היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » רבותי, לאזט זיך נישט פארפירן ! מציצה בפה

רבותי, לאזט זיך נישט פארפירן ! מציצה בפה

136 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1744420
בלאט: 1 2 3

Shamos » 9/1/2006 17:32

1 Comments:
At 8:55 AM, HeimishinBP said…

Dear Editor:

I'd like to take issue with your position on the issue. Religious interference aside, one must look at the data that is behind the campaign. What are the true risks that are associated with the act. According to available statistics, the rate of infection is lower than HIV with condom use - meaning, there is a greater chance of getting HIV with a condom, than getting herpes via Metziza Bpeh. Why is it that the NYC Health Dept isn't educating everyone about the risks of condom use, but are promoting it as a means of preventing HIV.

I believe that this is just an attempt by the social elite to take steps to eventaully ban a ritual that they determine as sadistic and ancient. There is no medical evidence backing their actions. Of the cases reported, it was later determined that the deaths were not as a result of the ritual, yet the health dep't continues to make believe it was. If it truly was the cause of death, then why hasn't the Attorney General brought manslaughter charges against the Mohel?

No one in the Jewish community is saying that if the risks were great then we should stop the practice. What is beings said is that the facts don't back their campaign, and therefore it is just a blatant blood libel. If we can't trust the commissioner to use statistics that are accepted worldwide, then how can we trust him at all. He is losing all his credibility by making an issue out of a no issue. A similar thing occured recently regarding the "Super AIDS virus" that was said to be discovered in NY. There were emergency warnings to the gay community about it, including evidence to back it. It was only a mere three weeks later that it was said to have been just on over panicked administration, and there was not need for the "education campaign"

Let's leave religion out of this, and deal with the facts.



http://vosizneias.blogspot.com/2006/01/ny-times-opinion-column-on-metzitzah.html

קושקע » 9/1/2006 19:58

די מצוה פון מילה באלאנגט גארנישט מער צו די רבי'ס און פאליטיקאנטן ווי משה זרח קאצנשטיין. קיינער האט נישט קיין רעכט עס צו היידשעקן, און זאגן נאר איך מעג עס דיפענדן ווייל איך גיי מיט א טילעפ און א צוקנייטשטע שטערן.

איך וויל פרעגן אפאר פראגעס, ביטע נישט ענטפערן אז ר' אהרן ט"ב אדער ר' ז"ל ט"ב איז שולדיג, ווייל אויב יא וועט עס נאר קאנפורמען אז דער ענין ליגט אין שלעכטע הענט.


שאלה א:
איז דא א חשש סכנה באיזה אופן מיט מציצה בפה? יא אדער ניין.

אויב ניין, האט מען עס אדרעסירט און אויפגעוויזן שווארץ אויף ווייס פאר די רעגירונג, אדער מ'האט בלויז געקוויטשעט מיט פארגלייזטע אויגן.

אויב יא, פארוואס האט מען נישט געזאגט פאר די רעגירונג, אז מ'זעמיר מודה אז ס'דא א חשש סכנה, און מ'גיימיר זיך אליינס מאניטרן, מיר גייען נישט לאזן רב פישר פראקטיצירן דעם חלק, און מהיום וויל מיר אליינס זיך מאניטרן.

שאלה ב:
דארף איך טאקע צו גלייבן מיטן פולן ערענסטקייט אז די נו יארקער גאווערמענט, זענען ווי די קעי דשי בי, ביי די קאמוניסטן, זיי זוכן צו אויסרייסן מצות מילה פאר אנטי-סעמעטיזם?

אויב יא, אפשר דארף מיר זיך אלע אויפהייבן פון דאנעט און זוכן א צוויטן פלאץ ווי צו וואוינען?

תוקן על ידי - כל_העולם - 09/01/2006 21:17:27

y123y123 » 9/1/2006 20:14

If you want to see in which direction this is going then read this

Taking a Stand on a Rite With Hazards

http://jewishcenteronline.com/forums/showthread.php?p=132&posted=1#post132

יענקעלע11 » 9/1/2006 20:41

איך פארשטיי נישט די זאלונים, מען קומט ארויס מיט ערענסטע באשולדיגונגען אקעגן די אזוי גערופענע עסקנים, און זיי קענען נאר ענטפערן "ר' אהרן טייטעלבוים", קענט עטץ טאקע נישט ענטפערן צו דערזאך?, מיר ווייסן שוין אלע אז דער ר' אהרן טייטלבוים, איז דער ס"מ, א קליפה וואס מעת ישראל היתה לגוי איז נאך אזא קליפה נישט געווען, ער גלייכט אראפצורייסן יעדן עסקן, און ער נעמט אלץ קרעדיט פאר זיך, יא, מיר אלע ווייסן דאס, אלזא, איז דאס דער איינציגער תירוץ אויף מענצער גאלדבערבערגער נידערמאן פאברעך?.

וואס איז א נפקא מינא וואס ר' אהרן טייטעלבוים וואלט געזאגט אויב עס וואלט יא געלונגען, ווער קיקט בכלל אויף דעם ר' אהרן טייטלבוים, יעצט רעדט מען ווי די פאר געלט גייציגע עסקנים, האבן חרוב געמאכט א מערכה וואס לויט פולע ערליכע עסקנים האט שוין געהאלטן ביים ערלעדיגט ווערן, און פאר אייגענע אינטערעסן האבן זיי דאס צונישט געמאכט.

דיין הערליך פשעטל פון "הלכה הוא בידוע שעשיו שונא ליעקב!" און "מי יתן לי ת"ח ואנשכנו כחמור!", איז געוואלדיג,
ווי איך פארשטיי זענען די דאזיגע הלכות געבוירן געווארן פארגאנגענעם זומער, די פריריגע מעיארס, לינדזי, ביעם, קאטש, דינקינס, דזשאליאני, האבן פון די הלכה נישט געוויסט, אדער זענען זיי געווען אזעלעכע שקצים אז זיי האבן בשאט נפש עובר געווען אויף די הלכות, און הערטס ווייטער, אויב קומען מענצער גאלדבערגער און נידערמאן שתדלן, דאן וועלן זיי אוועק לייגען די שנאה, אדער אויב דער עסקן איז הרב צוויבל, דאן וועלן זיי זיך ערליך האלטן צו זייער שנאה, (יעצט פארשטיי איך פארוואס עס איז אזוי וויכטיג געווען מיט צונעמען ר' זלמן לייב צום מעיאר, דאס איז געווען צו לינדערן די שנאה לתלמוד חכם, דעם מי יתן לי תלמוד חכן ואשכנו כחמור, ע"כ איז וויכטיג געווען צ האבן מיט זיך א באוויסטער ע"ה וואס דאן איז די שנאה נישט אזוי גרויס)...

אנטווערפן, CUT THE BS, הער אויף מיט דיינע באבקעס, ס'איז קיינער נישט מחולק אז זיי האבן אונז נישט ליב, ניין, זיי האבן נישט ליב קיין פרומען איד, און ווען ס'וואלט געווען א הפקר וועלט וואלטן זיי אונז אפגעהאלטן נישט נאר פון מציצה בפה נאר פון אלע מצוות, זיי האבן נישט ליב, מענצער, זיי האבן נישט ליב גאלדבערגער, נישט נידערמאן, נישט הרב ר' ארי' לייב גלאנץ, נישט ר' בעריש פרייליך, נישט רבי אברהם וויעדער, על פי רוב איז וואר דער כלל אז עשיו שונא ליעקב, (ס'איז דא, און עס איז אלץ געווען א יוצא מן הכלל, אמת'דיגע חסידי אומות העולם, וואס לויט חז"ל, איז אויב גלייבן זיי אין באשעפער האבן זיי א חלק לעולם הבא, ווי למשל גאווערנער פאטאקי, וואס איז א אמת'ער אוהב ישראל) אבער על פי רוב האבן זיי אונז באמת פיינט, אזוי ווי עס שטייט (אבות פרק ב' משנה ג') "הוו זהירין ברשות, שאין מקרבין לו לאדם, אלא לצורך עצמן, נראין כאוהבין בשעת הנאתן, ואין עומדין לו לאדם בשעת דוחקו", מיר אלע ווייסן דאס, סא, פארדריי נישט דא דעם נושא.

דער נושא איז קלאר, ס'איז דא א איש בליעל, א מושחת, א שונא הדת, און א שונא חסידים, וואס איז ארויף געשפרינגען מיט גרויס שמחה אויף א אומגליק וואס האט פאסירט מיט א קליין קינד, און געכאפט א געלעגענהייט ארויס צו קומען אקעגן מציצה בפה, אלזא ביז דא איז יעדער מודה, ווייטער, כדי אפצושרייען די דאזיגע גזירה האט מען געדארפט א פעסטע קעגנערשאפט, א אחדות'דיגע קעגנערשאפט, חסידים, ליטוואקעס, מאדערנע, אלע קרייזן, און לכתחילה האט זיך דאס טאקע אזוי אנגעהויבן, מען האט צוזאם גערופן א אסיפה ווי דארט האבן באשיינט רוב רובם פון רבני ניו יארק און רוב מוהלים, דארט איז געוען צעווישן אנדערע, סאטמאר, ליבאוויטש, פלעטבאשע רבנים, ליטווישע גדולים, אלע האבן זיך פארפליכטעד צו ארבייטן האנט ביי האנט אקעגן די דאזיגע גזירה, מען האט דן געווען בכובד ראש, מען איז געזעצן מיטן מעיאר, און געהאלטן גאר נאנט צו קומען צו א פארשטענדעניש מיט די שטאט, ביז, די דאזיגע געלט גייציגע, כבוד זיכערס, און מכילה לעקערס האבן זיך אריין געמישט, און די גאנצע זאך צונישט געמאכט,

איך האב באקומען אין אישי א הודעה פון איינעם, וואס זאגט מיר אז זיינס א שכן איז א קרוב צו הרב חיים דוד צוויבל, און ער האט גערעדט צו עם נעכטן ביינאכט, און ער האט אלעס קאנפירעמט, ער איז זייער פארווייטאגט איבער די גאנצע פרשה, ער טענה'עט אז אמת לכתחילה האט געהאלטן אז די שטאט זאל חלילה פארווערן דאס פראקטעצירן מציצה בפה, אבער דאס האט מען תיכף געפויעלט אז און מען האט לייכט ערלעדיגט אז די אישוי איז דער מוהל הרב פישער און אויסדריקלעך "נאר הרב פישער", למעשה האט הרב פישער פון מאנסי, בכלל נישט קא-אפרעטעט מיט די שטאט, ער האט זיך כסדר ארויסגעדרייט מיט ענטפערס, וואס מען האט עם געבעטן האט ער צוריק געוויזן, על כן איז נישט געווען קיין אנדערע ברירה נאר צו אקצעפטירן אז הרב פישער זאל לעת עתה ביז עס ווערט נישט איבערגעצייגט אז ער איז נישט שעדליך, נישט פראקטעצירן מציצה בפה, און די שטאט האט זיך פארפליכטעט אראפ צו נעמען דעם גאנצן אישוי פון מציצה בפה פונעם טיש, הרב צוויבל מיט נאך עטלעכע עסקנים האבן שוין געהאט א סקעדזשאלט מיטינג מיט די שטאט אינטער צושרייבן די אלע באדינגונגען, אויף איינמאל ווערט ער געוואר אז אין וויליאמסבורג איז ארויס געקומען א רוף פון די אזוגערופענע וועד להצלת מציצה בפה, אז מען זאל רופן 311 אין יעדער זאל פראטעסטירן א קעגן דעם מעיאר פאר זיך אריין מישן אין רעליגיעזע ענינים, און ווי אויבן געשריבן, דאס האט פאראורזאכט דאס קאלעפס פון די גאנצע השתדלות, ער האט באקומען א טעלעפאן קאל פון די שטאט אז דער מיטינג איז צוריק געצויגן געווארן, און יעצט האלט מעיאר בלומבערג ביי די פרשה פון נקום תקום...

למעשה אצינדער האלט מען נישט דארט ווי מען האט געהאלטן ביים אנפאנג ווען מען האט אנגעהויבן צוריפן 311, נאר עשר מעלות אחורנית, מען האלט דארט אז די שטאט וויל ווייזן אז די גאנצע זאך איז נישט געווען אנטעסימיטיזם אזוי ווי מען האט זיי באשולדיגט, נאר זיי ווילן ווייזן אז זיי זענען גערעכט געווען, און לעת עתה האלטן זיי נישט ביים נאכגעבן, און לויט ווי עס זעט אויס וועט מען זיין געצווינגען צו גיין צום געריכט, און דארט וועט נישט העלפן "רעליגיע", דארט וועט נישט העלפן אז "מען טיט דאס שוין 2000 יאר", דארט וועט נישט העלפן קיין רבנים מיט ווייסע בערד, דארט וועט נאר זיין דער מדובר צו דאס איז שעדליך צו נישט, מען וועט מוזן ברענגען פראפעשענאלס, מומחים, און דער טשענס איז נישט זייער גיט, דא האנדעלט זיך וועגן אינפעקטן קליינע קינדער, וואס ווען עס קומט צו קינדער איז די שטאט זייער האקל, און דערנאך וועט דאס קאסטן זייער אסאך געלט, וואס ביים יעצטיגן מצב נאך דעם פורים שפיל וואס די עסקנים האבן געמאכט מיטן עולם, האט דער ציבור גענצליך פארלוירן דעם צוטרוי, און דאס אלעס וואלט מען געקענט פארמיידן ווען מען לאזט ערליכע עסקנים האנדלען דעם נושא, און זיי וואלטן זיך נישט אריין געמישט.

יעצט שריי ווייטער ר' אהרן ר' אהרן ר' אהרן ר' אהרן ר' אהרן ר' אהרן................



תוקן על ידי - כל_העולם - 09/01/2006 21:19:51

mechel19 » 9/1/2006 21:29

דער יענקעלע איז 100% גערעכט, דער דעת הקהל איז נישט מיט אונז, אט ליינט...

