היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ניגוני ר' יום טוב שמחה עהרליך זצ"ל

ניגוני ר' יום טוב שמחה עהרליך זצ"ל

114 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 115 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1673670
בלאט: 1 2 3

90pct » 20/11/2005 06:01

אויך האב איך גיהערט אז אין סקווירא איז פערבאטן צו הערן ר' יו"ט ווייל ער זאגט אין דעם ניגון "יונג און שיין".
!!!CONFIRM PLEASE

שלוםצאידען » 20/11/2005 06:09

וואס איז פשט אז די מאכסט קאפי פעסט די שרייבסט צוויי מאל די זעלבע זאך ?

Rosenwaser » 21/11/2005 03:36

תנחם ווערט געזונגען אויך דארך הערשמן אין עס איז אסאך קלארער. די תוכן איז אז איינער בוויינט דבורה וואס גייט צום חופה מיט א צווייטען

לדעתי א חידוש אז יוסעלע זינגט עס.

שמעתי אז דער פאסטעך איז יודיש מיט רוסיש Ukrainan dialect
עס איז דא א רויזענבלאט מיט די ווערטער בישן רחמן גומל חסדים, קען איינער די ווערטער?

90pct » 21/11/2005 03:45

מי שושנים,

לדעתי, איז די ניגון "אהיים" אן ערגערער ניגון.

Rosenwaser » 21/11/2005 03:53

ר יו"ט עהרליך'ס א בענקעלע א שענקעלע אויף חבלי משיח, קומט פוןEdvard Grieg: Solveig's Song

ווען איך האב דאס געכאפט האב איך פארשטאנען ווי אזוי עס קען זיין אז ער האט אזעלכע הויכע קלאס קאמפאזיציע'ס. ער האט געמוזט הערען אמאל אסאך קלעסיקעל מוזיק.

Rosenwaser » 21/11/2005 04:09

מי שושנים? ווי שטייט די פזמון?

אהיים פאסט פאר זיין מצב אסאך זענען געווען אין דעם פארכאפט. אבער תנחם איז א טיאטער שטיקעל.

אגב פין זיין biography by his son קומט אויס אז עס זענען געווען מיידלעך אין א choir ביי א קאנצערט.

tzvibp28 » 21/11/2005 04:34

90
the story of Yakob cannot be with YT Ehrlich himself because he himself tells how he got out of Russia and Samarkand, with the "Eshalonen", not by escaping through the mountains like Yakob did

90pct » 21/11/2005 04:41

Thanks tzvi


Rossenwasser

I also heared that the choir on the song ARESHETH SEFUSEINU
was singed by girls.

menchele » 21/11/2005 17:29

ראזענוואסער,

דו מיינסט דאס ליד אויף "חבלי משיח", אין וועלכן ער באזינגט זיין שטעטעלע "דאוויד-האראדאק"? מיר דאכט זיך אז דאס קומט פון בעטהאווען. ניין?

נבוכדנאצר » 21/11/2005 22:56

איך האב דעם ניגון פון יאסעלע ביישן רחמן גומל חסדים

עס הויבט זיך אהן מיט די ווערטער פנו דרך לעם עולם

דער זאץ פון וועלכע דו רעדסט איז:

ביישן רחמן גומל חסדים ויראת ד' על הפנים

אגב, יאסעלע האט געהאט שוואכע צייטן, טראץ וואס מען פרובירט לייקענען, כאטש וואס איך האלט נישט אז ער האט געזונגען מיט מיידלעך ח"ו, אבער פארשידענע פאלקס לידער וועלכע ער זינגט וואלט מען היינט פארשריגן אזא חזן, איך וויל זיי נישט דערמאנען ביים נאמען.

קען זיין אז בימיהם איז נישט געווען אזא פראבלעם וכו' ואכמ"ל.

לגבי ציונות, איז דא פון איהם:

1. אהיים אהיים. 2. ציון ציון. 3. מיין הייליג לאנד. וועלכע די ערשטע צוויי זענען קלאסישע ציוניסטישע לידער, און דאס לעצטע איז נישט דוקא ציוניסטיש אבער עס גייט אריין אין די קאטעגאריע.

נבוכדנאצר » 21/11/2005 23:42

איז געווען אמאל א פאסטעכל, א פאסטעכל,
איז איהם פארלוירן געגאנגען זיין איין און איינציג שעפעלע,
גייט ער, זעהט ער א פור מיט שטיינדעלעך, מיט שטיינדעלעך,
האט ער געמיינט אזדאס זענען פון שעפעלע, די ביינדעלעך.
זאגט ער: אדוני,
טשי ניע באטשיוו טי?
זאגט ער: ניעט!
בידא בידא, ניעט נישטא,
א יאקזשע יא דאמוי פרידא?
גייט ער, זעהט ער א פור מיט דערנערלעך, מיט דערנערלעך,
האט ער געמיינט אזדאס זענען פון שעפעלע, די הערנערלעך.
זאגט ער: אדוני,
טשי ניע באטשיוו טי?
זאגט ער: ניעט!
בידא בידא, ניעט נישטא,
א יאקזשע יא דאמוי פרידא?
גייט ער, זעהט ער א פור מיט ניסעלעך, מיט ניסעלעך,
האט ער געמיינט אזדאס זענען פון שעפעלע, די פיסעלעך.
זאגט ער: אדוני,
טשי ניע באטשיוו טי?
זאגט ער: ניעט!
בידא בידא, ניעט נישטא,
א יאקזשע יא דאמוי פרידא?

נבוכדנאצר » 21/11/2005 23:50

אגב.

1. הענרי'ס שטימע איז נישט קיין פארגלייך צום פאטער'ס איך ווייס נישט אויב עס קומט איהם דער טיטל חזן.

