היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » כינוס השלוחים ד'ליבאוויטש

כינוס השלוחים ד'ליבאוויטש

151 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1690823
בלאט: 1 2 3 4

yohcee718 » 29/11/2005 06:10

און דאס וואס ער האט געזאגט אז עס איז על פי קבלה נישט צו שלאפען אין סוכה...

אדער זיין גיין בערכאות אהן קיין שום היתר שבעולם...

אדער מ'קען נישט ציטיילען די ירושה פון זיין שווער כאטש זיין נעפיו איז אויך א יורש דאורייתא ווייל 'דער שווער נשיא דורינו איז נאך בחיים ווייל מה זרעו בחיים... ממילא פון א לעבעדיגען איז נישט דא קיין ירושה' ווייל ער לעבט דאך! ....

פאר דעם קען מען נישט צוטיילען די אונטער וועש אדער דעם ספאדיק, טיש, פעדער, ווייל דער ספאדיק באלאנגט צו א לייבערי וכו' וכו'

דרייניץ די האסט א פראבלעם מיט ערכאות ווער איז געוועהן דער ערשטער?

קענסט זינגען "דידן נצח" ??

wassa_dif » 29/11/2005 06:16

צבי
איז דאס א MULTIPLE CHOICE QUESTION
און וואו איז דער NONE OF THE ABOVE?
קען איינער דא ארויפברענגען וואו דער רבי זאגט אז ס'בכלל נישט קיין עניין צו גיין מאכען קירוב?
איך געדענק נישט פונקט וואו ס'שטייט.

tzvibp28 » 29/11/2005 06:32

האקט ווייטער IF IT MAKES YOU FEEL GOOD

WASSA
AT LEAST YOU'RE AMUSING די אנדערע זענען סתם קינדערלאך

יוסי
IF YOU WANNA COMPARE MOSHE YESS, A BT FROM YEHUPITZ,TO RABBI SVEI THE GREATEST TALMID OF RABBI A KOTLER, THEN BE MY GUEST

tzvibp28 » 29/11/2005 06:44

די סאטמארע וואס שעלטן קען מען נאך פארגעבן ווייל זיי זענען אומשולדיגע קעלבעלאך, פונקט ווי אין ליובאוויטש איז דא נארישע , אבער א "חסידישע אדער אונגארישע אגודיסט" וואס האט זיך אליין מחנך געווען צו שנאה, יא שנאה, וועלכע קען נישט פארזעהן א גוט ווארט אויף יענעם אהן ארויסשפרונגען פון זיין זיץ, דאס איז שוין צו פיל צו פארטראגען...

איך מעג אייך פרעגן YOHCEE, האט איר געלערענט אין לעיקוואוד מיט פיל יארען צוריק? אז דו ביסט א שטיקל מענטש וועסטו מיר ענטפערען

yohcee718 » 29/11/2005 06:54

WASSA
ניין דער רבי האט שטארק געשטוצט יד לאחים און מ'זאגט אז ער האט אפילו געגעבען געלט פאר ח"ע אין פארשטיפטע דערפער (אם קבלה הוא נקבל)

די ווייסט אליין אז אין על הגאולה האקט ער אז מ'קען נישט מקרב זיין דורך מבצע תפילין ווייל מ'דארף דאך האבען א גוף נקי אין ס'איז קעגען דער הלכה...און ווי איך האב שוין דערמאנט אז אין מצוה מכבה עבירה ...

נישט אלס וואס קען אויפטוהן מעג מען וזה פשוט.

tzvibp28 » 29/11/2005 06:58

YOHCEE
נעקסטע מאל איך וועל גיין אי"ה לייגען תפילין וועל איך דיר רופען און דו וועסט אים בודק זיין די גוף זיינער, זעהן צו ס'איז נקי

wassa_dif » 29/11/2005 07:02

צבי
דאס רופט מען א LEFT HANDED COMPLIMENT
יוחי
נישט אלץ וואס דו האסט נישט געזעהן שטייט נישט.
איך געדענק יא אז איך האב געזעהן געשריבען וועגען דער ענין פון קירוב בכלליות, צו ס'געווען אין על הגאולה צו אין דברי יואל געדענק איך נישט.

tzvibp28 » 29/11/2005 07:04

ביי די וועי
when the Skverrer Rebbe went to Russia for the first time 16 years ago his Chassidim went and put on tefillin on old yidden in the towns they visited, I can guarantee you they did not have clean gufim

tzvibp28 » 29/11/2005 07:05

wassa
אויף אידיש זאגט מען "נעם וואס מ'גיט דיר"

jid_613 » 29/11/2005 07:08


איך האב ערשט יעצט אדורך געלופטערט דעם אשכול...

איך ווייס נישט וועגען משיח ארויף אדער אראפ, ס'איז זיכער א דורך פאל פאר דער חבד'סקער מאוומענט, און די נארמאלע ציווישען זיי, אריין גערעכען אונזער "צבי", וועלען זיכער איינערקענען אין דעם.

אבער.

דער וואס זענען פארנומען מיט דער נושא, צו דער רבי האט יא אדער נישט געהאלטען אז ער איז משיח, זענען זיכער מענטשען וואס לעבען אין די עבר. זיי טוהן למעשה גארנישט אויף די וועלט, צו מקרב זיין אנדערע אידען.

אויף אלעס איז דא א תירוץ. ביי אונז האט מען נישט געהאלטען יא געהאלטען בוידעם קלאץ. דער פאקט איז, אז ס'איז געוועהן גענוג שווער פאר אונדערע מנהיגים צירוק צו שטעלען אידישקייט ביי זיך, אז ס'איז זיי ניטאמאל בייגעפאלען צו טוהן אין דעם.

דער אלע חששות, אז די קינדער פון די שליחים וועלען נישט טויגען, וכו', האבען זיך אויסגעשטעלט צו זיין הבל הבלים.

דער מציאות כהיום הזה, זענען זיי גאר חשוב מיט אלעס וואס זיי טוהן.

און יא! קנאה (במחילה מכבודך "יוחי") שפילט א ראלע.

אלא מאי, ס'איז דא ציווישען זיי וואס גלייבען צו שטארק אין רבי'ן שליט"א? כאפ נאר א שמועס מיט א תמימות'דיגע ס'קווירא חסיד, און הער וואס א צואה דער קען ארויס לאזען פון מויל. און ה"ה א ברעסלעווער און אסאך אנדערע.