New York Daily News, January 9, 2006

The city's attempts to call attention to a potentially lethal circumcision rite is being couched by some ultra-Orthodox Jewish leaders as an infringement on their religious freedom. It is not. Health Commissioner Thomas Frieden is merely fulfilling his obligation to the people of the city by educating new parents about an extremely rare but possibly deadly complication from the ritual.

The procedure, called metzitzah b'peh, involves using the mouth to suck blood from the open wound after a boy is circumcised on the eighth day of life. Most mohels - those who perform circumcisions - use gauze or other means of cleaning the cut. But some Hasidim consider metzitzah b'peh essential. The number of those circumcisions is small - 2,000 to 4,000 a year. The risk is even smaller, but in rare cases, the procedure transmits disease. And it can be fatal.

In 2004, three babies in the city were found to be infected with herpes after undergoing the ritual. All became very sick, and one died. That mohel agreed to stop doing metzitzah b'peh. But after two more cases were reported last year, including one in which the baby suffered brain damage, the Health Department rightly stepped in.

Many parents don't know of the risk; many mohels don't know it themselves. So Frieden began an education campaign through the Jewish media and hospitals, advising parents to find out if a mohel intends to perform metzitzah b'peh and to decide for themselves if they prefer to find another.

Some Hasidic leaders are furious at what they see as government interference in a religious ritual. They want Frieden to mind his own business. Well, this is his business. He is not trying to ban the procedure; he wants to make sure parents are aware of the problem. And he is within his rights to act if mohels who know they are infected continue to spread disease.


No one wants to hurt babies. Not the parents, not Frieden and certainly not the mohels. All must work together to keep infants safe
.

http://www.nydailynews.com/news/idea...p-323619c.html




תוקן על ידי - MECHEL19 - 09/01/2006 22:25:08

kerry08 » 9/1/2006 22:13

להוי ידוע לכל:

גלייך און אנפאנג פונעם פראבלעם איז געווען א מוהל מומחה מיטן נאמען אברהם הכהן- דער גרינדער פון קרן אברהם הכהן אוין ארץ ישראל - און געוואלט עפענען אassociation פון דאקטערס/רבנים/מוהלים מומחים צו וויזען פאר די שטאט אז מיר נעמען דאס ערנסט, ער האט שוין אינוועסטעט דערין געלט אויך, אבער התאחדות האט עס ארויסגעכאפט פון זיינע הענט. און אזא פנים טראגט עס יעצט. ער פארציילט עס פאר ווער עס וויל נאר הערן.

kerry08 » 10/1/2006 06:04

יעצט געהערט אז רר ישראל האגער שליט"א פון מאנסי א מוהל מומחה וואס איז געווען אנוועזנד ביים מעיאר האט געבעטן מען זאל נישט גיין צום מעיאר, נאר ענדערש זאל פישער אויפהערן מציצה בפה - נוסח אגודת ישראל -, נאר ער האט מורא געהאט אז נאך איין ווארט אז ער רעדט וועט אים דער טראק איבערפארען...

איכה היינו כחולמים

kerry08 » 11/1/2006 02:46

קאנפירמד:

געדבערגער מיט מענצער האבען געעפענט א נייע ביזנעס א נורסינג עיזשענסי Nursing agency א אנדערער קען ווארטען יארען פאר א פערמיט אבער נישט אזעלכע געטרריע עסקנים, זיי דארפען נאר אנרירען די קלאמקעס און זענען גלייך געהאלפען.

ב"ה אז די מערכה פאר מציצה בפה הייבט אהן צו ברענגען די געוואונטשענע רעזולטאטען. און מיר בעטן עד הנה עזרינו רחמיך ולא עזבינו חסדיך.... לנצח.

זאל דער פון אויבן העלפען אז די אלע עוזרים ומסייעים זאלען באצאלט ווערן פון אלעם גוטען.
(אויסער נידערמאן וואס האט נישט גענוג דעת אנצופילען די קעשענעס, איז אים קיינער גארנישט שולדיג.)

NYPD » 11/1/2006 03:12

נורסינג עדזשענסי איז בעיקר פראטעקציע פון די סטעיט

מתעסקים » 11/1/2006 03:53

די מיטינג איז געווען א פאטאלער טעות
דער מעיאר האט געגעבן א האלבע שעה און עפעס אן עלטערע רב האט כמעט גערעדט די גאנצע צייט
זיי האבן מיטגענומען דאקטורים און געבעטן אז ער זאל אוועקנעמען די דעסזישען פון דעם קאמישינער
ער האט געזאגט בלא

דער שילד ווערט יעצט געווארפן איינער אויפן צווייטען
די מערסטע וועט געלייגט אויף מר גרינשפאן
די חברה האבן זיך איינגערעדט און דעם ליעיזאן (מענצער/גאלדבערגער) האבן אזוי פארקויפט אז דער גרינשפאן וויל און וועט ערלעדיגן
למעשה זעהט דאך יעדער, האט דער פארלוירענער גרינשפאן געהייסן רופן מונקאשטער רב ווייל דער מעיאר גלייכט איהם
ווען מען איז געקומען צום מונקאטשער האט ער געזאגט אז ער האלט נישט פון די מערכה וויאזוי עס פירט זיך און אויך ער האט נישט ספעשעל מיט בלומבערג
למעשה האט מעם פארפאטשקעט א מערכה למען דתי ישראל און יעדער ציט די בענדלעך ווי ער וויל
ווען מען גייט מיט אגודת ישראל אפשר וואלט מען שוין געווען בעסער ?
מען שטייט מיט וואונדער און מען פרעגט ווי זענען מיר פארפארן ?
יעמט זעהט שוין יעדער אז דאס פייטען פאר מוהל פישער איז א טאטאלער מיסטעיק
יעצט ווייסט מען שוין אז קיין קאל איז קיינמאל נישט געווען פון מעיאר
אבער וואו טיט מען אהין די מערכה ?
האט מען פארשפילט ?
יעדער טוט וואס ער וויל, זעהט מען אזוי אויס


Mench » 11/1/2006 11:31

http://www.observer.com/politics_wiseguys.asp

The Unkindest Cut
Deserves an Outcry

By: Niall Stanage
Date: 1/11/2006


When politicians and policymakers concern themselves with the public's genitals, the results are usually bad.

But there are exceptions. Sometimes officials must act on issues that relate to the most intimate areas of the body. When an adult does something to the penis of an infant that risks brain damage or death, the need for intervention should be beyond argument.

Just such a situation has arisen in New York. But rather than take decisive action, the authorities have dodged and dissembled.

The furor concerns a crude element of the circumcision ritual that is still practiced by those on the fringes of Orthodox Judaism. The rite, known as metzitzah b'peh, has, thankfully, been abandoned by the vast majority of Jewish people, including many Orthodox Jews.

Roughly translated as ''oral suction,'' metzitzah b'peh involves a practitioner, or mohel, applying his mouth to the circumcision wound on the infant's penis and sucking the blood away. Often the mohel needs to do this several times before the bleeding is stanched.

Let's be generous and set aside the fact that anyone who did such a thing unprotected by the cloak of religion would soon find himself questioned by police.

The health dangers of the practice are grave. City health officials say that, since 2004, five cases of type-1 herpes caused by metzitzah b'peh have been discovered.

Type-1 herpes is the strain of the disease associated with cold sores. Most adults carry it. But it can be lethal to babies and small children because their immune system is so underdeveloped. One of the infected children has died. Another shows evidence of brain damage.

News of three of these cases first came to widespread attention early last year. It seemed blatantly obvious that the people charged with protecting public health in the city—Thomas R. Frieden, the commissioner of the Department of Health and Mental Hygiene, and Michael Bloomberg, the Mayor—should take swift and forceful action.

Neither man rose to the moment. Though the courts restrained one mohel from carrying out oral suction, the city's broader approach was timorous. The Health Department made a point of noting that it had no plans to ban or regulate the practice.

Even the city's mild efforts irked fundamentalist leaders to such an extent that a meeting with Mr. Bloomberg was arranged in August. The following day, the Mayor sounded meek in his radio broadcast:

''We're going to do a study,'' he said, ''and make sure that everybody is safe—and, at the same time, it is not the government's business to tell people how to practice their religion.''

The additional two cases have since come to light. City authorities still resist the idea of a ban. Dr. Frieden wrote an open letter to the Jewish community last month. In it, he noted that ''there is no reasonable doubt'' that oral suction has been responsible for several herpes infections. But he added that he preferred ''educating the community'' to any more definitive move.

The soft strategy shows no sign of working. A leading Orthodox rabbi, David Neiderman, remained defiant in an interview with The New York Times last week. ''We chose America because of religious freedom,'' he said. ''That's why we are here. There is no compromise on this issue, because we know it is safe.''

Rabbi Neiderman's confidence about the safety of the rite doesn't stand up to scientific scrutiny. His ideas about religious freedom are equally dubious.

Total liberty applies to religious beliefs. It does not apply to religious practices, which are subject to civil law.

Mr. Bloomberg was, in one vital sense, wrong to proclaim that government has no business telling people ''how to practice their religion.'' Freedom of religion doesn't include the freedom to commit child endangerment or any other crime. Erosion of that principle is a recipe for barbarism.

Another important detail of the dispute has not yet generated the outrage that it should.

The Times reported that Orthodox leaders at a recent meeting had made four demands of city health authorities. One was that the commissioner should resign. The second was that the city should stop its current attempts to educate the Orthodox community about the dangers of metzitzah b'peh. The third was that it should stop investigating possible cases of herpes. And the fourth was that it should stop investigating any mohel suspected of transmitting the disease.

There, in a nutshell, was a typical example of the kind of thinking that unites religious fanatics of all persuasions. They rail against scrutiny, inquiry, even rational thought itself. Their message: Don't ask questions. We are right because God says so.

No civil authority should bow before such nutty fundamentalism. Nor should it try to broker a compromise.

''This is one of the most delicate issues I've ever had to deal with,'' Dr. Frieden mused last week.

No, it isn't, Dr. Frieden. Zealots are putting the lives of babies in danger. So stop them.

copyright © 2005 the new york observer,


kerry08 » 11/1/2006 15:44

איך מיין אז עס איז געבליבען איין עצה.

ר' מנשה פילאף וואס איז שוין מוצץ דם בפה פון גרויסע צוואנציג יאר זאל פראקלאמירען אז ווען נישט אגודה וואלטען מיר שוין לאנג געלעזט דעם פראבלעם.

אלעסאמת » 11/1/2006 18:16

ווייסט איינער וואס דער פלאן איז אויף ווייטער???
איז דא א אפילו א פלאן???

kerry08 » 12/1/2006 02:56

אה, ס'איז מיר איינגעפאלען א פלאן אלעס_אמת:

בעצם איז מיר איינגעפאלען א פלאן מיט וואס ממשיך צוזיין מיט די סירקוס.

איך געדענק אז אונזער מעשיגענער פרעזידענט בוש (מנהלים דארף איך אים רופען ר'?)האט גע'אסרט stem cell research -וואס האט געקענט האבען זייער פאזיטיווע עפעקט'ס- צו היילען אלסהיימער, הארץ קראנקייטען, ועוד...
?Do you remember my issues by the re-election


בעצם דער סיבה איז געווען בעיקר הטקסט שלך כאן ר-ע-ל-י-ג-י-ע, נו, אפשר איז דער שאדען דערפון נאך אזוי גרויס ווי מציצה בפה וואס איז אונזערהטקסט שלך כאן ר-ע-ל-י-ג-י-ע.

איך מאך נאר א ווערטל, אבער ס'איז דאך א נקודה, ניין?

(געב עס אבער נישט איבער פאר די עסקנים וויל זיי וועלן נאך גיין וויינען(די ווינען סטראעטעגיע מיין איך) פארן פרעזידענט. אפשר גאר וועט מען אים נאך טעראזירען- איך האף אז ער בעגט שוין ר' הערשל קלאהר'ס טעלעפאנען-.

מילא די לאקאלען וויסען שוין ווער מיר זענען, אבער איך ציטער די פעדעראלע זאלן נישט געוואויר ווערן...

ראדני152 » 12/1/2006 05:02

דא איז א לינק צו די דרשה של דופי (ווי איך הער איז די שוין צענזורטע דרשה)פינעם ביליגען פאליטישאן,

: http://rapidshare.de/files/10883669/21_KISLAV.WAV.html

דרוקט אויפן לינק אין ראלט אראפ ביז אינטען אין דריקט FREE
ווארט ארום 20 סקונדעס
שטעלט אריין די ארויפגעקומענע בוכשטאבן ביי סטארט דאנלאוד אין דריקט דאונלאוד

הערט אין האט הנאה

איך וועל נאר פרעגן יעצט פיר קשיות
אין די תירוצים ענטפערט איר אליין

1)איין טאג א מעכטיגע דרשה ,יא מאכען הדלקה,
אין אנדערן טאג טאנץ מען מיטן גארטעל ביי הדלקה,

2)אין איין טאג איז דער טאטע דער העכסטער אויטאריטעט אין די קהילה(א ב ג דרשה ועוד),
אינעם אנדערן טאג דערקלערט ער אין קארט אז זייין טאטע איז א בלויזער ארבעטער

3)אין איין טאג, קענען בלויז די דייני הקהילה פסקענען אין די סיכסוכים פין קהילה,(חתימותו על זה בפרשת אלתר משה),
אין אנדערן טאג זענען זיי בלויזע פאסט מייסטערס,


4)אין איין טאג שרייט מען כהנים ארויס ,אזוי איז געווען אין קראלי אין אזוי אין סיגעט,
אין זעלבען טאג פאר תלי גראס אז זעס איז שטיל אין קרית יואל(נאר פארברענט א קאר?)
יצט וואס פארא פנים האט אזא ביליגער פאליטישאן ווען ער לייגט זיך צו נער מיט זיין מעכטגיע רעדע וועגן מציצה בפה



תוקן על ידי - ראדני152 - 12/01/2006 5:03:34

NYPD » 12/1/2006 17:03

ודברי פי חכם חן, שפתים ישק משיב דברים נכוחים,

ער זאגט דעם דעת תורה אן קיין חשבונות פון פאליטיק, ער וואלט אויך געקענט ניצן חנופה שפראך צו בלומבערג, אדער צו די צוויי זשאסעפ'ס אזויווי אלע אנדערע רבנים חנפ'ענען,

מיט די ריכטיגע פרעשור וואלט מען זיכער דאס געקענט ערלעדיגן פאר די וואלן, ווען נישט די פריוואטע חשבונות.