2. עס איז נאטירליך אז א אוועקגעפאלן קינד זאל וועלן שילדערן דען טאטן אלס "אויפגעקלערטער", עס איז באקאנט אז יאסעלע האט אסאך אסאך געלט אנגעוואוירן צוליב אידישקייט, ער האט מיט קיין מוידן נישט געזינגען. אויפן זוהן זאג איך נישט קיין מיינונג.

3. אסאך אידישיסטן זינגען דעם "מאמע" ליד אבער איך האב געהערט עטליכע פון זיי זינגען אנשטאט "ווען ג-ט נעמט איהר אויף עולם הבא" א נייעם זאץ: "ווען ג-ט נעמט איהר ביי אונז צו" - זיי גלייבן דאך נישט אין עולם הבא ל"ע

4. כ'בין נישט קיין אדוואקאט פאר יאסעלע ראזענבלאט אבער וואס כ'ווייס קען'ך זאגן. כ'האב געהערט אריבער 100 שטיקלעך פון יאסעלע, דערונטער אלע ערשטע (פון די יאהרן תרס"ז-ס"ט, דוכט זיך אז דער "כי בי ירבו ימיך היום תאמצנו" איז דער ערשטער רעקארדירטער "שטיקל" זיינער) און דארט זענען קיין מיידלעך נישט פארהאן, ער האט געהאט שלעפערס פאר משוררים, אויפן באקאנטן ווידיא קען מען זיך דאס איבערצייגן

התאחדות » 22/11/2005 00:21

נבוכדנצר קוק אין אישית

Rosenwaser » 22/11/2005 00:27

הענרי איז נישט די שרייבער פון די בייאגראפי, זיין אנדערע זון שרייבט עס. איך ווייס נישט אויב יוסעלע האט געזינגען אין recording studio מיט מיידלעך נאר די מעשה גייט אזוי: דער זון פארציילט אז ער אז אמאל אריין אין די שטוב פון די קוואיער מיידלען אין יאסעלע ז"ל האט עם געפאקט ביי די מעשה. במשייח לפיתמו איז א גוי נאמן.

מאידך גיסא פארציילט עז די באקאנטע "בארדעניו" מעשה אין ווי שווער עס איז געווען צי פולען ביים טאטען צי זינגען ביי קאנצערטען.

ער זאגעט אז ער האט געשריבען א notepad פאר זיין פאטער די spanish opera words אויף יודיש אין עס האט אמאל פאסירט אז מען האט עס פארלוירען(אויב איך געדענק גוט האט ער געזינגען אן דעם אין קיינער האט נישט באמערקעט.)

נבוכדנאצר: איך זעה אז די קענסט יא די ווערטער פון פנו דרך kindly פאסט עס please ייש"כ.



תוקן על ידי - rosenwaser - 22/11/2005 0:40:16

Nusen » 22/11/2005 01:01

דא האט איר א לינק צי א ניגון פין די אלבום תשובה די ערשטע ניגון

http://s41.yousendit.com/d.aspx?id=383ESKHBFCS3T3M2AUE4UK9UDP


Nusen » 22/11/2005 01:21

די צווייטע ניגון
http://s41.yousendit.com/d.aspx?id=395Z1ZNPQ4Q3B0SBQ8BIERZFDE

די דריטע ניגון
http://s41.yousendit.com/d.aspx?id=3O53A2G7FTEHB32AT4RCLKZDK8

די פערטע ניגון
http://s41.yousendit.com/d.aspx?id=1B5JHSM17UVNO3NC7UFHNSM0XM

די פיפטע ניגון
http://s41.yousendit.com/d.aspx?id=33RN4SYW2PDZ42B2FC4KX082UY

די זעקסטע ניגון - צ'וקצ'יק
http://s41.yousendit.com/d.aspx?id=3VEP8V132YAPW2PJWA0KB9VW0F

די זיבעטע ניגון - אך ווי שיין
http://s41.yousendit.com/d.aspx?id=0PPGTOPZZP4UD0V1EZHUDVWBZP



ווער קען מיר פליז שיקען די בוך פין יו"ט ערליך,ס ניגונים צי מיר אין אישי






tzvibp28 » 22/11/2005 01:26

Nusen
יישר כחכם!!!!

Average » 22/11/2005 02:07

כ'בין נעכטן געווען ביי אייכלער אין ב.פ., קומט אריין א פרוי און פרעגט צו זיי האבן קאסעטאס פון ר' יו"ט עהרליך.

דער קעשיר האט נישט געוויסט פון וואס זי רעדט...


אזוי ווי עס גוי'ישט זיך אזוי אידיש'ט זיך. קלעסיקל מוזיק איז מער ווייניגער געבליבן לעבן נאר ביי מבינים. יו"ט עהרליך'ס קאמפאזיציע ווערט אויך נאר געשעצט ביי די וואס שעצן מוזיק. אין ווען איך זאג מוזיק מיין איך מוזיק.


פון די היינטיגע היימישע קאמפאזיציע טרעף איך עפעס טעם נאר אין טייל פון פינקי'ס ווערק. אבער פינקי'ס עיקר מעלה איז אז ער "פארשטייט" יו"ט עהרליך!


דאס איז אויסער די ליריקס, אין וואס ער האט אויך געמעסטערט.

דאס איז אויסער די אויסדריק (expression) וואס ער איז אויך געווען געוואלדיג!


(כ'מיין נישט זיין אקצענט, וואס איז גראדע א שטער ביי מאנכע. איך מיין אויסדריק אין נגינה. ווער ס'ווייסט איז איז אין נאטן געשריבן דריי פאקטארן: טאן, ריטעם, אין אויסדריק. ואכמ"ל

למשל קארלבאך, האט נישט געהאט ליריקס (נאר דאס ביסעל וואס פעלט זיך אויס פאר בלויס). אבער ער איז געווען גאר גיט אין קאמפעזיציע אין expression

אבער קארלבאך אין יו"ט עהרליך זענען צוויי באזונדערע באגריפן. ס'איז אזוי ווי עפעלס און האט-דאגס, ביידע זענען גיט.....

