורליך, אז ווען איינער וואס איז אינדרויסן פון 'זיין' זיך, משפחה, חסידות, אידעלאגיע, וועט קריטיקירן איינע פון זייערע פעולות ווערט רעדט פון זייער עצם מהלך, וועט דער באטרעפענדער אוודאי צוריקענטפערן, צוריקשרייען, צוריקזאגן, צוריקשליידערן, מנה אחת אפיים, ער וועט קודם 'וויסן' אז דער אנדערער איז קלאר נישט גערעכט, נאך פאר זיין מח וועט אנהויבן זיכן תירוצים פארוואס יענער איז נישט גערעכט
איז יעצט צוריק צום ענין
כלליותדיג מיין איך צוזאגן, כלל זאכן, עסקנים, מערכות, איז שטענדיג דא, אבער די פראגע ווערט פירט דאס, אויב פירן דאס יחידים, וועט מען אין רוב פעלער באהאנדלן די אישו, ווייל וואס האט דער דעבאטירער מיט יענעם כלל עסקן דער יחיד
אבער ווען די מערכה ווערט געפירט, פון זיין פארטיי, זיין אידעלאגיע, בפרט אז די קעגנזייטיגע אידעלאגיע האלט אז מען דארף אנדערש פירן, דאמאלטס, איז עק וועלט, פאר ער וועט נאך וויסן וואס זיין זייט זאגט, ווער ער שוין וויסן אז דער אנדערער איז נישט גערעכט, און נאכדעם וועט ער שוין פרעגן וואס די אישו איז
ליידער ביי אונז אין וויליאמסבורג ווערט דאס שוין אויסגענוצט דעם שוואכקייט, אויף א מאסיווער פארנעם שוין צענדליגער יארן, די אנדרייער/פארפירער/עסקנים/שתדלנים/משוגעים נוצן דאס זייער גוט אויס, וויסנדיג, אז ווען עס וועט 'דערקלערט' און עס ווערט די 'אפיציעלע' שטעלונג, דורך אנהענגן די ווענט פון די גאסן/שוהלן, דורך די צייטונגען, דורך די פאסט, אז דאס איז די אפיציעלע ליניע, ווערט דאס אויטאמאטיש די אנגענומענע מיינונג
אבער באמת, אין רוב פעלער, און איך וועל אראפברענגן די צוויי גרעסטע פארברעכער דער ...משה דוד נידערמאן ביי גשמיות און דער ... הערשל קלאר ביי רוחניות, טוען מה שלבם חפץ שוין פאר צענדליגער יארן, מען מאכט א באשלוס, און מען 'נאטערייזט' עס ביי רבנים/קהלות, און פארטיג דאס איז די מיינונג,
עולם גולם שטעלט זיך אוודאי פאר, אז ווען דער געוויסער ענין וואס מען באהאנדעלט איז אויפגעקומען, זענן זיך זיכער אלע רבנים צוזאם געקומען אויף אן אסיפה, מען האט זיך גוט נאכגעפרעגט אויף פאקטן, עס גוט באהאנדעלט פון אלע אספעקטן, און אויף דעם האט מען געמאכט א באשלוס
ווייניג ווייסן זיי, אז למעשה איז איינער אדער עטליכע היץ קעפ, אנדרייער, עסקנים, געמאכט א באשלוס אויף די אייגענע האנט צו דינען די אייגענע אינטרעסן, און געמאכט א באשלוס, און נאכדעם ארום געגאנגן צו רבנים, און פאר יעדן רב האט מען פארקויפט וואס מען האט געהאלטן אז דער רב האט א שוואכקייט דערצו, און דערביי געמאלדן פאר יעדן רב, אז 'אלע אנדערע רבנים' האבן שוין, האלטן שוין אינמיטן אינטערשרייבן, און אוודאי כל שנמנו חבריו לדבר מצוה וויל ער דאך אוודאי נישט עובר זיין
און עס ווערט א מצוה, א דעת תורה, א חוב קדוש
און די נידערמאן'ס און קלאר'ס פון די וועלט, ווערן נאר שטערקער, ווייל היינט האבן זיי שוין דער היתר פון 'עבר ושנה' שוין פאר צענדליגער יאר, און זיי זענען שוין די 'אפיציעלע' עסקנים און חס ושלום צו האלטן אנדערש
יעצט צו אונזער ענין פון מציצה בפה