אלעסאמת » 16/1/2006 07:40

וואס גייט דא זיין

גייט זיין א פארטעסט?

גייט זיין נאך א מיטונג?

גייט מען גיין און קארט?

yohcee718 » 16/1/2006 17:53

איך זעה איצט דעם ערשטען מאהל דעם פורום און איך האב הנאה פון דעם אשכול..רוב מגיבים רעדען מיט דרך ארץ און כובד ראש.

volvi06 » 16/1/2006 18:08

welcome yohcee please stay here in our form

תוקן על ידי - volvi06 - 16/01/2006 18:08:13

boro567 » 16/1/2006 18:28


Wellcome Yochee718

עס איז אונז א כבוד דיך צו האבן דא.

תוקן על ידי - boro567 - 16/01/2006 18:28:40

kerry08 » 16/1/2006 21:23

yocheeeee!! we were waiting for you. Finally finally you are here. We welcome you with pride.

yohcee718 » 17/1/2006 01:05

אוי וויי מה מה אני מה חיי..

שכויח פאר אלע שבחים.

מיר איז אבער געפאלען דעם שמועס איבער מציצה האב איך נאר מגיב געווען אז דער אשכול איז גאר שכל'דיג און ביידע צדדים האבען גוטע טענות...

אלס עסקן אין דער אגודה וויל איך נאר א פאר זאכען קלאר מאכען למען האמת.

1) ר' חיים דוד צוויבעל איז נישט קיין "רב" און ער רופט זיך נישט אפילו 'ראביי' אין דער מידיא. איך קען איהם פערזענליך און ער איז איבער געגעבען בלב ונפש פאר מקדש שם שמים ברבים, אלס איינער וואס לערנט דף היומי שוין אז אזוי פיל יאר בעיון איז ער א ודאי א שיינער ת"ח...

אבער אלס א לויער וואס האט געוואלדיגע כשרונות מיט א שכל הישר, אלס א געלונגענער פערשוין וואלט ער געקענט פארדינען גאר גאר שיין אלס א לויער, אבער ער האט אלס אויף געגעבען פאר FIXED WAGES פון אגודת ישראל נאר צו העלפען ארטאדאקסישע אידען 24 שעה א טאג. ווער עס קען איהם האט א געוואלדיגע הערצה פאר איהם. פאר זיין מסירת נפש לכל דבר שבקדושה.

ער אליין איז זייער נאנט (א חוץ די מועצת גדולי התורה בארה"ב) צום סקווערער רבי און צו וויזניצער רבי און זיי זענען איהם מעריץ זייער שטארק. זיינע קינדער זיצען און כולל לפחות איינער גייט מיט א שטריימל..

ב) איך האב פאריגע וואך פארברענגט מיט איהם א פאר שעה סיי מיט אנדערע און סיי מיט איהם ביחדות. ביי איהם איז ברור כשמש אז די מערכה פון מציצה און דער סכנה איז א סאך מער מסוכן היינט, און עס איז שוין נוגע אפילו ברית מילה אליין, ווייל דער מערכה האט גורם געוועהן אז שונאי הדת בכלל און שנאי ומפרי ברית זאלען קאמפען קעגען ברית מילה בכלל ומי יודע מה ילד יום.

ג) דער אגודה דורך ר' חיים דוד האט נישט געהאט קיין שום פלאן אדער אפמאך מיט דער שטאט. אבער בעל פה האט דער שטאט געזאגט פאר אגודה אז זיי ווילען אז רב פישער זאל מער נישט מאכען קיין מציצה בפה וועט זיך די שטאט נישט מישען אבער דאס איז אלס געווען אונטער דעם פארהאנג ווייל אויב עס גייט ארויס אין פאבליק קען מען נישט סתם דעם פראבלעם משתיק זיין.

דער אגודה האלט נאך אלץ אז מ'וואלט געקענט משתיק זיין די גאנצע פרשה (און עס איז שוין געוועהן כמעט אראפ פון סדר היום) אויב עס וואלט נישט ארויס געקומען און די מידיע דער פרשה. א דאנק 'דער בלאט' לייט מען היינט פון דעם גזירה. (זיי האבען געבראכען דעם נייעס ווען עס איז כמעט שוין געוועהן אראפ פונעם טיש)

ד) אויב עס איז דא א דאקטער וואס זאגט אז HERPES ביי מציצה בפה איז זייער זעלטען און מ'דארף נישט גוזר זיין וועגען דעם גארניש, האט אבער קיין שום דאקטאר נאך נישט פארגעשלאגען אן ALTERNATIVE סברה ווי אזוי האבען די קינדער באקומען HERPES ל"ע, און אז דעם דאקטער'ס סברה איז שטערקער און מער מסתבר ווי דער סברה פון דעם קאמישענער פרידאן.

און דאס איז דער סך הכל פון אלעם, ווייל ביז היינט איז נישט דא קיין שום דאקטער וואס קען פאר לייגען א 'סייענס רעפארט' וואס נישט נאר גיבט א סברה אחרת ווי אזוי די קינדער האבען באקומען HERPES נאר עס קען גאר נישט זיין אז זיי האבען דאס באקומען פון דעם מוהל! ליידער ליידער אין דבר כזה ולא יהי' דבר כזה

און דער אגודה האלט אז די התאחדת הרבנים האט געמאכט א געפערליכער טעות א מעות אשר לא יוכל לתקון מיט דעם וואס זיי האבען צו געזאגט פארן שטאט אז זיי גיין 'חוקר' זיין רב פישר און זיי גייען ארויס קומען מיט אזא רעפארט.

ה) די אגודה האלט אז ווי מער מ'האלט אהן מיט דעם מערכה איז מען מסכן מילה בכלל און מציצה בפה בפרט אין אמעריקע און אפשר איבער דעם גאנצער וועלט עס איז נישט מעגליך מסביר צו זיין פאר קיין שום פאראנטפארטליכער גוי אדער פאר'גוי'שטער איד דעם ענין און ער זאל זיך נישט פאר עקלען פון דעם. וזה פשוט מאד!

די וואס טענה'ן FIRST AMENDMENT רעכטן פון רעליגעזע פרייהייט פארשטייען בכלל נישט וואס זיי רעדען בכלל. קיינער און אמעריקע האט נישט קיין רעכט מסכן זיין זיינע אדער פרעמדע קינדער מיט א טענה "ס'איז מיין רעליגיע"

ווייל אמעריקע גייט נישט אהן אז אן ערוואקסענע מאן וויל זיך מל זיין הונדערט מאהל און זיך מוציא זיין דם מילה 1000 מאהל בפה, דאס איז טאקע זיין רעכט! אבער קיינער האט נאך נישט געפרעגט דאס קינד צו ער וויל מציצה בפה, דארט קען די רעגירונג זאגען מיר נעמען זיך אהן פארן קינד'ס אינטערעסן, און עס איז קלאר אז אמעריקע אויב זי וויל קען זי אסר'ן מילה בכלל.

ווער עס וויל זיך איבער צייגען קען ליינען דעם פסק פון רוב SUPREME COURT דא אין דער לינק.
http://caselaw.lp.findlaw.com/s/getcase.pl?court=us&vol=494&invol=872

ו) איך פסק'ן נישט קיין שאלות און מסתמא איז דער הלכה אז וויבאלד HERPES איז אזא קליינע חשש רחוק מאוד דארף מען נישט חושש זיין און א איד איז מחויב ווייטער צו מאכען מציצה בפה. און אודאי דארף מען זיך מוסר נפש זיין,

אבער די וואס זאגען אז מ'מוז האבען ריאות ברורות אז מציצה בפה איז א סכנה רעדען פשוט שטותים [און דער בריעף שהובא לעיל צום ניו יארק טיימס האט דער טענה, און איך האב געהערט ISSAC ABRAHAM אויף די ראדיא וואס האט געזאגט: WE NEED SOLID PROOF] הן לגבי הלכה, ווייל א חשש סכנה איז אויך דוחה כל התורה והן לגבי דעם געזעץ

מ'קען נישט זאגען צום שטאט מיר זענען גרייט צו נעמען דעם RISK ווייל אין LAW ארבייט נישט אזא טענה. מ'קען נעמען א ריסק אויף זיך און אייגענע חשבון אבער נישט אויפען קינד'ס חשבון...

עס איז נאך דא א סאך צו רעדען אבער איין זאך מוז איך זאגען איז א געפערליכער שקר. אז דער אגודה איז גרייט אויף פשרות שכל הוא דרכם.

די אגודה האט א סאך שאדען פון א סאך אגודיסטען וואס האלטען אז מ'דארף זיין מער אגרעסיוו לגבי מציצה בפה, דער שאדען איז געפערליך אבער דער אגודה איז גרייט צו פארלירען מעמעבערס און צו פאלגען זייערע מנהיגים.

דאס זעלבע האט פאסירט ווען פאר א פאר יאר האבען די ציונ'ישטישע געשטימטע מעמבער זיך גערעגט היתכן דער אגודה איז נישט געגאנגען קיין וואשינגטון צוזאמען מיט אנדערע ובתוכם רעפארמער לטובת מדינת ישראל..







תוקן על ידי - yohcee718 - 17/01/2006 1:18:35

שלום_משה » 17/1/2006 01:21

יוחי, ייש"כ פאר דיין תגובה
אבער אפאר זאכן וויל איך פארשטיין

די שרייבסט

דער אגודה האלט נאך אלץ אז מ'וואלט געקענט משתיק זיין די גאנצע פרשה (און עס איז שוין געוועהן כמעט אראפ פון סדר היום) אויב עס וואלט נישט ארויס געקומען און די מידיע דער פרשה. א דאנק 'דער בלאט' לייט מען היינט פון דעם גזירה. (זיי האבען געבראכען דעם נייעס ווען עס איז כמעט שוין געוועהן אראפ פונעם טיש)

קעסט עס פראוון מיט דאטום'ס אין דאס גלייכען?
עס מוז נישט זיין פינקטליך דאטום'ס, אבער דארפסט פארשטיין ,די בלאט איז געווען די ערשטע וואס האט עס געשריבען ממילא איז זייער גרינג צי ווארפן באשולדינגען אבער עס מוז האבן א באזוס
האט זיי איינער געהייסן אז זיי זאלן עס נישט שרייבען?? האבן זיי געדארפט וויסן אז זיי הרגנענן אפ די מערכה??
{איך בין נישט דא צי פארענטפערן די בלאט, איך וויל נאר וויסן די פאקטן,ווייל אויב עס איז אמת דאן.....}


ד) אויב עס איז דא א דאקטער וואס זאגט אז HERPES ביי מציצה בפה איז זייער זעלטען און מ'דארף נישט גוזר זיין וועגען דעם גארניש, האט אבער קיין שום דאקטאר נאך נישט פארגעשלאגען אן ALTERNATIVE סברה ווי אזוי האבען די קינדער באקומען HERPES ל"ע, און אז דעם דאקטער'ס סברה איז שטערקער און מער מסתבר ווי דער סברה פון דעם קאמישענער פרידאן.

איז שוין אמאל קלאר אויפגעוויזן געווארן אז הערפיס פינעם מוהל האט גע'הרגנט דאס קינד??
פארוואס ליגט נישט אויף די שטאט אויפציווייזן אז דא איז א באלדיגע סכנה??
זעסט דאך אז די סטעיט האט זיך ארויסגעלאזט דערפין איז טייטש אז די סכנה איז נישט אזוי געפערליך ווי די סיטי וויל זאגן ווייל אויב יא דארף ווען די סטעיט אויך קעיר נעמען!!??
בכלל דא רעדט מען פין 55 יאר אין די זעלבע סיטי מיט טויזענטער מציצה בפה קינדער, דארף לכאורה ליגען א גרעסערע ארבייט פאר די שטאט אויפציוויזן אז עס איז שעדליך, אונז זע מיר מוחזק אז עס עס שאדט נישט!!??



און דער אגודה האלט אז די התאחדת הרבנים האט געמאכט א געפערליכער טעות א מעות אשר לא יוכל לתקון מיט דעם וואס זיי האבען צו געזאגט פארן שטאט אז זיי גיין 'חוקר' זיין רב פישר און זיי גייען ארויס קומען מיט אזא רעפארט.

און דער אגודה האלט אז די התאחדת הרבנים האט געמאכט א געפערליכער טעות א מעות אשר לא יוכל לתקון מיט דעם וואס זיי האבען צו געזאגט פארן שטאט אז זיי גיין 'חוקר' זיין רב פישר און זיי גייען ארויס קומען מיט אזא רעפארט.

אפשר ביסטע מסביר פארוואס ??
אין ווי אזוי עס איז געווארן א מעוות אשר לא יכול לתקן
אין וואס וואלטן זיי ווען געדארפט טיען נאך דעם וואס דער מעיאר האט זיי עס געהייסן טיען??





תוקן על ידי - שלום_משה - 17/01/2006 1:30:28

מקוה_איד » 17/1/2006 01:24

יוחי, דו מאכסט מיך זייער באזארגט,

איך וויל פארשטיין אפאר זאכן.

1. פארוואס האבן נישט די אגודה מיט די סאטמארע עסקנים געארבעט אינאיינעם? ס'קוקט אויס פון דיינע ווערטער, אז דא איז געווען א טאטאלער מיס-קומיוניקעישן, איך ווייס נישט צו בזדון צו בשוגג, און דאס איז לכאורה געווען דער שורש פונעם בראך.

איז מיין שאלה, למה?

