ניגוני ר' יום טוב שמחה עהרליך זצ"ל
114 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 115 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1673670
לאמיר פרובירן צו נוצן אונזערע כשרונות.
כ'בין זיכער אז א גרויסער חלק שרייבער זענען באקאנט מיט די לידער פון דעם אלעמען באקאנטן חסיד ר' יום טוב עהרליך זצ"ל.
מיינע קינדער רעדן זיך אפ אז מען פארשטייט נישט וואס ער רעדט, עס פעהלט זיך אויס א געדרוקטער ספר פון די אינהאלטסרייכע לידער.
אפשר וואלט געווען א פלאן אז ווער ער קען א גאנצן - אדער כאטש ס'רוב - ליד, זאל עס דא אריינקלאפן, און אפשר מיט דער צייט וועט מען קענען מאכן א ספר'ל, צום באנוץ פון יעדן.
כ'ווייס נישט אויב עס פעהלט אויס צו בעטן ערלויבעניש ביי די יורשים, מען מאכט דאך עס נישט פאר ביזנעס, בלויז מיטן ציהל צו פארלייכטערן פאר ערוואקסענע און קינדער צו הערן די קאסעטן.
איך הייב אהן מיט די ערשטע:
אידיש נחת נומער 1, ערשטער ליד
אינמיטן ים, פאהרט א שיף, פאהרט זי אויסגעצויגן,
פאהרט א איד פון ארץ ישראל, מיט פארוויינטע אויגן.
אין ירושלים דארט,
אפגעלעבט די יאהרן,
און פון אזא הייליגן ארט,
געמוזט אוועקצופאהרן.
געלאזן דער משפחה דארט,
און אלע גוטע ברידער,
און קיין אמעריקע אז מען פאהרט,
איז דאך זיייער ביטער.
מיין פריינד, זאג איך צו איהם מיט פרייד,
איהר דארפט זיך גארנישט שרעקן,
דער אויבערשטער האט שוין אנגעגרייט,
אן ארט פאר אייער וועגן.
פארהאן א ווינקעלע, גאנץ קליין,
פול מיט יראת שמים,
איהר וועט זיך שפירן ווי אינדערהיים,
ווי אין י ר ו ש ל י ם.
זיין זוהן פארקויפט אלע זיינע קאסעטעס מיט א געדרוקטע בוך פון זיין לידער. איך האב עס אמאל געהאט.
אויך האט אברהם פריעד ארויסגעגעבן 2 טעיפס מיט ווערטער-ביכער
בלויז א חלק, דאס מערסטע איז נישט געדרוקט כפי ידיעתי.
וויפיהל איך געדענק איז עס געווען א דיקע בוך מיט כמעט אלע לידער.
קענסט פרעגען יוסף ניינציג צו נאך איינער וואס וואוינט אין ירושלים צו זיי קענען מברר זיין זיין נומער. איךם מיין ער הייסט שמחה.
ווי קען די זון הייסען שמחה? לפי דער פותח האשכול האט ער אויך געהייסען שמחה?!
דו מיינסט אפשר די איידעם שלעזינגער?
עס איז ארויס געקומען א ביכל נישט לאנג צוריק דורך איינעם בלוי וואס ער האט ארויסגעגעבען ביי זיין זוהן בר מצוה און דארט מיין איך אז ער האט אלע ניגונים פון יו"ט ערליך מיט די ווערטער
איך מיין זיין זוהן. ער פלעג אריינקומען אין בריסק יעדער אזוי אפט און ער האט זיך געדרייט אין זכרון משה. איז אפשר נישט שמחה.
אויף קאסעט נומער 36 זינגט ר' יום טוב שמחה זצ"ל (ער האט געהייסן נאך זיין זיידן ר' יום טוב שמחה ז"ל ווי ער אליין דערציילט אויף איינע פון די סטאלינע קאסעטן) זינגט אויך זיין זוהן ר' אלימלך, מיינסט איהם? כ'האב עפעס געהערט אז זיינע קינדער קימערן זיך ווייניג מיט זיינע קאסעטן, כ'האב עס קיינמאל נישט באשטעטיגט.
איך געדענק נישט זיין ערשטע נאמען. ליגט מיר אין קאפ ער וואוינט אין גאולה געגענט, איך ווייס זיכער ער דרייט זיך אין זכרון משה.
פארוואס האסטו נאר ארייגעלייגט די ערשטע העלפט פון די ליד "וויליאמסבורג?" כאטש ס'זעט אויס ווי צוויי לידער איז עס איין לאנגע ליד באהאפטן מיט'ן סטעיטמענט "מארסי עוועניו וואטש יור סטעפ, וויליאמסבורג." ס'קלינג מיר אין קאפ אפאר שורות פון די ליד: "ביים קלויזנבורגער פאלן טרערן / טיפע קרעכצן ביי דעם סקווערן / און די סטאלינער חסידים שרייען - אין סאטמאר נאכנישט אנגעפאנגען / מען איז אין מקוה ערשט געגאנגען / און ביי די וויזשניצער טרינקט מען שוין לחיים."