קושקע » 22/11/2005 02:18

חבלי משיח, זענען מיינע פעוועריטס!

ס'איז געוואלדיג,

ער האט דארט א ניגון, פון די חלומות וואס די מלחמה איבערלעבער פלעגן נעבעך האבן ווי זיי טרעפן זיך מיט זייער אומגעקומענע משפחה מיטגלידער,

איך געדענק נישט די ניגון אבער איך געדענק אז ס'איז עפעס מורא'דיג!

אויך האט ער דארט די באוויסטע ניגון ווי ער שילדערט ווי אזוי חתונות האבן אויסגעקוקט תיכף נאך די מלחמה,

איין איינגעלויף,
א טומל אויפן הויף,
לויפן אידן דער אראפ און דער ארויף

פון יעדן זייט,
פון נונט און פון ווייט,
א חתונה ביי אידן שוין נישט געווען קיין צייט,

מזל טוב מזל טוב!!!

נתן, לייג ארויף דעם טעיפ

שלוםצאידען » 22/11/2005 02:27

Nusen

א גרויסן דאנק פאר דעם
איך זיך שוין א לאנגע צייט ר' יום טוב ערליך'ס טעיפ'ס אויף CD האט איר א אהנונג אויב מען קען קויפן אלע יום טוב ערליך'ס טעיפ'ס אוף CD ?

Nusen ביסט א ריכטיגער מזכה את הרבים

נאך אמאל א הארציגן ישר כח

menchele » 22/11/2005 04:49

קושקע,

איך טייל דיין געשמאק: די צוויי חלקים "חבלי משיח" זענען עפעס ווי ארויסגעריקט פון גן עדן. איך ווער משוגע פאר די ניגונים, די ווערטער, דעם תוכן אא"וו.

דער ניגון פונעם חלום - ס'איז, ווי דעם גאנצן איבעריגן, עפעס אויסטערליש. אבער ער רעדט דארט פון חלומות וואס מ'האט געהאט ביי דער ענדע פון קריג, ווען ער און זיינס גלייכן - טייטש, די וואס זענען געווען פארווארפן אין יענער עק רוסלאנד - האבן נאכנישט געוואוסט פינקטליך וואספארא שרעקליכער חורבן דא איז פארגעקומען. באלד נאך דעם חלום ניגון, דערציילט ער וועגן דעם "ערשטן בריוו" וואס איז צו עמיצן דארט דערגאנגען און האט די אומגליקליכע טרוימערס דערציילט וואס ס'האט פאסירט מיט די אידן אונטער די נאציס. דער אינהאלט פון בריוו ווערט אויך דערציילט מיט א ניגון. און טאקע דא קומט אמ-בולט'סטן צום אויסדרוק יו"ט ערליכ'ס אויסטערלישער כוח. דער ערשטער ניגון, אין וועלכן ער שילדערט די חלומות מיט וועלכע מ'האט זיך געטרייסט, איז עפעס אזוינס וואס פירט דעם צוהערער ארויס פון הוה, ארויף אין דער לופטן, איבער די כמארעס - עפעס אין אזא נישט-דאאיגער עקזיסטענץ. דער צווייטער ניגון, אין וועלכן ער דערציילט דעם אינהאלט פון יענעם ערשטן שרעקליכן בריוו, איז אזא שרעקליך-מיואש'דיגער טאן, פול מיט ביטערער פארצווייפלונג.

איך וועל פרובירן ארויסשרייבן די ווערטער פון זכרון - אויף ער וועט מיר יעצט דינען.



געזען איך האב א חלום,
ווידער איז שלום.
איך קער זיך אהיים צוריק ווי געשווינד.

איך זיץ אויפ'ן וואגן,
די פערד טוען טראגן:
צו טאטע, צו מאמע, צו א פרוי, צו קינד.

איך פאר דורך די גאסן,
שפאצירן דארט מאסן.
מען רעדט וועגן שלום מיט שמחה און גליק.

מען באטראכט מיר כסדר,
מיט זעלנערישע קליידער.
און קיינער דערקענט נישט, אז דאס קום איך צוריק.

אט זע איך דעם חדר,
------ כסדר
דעם הויז פון דעם רבי'ן, כ'זע ----.

(---------
---------)
א ניגון א נייעם, פון ווייטן מען הערט.

אט זע איך דעם טאטן,
דעם שטערן דעם גלאטן.
אויף זיין שויס א יונגעלע האב איך דערזען.

(------
--------)
ווען איך בין אוועק, איז ער נאכנישט געווען.

אט זע איך מיין מאמען,
מיט מיין פרוי צוזאמען.
זיי רעדן פון מיר אלע, איך הער עס גוט.

דער פענסטער איז אפן,
איך בין צוגעלאפן.
אבער איך כאפ זיך גלייך אויף, פונקט אין דער מינוט...



דאן פאלגט נאך דער ניגון פונעם בריוו (פון וועלכן איך ברענג עטליכע שטיקלעך):

דער בריוו טרעגער האט באגעגנט מיך,
און שמייכלען גענומען:
"איך האב א בריוועלע פאר דיר,
פון פוילן אנגעקומען!"

ער גיט מיר אפ דעם בריוו געווינד,
איך קלער מיר מסתמא:
'אדער פון מיין ווייב און קינד,
אדער פון מיין טאטע און מאמע.'

די ערשטע שורות ליגן פאר מיר,
די אותיות צעקראכן.
"ליבער פריינט עס שרייבט צו דיר,
יצחק לייב, דיין שכן.

"ווען דו ביסט אוועק, נאך יענעם טאג,
איז דער דייטש אריינגעקומען.
אלע אידן ארויסגעיאגט,
און אין שול אריינגענומען.

