היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » כינוס השלוחים ד'ליבאוויטש

כינוס השלוחים ד'ליבאוויטש

151 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1690823
בלאט: 1 2 3 4

מנלי » 28/11/2005 03:29

איר קענט הערן און זעהן די כינוס LIVE:

http://www.kinus.com/generic.asp?AID=221818

תוקן על ידי - מנלי - 28/11/2005 3:30:50

מנלי » 28/11/2005 03:36

א בילד פון שלוחים
[בילד – נישט אפגעהיט]

מנלי » 28/11/2005 03:49

די כינוס קומט פאר אין די HILTON HOTEL אין מאנהעטען

tzvibp28 » 28/11/2005 03:51

האסט נישט געקענט ברענגען עפעס בעסערס?
[בילד – נישט אפגעהיט]

פאפא_איד » 28/11/2005 03:52

צבי, פארוואס ביסטו נישט ביים כינוס?

Weetabix » 28/11/2005 04:41

Where is clinton? Was he not a Shaliach?

באראפארקער » 28/11/2005 07:28

ממש א שאד, ממש א שאד, ווען זיי בלייבען דא, וואלטען כאטש זייער קינדער געווען מער אידיש.

tzvibp28 » 29/11/2005 00:04

באראפארקער
JUST WHEN I WAS BEGINNING TO LIKE YOU........

tzvibp28 » 29/11/2005 00:05

פאפא
איך בין א גראבע "בעבועס" (בעה"ב)

DRYNITZ » 29/11/2005 00:08

די קינדער פון די שליחים מיין איך וואקסען אויף נאך בעסער בדרך כלל ווי די פון קראון הייטס.
ווען אידען געבען זיך אוועק פאר אנדערע אידען באצאלט דער אייבערשטער שכר, מען האט נישט קיין שאדען פון העלפען אנדערע אידען.

אוודאי מיינט דאס נישט אז מיר וואס זענען אויפגעוואקסען אין א אנדערע חדר זאלען גיין ווערען שלוחים, אבער די וואס זענען דארטען אויפגעוואקסען און געבען זיך אוועק זייער באקוועמליכקייט צו גיין בארץ לא זרועה פאר אנדערע אידען און פארען אייבערשטען האבען א געוואלדיגע זכות.

tzvibp28 » 29/11/2005 00:10

DRYNITZ
איך וואלט נישט געקענט בעסער

יישר כחכם

שלום_משה » 29/11/2005 00:15

ווער באצאלט פאר די גאנצע אפעראט???

טרעקטער » 29/11/2005 00:15

מהם יראו וכן יעשו!

איך טראכט אז השי"ת שעפט נחת פון זיי!
הלואי זאלין מיר אויך זוכה זיין גורם
צו זיין נחת און א קידוש השם!

DRYNITZ » 29/11/2005 00:17

צבי:
פריי דיך נישט אזוי, ווייל איך באוויין די אידען יעדען טאג.
עס איז נעבעך א ביטערער רחמנות אז אידען וואס זענען פריוואט ערליכע אידען, זיי זענען זיך גרייט אנצושטרענגען פאר אידישקייט, און נעבעך ווען עס קומט צו אמונה ודעות זענען זיי נעבעך פארכאפט אין מחשבות פון כפירה.

עס איז א הארץ ווייטאג אז אזא גרויסער ציבור אידען וואס זענען שומרי תורה ומצוות זענען נעבעך נכשל אין יסודות האמונה.
און דאס איז אלעס נזקף לזכותו פון ר' מנחם מענדל שנייאורסאן וואס האט אראפגעפיהרט ליבאוויטש פון די שינעס, ער האט זיי -אין די פרייע אמעריקא- אראפגעפיהרט פון די אמונה ברורה וטהורה אויף וואס זיינע עלטערען האבען זיך מוסר נפש געווען -אין דעם צארישען און קאמוניסטישען רוסלאנד-.

don't get me going, ווייל איך בין זייער עקסטרעם ווען עס קומט צו דעם און איך וועל ווערען אראפגעריסען דא אויפען פורום אפילו פון די סאטמערע גולשים טאמער וועל איך ארויסברענגען מיין מיינונג.