לדעתי איז די שענסטע ליד פון יום טוב ערליך "איך האב געווארט און געווארט" פון די שבת טעיפ. ס'איז אזוי עבסטרעקט, אזוי פאעטיש.
נבוד
אוי די דערמאנסט מיך פון ר' יונטעל קומט מיר טרערען
איך האלט אז ער איז אן אוצר לעם ישראל לנצח!
ס'איז א שאד ווייל אפילו רוב פון די וואס פארשטייען אידיש גוט, ווייסען נישט ווי טיעף אריינגעווארצלט זענען זיינע נגונים אין דער היסטוריע פון אונזער פאלק ישראל און א ווי פוהל חכמת ומדרשי חז"ל זענען אריינגעוועבט אין זיינע נגונים'לעך.
א יעדער קען הנאה האבען פן זיין ליעד 'יעקאב' אבער נאר דער וואס ווייסט אין פארשטייט היסטוריע קען פארשטיין פון וואס ער רעדט: לדוגמא וואס מיינען "די בערג פון דידשאן, אוזבעקיסטאן" און ווער זענען די "טאדשיקען"?
פארוואס איז "יאקאב" (און אנדערע אידען) דארט אונגעקומען?
און וואס איז א "מאטראס" אויפ א מיליטערישע שיף אינעם פארט פון אדעס?
אבער פאר די וואס פארשטייען איז ער גאון אין פיוט אין דעם מאמע לשון על טהרת הקודש
יהא זכרו ברוך
א מאטראז איז א sailor אוןמען דארף נישט קענען קיין היסטאריע כדאי צו קענען הנאה פונעם ניגון.
אינטערסאנט צו וויסן.
די ניגון יאקאב איז א אמתע מעשה פאסירט מיט זיין חבר וואס ער האט געטראפן נאך די מלחמה, און געמאכט די ניגון לכבוד זיין חתונה.
ער ענדיגט נישט וואס עס איז געווארן מיט אים, אבער אין המודיע איז 2-3 יאר צוריק איז געווען באשריבן דער איד, און עס איז אויך געווען א בילד פון אים, זיי שרייבן אז ער איז אנטלאפן,ער וואינט אין אר"י.
איך האב געקויפט כמעט די גאנצע סעט, און מיינע קינדער האבן זיך נישט געקענט אפרייסן דערפון, נאך אפאר מאל אים הערן קען מען אים גיט פארשטיין.
עס איז א מצוה רבה פאר זיך און פאר די קינדער עס צו הערן, עס ברענגט אריין אמונה פשוטה, בטחון, מדות טובות, געזינגען דורך א אמת'ן ערליכער יוד וואס איז שוין נישט פארהאן כדוגמתו.
ער האט מקבל געווען אויף זיך ביי די מלחמה אז אויב ער וועט געראטעוועט ווערן וועט ער אויסניצן זיינע טאלאנטן אריין ברענגען ערליכקייט אין אידישע קינדער, און משמח זיין חתנים וכלות, איך געדענק נאך ווען ער פלעגט שפילן ביי חתנות מיט זיין "אקארדיען" (ווער וויסט היינט וואס דאס איז).
ת.נ.צ.ב.ה.
יא בוסט גערעכט
אבער דער ניגון איז קלאר אויף א 'קאנטאניסט' וואס איז געוועהן א מאטראז אויף א שיעף אין אדעס
דארך מען דאך וויסען היסטוריע
פארוואס דארף ער זיכען א באהאלטענע שוהל ערב יוה"כ?
מ'דארף דאך וויסען פון קומוניזום
עס איז אויך גוט צו וויסען אז אדעס איז א פארט שטאט וכו' וכו'
מיין פוינט איז אז דער וואס ווייזט היסטוריע האט א ספעציעלע הנאה פון זיינע REFERENCES
תוקן על ידי - yohcee718 - 17/11/2005 0:54:32
דאס איז א כלל אין אלעם, אינו דומה איינער וואס ווייסט וואס עס מיינט "מעגילה" און ער לערנט די משנה אין מכות, ווי איינער וואס ווייסט נישט וואס "מעגילה" מיינט, ס'איז אינה דומה די הבנה, וכן בכל דבר ודבר.
ווייסט איינער אויב/ווי מען קען הערן/דאנלאדן זיינע ניגונים אויפן WEB?
עס איז דא יו"ט ערליך ניגונים געזונגען דורך אברהם פריעד
ווי למשל יאקאב אויף אידיש קען מען עס הערן אדער דאנלאדן?
מען האט עס אמאל געקענט הערן אויף
http://www.613.org/דאס ביכל פון יו"ט ערליכ'ס לידער איז צו פאראן צו באקומען דאהי. (איך האב עס געזען פאר עטליכע חדשים צוריק ביי "בנימינ'ס".)
איך וואלט ליבערשט פערגענוגין געהאט, אויב איימיצער וואלט דא פארגעלייגט א אידישע ניגון פון החזן הידוע יאסעלע ראזענבלאט ע"ה וואס איז אסאך שווערער צו פערשטיין
וואו למשל "א אידישע מאמע" "עס איז געווען אמאל א פאסטוכעל" "תנחום",
(נישט ח"ו דער ניגון "אהיים". וד"ל)
One_Satmar:
Can you please tell me where I can buy the entire set of Yom Tov Ehrlich's Albums ?