"צוגעמאכט האט מען וואו א טיר,
און דערנאך פון אונטן,
האבן זיי פון אלע זייטן פיר,
א פייער אנגעצונדן.

"דיין טאטע-מאמע זענען נישט געווען,
זיי זענען באהאלטן זיך געגאנגען,
האבן די דייטשן זיי דערזען,
און ביידן אויפגעהאנגען.

"דער רב דעם ארון קודש האט אויפגעמאכט,
גענומען א ספר תורה,
דער גאנצער עולם האט געווארט,
אין פחד און אין מורא.

"שמע ישראל השם אחד,
האט דער רב רואיג געצויגן.
דער גאנצער עולם האט געווארט,
מיט צוגעמאכטע אויגן.

"דיין פרוי געשטאנען איז אין א זייט,
די טרערן איינגעהיטן.
ביז געקומען איז דער רויך,
און האט גענומען שטיקן.



בכל אופן, חברה. ס'לוינט זיך צו פארשאפן די טעיפס און זיך מוטשען מיט זיין אידיש! ס'ווערט יעדן פרייז. (אגב, איז מיר א חידוש אז ס'איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו באארבעטן ווי געהעריג די דאזיגע צוויי טעיפס, און זיי ארויסגעבן אויף א פראפעסיאנאלן אופן. ס'וועט קיינמאל נישט האבן יו"ט ערליכ'ס אריגינעלן חן און הארציגקייט; אבער פארט - בעסער ווי גארנישט...)

תוקן על ידי - menchele - 22/11/2005 4:48:28

קושקע » 22/11/2005 05:18

מענטשעלע מיין פריינד, איר געדענקט דאס?

ר' יו"ט שילדערט ווי מלחמה איבערלעבער האבן זיך געווארפן נע ונד פון 1 לאנד צום צווייטן צו טרעפן א מקום מקלט,

ברוך השם! געקומען שוין קיין פוילן!
איך נעם די זעק איך וויל פון טרעין אראפ,
שטייט א פאלאק און ער טוט בעפוילן,
------


פוילן איז א לאנד, און ניט פאר אידן,
אידן וועלן דא ניט קענען זיין,
ס'איז א לאנד פון שונאים און באנדיטן,
ס'איז א לאנד פון צרות און פין פיין,

די פריינד געטויט געבליבן מער ניט איינע,
די הויז פערברענט מער ניט קיינע,
איך פאר אוועק, איך נעם די פעק,

איך פאר אהיים איך פאר אהיים איך פאר אהיים
----


טשעכן טשעכן טשעכן

דער טשעך האט אונז בעגענט מיט א צארן,
און געהייסן ווייטער גיין אין וועג,
און דייטשלאנד איז דאך אנדערש נישט געווארן,
באראקן פול מיט הונגער אין מיט שרעק,

דער אונגאר פאר'סמ'ט פון זיינע שכנים,

....זיי ממשיך מענטשעלע....

קושקע » 22/11/2005 05:30

נתן האסט אויסגעלאזט דעם ניגון

א גליקליכע נאכט
זיך געענדיגט די לעצטע שלאכט
בערלין איז בעפרייט צוקלאפט איז דער שונא
און שטאט איז א נייער מאכט

אונעם קעניגליכן זאל,
קומט איצט פאר א גרויסן באל,
עס פערברענגען דארט צוזאמען, אלע פירער פון איבעראל,

וכו'....

נבוכדנאצר » 22/11/2005 16:19

בל"נ ביז עטליכע טעג וועל איך פאוסטן פארשידנס כ'בין יעצט פארנומען

דער ליד פנו דרך דארף איך נאך אסאך אויסהערן ער זינגט מיט א קאפעליע ס'איז שווער צו כאפן ועוד חזון

נבוכדנאצר » 22/11/2005 16:19

ייש"כ התאחדות

נבוכדנאצר » 22/11/2005 19:48

Rosenwaser » 23/11/2005 17:48

menchele:

איך מיין טאקע דאוויד הארידאק, עס איז בעיסד אויף
song peer gynt from Edvard Grieg.

כ'האב נעכטען אויסגעהערט "געזען איך האב א חלום" איך האב געמיזט אויסלעשען דעם טעיף! ער לייגט אלעס אראף אזוי vivid אין קלאר. עס כאפט א שרעק.

עס טרעפט זיך נישט היינט אזעלכע בעלי כשרון ווי ר' יו"ט! (אויסער איינער וואס איז זייער טעלענטיד אבער ער זינגט וועגען קאווע א.ד.ג צו די לעטעסט גוי'שע פאפ סאנגס ר"ל)

findodort » 24/11/2005 03:12

א שאד, א שאד.
איטס עי ראיל פיטי
איך האב א פילינג אז זיינע געדאנקן קימען פינעם זעלבע פלאטץ ווי פין די סאנגס.
אין סאיז נישט ריין קריעטיוועטי

שלמה_זלמן » 24/11/2005 04:31

מענטשעלע. מ'האט שוין יא געמאכט פארזוכן צו איבערזינגען יו"ט'ס ניגונים אויף א "מער פראפעסיאנאלן אופן" אבער ס'טויג נישט. לעצטנס האט זושא שמעלצער ארויסגעגעבן א טעיפ מיט געציילטע יו"ט ערליך לידער געזונגען אויף א היינטיגן אונגערישן אידיש און גלויבט מיר אז ס'גריצלט אין די אויערן. קודם ווייל ס'גראמט פשוט נישט, נאכדעם ווייל ס'איז סתם אזוי נישט גוט געזונגען. די איין טעיפ פון מרדכי ב"ד און די צוויי פון אברהם פריד זענען געוואלדיג.

