לכבוד יום העצמאות שיהיה ביום רביעי הבעל"ט
נוסח באטשי הקדמון (שלא מחק אותו ר' יום טוב ע"ה שהרי לא היה קנאי בכלל אלא ציוני נלהב כמו שרואים משאר כל הטעיפס שלו ובעיקר נומער 12 שבחי ירושלים עיין שם):
אין מדינת ישראל, נייע ווינטן בלאזן,
סאלדאטן טאנקען וואו מען שטייט אין גייט,
א יעדער איד מוז זיך אויף דעם פארלאזן,
מען דארף זיך פרייען מיט דעם שיינעם פרייד.
באטשי זאגט, אדאנק אט די קאנאנען,
וועט קיין שואה "נעווער" ניט זיין מער,
עס איז כדאי געווען די זעקס מיליאנען,
פאר א היטל פון א אפיצער,
איך בין געווען אמאל אין סאטמער שיטה,
יעט האב איך זיי אלע טיף אין דער ערד,
פאר די סאטמערער גיב איך נישט קיין פרוטה
נאר די ציונים זיינען עפעס ווערד
מיליאנען פיינט שטייען גרייט אין די הויפן,
מיר קאנען קעמפפן געגן מיט געווער,
גיין פאר איהר אין פייער ווי די צפרדעים אין אויוון,
כאטש זי איז פאר מצרים ארגער פיהל מאל מער,
מיר מוזן די מדינה פון די פעלקער מאנען,
זי זאל זיין די שענסטע אין דער וועלט,
זאל זיי זעהן וואס מיר אידן קאנען,
פאר די דריי עבירות זיך נישט אפגעשטעלט
שטעכעדיגע דערנער וואקסן דארט כסדר,
און פון גארטן מאכן זיי א תל,
גאנץ מאה שערים מיט דעם שול און חדר,
דארף מען זעהן פארניכטן גאר גיך און שנעל,
ציון, ציון, דו וועסט זיין צופרידן,
מען וועט פון דיר באלד אראפנעמען די שאנד
און אלע וועלן זען ווי שיין עס זענען די אידן,
און צו וועמען עס באלאנגט די שיינע לאנד
ציון, ציון, דו וועסט זיין צופרידן,
באמבארדירן מיר וועלן טעהעראן,
מיט "גאוה" אין די גאסן וועלן מיר מארשירן,
און אלע באטשי'ס וועלן גיין מיט אונז אין שפאן. ציון, ציון, טו אונז דערציילן ביטע,
אין דיר שטייט דאך דער כותל דער הייליגער וואנד,
פארוואס טוסטו אויסטהאלטן די נייע סאטמערער שיטה,
זיי ווילן דאך בן גוריון נישט רייכן די האנד.
תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 02/07/2007 17:52:14
_________________
המשך:
די יונגע צה"ל איז פיהל שטארקער פאר די רוימער,
מיר זענען היינט דאס שטארקסטע מיליטער,
אינגען און מוידן וואס קאנען רייסן בוימער,
ווי בר כוכבא אין די צייטן פון ביתר,
בר כוכבא האט געזאגט, ניט העלף און ניט שטער,
איך בעט דיר בורא, שטיי מיט די הענט פארלייגט,
די צה"ל האט דעם בורא, גארניט אינזינען,
כאטש צור ישראל, אין די מגילה אריינגעלייגט.
וואס צו בר כוכבא וועט אונז ניט פאסירן,
מיר זיינען קעמפפער ווי אלעמען באקאנט,
די פאנאטיקער וועלן אונז ביי די נאז ניט פירן,
זיי וועלן זיך ברעכן בהדרגה נאכאנאנד,
מרנן ורבנן, און אדמורים קוויטל ליינער,
שרייען חוב קדוש אין כנסת אריין,
וועלן מוז יעדער, עס טאר ניט פעלן קיינער,
די קנאים וועלן דאך, אבער שטענדיג זיין.