2. די סאטמארע סברה איז לכאורה אביסל פארשטענדליך, דהיינו, אפי' לו יצויר, רב פישער דראוט א חשש סכנה מיט מציצה בפה, דארף מען ארבעטן אויף אלע קאסטן, אז נישט די רעגירונג זאל זיין דער וואס זאל עס רעגיולעיטן.

איז מיין שאלה, איז די רעגירונג עכ"פ איינגעגאנגען אויף אזא מין פשרה, אז מ'זאגט צו בע"פ אז רב פישער וועט נישט פראקטיצירן קיין מציצה בפה, אבער ס'זאל נישט זיין מטעם די רעגירונג?

איך מיין דאס וואלט געווען זייער שכל'דיג.

Mench » 17/1/2006 01:28

http://www.algemeiner.com/generic.asp?id=1052

קאַמף פאַר 'מציצה בפּה' פאַרשטאַרקט
געזונט קאָמישאָנער פון ניו יאָרק באַשולדיקט ''התאחדות הרבנים'' אין פאַרלעצן זייער צוזאָג
שמואל בערגער

דער קאַמף פאַר מקיים זיין מצות מילה אַזוי ווי עס פאָדערן מערערע הלכהישע פּוסקים, מיט ''מציצה בפּה'', דורך אַרויסזויגן מיטן מויל דאָס בלוט פונעם קינד ביי אַ ברית, איז לעצטנס ווידער פאַרשטאַרקט געוואָרן נאָך דעם ווי דער העלט-קאָמישאָנער פון ניו יאָרק סיטי, דר. טאָמאַס פרידען, האָט לעצטן חודש אַרויסגעגעבן אַ וואָרענונג קעגן ''מציצה בפה'', זאָגנדיק אַז עס פאַרשטאַרקט די סכנה פאַר די גע'מל'עטע קינדער.

פרידען שרייבט, אַז ''עס איז אויסער יעדן צווייפל אַז 'מציצה בפה' קען ברענגען צו אַ פאַרגיפטונג און אינפעקציע פון הערפּיס. דער העלט דעפּארטמענט שלאָגט פאָר אַז אידישע יוגנטלעכע וואָס גייען דורך אַ ברית מילה, זאָלן ניט דאַרפן דורכגיין די פּראָצעדור פון 'מציצה בפה'''.

דער בריוו פונעם העלט קאָמישאָנער איז אַרויסגעקומען נאָך אַן אָפּמאַך וואָס איז מיט געציילטע חדשים צוריק אונטערגעשריבן געוואָרן צווישן דעם העלט דעפּאַרטמענט פון ניו יאָרק און די חרדישע סאַטמאַר אָרגאַניזאַציע ''התאחדות הרבנים''.

דער אָפּמאַך האָט געלויטעט, אַז די שטאָט וועט בטל מאַכן איר אָנקלאַגע קעגן דעם באַקאַנטן מוהל הרב ר' יצחק אהרן פישער פון מאָנסי, וואָס לויט זיי האָט ער אָנגעשטעקט דריי קינדער ביי אַ ברית מילה וואָס ער האָט דורכגעפירט מיט די הערפּיס מחלה. די אָפיציעלע אָנקלאַגע האָט געזאָגט, אַז איינער פון די קינדער איז געשטאָרבן, און די אַנדערע צוויי האָבן געליטן שאָדנס אויף זייער מוח. אין אויסטויש פאַרן בטל מאַכן די אָנקלאַגע קעגן אים, האָט הרב יצחק אהרן פישער צוגעשטימט אויף אַ צייטווייליקן אופן ניט דורכצופירן קיין ''מציצה בפה'', און די רבנישע אָרגאַניזאַציע האָט זיך פאַרפליכטעט צו פאָרשן דעם פּראָבלעם און קומען מיט מסקנות ביזן ערשטן דעצעמבער 2005.

איצט טענה'ט דער העלט קאָמישאָנער, אַז די ''התאחדות הרבנים'' האָט פאַרלעצט איר צוזאָג און ביים ערשטן דעצעמבער האָט זי נישט אַריינגעגעבן אירע מסקנות פון אַ גרינטלעכע חקירה ודרישה וועגן די מעדיצינישע רעזולטאַטן פון מציצה בפּה. דר. פרידען טענה'ט אז די רבנישע אָרגאַניזאַציע דרייט זיך אַרויס פון נאָכפאָרשן ווי געהעריק דעם פּראָבלעם. אין אַן אינטערוויו מיט דער ענגליש-אידישער וואָכן-צייטונג ''דזשואיש וויק'', האָט טאָמאַס פרידען דערקלערט, אַז ''די רבנים זאָגן אַז זיי ווייסן ניט גענוי ווען זיי וועלן האָבן אַן ענטפער איבער דער פראַגע, און דעריבער האָב איך באַשלאָסן אַז עס איז וויכטיק אַז דער אידישער פּובליקום זאָל וויסן וועגן אונזער מיינונג אין דער אָנגעלעגנהייט''.

פרידען האָט געשריבן זיין אזהרה אין אַן ''אָפענעם בריוו צו דער אידישער קהילה פון ניו יאָרק''. אין דעם בריוו שלאָגט ער פאָר, אַז אַנשטאָט דורכצופירן די מציצה מיטן מויל, זאָל מען עס מאַכן דורך אַ פּלאַסטישע רערל.

הרב משה דוד נידערמאַן, פירנדער עסקן פון דער באַקאַנטער סאַטמאַרער הצלה-אָרגאַניזאַציע ''רב טוב'', וועלכער איז אויך שטאַרק אַקטיוו ביי די שתדלנות'ן לטובת ''מציצה בפה'' ווי עס פאַרלאַנגן מערערע הלכהישע אויטאָריטעטן, האָט דערקלערט, אַז ער איז ''דערשיטערט'' פון דער דערקלערונג פון דר. פרידען. ''מיר האָבן געהאַט אַ דאַטע, און עס קען זיך פאַרציען אַביסל'', האָט הרב משה דוד נידערמאַן געזאָגט, צוגעבנדיק: ''מיר האָבן ניט געבראָכן דעם אָפּמאַך''.

הרב נידערמאַן האָט געזאָגט, אַז נהיט קוקנדיק וואָס עס וועט זיין דער אויסגאַנג פון דער אויספאָרשונג וועגן הרב פישער, איז דער באַשלוס פונעם העלט דעפּאַרטמענט ניט גילטיק פאַר אַנדערע חרדי'שע מוהלים אין ניו יאָרק. ''מיר זיינען איבערצייגט אַז 'מציצה בפה' איז ניט בלויז ניט קיין געפאַר, נאָר עס איז אַ חיוב על פי הלכה. אויב מיר וואָלטן געווען איבערצייגט אַז עס קען חלילה ברענגען אַ סכנה פאַרן גע'מל'עטן קינד, וואָלטן מיר דאָך עס ניט דורכגעפירט''.

אָבער די מאָדערן-אָרטאָדאָקסישע רבנישע אָרגאַניזאַציע ''מועצת רבני אמריקה'', האָט פאָרגעשלאָגן צו נוצן אַ פּלאַסטישע סטעריליזירט רערל פאַר ''מציצה''.

פאַרגאַנגענעם זומער האָט דער מעיאָר פון ניו יאָרק, מייקל בלומבערג, זיך באַגעגנט מיט אַ גרויסער גרופּע חשוב'ע רבנים און אדמורי''ם, אין באַהאַנדלונג פון דער פראַגע פון ''מציצה בפה'', און האָט דאַן פאַרזיכערט אַז די שטאָט וועט טאָן אַלץ וואָס נאָר מעגלעך צו לייזן דעם פּראָבלעם אויף אַ צופרידנשטעלנדן אופן. ער האָט צוגעגעבן אַז עס איז ניט אין די יוריסדיקציע פון דער שטאָט-רעגירונג זיך צו מישן אין ענינים וואָס זיינען נוגע צו רעליגיע.

אין זיין בריוו צו ניו יאָרקער אידן שרייבט דר. פרידען, אַז די שטאָט קען נישט פאַרבאָטן מציצה בפה און מאַכן זיכער אַז קיינער איז נישט עובר אויפן געזעץ, היות אַז דאָס רוב ברית'ן ווערן דורכגעפירט אין פּריוואַטע היימען אָדער שוהלן און עס איז נישטאָ קיין וועג פאַר שטאָט באַאַמטע צו וויסן וואָס עס קומט פאָר הינטער די קוליסן. ער האָט אָבער געוואָרנט עלטערן אַז זיי זאָלן וויסן די געפאַר וועלכע ליגט אין מציצה בפה.

)

די פרשה אין ניו יאָרק האָט זיך אָנגעהייבן מיט 10 חדשים צוריק נאָכדעם וואָס אַ קינד פון מאָנסי, ניו יאָרק איז געשטאָרבן פון דער הערפּי'ס מחלה. דער אינגל איז געווען איינער פון דריי וועלכער האָט באַקומען הערפּי'ס אין די לעצטע צוויי יאָר און דער צד השווה צווישן די דריי קינדערלעך איז געווען אַז זיי זענען געמלט געוואָרן דורכן זעלבן מוהל, הרב יצחק אהרן פישער פון מאָנסי און האָבן אַנטוויקלט די מחלה נאָכן ברית.

טאַמאָס פרידען, דער ''געזונט קאמישינער'' פון ניו יארק, האָט דערציילט דעם ניו יארק טיימס אז ביי אים איז קלאר אז די דריי קינדער האבן אנטוויקלט הערפיס אלס רעזולטאט פון ''מציצה בפה''. ווען דער מוהל האט אנגערירט זיין מויל צו זייער וואונד האבן זיי געכאַפט פון אים הערפיס. פרידען האט אבער באטאנט אז די שטאט קען נישט פארבאטן מציצה בפה, ווייל רוב ברית'ן קומען פאר אין פריוואטע היימען און די לעגאלע אויטאריטעטן וועלן נישט קענען מאכן זיכער אז דער געזעץ ווערט געפאלגט. דערווייל האָט אבער ניו יאָרק פאַרבאָטן הרב פישער'ן דורכצופירן ברית'ן כל זמן ער באַנוצט זיך מיט דעם מעטאָד פון מציצה בפה.

הרב פישער און זיינע שטיצער האָבן אבער געטענהט אז ער ליידט נישט פון הערפיס און אַז די קינדער האָבן ליידער געקראָגן די מחלה פון אַנדערע מקורות, נישט פון זייער מוהל.

עס האָט זיך אָנגעהייבן אַ מערכה אין ניו יאָרק. אויגוסט דעם 11טן האט דער ניו יארקער מעיאר מייקל בלומבערג זיך באגעגענט מיט א ריי חרדישע רבנים פון ניו יארק. דער מעיאר האט געפרואווט איבערצייגן די רבנים אז זיי זאלן איינפירן אז די מוהלים זאלן דורכפירן מציצה בלויז מיט אַ רערל, נישט מיטן מויל. אבער די חרדישע רבנים האבן געזאגט דעם מעיאר אז זיי קענען נישט מבטל זיין מציצה בפה ווייל עס איז אינטעגראל צו דער מצוה פון מילה. הרב דוד נידערמאן פון וויליאמסבורג האט דערקלערט: ''מיר ועלן פארזעצן דאָס וואָס מיר טוען שוין העכער 000,5 יאָר. מיר בייטן זיך נישט און מיר וועלן זיך נישט בייטן''.

הרב דר. משה טענדלער פון מאָנסי, אַ מעדיצינישער עקספּערט און אַן איידעם פון הגאון ר' משה פיינשטיין, האָט אָבער געטענהט אַז אויב עס איז דאַ בלויז אַ חשש אַז מציצה בפה קען גורם זיין אַ סכנה פארן קינד טאָרן מוהלים עס נישט פּראַקטיצירן. הרב טענדלער האָט געזאָגט אַז היות אַז אין היינטיקע צייטן זענען דאָ חששות אַז דורך מציצה בפה קען דער קינד חלילה ווערן קראַנק, מוזן מוהלים דורכפירן מציצה מיט אַ רערל, וועלכער שיידט אָפ זייער מויל פון דעם קינד'ס קערפּער.

אין חרדישע צייטונגען אין ניו יארק האָט זיך אָנגעהייבן אַ מלחמה קעגן הרב טענדלער. ''דער איד'', דער אָרגאַן פון סאַטמאַר, האָט געזידלט הרב טענדלער מיט גאָר שאַרפע טיטולן און אים באַשולדיקט אין וועלנדיק אויסוואָרצלען די תקנה פון חז''ל דורכצופירן מציצה בפה.

דר. בעני גזודנהייט, א קינדער דאָקטאָר אין דעם הדסה-עין כרם שפיטאל, איז געווען א טייל פון א גרופע וואס האבן אויסגעפארשט 8 פאלן פון קינדער וואס האבן געהאַט מציצה און האָבן אַנטוויקלט הערפּיס אין די יארן 2002-1994. די אויספאָרשונג, געדרוקט לעצטן יאר אין דעם פּראָמינענטן מאגאזין ''פּידיאַטריקס'', באַשטימט אז מציצה עפנט אויף דעם אינגל און דעם מוהל צו מחלות אזוי ווי הערפיס, איידס, און אנדערע אינפעקציעס און קראנקהייטן. גזונדהייט זאגן אז אפילו פון א הלכהישן שטאַנדפונקט איז היינט נישטא קיין אָרט פאַר מציצה מיטן מויל.

''קיין נאָרמאַלער דאקטאר היילט נישט אויס א וואונד דורך סמאָטשקען אויפן וואונד'', זאגט געזונדהייט.