דאס אליין, איז קיינמאל נישט געוועהן א סיבה, צו דערווייטערען מענטשען וואס ווערען גערעכענט מיט אלעס אויסער דער נערישע מיינונגען זייערע בנוגע זייער רבי, אלץ געהעריגע היימישע אידען.

דער פאקט איז, אז ביי גאר א שטארקע חלק פון די שליחים, איז אהנגענומען, אז דער רבי איז עכ"פ יעצט לאחר מותו נישט קיין משיח. בחייו האבען זיי אפשר געהאלטען אנדערש, אבער יעצט האלטען זיי זיכער אזוי.

איך ווייס נישט צו דאס איז רוב אדער נישט, איך האלט נישט קיין סטעטיסטיקס פון דער ענינים, אבער איך פערזענליך קען א שיינע פאר.

און צו דער נייגעריקע דא, ניין. איך בין נישט א חבד'סקער.


yohcee718 » 29/11/2005 07:15

WASSA
איך פארשטיי נישט דיין תגובה

סאטמאר רב שרייבט אזוי אין זיין ספר על הגאולה אז מ'טאר נישט געבען סתם א איד צו לייגען תפילין פאר מ'ווייסט נישט אז ער איז זהיר אין גוף נקי

אז מ'רעדט פון שנאה קענסטו זעהן ווי אזוי פיו הטמא הכשילו ער מאכט דען חוזיק פון מיר? מה אני מה חיי!
ער לאכט פון די הייליגע תורה!

אבי זיין רבי איז געוועכט ווייל והא ראיה אלטע אידען אין סקווער זענען נתעורר געווארן!

און לפי סברתו איז [ר'] שלמה קארלבאך איז גערעכט געוועהן מיט זיין חיבוק ונישוק ווייל ער האט דאך געמאכט 100.000 בעלי תשובה מער אפילו פון ר' אהרן הגדול פון קארלין ווי קען מען האבען טענות...

מ'טוט א טובה פאר קודשא בריך הוא!

קאפיש?

קירוב מטהר הכל!

wassa_dif » 29/11/2005 07:19

יוחי
איך וועל דיר פראביערען צו מסביר זיין שטאטליך. איך ווייס אויך וואס דער רבי האט געשריבען וועגען תפילין לייגען.
אין אנדערע ערטער האט ער גערעדט וועגען דער עניין פון קירוב בכלל, און אז ער האלט אז ס'נישט אונזערע תפקיד.
אויב דו וועסט מיר זאגען אז דו קענסט אלע ספרים פון רבי'ן אויסערווייניג און ס'שטייט נישט וועל איך דיר גלייבען אויפ'ן ווארט.
אז נישט, איך געדענק אז איך האב יא געזעהן. און לא ראינו אינו ראיה.
פארשטאנען?

yohcee718 » 29/11/2005 07:25

איך ווייס נישט ווי קלאר דאס דארף זיין

זיי זענען אלע וואויל אלע פיין און זיי טוהן אויף... איך האלט נאר אז טענות קען מען אויף זיי בכלל נישט האבען נאר איינער פארדינט טענות...

ר' אלעזר בן עזרי'

JID
דאס וואס די זאגסט אז זיי זענען אלע היימיש...ווער געוואר וויפוהל בליט דער רובאשקין שפייט כדי אז סתם חסיד'שע אידען זאלען קויפען לובאוויטש פלייש..

דער פאקט איז אז א בעלזער וויזניצער סקווערער באבובער ווינער וכו' וכו' וועט עסען איינער פון אנדערען'ס שוחט אבער רוב וועלן נישט עסען פון א לובאוויטשער שוחט..

THIS IS A FACT IN THE MARKET LIKE IT OR NOT

דער האל פון קראון הייטס האט איצט ארויסגענומען א נייער הכשר פון מכון להוראה מונסי

פארוואס? פארוואס איז נישט גוט פאר דעם סתם היימישער עולם דער הכשר פון בד"ץ כאן צוה ה' את הברכה?

GO FIGURE

tzvibp28 » 29/11/2005 07:26

פונקט פארקערט!

די עיקר מצוה בנדו"ד איז מקרב זיין אידן און זיי לערנען וועגן תו"מ, גוף נקי איז וויכטיג אבער נישט אויפ'ן חשבון פון די מצוה, ובפרט ווען ע"פ רוב דארף מען זיך נישט היינט אין אמעריקא קיין סך זארגען צו א מענטש איז נקי, ווייל אויב יא קען מען הייסען 3 פערטל חרדישע אידן שטיין און זיך בודק זיין און נישט אנטאן תפלין

yohcee718 » 29/11/2005 07:29


WASA
אוודאי האט דער רבי געהאלט פון דעם מושג פון קירוב

איך שוין אהאהל געברנגט דער תשובה וואס ער האט געשריבען צום העלמעצער רב אז ער איז מחיוב צו מאכען א מקוה אין א קאנסערוואטיווער שוהל. ווייל מיר זענען 'עריבים להם'

אבער כמובן נישט אויפען חשבון פון עובר זיין אויף אפילו אן איסור קל דרבנן.

tzvibp28 » 29/11/2005 07:30

YOHCEE
TRY AND STICK TO THE POINT
CAPISCE?

jid_613 » 29/11/2005 07:31

יוחי,

WHATS YOUR POINT?

אז דער סאטמארע פראפאגאנדא מאשין איז אפ ענד ראנינג?

ומכאן ראיה אז וואס?


(אנטשולדיקט מיר, אבער איך וויש מיך נאך די אויגען פון דיינע הערות אין דער אשכול. הזאת יוחי?)




תוקן על ידי - jid_613 - 29/11/2005 7:30:11

yohcee718 » 29/11/2005 07:33

דער צבי מודח עסט מן מן השמים ער מיינט אז מיר אלע אמעריקאנער עסען מן האבען אלע א גוף נקי

הוא ממש כותב דברי עם הארצות נפלאים... נישט דא ווער זאל לאכען אדער וויינען ...