תוקן על ידי - drynitz - 29/11/2005 0:16:58

tzvibp28 » 29/11/2005 00:23

DRYNITZ
אויב אזוי צו איך צוריק
איך האב דיר דן געווען לכף זכות.....

tzvibp28 » 29/11/2005 00:25

איך האב געמיינט אז דו ביסט אויסגעוואקסען די שנאה און שטותים וואס מ'האט דיר געפיטערט אין חדר, זעהט אויס אז נישט....

באמת א שאד

DRYNITZ » 29/11/2005 00:25

כשם שדנתני לכף זכות, כך אני דן אותך לכף זכות שאתה בגדר תינוק שנשבה.

tzvibp28 » 29/11/2005 00:27

דו מיינסט זיכער שנפדה...

איך שטאם נישט פון דארט

yohcee718 » 29/11/2005 00:59

דרייניץ אפשר בין איך אויך א כופר ביי דיר

אבער לגבי חב"ד האלט איך מיט דיר 101% אלע זענען דארט אומשולדיג אריינגערעכט די עקסטרעמע משיח'יסטן אלס איז
ווי די גמ' זאגט "פרתו של ר אלעזר בן עזרי'"

איך ווייס אז רוב גולשים ובפרט רוב נישט סאטמארע גולשים האלטן פארקערט, איך האלט אבער אז אין אונזער דת איז נישט דא אזא זאך פון עבירה מכבה מצוה אדער מצוה מכבה עבירה.

געלויבט השי"ת ברוך וברוך שמו לעד אשר לא השבית מעמו גואל הרב שך זצ"ל ער האט אפ געראטעוועט דעם שארית ישראל ווען נישט איהם מי יודע ווי מ'וואלט אהנגעקומען מיט זיינע מבצעים.

So Drynitz you are not alone

איבער די שלוחים רוב פון זיי זענען וואוילע אידען... טוהן גוטע זאכען אבל לפעמים מעורב טוב ברע.

למשל כאטש ר' מ.מ. האט געהאלטן אז מ'טאר נישט ארבעטען צוזאם מיט רעפארמער אפילו אויב מ'קען אויפטון(דאס אליין ווייסט אז ער אליין האט נישט געהאלטן פון "קירוב UBER ALLES" ) אבער ווער ס'גייט נאך וואס זיי טוען זעהט אז זיי זענען משתף פעולה מיט רעפארמער ועוד דברים כאלה.

דאך טוט א יעדער שליח וואס ער וויל.. ואכה"ל.

chaimson » 29/11/2005 01:16

DRYNITZ און yohcee718

אויף אייך זאגט מען 'הכלבים נובחים והשיירה עוברת'
איר פילט גוט הינט, פיין, שריי, דפקת את אגד

ווער עס האט געזען נעכטן ביינאכט דעם ביינקעט איז אומעגלאך אז ער איז נישט געווען מלא התרגשות, העכער 3000 שלוחים, חסידים,ירא שמים, די "שבט לוי" פון אונזער דור...

DRYNITZ » 29/11/2005 01:38

איך קען שליחים און זייערע קינדער און איך קען קראון הייטס, איך האלט מיך צו מיין אריגינעלען סטעיטמענט אז די קינדער פון די שליחים וואקסען אויס בעסער ווי די קראון הייטס קינדער און די סיבה בפשטות איז ווייל זיי געבען זיך אוועק פאר אידען.

שליחים איז די שיינקייט פון ליבאוויטש, דאס איז זייער גוטער חלק, די שוואכקייט אין אמונה ודעות איז זייער שוואכער חלק. ביי יעדען איינעם איז דא א גוטער חלק און א שוואכער חלק, עס איז נאר א הארץ ווייטאג אז ביי זיי איז די שוואכע חלק ביים וויכטיגסטען חלק, ביים קאפ, ביי אמונה ודעות.