יו"ט ערליך איז לויט אלע דעות געווען דער לעצטער ערנסטער אידישער (כ'מיין "אידישער") לידער שרייבער (SONGWRITER). קיינער פון די היינטיגע, אבער קיינער, קען זיך נישט פארגלייכן צו אים. און קיינער וועט זיך אויך נישט וואגן צו שרייבן די סארט גראמען וואס ר' יו"ט האט געשריבן. ווי איינער האט אויבן דערמאנט אז אין סקווער האלט מען נישט פון "יאקאב" ווייל ער זינגט דארט "יונג און שיין". אבער דורכגייענדיג די לידער פון ר' יו"ט טרעפט מען פיל פיל אזעלכע און ענליכע ביישפילן פון אויסדרוקן פון געפילן און פון יעדן טאג לעבן אריינגערעכנט שילדערונגען פון פרויען און מיידלעך.

אין די ליד "א גריס אייך פון די שטעטאלאך (א גריס אייך פון די הייזקאלאך") זאגט ער: "...און אנטקעגן אויסגעפוצטע פרויען / אויף א ברית מען טראגט א קינד". שטעלט אייך פאר ווען יונתן שווארץ זינגט די זעלבע. די מעשה פון רבי עקיבא אין "תורה" האט אין זיך היפש ראמאנטישע שטריכן כאטש די מעשה קוקט אויס אינגאנצן פארקערט פון ראמאנטיש (וולעכער מאן פארט אוועק אויף פיר און צוואנציג יאר?): "דער באלעבאס איז א מיליאנער / וויל נישט זיין דעם פאסטוך'ס א שווער / און די מיידל / פיין און איידל / אויפ'ן הארצן אזוי שווער". די נישט געזאגטע חלק פונעם לעצטן פאראגראף ציפט אין הארצן, דער אבסטראקט איז געוואלדיג. ווייטער ווען רבי עקיבא קומט אהיים און זיין ווייב גייט אים אנטקעגן: "און ווי זי האט דערזען זיין פנים ווי ער שמייכעלט צו איר זיס / איבעראשט איז זי געפאלן אויף דער ערד פאר זיינע פיס". וואלט זיך ליפא געוואגט צו זינגען די זעלבע? אין "שמע בני" (אדער "אידיש נחת", כ'געדענק נישט): "דוב'לע האט נישט קיין ציין / און די באבע'לע האט נישט קיין ציין - דוב'לע וויל נישט זיין אליין / און די באבע'לע וויל נישט זיין אליין". אין "אידיש נחת": "מיידאלאך קלענערע גרעסערע / איינס פון די אנדערע שענערע". און נישט נאר אין דעם האט ער געהאט דעם חוש צו ארויסזאגן די געפילן אן צו ערוועקן וועמען'ס עס איז אפשיי אדער קריטיק (סיידן ביי די סקווערער...) אויך ביי טאג טעגליכע ערשיינונגען: "איר ווייסט פארוואס טוט מאיר וויינען און טוט אזוי קרימען / ער ליגט אין א טייך און קען נישט שווימען"...

דעם לעצטן שטיקל וואלט איך צוגעלייגט צום "אבי מ'לעבט, אבי מ'לעבט"...

קושקע » 24/11/2005 05:45

ר' יו"ט שילדערט די ירידה אין אידישקייט אין גאנצעטע געגענטער איידערן קריג, ווי די השכלה האט זיך אריינגעכאפט,


שווארצע וואלקנס זענען אנגעקומען,
און פארשטעלט פון זוהן די שיין,
און א טרויער האט ארומגענומען,
אט דער קליינער שטעטל מיין,

וואס געבליבן איז דער ליבער חדר,
א מאדערענע שולע איז דארט,
אין די שולן דאווענט מען כסדר,
נאר קיין יוגנט איז ניט דא,

און עס טראגט זיך איין הילכיגער געלעכטער,
פון די קלוגן טאג און נאכט,
און זיי די ערליכע זוהן און טעכטער,
פון דער השכלה אריינגענארט,

אלעס איז צינויפגעמישט צוזאמען,
אלעס טאנצט און זינגט מיט פרייד,
נישט איין טאטע נישט איין מאמע,
פון וועלכע געגאנגען יונגערהייט,

עס ברענט די הויז עס ברענט אויך די ישיבה,
אין יעדן הויז א גרויסער בראך,
מען רייסט קריעה און מען זיצט שבעה,
אויף קינדער וועלכע לעבן נאך,

א גריס פון די שטעטאלאך, די ווינקאלאך די שיינינקע,
א גריס אייך פון דער ליבער אלטער היים,
א גריס אייך פון די געסאלאך, די הייזאלאך די קליינינקע,
א גריס פון יעדן גערטנדל און בוים,

די ישיבאלאך פארלאזענע, די שכנדלאך פארשלאסענע,
די הייזער פול מיט טומל און מיט שרעק,
די הערצאלאך צוריסענע, די ליפאלאך צוביסענע,
די קינדער וועלכע זענען ווייט אוועק.

קושקע » 24/11/2005 06:33

א קלאסישע ר' יו"ט ערליך ניגון, די ליריקס זענען עפעס מורא'דיג נתפעל צו ווערן,

"צימבלען"

און לאמיר מכבד זיין אונזער חשובען ר' גימפל'ען,
ער זאל אונז דערציילן ווי אזוי מען וועט אונז פאר דעם "צימבלען".