א מגלה פנים בלי בושה

tzvibp28 » 29/11/2005 07:34

YOHCEE
דו גראב יונג, רוף מיר נישט קיין טמא, ווייל איך האב זיך נישט וואס צו שעמען נישט פון דיר און נישט פון דיינע "גדולים"

די תורה ליגט נישט אויף 5 ביקמאן סטריט און נישט אויף 84 וויליעם סטריט, און נישט WHEREVER YOU MAY MOVE THE
OFFICES TO

tzvibp28 » 29/11/2005 07:39

YOHCEE

לאך דו זיבעלע, איך ווייס שוין איין מאל אבער דו זוכסט דאך עפעס אויף מיר מיינסטו פון מיין שרייבעכץ אז איך זאג אז גוף נקי מיינט גענומען א SHOWER, גלייב מיר, YOU WON'T GET ME ON THAT

איך האלט אז דו זאלסט יעדן טאג פארוויילען 5 שעה אין ביה"כ און באשטעטיגן אז דו ביסט "נקי"

yohcee718 » 29/11/2005 07:40

JID

יע דאס איז מיך איך קען דיר שיקען מיינע תגובות
אויף ר' מ.מ. נ"ע, זצ"ל, יחי לעולם ועד, איך האב נישט געטוישט מיין מיינונג איבער איהם נאר איך ווייס אז רוב גולשים האבען דאס נישט ליב צו ליינען
SO WHY BOTHER

IM THE SAME WHEN IT COMES TO HIM ASK TZVI

איך ווייס נישט ווי פוהל השפעה סאטמאר האט אויף קלויזעבורג אין איך זאג דיר אז א סתם א צאנזער וועט נישט קויפען רובאשקין ..ווען דער אישו פון ווייסמאנדל האט מען דא באהאנדלט האב איך געשריבען פונקט דאס זעלביגע

YES ITS ME

jid_613 » 29/11/2005 07:42


יוחי.

ק"ב עסען דאך נישט סאטמארע פלייש!

וה"ה בעלזא. און דאס איז אלעס בעסיידס דהע פאינט.

tzvibp28 » 29/11/2005 07:42

JID
ס'איז אים גלייב מיר, אזא העלד איז ער, ער האט ניטאמאל די GUTS מיר צו ענטפערען דירעקט

tzvibp28 » 29/11/2005 07:44

אינטערעסאנט! מיר האט מען אלעמאל געזאגט אז ברויער'ס איז די בעסטע השגחה, פארוואס פלוצלונג נישט ביי רובאשקין?

jid_613 » 29/11/2005 07:50

יוחי, אגב.

אין דער נושא פון גוף נקי, איז אמאל געוועהן א פולמוס בנוגע וואס דער קיצור שו"ע, קריגט אויף'ן בעל התניא און איז מחמיר נישט מחנך זיין קינדער צו מאכען ברכות בשעת ס'איז נישט קלאר אויב זיי האבען א גוף נקי.

ר' מרדכי וועבער אין זיין ספר "מלחמת חובה" מאכט דערויף אש און פארעך פון ר' שלמה גאנצפריד.

איך מיין אז ס'איז היבש אינטערעסאנט ווי צייטען טוישען זיך.





תוקן על ידי - jid_613 - 29/11/2005 7:52:17

yohcee718 » 29/11/2005 07:59

צבי מודח כותב: "גוף נקי איז וויכטיג אבער נישט אויפ'ן חשבון פון די מצוה"

שולחן ערוך הרב אורח חיים סימן לז

צותן להיות עליו כל היום אבל מפני שצריכין גוף נקי שלא יפיח בהן וצריך שלא יסיח דעתו מהם על דרך שנתבאר בסי' כ"ח ואין כל אדם יכול ליזהר בזה נהגו שלא להניחן כל היום ומכל מקום צריך כל אדם ליזהר בהן להניחן בשעת קריאת שמע ותפלה (שהרי באותה שעה בע"כ הוא נזהר מהפיח והיסח הדעת בענין שנתבאר בסי' כ"ח):


שולחן ערוך הרב אורח חיים סימן פ סעיף א

מי שמתיילד לו רוח בבטנו ומוציא רוחות בבקר וברי לו שאינו יכול לעמוד על עצמו מלהפיח עד שיגמור כל תפלת י"ח מוטב שיעבור זמן התפלה ממה שיתפלל בלא גוף נקי שהתפלה יש לה תשלומין שאם נאנס ולא התפלל שחרית מתפלל מנחה שתים וזה ג"כ אנוס הוא שאי אפשר לו להתפלל י"ח בלא גוף נקי שגנאי גדול הוא להפיח כשעומד לפני המלך ומדבר עמו וכדי בזיון וקצף שהרי הצריכו להרחיק ד' אמות כשמבקש להפיח בתפלה ואי אפשר לו לעמוד על עצמו כמו שיתבאר בסימן ק"ג:


שולחן ערוך הרב אורח חיים סימן פ סעיף ג

אבלב קריאת שמע וברכותיה צריך לומר בזמנן אפילו בלא גוף נקי שאינו נקרא מדבר עם המלך אלא כשעומד לפניו בתפלת י"ח כמ"ש בסימן ע"ד ואף שיקרא קריאת שמע בלא תפילין שהתפילין צריכין גוף נקי לא ימתין ויעבור זמן קריאת שמע כדי לקרותה בתפילין כמ"ש בסי' ס"ו ואם יראה לו שיוכל לעמוד על עצמו בשעת קריאת שמע יניח תפילין בין אהבה לקריאת שמע ויברך עליהן ואח"כ יחלצם מיד אבל הטלית יכול ללבוש ולברך קודם שיתחיל הברכות שא"צ גוף נקי לציצית:


שלחן ערוך של צבי מודח
באמעריקה אין דבר כזה של גוף שאינו נקי וממילא אפשר לעשות ויפוצו קדמה ומזרחה ולהשרות השכינה הקדושה למטה מג' טפחים ע"י אהבת ישראל וקירוב הלבבות עכ"ל !

wassa_dif » 29/11/2005 08:03

יוחי
דער רבי שרייבט קלאר אז אונזער ענין איז נישט ארומצולויפען אין דער גאסען מקרב זיין מענטשען, נאר דעם וואס מיר וועלען זיצען אין ביהמ"ד און לערנען וועט שוין ממילא צוריקשלעפען וועלכע ניצוצות דארפען צוריקקומען.
נאר אז מ'רעדט שוין יא פון לובאוויטש, זאל איינער פראביערען כאפען ר' מאיר וועבערמאן אין א גוטע שטימומג און ארויפלייגען וואס ס'קומט ארויס פון'ם שמועס.

tzvibp28 » 29/11/2005 08:05

נו שוין,

ווי זאגט יענער "איך האב געמיינט אז איך האב צו טון מיט א דיימאנדשניידער, יעצט זעה איך אז איך האב צו טון מיט א משוגענער"

וויש זיך אפ די שוים וואס רינט פון דיין שמוציגע פיסק

אפילו די געשוואוירענע שונאים לאכען שוין פון דיר

גיי שלאפען פרי, ווייל דו דארפסט מארגען בודק זיין זיך און אלע אידן אין דיין מנין אז נישט איז א שאלה

yohcee718 » 29/11/2005 08:11

WASSA

זיי האבען נאך א מערכה מיט האדמור ריי"ץ נ"ע

דו ביסט גערעכט און אזוי האבען געהאלטן רוב גדולי ישראל מער אדער ווייניגער.