יעדער איינעם דאכט זיך אוודאי אז ווי נאר די אישו איז אויפגעקומען זענען די רבנים זיך תיכף צוזאם געקומען [[וואו??]] און געמאכט אן אסיפה [[ווען??]] און גערופן מענטשן וואס זענען באקאנט מיטן מצב [[וועם??]] און געגרינדעט א וועד הרבנים [[???]] און אויך א וועד בעלי בתים [[??]] וואס זאל געוואור ווערן מער אינפארמאציע און צוריק קומען מיט וואס מען קען טאן
הלואי הלואי הלואי וואלט דאס אזוי געווען, למעשה האבן מיר א ...הרב... יחיאל יצחק [איצא] גליק, א הרב משה דוד נידערמאן.... און א ...עסקן.. הערשל קלאר, וואס טוען וועס עס פאלט זיי איין, מיר דארפן עס די פירות
ווייל באמת איז דא אפאר יסודות'דיגע פראגן
**אפשר ווען מען לאזט פאלן הרב פישער שליטא וואלט מר. פרידען, דער עוכר ישראל טענדלער, געווען צופרידן
און נאכמער
**ווער איז געווען וואס האט געמאכט דעם באשלוס
און נאכמער
**פארוואס האט מען טאקע נישט געארבעט 'שכם אחד' מיט די אגודה וואס פארשטייט אין די ענינים אסאך מער, ווען למעשה אין די סטעיט, איז די אגודה געווען די גרעסטע חלק פון די כח וואס האט דאס דארט אפגעשטעלט
**ווער האט דערקלערט אז די וויליאמסבורגע עסקנים, זענען די אפטורפסים פון כלל ישראל פון גאנץ ניו יארק סיטי
ווייל סוף כל סוף, פארשטייט יעדער איינער, אז די אישו איז נישט אזוי ווייט איבער וויליאמסבורג, און ווי יעדער וואס ליינט די צייטונגען דער איד/די צייטונג/דער בלאט, אלע זענען מודה דירעקט אדער אומדירעקט, אז די עיקר פראבלעם איז ביי די פייף טאונס אידן, מאנהעטן אידן, די אידן וואס וועלן נישט מורא האבן צו מאכן מציצה בפה ווייל מען וועט זיי לייגן אין תפיסה נאר ווייל ביי זיי איז עס נישט אזא יהרג ואל יעבור, און אז מען מאכט א קאמפיין אז עס איז א סכנה, וועלן זיין מרצונם הטוב זיך צוריק האלטן
אויב אזוי, פארוואס זענען די וויליאמסבוגע זעלבסט געקרוינטע כלל פארזארגער, געווארן אויך די פארזארגער פון אט די אידן
ווען די שפיל וואלט געלונגן, החרשתי, וואלט מען דאס אויך צוגעלייגט צו די ליסטע פון זייערע אויפטוען...
אבער איצט, מוז מען דערקלערן איינמאל פאר אלעמאל, עטס האט שוין גענוג געהאלפן כלל ישראל, כלל ישראל קען זיך שוין נישט ערלויבן אזויפיל הילף, מיט אזוינע הילף שטייט כלל ישראל אין א סכנה
אבער די עיקר, וואס מען דארף וויסן, איז אז עס קען און עס וועט נאך אויפקומען פרישע גרעסערע און קלענערע אישו און ענינים, וואס איז נוגע דעם כלל, און עס דארף ווערן פארלאנגט און געפאדערט פון יעדן, אז אויב רבנים נעמען א שטעלונג, איז עס געווען דורך א אסיפה, וואו מען האט געוואוסט אלע אינפארמאציע, און דאן איז דאס א ריכטיגע דעת תורה, א חוב קדוש, און פון דעם וועט נאר ארויסקומען גוטס און טובות פאר כלל ישראל
איך זע אז מען צווייפעלט דא איבער די ווארהייט פונעם סטעיטמענט פון הרב צוויבל, וויל איך דא מוסר מודעה און מפרסם זיין אז איך האב דאס געהערט פון איינעם פון די היימישע גרעסטע מוהלים מפורסמים דא אין בארא פארק, וואס ער איז געזעסן ביי די מוהלים אסיפה וואס הרב צוויבל איז געווען פון די ראש המדברים, און א שטיק צייט שפעטער ווען דער מוהל האט געפרעגט הרב צוויבל ווי די מערכה האלט, האט עם הרב צוויבל מיט א ווייטאג דאס גענטפערט.
