כינוס השלוחים ד'ליבאוויטש
151 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1690823
mentch
וויאזוי זאגט מען אויף אידיש:
WOW!
BTW
פון ווי איז דאס ארטיקל?
באטשי היקר!
I hate to be a fly in your ointment.
אבער עליבה עיסה שנחתומה מעיד עליה
יעדער ווער עס ליינט דעם ארטיקל קען ווערן נתפעל פון דעם געוואלדיגען מעמד אין עדות פון דעם שרייבער (דער צייטונג און דער שרייבער זענען בכלל נישט קיין ידידים פאר אורטוקתים בכלל וחרדים בפרט).
אבער איך בין אלע מאהל משים לב און זאכען שפרינגען ארויס פון א PAGE ווען איך ליין דא איז א קטע..
"Rabbi Joseph Telushkin, the author of numerous books on Jewish ethics, literacy and identity, was at the banquet as a friend of the shluchim from North Carolina. "
דאס א באקאנטע ראביי וואס פירט אהן מיט א רעפארם שוהל אין LA
דא איז דער לינק פונעם שוהל מיטען פרוי חזן'טע JUDY
http://www.sftpa.com/איז חב"ד רעפארם? ניין
זענען זיי במזיד מטשטש הגבולות? יא
איז דאס געוועהן בהסכמת פון ר' ממ"ש? ניין
איז דאס אויך איינע פון די זאכען וואס מ'קען מגדיר זיין אלס "פרתו"? יא יא ועוד הפעם יא!
כ'האב נישט קיין צייט פאר קיין ויכוחים. נאר איין זאך.
איינער וואס זאגט אז דער רעבי האט נישט געהאלטן אז ער איז משיח, שוין פון
יו"ד שבט תש"י האלט אנדערש פונעם רעבין.
אויב איז דא היינט משיחיסטן (כלומר: מאמינים במשיח מת, ודלא כ
רמב"ם שכתב בהלכות מלכים כיון שנהרג נודע להם שאינו) איז עס צו פארדאנקען דעם רעבין.
איינער וואס שעמט זיך דערמיט וועט מיט רעכט פארדרייען די פאקטן.
דא איז דער מאמר מיטן העתק.
http://rapidshare.de/files/8441835/BosiLegani.wav.html[בילד – נישט אפגעהיט]נבוכדנאצר
לתשומת לבך שעפעלע:
"רבי" שרייבט מען אהן אן "ע"
פון דעם וואס דו ברענגסט איז א ראי' נישט אויף זיך נאר אויף זיין שווער נ"ע
עס איז מיר א וואונדער ווי די אלע סאטמורים, ווען מ'פרובירט צו פארשטיין די ספה"ק "ויואל משה" און "על הגילע" שרייען זיי אז ח"ו צו פרעגן אויפ'ן "רביזחונעוואכע" !
אבער צו פרעגן אויף אן אנדערע מעג מען
ידידי ר' יוסי718
Thanks for the emphathy...
טעלושקין איז א רעפארמער: יא
ער איז געוועהן ביים באנקעט: יא
די חזנטע האט געזונגען?: ניין
האט מען גערעט דברי כפירה?: ניין
האט מען משבח געוועהן דעם דרך הרעפורם?: ניין
האט מען גערעט דברי חסידות?: יא
האט מען משבח געוועהן דעם דרך החסידות?: יא
וואו איז דא דער טשטוש הגבולות?
לאמיתו של דבר האב איך אויך א פראבלעם מיט "פרתו", אבער נישט דעם אויף אופן פון חיזוק. נאר די משיחיסטן.
איך האף אז דאס איז א צייטווייליגע ערשיינונג פון DENIAL און אז סוועט אויף הערן אליין. דערווייל האב איך נישט ליידער קיין ראיה לדברי.
צבי
אדרבה דו ווייסט אז די משיחיזם באוועגונג איז פוחת והולך, דערווייל טוען זיי אהן געבראטענע צרות ווי למשל מעשה הרב ביסטריצקי ז"ל און מזעט נישט קיין עק
נבודכדנצר
איך פארשטיי נישט ווי דו ווילסט אנקומען.