איך בין געוועהן אין ארץ ישראל ווען דער קלויזענבורגער רבי איז געקומען אויף ארץ ישראל צוריק פון אמעריקע

איך מיין אז דאס איז געוועהן שנת תשל"ה

בין איך געפארן איהם זעהן קיין קרית צאנז ביים קבלת פנים האט ער געזאגט א דרשה אש להבה איך האב עס אפ געטעיפט ובתוך הדברים:

"דער צאזער זיידע איז נישט געלאפען לייגען תפילין נישט געלאפען כאפען בעלי תשובה" וכו' כו'

tzvibp28 » 29/11/2005 08:15

נו, גיי רעד זיך אפ אויף מארדי ניישטאדט און ר' מא-תית-יא-הו שאלאמאן (מאדיאר עמבער?) וואס לויפען ארום מאכען "טויזענטער בעלי תשובה"

יעצט ווען ס'איז באקוועם נוצט ער קלויזענבורג!

הפלא ופלא!

wassa_dif » 29/11/2005 08:25

צבי
ווער איז מארדי ניישטאדט? מא-תית-יא-הו שאלאמאן מיינסט דו דער ענגלישער וואס איז געפארען קיין לייקוואוד? און וואס מיינט (מאדיאר עמבער?)
יוחי
ריכטיג. דער מלאך איז געווען פארטענה'עט אויף מהריי"ץ אז ער האט גענומען אן ערנסטע חסידות און פארוואנדעלט אין א באנדע הולטאיעס.

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 29/11/2005 14:55:47

90pct » 29/11/2005 08:35

צי ווייסט איינער וויאזוי מען מאכט דעם ערשטן בילד פון דעם אשכול?

עס ווערט שמעלער ביי די רעכטע זייט און די לינקע זייט.



תוקן על ידי - jewboy - 30/11/2005 12:16:20

KJfireman » 29/11/2005 08:47

90 פריסינקט.

דאס כאפט מען מיט א ספעצילן לענס.

קענסט זען אויפן צווייטן בילד אז די גאס איז גראד:

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]




תוקן על ידי - jewboy - 30/11/2005 12:18:05

tzvibp28 » 29/11/2005 16:31

wassa
MORDY NEUSTADT איז פון די "ועד להצלת נדחי ישראל"

ר' מתתיהו סולומון איז די ממלא מקומו פון ר' נתן וואכטפויגל פון לעיקוואוד, ארגינעל פון געיטסהעד

דו ווייסט נישט וואס "מאדיאר עמבער" איז? און דו דרייסט זיך אין סאטמאר?

תוקן על ידי - allnewspic - 29/11/2005 18:55:53

שלום_משה » 29/11/2005 17:35

דא האט איר א לינק ווי אזוי איינער באשרייבט פול מיט הרגשים די מעלות פין די שליחים


די באשרייבונג איז אין בלאג פינעם אלגעמיינער
כאטש די אלע זאכן געהערן נישט צי אונזער חדר{סאטמערע}דאך איז איז עס גאר אינטערסאנט צי ליינען}

http://www.algemeiner.com/generic.asp?id=787



תוקן על ידי - allnewspic - 29/11/2005 18:56:21

בא_ללמד » 29/11/2005 20:48

לאמיך א טובה טון פאר צבי, און פארדרייען די שמועס אביסעלע...

כ'האב אפגעציילט די בילדער אין אלע זייטן, כ'זע נישט מער ווי ארום טויזנט מענטשן.

איז דאס אלעס וואס ליובאוויטש פארמאגט ?

אדער זענען די משיחיסטן יא דער רוב ?

(לעצטנ'ס האב איך געליינט אז הרב אשכנזי האט געזאגט אז חב"ד אין אר"י אליין איז 30,000.

זענען רוב חב"ד ניט קיין שלוחים ?)

tzvibp28 » 29/11/2005 21:10

בא ללמד:

ס'איז נישט קיין זאלי חתונה, דו מוזט עס נישט קלענער מאכען....

ס'זענען געווען איבער 2500 שלוחים פאר די כינוס, רובם זענען אריין אין דעם בילד, צייל נאכאמאל

רוב חב"ד איז נישט שלוחים, כאטש אז רוב נייע יונגעלייט פארען יא ארויס

בא_ללמד » 29/11/2005 21:13

עס איז שוין אדורך צוויי טעג, און כ'האב עס גרונטליך אפגעציילט.

אגב, איך האב נישט נאר נישט קלענער געמאכט דעם כינוס, נאר אפילו די זאלי חתונה האב איך אויך נישט קלענער געמאכט פון וואס עס איז געווען...

Baachi » 29/11/2005 21:26

יוסי

איך האב נישט געוואלט זיך אריין מישן מחמת מיינע סיבות

איך האלט ליובאוויטש איז א טראגעדיע, וויאזוי אזא עדה קדושה האט געמאכט א לעפט טוירן בענין די משיחיסטן.

דו האסט א יניקה פון ליטוואקעס, פון דעם חדר פון הגר"א קאטלער זצ"ל, געזונטערהייט.
אבער איך בעט דיך מיש נישט אריין קל"ב

דער רבי זצ"ל האט געהאט דעם גרעסטן רעספעקט פאר ליובאוויטש, ער האט געזאגט כמה וכמה פעמים אז א נס זיי טוהען די ארבעט, ווען נישט וואלט ער אליין דאס געמוזט טוהן.

די דרשות האט ער געזאגט פאר זיין עולם אז זיי זאלען זיצען אין לערנען, ער האט געזאגט אז דאס איז נישט אונזער -צאנזער - וועג.