אדרבה אויב איז דא צעווישן די ליינער עמעצער וואס קען זיך מיט הרב צוויבל און איז גרייט עם אנצוריפן געוואויר ווערן דעם אמת, וואלטן מיר עם זייער דאנקבאר געווען, ווייל טאמער איז דאס אמת אז ער האט אט אט געהאלטן ביים באקומען א הבטחה בכתב בנוגע מציצה בפה, און נאר א דאנק די קאראפטע ווילדע עסקנים איז דאס נישט צושטאנד געקומען, דאן דארף מען מאכן א ויצעקו, און אראפ נעמען דעם שלייער פון די שעדליכע עסקנים, למען ישמעו ויראו.
דעבאטירן.
אין תוך גענומען ביזטו הונדערט פראצענט גערעכט.
דער אופן און צוגאנג פון קול קורא'ס אינעם לעצטן יאר צענדליג, האט געברענגט דעם יסוד פון אלע חורבנות. בפרט אויב מען וועט אריינגיין אין די עצם פערזענליכקייטן פון די צוויי דערמאנטע פארשוינען - אין וואס איך וועל נישט אריינגיין.
אבער דא בין איך שטארק מסופק אויב עס איז שייך געווען אנדערש צו האנדלען.
עס איז קלאר אז ווען די רעגירונג האט אנגעהויבן מישן דעם טאפ איז געווען זייער ציל א גענצליכער פארבאט, ווי איך האב שוין דערמאנט דעם "סוף מעשה במחשבה תחילה". ווי יענער האט געזאגט, "ער האט מיר געוואלט שלאגן", פון וואו ווייסטו ? "ווייל ער האט מיר געשלאגן"...
עס קען זיין אז הרב צוויבל האט געהאט אנגעהויבן פועל'ן ביי זיי א געוויסע פשרה, פון וואס די שעפעלע וואלט געבליבן גאנץ און דער וואלף וואלט זאט געווארן, אז מען וועט פארבאטן נאר אויף הרב פישער, און לאידך גיסא וועלן זיי זיך פארפליכטן מער נישט אריינצורעדן אין דעם ענין פון מציצה.
דאס וואלט ערמעגליכט פאר די רעגירונג אראפ צו קריכן פונעם הויכן בוים בדרך כבוד, און אויף וויפיל איך געדענק, שטייט נישט אין די תורה אז ר' יצחק אהרן פישער מוז זיין א מוהל. למעשה וואלט געווען מעז יצא מתוק אז די רעגירונג וואלט זיך דייטליך פארפליכטעט צו שטיין ווייט פון טענדלער'ס מערכות.
מיין שאלה איז נאר איין זאך, אויב האט הרב צוויבל געהאט אזא פלאן, און ער האט געוואוסט אז די סאטמארע "חיות" קענען אלעס צושטערן, פארוואס האט ער נישט אנגערופן די סאטמארע רבנים ? פארוואס האט ער נישט אויגעהויבן א טעלעפאן צו אלע רבנים וועלכע קענען האבן השפעה, אז מ'זאל נישט גיין צו די אסיפה נאר אנשטאט גיין מיט זיין פלאן ?
דאס ברענגט מיר צום אויספיר, אז ער וואלט באקומען פון די רעגירונג בערך אזא הבטחה וואס די זאליס האבן באקומען...
תוקן על ידי - בא_ללמד - 08/01/2006 21:22:30
יענקעלע, איך האב ערשט יעצט באמערקט דיין תגובה.
אבער דו ענטפערסט נישט וואס איך האב געפרעגט.
איך בין גרייט אנצונעמען אז הרב צוויבל האט געקלערט אז די רעגירונג איז גרייט אויף אזא אפמאך, אבער ווער גאראנטירט אז די רעגירונג האט ווירקליך געהאלטן דערביי ?
ביי מיר איז דאס וואס ער האט נישט געהאלטן ביים רעדן צו קיינעם פון די סאטמארע רבנים, א שטארקע באווייז אז ער האט נישט געהאלטן ביי קיין ערנסטע זאכן, ווען יא וואלט ער זיכער פרובירט מיט אלע מעגליכקייטן אפצושטעלן די אסיפה.
נאכמער, אויב האט עס באמת געהאלטן דארט, צו האט ער דען נישט געקענט ערלעדיגן אז ראביי בעלסקי זאל נישט דארט זיין ? און נאך ענליכע רבנים און גדולי ישראל, וועלכע קענען זיכער נישט באשולדיגט ווערן אין זיין "סאטמארע חיות ?!".
איך בין מער נוטה צו זאגן אז ער האט נישט געהאלטן אין ערגעץ, אבער אויב יא, דאן פארשטארקערט דאס נאר מיין רוף, און דעם רוף פון יעדן ערליכן איד איבער די וועלט, צו דעמאסקירן די פאלשע קארופטירטע "עסקנים" !