דאס רעדן אז דער רבי לעבט נאך, דאס איז א נארמאלע זאך צו רעדן פון א רעבין וואס שטארבט, בפרט אין חב"ד איז דאס איינער פון די יסודות
דער באקאנטער אגרת הקודש פון תניא צו די תלמידי רמ"מ מוויטעבסק
...ורוחו עומדת בקרבינו ממש כי בראותו ילדיו מעשה ידיו בקרבו יקדישו שמו יתברך אשר יתגדל ויתקדש כאשר נלך בדרך ישרה אשר הורנו מדרכיו ונלכה באורחותיו נס"ו. וז"ש בזוה"ק דצדיקא דאתפטר אשתכח בכלהו עלמין יתיר מבחיוהי דהיינו שגם בזה העולם המעשה היום לעשותם אשתכח יתיר כי המעשה (גדול) [גדל] והולך גידולי גידולין מן אור זרוע לצדיק בשדה אשר ברכו ה' המאיר לארץ וחוצות וגם אנחנו אלה במילי דשמיא. פה היום כולנו חיים בדרכיו דרך הקדש יקרא לה. זאת בעבודת ה' ובמילי דעלמא בפירוש אתמר בזוה"ק דצדיקייא מגינין על עלמא ובמיתתהון יתיר מבחייהון ואלמלא צלותא דצדיקייא בההוא עלמא לא אתקיים עלמא רגעא חדא וכל הקרוב קרוב אל משכן ה' בחייו קודם לברכה ביאור על הנ"ל איתא בזוה"ק דצדיקא דאתפטר אשתכח בכלהו עלמין יתיר מבחיוהי כו' וצריך להבין תינח בעולמות עליונים אשתכח יתיר בעלותו שמה אבל בעוה"ז איך אשתכח יתיר...
דער פראבלעם איז ווען מען איז מטשטש די גבולות צווישן דרוש ביז הלכה למעשה.
די זעלבע טענה וואס איז דא אויף שיטת סאטמאר, נעמען איין אגדה מיט א דרוש אין מאכן דערפון א הלכה.
פאר דעהם האלט איך אז סאטמאר זענען די אריגינאלע משיחיסטן
תוקן על ידי - baachi - 01/12/2005 19:48:04
באטשי היקר לי
ניין איך מיין אז דו האסט מיך נישט גוט פארשטאנען מיט מיין ברענגען דעם לינק.
דער טשטוש איז נישט געוועהן ביי דעם באקענט.
על כל פנים איך ווייס נישט...
אבער עס איז קלאר משמע פון די ווערטער אין דעם ארטיקל אז די שלוחים פון NORTH CAROLINA האבען מיט דעם רעפארמער א 'טשטוש הגבולות'דורך שתוף פעולות איך שיהיה!
די מיינסט אפשר אז זייער רעלעשענשיפ איז נאר א פערזענליכער?
ניין זיי ארבעטען מיט איהם, און זייער 'ארבעט' איז ויפוצו אובער אלעס!
נבודכנצר
די ווערטער פון צבי מודח זאל דיר נישט אונגיין...
די אליין האסט זיך אויפגעפירט ווי א מענטש, אין האסט פרובירט צו פארענפערן דעם ויואל משה תמוה מיט ערענסטקייט און דרך ארץ
דער צבי מודח פון אונהייב אשכול האט נאר דברי בוז וקלון לכל מאן וואס האט נאר די קלענסטע קשי'לע אויף זיין משיח השם שמו אינו בחיים
ער האט נישט געשריבען איין ווארט הסבר, נאר ס'רינט איהם פון פיסק.
אדנדערש ווי באטשי וואס לייגט פאר פעסטע קלוגע תגובות לענין, רינט איהם פאר צבי מודח די שפייעכץ פון מויל.
באטשי,
ביסט א מומחה אין abstract, אבער דאך מוז מען מזמן לזמן ענטפערן צום ענין,
קרום אפגעלערנט א מאמר וכו' וכו', נאכער קרום אפגעלערנט דעם בריוול וואס דו בריינגסט,
האסט דאך גיקענט בריינגען א מאמר חז"ל תענית דף ה' יעקב אבינו לא מת מה זרעו בחיים אף הוא בחיים,
און נאכוואס ברויכן מיר א שפעטערדיקן אגרת קודש אז מיר האבן א בפירושע גמרא?