Thanx and if possible please answer me in my private box because these forums get moved to the bottom of the list quickly.
איך האב אין מיין באזיץ אפאר טעיפס פין יו"ט ערליך אויף MP3
חסד
יידיש נחת
תורה
תשובה
רננו צדיקים
איך בין אלס געווען א גרויסער "יו"ט עהרליך" פען,
בימי חורפי, בין איך געווען בקי און אלע זיינע ניגונים, און קאסעטעס,
זיינע ליריקס זענען מלא תוכן, און די ניגונים איז דא טייל וואס ער האט אליינס מחבר געווען, זייער הארציג אין פאסענד מיט די ווערטער,
אגב, דער ניגון פון זיין זיידע ר' יו"ט שמחה, איז אויף דער קאסעט "חסד", ער זינגט דער קארלינער ניגון וואס רב פריינד דער ירושלימער רב פלעגט טאנצן מצוה טאנץ,
זייער א שיינער לעבעדיגער הורה ניגון,
א מעשה ווי אזוי דער "בית אהרן" האט רחמנות געהאט אויף אן אינוואלידער בער און וואלד,
ס'איז נישט דא היינט קיינער וואס איז דומה צו דעם,
תוקן על ידי - קושקע - 17/11/2005 2:46:50
NUSEN
לייג עס ארויף אויף YOUSENDIT.COM אדער עפעס אזא סייט וועלן מיר אלע הנאה האבען ..
אויב עס איז נישט דא אין דעם גניבה?
איך האב געזען דעם ביכל פון אלע ניגונים, שיין געדריקט, ביי בית הספר אין וויליאמסבורג, פאר עטליכע וואכן צוריק.
אט זענען עטליכע ניגונים פון יאסעלע ראזענבלאט, די פינטעלעך זענען ערטער וואס אויך נאך מיה און פלאג האב איך נישט פארשטאנען, ווער עס קען זאל ביטע אנפיהלן די לעכער.
צום באהויפטן, אז דער ליד "די אידישע מאמע" איז פון די לייכטסטע צום פארשטיין. אויך וויל איך באתייכענען, אז יאסעלע האט נישט פארפאסט קיין איינע פון די לידער, די נעמען פון די פארפאסער האב איך יעצט נישט צייט צו ארויפלייגן.
א אידישע מאמע
איך וויל ביי אייך א קשיא פרעגן,
זאגט מיר ווער עס קען.
מיט וועלכע טייערע פארמעגן,
בענטשט ג-ט אלעמען.
מען קויפט דאס נישט פיר קיינע געלט,
דאס קריגט מען נאר אומזיסט.
און דאך אז מען פארלירט דאס, אוי,
פיהל טרערן מען פארגיסט.
א צווייטע גיט מען קיינעם נישט, עס העלפט נישט קיין געוויין,
ווער עס האט פארלוירן דער ווייסט שוין וואס איך מיין.
א אידישע מאמע,
עס גיבט נישט בעסער, אויף דער וועלט,
א אידישע מאמע,
אוי וויי ווי ביטער, ווען זי פעהלט.
ווי שיין און ליכטיג איז אין הויז ווען די מאמע איז דא,
ווי טרויעריג פינסטער ווערט, ווען ג-ט נעמט איהר אויף עולם הבא.
אין וואסער אין פייער,
וואלט זי געלאפען פאר איהר קינד.
נישט האלטן איהר טייער,
דאס איז געוויס די גרעסטע זינד.
אוי ווי גליקליך און רייך איז דער מענטש וואס האט,
אזא שיינע מתנה געשענקט פון ג-ט.
נאר איין הארציגע אידישע מאמע,
אוי, מאמע מיין.
----------------
א געבעט
מיט א צובראכענעם הערץ,
און מיט ליידן אהנע שיעור,
זאג איך יעצט תהלים, ווייל יעדער מיט מיר,
וויינען קלאגן אויף דעם אומגליק פון דער מלחמה צייט.
ער פערוואנדערט אין מיר, טרויער א שרעק,
ער רייסט דעם לעבן, פון קינדער אוועק,
דער פלאם פון פייער ברענט עס אזוי ווייט, אזוי ווייט.
טאטע מאמע, שוועסטער ברידער, ווייב און קינד,
לאמיר בעטן ג-ט ...
ג-טעניו, טאטעלע, שענק אונז דיין בליק,
ברענג יעדן, צו טאטעלע, געזונטערהייט צוריק,
ווער ווייסט נאך ווער, ווי דו מער,
צו קינדער האבן קומט אהן שווער,
דאן אונזער טאטע, אונזער געבעט דערהער.
רחמנות האב, אויף די עלטערן, ..
עס איז יונגע לעבנס, יונגע בלוט, ..
זאל זיין שלום שוין, ..
און בשלום ברענג די קינדערלעך אהיים.