און מאכט נישט קיין טעות, אלעס וואס איך האב געשריבן ביז אהער וועגן די עסקנים איז נאך אלץ רעלעוואנט, אפילו אויב הרב צוויבל האט ווירקליך נישט געהאלטן אין ערגעץ.
דעבאטירן
צוויי תירוצים
פון ווי איך ווייס אז הרב צוויבל וואלט געקענט, איז דער תירוץ זייער פשוט, ווי איך האב געשריבן, אין די סטעיט, איז ער געווען דער עיקר כח, וואס האט דאס אראפ גענומען
ווייל מאנכע פארגעסן, אז אנגעהויבן האט זיך עס אין מאנסי ווען די 'סטעיט' און די ראקלענד העלט, זענען געווען די מאכערס, שפעטער האט זיך עס אריבערגעצויגן צו די סיטי
צווייטענס, פונקט ווי און די און אסאך אנדערע ווייסן, ווייסט בלומבערג אויך אז ווען הרב צוויבל זאגט מציצה בפה מיינט ער מציצה בפה, און ווען מענצער/נידערמאן זאגן מציצה בפה מיינט דאס אלעס חוץ מציצה בפה,
[וואס איראניש ברענגט דער טיימס ארויס דער זעלבער נקודה פארקערט
When one of the most revered Orthodox leaders, Rabbi David Niederman, addressed the throngs, he praised the mayor for his push to create more affordable housing, his takeover of the public schools and his support for the constitutional separation of church and state.
For many in the crowd, the last reference was code for the administration's decision to hold off from taking action against an ancient form of ritualistic circumcision practiced by some Hasidic rabbis that had been linked to three cases of neonatal herpes in late 2004, one of them fatal. ]
און חוץ די נקודה פון די אומגעפרעגטע אומערוועלטע, אומ'אחריות'דיגע עסקנים, ווייסט בלומבערג די זעלבע וואס יעדער אין וויליאמסבורג ווייסט, אז אפאר דאלער פון שעיפער איז וויכטיגער ווי צרכי הכלל, און פאליס ליידיג מאכן ראדני איז וויכטיגער ווי מציצה בפה
דעריבער בסך הכל
**הרב צוויבל 'האט' ערלעדיגט אז די 'סטעיט' זאל אפלאזן מציצה בפה
**הרב צוויבל 'וואלט' ארלעדיגט אז די 'סיטי' זאל אפלאזן מציצה בפה
**נידערמאן/מענצער ווייסט בלומבערג און יעדער אז זיי מיינען נאר זייערע אינטערעסן, סהדי שיקרי אאוגרייהו זילו [פאר די זאלי'ס וואס קענען לערנען ווי זייער רב, מיינט דאס, פאלשע עדות ווערן אראפגעקוקט ביי די מענשן וואס דינגן זיי עדות צו זאגן פאלש]
זעלבסטפארשטענדליך אז קיין גאראנטי איז קיינמאל נישטא, אויב איז אמת אז הרב צוויבל האט דאס געזאגט, דאן דארפן מיר עם נעמען ביי זיין ווארט, איך פערזענדליך קען נישט דעם הרב צוויבל, אבער דער מוהל מיט וועם איך האב גערעדט האט מיר געזאגט אז ער איז א גאר חשובער אינגערמאן א ערליכער, א גרויסער תלמיד חכם, א פקח עצום, ווי אויך א לויער, און א געוואלדיגער עסקן, סאטמאר האט עם אסאך געניצט ביי אסאך מערכות, ביים גארביטש רעסייקלינג, ביי די סקול דיסטריקט מערכה וכדומה,
ביי די אסיפה וואס ער האט אנגעפירט זענען געזעצן זייער אסאך פון אונזערע היימישע רבנים און מוהלים, ס'איז געווען א ביי-פארטיזן אסיפה, ס'איז נישט געווען אינטער די אגודה און נישט אינטער סאטמאר, נאר א אסיפה בראשות גדולי הרבנים דניו יארק רבתי פון אלע קרייזן, און נאר אזוי וואלטן מיר געקענט געווינען אזא מערכה, ווען יעדער איז באחדות,
אבער דער פראבלעם איז, אז אויב וואלט יענע אסיפה געווען סאקסעספאל, וואלטן זיך אונזערע פינסטערע עסקנים נישט געקענט נעמען דעם קרעדיט, זענען זיי גרייט געווען צו ציברעכן די גאנצע מערכה מיט חלומות שוא, נאר כדי צוראטן אויפן זאטל, און זיך קלאפן אין די פלייצע, אז זיי האבן דאס ערלעדיגט, ועל דא קא בכינא.