מיר ווילן א מדינה, פון איהר קאסע שנארן,
אין מיליטער חלילה, ניט אריין און ניט ארויס,
ביי מלחמות וועלן מיר קיין אמעריקע אפפאהרן,
פאר די פרעסע זאגן, בויען קרית צאנז דורכאויס.
מיר ווילן א מדינה מיט ירושלים,
מיליטער, עוברי עבירה ניט מיין,
איהר בני תורה גייט טרינקען לחיים,
א ירא ורך הלבב מוז פון פראנט צוריקגיין.
באטשי, באטשי, דו וועסט זיין צופרידן,
מען וועט פון דיר באלד אראפנעמען די שאנד
און אלע וועלן זען ווי שיין עס זענען די אידן,
און צו וועמען עס באלאנגט די שיינע לאנד
~~~~~~~~~~~~
המשך יבא ביום העצמאות הבא אי"ה יולי 4 תשס"ח
נבוכדנשצר
זעהר שיינע שירות, שמך נאה לך ביקש נ"נ לגנות שירות ותשבחות שאמר דוד המע"ה, געראטסט טאקע זעהט אויס אין איהם. מאלעי חעין.
אבער אחוץ ווייזן דיינע גרויסע טאלאנטן פארשטיי איך נישט וואס דו ווילסט
דו ווילסט לייקענען אז ס'איז געוועהן קודם א משנה ראשונה פון דעם ליעד?
אפשר קאן איך וויסען וואו מען קען הערן דעם "משנה ראשונה" ווי די רופסט עס?
בעסער וואלט געווען צו האבן דא "באטשי" אין זיין משנה ראשונה (אויב ס'איז אמת דאס וואס ער האלט אין איין פארקויפן).
נבוכדנאצר, עי וואן.
ס'איז ווערט א מיליאן.
עס קומט דיר א מעדאל פאר אזא געלונגענע ארבעט.
דרך אגב איך האב יעצט דורך געליינט אלע פעידשעס דא. די מעשה מיט יאקאב איז געווען מיט א חשוב'ן איד א סטאלין'ער חסיד. ער האט געהייסן הרה"ג ר' יעקב פאטאש זצ"ל, א תלמיד חכם עצום ומופלג, א געווייקטער חסיד'ישער יוד, געוואוינט אין בארא פארק, ער האט קינדער, איינער פון זיי ווייס איך וואוינט אין מאנסי.
און דעם ניגון האט ער טעקע געמאכט צו יאקאב'ס חתונה און האט עס דארט צום ערשטן מאל געזונגען.
כ'אב געזען איינער האט דא געשריבן וועגן די קינדער פון ר' יו"ט ערליך זצ"ל.
זיין זון וואס דרייט זיך אין זכרון משה, וואוינט טאקע ממש דארט, אפאר הייזער אראפ פון זכרון משה, ער הייסט ר' מיילאך ערליך, זייער א חשוב'ער אינגערמאן, לעבט אין דעם טאטנ'ס ניגונים, און גייט אין זיינע וועגן, איז א פויקער און זינגער ביי חתונות. עם אינטרעסירט שוין איינמאל זיין טאטנס ניגונים און זיין לעגעסי, ער האט עטליכע יאר צוריק איינמאל געדריקט א ספר פון ניגונים, מיט א ווייכע פשוט'ע דעקל, נישט קיין שיינע גרעפיק, בערך 12 טעיפס איז געווען געדריקט דארט - נישט נאר די ניגונים, נאר די גאנצע טעיפ, אפי' די ווערטער - שפערטער מיט בערך צוויי דריי יאר צוריק האט ער נאכאמאל געדריקט א ספר מיט ניגונים, דאס מאל שוין מיט א הערליכע הארטע דעקל, און שיינע גרעפיק, ממש א מחי', אבער אויך נאר בערך 12 ניגונים, א חלק די זעלבע ווי אין דעם פריערדיגע ביכל און א חלק נייע אבער אויך נאך נישט אלע, סדארף זיין נאך צוויי חלקים, אזוי האט ער מיר געזאגט. דער לעצטער ביכל איז דא צו באקומען אין די געשעפטן.