נאר וואס'זשע דען, דער רבי האט געזאגט אז היות ער איז דער דור שביעי (1 אדה"ז 2 אמצעי 3 צ"צ 4 מהר"ש 5 מהרש"ב 6 ריי"ץ 7 כ"ק אדמו"ר מה"מ) און עס איז שוין אדורך די ערשטע זעקס נשיאים איז ממילא אין תלוי אלא בנו
בנוגע דעם שטות וואס דו שרייבסט אז סאטמאר מאכט פון אגדה א הלכה - שקר גס, די שלש שבועות זענען נאך אזוי אגדה ווי דער איסור צו עסן פארן דאוונען (ואותי השלכת אחרי גווך א"ת וכו' וואס איז נישט מופנה צוליב אנדערע לימודים, מאנכע האלטן אז עס איז דאורייתא צו עסן טאקע צוליב דעם פסוק ואכמ"ל עי' ברכות י: ובמפ') און קיינער איז נישט מקיל (טאקע חוץ חב"ד.. אדער אין בעלז וואס כפי השמועה האט מען געטרונקען טשאלנט ח"ו נישט געגעסן) דאס זעלבע מיט די שבועות
טאקע פון דעם בריף פון ר' מאיר שמחה סר פחד השבועות איז א ראיה ברורה אז די שבועות זענען נישט אגדה, נאר ער האט געהאלטן אז מיט בעל-פעור איז סר פחדן הגם ער האט נישט געוואוסט אז מיליאנען אראבער ווילן נישט און די יתגרו באומה"ע גייט ווייטער אהן
אבער די נקודה איז אז קיינער האלט נישט אז עס איז אגדה חוץ דער אבני נזר וואס כנראה לא נתקבלה דעתו, און דאס בהנחה אז די תשובות זענען נישט מזוייף עיין בפנים ותבין
די תשובות ענען "מאמתחת" אבני נזר קיינער ווייסט נישט אויב ער האט עס טאקע געשריבן
ממילא האק מיר נישט אין קאפ אז אין סאטמאר מאכט מען פון אגדה הלכה
בעסער מאכן פון אגדה הלכה ווי פון הלכה אגדה כמנהג חב"ד
מער צייט האב איך נישט
[בילד – נישט אפגעהיט]
נבוכדנצר,
אפשר געדענקסטו ווער ס'האט "בטעות" געזונגען "לראות עוזי וכבודי?"
JUST ASKING
זעה נאר ווי שיין אונזער אגודיסט רעדט, ממש ווי א "תורה איד" דארף צו רעדן!
אז מ'רעדט שיין קריגט מען צוריק שיין, און אז נישט....
איך האב נאך נישט געזעהן אז איינער דא אחוץ BAACHI זאל זיך האבען שיין אויסגעדרוקט אויף וואס ס'איז מיר חשוב און טייער, דערפאר קריגט מען צוריק אזוי
דער חילוק צווישען מיר און יוסי718 איז פשוט: מיר גייט נישט אהן אז מ'זאל רעדן שיין און גוט אויף סאטמאר, פאניעוויזש, לעיקוואוד וכדומה, און איך וועל נישט מגיב זיין מיט א קלאמפערישער קנאות "היתכן"! ער אבער, וואס ביי אים "ברענט" די אהבת ה' אזוי שטארק, קען זיך נעבאך נישט איינהאלטען, און דארף א דאקטאר דערצו.
BAACHI קען שיין ענטפערען ווייל ער איז נאר א בייסטענדער, טאקע א גוטע פריינד, אבער דאך, איך האב שוין גענוג געהערט פון יונגאטשעס ווי YOHCEE וואס נעמען זיך פאר אהן פאר יעדע טאקע חשוב'ע ראש ישיבה אדער בנש"ק און נאר פאר איין לדעתי "וואוילער איד" טרעפט ער נישט ביי זיך אין הארצען צו זאגען א גוט ווארט,
איך בין מצרף א גאר אינטערעסאנטער בילד פון סקולענער רבי זצ"ל ביים רבי'ן אין די זעכציגער יארען
[בילד – נישט אפגעהיט]
נאך א מאל, אפשר יעצט?
[בילד – נישט אפגעהיט]
יעצט באקומען אין אישית א שיינעם (?) לינק
http://www.770live.com/En770/770live.asp?lang=2אלעס "מתורתו של הרבי"
--------
בנוגע דעם ויכוח האב איך פארגעסן צו באצייכענען דעם וואונדערבארן גאוני'שן ספר פון ר' ישעיה בנימין האלצער "ילמד דעת" הפלא ופלא, הגם ער האט געשריבן איידער די מכת המשיח, ער נעמט ארום מיט חריפות און בקיאות די קרומקייט פון ליובאוויטש, און ווי דער מה"מ האט פארדרייט עיקרי הדברים, כ'וועל אפשר סקענען קומענדיגע וואך עטליכע גוטע בלעטער, טאקע ווייל ליובאוויטש איז נאכנישט געווען מיטן סטעמפל פון משיחיזם האט דער רעיון נישט פארבלענדעט די אויגו און א קלוגער איז האט געקענט זעהן די קרומע השקפה פון אויבנאויף
שמעתי אז בשעתו האט מען עס געגעבן דעם רעבין (!) אין די הענט און ער האט עס אדורכגעקוקט
האסט געהערט דערפון, צבי?
-------------
הערה צו יוחי: דעם אויסדרוק צבי מודח האט הגאון יעב"ץ ז"ל גענוצט קעגן די שבתאים, כ'פארשטיי אז די ווילסט מדמה זיין משיחיזם צו משיחיזם, און כאטש מען רעדט סך הכל פון א ניק, אבער פארט...
לא לחנם הלך הזרזיר אצל העורב.....