--------------
די נבואה
איך זעה די נבואה,
ווי א גרויסע ישועה,
וועט קומען אויף מיין ליב פאלק ישראל.
פון גרויסע די גרעסטע,
פון פיינע די בעסטע,
וועלען די ישראלים זיין נאכאמאל.
געארבייט מיט זיי שווער,
גאר אהן איין אויפהער,
האט פרעה דער מלך פון מצרים.
נאר דער רחום וחנון,
וועט אין זיי זיך נאך דערמאנען,
און זיי פיהרען אין דעם לאנד דעם נייעם.
נאר איין ג-ט, וועט זיין מיט אונז,
אין דעם לאנד, דעם שיינעם,
שירה זינגען וועלען מיר אלע אינאיינעם.
אויף דעם ביימעלע,
אין זיין היימעלע,
הענגען וועט דער גלות פידעלע.
אויף דעם בענדעלע,
אין זיין וועלדעלע,
זינגען וועט ער א לידעלע.
ישראל עס וועט זיין גוט, דאס זעה איך פון נבואה,
ג-טעניו ... וועט קומען די ישועה,
אויף דעם ביימעלע,
אין זיין היימעלע,
הענגען וועט דער גלות פידעלע.
אויף דעם בענדעלע,
אין זיין וועלדעלע,
זינגען וועט ער א לידעלע. אמן.
--------
יאהרצייט ליכט
יתגדל, ויתקדש, שמיה רבא.
אוי, יאהרצייט ליכט,
אין א ווינקעל אליין,
מיר ברענען דיר היינט, מיט הייסען געבעט,
דיין פלאם זאל באלייכטען, פערגעסענע טעג,
זאל גיסען א שיין, אויף דעם דונקעלן וועג.
צו געפינען א הארץ, אין א הארץ וואס אמאל,
האט געלעבט, און האט געזאגט,
יתגדל, יתגדל.
אוי, יאהרצייט ליכט,
אין א ווינקעל אליין,
דו זאלסט אונז דערמאנען, ווי נישטיג מיר זיינען,
דערמאנען דאס הארץ מיט א ברענענדער פלאם.
צו געדענקען א נאהנטער, הייליגער שטאם.
צו וויינען צו קלאגען,
אין ליכט פון דיין שטראל,
מיט ביטערע טרערן,
יתגדל יתגדל.
אוי, יאהרצייט ליכט,
פערטרויערט פערטראכט,
וועסטו אמאל ברענען,
פאר מיר ווען א נאכט,
יתגדל ויקדש שמיה רבא.
.. יעצטיגע שעה,
זאל קלינגען דיין קדיש ..
זאל קלינגען דיין קדיש, יתגדל,
יתגדל, ויתקדש שמיה רבא.
לאמיר זיך איבערבעטן
לאמיר זיך, לאמיר זיך, איבערבעטן, איבערבעטן, אבינו, אבינו, אבינו שבשמים,
לאמיר זיך איבערבעטן, זיי דיינע ווערטער מקיים.
לאמיר זיך איבערבעטן, אבינו שבשמים,
לאמיר זיך איבערבעטן, זיי דיינע ווערטער מקיים.
לאמיר זיך איבערבעטן, לאמיר זיך איבערבעטן, זיי שוין דיינע ווערטער מקיים.
ווייל נסים ונפלאות, האסטו דאך צוגעזאגט, צו ווייזן אונז אזוי ווי אמאל,
גענוג שוין, גענוג שוין, געפלאגט און געיאגט, און בעפריי דיין פאלק ישראל.
לאמיר זיך, לאמיר זיך, איבערבעטן, איבערבעטן, דערמאן זיך, דערמאן זיך, אין אונזער יחוס,
לאמיר זיך איבערבעטן, לאז שוין אויף אונז נישט מער קיין רציחות.
לאמיר זיך איבערבעטן, דערמאן זיך אין אונזער יחוס,
לאמיר זיך איבערבעטן, לאז נישט אויף אונז קיין רציחות,
לאמיר זיך איבערבעטן, לאמיר זיך איבערבעטן, לאז נישט מער אויף אונז קיין רציחות.
ווייל נסים ונפלאות, האסטו דאך צוגעזאגט, צו ווייזן אונז אזוי ווי אמאל,
גענוג שוין, גענוג שוין, געפלאגט און געיאגט, און בעפריי דיין פאלק ישראל.
לאמיר זיך, לאמיר זיך, איבערבעטן, איבערבעטן, זאל שוין אויף אונז רוהען דיין שכינה,
לאמיר זיך איבערבעטן, זאלן די שונאים אויסגיין פאר קנאה.
דלאמיר זיך איבערבעטן, אבינו שבשמים,
לאמיר זיך איבערבעטן, זיי דיינע ווערטער מקיים.
לאמיר זיך איבערבעטן, לאמיר זיך איבערבעטן, זיי שוין דיינע ווערטער מקיים.
לשנה הבאה בירושלים.
------------
קלי קלי
קלי קלי, למה עזבתני,
קלי קלי, למה עזבתני.
אין פייער אין פלאם, האט מען אונז געברענט,
איבעראל געמאכט, אונז צו שאנד און צו שפאס.