ליד:

איינער האט אמאל חתונה געהאט,
מיט א גרויסן תלמיד חכם,
און האט צוגעזאגט פארן "הרי את",
אז זי וועט גיין אין זיינע דרכים,

צוגעדעקט די קאפ וועט זי שטענדיג גיין,
און היטן טהרות המשפחה,
און געקליידעט זיין צניעות'דיג און שיין,
די קיך וועט אויך זיין כהלכה,

און דורך געגאנגען איז עטליכע יאר,
מען האט געקריגן שלעכטע שכנים,
און זיי האבן זיך מיט די יונגע פּאר,
גענומען לעבן גוט אינאיינעם,

און קוקנדיג אזוי, האט די יונגע פרוי,
גענומען פירן זיך מאדערן,
מען איז יונגעלייט, און ס'איז א נייע צייט,
מען דארף שעמען זיך אויפהערן,

און קומען וועט א שעה, וועט זי קריגן געסט,
א מלאך פרעגן וועט איר נאמען
זי וועט זאגן "נאו" און ער וועט זאגן "יעס"
און ער וועט נעמען איר נשמה,

און צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען איר דארט צימבלען!
צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען איר דארט צימבלען!


פאר יעדן טריט און פאר יעדן שפאן,
וואס זי האט ניט דערציילט די מאן,
פאר אויפירן זיך ניט ווי עס פאסט,
פאר די קינדער פאר א גאסט,
פאר אפדעקן וואס עס דארף זיין פארשטעלט,
אפי' אין קאנטרע אין מיטן פעלד,
ווייל זי האט גערעדט, געזען, געהערט,
זאכן וואס די תורה האט פארווערט,

אז זי וועט קומען אין די הימלען,
אוי וועט מען איר צימבלען,

צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען איר דארט צימבלען!
צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען צימבלען!

בעקאנט איז איבעראל, דער הייליגער חז"ל,
ניט דא קיין צדיק אן עבירות,
און יעדער איינער היינט, מיינע גוטע פריינד,
איז דאך פול מיט אט די זכיות,

א קביעות זיך געמאכט, לערנען אלע נאכט,
מען וועט איינשלאפן נישט ביים ווילן,
און אז מען נעמט אראפ, דעם "של ראש" פון קאפ,
דערמאנט מען זיך אז דאס איז תפילין,

איר קוקט ארויס פון הויז, איר גייט אין גאס ארויס,
חצופת פול פון אלע זייטן,
איר דרייט אוועק די קאפ, איר קוקט ארויף אראפ,
און איך קענט זיי ניט אויסמיידן,

מען דארף פרנסה מער, מען ארבעט זייער שווער,
און דער לעבן אן א סדר,
די קאפ אזוי פארדרייט, מען ווייסט ניט ווי מען גייט,
און מען פאלט א דורך כסדר,

און קומען וועט א שעה, וועט מען קריגן געסט,
א מלאך פרעגן וועט דעם נאמען
מען וועט זאגן "נאו" און ער וועט זאגן "יעס"
און ער וועט נעמען די נשמה,

און צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז דארט צימבלען!
צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז דארט צימבלען!

פאר יעדן שמייכל און פאר יעדן בליק,
פאר אויסדרייען זיך און קוקן צוריק,
פאר אנרירן און פאר געבן הענט,
וועט מען קריגן מיט פראצענט,
פאר ביטול תורה און דאווענען קאלטערהייט,
פאר לשון הרע און לצנות רייד,
פאר נישט טון קיין טובה ווער עס בעט,
פאר חשש גזילה אפגערעדט,

וועט מען נעמען אין די הימלען,
און מען וועט דארטן צימבלען,

און צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז דארט צימבלען!
צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז צימבלען!

קושקע » 24/11/2005 18:33

דאס איז ממיטב ניגוני יו"ט עהרליך, וואס אסאך קענען די ניגון אבער ווייסן נישט דער שטאם,


"דער גליקלאכער אמאל"

ליד:

און פונקט אין מיטן נאכט האט ער געזען א חלום,
א קליינע שטעטל פול מיט ליבשאפט און מיט שלום,
קליינע הייזאלאך צושטעלטע אין איין שורה,
דער גרויסער בית המדרש אויך שטייט אין דערמיט,

גייען אידן אין די גאסן גאר אן זארגן,
יעדער טראגט מיט זיך א פרייליכן "גוט מארגן",
דער געשמאק פון דאווענען ליגט אויף יעדנס צורה,
און די גרויסע שמחה וואס מען איז א איד,

ער קומט אין הויז און טראגט דעם טלית און די תפילין,
און דער קאפ איז פול מיט גליקלאכע געפילן,
זיין באלעבאסטע קומט אנטקעגן שוין א מאמע,
און זאגט "גוט מארגן" הויך מיט א צופרידן קול,

די פלאר געוואשן עס גלאנצט אין יעדן ווינקל,
אויף די פענסטער יעדע פורהאנגל עס פינקלט,
עס פאלט א געדאנק אין קאפ מסתמא,
איז עס א חלום און א מעשה פון אמאל,

דער גליקלאכער אמאל,
אין דעם קליינעם טאל,
וועל איך אלעמאל,
געדענקען,

דער גליקלאכער אמאל,
זכרונות אן א צאל,
וואס מאכן אלעמאל,
מיר בענקען,

א טיש א בענקל, א לאמפ מיט א שענקל,
דאס אלעס דורכאויס,
און ווי היכל, געלעגן א שמייכל,
איז אויף יעדן הויז,

דער גליקלאכער אמאל,
אין דעם קליינעם טאל,
וועל איך אלעמאל,
געדענקען.

קושקע » 24/11/2005 18:35

דער ניגון "דער גליקלאכער אמאל" קומט פון "לוקסוס 1"

menchele » 24/11/2005 19:23

שלמה זלמן,


כ'קען נישט מער ווי מיט דיר מסכים זיין.

לגבי זיין דערמאנען זיטן און שטריכן, וואס קלינגען היינט "ראמאנטיש", איז די מעשה מסתמא אז די אלגעמיינע אומגאנגס שפראך איז דעמאלט געווען ברייטער ווי היינט. אבער פון דער אנדערער זייט - ווען יו"ט ערליך זאגט דאס, דערוועקן נישט די ווערטער פאקטיש קיין "ראמאנטישע געפילן." (למשל, ביי דיין ביישפיל פונעם ליד "א גרוס", אין וועלכן ער דערמאנט "פון אנטקעגן אויסגעפוצטע פרויען / אויף א ברית מען טראגט א קינד" - מיך ברענגען די ווערטער ארויף אין פאנטאזיע דאס בילד פון א ברית מיט די צוגעהערן. ס'טרייבט מיך נישט אריינצו"זומ"ען אין די "אויסגעפוצטע פרויען"...)