א סאקמערע-אגודיסט TEAM, טאקע א זעלטענער זאך
נבוכדנאצר
אין ענגליש איז דא א פתגם "Don't bite the hand that feeds you", ווען דו דארפסט ליובאוויטש ביסט דו דא אויף אלע פיר
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1691434פרעסן זייערער טשלאנט און קוגול איז גוט, אבער א גוט ווארט, אדאנק, ח"ו! בעסער איבער זאגאן שטותים און ליגענס פון יעדן מטורף אויף די וואס האבן/וועלן די העלפן
האט דא איינער אריינגעווארפן א שרעקליכע שטות אז דער רבי מה"מ איז געווען א קנאי, ביז....
אפשר געדענקט איינער וואס איז פארגעקומען ביי די ביטערע שווערע מערכה וואס כלל ישראל האט אפגעראכטן אקעגן "גיוס בנות"???
און די קנאי'שע פעולות פון מה"מ.
ביטע קאמענטירן, און ארויסברענגען די גרויסע קנאות פון נשיא דורנו מה"מ.
אדרבא
לאמיר הערען וואס מען האט דיר איינגעבאקען אין חדר?
איך זעה אז די שלעגערס (מיט רעכט אוודאי, ס'קומט דאך זיי) האבען שוין געענדיגט מיט זייער חילול ה' שלא הי' כמותו מיום נהיינו לעם און יעצט נעמען זיי זיך ווייטער אהן פאר'ן באשעפער'ס וועגן
עס באדערט זיי אז די ליובאוויטשער רבי האט נישט מיטגעטאנצען פונקטליך ווי זיי האבען געוואלט, נאר האט געטוהן אויף זיין אופן! היתכן ער האט זיך נישט מכניע געווען צו רביהקוה"ט?!
תוקן על ידי - tzvibp28 - 01/12/2005 23:33:41
מ'האט מיר אריינגעבאקן אין חדר אז אויב איינער גייט ארום אין די גאסן און זאגט אויף זיך אז ער איז משיח, זאל מען אים תיכף אנכאפן, און אריינפירן אין משוגעים הויז...
און מיר האט מען געלערענט אין (נישט ליובאוויטשער) חדר אז טאמער מענטשען גייען ארום ברעכען שויבען, רייסען רעדער, פארשמירען גאסען און בתי מדרשים זענען זיי נישט מזרע ישראל
כ'האב פארגעסען מוסיף זיין
רייסען בערד און פאות
שלאגען אויף (כמעט) טויט
ווי זאגט די פסוק?
ואנשי סדום רעים וחטאים, אבער לה', מאד!
מ'האט זיך נאר צו שפעט דערמאנט, און נישט געטוהן צו דער זאך, און יעצט באצאלט מען דערפאר...
BIG TIME
אפשר ווייל די משוגעים הייזער זענען דאן געווען צו איבערגעפולט, אדער האבן זיך די משיחי'סטן משתלט געווען און נישט צוגעלאזט מ'זאל טוהן צו דער זאך...
ויצא העגל הזה, נעבעך...
חיימזוהן
די האסט טענות אויף נבוד?
עס איז א שטענדיגע פראבלעם מיט אלע חב"דצקערס זיי פארשטייען נישט וואס מ'וויל נעבעך פון זיי.
די שלוחים זענען וואויל! דו ביסט א וואוילער! און עס זענען אלעמאהל געוועהן אין חב"ד געהויבענע אידען.
דא האנדלט מען נאר איבער איין יחיד והוא [לא] יגאלינו
ר' ממ"ש או נ"ע או זצ"ל או יחי או לעולם ועד!
PICK YOUR CHOICE
Otherwise you guys are the just fine!
בן חיים,
ווען דו דארפסט א מנין מנחה נאך די שקיעה און דו ביסט נישט אין קראונהייטס וואו גייסטו?
אין זעה יעדן טאג אין סאטמארער שוהלן קלויזנבערגער, בעלזער, חבדסקער, ליטוויקעס - און קיינער זאגט זיי נישט א ווארט, דער שמש גיט זיי משקה מיט צובייס,
ווידעראום בין איך געווען בערך פאר זעקס זיבן יאהר צוריק א שבת אין א שטעטל אין ניו יארק, כ'בין געגאנגען צו א בית חב"ד, ס'איז נישט געווען א בית חב"ד נאר א שטעטישע שוהל ואו די שלוחים האבן געהאט בלויז 6 אייגענע, די איבריגע זענען געווען פון דארט, קנאפע שומרי שבת נעבעך, זאגט מיר דער שליח פארן דאוונען בזה הלשון (פרייע איבערזעצונג):
"איך ווייס דו ביסט א סאטמערער, פארן ליינען מאכט מען א מי שברך פאר די טמא'נע מדינה און פאר די צה"ל, we walk out, I just wanted to let you know you should not be surprized, וכך הוה, פארן ליינען האבן אלע 6 ארויסמארשירט פון שול, דער מגולח האט געזאגט ביים באלעמער "ברך את מדינת ישראל ראשית צמיחת גאולתנו", און די שלוחים זענען אינדרויסן פון שול, און נאכער איז מען צוריק אריין
און ביי סעודה שלישית האט ער ווארעם געזונגען בני היכלא.... און געברענגט פת ישראל!!