האסט מיר פארט נישט געענטפערט.
אויב איז אמת אז הרב צוויבל האט געהאלטן ביי עפעס א אפמאך, און די אסיפה ביי בלומבערג האט אלעס קאליע געמאכט, פארוואס האט ער געלאזט ראביי בעלסקי גיין צו די אסיפה וואס די "סאטמארע חיות" האבן פאררופן, וואס שטערט למעשה אלע פלענער פאר א ריכטיגע לעזונג פונעם פראבלעם ?
בא ללמד
דיר דאכט זיך אוודאי אז עס איז די ערשטע מאל, וואס אגודת ישראל אדער אנדערע טרעטן אפ ווען די פירער/פארפירער מישן זיך אריין
א עסקן איז טאקע א עסקן, אבער פירן קריג, מיט 'אונזערע היימישע' עסקנים ביי דעם האלטן זיי נישט דערביי
פרעג דיר נאך אויף אנדערע אישו ווצב"ש
סטעיט הילף פאר ישיבות
הילף פאר אינפערטיליטי
סקול וואטשערס
און נאך
דער מציאות איז אז רוב עסקנותן וואס נידערמאן און די מענצער קאמפעני האבן אנגעפירט האבן זיי געמיינט פאליטיק, און האבן טאקע אלעס אנגעויאוירן.
ארטיסטן
גרעטש
שעיפער
מואווי סטודיא
האבן ענק מיך אנגעמאכט דא..
פאר יעדע ווארט וואס איך שרייב דארפן ענק שרייבן צען, און ענק געבן נישט אויף, אין די לעצטע צוויי טעג איז שוין געבוירן א פרישע נייע זאק מיט ליגנטס און דמיונות.
לאמיך גיין אין די רייע.
"בא ללמד"
די דאקטוירים האבן אויסדריקליך נישט גערעדט נאר אין ראדני, זיי האבן גערעדט צום העלט קאמישאנער און קלאר געזאגט אז סאיז נישטא קיין שום פראבלעם. איך בין נישט זיכער אבער איך מיין אז זיי האבן עס אויך געגעבן אויף פעיפערס.
"יענקעלע11"
דו ווייסט אויך אז רעליגיע איז דא נישט קיין סתירה מיטן געזעץ, און אז סאיז עכט נישטא קיין שום פראבלעם מיט מציצה בפה, דו טענסט נאר פארוואס מהאט עס נישט געגעבן פאר בלומבערג.
די תירוץ ווייסטו אליין זייער גוט, אז בלומבערג און פרידען האבן נישט געדארפט קיין דאקטוירים מיט קיין סטאדיס, זיי האבן געוואלט מאכן א "בען" אויף מציצה בפה, און אונז האמיר זיי געזאגט אז זיי וועלן באקומען וואוטס אנשטאט א בען, וואס נאך האמיר געדארפט זיי געבן?
איך געדענק נישט די נאמען פון די אנדערע דאקטאר, און דאקטאר ווערצבערגער האט גערעדט נאך פאר סאיז געווען עפעס, און קלאר געזאגט אז סוועט זיין סטאדיס אויך.
און יא, דעס איז געווען די סיבה פארוואס די סטעיט האט אראפגענומען די "בען", אבער אין סיטי איז עס געבליבן ווייל פרידען האט עס דירעקט געוואלט.
די אגודה האט אזוי ווי אלעמאל געוואלט גיין מיט פשרות, אונז האמיר געהאט קלארע אינפארמעישאן אז זיי ווילן אז די סיטי זאל שרייבן אז זיי מיינען נאר הרב פישער, און גארנישט מער. דעס מיינט אז נעקסטע טאג נעמען זיי זיך צו די אנדערע גרויסע מוהלים (אריינגערעכנט ענקער מייזליש), און צוביסלעך נעמען זיי אראפ יעדע מוהל פון מארקעט, און יעדער וועט מורא האבן צו זיין א מוהל.
אויסער דעם האט יעדער, אינקלודינג די אגודה, געוואוסט אז פרידען איז נאר א שליח פון טענדלער, און אויב מוועט אים געבן א פינגער וועט ער דארפן א האנט. וועגן דעם האמיר אונז נישט געקענט מסכים זיין צום פלאן פון די אגודה.