און דאס איז אלעס צו פארדאנקען ר' מנחם מענדעל שנייאורסאהן וואס האט אראפגעפיהרט זיין ציבור פונעם דרך.

זיי זענען גארנישט שולדיג אבער דאס פארמינערט נישט די טראגעדיע דערפון.

ביי אונז האט מען נישט געהאלטען פון שליחות אויך נישט אבער די מסירת נפש פון די שלוחים (עכ"פ די וואס איך האב מיך אנגעשטויסען) פאר אידען און פאר אידישקייט זייער מסירת נפש פאר חינוך פון זייערע קינדער, זייער אהבת ישראל, אהבת השם ואהבת התורה וואס איך האב געזעהן ביי זיי איז א זעלטענהייט, און טאקע ווי מער איך קוק ארויף אויף די אידען ווי מער איך איבערצייג מיך זייער חשיבות אלץ מער טוט עס וויי, ווי ריינער דער דיימאנט איז אלץ שטערקער זעהט זיך אן די שמוץ איבערהויפט ווען די שמוץ איז אויבען אויפען שפיץ.

chaimson » 29/11/2005 01:48

ביטע זייט מסביר וואו האסטו געזען ביי די שלוחים א שוואכקייט אין אמונה?

(פאר דיין טובה בריינג נישט אריין די "משיח" מעשה ווייל יעמולט וועסטו גלייך פארלירן)

טובעין » 29/11/2005 02:31

יוסי

איך פארשטיי נישט פארוואס ווען א שליח גייט מיט רעפארמער באשולדיגסטו דעם רבי'ן.

אז א סאטמארער חסיד טוט א עוולה באשולדיגסטו אויך דעם רבי?
סתם נאריש.

ווען די זאלסטו זאגען אז זייער סיסטעם איז נישט ריכטיג וואלט איך נאך פארשטאנען, אבער סתם? האט דאך אזא פנים וואס דרייניץ וואס זעט נעבעך דארט כפירה.

DRYNITZ » 29/11/2005 02:37

טובעין:
די זעהסט נישט קיין כפירה דארט?

טובעין » 29/11/2005 02:38

ניין!!!!!!

DRYNITZ » 29/11/2005 02:43

איז אמונה אין די מדינה הציונית כפירה?
איז אף שעל כפירה?
ביזטו בכלל א סאטמארער, צו סתם אן ארויני?

טובעין » 29/11/2005 02:47

ניין אוודאי בין איך נישט קיין סאטמארער.

וואלסט געמעגט קוקען אויף איינעם'ס כתיבה צו ער איז א סאטמארער.

גראדע איז דער ליובאוויטשער רבי געווען א גרויסער אנטי ציוני, אבער אף שעל האט ער טאקע געהאלטען

מיינסט אז ער איז א כופר ווייל ער האלט נישט ווי דער ויואל משה? איז דער דאך נכלל בתוך רוב חרדישע אידען, ואס האבן געהאלטען אנדערשט על פי הלכה.

מילא!!!

גלייב מיר אז יוסי מיינט נישט דאס, וועגען דעם האב איך אים אדרעסירט.

DRYNITZ » 29/11/2005 02:53

טובעין:
עס איז מיר א געוואלדיגער חיזוק אז די וואס די ביסט דא אויפען פורום א שטארקער ארויני און שטארק אנטי כ"ק הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א דערקלערסט דיך אפען אלץ נישט קיין סאטמארער.
איין זאך מוז איך דיר צוגעבען אז די האסט א גוטען נאז די שמעקסט וועלכע עס איז די ריכטיגע סאטמאר און די ווייסט וועם פיינט צו האבען.