מיין מסקנא איז דעריבער געווען: יעדער שליח טוט וואס ער וויל, צי דער רבי האלט יא אזוי צי ניין, והא ראיה דער שול אין -- (כ'קען שרייבן אין אישית לכל מאן דבעי דער נאמען פון די שול און די גאס כ'וויל נישט שרייבן דא מפני כמה טעמים)
וואס ברענגסטו ארויס מיט די מעשה, אז אין א נישט חב"ד שול זאגט מען דעם מי שברך און די ליובאוויטשער גייען ארויס?
למעשה וואס איז פארגעקומען ביי גיוס בנות?
פארוואס האט דער רבי מה"מ נישט געוואלט אפילו רעדן צו די גדולי ישראל קדושים וטהורים זצ"ל זי"ע וואס זענען געשטאנען ביי זיין טיר כעני בפתח, און ער האט זיי נישט אריינגעלאזט און נישט געוואלט אפילו אנקוקן???
ווער איז געשטאנען ביים טיר?
בןמלך
האסט אפשר געמיינט וואס איך האב געשריבען?
איך האב געשריבען אז דער ליובאוויטשער רבי איז געווען א אנטי ציוני.
איך וואלט אים קיינמאל נישט אזוי מבזה געווען צו שרייבען אז ער איז געווען א קנאי.
תוקן על ידי - טובעין - 02/12/2005 0:24:47
ווער עס זאגט אז הרב ממ"ש איז נישט משיח, קריגט אויף משיח'ן אליין.
ווער האט דען נישט געזען ווי "דער רעבי האט מעודד געווען דאס זינגען 'יחי' אפילו נאך זיין סטראק.
"דער רעבי האט מעודד געווען בידיו הקדושים שטורעם הכי גדול".
דאס זעט מען אויף די "מראות קודש" קלאר און דייטליך.
שוין "אויסגעפיצט די קנעפלעך", און "איך האב שוין געטאן וואס איז בידי, איצט דארפט איר טאן אים אראפברענגען למטה באופן הכי נגלה".
קלארע ווערטער?
ווער עס גלייבט נישט זאל אריינגייט אין די ליבאוויטשער סייד'ס, וועט ער טרעפן א וועלט מיט פאקטן אז "משיח אליין", האט מעיד געווען אז ער, הוא ולא אחר, איז משיח.
ומי יבוא אחר "המלך".
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 02/12/2005 18:11:23
א אמתער ליבאוויטשער, איז דער וואס גלייבט וואס דער רעבי האט געזונגען אין יאר תשי"ד.
"כן בקודש חזיתך לראות עוזי וכבודי"
דאס קען מען אויך הערן אויף די טעיפס פון די התוועדות.
צבי, עס טוט מיר זייער וויי, אבער פאקטן לאזט זיך נישט לייקענען, אפילו ווען זיי זענען נישט באקוועם.
טובעין,
דו האסט געשריבן אז דער רבי מה"מ איז געווען אן אנטי ציוני.
דו קענסט אפשר אנצייגן אפילו אויף "איין איינציגע" זאך וואס ער האט געטוהן אלס אנטי ציוני? ווי קען אזא נארמאלער מענטש ווי דיר שרייבן אזוי אבסורד אקעגן די מציאות וואס איז נעבעך ידוע ומפורסם בכל העולם כולו.
און זיינע קעלבעלעך צובלאזן עס נאך אין די גאנצע וועלט מיט א מעכטיגן "יפוצו" אויף אלע סארטן בראדקעסט און וועבזייטלעך וואס שייך, זיין פאטריאטיזם צו די מדינת הציונית וגירוריהם.
ביי נישט צוריקגעבן קיין שטחים האט ער איבערגעקערט וועלטן מיט זיין באוואוסטן "אף שעל".
ווען עס איז געקומען צו גיוס בנות וכדומה, וואס מ'האט גערעדט פון ג' ראשי עבירות ולהחטיא את הרבים, האט ער נישט נאר זיך אריינגעשטעקט דעם קאפ אין וואנט, נאר האט געגעבן א פאטש אין פנים פאר די גאנצע מערכה, ווען ער האט ניטאמאל געוואלט אויפנעמען די חשובע דעלעגאציע פון עלטערע אנגעזענע רבנים גדולי הדור, און כאטש הערן וואס זיי זאגן, ער האט זיי געלאזט שטיין ווארטן ביים טיר ווי שמאטעס, ער האט זיי באהאנדלט ווי גארבידזש.