יעצט וויל איך דא אריינקלאפן עטליכע ניגונים וועלכע האבן מיך זייער געכאפט און געמאכט א שטארקן רושם אויף מיר אז כ'אב עס אסאך מאל אויסגעהערט און ס'איז מיר געבליבן אין זכרון, און כ'על שרייבן אזוי ווי איך געדענק, (מסתמא וועל איך נישט קענען שרייבן א גאנצע ניגון אויפאמאל אבער כ'על עס מאכן אין עטליכע פארזעצונגען).
די ערשטע וועל איך קלאפן א ניגון פון דעם טעיפ חסד, די מעשה פון בעל שם טוב מיט ר' הערשל, ער זינגט אזוי ווארים און הארציג אז דאס הארץ קען צוגיין, און די מעשה איז אויך מורא'דיג, ס'אט מיך אזוי געפאנגען אז ביז היינט ווען כ'זינג עס ברענגט עס מיר ארויף שטארקע הרגשים.
דער בעל שם טוב איז אמאל
געגאנגען איבער בארג און טאל
און געקומען אין א שטאט
וואס מען רופט זי בראד
איינמאל אין א גאס גייט ער
און ער קוקט זיך הין און הער
זעט ער גייט א איד אין וועג
און טראגט שווערע פעק
איינגעבויגן
אראפגעלאזט די אויגן
לויפן קינדער און זיי שרייען ציג
יעדער טוט עם זאגן
געזונט זאלט איר טראגן
געזונט זאלט איר זיין ענפערט ער צוריק
דער בעל שם טוב זעט זיין פנים
פול מיט הייליגע סימנים
פון זיין שטערן שיינעם ווי צוויי ליכט
ער קאן זייער גוט די בליקן
פון די ל"ו צדיקים
ער האט ניט געזען אט דעם געזיכט
ער נעמט פרעגן דעם און יענעם
יעדער איינער טוט עם קענען
דאס איז הערשל ווייסן קליין און גרויס
ער האלט אויס אין הויז פיר ציגן
פרישע מילך פון זיי טוט קריגן
און פערקויפט און האלט די ציגן אויס
דעם בעל שם טוב טוט פערדריסן
פון דעם איד ער טוט ניט וויסן
און ער פאסט און ביים באשעפער בעט
ליבער טאטע טו מיר זאגן
וואס דער איד עס טוט פערמאגן
אז פון זיין שטערן שטראלן צוויי מען זעט
(הערט צו דעם קרעכץ ווען ער זאגט ליבער טאטע....)
לערנען זאגט מען קאן ער גארניט
דאוונען אפשר אויך א האר ניט
און פון שטערן שיינט ארויס א שיין
דער באשעפער טוט עם הערן
און ער טוט עם העלפן גערן
זיין בקשה טוט ממלא זיין
(פארזעצונג קומט)
די געשיכטע פון "יאקאָב" איז א אמת'ע. עס האט פאסירט מיט יעקב פאָטאש. מיינע באבע און זיידע האָבען עם אריינגענומען אין שטוב אין סאמארקאנד.
וואו קען מען דאונלאודען די אלע ניגונים?
איך בין נישט בכוח צו אויסגעבן געלט דערויף, אבער איך וואלט זייער געוואלט עס הערן.
קומט אריין ר' סעדיה
צינדט ער אן דער ראדיע
דער יידענע לויפט ער ווייזן
וואס טוט מען אדווערטייזן
bp11219
פון השגת גבול האט איר אמאל געהערט?
מוכרים היום את הדיסקים שלו?
שמעתי שעשו mp3 עם כל השירים שלו