זיך ... האט אונז, קיינער נישט געקענט,
נאר דו מיין ג-ט, געדענק דיין הייליגע ...
.. ..
קלי קלי, למה עזבתני,
קלי קלי, למה עזבתני.
טאג און נאכט, נאר איך טראכט,
פון דיר מיין ג-ט.
איך היט מיט מורא,
אפ דיין תורה,
דיינע צעהן געבאט.
רעטע מיר, רעטע מיר אפ פון ..,
ווי אמאל, די אבות ..
הער מיין געבעט, מיין געוויין,
.. מיר נאר אליין,
שמע ישראל, ד' אלקינו, ד' אחד.
--------------
שופר של משיח
נישט ווייט צו געהן,
קען איעדערער זעהן,
ווי אונטער א שטיין,
אין איין טיפער הייל.
ליגט אונזער קרוין,
לאנגע יאהרן שוין,
אונזער דוד,
מלך ישראל.
דוד דוד, שטיי אויף פון דיין שלאף,
געטרייער פאסטוך און ..
זעה ווי מען קלאפט אונז אויס, דיינע שאף,
און קיינער נעמט זיך פאר זיי נישט אהן.
אבער אז וועט הערן דעם שופר של משיח, יא.
וועט ער אויפשטיין פון זיין קבר גיך, יא.
און וועט זיך זעצן אויף זיין שטוהל,
און וועט זיך געבן אויף זיין פידעלע א שפיעל.
און אויף דער מינוט וועט זיך געבן א רוק,
פיהלע מוזיקאנטן,
און א יעדער איד וועט שפילן מוזיק,
אויף דעם תהלים דעם בעקאנטן.
און אויך דער ים,
וועט ..
שאקלען מיט די ..
און דער גרינער וואלד,
וועט קומען באלד,
און קלאפן מיט די בלעטלעך.
און דוד המלך מיט זיין פידעלע,
וועט יעצט שפילן א פרייליך לידעלע,
..
..
קומטס מיט מיר,
..
.. לעבעדיגן ג-ט.
שלאף
איילי לאלילא, איילי לאלילא,
איילי לאלי, לאלי לאלי, איילי לאלי לא.
שלאף שוין, מיין טייער פייגעלע,
מאך שוין צו, דיין כשר אייגעלע,
שלאף שוין שלאף, אין זיסער רוה,
איי איי לאלא לאלא לאלא.
שלאף, דורך די גאנצע נאכט,
איבער דיין קעפעלע, א מלאך וואכט,
מאך שוין דיינע אייגעלעך צו,
איילי לאלי לא.
אייזעלעך, הינדעלעך, פייגעלעך,
ציגעלעך, קעלבעלעך שאף און רינדער
שלאפן און רוהען אלע ביינאכט,
ווי די קליינע קינדער.
שלאף, שוין מיין פייגעלע,
מאך שוין צו דיין אייגעלע,
איך בין שוין מיד אצינד.
שלאף, לאלא, שלאף, שלאף שוין,
שלאף, באלד גיי איך רופן דאס בערעלע,
איי לילילי לאלא, איי לי לילי לאלאלא,
אה אה אה איי לא.
שלאף מיין קינד, לאלא.
---------------
ועוד חזון אי"ה
אגב אורחא, דער שיינער ביכל פון דער עולם רעדט איז בלויז טראנסקריפטן פון די עטליכע קאסעטעס, כ'מיין ביז נומער 11-12.
דער נומער 11 איז מורא'דיג, ער שידלערט די מלחמה יאהרן, איבערהויפט דעם ליד פון דעם פאסט טרעגער.
מיט נומער 12 זענען די קנאים זיך מחיה.. אבער עס איז מלא וגדוש מיט טעם, וואס ווער ווייסט אויב עס וועט זיך געפינען זיין ערזאץ.
איי איי, וואס וואלט ר' יום טוב געזאגט צו אונזער אינטערנעט געשפרעך? ער האט נאר "זוכה" געווען צו רעדן פון ר' סעדיה מיטן ראדיא.. און פונעם תל-וויזשען כלשונו, וואס וואלט געווען זיין מיינונג אויפן טמא'נעם אינטערנעט? לוקסוס? חבלי משיח? אדער גאר אמעריטשקע?...
בכל אופן, מען האט פון אלעמען גערעדט, און קיינער געדענקט גארנישט, כ'וועל באלד אפקלאפן עפעס.
מענין לענין באותו ענין, אין איייטונעס 6, קען מען סעיווען די טעקסט ביי יעדע ניגון.
מענין לענין..
יוסעלע, כ'וואונדער זיך שוין א לאנגע צייט פארוואס דו שרייבסט שטענדיג "אייטונעס" - עס שרייבט זיך טאקע Itunes, אבער מען זאגט דאך נישט ארויס דעם E, ליבערשט שרייב אייטיונז... אדער כאטשיק אייטיונס, דאס ריכטיגסטע (כאטש נישט לויט'ן בית שמואל שמות גיטין..) וואלט געווען אייטונס אדער אייטאנס.