ווייל ער "נישט" געווען קיין אנטי ציוני!
ער האט ליב געהאט ציונות!
ער האט ליב געהאט די וואס זענען מעביר על הדת טויזענטער טויזענטער אידן.
אויב איז ער געווען אנטי, איז ער געווען אנטי ערליכע אידן...
תוקן על ידי - בןמלך - 02/12/2005 20:17:28
בןמלך במחילת כבודך רעדסטו פאר פייער און פאר וואסער.
וואס האבען רוב פון די זאכען וואס די רעכנסט דא אויס מיט ציונות?
ציונות [נישט מיט סאטמארער גלעזער איז אתחלתא דגאולה}
דער ליובאוויטשער רבי איז אויסגעשפראכען קעגען אתחלתא דגאולה.
גאר שארף קעגען הרב קוק מיט מזרחי
אין זיין לעבען נישט געלאזט זינגען התקוה ביי חבד מסיבות, אין עפעס א מוסד וואס האט יא אמאל געזונגען ביי א דינער אראפגענומען זיין נשיאות פון זיי.
קיינמאל נישט גענוצען דעם אויסדרוק מדינת ישראל.
אמת ער איז געווען שארף פאר אף שעל, אבער לדעתו וועגען ביטחון אין נישט וועגען ציונות.
פאריגע וואך ר"ח כסליו איז געווען א סעודת הודעה ווייל דער רבי זאל זיין געזונט איז ארויס פון שפיטאל
VIDEO OF ROSH CHODESH
KISLEV 5766 in 770
http://graphicdesign.denverjewishcamp.com/RH5766_770.htmlווער געדענקט ווי מענדל וועכטער פעלגט חוזק מאכן פון די נארישע אונגערישע סאטמארע אידן וואס ווייסן נישט וואס "כאסידאס" איז, זיי זינגען אהבה רבה שבעות ביים דאווענען און וויינען ווי טיפשים.
ווען איך קוק אויף די רוסישע שיכורים, הייב איך אן צו באקומען א באגריף וואס "כאסידאס" מיינט.
דער עיקר אז ווען מען קומט צו סליחות זאל מען זיך וואקלען... כמיימאר הרעבע שליט"א לעולם ועד.
צבי, אלס חבסקער פון אונזער פורום, קענסטו אפשר געבן צו פארשטיין דעם ענין פון טאנצן דוקא אויף די טישן?
תורה הוא וללמוד אני צריך.
האט עס אפשר א שייכות מיט סימירנאף?
און אין 3 וואכען ארום וועט זיין אין אלע סאקמערער צענטערס גרויסארטיגע פייערונגען פון די יו"ט כ"א כסלו ווען די רבי זאל געזונט זיין איז ארויס לשלום מצפרני הנאצים
זעלבע זאך?
נבוכד
אני על משמרתי אעמודה.
דער הויפט פראבלעם מיט די סאטמערע שיטה איז אז עס וויל אויס בויען הלכות פון אגדות חז"ל,
דער אבני נזר איז נאר איין תשובה, און ר ברוך שמעון זצ"ל האט דאס געשריבן בשם זיין שווער דער טשיבינער רב זצ"ל, די הויפט ראיה איז פוק חזי מה עמא דבר, ואכמ"ל
סדא אתשובה פון חתם סופר לגבי א כפרה פון א אשה שהיתה פחות מעשרים שנה ואינה ברת עונשין, שרייבט ער אז לא נמצא רק בספרי אגדה, ווען בעצם איז עס א גמרא אין שבת און אויך א ירושלמי, ווייל ער וויל נישט אננעמען די אגדתא להלכה.
בפרט אזאך וואז שטייט נישט אין שו"ע והרמב"ם. געזונטערהייט דו קענסט האלטן וואס דו ווילסט, אבער קענסט קיינעם נישט מחייב זיין.
סאקמער האט אבער יא געפראווט מיט אלע כוחות ארויף צו צווינגען זייער מיינונג אויף ווען זיי האבן נאר געקענט, און מיט דעהם האבן זיי איינגעשטעלט צו זיין בגדר "פרנס המטיל אימה על הציבור"
אויב דו ווילט דוקא בויען אויף אגדות קום איך צו דיר דעם פורים מקיים זיין קם רבה ושחטיה לר' זירא.
נאכאמאהל סקיין שום עוולה צו האלטן יעקב אבינו לא מת. אבער מהאט איהם באגראבן און מספיד געוועהן אין א נאמען געגבן נאך איהם.