כיוצא בדבר האט ער אויך צומאהל געהאקט אויף די אגודה... און אויף ניגונים זינגען אין פארברענגען ביי רעבישע טישען. ווי דער מצב האט פארלאנגט אם ראה אז זיין עולם איז נאכגעלאזט אין איין ענין. ברענג נישט קיין ראיה פון איין דרשה.

ער אליין האט געטוהן די זעלביגע קירוב ארבעט אין דייטשלאנד נאך די קריג, ער איז אויך נישט געגאנגען טשעקן די חלקי הגוף צו זענען נקי...

אין אמעריקע ווי איך הער פון זקני חסידים וואלט ער אויך געטוהן דאס זעלבע, נאר דער פאקטאר וואס הייסט סאטמאר צוזאמען מיט דעם אז ליבאוויטש האט דאס געטוהן, האט איהם געמאכט אז ער זאל זיך אפגעבן מיט אנדערע אופנים פון אויפטוהן, בעיקר דורך אויפשטעלן ת"ח אין יישוב ארץ ישראל ע"פ התורה.

דער ליובאוויטשער רבי האט געטוהן אין הצלת נפשות וואס איז דוחה כל התורה כולה.

ער איז געוועהן דער גרעסטער מומחה בדורנו אויף דעהם. ווען האט פארשטאנען אז דורך תפילין לייגן, אדער קינדער ליכט צינדן וכדומה, קען מען מקיים זיין א נפש אחת מישראל, האט ער געטראפן היתירים אויף דעהם.

און אז נישט קיין היתר איז ער גרייט געוועהן צו גיין אין גיהינום פאר יידענס וועגן.

ווען ח"ו דיין קינד גייט אראפ פון וועג, און דו ווייסט אז ער וועט איינמאהל לייגן תפילין וועט ער זיך אויפוועקן און מעגליך צוריק קומען, וואלסטו אויך קודם געטשעקט זיינע הויזן?

צבי

איך מיין אז דו ביזט א משיחיסט, אנדערש ווי ר' יואל שליט"א

זאג מיר, שמעתי אז די שלוחים זענען נישט אריין אין 770?
מחמת סרוב פון זיי זענען אנטי משיחיסטן?

tzvibp28 » 29/11/2005 21:38

BAACHI
,איך מיין אז דו ביזט א משיחיסט, אנדערש ווי ר' יואל שליט"א"

אוי געוואלד! פליז זיי מיר נישט חושד, NOTHING CAN BE FURTHER FROM THE TRUTH

רוב נערמאלע מענטשען האלטען זיך אפ פון אריינגיין אונטען אין 770 חוץ פאר א מנחה מעריב,

chaimson » 30/11/2005 00:47

בא_ללמד

ערשטענס איז עס א כינוס נאר פאר "שלוחים" און רוב רובם פון די חב"ד זיינען נישט שלוחים (כמעט גאנץ קראן הייטס, כפר חב"ד, און אלע שטעט וואס עס זיינען דא א ליובאוויטשער קהלה)

צווייטנס נישט אלע שלוחים זיינע געקומען צום כינוס. (נישט אלע קענען לאזן די משפחה, שול, בית ספר, שטאט...)

דריטענס נישט אלע שלוחים וואס זיינען יא געקומען צום כינוס זיינען אריין אין בילד מסיבות שונות ופרטיות (למשל איך בין נישט געווען אין בילד, איך בין געווען פארנומען מיט א פריווטער זאך)

וואס איז יא א פאקט (יעדער האט זיך געדארפט פארשרייבן) אז ביים כינוס זיינען געקומען נאנט צו 3000 שלוחים

yohcee718 » 30/11/2005 00:47

באטשי דברי פי חכם חן

דיין שאלה וואס איך וואלט געטוהן אויב מיין קינד דארף מען אזוי ראטעווען. איז פונקט ווי מען פרעגט א קומוניסט: "אויב דיין פעטער לאזט דיר איבער א ירושה פון א ביליאן דולר וואלסט עס אוועק געגעבען?"

וואס איז אויב איך ענטפער יא, איך וואלט איהם געגיבען תפילין. WHAT DOES THAT PROVE?

א לאגישער אדער א פאקטישער טענה איז נישט אפגעווענט מיט "וואס וואלט YOHCEE געטוהן"

WHO KNOWS אפשר וואלט איך אהן געטוהן א גרינע קאפעליטש און געטאנצט א הופקע?

אבער לעיקר הטענה האלט איך אז דו ביסט נישט גערעכט אין עס איז א טענה וואס מ'האט חושד געוועהן די מנהגי החסידות הראשונים (עיין בחרמות עליהם) אז דאס איז דער סוד'אישע יסוד החסידות אז גאט ברוך הוא איז BASICALLY א NICE GUY און א פארשטענדליכער קיין שום מצוה אדער עבירה איז דוקא. ער איז א ותרן, ער וועט פארשטיין אז כונתם לטובה.

איז דען דאס נישט דער עיקר טענה געוועהן פון די רעפארמער אז אלע זייערע 'תיקונים' זענען אפצוהאלטן אסימילאציע און זיי האבען STUDIES TO PROVE IT

דאס איז דאך געוועהן דער עיקר טענה פארוואס די קאנסערוואטיווער האבען 'מתיר' געוועהן דרייווען שבת אין שוהל, ווייל עס איז 'פיקוח נפש' אז יעניגע משפחה זאל נישט אוועק פאלען אינגאנצען פון די JEWISH COMMUNITY

עס העלפט נישט צו ענטפערען אז ליידער איז געווארען פארקערט. דאס איז נישט דער נקודה. די שאלה איז צו מ'קען בכלל מאכען אזעלכע חשבונות און צו איז מען מחיוב צו מאכען אזעלע חשבונות,

אויב די האסט געליינט וואס איך האב געשריבען וועגען ר' שלמה קארלבאך איז דאס דער טענה קעגען איהם, אויב איך קען מקרב זיין א פאר יונגע מיידליך ע"י חיבוק ונישוק WHATS WRONG? ווי פוהל פון אט די מוידען זענען היינט שומרי תורה? נניח שיש מאות ואלפים
און ווי איז דער גבול?

לע"ד אז לפי סברתך קען מען מאכען עבירות לשם מצוה FOR THE LATER GREATER GOODאיז מופרך ביסוד דורך BASIC ORTHODOXY.