אָבער פּראָפעסאָר אברהם שטיינבערג, אַ מיטגליד אין דער קאָמיטעט וואס גיט אכטונג אויף מוהלים אין ישראל און א פראפעסאר פאר ''מעדיקל עטיקס'' און א קינדער ניוראלאג אין דער שערי צדק שפיטאל, האַלט אנדערש. ''אפילו נאך געזודנהייט'ס אויספארשונג איז נאך נישט דעמאנסטרירט געווארן אז מציצה בפה איז דער אורזאך אויף הערפּיס, און דעריבער איז איבערהויפט נישטא קיין שום סיבה צו אסרן מציצה בפה''. שטיינבערג האט אין דער פארגאנגעהייט געדינט אלס אַ בעל יועץ אין די דאזיקע טעמעס פאר רבנים און פוסקים אין ישראל, אזוי ווי הגאון ר' יוסף שלום אלישיב און אַנדערע.

פּראָפעסאר אברהם שטיינבערג טענהט אז פאליטישע אמביציעס שטייען הינטער דעם פארזוך צו פאַרבאָטן מציצה בפה. ''עס איז קלאָר אז אין דעם 21טן יאָרהונדערט קוקט מען נישט אויף דעם מנהג פון זויגן די בלויט מיטן מוהל מיט א שיינעם אויג. אבער דער ראציאנאל וואס דיקטירט הלכה רבנים איז נישט עסטעטיקע נאר פיקוח נפש'', האט שטיינבערג געזאגט.

שטיינבערג זאגט אז די איינציקע קלארע סכנה פון מציצה בפה איז אין א פאל וואס דער מוהל בלוטיקט אין מויל. הונ-דערטער יארן פון מציצה ווייזן אז די סטאטיסקטיקע פון א סכנה איז א סך קלענער ווי דורכגיין אַ גאַס. פון א הלכהישן שטאנדפונקט איז קלאר אז מציצה בפה איז בעסער ווי מציצה דורך א שפופרת.

אנטוערפןרב » 17/1/2006 14:44

שוין, סאיז געווארן א קאלליזשאן פון אלע אגודיסטן, יוחי, בא ללמד, קערי, און נאך, אלע צוזאמען אבי צו באשמוצן יעדן ערליכן איד וואס טוט עפעס פאר די מערכה.
גראדע פון דיר יוחי האב איך הנאה, דו טרייסט דיך נישט צו באהאלטן, זאגסט אפען אז מהאט געוואלט איינגיין אויף פשרות, די סיטי האט "צוגעזאגט" אז זיי גייען זיך מער נישט מישן... און ענק האבן עס אפגעקויפט פאר גוט געלט, און נאך פארלאנגט אז די התאחדות זאל גארנישט טון...
יעצט קומען ענק נאך מיט טענות אז די מעיאר האט "אונז" געווארפן אויפן שטאנג, מיינסט ער וואלט ענק נישט מסדר געווען? פון ענק וואלט ער סאך גרינגער געקענט מאכן פורים, ענק האבן דאך געוואלט עם צוליב טון און "שטיל מאכן". מהאט זיך איבערצייגט שוין הונדערטער יארן אז די שונאי ישראל זענען אלעמאל געווען גרייט צוצוזאגן וואס סלאזט זיך, אבי "סזאל זיין שטיל", נאכדעם וועלן זיי שוין קענען טון וואס זיי דארפן... און אלעמאל האבן די פשרה מאכערס טאקע זיי נאכגעטאנצן, אזוי איז געווען ביי יעדע מערכה מיט די מדינה ווען זיי האבן געהאלטן אין איין צוזאגן פאר די אגודה פארשידענע זאכן, אבי סזאל זיין שטיל. די אגודיסטן האבן אלץ געהאט טענות צום רבין זי"ע פארוואס ער טומלט, און אז נאר שטילקייט וועט העלפן פאר די מערכה, די מציאות האט אלעמעל געוויזן די פארקערטע. נאכן זיין שטיל א שטיק צייט האט זיך פריש אנגעהויבן אלעס.
היינט טראכט שוין די אגודה אליינס צו קומען אין אמעריקע מאכן פראטעסטן.

יענקעלע11 » 17/1/2006 16:42

יוחי, YOU ARE GREAT,
אבער עפעס האב איך א פילינג אז ארויף צולייגן די שולד אויפן בלאט איז עפעס פארבינדן מיט זייטיגע כוונות, ווייל ר' חיים דוד האט אויסדריקלעך געבלעימט די וויליאמסבורגע אזויגערופענע עסקנים און דאס 311 רופן, צווייטענס פון דעם ערשטן ארטיקל פונעם בלאט ביז דעם דורעכפאל, איז אדורך א שיין שטיקל צייט און נישט די מידיע האט זיך ארויף געכאפט אויף דעם, און הרב צוויבל האט זיך דערויף נישט אפגערעדט, ר' חיים דוד האט ווייטער געארבייט מיט די שטאט אן קיין שום פראבלעמען, נאר ביי דעם 311 רופן האט ר' חיים דוד באשלאסן זיך ארויס צוצוען פון דעם ענין ער איז געווארן זייער דערביטערט אויף די קאנסעקווענצעס, על כן איז לדעתי דאס בלעימען דעם בלאט, א פלעינע עלילת דם, אדער לכל הפחות זייער שטארק איבערגעטריבן.

ניין!!!, איך בין נישט אן אגענט פון דעם בלאט,

בא_ללמד » 17/1/2006 16:59

יענקעלע איז גערעכט.

איך געדענק ווען דער בלאט האט עס באשריבן האבן עטליכע פון די שפעטערדיגע "געטרייע עסקנים" געהאט שטארקע טענות צום בלאט - באזני שמעתי - היתכן זיי האבן פארעפנטליכט די פרשה, און אז דאס קען שאטן.

דער מציאות איז געווען, אז די מידיא האט נאך דאן גארנישט געהאט באריכטעט, ביז ווי לאנג עס האט זיך נישט אנגעהויבן דער 311 קאמפיין, און אפילו דאן איז עס נאך געווען אויף א שטילן טאן ביז די אסיפה פון די רבנים מיטן בירגערמייסטער.

איך האב נישט קיין השגה פארוואס דער בלאט האט באשלאסן אז מען גייט יא פארעפנטליכן די פרשה, אבער איך בין זיכער אז עס איז געווען א געהעריגער באשלוס, און אדורכגעטראכט בכובד ראש. ווייל "יעדער" האט געהאט געוואוסט אז עס איז נישט כדאי צו מאכן א טומל דערוועגן [איך פערזענליך האב שוין געוואוסט צוויי וואכן בעפאר דער בלאט האט אויפגעריסן די נייעס].

און איך בין אויך איבערצייגט, אז אויב טענדלער וואלט נישט געקענט פועל'ן ביי די שטאטישע רעגירונג - א זאך וואס איך בין לגמרי נישט איבערצייגט - וואלט "ער" געמאכט א ליארעם אין די פרעסע אז די שטאט טוט עס נישט פארבאטן טראץ וואס 'גאנצע דריי קינדער'... זענען שוין אנגעשטעקט געווארן אין די לעצטע הונדערט יאר.

מיינע איבריגע הערות וועלן שפעטער נאכפאלגן.

yohcee718 » 17/1/2006 17:29

יענקעלע

שכויח

איך רעדט נישט דא אין נאמען פון אגודת ישראל איך לייג נאר פאר דא מיין אייגענע איבער שאצונג פונעם היסטוריע פונעם מערכה.


איך האב נישט קיין שום דירעקטע ידיעה אז דער אגודת ישראל האלט אז דער בלאט איז עפעס שולדיג אונעם פלאנטער וואס מיר געפינעם איצט דא.

איך האב מיך באצויגען צום געוואליגען שאדען וואס פורסם און דער אפפענע מידיא ברענגט צו דעם מערכה, ווייל אין דעם גענעראלער פובליק קען מען בשום אופן נישט געווינען דעם דעת הגוים צו שטוצן מציצה בפה. IT JUST WON"T HAPPEN

נאר שתדלנות אויסער די ברייטע שיין פון צייטונגען און מידיא קען העלפען דא.

איך וויל נאר דא באמערקען אז עס זענען פארהאן אנדערע מערכות וואס קומען פאר שטענדיג און ח"ו אויב דאס זאל ווערן א TOPIC אויף TALK SHOWS.

איך וועל דא מרמז זיין אויף נאר א פאר נקודות והמיבין יבין

1) אלע ישיבות מוזען לויט דעם געזעץ לערנען מיט די קינדער ווי אזוי צו פארמיידען איידס ...

2) די ישיבות וואס נוצען MAGIC MARKERS אויף BOOKS פון דער רעגירונג...

3) די צאל אינגלעך וואס באקומען נישט קיין BASICS IN ENGISH אין דאס איז א אזאך וואס ה' ישמור אויב ווען זיי ווילען קען מען ממש ארעסטירן עלטערן... ה' ישמור...

[לובאוויטשער רבי האט נישט געלאזט אפילו איין אות למודי חול פאר קינדער אונטער בר מצוה אין ישיבת אהלי תורה]

דער סדר השחיטה...
דער סדר הכפרות...
די ליסטע קען זיין גאר לאנג

אויב איינער וואלט געזעצען און די אפיסעס פון אגודה וואלט אייער האר זיך אויף געשטעלט מיט וואס פארא זאכען מ'מוז זיך דילען.

אז אָך אין וויי אויב אלע ענינים וואלטן געוועהן האלץ פאר די פייערן פון אונזערע צייטונגען

סוף דבר אויב מיר ווילען זיין אויבער חכמים איז דא א סאך וואס צו בודק זיין...

verbeenich » 17/1/2006 19:32

שלום עליכם ר' יוסי,

שפתיים ישק יעדעס ווארט דיינער, איך בין איינשטומיג מיט דיר 100%

חוץ וואס די שרייבסט


ד) אויב עס איז דא א דאקטער וואס זאגט אז HERPES ביי מציצה בפה איז זייער זעלטען און מ'דארף נישט גוזר זיין וועגען דעם גארניש, האט אבער קיין שום דאקטאר נאך נישט פארגעשלאגען אן ALTERNATIVE סברה ווי אזוי האבען די קינדער באקומען HERPES ל"ע, און אז דעם דאקטער'ס סברה איז שטערקער און מער מסתבר ווי דער סברה פון דעם קאמישענער פרידאן.

און דאס איז דער סך הכל פון אלעם, ווייל ביז היינט איז נישט דא קיין שום דאקטער וואס קען פאר לייגען א 'סייענס רעפארט' וואס נישט נאר גיבט א סברה אחרת ווי אזוי די קינדער האבען באקומען HERPES נאר עס קען גאר נישט זיין אז זיי האבען דאס באקומען פון דעם מוהל! ליידער ליידער אין דבר כזה ולא יהי' דבר כזה


דאס איז אמת געווען ביי מוהל פישער,

אבער היינט אויב האסטו געליינט די גויאישע צייטונגען פארגאנגענע וואך האסטו געקענט זעהן אז דא האנדעלט זיך איבער פרישע קינדער מיט HERPES אין איינע פון די איבערקערענישן וואס עס גייט פאר איז,

אז א קינד האט באקומען HERPES פון די מאמע באשטעטיגט פונעם דאקטער אז עס איז געקומען פון די מאמע מ'האט דאס קינד אריינגעפירט אין שפיטאל,
פארשטייט זיך מ'האט געפרעגט די מאמע האט דאס קינד געהאט מציצה בפה?
און די מאמע האט געענטפערט א שיינע הויכע יא
נעקסטע שאלה
ווער איז געווען דער מוהל?
אויף דעם האט זי געענטפערט
נישט אייערע געשעפטען,
איהר טענה איז געווען אז דער דאקטאר זאגט אז עס קומט פון איהר וואס איז דיין געשעפט ווער דער מוהל איז.
די פרשה האלט זיך נאך אינמיטטען אנטוויקלען , מקען נישט רעדען צופיל, סיז דא סאפינעס אינדרויסן.

אבער פון דא קענסטו זען אז אפילו זיי ווייסן פון ווי עס קומט אויף 100% גייען זיי נאך אלץ צו מיטען רשעות.

די מצב המנהיגים איז איום ונורא.


א גרויסער מוהל מיר געזאגט אז ער האט פארלוירן אסאך מוהלות אין QUEENS

kerry08 » 17/1/2006 21:52

יענקעלע:
גלייבסטו אז ר'שמואל ווידער איז דן בכובד ראש?

אנטווערפען רב:

קיינער לויפט נישט נאך אידען אין אמעריקע להשמיד להרוג ולאבד. גענוג מיט די פאביע.
דיינע מציאות'ן וואס די רעדסט, מיט די פאקטען, זענען גענומען פון דער איד-דער בלאט-דער שטורמער. מציאות האט עטץ געמאכט פאר א צוויי זייטיגע זאך, און negotiable.

בא ללמד:
איך פארשטיי נישט וואס די ביזט ביזי צו אגודת ישראל האט געהאט א שריפט צו נאר בעל פה. עס איז נאך נישט געהערט געווארען אין די היסטאריע אז א פאלאטישאן זאל חתמ'נען א צעטל אז ער גייט מעלים עין זיין פון א אישו וואס ער דארף זיך באפאסען מיט - זיי מודה אז עס איז געווען א נישט בארעכענטע סטעיטמענט מצד דיין רב... -. פריי דיך אז ער איז גרייט געווען צו געבן די זאך פאר התאחדות, און וויין אז זיי האבען נישט געהאט קיין שכל וואס צו טוהן אין אזא געלעגנהייט.

(אויך זעה פון יוחי'ס ווערטער ווס די רעגירונג רעדט אריין אין די סדרי הלימוד ביי אונזערע מוסדות -בוגע אונזער שמועס אינעם אשכול "אויף דעם האט די רבי זי"ע געוויינט".)

יוחי:
אל תירא ואל תחת פון צו זאגען דעם אמת. רעכען אז דער פורם איז ארויני'ש געשטימט אין קריטיק אין זייער דירעקשען וועט קאנסעקווענטואל האבען מער רעאקציע צו דיינע ריד. אבער דער פארק איז לכל, אלזא שרייב מיט אימפעט.

ביטע ענטפער מיינע פרייגען פון פריער.
באמת האב איך נאך וואס צו פרעגן וועגן די אגודה אבער ס'איז נישט דער טעמע פון דעם אשכול, און איך ווייס נישט טאמער דער פורם איז דער פלאץ, ביטע געב מיר א עצה וויאזוי דאס צוטוהן.

yohcee718 » 17/1/2006 22:00

שכויח מי אנכי!