פונקט ווי משרייט דוד מלך ישראל חי וקיים. as long as you dont scare the horses
הערמיך
איך זעה נישט קיין שום עוולה אויף א לעבעדיגן מענטש אז ער זאל האלטן אז ער איז ראוי צו זיין משיח. די אלע וואס דו גמרא ברענגט זיי האבן געמיינט אז זייער רבי איז משיח, פון ווי נעמסטו אז דער רבי אליין האט אנדערש געהאלטן?
ווען מען האט דערציילט פאר קל"ב רבין זצ"ל אז דער ליבאוויטשער רבי זאגט ער איז משיח, האט ער געפרעגט
- נו פארוואס קומט ער נישט?
דער פראבלעם איז ווען א מענטש שטארבט, אין נאכהער שרייען אז ער לעבט און קרייען יחי המלך יעדע מינוט, און נאך צולייגען לעולם ועד, דאס גרעניצט זיך מיט משוגעת, וואס איז נאך ערגער פון כפירה. (אויף כפירה העלפט תשובה)
טובעין
לגבי ציונות, לויט ווי איך האב געליינט זיינע כתבים זעט אויס אז זיין שיטה איז געוועהן אז די ישועה גשמיית וואס אידן האבן געהאט אין ארץ ישראל, האט גארנישט צוטוהן מיט די גאולה שלימה וואס איז א הויפטזיכליכע רוחניותדיגע ערשיינונג. אדער אפשר גאהר מיינט דאס לשיטתו נאר בנין ביהמ"ק והשראת השכינה, פארדעהם איז ער געוועהן אזוי שארף קעגן דעםן אויסדרוק פון אתחלתא דגאולה
יוסי718
ספאסט בכלל נישט פאר איין אינטיליגענטן מענטש ווי דו צו האבן א שנאה אויף אידן וואס האבן קיינמאהל קיינעם נישט קיין שלעכטס געטוהן.
איך האב מורא סקומט פון קלעצקער חדר... VIA שאנכיי...
לאז עס אפ
קהלת ט'
כִּי הַחַיִּים יוֹדְעִים שֶׁיָּמֻתוּ וְהַמֵּתִים אֵינָם יוֹדְעִים מְאוּמָה וְאֵין עוֹד לָהֶם שָׂכָר כִּי נִשְׁכַּח זִכְרָם:
(ו) גַּם אַהֲבָתָם גַּם שִׂנְאָתָם גַּם קִנְאָתָם כְּבָר אָבָדָה וְחֵלֶק אֵין לָהֶם עוֹד לְעוֹלָם בְּכל אֲשֶׁר נַעֲשָׂה תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ:
you bet they scare the horses
פרעג זיך נאך וואס טוט זיך אין די שטעט ווי זיי האבען POWER צו פארשטיין אז עס איז דא איינער וואס איז אביסל מער POWER HONGRY ווי די סאקמארער שנואי נפשך.
תוקן על ידי - גורארי - 05/12/2005 19:36:57
גורארי
זיי זענען נישט שנואי נפשי,
ח"ו
אזוי האט דיך דיין רבי אויסגעלערט? פיינט צו האבן א איד?
איך דאווען מיט זיי, עס מיט זיי, שמועס מיט זיי און אפילו משדך מיט זיי, און לאחר מאה ועשרים וועל איך אוודאי ליגען ערגעץ לעבן זיי, (מוועט מיך דארפן קודם אפשערן)
איך האב א שטארקע מיינונגס פארשידענהייט מיט זיי, זה הכול
אויב דו האסט פיינט איינעם צוליעב זיינע מיינונגען, ביזטו דאך אליין א סאקמערער מיט אלע הידורים.
אפשר איז כדאי באטשי טייערער, דו זאלסט זיך פארבינדן מיט די סקווערער עסקנים וואס ארבעטן אויפצובויען אידישקייט אין רוסלאנד און אוקראינע.
בתחילת ווען זיי זענען געפארן אהין, האבן די דארטיגע חבד'סקער שלוחים - אנשטאט זיך פרייען אז נאך אידן זענען עוסק אין דעם שווערן תפקיד פון קירוב - האבן זיי געשטעלט אונטער זיי אן א שיעור פיסלעך און שפיצלעך.
זיי בארעדט פאר די תמימות'דיגע רוסישע אידעלעך, און שיעור נישט אינגאנצן פארטריבן די סקווערער שלוחים פון די גאנצע אזיאנער טעריטאריע.
אדרבה פרעג דיך אליינס נאך.
איין זאך האבן זיי א גוטן, א גרויסן בעלויני מאשין, מיט א שטארקן בלאזער...