איך האלט אבער נישט אז דער REBBEE האט געהאלטן אז מ'מעג מאכען עבירות לקרב, עס קען זיין ער האט געהאט א היתר איך האב עס דערמאנט אין מיינע תגובות אז דער סאטמאר רב איז געוועהן דערקעגן משום טעם הנ"ל וזה הכל.

אבער איין זאך האב איך יא געליינט אין איינע פון זיינע לקוטי שיחות. אז אף על פי וואס דער חתם סופר האט געהאלטן אז חדש אסור מן התורה האלט ער אז היינט איז א נייער וועלט און מ'דארף נוצען נייע תכסיסי מלחמה.

ואם קבלה הוא נקבל

איך האלט אבער אז רוב גדולי ישראל וואלטן דאס נישט געזאגט.

איבער הגה"ק מק"ב זצוק"ל.. עפר אני תחת רגליו איך בין דארט געוועהן און איך געדענק קלאר אז עס איז געוועהן אן אטאקע קעגען דעם עצם עובדה פון מבצעים ובפרט מבצע תפילין

אז דו ביסט א קל"ב'ער פארשאף דעם טעיפ
אגב עס זענען דארט געוועהן מאות ואלפי איש, ער האט נישט גערעדט נאר פאר 'זיין' עולם דעמאלס.





תוקן על ידי - yohcee718 - 30/11/2005 0:49:54

chaimson » 30/11/2005 00:58

BAACHI

ערשטענס

צווייטנס: אלע שלוחים וואס זיינען געווען ביים כינוס זיינען אנטי משחיסטים, בכלל איז נישטא אזא זאך ווי א ליובאוויטשער משיחיסט, עס איז א סתירה מיני' ובי', דער רבי זי"ע האט קלארערהייט געשריען אנקעגען דעם במילא טאמער איז איינער א משיחיסט איז ער נישט א ליובוויטשער.

איך האף אז דער אשכול זאל זיך נישט בייטען יעצט צו דער משיח מעשה, אבער יעדער וואס האט געלעבט מיטן רבי'ן זי"ע (לאפוקי היינטיקע משיחיסטים) פאר די איבער 40 יאר פון נשיאות האט נישט קיין ספק ספק ספיקה וואס דער רבי האט געהאלטן

תוקן על ידי - chaimson - 30/11/2005 1:10:51

tzvibp28 » 30/11/2005 01:05

זעה נאר וואס דער יאלד האט אנגעווערטשאפט דא, לייגען תפילין אויף א קרקפתא דלא מנח תפלין וואס האט אפשר נישט קיין גו, נקי איז די זעלבע לאגיק ווי פארען שבת אין שול!

פששששששששששששש

chaimson » 30/11/2005 01:08

yohcee718

איך מוז מודה זיין אז איך קען דיר נישט געווינען אין א וויכוח, פאר דער פשוטער סיבה, עס איז דא אמאל איינער וואס זאגט "2+2 איז 5" חאטש יענער איז ווייט פון קלוג אבער אז מען ארבעט שווער קען מען געפינען ווערטער צו אים מסביר זיין אז עס איז 4, אבער אז א מענטש זאגט 2+2 איז גרין אדער רויט קען מען נאר מאכן מיטן קאפ און רחמנות האבן אויף אים.

די איינציקסטע וועג דיר געווינען (נישט דיר אליין נאר די וואס ליינען) איז צו דיר לאזן שרייבן און שרייבן און די אלע וואס האבן עפעס א ידיעה אין דעם רבי'ס שיטות וועט זען אז וואס דו שרייבסט איז "2+2 איז גרין"

לסיכום: נעם זיך צו די ארבעט און זיי ממשיך מיט דיין שרייבן

yohcee718 » 30/11/2005 01:14

חיימזוהן

די קומסט מיר פאר ווי א פיינער איד. און עס איז מיר נישט גרונג אויפען הארץ זיך צו דינגען מיט דיר.

דער סיבה פארוואס עס איז נישט פארהאנן א סלאנימער אדער קלויזענבורג משיחיסטישער באוועגונג איז נישט ווייל זיי זענען בעסער פון אייך און נישט ווייל זיי זענען שוואך אין אמונת המשיח.

משיחיזום אין לובאויץ קומט פון איין מקור. די קענסט אפשר טענה'ן אז זיי פארשטייען נישט דעם דעת פון פונעם רעבי אבער עס איז דא גענוג באווייזען אז דער רבי האט זיי געשטוצט אין און גערייצט צו אזא עקסטאז.

עס איז אויך דא הוכחות אז ווען ער האט זיי צוריק געהאלטן איז נאר געוועהן כדי ס'זאל נישט שאדען מאכען דעם 'ויופוצו' נישט אז דאס איז א מורא'דיגע אטאקע קעגען יסודות אמונה.

HE LET THE THING FESTER AND AT TIMES GAVE THEM A WINK AND A NOD

צו טענה'ן אז דער לובאוויטשער רבי האט גארנישט צו טוהן מיט דעם תופעה איז פשוט אזוי ווי לייקענען שמש בצהרים.


תוקן על ידי - yohcee718 - 30/11/2005 1:16:48

tzvibp28 » 30/11/2005 01:32

איך האב אמאל געהערט פון א איד וואס האט זיך געהאלטען א סקולענער חסיד און וועלכע האט געלערענט אין לעיקוואוד ביי די איצטיגע ראש ישיבה'ס זיידע (ר' א.ק. פאר די וואס ווייסען נישט)

ער האט מיר געוואלט "מסביר" זיין אז זיין ר"י האט בעסער פארשטאנען וואס חב"ד איז פון דעם רבי'ן און די רבי מהריי"צ נ"ע און דערפאר האט אזוי לוחם געווען קעגן ליובאוויטש!

אונזער אגודיסט YOHCEE "האלט" אויך פון ליובאוויטש, און די "שו"ע הרב איז ביי אים די פוסק אחרון" , און דערפאר פארשטייט ער בעסער ווי די רביים

נישטא ווער ס'זאל לאכען.....

Baachi » 30/11/2005 07:58

צבי
חיימזאהן

תנוח דעתכם שהנחתם את דעתי, אז איהר זייט נישט קיין משיחיסטן

יוסי

די שאלה איז נישט וואס וואלט יוסי געטוהן, נאר וואס וואלטן REASONABLE מענטשן געטוהן ווען עס האלט ביי פיקוח נפש.