יישר כח.

chaimson » 29/11/2005 03:01

ליובאוויטש רעדט וועגן אחדות ישראל, אהבת ישראל און דא איז דא איינער וואס יעדן תגובה איז דא ווערטער ווי "פיינט" "שנאה" וועגן אנאדער איד

DRYNITZ זיי ממשיך מיט דיינע גוישע לשונות דו טוסט אסאך א בעסערע ארבעט ווי איך וואלט געקענט טאן

tzvibp28 » 29/11/2005 03:03

YOHCEE
וויזוי איז געווען די אינדיג ביי די קאנווענשאן? דו מיט דיינע אגודיסטישע פאנטאזיעס קענען ווייטער קלערען ווי איר ווילט, און איר קענט זיך האלטען מיט הרב שך'ן.

תוקן על ידי - brooklyner - 29/11/2005 4:32:37

טובעין » 29/11/2005 03:04

דרייניץ

ביסט זייער א שוואכע קאפ, די חלומסט סתם.

איך בין נישט קיין סאטמארער יעדער דא ווייסט עס, איך בין נישט קיין שטאררקער אהרוני, אין נישט קיין שטארקע זאלי.

אויב די קענסט טרעפען אז איך האב מיך אמאל אנגענומען פאר ר' אהרן קענסטו אויף טרעפן אז איך האב מיך אנגענומען פאר ר' זלמן לייב אבער באופן כללי מיש איך מיך נישט אין סאטמארער פאליטיק.

בא_ללמד » 29/11/2005 03:15

יוחי.

ביי דעם לעצטיגן 'טעלעטאון', האט מען ברייט אויסגעשמועסט די באציאונגען פון חב"ד - אדער ווי זיי רופן אים, "מהשלוחים הגדולים" - און די רעפארמער.

טובעין » 29/11/2005 03:20

באללמד

דער ליובאוויטשער רבי איז געווען זייער אויסגעשפראכן קעגען קשרים מיט רעפארמער.

tzvibp28 » 29/11/2005 03:21

אזוי?!
ווער זענען די רעפארמער?
פרייע אקטיארען?
אך און וויי אז די סאטמורים נעמען זיך אהן און גייען מיט די אגודאים, די "רבי זכרונו לברכה" האט נישט געוואלט רעדן קעגן חב"ד "ווייל זיי זענען די איינציגע וואס גייען נישט מיט די אגודה" ריכטיג?
טא ווי קומט דאס אז בא ללמד (מלפנים ZALIWEAKY) גייט מיט YOHCEE?

בא_ללמד » 29/11/2005 03:36

איך געדענק שוין נישט די נעמען, אבער איינער פון זיי איז געווען דער גרעסטער רעפארם ראביי אין קאליפארניע [?].

tzvibp28 » 29/11/2005 03:40

וואו איז מען געגאנגען צוזאמען?
וואס מיינט "גיין צוזאמען"?

yohcee718 » 29/11/2005 04:11

איך מיין אז עס איז דא א תקנה און "חדשות אנ"ש" נישט צו רופען קיין שום רב בישראל אהן לפחות דעם טיטול "ר'" איינער דא האט גערופען הרב שך באופן הנ"ל זאל הנהלת הפורום טוהן וואס זיי פארשטייען.

לגבי רעפארם און חב"ד איז נאר איין נקודה, וואס איך האב געמיינט איז פשוט, אין א סאך שטעט מאכט מען פראיעקטן למשל דעם "לג בעומר" פאראדע מיט דעם מיטיילונגען פון ראביי'ס איו מוסדות חינוך אפיציעל פון די רעפארמער וכהנה וכהנה. ביי אנדערע מבצעים.

טובעין די האסט געפרעגט צו איך זאג דאס זעלבע אויף סאטמאר רב אויב סאטמאר'ע טוהן זייער שטיק פון אלימות.

דער ענטפער איז יא!