אפשר רעד איך לויט די בבלי'שע דיאלעקט?
ווען עס וואלט געווען א "בית שמואל" אויף ענגליש וואלט נישט געווען קיין HEWES גאס אין ווילי.
אה!!! איך האב געקענט ר' יום טוב ערליך, דאס איז באמת געווען א בראווער איד.
יוסעלע רעדט מיט א גאליצישער אקצענט
איך האב אים אמאל געזען שפילן אין grand paradise - דארט איז געווען די מוזיק אויף א stage צווישן די מענער אין דט פרויען, איז ער געזעסען די גאנצע צייט - בלי גוזמא - מיט פארמאכטע אויגן - זכותו יגן בעדינו
סוף ימיו איז ער ברוגז געווען אף די סטאלינער רבי ווייל ער האט פארקויפט די וויליאמסבורגער שטיבל
ווער קען איבערגעבן מער פרטים?
ער איז געווען פון די אפגעטיילטע ווי צענדליגער - אדער הונדערטער - אנדערע קארלינער וואס זענען געווען קעגן ציונות, אנדערש ווי דעם נייעם רבי'ן
באקאנט די מעשה וואס ער דערציילט אויף רנו צדיקים אז דער ארון פון ר' יוחנן'טשע סטאלינער איז נישט אריין אין דעם אל-על פליגער אויך נאכן פארברייטערן די טיהר, עס האט געמוזט אריין איז Sabena און פון דארט קיין טבריא וכו' די מעשה באריכות
בכלל איז ער געווען כל כולו קנאות, ער האט געווידמעט (פאר באצאהלט טאקע) דריי קאסעטן פאר סאטמאר רב זי"ע וועלכע זענען זייער שיינע
שלו' נבוכדנצר
איך האב זיך אויך געמוטשעט איבער צו שרייבן די ווארימע ניגונים איז לאמיר דיר אויסבעסערן דא דארט מיינע הערות איז אין רויט
יתגדל, ויתקדש, שמיה רבא.
אוי, יאהרצייט ליכט,
אין א ווינקעל אליין,
מיר ברענען דיר היינט, מיט הייסען געבעט,
דיין פלאם זאל באלייכטען, פערגעסענע טעג,
זאל גיסען א שיין, אויף דעם טונקעלן דונקעלן וועג.
צו געפינען א הארץ, אין א הארץ וואס אמאל,
האט געלעבט, נאר פון רו און האט געזאגט,
יתגדל, יתגדל.
אוי, יאהרצייט ליכט,
אין א ווינקעל אליין,
דו זאלסט אונז דערמאנען, ווי נישטיג מיר זיינען,
דערמאנען דאס הארץ מיט א ברענענדער פלאם.
צו געדענקען אין אונזער א נאהנטער, הייליגער שטאם.
צו וויינען צו קלאגען,
אין ליכט פון דיין שטראל,
מיט ביטערע טרערן,
יתגדל יתגדל.
אוי, יאהרצייט ליכט,
פערטרויערט פערטראכט,
וועסטו אמאל ברענען,
פאר מיר ווען א נאכט,
יתגדל ויתקדש שמיה רבא.
נאך טויזענטער יארן ווי די .. יעצטיגע שעה,
זאל קלינגען דיין קדיש מיין ..
זאל קלינגען דיין קדיש, יתגדל,
יתגדל, ויתקדש שמיה רבא.
------------
קלי קלי
קלי קלי, למה עזבתני,
קלי קלי, למה עזבתני.
אין פייער אין פלאם, האט מען אונז געברענט,
איבעראל געמאכט, אונז צו שאנד און צו שפאט שפאס.
זיך ... האט אונז, קיינער נישט געקענט,
פון דיר מיין גאט
און פון דיין הייליגער תורה פון דיין געבאט
נאר דו מיין ג-ט, געדענק דיין הייליגע ...
.. ..
קלי קלי, למה עזבתני,
קלי קלי, למה עזבתני.
טאג און נאכט, נאר איך טראכט,
פון דיר מיין ג-ט.
איך היט מיט מורא,
אפ דיין תורה,
דיינע צעהן געבאט.
רעטע מיר, רעטע מיר פון געפאר אפ פון ..,
ווי אמאל, די אבות פון בייזן גזר ..
הער מיין געבעט, מיין געוויין,
.. ענפער קענסטו מיר נאר אליין,
שמע ישראל, ד' אלקינו, ד' אחד.
--------------
שופר של משיח
נישט ווייט צו געהן,
קען איעדערער זעהן,
ווי אונטער א שטיין,
אין איין טיפער הייל.
ליגט אונזער קרוין,
לאנגע יאהרן שוין,
אונזער דוד,
מלך ישראל.
דוד דוד, שטיי אויף פון דיין שלאף,
געטרייער פאסטוך זאג וואס טוסטו דא און ..
זעה ווי מען שלאכטעט אויס דיינע שאף קלאפט אונז אויס, דיינע שאף,
און קיינער נעמט זיך פאר זיי נישט אהן.
אבער אז ער וועט הערן דעם שופר של משיח, יא.