שלמה_זלמן » 24/11/2005 23:45

מענטשעלע. ס'איז זיכער אז אין "אויסגעפוצטע" האט ער נישט געהאט וועלכע עס איז כוונה צו ערוועקן ראמאנטישע געפילן נאר ענדערש צו שילדערן דעם אונטערשיד צווישן א ברית מיט א לוויה. אינעם זאץ פאר "אויסגעפוצטע" זינגט ער וועגן אידן וואס גייען אין איין זייט אויף א לוויה און אנטקעגן קומען אויסגעפוצטע פרויען וועלכע פירן א קינד צום ברית. דאך וועט קיינער נישט זינגען אין דעם סטיל היינט צוטאגס. אבער אין די אנדערע ביישפילן וואס כ'האב אראפגעברענגט איז זיכער זיין כוונה געווען באהאלטענע (און צוריקגעהאלטענע) ראמאנטיקא. און וואס איז בעצם "ראנג" מיט דעם?

menchele » 25/11/2005 00:25

שלמה זלמן,


עס ווענדט זיך מסתמא אין "ווער" ס'רעדט. אויף זיין טעיפ "איך האב געווארט", זינג מרדכי א ניגון פון יו"ט ערליך - טאקע דעם "איך האב געווארט" ניגון - וואס איז באזירט אויף "שיר השירים". גענוי ווי ביי שיר השירים, דריקט דאס ליד אויס אן אומבאגרייפליכע, נאגנדע בענקעניש צו עמיצן, אן מפרש זיין פון וועמען/וואס דער מדובר איז. נאר וואזשע דען? אז ס'איז יו"ט ערליכ'ס א ניגון, איז פשוט אז "כ'האב אזוי געוואלט דיך זען, אזוי געוואלט געפינען," מיינט די הייליגע שכינה; ווידער ווען "פון בענקשאפט איז מיין הארץ, געווארן ווי א שטיין," קומט ארויס פון עמיצן אויף דער אנדערער זייט יראת-שמים באריערע, פארן די מחשבות באלד אהין דארט וואו ביים זינגער...

Average » 25/11/2005 00:49

שלמה זלמן

מענטשעלע


איך וואלט אייך געראטן צו שרייבן דא אלגעמיינע מוזיק קריטיק.



צוריק צו יו"ט ערליך;

איך זעה יו"ט ערליך צו מוזיק אין יענע צייטן, אזוי ווי "מעלות" צו ליטראטור אין היינטיגע צייטן.

ביידע האבן גענימען טאלאנט וואס זיי באזיצן, און דריקן דאס אויס פאר יהדות. מיט פארבן אידישקייט אין "זייערע" קאלירן, הערט זיך עס געשמאקער און מער איבערווייזענד.


די וואס ניצען קונסט וואס "זיי" קענען נישט, פלאנצן אריין זייער באגרעניצטקייט און אומ'חן אינעם טעמע וואס זיי באהאנדלען.

יונתן שווארץ, קען זינגן פון אידישקייט
but, just like his music, it doesn't sound compelling at all.

tzvibp28 » 25/11/2005 01:55

that's because Yonason Shvartz is an ENTERTAINER and YT Ehrlich was an old-time Yiddele who meant what he said

Rosenwaser » 25/11/2005 02:11

שלמה זלמן - מענשעלע A1

אבער ווען איך געהערט ווי ער לייגט אראפ ר' עקיבא. האב איך געטראכט שטעל דיר פאר עס פאסירט היינט אזוי!!!

למעשה ליידע זענען מיר אלע confused צוישען די גוי'שע פאלשע ראמענס מיט אינזער טייערע ראמאנס וואס מיר זעהן מער ארויס ביי די עלטערע אידן מיט זיירע ווייבער.

יוט עהרליך איז נישט געווען אזוי צומישט אין האט געוויסט די טייטש פון גילה רנה.... אהבה ואחוה ושלו' ורעות. זאלען מיר אלע געבענש זיין מיט דעם ביז 120.

שלמה_זלמן » 25/11/2005 21:42

מענטשעלע. ביזט זייער גערעכט אז ס'ווענדט זיך "ווער" עס זינגט וואס. ר' יו"ט האט געהאט ברייטע פלייצעס, אזוי צו זאגן, און קיינער איז אים נישט חושד אין עפעס. דאך האלט איך אז ווען ר' יו"ט וואלט אויפגעוואקסן היינט צוטאגס וואלט ער געהאט אן אנדערן סטיל מוזיק און ס'וואלט געווען א שאד. ר' יו"ט האט געהאט דעם אמאליגן אידיש'ן פאעטישן סטיל. מיר רעדן דא פון א צייט וואס אידישע ליטערעטור האט מען געקענט באצייכענען אלס ליטעראטור. ווען אידיש איז נאך געווען "רייך". ווען אידיש האט נישט געמאנגלט אין אויסדרוקן און שילדערונגען. ווען האסט געקענט ליינען אן ארגינעלן בוך געשריבן אין אידיש און נישט קיין איבערזעצונג פון אן ענגלישן נאוועל (דוגמת די היינטיגע שרייענדיגע אידישע ביכער).

גוט שבת, לאמיר לויפן אין מקוה.

KJfireman » 27/11/2005 05:57

יישר כח פאר ארויפלייגן די קליפס, באמת הערליך.