נאר איך האב געהערט פון איינעם וואס האט עס געהערט פון סאטמאר רב זצ"ל אליין.. ער האט ארויס געווארפען א בחור פון סאנס סטריט ישיבה וועגען עפעס א קנאות שטיק. (השם שמור אצלי) זיין טאטע איז געלאפען צום רבי'ן "היתכן? איך האב איהם דען דאס געלערנט?"

האט איהם דער רבי גע'ענטפערט: איך האב שוין א סאך מאהל געטראכט אפשר די בחורים זאלען נישט לערנען קיין ויואל משה מ'פארשטייט מיך נישט, מ'מאכט זאכען וואס פארשווארצען מיין נאמען... אבער דאך אף על פי כן שווייגען איז ארגער... אין ווער עס פארשטייט מיך נישט איז פארפאלען" (הלשון כמובן אינו מדיוק)

העיקר סאטמאר רב האט געהאט זיין שיקול הדעת אז אפילו עס קען זיין אז א טייל פון זיינע חסידים וועלען ווערן ווילד פון זיינע דיבורים, דאך איז לפי דעתו הגדול מוז ער ווייטער רעדען.

In other words he took direct responsibilty , like it or not

אויב איינער וויל זאגען יא דער לובאוויטשער רבי האט געוואוסט וואס עס וועט ארויס קומען מיט זיין MOSHIACH NOW קאמפיין אין דאך האט ער געהאלטן אז שכרו איז מער פון הפסדו. קען מען הערען

אבער ניין!
איך האלט אז די משיחיסטן זענען יא ליידער גערעכט, און ווען די נשי חב"ד האבען פארלאנגט דער רבי זאל זיך מגלה זיין...האבען זיי געוואוסט מיט וועם מ'האנדלט. ודא עקא!

תוקן על ידי - yohcee718 - 29/11/2005 4:16:04

tzvibp28 » 29/11/2005 04:28

נאכאמאל:

זאגען קען יעדער, אויפווייזען איז שווערער, וואו האט איר געזעהן אז מ'גייט "צוזאמען" מיט רעפארם? די JEWISH OBSERVER איז נישט קיין מקור, אויך נישט אן אגודאי וואס ס'שוימט אים די מויל פון קנאה כידוע

DRYNITZ » 29/11/2005 04:41

צבי
איך האב נישט גערעדט פון פיינט האבען אידען איך האב גערעדט פון רחמנות אויף אידען וואס זענען נעבעך פארפיהרט געווארען דורך א מנהיג מיט קרומע דעות בעניני אמונה און זיי האלטען דאס נעבעך אן בלא יודעים.

הרב שך'ס שיטה בנוגע מדינה איז ווייט געווען כרחוק מזרח ממערב פון ר' מנחם מענדעל שנייאורסאן'ס שיטה און הרב שנייאורסאן'ס שיטה איז געווען כפירה בשכר ועונש ובביאת המשיח היפך דעם דעת פון גדולי חב"ד לדורותם ובתוכם חמיו.

טובעין:
אדרבא אפשר ווייזטו מיר אן ווי די האסט דיך אנגענומען פאר כ"ק הגה"צ אב"ד סאטמאר שליט"א (וו"ב), אויף ווי ווייט איך געדענק ביזטו אייביג געווען פון די ארוינישע שרייבערס דא אויפען פורום.

yohcee718 » 29/11/2005 04:49

דרייניץ

כך הוא דרכם

ווער עס האלט נישט מיט זיי איז פוהל מיט "שנאה"

אלע חב"ד מגיבים אויף הייד פארק בכל הפרומים זינגען דעם זעלבען ניגון "שנאה" "שנאה"

OOOOPS נאך א ווארט "קנאה"

JUST FOR THE RECORD
לובאוויטש איז ביי מיר קודש קדשים דער שו"ע הרב איז ביי מיר אין שטיב דער BOTTOM LINE א סאך לובאווטשער זענען מיינע נאנטע פריינט וכו' וכו'