לגבי קאנזערוואטיוו און ליבאוויטש

איך מיין אז דו פארקוקסט זעהר א שטארקען חילוק

לו יצוייר (!) אז חב"ד טוט פעולות אין זייער קירוב ארבעט וואס זענען נישט לכתחילה אויס געהאלטן . איז עס נאר אנצוצונדן דעהם פונק - דאס איז וואס חסידישע ספרים זענען פול דעם משל המנקה ארובות שמתלכלך בעצמו - מוציא יקר מזולל - ירידה צורך עלייה, וכהנה רבות אנגעהויבן פון די ערשטע תלמיד בעשה"ק .

סאיז נישט קיין דרך החיים צו לעבן אזוי כסדר, זייער תכלית איז אויפצוהייבן דעם געפאלענעם ער זאל ווערן א ייד א שומר תו"מ בשלמות. ווי זיי קענען אויפווייזען און רבבות (!) פעלער

משא"כ דער קאנזערוואטיווער אדער רעפארמער לאזט אראפ דעם גאנצן סטאנדארט פון יידישקייט, זייער תכלית איז ער זאל בלייבן אזוי נידריג. סאיז א ירידה לצורך ירידה.

THIS MAKES ALL THE DIFFERENCE

בענין ר' שלמה קארליבאך ז"ל, ער איז געוועהן א זעהר קאנטראווערסאלער פיגור צוליעב זיין פערזענליכען לעבען. ווען ער וואלט נאר דאס געטוהן די "עבירות לשמה" אויפן קעמפוס, און דערנאך אהיים געקומען צו זיין ווייב און קינדער ווי א נארמאלער איד, וואלטן מענטשן נישט אזוי געהאקט אויף איהם. אבער פונדעסוועגן דאך איז: אין עבירה מכבה מצווה, וואס נשמות דער איד האט אנגעצונדן, נשמות וואס זענען געווען אין אזוי צוזאגען דעם שער המ"ט, קיינער וואלט נישט געהאט צו זיי קיין צוטריט ווען נישט ער, היינט פירען זיי אידישע שטובער לשם ולתפארת, דמו ודם זרעותיו תלויים בו - מרובה מדה טובה. ווי קען מען אויף דעם איד רעדן?

נאכאמאהל, קיינער איז נישט מתיר קיין עבירות, ווער עס טוט איין עבירה מוז זיין גרייט צו ליידן די קאנסעקווענצן, כל האומר הקב"ה וותרן יוותרו מיעוהו, אבער טאמער איינער וויל טוהן די שמוציגע ארבעט, זאל איך איהם שטערן?

דער ליבאוויטשער רבי האט געהאט זיינע היתירים על פי הלכה אויף אלע זיינע מבצעים, די דברי החת"ם סופר זענען נישט קיין מצוה חדשה סאיז געוועהן למקומו ושעתו, אפילו ר' משה זצ"ל שרייבט אזוי לגבי לייגן א באלעמער נישט אינמיטן די שוהל.

די זעלבע זאך זאג איך דיר לגבי קל"ב, איל בין א לעיט קאמער דארט, אבער איך קען זייער היסטאריע זעהר גוט,

סדא פון איהם א ווארט וואס ער האט גענטפערט פאר איינעם אין די בראשית יארן אין אמעריקע ווען ער איז ארום געפאהרן מאכען חדרים איבער גאנץ ניו יארק, וואס איז דער חילוק צווישען איהם, סאטמאר און ליבאוויטש? האט ער גענטפערט:

מלה"ד, ווי איינער דערטרינקט זיך אין א טייך, דער ערשטער וועט זיך איינשטעלן און אריין שפרונגען נאך איהם, דער צווייטער וועט אנטלויפען כמטחווי קשת דאס וואסער זאל איהם אליין נישט אריין שלעפן, דער דריטער וועט שטיין אויפן בארטן און אריין ווארפן אשטריק וואס יענער קען אנכאפן. דער ערשטער איז ליובאוויטש, דער צווייטער איז סאטמער, דער דריטער איז מיין וועג.

ח"ו נישט געפאסעלט, נאר ער האט געהאלטן ס'נישט פאר איהם. ער האט מערערע מאהל דערמאנט ליבאוויטשער רבין זצ"ל ברבים און א זעהר פאזיטיוון זין. פארדעהם פארשטיי איך באמת נישט וואס דו זאגסט פון א דרשה.

BTW סדא אווארט פון דברי חיים אויף אברהם אבינו אז זיין גאנצע אריין ווארפן אין כבשן האש איז געוועהן איין עבירה לשמה, און פון דעהם נעמען מיר כוח צו דינען דעם אייבירשטען אהן חשבונות פון שכר ועונש, סאיז א הערליכער שמועס, געדריקט אין חמדה גנוזה חלק א'.

מנלי » 30/11/2005 21:58

'
[בילד – נישט אפגעהיט]

Mench » 1/12/2005 15:56



http://thejewishweek.com/news/newscontent.php3?artid=11742

Chabad's Global Warming
Outsiders praise 'the most effective Jewish organization.'
Jonathan Mark - Associate Editor

If messianism hadn't become such a malignant word with which cynics and rivals indiscriminately tar, feather and suspect every Chabad-Lubavitch chasid, it would be easier to say that last week's annual convention of the Lubavitcher rebbe's shluchim (emissaries) was nothing less than messianic.

No, not the messianism of a quadrant of Lubavitchers who still believe that the rebbe, Menachem Mendel Schneerson, who died in 1994, is indeed the Messiah and somehow alive. In fact, every written word about the rebbe in the convention's papers and programs was suffixed with the Hebrew acronym indicating that the rebbe's emissaries, the elite of Chabad-Lubavitch, clearly recognize, as the coroner says in Munchkin Land, that he's not only merely dead but really most sincerely dead. One has to be blunt, for that is what the cynics demand, even if it brings a tear to a chasid's eye as much as if anyone had to swear under cross-examination that, yes, someone I loved is now cold in the ground.

Ethically and spiritually, though, the rebbe is alive and his movement is hot. Almost 100 couples went out into the world as the rebbe's emissaries in the past year, bringing the total number to nearly 4,000. Chabad Houses opened for the first time in Poland and Laos, pushing the number of countries in which Chabad operates to over 70.