איך האב עס אמאל געקויפט אויף טעיפ, שוין לאנג צוריסן, איך האב הנאה עס צו הערן אויפ MP3

יישר כח.

KJfireman » 27/11/2005 06:15

בדרך אגב האט איר באמערקט אז די אלע זינגערס וואס זינגען יום טוב ערליך'ס ניגונים קלויבן אויס געוויסע ניגונים די אנדערע לאזט מען אויס?

למשל דער ניגון טשופשיק וועט קיינער נישט זינגען, ווייסט איר פארוואס?

KJfireman » 27/11/2005 19:04

טייל פון דעם ניגון "טשופטשיק". (טרעק 6)



אין ארץ ישראל, פרעמדע ווינטן בלאזן,
סאלדאטן טאנקען וואו מען שטייט אין גייט,
נישט א איד טאר זיך אויף דעם פארלאזן,
מען פרייט זיך נעבעך מיט דעם פאלשן פרייד.

טשופטשיק זאגט, ער וויל פון דעם נישט קאנען,
נישט צוליב דעם בין איך געקומען דא אהער,
נישט כדאי געווען די זעקס מיליאנען,
פאר א היטל פון א אפיצער,

איך בין געווען א אפיצער א גוטע,
איך האב געקעמפט אויף די לופט און אויף די ערד,
פאר די עראפלאנען גיב איך נישט קיין פרוטה
און די טאנקען זיינען גארנישט ווערד

מיליאנען פיינט שטייען גרייט אין די הויפן,
זיי קענען האבן אפיצערן מיט געווער,
העלפן קאן נאר איין גענעראל פון אויבן,
דער קליינער תהילים איז דער איינציגער געווער,

מיט געדולד ווארט איך אויף דער ישועה
די גאולה איז פאר זיי שוין אויף די וועלט,
נאר איידער עס וואקסט ארויס די גוטע תבואה,
ווילדע גראזן וואקסן אויפן פעלד

שטעכעדיגע דערנער וואקסן דארט כסדר,
און פון גארטן מאכן זיי א תל,
דער בעל הבית וועט מאכן באלד א סדר,
און די תבואה וועט וואקסן פיין און שנעל,

ציון, ציון, דו וועסט זיין צופרידן,
מען וועט פון דיר באלד אראפנעמען די שאנד
און אלע וועלן זען ווי שיין עס זענען די אידן,
און צו וועמען עס באלאנגט די שיינע לאנד

און אלע וועלן זען ווי שיין עס זענען די אידן,
און צו וועמען עס באלאנגט די שיינע לאנד







תוקן על ידי - kjfireman - 27/11/2005 19:06:32

KJfireman » 27/11/2005 21:59

איך פרוביר נאכאמאל צו דאונלאוידן די ניגונים פון "תשובה" וואס נתן האט ארויפגעלייגט אבער עס גייט, איז דא א פראבלעם מיט yousendit?

שם_אחר » 16/6/2006 00:12

צוליב די אינטערסאנטקייט פון דעם נושא ברענג איך ארויף דעם אשכול, איך האב לעצטענס געהערט די אידיש לידער פון יאסעלע, אבער איך זעה אז די ווערטער אויף דעם איז נישט דא אלע, איז דא עמיציר וואס האט אלעס אראפגעשריבן, אדער אראפגעטייפט? בפרט פון די צווייטע ניגון וואס הייבט זיך אהן א פרילינג,

געדאנקען » 1/7/2007 22:17

קרן שמואל ישעי, האט איבערגארבייט אלע יום טוב ערליך'ס טעיפ'ס און ער פארקויפט עס אויף MP3 אדער CD, פאר ווער עס אינטערסירט, 845.782.8369

איך האב געקויפט די MP3 פאר $99 און עס זייער שיין, גלייב מיר עס איז ווערט דאס געלט.

_________________

shia550 » 2/7/2007 00:56

מיט רשות פון זיינע יורשים?

געדאנקען » 2/7/2007 05:25

יושע, יא ער האט אן קאנטראקט מיט אלע דריי יורשים.

_________________

עבדעברי43 » 2/7/2007 06:07

פאר די היינטיגע קינדער דארף מען האבען א ביכל וויא אלע זיינע לידער און דרשות זאלען זיין אפגעשריבען אות באות.
יארן צוריק איז ארויסגעקומען איין קליין ביכל מיט 4 טעיפס . נישט לאנג צוריק איז ארויסגעקומען אין ארץ ישראל א גאעסער ביכל מיט מערערע טעיפס אפגעשריבען.

לעצטענס ממש איז ארויסגעקומען א הארט קאווער ביכל מיט א סאך מער טעיפס. אבער עס איז שוין נישט בנמצא.
עס דארף ארויסקומען א ספר אויף אידיש  אפגעשריבען אלע זיינע טעיפס ולמצוה גדולה יחשב
 ווייל דאס איז כרכא דכולא בי' .
 מוסר חסידות ווארימקייט. יודישקייט מענטשליכקייט. מדות טובות. חשקות התורה. שיינע בענקענדיגע ניגונים. זכרונות פון אלטע צייטן. היסטורי. מדרשים זוהרס און באהאלטענע מאמרי חז"ל.  סיפורים אמיתיים פון תלמידי מורינו הבעש"ט זי"ע ותלמידיו ותלמידי תלמידיו.
אמונה. בטחון. חיזוק. ליצנותא דעבודה זרה אמעריטשקע. ובעיקר שמחה ויו"ט.

Baachi » 2/7/2007 16:45

KJפייעלעשער

דער נוסח פון קופטישק מיט די פאליטיק = קנאות נוסח סאטמער פון ארץ ישראל איז שפעטער צו געקומען. איך האב נאך דעה ערשטן נוסח, מהיכא תיתי ר' יו"ט האט דאך געוואלט פארקויפן טעיפס, ומשנה ראשונה לא זזה ממקומה.

בלאט: 1 2 3