אבער קריטיק האב איך, און אויף וועמען איך האב השפעה צייג איך איבער אז ר' מ.מ. איז דער באלאבוס פון דעם "פרתו" של ר' אלעזר בן עזרי'

tzvibp28 » 29/11/2005 04:59

"לובאוויטש איז ביי מיר קודש קדשים דער שו"ע הרב איז ביי מיר אין שטיב דער BOTTOM LINE א סאך לובאווטשער זענען מיינע נאנטע פריינט וכו' וכו'"

די לעצטע 2 ווערטער זענען מסתמא אויך צו ווייזען ווי "אפען מיינדעד" דו ביסט, ריכטיג??

אויף ענגליש זאגט מען some of my best friends are Jewish

ווייסטו וואס? איר זאלט ווייטער זיצען מיט די אנגעפאשעטע בעלי בתים אין די האטעלען טענקסגיווינג וויקענד, און זיך קנייטשען די שטערן טראכטענדיג וואס זאל די "טעמע" פון די נעקסטע קאנווענשאן

סאם אוו מיי בעסט פרענדס אר אגודיסטס!

פרעג נאר ר' א.י.ש.פ.

tzvibp28 » 29/11/2005 05:02

טייק יור פיק

דער
[בילד – נישט אפגעהיט]

tzvibp28 » 29/11/2005 05:04

אדער דער
[בילד – נישט אפגעהיט]

tzvibp28 » 29/11/2005 05:05

איי טשוז נאמבער וואן

ענד יו?

NYPD » 29/11/2005 05:21

WHO IS THE SECOND PICTURE.

tzvibp28 » 29/11/2005 05:38

ר' אלי' שוויי
ה' יחלימהו וירפאהו

NYPD » 29/11/2005 05:43

TZVI, WHY CANT YOU HAVE BOTH?

tzvibp28 » 29/11/2005 05:48

why? if You need to ask then you're in the wrong forum

yohcee718 » 29/11/2005 05:53

I choose this picture
http://www.rabbiyess.com/Psak_DIN.html
דא איז נאר א קטע פון וואס איך רעד
דרייניץ דו ביסט 1000% גערעכט זיי קומט נאר רחמנות נאר איינער האט זיי פארדרייט
המשיחטים צודקים!