וועט ער אויפשטיין פון זיין קבר גיך, יא.
און וועט זיך זעצן אויף זיין שטוהל,
און וועט זיך געבן אויף זיין פידעלע א שפיעל.
און אויף דער מינוט וועט זיך געבן א רוק,
פיהלע מוזיקאנטן,
און א יעדער איד וועט שפילן מוזיק,
אויף דעם תהלים דעם בעקאנטן.
און אויך דער ים,
וועט ..
שאקלען מיט די בעטלאך או בלעטלעך ..
און דער גרינער וואלד,
וועט קומען באלד,
און קלאפן מיט די בלעטלעך.
און דוד המלך מיט זיין פידעלע,
וועט יעצט שפילן א פרייליך לידעלע,
ישרליקל איז דאך ניי געבוירן ..
און מיין קינד איז נישט פארלוירן ..
זינגט מיט מיר קומטס מיט מיר,
אט דעם שיר ..
.. צו דעם לעבעדיגן ג-ט.
שלאף
איילי לאלילא, איילי לאלילא,
איילי לאלי, לאלי לאלי, איילי לאלי לא.
שלאף שוין, מיין טייער פייגעלע,
מאך שוין צו, דיין כשר אייגעלע,
שלאף שוין שלאף, אין זיסער רוה,
איי איי לאלא לאלא לאלא.
שלאף, דורך די גאנצע נאכט,
איבער דיין קעפעלע, א מלאך וואכט,
מאך שוין דיינע אייגעלעך צו,
איילי לאלי לא.
טייבעלעך אייזעלעך, הינדעלעך, פייגעלעך,
ציגעלעך, קעלבעלעך שאף און רינדער
שלאפן און רוהען אלע ביינאכט,
ווי די קליינע קינדער.
שלאף, שוין מיין פייגעלע,
מאך שוין צו דיין אייגעלע,
איך בין שוין מיד אצינד.
שלאף, לאלא, שלאף, שלאף שוין,
שלאף, באלד וועל איך דיר געבן דאס גיי איך רופן דאס בערעלע,
איי לילילי לאלא, איי לי לילי לאלאלא,
אה אה אה איי לא.
שלאף מיין קינד, לאלא.
איך האב באמת הנאה צו טרעפן איינעם וואס אינטערסירט נאך די געשמאקע באטעמטע ניגונים
תוקן על ידי - התאחדות - 17/11/2005 23:51:54
"באקאנט די מעשה וואס ער דערציילט אויף רננו צדיקים אז דער ארון פון ר' יוחנן'טשע סטאלינער איז נישט אריין אין דעם אל-על פליגער אויך נאכן פארברייטערן די טיהר, עס האט געמוזט אריין איז Sabena און פון דארט קיין טבריא וכו' די מעשה באריכות "
ס'מיר א חידוש ווי סאטמארער חסידים וואס מ'האט געלערענט נישט צו גלייבען די סארט מעשיות גלייבען אזא פאנטאזיע!
די מעשה איז נישט וועדן "ציונות" נאר וועגן די שטיבל, ביטע נישט האקען אין קאפ!
אה! יישר כחכם!
דערווייל האב איך עס איבערגעארבעט, כ'האב געלייגט הערות וואו איך דענק אז דו האסט נישט גוט געהערט:
יאהרצייט ליכט
יתגדל, ויתקדש, שמיה רבא.
אוי, יאהרצייט ליכט,
אין א ווינקעל אליין,
מיר ברענען דיר היינט, מיט הייסען געבעט,
דיין פלאם זאל בעלייכטען, פערגעסענע טעג,
זאל גיסען א שיין, אויף דעם (1) דונקעלען וועג.
צו געפינען א הארץ, אין א הארץ וואס אמאל,
האט געלעבט, נאר פון רוה (2),
יתגדל, יתגדל.
אוי, יאהרצייט ליכט,
אין א ווינקעל אליין,
דו זאלסט אונז דערמאנען, ווי ניכטיג מיר זיינען,
דערמאנען דאס הארץ מיט א ברענענדער פלאם.
צו געדענקען אין אונזער, הייליגען שטאם.
צו וויינען צו קלאגען,
אין ליכט פון דיין שטראל,
מיט ביטערע טרערן,
יתגדל יתגדל.
אוי, יאהרצייט ליכט,
פערטרויערט פערטראכט,
וועסטו אמאל ברענען,
פאר מיר ווען א נאכט,
יתגדל ויתקדש שמיה רבא.
נאך טויזנטער יאהרן (3) די יעצטיגע שעה,
זאל קלינגען דיין קדיש (4)...
זאל קלינגען דיין קדיש, יתגדל,
יתגדל, ויתקדש שמיה רבא.
(1) דונקל איז א כינוי פארן קבר. (2) כ'האב אויך אזוי געהערט אבער איך האב נישט געקענט מאכן דעם קשר, כ'מיין אז "פון" איז נישט מדוייק. (3) דאס ווארט "אין" זאגט ער נישט, און אויך ווען יא קלעבט עפעס נישט די ווערטער. (4) כ'האב נישט געכאפט וואס דו האסט דא געשריבן, ער זאגט זיכער מער ווערטער ווי "מיין".