בןמלך
1) ערשטנס האט קיינער נישט ליעב ווען יענער גייט אריין אין זיין טעריטאריע, בפרט ווען יענער האט געפאקט איןגעמוזלט דארטן א לאנגע צייט, אונטער קומוניזם, אנגעבונדן געוויסע פאליטישע קשרים,יעצט קומט אצווייטער נעמען קרעדיט און עסען פירות? נוצר תאנה יאכל פריה.
ס'אפילו דא אין יור"ד הלכות ת"ח רמ"א רמ"ד גדרים ווען איין תלמיד חכם מעג אריין קומען אין גבול םון א צווייטן.
פארשטייט זיך דאס איז נישט מתיר קיין שלעק אין מסירות וחילול השם אדער אנדערע געוואלד זאכן
ב) איך ווייס נאך נישט ווי ווייט איך דארף גלייבן די סקווערער לשם שמים'ניקעס. ס'פעלט דען און אמעריקע וואס צו טוהן? זיי האבן שוין געמאכט איין חדר אין א געגנט ווי סנישטא קיין יידישן חדר דאהי? צו נאר פארקערט, געמאכט חדרים ווי יעדער האט שוין - גם ברוך יהיה -, און נישט צו געלאזט בויען א יידישן יישוב לעבן סקווער מהטעם הידוע רק להם.
ווייס איך נישט וויפיל לשם שמים שטעקט אין דעם סקווערער רוסישע דעלעגאציע, זיי ווילען מאכן סקווערע חסידים, און די ליובאוויטשער ווילען בעסער מאכן ליובאוויטשער חסידים, OK איך קען פארשטיין התנגדות, אבער סדען גקומען צו סאקמערע שטיק?
אדרבה אז דו ווייסט עפעס זאג!
דאס מילא
די צרה איז ווען זיי קומען אריין אין יענעם'ס טעריטאריע ווערן זיי גלייך בעלי בתים מיט אלע וועגען.
פרעג די רבנים פון מאסקווע, קיעוו, ווילנא, פראג. ועוד ועוד.
די סאטמארער שטיק איז קליין געלט קעגען די שטיק דארט.
תוקן על ידי - גורארי - 05/12/2005 20:10:53
טאנצען אויף די טיש איז בערך די זעלבע "בחינה" פון די "קנעפל עטרות" אויף די טלית
גורארי
גוט איך וועל אנפרעגן
דו קענסט אפשר אפאהר תלמידים פון הגאב"ד פראג הגאב"ד ווילנא הגאב"ר קיעוו און אחרון חביב הגאב"ד בו"ק הגאב"ד עואב"י קרית מלך רב מאסקווע הבירה
שיק מיר אפאהר אדרעססן, היכא דאפשר לברורי שאני
תוקן על ידי - baachi - 05/12/2005 20:21:40
גורארי
איך בין איבערראשט אפילו פון דיר, אזוי צו לייקענען?!
ווילנא האט "באלאנגט" פאר אן אנדערער?
פראג האט מעו אים אויפגענומען אלץ רב נאך יאהרען פון ארבעטען שווער
אין קיעוו מעג נאר בלייך זיין? ובפרט נאך די מעשה הידוע, ואכ"מ
די שנאה איז דיר מעביר על הדעת
און יעצט וועלען מיר בעטן ידידנו YOHCEE זאל אונז קומען לערנען אז איך בין באמת די בעל "השנאה", און אויך אז די אגודה האט באמת אויפגעבויט אידישקייט אין די סאוועטען פארבאנד
ווען די וועסט מיר ווייזען דעם היתר הוראה פון דעם ליובאוויטשער רב פון מאסקווע {לאזאר} וועל איך דיר ברענגען א רשימה פון די תלמידים פון הרב גאלדשמיד.
צבי די ענטפער אויף די אלע שאלות איז יא.
אין ניין עס איז נישט דא קיין מעשה הידועה, עס איז נישט מ ער ווי חבדקער פראפאגאנדע, עיין ערך ישעי כהן פון קאזאקסטאן און הרב גרוזמאן פון מינסק.
זיי זענען שוין כשר אף שעלניקעס, אבער אז זיי דינען נישט דיין POWER איז דא זעלבע.
תוקן על ידי - גורארי - 05/12/2005 20:30:18
איך בין נישט באקאנט צו שטארק, אבער דאס איז זיכער אז לאזאר שטייט אונטער די פראבלעמען פון גאלשמידט?
נאכאמאהל, איך בין זיכער אז סדא פראבלעמען, פון טויזענטער שלוחים איז דא פראבלעמען. אפענע אין באהאלטענע.
אבער אין סאטמאר איז דאס איין אפיציעלע שיטה! בציוויו ובברכתו ובעידודו פון דעם רבין/רב
תוקן על ידי - baachi - 05/12/2005 20:28:40