A GATHERING FOR KABBALAS HA'MALCHUS
The women of Crown Heights organized a gathering for the purpose of kabbalas ha'malchus [acceptance of Kingship], including by means of signatures. The women wrote to the Rebbe that the gathering would be taking place because of the Rebbe's encouragement on Hoshana Rabba, to which the Rebbe said:
"May it be with great success, and the time is auspicious as are the inyanim [matters at hand]. I will mention it at the tziyun."
Regarding the invitation which they sent the Rebbe for this gathering, the Rebbe responded:
"I will bring the enclosed, G-d willing, to the tziyun. And the time is auspicious." ...
N'SHEI CHABAD DISTRIBUTING FORMS FOR KABBALAS HA'MALCHUS AROUND THE WORLD
On 3 Kislev 5752, a group of women presented the Rebbe with a beautiful box containing forms with signatures. The representative of the group said, "Baruch Hashem there is amazing work being done in the campaign of 'and they sought Hashem and Dovid their king' and they found him. And this is being spread through the N'shei Chabad, and throughout the world and to all the shluchos. We N'shei and Bnos Chabad accept Moshiach Tzidkeinu, the Rebbe shlita, and he will lead us upright to our holy land immediately."
The Rebbe responded:
"Amen."
(The Rebbe then looked at the box and said:) "Is this for me? Besuros tovos."
(The Rebbe looked at the box again and the signatures and added:) "For all these matters you must give tzedaka, and may it be with great success, and go from strength to strength until you go to Elokim in Tziyon with the true and complete Redemption. Blessing and success, great success."
Regarding N'shei Chabad's decision to make a "seudas kabbalas panim l'Moshiach Tzidkeinu," on Motzaei Shabbos 28 Teives 5752, and the plan to publicize this throughout the world and in the newspapers, the Rebbe said among other things: ...
...In the middle of the meal, representatives of the women wrote to the Rebbe as follows:
הוד מלכותו כבוד קדושת אדמו"ר שליט"א מלך המשיח "Hod malchuso k'vod k'dushas Admur shlita Melech HaMoshiach, Jewish women in general and N'shei Chabad in particular, are ready to greet Moshiach Tzidkeinu and to hear divrei k'vod k'dushaso in a manner of 'a new Torah will go forth from Me' at the meal arranged in his honor, and we pray that we merit the true and complete Redemption with heavenly clouds, etc., immediately mamash."
The Rebbe responded, "All who bless are blessed with Hashem's blessing, whose increase is greater than the capital, particularly a special blessing at a special time. I will mention it at the tziyun." המברך מתברך...
THE GATHERING FOR KABBALAS HA'MALCHUS IN 770 BROADCAST LIVE AROUND THE WORLD
Right after the seuda, Rabbi Chaim Baruch Halberstam of W.L.C.C. gave a report to the Rebbe of the list of cities and countries worldwide which participated via hook-up in the seudas Melaveh Malka. The report began with: "K'vod k'dushas Admur shlita Melech HaMoshiach L'olam Va'ed! A report from the broadcast of the kabbalas panim for the Rebbe MH"M by the N'shei and Bnos Chabad." The Rebbe responded:
"It was received and many thanks for the nachas ruach which was caused and continues to be caused. I will mention it at the tziyun."
On the Sunday following the meal, the organizers of the event went to the Rebbe and said: Jewish women, members of "a stubborn nation," decided to go from strength to strength until they receive the actual Geula. The Rebbe said:
"Good news and great success. May all the blessings be fulfilled soon. [Upon distributing to each an additional dollar, the Rebbe added:] This is for the gathering."....
..... "YECHI TAMBOURINE"
N'shei U'Bnos Chabad decided to hold a special evening of song for the Redemption, "with tambourines and dancing," on Motzaei Shabbos Tetzaveh. When they informed the Rebbe of this he said:
"May it be with great success. I will mention it at the tziyun."
At dollars the following Sunday, Mrs. Chavie Cohen gave the Rebbe a tambourine, on which was inscribed "Yechi Adoneinu Moreinu V'Rabeinu Melech HaMoshiach L'olam Vo'ed!" and she said, "this is for the Rebbe shlita. With this tambourine, the women danced last night, with joy that breaks all bounds, and absolute certainty in the immediate revelation of the Rebbe shlita, Melech HaMoshiach, for a complete redemption."
The Rebbe responded with a smile: "This you will probably leave with me."
The Rebbe gave her another dollar and said: "This is for the 'tzitzelei s'ruah,צלצלי תרועה' as it is called in Tehillim. May it be in a good time."
"It is clear according to the Torah of truth that the halachic status of 'b'chezkas she'hu Moshiach' applies to the Rebbe shlita, for all the conditions enumerated in the Rambam apply to the Rebbe shlita."
"With this tambourine, the women danced last night, with joy that breaks all bounds, and absolute certainty in the immediate revelation of the Rebbe shlita, Melech HaMoshiach."


תוקן על ידי - yohcee718 - 29/11/2005 5:55:59

באראפארקער » 29/11/2005 05:57

איך מיין אז די פראבלעם וואס דרייניץ האט דערמאנט אנהייב אשכול וועגען כפירה און אמונה אין חב"ד, איז דאס וואס די רעבי האט געזאגט אמאהל א שיחה אז א רבי האט א כח אליין צו געבען א ישועה, און פארדעם איז מותר מתפלל צו זיין דיירעקט צום רעבין.


כידוע האט דאס מעורר געווען א פולמוס בשעתו.
בלאט: 1 2 3 4