פאר דעם אגודיסט קערי האב איך בכלל נישט וואס צו ענטפערן, איך האב שוין אלעס געזאגט, אונז האמיר געוואוסט אז די אגודה וויל מאכן פשרות, דעס איז זייער וועג אלעמאל, מיט דעם האבן זיי שוין צוגרונד געלייגט די גאנצע תורה אין ארץ ישראל און אין אמעריקע, נאר יעצט איז די ערשטע מאל וואס "ר'" אהרן אליין מיט זיינע שווענצעלעך זאגן אפן אז זיי ווילן אויך די פשרות ווי די אגודה, זייערע גוטע פריינט.
און אונז קענען מיר גארנישט טון אז די אייבערשטער האט געמאכט פאר מעיאר א רעפארם איד וואס וויל אונז טשעפען. מקען טרייען מיט גוטן וויפיל מקען, אבער נישט מער פון דעם.
למעשה זענען ענק אויך מודה אז סאיז געווען א טשענס אז סזאל געלונגען, איך געדענק נאך ווען די בלאט האט געשריבן אז סאיז א דאנק אורי לופיליאנסקי... מסתם איז ער הייליגער פון סאטמארער רב שליט"א.
"יענקעלע11"
דו ווייסט אויך אז מגייט נישט שלעפן סקולענע רבי אין קאורט, און אז מגייט מאכן גוטע סטאדיס מיט דאקטוירים און פראפעשאנעל.
אבער מגייט יא אויסדריקליך ארויפברענגען אויך אז פרידען האט עס נאר געטון וועגן אנטיסעמיטישקייט, והאראי' וואס סאיז געווען פאריגע וואך ווען ער האט געענטפערט פארן מזכיר פון התאחדות הרבנים די פרעכע ווערטער.
"בא ללמד"
יעצט איינמאל ביזטו כמעט אינגאנצן גערעכט. אויסער מיט אפאר קלייניקייטן...
און פאר די נעקסטע דיבעיטערס, יעדעס ווארט איז א שאד.
איך האב שוין געזאגט איינמאל אז מהאט בשום אופן נישט געקענט מסכים זיין אויפן פשרה פלאן פון די אגודה, וואס וואלט קיינמאל נישט צוגעמאכט די טיר פאר די סיטי אדער סטעיט פון אריינצורעדן אין מציצה בפה און אנדערע זאכן וואס זיי ווילן אריינרעדן.
די אמת איז אז מהאט גלייך אנפאנג געוואלט גיין אין קאורט, נאר מהאט קודם געמוזט ווייזן אז מטרייט די בעסט אן קאורט, אזוי איז מען סאך שטערקער אין קאורט.
איידער מיר גייען ווייטער מיט דעם אשכול, וואלט כדאי געווען זיך אפצושטעלן און מאכן א קורצע חזרה, אזוי ארום נישט צו פארלירן דעם המשך:
1) אני הקטן בא ללמד עפן א אשכול מיט א לענגערע שילדערונג איבער וויאזוי די א.ג. "עסקנים לשם שמים" האבן מיאוס פארראטן דעם ציבור ביי די מערכה צו ראטעווען מציצה בפה. און א עפנטליכער רוף צו ביידע: צו די ערליכע עסקנים אז זיי זאלן זיך ארויפשארצן די ארבל, און צום ברייטן ציבור, אז זיי זאלן זיך נישט לאזן איבעררעדן פון קיין שום עסקן ווי לאנג ער צייגט נישט שווארץ אויף ווייס וועלכער אנערקענטער רב שטייט אונטער זיינע פעולות.
הויפט פונקטן פון די טענות אקעגן די געלטגייציגע "עסקנים":
- די אסיפה וואס איז פאררופן געווארן האט נישט געהאט קיין שום פנים, קיין קשיות, קיין תירוצים, גארניקס.
- די אונטערשריפטן האט מען גענומען אויף א ליידיגן צעטל, און קיין איין רב האט נישט גענומען אחריות אויף וואס מען שרייבט אונטער.
- זיי האבן אומזינסט אריינגעמישט די סאטמארע פאליטיק אין די פארצווייגטע מערכה. און גלייכצייטיג האבן זיי אונטערגעגראבן דעם צוטרוי פון ברייטן ציבור צו די מערכה.
- די ראלי פאר בלומבערג איז מכלומר'שט פאררופן געווארן צוליב די מערכה, אבער דערווייל האט מען נישט גערעדט קיין איין ווארט "אין ענגליש" פון די מערכה. מאקסימום א רעפערענץ דערצו.
2) מבני בניו:
אויב עס איז דא טענות זאל מען רעדן מיט די עסקנים, נישט סתם ארונטעררייסן.
3) אנטורפןרב:
אויב האט ר' אהרן געזען אז ס'גייט נישט גוט, פארוואס האט ער גארנישט געטון דערצו ?