-------------
קלי קלי
קלי קלי, למה עזבתני,
קלי קלי, למה עזבתני.
אין פייער אין פלאם, האט מען אונז געברענט,
איבעראל געמאכט, אונז צו שאנד און צו שפאט.
זיך אפצורייסן האט אונז, קיינער נישט געקענט,
פון דיר מיין ג-ט,
און פון דיין הייליגער תורה,
פון דיין געבאט.
קלי קלי, למה עזבתני,
קלי קלי, למה עזבתני.
טאג און נאכט, נאר איך טראכט,
פון דיר מיין ג-ט.
איך היט מיט מורא,
אפ דיין תורה,
דיינע צעהן געבאט.
רעטע מיר, רעטע מיר פון געפאר,
ווי אמאל, די אבות פון בייזן גזר,
הער מיין געבעט, מיין געוויין,
ענטפערן קענסטו מיר נאר אליין,
שמע ישראל, ד' אלקינו, ד' אחד.
----
שופר של משיח
נישט ווייט צו געהן,
קען א יעדערער זעהן,
ווי אונטער א שטיין,
אין איין טיפער הייל.
ליגט אונזער קרוין,
לאנגע יאהרן שוין,
אונזער דוד,
מלך ישראל.
אוי, דוד דוד, שטיי אויף פון דיין שלאף,
געטרייער פאסטוך און זאג, וואס טוהסטו דא?
זעה ווי מען שלאכטעט אויס, דיינע שאף,
און קיינער נעמט זיך, פאר זיי נישט אהן.
אבער אז ער וועט הערן שופר של משיח, יא!
וועט ער אויפשטייען פון זיין קבר גיעך, יא!
און וועט זיך זעצן אויף זיין שטוהל,
און וועט זיך געבן אויף זיין פידעלע א שפיל.
און אויף דער מינוט וועט זיך געבן א רוק (1),
פיהלע מוזיקאנטן,
און א יעדער איד וועט (2)
(3) דעם תהלים דעם בעקאנטן.
און אויך דער ים,
זיך ..
שאקלען מיט די בעטלאך,
און דער גרינער וואלד,
וועט קומען באלד,
און קלאפן מיט די בלעטלאך.
און דוד המלך מיט זיין פידעלע,
וועט יעצט שפילן א פרייליך לידעלע,
דוד המלך מיט זיין פידעלע,
וועט יעצט שפילן א פרייליך לידעלע,
ישרליקל (4) איז דאך ניי געבוירן,
און מיין קינד גייט נישט פארלוירן,
זינגט מיט מיר,
אט דעם שיר,
צו דעם לעבעדיגן ג-ט.
זינגט מיט מיר, (5)
אט דעם שיר,
צו דעם לעבעדיגן ג-ט.
(1) (2) (3) (4) איך האב צוויי אנדערע רעקארדינגס, פון צווישן די צוויי הערט מען אז אין די ערטער איז דער טראנסקריפט נישט ריכטיג. אויב דו האסט בלויז די באקאנטע קען איך לייגן די אנדערע אויף rapidshare און וועסט ווידער פאררעכטן. (5) קומטס מיט מיר - איך האב דאס נישט געהערט.
א גרויסן יישר כח!
א דאנק אייך
ממש מלא טעם.
תוקן על ידי - משנתחסידים - 18/11/2005 0:43:53
אוי, דער ליכטיגר אמאל... וועל איך אלעמאל געדענקן.
א גרויסן ייש"כ פאר CRC און פאר נבוכדראצר (תנ"ך).
ליתר שאת גיב איך דא דעם לינק.
http://www.chazzanut.com/rosenblatt/Some people say, that the storie with yakob, happned to him self.
?Is this true
it didn't happen to himself, he wasn't there in that area, and he was much older then
?How do you know
.The story is not dated
.It also make sence because yakob was a singer too
The story was not with R' Yom Tov Ehrlich I happen to know The son of yakob a karline Chasid as well
איר קענט אנפרעגן קארלינער סטאלינער חסידים זיי וועלן אייך וויסען צו זאגען ווער דער יאקאב איז געווען.
אלעס וואס האט פאסירט מיט ר' יום טוב ערליך האט ער נישט געטוישט נעמען ער האט אלעס פארציילט ארגינעל מיט דער בעל המעשה
איז אלע דעטאלן אמת?
איז אלע דעטאלן אמת?
אויך האב איך גיהערט אז אין סקווירא איז פערבאטן צו הערן ר' יו"ט ווייל ער זאגט אין דעם ניגון "יונג און שיין".
!!!CONFIRM PLEASE
דאס איז שוין דיין דזשאדזמעט און וואו דער וועלט זאגט א קשיא אויף א מעשה
אה איך מיין אז די מעשה מיט די בער "מען מעג טרונקען מען מעג עסן און די הענט זאנען נישט געוואשן" און זיי אלע לאכן אפשר דאס מיינסטו, ? אויב עס איז באמת געווען א בער
סקווער ? אפשר מיינסטו אין (גור) גער