קומענדיג פון איינעם וואס איך בין משער אלס א סאטמארע קנאי און פון א זאלי פארטיי שטיצער איז גוט פאר מיין EGO

לגבי דיין הערה עס איז פאר מיר נישט וויכטיג זיך צו דינגען, אבער נאר איין נקודה.

עס איז נישט גענוג אז א דאקטער זאגט אז די מאמע האט דאס גורם געוועהן פארן קינד.

ווייל לויט פרידאן איז נאך נישט פארגעקומען (לכל הפחות עד היום ) אז א מאמע זאל איבער געבען ORAL HERPES פאר איר קינד. און לפי כללי סייענס מוז מען RULE OUT אלע אנדערע סיבות כדי דאס אנצונעמען פאר א פאקט. און אויב דאס קינד האט געהאט מציצה בפה מוז מען בודק זיין צו עס איז נישט געקומען פון דעם מוהל. והצרה אכן הוא גדול.

די זאגסט אז דער סיטי העלטה מיט זייער חקירות זענען פול מיט "רשעות"

לדעתי איז זייער שעדליך זיך צו גריבלען צו דער אדער יענער געגנער פון מציצה בפה איז א רשע צו נישט.

למעשה הרי לפנינו 3 קינדער נפטרים ועוד שנחלאי ל"ע, אויב מ'הערט פון אונז אלס ענטפער: "רשע" "רשעות" "מפירי ברית" "עלילה" וכו' ... קוקען מיר אויס ווי טאליבאנער וואס זענען קאלט ווי אייז אהן רחמנות און דער דעת הקהל סיי פון אידען און להבדיל גוים ווערן מער און מער און כעס אויף אונזער הנהגה.

אודאי האלט איך אז טענדלער איז אן עוכר ישראל אבער דאס מוז זיין ביי אונז BESIDE THE POINT

ווי מער מ'פארפירט קעגען איהם און נישט מ'ענטפערט צו די זאך מיט דרך ארץ, זע'ען מיר אויס ווי חיות פון וואלד און עס איז גורם מער און מער פרעשור מ'זאל אונז נישט נאכגעבען.

ווער עס ענטפערט און פאבליק דארף דאך ווייזען א פנים פון טיפער זארג פאר דעם פראבלעם און ארויס ווייזען חכמה און נשיאות חֵן אז כדי ער זאל האבען נאמנות און פאבליק, דארף מען זען בגלוי אז ער איז פונקט אזוי פארזארגט פאר די קינדער ווי זיי

דאס קומט נישט פון פראטעסטען און שרייערייען און קללות.

אגב איך האב געהערט פון מקור מוסמך און אגודה אפיס פון איינער וואס איז אמאל געוועהן א קאמישענער ביי א פריערדיגער מעיאר, אז דער מעיאר האט איהם געזאגט אז די 311 קאלס זענען פאר א יעדען 3 קאלס נגד מציצה און איינס פאר מציצה בפה, דאס איז לכאורה א סוד פון סיטי האל ווייל אויב דאס קומט ארויס וועלן די משגעים ווייטער אנהייבען קאלען.

אבער עס כאפט א שרעק מיט וואס מ'האט דא צו טוהן

לגבי דיין קווינס מעשה.. אוי ווי עס איז אמת

ר' חיים דוד צוויבעל האט באקומען באריכטען פון מוהלים וואס מאכען "נישט" קיין מציצה בפה אז זיי באקומען CANCELATIONS פון מילה בכלל! רחמנא לצלן ווייל דער גאנצער פרשה האט ארויס געברענגט נעגאטיווקייט קעגען מילה!

עס איז אין לשער דער שאדען וואס די משגעים און דער פורסם מאכען אהן




תוקן על ידי - yohcee718 - 17/01/2006 22:11:53

yohcee718 » 17/1/2006 22:01

kerry

עוד חזון וועל איך דיר ענפערן

kerry08 » 17/1/2006 22:21

שכוח
I can't wait to hear from you.

פאקטיש » 17/1/2006 22:56

יוחי שלום עליך

א פראגע און א מימרא

עס איז ווייט פון מיין פארשטאנד, פארוואס אגודת ישראל, און אנדערע עסקנים/ארגינעזאציעס האבן נאך נישט אונטער גענומען שטודיעס [אויב זיי האבן יא, בעט איך זיי איבער] וויפיל מאל קינדער האבן באקומען הערפיס פון די מאמע אדער פון אנדערע, און מיט אנדערע מיין איך, נישט דער מוהל, און דער באווייז דערצו איז ווי פארשטענדליך פשוט, אויב האב מען הערפיס פארן ברית קומט עס נישט פון מוהל

וועסטו ר' יוחי אוודאי ענפערן, און אנדערע אויך, אז עס 'קען נישט' זיין, ווייל איינער פון פראפעסארן האט אזוי דערקלערט, און יענער האט נאך צוגעלייגט אז אויב עס קומט פון די מאמע דארף זיין הערפיס אויפן גאנצן קערפער

איז אבער מיין תירוץ, איך ווייס פון א פאקט [איך בין עס נאכגעגאנגן און עס באשטעטיגט אויף 100 פראצענט] א חסידישער אינגערמאן, האט ביי יעדן פון זיינע קינדער פאסירט אז זיי האבן געהאט הערפיס, אבער ביי די ערשטע דריי, איז עס געווען פארן ברית, און דער ברית האט זיך אפגעשטופט יעדעס מאל, נאר ביי פערטן קינד, האט דאס קינד באקומען הערפיס נאכן ברית

נו, פארשטייט זיך אליין, אז אנקומענדיג אין שפיטאל, איז די ערשטע פראגע געווען, איז געווען מציצה בפה, אויף וואס דער טאטע האט געענטפערט אז יא, און ווען דער נוירס האט געואלט אנהייבן פארפירן, האט ער געענפענט א מויל, און דערקלערט, אדרבה זייט מיר מסביר וויאזוי און פארוואס האבן מיינע ערשטע דריי קינדער באקומען הערפיס פארן ברית, אפשר איז די שפיטאל שולדיג, אדרבה איך וואלט געוואלט זעהן די רעקארדס פון שפיטאל דערוועגן, ווי פארשטענדליך האט מען אים אפגעלאזט

ווען איך האב געפרעגט פארוואס דער אינגעמאן האט נישט געמאכט א טומל, עס איז דאך גוטע סחורה פאר מציצה בפה, האט ער געענטפערט, אז ער האלט נישט ביים זיין דער קרבן ציבור מען זאל אים משוגע מאכן, אבער בעיקר פרעגן ער, וועם זאל אים קאלן, וועם זאל ער פארציילן

איז דעריבער איז די קשיא פארוואס גייט מען נישט נאך געהעריג אלע אינפארמאציע, ווער ווייסט וויפיל מענטשן האבן געהאט די זעלבע אדער ענליכע מעשיות, פארוואס איז נישט דא קיין קאמיטע [און מען מיינט א אחריות'דיגע פאראנטפארטליכע קאמיטע] וואס זאל זיך אפגעבן דערמיט

אדרבה, איך האב אין אלע ארטיקלען נישט געזעהן אז עס זאל האבן געווען א געהעריגע שטודיע פאר מציצה בפה אדער קעגן מציצה בפה

יענקעלע11 » 17/1/2006 23:07

קערי, קודם כל האלט איך אז יא, שמואל וויעדער איז דן בכובד ראש, און אזוי אויך די שרייבער פונעם איד און פון יעדן צייטונג איז דן יעדע קאנטריווערשעל שטיקל בכובד ראש, קיינער וויל נישט מען זאל עם באשולדיגן אין צוברעכן א מערכה, ס'איז פשוט א ביזנעס דעסיזשאן.

און אפילו לאמיר שוין זאגן אז ער האט דאס יא אריין געשטעלט, און לאמיר אפילו זאגן אז אפילו ער האט דאס געשטעלט במכוון, וויסענדיג אז עס קען גורם זיין פראבלעמען, איז עם צו באשולדיגן מיט צוברעכן די מערכה אדער נאר אפילו צוגלייכן זיין שרייבן צו די 311קאלס, פאלטש און אבסורד, ס'איז אזוי ווי מען גלייכט צו ביי א מערדער ווען איינער הרג'עט עמעצן מיט א גאן, באשולדיגט מען די גאן מאנעפעקשערערס, לאמיר שוין זאגן אז דער בלאט האט גורם געווען (וואס איך האלט קלאר אז עס איז נישט אמת) איז דאס נאר געווען א גרמא בעלמא, אבער די אזויגערופענע אליין געקרוינטע עסקנים וואס האבן אויף די אייגענע האנט געהייסן רופן 311, וואס איז קלאר געווען דער מכה בפטיש אויפן קאלעפס פון די מערכה, די זענען וועם מען דארף פארדאמען, און אויב לאזט מען זיי אויס און מען פארדאמט נאר דעם בלאט, אדער אפילו ביידע גלייך, איז דאס נאר א פועל יוצא פון אייגענע זייטיגע נגיעות.

yohcee718 » 17/1/2006 23:23

פאקטיש

דא האב איך נישט מורא צו זאגען און איך וועל ענטפערען אבער כאילו נאר "מדעת עצמי"

דער אגודה קען נישט און טאר נישט מאכען א סטודיע (און אויך אלס ענטפער פאר KRRRY ) התאחדות האט געוואלט גיין און דער ריכטונג און דער אגודה איז געוועהן דערקעגען מהי טעמא, ווייל וואס וועט מען טוהן אויב עס וועט אונז נישט שמעקען די רעזולטאטען פונעם סטודיע?

דאן וואס?

פרומע דאקטוירים ווילען בשום אופן נישט האבען א חלק און א סטודיע וואס זיי זענען נישט פריי צו זאגען דעם אמת ודי למבין

סתם לידיעתך

HERPES איז א מחלה וואס איז א יתום קיינער זארגט זיך נישט אין דעם און דאקטוירים ווייסען אליין נישט קיין סאך איבער דעם ווייל פאר ערוואקסענע שאט עס כמעט גארנישט ממילא איז נישט דא קיין קאמפאניס וואס ווילען מאכען מעדעצין פאר די מחלה.

HERPES איז נאר אן אישו ביי די וואס האבען א LOW IMMUNITY SYSTEM ווי די וואס האבען איידס אדער קליינע קינדער וואס זייער אימוניטי איז נאך נישט אנטוויקלט.

ביי זיי איז דאס אמאהל געפערליך

פארדעם מוזען דאקטוירים זיך באנוצען נאר מיט השערות פון סטאטיסטיק, זיי ווייסען נישט קלאר פאר וואס דער מוהל אדער יענער מוהל איז גורם די מחלה ווייל לכאורה 85% פון אונז האבען דאך הערפיס. טו פארוואס פאסירט דאס אזוי זעלטען אין קליינע קינדער? און פארוואס נאר ביי דעם מוהל און נישט בי יענעם מוהל?

פארדעם טענה'ט פרידאן אז ער האט נישט קיין אנדערע הסבר ווי אזוי פונקט די 3 קינדער פון דעם זעלבען מוהל האבען באקומען HERPES אבער קיין שום טעסט שבעולם קען פעסט שטעלן אז דוקא דער מוהל אדער יענע מאמע.

די שאלה איז פארוואס מ'געפונט נישט דאס ביי מיידליך אדער ביי קינדער וואס האבען "נישט" געהאט מציצה בפה.

דיין סיפור איז גאר גאר וויכטיג איך וואלט איהם געראטען צו קאלען אגודה אדער סיי וועלעכער היימישער דאקטאר.

די אליין אפשר רופטסטו דאקטאר דודי דיימאנד א חשוב'ער איד א בן תורה אין בארא פארק

שלום_משה » 17/1/2006 23:23

יוחי

ווייל לויט פרידאן איז נאך נישט פארגעקומען (לכל הפחות עד היום ) אז א מאמע זאל איבער געבען ORAL HERPES פאר איר קינד. און לפי כללי סייענס מוז מען RULE OUT אלע אנדערע סיבות כדי דאס אנצונעמען פאר א פאקט.

פארוואס איז עס אזוי????
איך גלייב אז ביסט נישט קיין דאקטער, אבער פארוואס האט מען אזוי אנגענימען??
אין "ווער" האט אזוי אנגענימען,פרימאן, אדער די מעדעצינישע גאס??

yohcee718 » 18/1/2006 00:05

שלום משה

שאלה גדולה שאלת

יעצט רירט מען שוין אהן כפירה, השכלה, וכל מרעין בישין.

דער חילוק צווישען דעם דרך פון סייענס און די טראפען פון חזון איש, אדער טאבלעטען פון גרינג פאסטן איז פשוט.

ביי מאדערענע סייענס ובפרט ביי מעדיצין מוז מען פעסטשטעלן אז נאר דאס איז א גורם און נישט אז "זה וזה גורם" אדער א מאהל "לא זה ולא זה" גורם דאס איז דער דרך פון אלס וואס מ'פארשט מיט חכמת הסייענס.

אבער ווען איר באקומט א טראפ פון דעם נעפיו פון חזון איש אז אייערע שמערצען פון די לינקע זייט זאלן אוועק גיין, קענט איר זיך פארלאזען אויף א באבא וואס זאגט אז נאך דעם -און פונקט טאקע נאך דעם- וואס זי האט גענומען די טראפען האט זי זיך דערמאנט פון איר ערשטען מאן און אלע שמערצען זענען תיכף אוועק, פון דעם איז א ריאה ברורה אז די טראפען העלפען!

שששהההה
עס קען זיין אז פון "אנדערע סיבות" זענען אירע שמערצען אוועק אבער פאר דעם דארף מען האבען סייענטיסטען וואס זאלען RULE OUT אז קיין אנדערע סיבה חוץ די טראפען האבען איר נישט געהאלפן. אבער דער נעפוי פון חזון איש האט נישט קיין געלט און צייט צו מאכען אזעלעכע נארישע חקירות.