- וואס וואלט ר' אהרן געזאגט אויב די מערכה וואלט יא געלונגען ?
תוקן על ידי - בא_ללמד - 09/01/2006 3:47:28
[זייט 2]
מבקש האמת:
4) עס איז בעסער אז די טעמע זאל אנטשידן ווערן אין געריכט, ווייל אזוי וועט דאס זיין א פערמאנענטער דערמאנונג אז מען מישט זיך נישט אריין אין רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן.
יענקעלע11:
5) עס איז נישט זיכער אז מען וועט געווינען אין געריכט, מען מוז האבן קלארע רעפארט'ס.
- פארוואס האבן די עסקנים נישט געברענגט קיין רעפארט'ס אויפצעווייזן פאר די שטאט טאטעס אז מציצה בפה איז נישט קיין סכנה.
- עס איז געווען זייער נאריש די מערכה אז מ'זאל אנרון 311. צעלייגט מיט זאפט...
- די ראלי איז נאר געווען געמאכט אנצושטאפן די טעשער פון אפאר עסקנים.
אנטורפןרב:
7) דער סופרים קאורט וועט זיכער פסק'נען אז די רעגירונג טאר זיך נישט אריינמישן.
- מ'האט יא געברענגט געהעריגע רעפארט'ס פון דר. ווערצבערגער פון קרית יואל און נאך א דאקטאר. טאקע וועגן דעם האט די סטעיט נאכגעלאזט, נאר די סיטי נישט.
- די מערכה פון 311 איז אנהייב טאקע געווען א שטיקל כאאס, אבער דערנאך זייער שיין מסודר.
בא ללמד:
8) די מערכה וועגן 311 האט זיך אויפגעהערט ווייל מענטשן האבן גערעדט געפערליכע שטותים.
- די ערליכע עסקנים זענען געזעסן און זיך צוגעקוקט םארווייטאגט ווי די געלטגייציגע "עסקנים" פירן די מערכה אין באד אריין.
- עס איז נישט געווען קיין איין שטודיע פון דאקטוירים, נאר א דרשה פון דר. ווערצבערגער אין ראדני.
יענקעלע11:
9) רעליגיע איז נישט העכערן געזעץ, אן קיין געהעריגע שטודיעס וועט דער סופרים קאורט זיך אננעמען פארן געזעץ.
- עס איז נישט געווען קיין שטודיעס פון דאקטוירים.
- די סטעיט האט אראפגענומען דעם פארבאט אויף הרב פישער, נאר ווייל דער קאמפלעין איז געווען אין די סיטי.
- דער עקזעקוטיוו דירעקטאר פון די אגודה האט געזאגט אז די 311 טעלעפאן קאלס האט געהארגעט די מערכה.
ארגינעלער:
(בשם איינעם...)
10) דער איד שרייבט אז "בלומבערג האט אנגעקאלט ר' זלמן לייב אז די גזירה איז בטל", זענען זיי קראנק ? וועלכע בשורה האט ער געזאגט, אז באלד וועט ער אים ווארפן איבערן דראנג ?
מבקש האמת:
11) יענקעלע איז גערעכט אז לכתחילה איז בעסער אז קיינער מישט זיך נישט אריין, אבער למעשה אז עס איז יא אין געריכט איז בעסער אזוי, אויב עס וועט פון דארט ארויסקומען אז די שטאט קען זיך נישט אריינמישן אין רעליגיע.
kerry08:
12) די רעגירונג האט געמיינט נאר הרב פישער.
- הרב צוויבל פון די אגודה האט שוין געהאט אויסגעהאמערט א וועג מיט די רעגירונג, אבער די אסיפה פון רבנים איז אים פארלאפן דעם וועג און אים צושטערט אלע פלענער.
יענקעלע11:
13) די מערכה אין געריכט מוז זיין זייער פארזיכטיג, נישט סתם "דו טארסט זיך נישט מישן אין רעליגיע", עס מוז זיין גוט אונטערגעבעט.
- הרב צוויבל האט שוין געהאט אויסגעהאמערט אז מען גייט נאר פארבאטן אויף הרב פישער, און די רעגירונג וועט זיך אפלאזן פון מציצה בפה.
בא ללמד:
14) טענדלער און פרידען האבן קלאר יא געוואלט פארבאטן עצם מציצה בפה, און נאר די שארפע רעאקציע האט זיי אפגעהאלטן.
- דאס פארפאסן דעם דעדליין איז געווען א שרעקליכע עוולה, און וועט נאך שטארק באוויינט ווערן. דאס האט למעשה געעפנט די טיר פאר פרידען.