As Rabbi Berel Lazar, chief rabbi of Chabad's Russian operations put it, the shluchim are still guided by the rebbe's principal that ''no Jew is too small, no effort too big, no result insignificant. He gave us the strength and the courage,'' said Rabbi Lazar, ''the blessing to understand the infinite value of one lone Jew.''

And when the actual Messiah does arrive to his fabled Banquet of the Leviathan, the joy at that apocalyptic feast might only hope to approach the energy, spirit, and foot-stomp dancing that had the silverware bouncing off the tables and the fine china rattling at last Sunday night's shluchim banquet at the New York Hilton.

The stories told at the conference were like a messianic checklist, from reviving the dead (albeit metaphorically) to ingathering exiles and other unearthly deeds.

Revival of the dead? Less than 15 years ago, the conventional wisdom among Jewish professionals was that Jewish life in the Soviet Union was as dead as the rebbe is now. Nevertheless, Chabad today has returned soul to dry bones, with permanent rabbis in 105 cities in the former Soviet Union, and circuit shluchim servicing 321 towns beyond that. Since last year's conference, Chabad shluchim welcomed 200,000 Jews to services, and energized American philanthropists into donating $35.9 million – earning a spot on the Chronicle of Philanthropy's annual ''Philanthropy 400'' list, where the group ranked 391. And that's just Chabad of Russia.

Among the prominent New York philanthropists, George Rohr helped with the publishing of more than 200,000 Russian siddurs and religious books. And Michael Steinhardt helped finance a Chabad youth movement that now has members in more than 100 cities of the former Soviet Union. Steinhardt, who has spent scores of millions on projects for Jewish identity in the United States, said in conversation outside the ballroom, ''Chabad is perhaps the most effective organization in the Jewish world. I think that. I really do. I'm trying to learn from Chabad.''

According to the Yeshiva University student newspaper, ''only seven or eight students [from the YU rabbinical school are] going into the pulpit rabbinate annually.'' By contrast, last year Chabad sent 25 pulpit rabbis to the Ukraine alone.

Stories were brought back from the ends of the earth. The Chabad shaliach to Malmo, Sweden, American-born Shneur Kessleman, proudly announced that after one year on the job, ''My Kol Nidre speech was in Swedish.''

There were 2,094 shluchim at the dinner, and they brought another 800 ''civilians''—friends and supporters, many of whom were not chasidic, Orthodox or even Jewish, such as the ambassadors to the United Nations from Russia, Ukraine, Poland, Moldavia and Kazakhstan, each seated with their local Chabad shluchim.

Chabad's success in parts of Europe and Russia has sometimes been met with resentment on the part of others working the same turf, albeit in smaller numbers. Chabad's religious soft-sell has been contrasted with its raw political muscle and machinations, helped by Russian President Vladimir Putin's patronage. The matter was addressed by a conference workshop, 'Interacting with the existing Jewish, rabbinic and secular organizations.'

Alan Dershowitz, another non-Chasid, was there to deliver the convention's layman's address. He began his speech with a ''Wow! What a gathering! The energy! The love! The Yiddishkeit in the room is beyond belief.''

He said that when New York Magazine found out he'd be speaking at the Chabad banquet, they called and asked, ''Why? Why are you… speaking in front of Chabad? You don't agree with all of their policies.'' Their implication was, said Dershowitz, ''If you don't agree with everything, you agree with nothing. I explained that what I learned more than anything from Chabad is how to emphasize points of agreement rather than points of disagreement. Chabad doesn't require agreement. They simply open themselves up to Jews.''

Dershowitz admitted to skepticism when he first heard Chabad was sending a shaliach to Harvard University, where he's a law professor. Dershowitz said, ''My idea was, [Chabad in] Siberia? That's nothing. Central Africa? That's a breeze. Chabad at Harvard? How can that ever happen? Kids come to Harvard to rebel against religion, to look for more liberal attitudes.''

But, said Dershowitz, a few weeks ago, 400 Harvard students showed up for Chabad's Friday night dinner. Chabad's presence on campuses ''is absolutely crucial… to make young people proud of being Jewish'' and proud to support Israel. ''We cannot rest until there is a Chabad shaliach on every major college campus in the world,'' he said.

Rabbi Lazar recalled that in a Kremlin conversation, Putin told him about how he grew up terribly poor, with neighbors who were chasidim. ''They always made sure to invite him over. They served him supper. They helped him with his homework. Friday night they gave him gefilte fish and knaidlach,'' said the rabbi.

''He remembered,'' said Rabbi Lazar, ''watching this Yid learning the Talmud and keeping Shabbos. He realized, not only were they kind to a child who wasn't theirs, kind to a child who wasn't Jewish, but they were kind to a child in a time and place when it was dangerous for Jews to do all that.''

Thirty years later, said Rabbi Lazar, first as Leningrad's deputy mayor and now as Russian president, Putin has been ''more than encouraging to Jewish rebirth in Russia.''

Rabbi Joseph Telushkin, the author of numerous books on Jewish ethics, literacy and identity, was at the banquet as a friend of the shluchim from North Carolina. Halfway through the evening he passed a note from his table to mine: ''Chabad models more powerfully than any group I know the Talmudic teaching that whoever saves one life it's as if he saved an entire world. They really and consistently treat each individual as sacred. And they do so joyfully and uncomplainingly, and to not complain is not such a common thing in Jewish life.''

Rabbi Moshe Kotlarsky read the roll call and the shluchim stood up, table by table, in response to his booming voice: ''Asia – let's welcome the shluchim from China! The shluchim from India …. Japan … Nepal … Singapore … Thailand … Laos. We welcome the shaliach from the Congo,'' and the traveling shluchim who serve Nigeria, Niger, Gabon, Namibia, Ivory Coast, Ghana, Ethiopia, Kenya and Angola.

The band punched out the Marseillaise for the delegation from France, and when the roll call was finished all 2,891 shluchim and friends started dancing, weaving around the ballroom, arm on shoulder, to the raucous melody known as the ''Niggun of Rosh Chodesh Kislev.''

When the banquet was over, some 500 shluchim returned to the big shul in Chabad headquarters at 770 Eastern Parkway to fabreng — that unique chasidic get-together celebrating Torah, schnapps, stories, songs and camaraderie.

The fabrengen kept going until the sun lifted over Brooklyn. It was time for morning prayer, and then to catch a plane




תוקן על ידי - Mench - 01/12/2005 16:22:02
בלאט: 1 2 3 4