שלום_משה » 18/1/2006 00:44

יוחי

ניין איך בין נישט ציפרידען, זיי עס בעסער מסביר
כ'וועל דיר נאכאמאל מסביר זיין מיין שאלה ,

דא האט מען א קינד, איינס פין צענדליגער צענדליגער טויזענטער מציצה בפה קינדער, וואס איז אנשטעקיג מיט הערפיס,ל"ע

די מאמע זאגט אז ווי באלד עס איז דא נאך הינדערטער טויזענטער קינדער מיט מציצה בפה, וואס זיי האבן "נישט" קיין הערפיס,
אין עס איז דא "איין" מאמע וואס זי "האט קלאר הערפיס", מילא איז קלאר מסתבר אז די הערפיס פינעם קינד זאל קימען פין איר זי האט עס איבער געגעבן,

נניח אז די ווילסט עס נישט אן נעמען פאר פאר 100 פראצענט אז עס איז טאקע אזוי אז עס קימט פין איר
איז עס אבער במשכול ראשון אין שכל'דיג אזוי

קימסטע, אין די זאגסט פארקערט, ניין, נאר וואס דען

ווייל לויט פרידאן איז נאך נישט פארגעקומען (לכל הפחות עד היום ) אז א מאמע זאל איבער געבען ORAL HERPES פאר איר קינד. און לפי כללי סייענס מוז מען RULE OUT אלע אנדערע סיבות כדי דאס אנצונעמען פאר א פאקט.


זאג איך דיר, ניין

אפשר מאכט מען פארקערט אז קודם זאל דער דאקטער פרידאן RULE OUT אז עס איז נישט די מאמע
ווייל זעסט דאך אז פין הינדערטער טויזענטער מציצה בפה קינדער איז קיינער נישט אנשטעקיג מיט הערפיס
אין דערנאך אויב עס איז נישט די מאמע דאן זאל ער גיין צום מוהל!!

אין בכלל איז אוםמעגליך צי זאגן אז "קיינער קיינער" האט נישט באקימען הערפיס פין די מאמע
ווייל עס איז שוין זיכער יא געווען "דריי" קינדער וואס האבן עס יא באקימען {די זעלבע נומער קינדער וואס האבן הערפיס}
נאר ווי באלד עס איז נישט קיין נומבער ווערט עס נישט רעפארטעט

בכלל, נאך א שאלה,
איז עס די ערשטע מאל אז קינדער האבן הערפיס???
האט נאר קיין איין גוישע קינד קיינמאל נישט געהאט קיין הערפיס??
פין ווי האבן זיי עס באקימען??


תוקן על ידי - שלום_משה - 18/01/2006 0:49:42

yohcee718 » 18/1/2006 02:01

קבלתי באישית

פון איינער וואס זאגט אז ער איז שרייבער. "א סאטמארע איד"

איך האב ארויס גענומען פריוואטע זאכען וואס ער האט מיך געבעטן



לכבוד הרב יוחי שליט"א,

ווען איך ווייס נישט קלאר אז ער איז שוין היינט א גוטער מליץ יושר, וואלט איך געזאגט דיין ניק איז נישט קיין צווייטער ווי ר' משה שערער אליינס... דער דגוש אויף מתינות און רעזולטאטן, דאס איידעלע צוגאנג און אלעס ווייט פון זון-שיין, דאס צולאזן אנדערע מיינונגען...

מיין באקאנטשאפט צו אמעריקאנער אגודה גייט צוריק צו די מיטעלע בחור'ישע יארן, ווען מיין טאטע האט אונז גענומען חול המועד האלטן צו אגודה'ס ארכיווען אין איסט-סייד, טאקע 84 וויליאם סטריט.

איך געדענק נאך ווי היינט דעם הרב ברוך באכארד וואס האט אונז באגריסט ביים רעסעפשאן טישל, און אונז ארומגעוויזן דעם אפיס. איך האב געטראפן ר' יוסל פרידענזאן, וואס כ'האב ביז דעמאלט נאר געקענט אויף פאפיר, ליינענדיג אור-אלטע דאס אידישע ווארט ביים זיידן אויף האפער סטריט. איי איז דאס א זיסער אידל, ער לעבט נאך?

אגב, אויב איך האב נישט גענוג געוואוסט פון ר' יוסל, האב איך געהאט א גאר אינטערעסאנטע עפיזאד אייניגע וואכן צוריק. א משפחה מיינער איז געווען אין שפיטאל, און מוצאי שבת איז די באקאנטע מיסיס כהנא פון מאנהעטן געקומען מבקר חולה זיין, געברענגט הבדלה צו מאכן, און נאך אידן זענען אריינגעקומען אין זעלבן צימער. ס'איז געווארן א שמועס, און איך האב געשפירט ווי דאס איז ממש פון די חשובסטע נשים צדקניות ביים כלל ישראל היינט. די עלטערע מיסיס כהנא, מיט א גאר צניעות'דיגע שייטל פראנט, האט געהאט א באגלייטערין, אויסזעהנדיג ווי א פרומע קלוגע עסקן'טע, געקליידט ווי ערליכע אבער נישט סאטמארער מאנסיער פרויען. ווער איז זי געווען, ר' יוסף פרידענזאן'ס טאכטער. איך האב געמיינט איך פאל אראפ, אזעלכע חשובע דורות!

עניוועי... פערזענליך האב איך, א פייערדיגער סאטמארער בחור, אלץ געהאלטן א קליין ווינקעלע פאר אנדערע חרדישע מיינונגען, אגודה אריינגערעכנט, מיט אסאך רעספעקט פאר חרדישע כלל טוערס אפילו נישט סאטמארער. כ'מיין ביז גאנץ לעצטנס האבן אלע רבנים און רבי'ס געהאט קנייטש-היטלעך ביים מזרח וואנט, ספעציעל ביי די טישן. בקיצור ס'איז א לאנגע סוגיא פאר זיך. ר' סענדער דייטש איז געווארן מיין מוסטער, זייענדיג א פיקח און מתון, און טאפ-לעוועל גענעראל וואס האט זיך נישט געשעמט צו פארברענגען מיט זיינס גלייכן פון אנדערע קרייזן. יא, כ'האב געקלעבט לייליכער מיט אייער-מעהל אויך, אבער נישט קיין פאשקעווילן, נאר בריך מתייך לשלם'ס...

דעם רעספעקט פאר אנדערע גרויסע האט זיך מיר טויזנט מאל פארשטארקט ווען כ'האב געהאט די זכי' צו פארן מיט ר' משה שערער אין זעלבן קאר. וואס איז? מיינער א ברודער איז אמאל געפארן אין איסט-סייד און ...באמערקט ר' משה שערער גיין אויפ'ן גאס. ער האט זיך אפגעשטעלט און אנגעטראגן א היטש. ר' משה איז אריין, און ס'איז געווארן א פיינער שמועס, אויף אידיש פארשטייט זיך. איך געדענק נישט צופיל פון יענעם שמועס, נאר איין זאך, ווי ר' משה האט געזאגט מיט א שמייכל גלייבטס נישט אלעס וואס שטייט אין "דער איד"... דעמאלט האט זיך געטאן מיט איחוד עולמי, נישט די שמוציגע פרשה מיט ארטיקלען אין בלאט, נאר די ערשטע פאזע, צווישן ר' סענדר דייטש אליינס און די אגודה וועגן איל"ר.

ס'ארא געפיל צו זיין מיט אזא קאליבער מענטש אין איין קאר. איך האב געפילט ווי איך פאר מיט א פרעזידענט.

זייענדיג באהאווענט אין טשוירטש-סטעיט אישוס פון אלבאני ביז וואשינגטאן, שרייבנדיג אזוי סאך דערפון פאר**** ****, האב איך אלץ געהאט מוראדיג רעספעקט און הכרת הטוב אויף וואס די אגודה טוט אין דעם פעלד. כ'האב שוין גערעדט טעלעפאניש מיט צוויבל און נעט לואין, און אנדערע. זיי האבן זיך צוגעשטעלט צום יהדות החרדית אין שפיץ פון סאטמאר ביי יעדע איינציגע מערכה, סקול דיסטריקט, כשר לאו, אינפערטיליטי, האוזינג, יעדע איינציגע זאך וואס איז נאר שייך. כל הכבוד.

היינט צו טאגס איז אגודה די אמבאסאדע פון ארטאדאקסישן אידענטום צום ווייסן הויז און קאנגרעס, בלי שום ספק. צי סאטמאר דארף דאס גלייכן אדער נישט, לאז איך פאר אנדערע צו זאגן, אבער דאס איז דער פאקט.

די איינציגסטע מאל ווען זיי האבן גענומען א דירעקטע פאליסי קעגן סאטמאר, איז געווען זייער פראטעסט אויף וואל סטריט, זייער אומפארשטענדליך עד היום הזה. קען זיין מאיר פרוש האט געשאקלט וועלטן, ווייל ער האט דעמאלט אויך געמאכט דעם רעקארד פראטעסט פון א פערטל מיליאן שומתומ"צ קעגן ציוניסטישן בד"ץ, און ער האט געדרייט די רעדלעך ביז וויליאם סטריט. קען זיין, איך ווייס נישט. עס האט מיך דעמאלט געבאדערט וואס אגודה האט געטאן, ווייל ס'איז נישט געווענליך זייער גאנג.

עניוועי, דיינע ווערטער איבער דעם ענין פון מציצה בפה זענען קולע אל השערה. איך ווייס נישט למעשה צו התאחדות אדער אגודה זענען גערעכט, אבער אפשר ווען התאחדות האט די זעלבע ישוב הדעת און פאליסי-מעיקינג-פראצעדור ווי אגודה וואלט די וועלט געווען אנדערש, אפילו די מסקנות וואלטן געווען אנדערש.

גלייך ווען די מציצה בפה נייעס איז ערשינען אין********************* ****** ****** ***** ***** האב איך געשמעקט טראבל. ערשטנס אזא טעמע קומט נישט פראנט העדליינס, און מער פון דעם והוא העיקר אז דאס פאדערט דעליקאטע שתדלנות ווייט פונעם ספאטלייט. עס האט געוויזן אויף הפקירות און עגא עד אין לשער. דאס איז געווען מיין ערשטע בליק, און איז ליידער באשטעטיגט געווארן ווען כ'האב גערעדט אויפ'ן טעלעפאן מיט ר' יצחק אהרן פישער אליינס, און זיין ווייב, וועלכע איז ************** ***** . איך האב גערעדט מיט זיי אנהויב זומער צו קענען אנהויבן דעקן די פרשה **** **** ***** **** , אבער איך האב נישט געפילט די קאמפעטענץ צו דעקן אזא האקעלע זאך, אפשר וועל איך נישט גוט אויסדרוקן דא און דארטן, און אפשר קען איך נישט אלע פאקטן אונטער די קוליסן. האב איך גארנישט געשריבן דערוועגן, און איך האב נאך אלץ נישט די קוראזש צו שרייבן דערפון עד היום הזה. די האנט ציטערט מיר ביים רירן אזא האקעלע און הארבע טעמע.

לסיכום, אויב דו ווילסט מפרסם זיין מיינע ווערטער אויפ'ן פארום, קענסטו שרייבן נאר די פאלגנדע:

***עפיזאדן פון ר' יוסל פרידנזאן

***היטש מיט ר' משה שערער

***מיינונג אויפ'ן וואל סטריט פראטעסט

***מיינונג אויף אגודה'ס אויפטוען לגבי טשוירטש-סטעיט

***"עסקנים נאנט צו די זאך" האבן געהאט שרעקליכע טענות אויפ'ן בלאט פאר אויפרייסן די באמבע ברבים.

אבער נישט מיט מיין נאמען. קענסט שרייבן "א סאטמארער איד" ותו לא מידי.
.



בכבוד רב,

*** *** ****




יענקעלע11 » 18/1/2006 02:45

יוחי!!!
GOOD JOB!!!
איך ווער אט אט אן אגודיסט!!!
יוחי, דו ביסט א טאלאנטפולער פערשוין,
איך פארשטיי נישט פארוואס דער "סאטמארער"
שרייבער האט דאס נישט געקענט גלייך אליין שרייבן אויפן פורום, און האט דיך געדארפט מטריח זיין צו קאפיען,
יוחי!!! JUST KEEP IT UP!!!


תוקן על ידי - כל_העולם - 18/01/2006 3:35:55

שלום_משה » 18/1/2006 02:56

יענקעלע, ניין לאז אונז נישט איבער

בא_ללמד » 18/1/2006 03:54

איך קען נישט מער ווי ווידערהאלן מיינע פריערדיגע ווערטער, אז עס איז שווער צו גלייבן אז די בלויזע מעלדונג אין דער בלאט האט צושטאנד געברענגט דעם פראבלעם צוליב 2 סיבות.

1) אפילו חדשים נאך וואס דער בלאט האט געהאט געשריבן דערוועגן האט די מידיא נאכנישט גערעדט דערפון, ביז ווען עס האט זיך אנגעהויבן דער 311 קאמפיין. און דאס איז זיכער אז די "עסקנים" האבן נישט געדארפט אנקומען צום בלאט צו וויסן די נייעס.

2) אויב טענדלער וואלט געזען אז ער איז נישט מצליח ביי פרידען ארויסצוקומען מיט אן איסור, וואלט ער אליין געלאפן צו די פרעסע, וועלכע וואלט זיך באלעקט די נעגל צו קענען זאפטיג באשרייבן דעם קאמף פון פארגעשריטענע אידן אקעגן די פארפינסטערטע איבערבלייבענישן פון מיטל אלטער.

אויב איינער קען מיר איבערצייגן פארקערט, אדרבא. און עס וואלט כדאי געווען אויב עמיצער האט מער קראנטע אינפארמאציע בנוגע דעם בלאט אז ער זאל עס דא ארויפלייגן.

עד כאן בנוגע דעם בלאט.