- פרידען האט שטארק אריינגעשפילט פאר די עסקנים מיטן ארויסווייזן אז ער מיינט אנטיסעמיטיזם.
יא יא, מיט אזעלכע היץ קעפ ווי אנטווערפענער רב קען מען מאכען פאנטאסטישע מערכות. עס קוקט אויס די ריכטיגע טייג.
צו מיינע אנדערע פריינט און פארק:
די אידען וואס זענען געווען און אוישוויץ מיינען אז יעדע גוי וויל זיי נאר הרג'ענען. אין סאטמאר פראקלאמירט מען אויך דאס כסדר, ווייל מיט איינזייען שרעק קען מען בעסער האלטען דעם עולם. אנטשולדיגט דאס איז נישט מיין בליק. איך גלייב נישט אז דער אלגעמיינער גוי האט מיך פיינט און קוים דער פרייער איד, און דר. פרידען האט אנדערע דאגות מיט וואס זיך צו באשעפטיגען אין זיין פרייע צייט. און זיין מיינונג בנוגע מציצה האט זיך גענומען פון א מעדוקאלע שטודיע אז מציצה קען האבען א שעדליכע עפעקט אויפן רך הנימול צו ווילט איר אדער נישט.אויף פארקערט איז נישט דא קיין שטודיע.
בא ללמד:איך האב געהערט פון א היימישע מוהל מומחה אז מציצה בפה ווערט נישט געמאכט א יאר אויף מער ווי צוויי טויזענט קינדער, און אויב עס האט געשאט פאר צוויי איז עס אסאך. נידערמאן'ס ריקלאמעס מאכען נישט קיין סענס. איך גלייב טאקע אז מיר דארפען דאס טוהן ווייטער און זיך פארלאזען אויף דע םון אויבן, אבער וואס פאר א טענה איז דאס צום קאמישענער? ע"כ בעט איך דיר נעם דיר ארויס פון קאפ אז איינער לויפט דיר נאך, ווייל קיינער איז נישט אונטער דיר.
דעס וואס די פרעגסט וועגן צוויי טויזענט יאר מציצה בפה, איז דער ענטפער: הערפיס אין די אשכנזי'שער דזשין איז נישט אלט צוויי טויזענט יאר עס האט זיך שפעטער אריינגעכאפט.
די התאחדות האט נישט געענטפערט נארמאל דעצעמבער 1, און וואלטען זיי געבעטן פארלענגערונג וואלט מען זיי דאס געגעבן. זיי האבען געזאגט פאר די העלט דיפארטמענט אז מיר האבען נאך נישט קיין תשובה איבער פישער און מיר וויסען נישט ווען מיר וועלן האבען בכלל ווייל די נושא איז קאמפליצירט. אנטשולדיגט מיר דאס הייסט חוזק געמאכט פון די סיטי.
דאס וואס דער קאמישענער האט געזאגט זעה איך נישט פאר אומריכטיג, און מיין מיינונג איז אז דאס גייט און ערגאץ נישט פירען. נאר אזוי קוקען אויס לאזערס וואס זיכען נאך א שטרוי'עלע זיך ארויף צוכאפען.
די איבריגע מארגען אי"ה.
שכויעך בא ללמד, יעצט זע איך טאקע אז קיינער האט נישט געענטפערט אויף די פראגע פונעם יאר.
וואס וואלט ר' אהרן געזאגט אויב די מערכה וואלט יא געלונגען?
איך מיין אז יעדער דא וועט מודה זיין אז ער וואלט געטרייט צו נעמען די קרעדיט פאר זיך, לכל הפחות וואלט ער זיך צוטיילט מיט אורי ליפיליאנסקי...
צוריק צום קעיס.
קערי, דו בויסט טארעמס אין די לופט און נאכדעם האסטו טענות.
דו גלייבסט נישט אז א גוי האט פיינט א איד? הלכה הוא בידוע שעשיו שונא ליעקב! דו גלייבסט נישט אז א פרייער האט פיינט א פרומער? מי יתן לי ת"ח ואנשכנו כחמור!
זיין מיינונג אויף מציצה האט ער גענומען פון דעם עוכר ישראל טענדלער ימ"ש! און זיי האבן צוזאמען געארבעט עס אויסצורייסן מיט די שורש!
די אנדערע זאכן איז א שאד יעדעס ווארט, איינער וואס גלייבט נישט אז א גוי האט פיינט א איד, איז צריך בדיקה אחריו, און איך האב נישט וואס צו טנען מיט אים אין די וועלט אריין, ווייל כ"ש דפקר טפי!