בא_ללמד » 18/1/2006 04:11

בנוגע די עצם טענות איבער הערפיס און מציצה בפה.

איך בין נישט קיין דאקטאר, נישט קיין לויער, נישט קיין ריכטער, איך האב קיינמאל שטודירט געזעץ אדער מעדיצין, איך קען בלויז זאגן וואס איך פשוט'ער מענטש טראכט.

עס איז קלאר אז דר. פרידען, טראץ וואס ער איז באמת אויסגעצייכנט אין זיין פאך, און ער איז רעספעקטירט אלס איינער פון די גרעסטע געזונטהייט עקספערטן אין אמעריקע, האט דא געצילט אויף די מצוה ספעציפיש, מיט אויסדריקליך בייזע כוונות. זייענדיג אונטערגעהעצט פון זיין אייגענעם יצר הרע, און דורך דעם מסית ומדיח טענדלער ימ"ש, האט ער געזוכט אויף אלע קאסטן צו פארבאטן די מצוה פון מציצה בפה.

דעריבער ווען מען רעדט פון דר. פרידען ביזטו גערעכט אז פאר אים וואלט מען געמוזט צושטעלן קלארע באווייזן אז די הערפיס איז נישט געקומען דורך די מצות מילה, און אפילו דאן וואלט ער עס מסתמא אויך נישט אנגענומען.

אבער איך גלייב אז יעדער נארמאלער באזעסענער דאקטאר/לויער/ריכטער וועלכער וועט נעמען אין באטראכט אז עס ווערן גע'מל'עט טויזנטער קינדער א יאר, און בלויז דריי קינדער - פון פיר טויזנט קינדער - האבן באקומען די מחלה, וואלט ער געווען גענויגט אנצונעמען יעדע טעאריע וואס איז מתקבל על הדעת וויאזוי די קינדער האבן באקומען הערפיס, און ווען מען נעמט אויך אין באטראכט אז די מחלה איז היילבאר, וואלטן די דריי שטארק איזאלירטע פעלער נישט געווען גענוג צו בארעכטיגן א רעקאמענדאציע אקעגן די מצוה.

דאס איז שוין אן דעם וואס זיי מישן זיך פאקטיש אריין אין א רעליגיעזע אנגעלעגנהייט, טראץ וואס דאס פאר זיך איז נישט גענוג אפצעווארפן א קלאגע פון סכנה, אבער עס איז יא גענוג צו נויגן דעם וואגשאל אז מען קען נישט פארבאטן ווי לאנג עס זענען נישטא קיין זיכערע באווייזן אז די מצוה האט יא געברענגט די שטערבליכע קרענק רח"ל.

בא_ללמד » 18/1/2006 04:21

צווישן די אומפאראנטווארטליכע שריט פון די עסקנים, וועלכע האבן זיך אויך פארשלייערט אונטערן מאנטל פון די "התאחדות הרבנים", קען זיכער גערעכנט ווערן דאס וואס זיי האבן זיך אונטערגענומען צו מאכן א שטודיע אויף הרב פישער.

נישט ווייל זיי האבן דערמיט געגעבן די רעכט פאר די שטאט זיך צו מישן אין די אידישע רעליגיע - ווי יוחי שרייבט בשם די אגודה - ווייל די דאזיגע רעכטן האט די רעגירונג שוין באקומען פון טענדלער... אויסער וואס זיי האבן זיך אליין גענומען, און טאקע ביד רחבה.

אבער עס איז געווען א געוואלדיגע נארישקייט פון זיי זיך אונטערצונעמען אזא שטודיע איידער זיי האבן באמת דאס שטודירט און זיכער געמאכט אז ער האט נישט קיין הערפיס פראבלעם ל"ע, וואס וואלטן זיי געטון אויב די שטודיע באווייזט אז ער האט טאקע יא דעם פראבלעם ?!

נאך מער, איז מעגליך אז זיי האבן טאקע דאס געטראפן ביי זייער שטודיע, און וועגן דעם האבן זיי געשלעפט מיטן אריינגעבן די שטודיע ?!

אויב יא איז דאס ווידער א אויסטערלישע נאכלעסיגקייט פון זייער זייט. זיי וואלטן געברויכט פראקלאמירן אז הרב פישער טאר טאקע מער נישט זיין קיין מוהל !

נאך אזא פראקלאמאציע, וואלטן זיי געקענט זייער גרינג פארפירן אז די שטאט זאל זיי פערמאנענט איבערגעבן דעם אנגעלעגנהייט, און זיי זאלן שטודירן יעדן ענליכן פאל וואס עס וועט אונטערקומען אינעם עתיד, עס לאזט זיך גלויבן אז די רעגירונג וואלט נישט געהאט קיין תירוץ און וואלט זיי עס געמוזט אהינגעבן, און דאס וואלט באדייט די ענדע פון די מערכה.

אבער דאס איז אלעס בלויזע שפאקולאציעס, איך בין מער גענויגט אנצונעמען אז די איינציגע שטודיע איז נאר געווען אויב איצא פריד'ס רעסטוראנט איז פריי פון הערפיס...

ועל זה דוה לבינו !

אז אזעלכע אומפאראנטווארטליכע פארשוינען האבן זיך באזעצט אויפן "עסקנות" שטול, און צוליב פריוואטע געלטגייציגע אינטערעסן האבן זיי פארהרג'עט אלעס וואס מען וואלט געקענט אויפטון !

kerry08 » 18/1/2006 04:21

איי איי איי!! "סאטמאאר'ער איד" ביז געוואויר געוורען איינע פון די סודות נעלמים וואס דיינע לערער האבען פון דיר געוואלט פארהוילען.... אוי... ווען נישט דיין וויזיט צום אגודה אפיס.. איין היטש מיט די נישט ריכטיגע עלעמענטן און קוק...!!

אה! א איד פון די אגודת ישראל אפיס ווי נאך ר' משה שערער ז"ל. א איד וואס זיין שמייכעל האט געגאסען אזויפיל אהבה מיט ליבשאפט מיט וועם ער האט נאר געדילט און גערעדט. זיננע אויגען האט געשטראלט אזויפיל חןת עס האט באנומען איעדן - נישט נאר אידען - נאר אויך גוי'אישע סענעטאר'ן.

אוי! איין היטש האט צאמגעווארפען טויזענטער ארטיקלען וואס די האסט דיך אנגעליינט אויף די אגודה. אפשר האט דאס צוטאהן מיט דעם מאמר חז"ל: שקר אין לו...?

וויאזוי קענסטו דאס מסביר זיין אין וויליאמסבורג אז עס איז דא אידען וואס האבען באמת יענעם ליב אפילו ער האלט נישט ווי אים?. וויאזוי קען דאס פארשטיין אזא איינער ווי אנטווערפן_רב? פון ווי זאל ער דאס וויסען אז דער אפיס דארט אין מאנהעטן שטייט צו העלפן א איד -ווי אימער- מיט אן אמת אהן שקר,אהן פניות, אהן סילוק חשבונות, און אהן דעמאגאגיע?. קען מען דען יעדען וויליאמסבורג'ער איד מיט נעמען אויפן היטש?!!

געווען בין איך אמאל אין די אפיס פון אגודת ישראל, עס איז געווען אפאר אינגעלייט פון פארשידענע קהילות וואס האבען געוואלט עפעס אויפטוהן איאיינעם. (דער מיטינג האט נישט פאררופען אגודת ישראל, אבער מען האט געוואלט נוצען זייער הויפטקוואטיר to host it)
אריינגעקומען אין שמועס איז אז סאטמאר'ער וועט דאס נישט צולאזען. עטליכע האבען געוואלט ראעדן בגנותן. האט ר' שמואל בלום זיך אנגערופען: רבותי מען איז זיך נישט צוזאמגעקומען דא צו רעדן וועגן סאטמאר.

סאטמאר'ער רב זי"ע האט נישט אלץ געהאלטען פון זייער וועג, אבער נישט געלייקענט זייערע מעשים. און אזויווי איש צדיק היה האט ער געוואוסט ווען ער איז זיך סוגר - און ווען ער איז לוחם. ווען ער גייט באזונדער - און ווי ער שליסט א בונד, ווי צ.ב.ש. פראטעסט קעגן גיוס בנות.

אבער ליידער האט ער איבערגעלאזט זיין עדה. און זיי זענען געבליבען כחומר ביד היוצר יוצרים מיט ייצרים. קנאות איז געווארען א ביזנעס און א איצטלא, אויב איינער האלט נישט ביים לערנען איז דא א אלטערנעטיוו, ער ווערט א פרומער, און נאכדעם א קנאי, און נאכדעם קען ער שוין טוהן שיינע שידוכים. ממילא בלייבט נישט פאר'ן אמת צופיל פלאץ - אפילו ווען ער וויל שוין זיין א מחותן -.
אין היינט זענען זיי שוין נישט נאר כחומר ביד הגלם, נאר כגולם ליד החמור. יארען מיט וויסטע שנאה, מיט געפרעדיגטע שקר - במזיד - דורך פארשידענע עלעמענטען וואס מיינען נאר זיך.

איז וואס איז דיין קשיא "טאטמאר'ער איד" בנוגע דעם פראטעסט אין מאנהעטן- פאררופען דורך אגודת ישראל אנטקעגן דעם בג"ץ, אגודה האט געוואלט א פראטעסט אויף זייער שטייגער - א עצרת תפלה - אהן קיינע דרשות. דער סאטמאר'ער רבי זי"ע האט יא געהאלטען פון דרשות - און מעדיף געווען, אזוי מיין איך - ביי א פראטעסט. מען קען פארשטיין די חילוקי דעות.

אבער דא קען מען פרעגן אפשר איז דאס נישט גענוג סיבה צו גיין אליין אין אזא קריטישע צייט? מוז מען אויסזויגען א שקר פארן עולם אז די אגודה פראטעסט איז אויף א אופן פון הכרה אין די מדינה. אה! אין יעצט פארשטייט דאך שוין יעדער חדר אינגעל אז אונזער פלאץ איז נישט מיט אזעלכע.
איי, וואס איז אנדערש דעס ווי די הפגנה קעגן גיוס בנות? דאס האפט מען אז דער עולם וועט נישט טרעפן. ס'איז דאך שוין אריבער בערך דרייסיג יאר. מען קען לייקענען אז דער רבי איז דארט געווען, מען האט שוין פארלייקענט גרעסערע זאכען...

שלום_משה » 18/1/2006 04:28

kerry08

STOP STOP

ביסט שוין פארקראכן פין ענין פין מציצה בפה, אין די גייסט שוין אריין אין א נייע סוגיא,די סוגיא פין אגודה VS סאטמער

איך לייקען נישט וואס די שרייבסט, איך זאג נישט אז די שרייבסט ליגענט, ווייל איך ווייס נישט
אבער,רעד מיר נישט איין אז די עסקנים דארט זענענן כילו קודש!!

קאראפשן איז דא דארט אויך!!
אפשר נישט אזוי אפן ווי ביי אונז
אדער אפשר ווי באלד מען דארט גיטע זאכן אויך, זעט מען נישט די שלעכט זייט אזוי ווייט
אבער פראביר מיר נישט צי זאגן אז די גאנצע וועלט יעדער מיינט זיך
אויסער אין איין פלאטץ, אין דע אגודה אפיס,
דארט איז דער "זיך" נישט טופס מקום

איך קויף עס נישט אפ

זיי זענען דארט אויך פין פלייש אין בלוט, מן הסתם איז דארט דא ערליכע אויך
אבער דארט איז זיכער דא פין ביידע

תוקן על ידי - שלום_משה - 18/01/2006 4:29:40

בא_ללמד » 18/1/2006 04:31

קערי.

פון דיר האב איך טאקע פארגעסן...

איך גלייב אז דו פארשטייסט אויך אז מען וואלט נישט פארלאנגט פון די רעגירונג אז זיי זאלן אונטערשרייבן אז פאר אביסל שטימען גייען זיי פארקוקן אויף א געזונטהייט פראבלעם.

פרעג נאר די קלוגערע עסקנים פון די אגודה, ווי יוחי און זיינס גלייכן, זיי וואלטן שוין געטראפן די פונקטליכע מהלך...

און אגב, מען האלט אין איין איבערחזר'ן די טענה - סיי דו און סיי אנדערע - אז פרידען האט פשוט נישט געקענט פארקוקן פונעם פראבלעם, ווייל ער מוז דאס טון אלס זיין פליכט.

תרי תשובות בדבר.

1) אויב אזוי פארוואס האט דער געזונטהייט מיניסטער פון די סטעיט זיך יא געקענט אפלאזן דערפון - און טאקע שוין נאכן טומל, וואס איז, אגב, א סתירה צו די טענה אז דאס פארעפנטליכן אליין האט געשאדט - עס איז דאך זיין פליכט דאס צו נאכגיין און אויספארשן ???

2) איצא גליק האט געפרעגט פון פרידען א אויסטערליש גוטע פראגע, פארוואס טוט ער נישט זיין ארבעט ביי די דריי קינדער וועלכע זענען געשטארבן אין קאלאמביען שפיטאל ???

פרידען איז געליבן דערויף אן קיין ענטפער, און איך פערזענליך האלט אז זיין נארישער "פיו הכשילו" ענטפער וועט - האפנטליך - איבערצייגן יעדן נארמאלן ריכטער אין זיינע אמת'ע כוונות. בע"ה.

ווארהייט » 18/1/2006 16:26

יוחי איך זעה נישט פארוואס מען קען נישט מאכן אן "אומאפיעלע" שטודיע, ווייל סוף כל סוף דארף מען וויסן דעם אמת, קומט דאס טאקע פון מוהלים, און פארשרייט מיר נישט, אבער אויב איז עס א פאקט אז הרב פישער שליט"א איז מאיזה סיבה אנשטעקיג, האלט איך נישט אז מציצה בפה און כלל ישראל דארף מיטזינקן מיט אים

און אויב האט מען נישט אלע פאקטן, וויאזוי קען מען מאכן באשלוסן
בלאט: 1 2 3