היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » דער ארעסטאנט "דרייליך"

דער ארעסטאנט "דרייליך"

129 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1667607
בלאט: 1 2 3

veaz » 13/11/2005 09:28

ווער עס ליינט "דער שטערן" וועט זעהן אין דעם חודש איז פארהאן א גאנץ לאנגע ארטיקעל וועגען א ארטאדאקסישע יוד וואס זיצט אין "גרינ-העווען" תפיסה שוין 26 יאהר אויף קלאגעס אז ער האט אימגעברענגט זיין ווייב מיט נאך איינעם,

לויט ווי דער שטערן לייגטס עס אראפ איז דער יוד גענצליך אאומשולדיג. אבער ווען מען איז מקיים דעם שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך הערט מען זינגען גאר אנדערע לידער,

דא וואלט איך געוואלט ליינען פון אייך טייערע גולשים, ווער עס ווייסט עפעס זאל ביטע פאוסטען. און אויך אויב ווייסט איינער ווער דער מונסי ראביי איז??

aaatozzz » 13/11/2005 17:07

קען איינער פליז ארויף פאסטען דעם ארטיקעל פונעם שטערן.

דיפלאמאט » 13/11/2005 17:07

פארוואס באהאלטן זיי די אידענטיטעט פון דעם ראביי?

באראפארקער » 13/11/2005 17:15

ווער איז געווען דער "נאך איינער"?
א שולח יד?

Lumber » 13/11/2005 17:16

אויפן דעקל פון 'דער שטערן' איז דא א צייטונגס אויסשניט פון די מעשה דארט קען מען ליינען דעם נאמען פונעם דאקטאר/ראביי.

דיפלאמאט » 13/11/2005 17:27

וואס איז דער סוד אז דאס איז דער באוואוסטער טענדלער?

משיח_השם » 13/11/2005 19:40

איך האב שוין געהערט די מעשה אפאר יאר צוריק פון חבר מיינער וואס האט באגעגנט דעם דרייליך אליין אין תפיסה. (מיין חבר גייט אמאל אין תפיסה ארויסצוהעלפן היימישע ארעסטאנטן). ער האט מיר דאן דערציילט ווי אינטערעסאנט דאס איז געווען אז ער האט באגעגנט א היימישן איד אין תפיסה, מיט א לענגערע ווייסע בארד, און ווען ער האט זיך נאכגעפרעגט פארוואס דער מענטש איז אין תפיסה, האט איהם אן עסקן דערציילט אז דאס איז צוליב דעם וואס ער האט גע'הרג'עט א מענטש, און זיין ווייב האט גע'טענה'ט אז ער זאל זיך מודה זיין, ווייל דאן וועט ער באקומען א גרינגערע שטראף, ער האט אבער זייער מורא געהאט און נישט געוואלט. האט זיך ווייב געוואלט אויף די אייגענע האנט איהם גיין איבערגעבן, און וויבאלד ער האט זייער מורא געהאט האט ער איר אויך גע'הרג'עט.

ווען ער האט געזען אז זיין מצב איז שמאל, איז ער געגאנגען צו רב טענדלער, און איהם געבעטן ער זאל קומען פאלש עדות זאגן אין קאורט, אז אין יענע צייט וואס זיין ווייב איז גע'הרג'עט געווארן, איז ער געווען ביי א שיעור פון רב טענדלער. אבער פארשטייט זיך אז אזוי ווי יעדער נארמאלער מענטש וואס האט א מח בקדקדו, וואס הערט אז א מענטש האט געהאט די קאלטקייט פון אויפהייבן א מעסער אויף א אינגע 23 יעריגע מאמע פון צוויי קינדערלעך (און א דריטע אויפ'ן וועג, וואס דער שטערן האט נישט דערציילט), און איר דערשטעכן אויף טויט, האט רב טענדלער געזאגט דעם אמת אין קאורט.

דאס אלעס האט מיר מיין חבר דערציילט פאר בערך פיר יאר צוריק.

יעצט קומט דער שטערן און מאכט א ויצעקו, כדרך כל הסאטמוירים.

וואס איז די מעשה? דער איד זיצט שוין 26 יאר אין תפיסה, און עס איז געווען איינע פון די באקאנסטע מעשיות, ואין פוצה פה ומצפצף. קיינער פון די א.ג. חרדישע עסקנים האבן נישט געפינען פאר וויכטיג זיך אפצוגעבן מיט זיין קעיס, און אויפדעקן די פאלשקייט און לעכערליכקייט פון די אמעריקאנע קאורט סיסטעם. (וואס לפי דער שטערן פירט זיך עס בערך אזוי ווי סאטמארע חדר אין טרופ עוו.). קיינער פון זיינע אייגענע משפחה האט נישט געפינען פאר וויכטיג צו מאכן א וויי געשריי היתכן אן אומשולדיגער איד זיצט אין תפיסה. וואס געווענטליך אין אזעלכע פעלער, זענען דא נאנטע קרובים און גוטע פריינט וואס נעמען אן דעם באשולדיגט'נס ווערסיע. [ווי מיר טרעפן ביי יגאל עמיר ואכ"מ]. און דער גרויסער ביזנעס קאנסאלטענט דרייליך, מיט אזויפיל גוטע קאנעקשאנס אין 47 סטריט, און מיט עשירים, האט נישט געפינען די געלט אפילו צו דינגען א נערמאלן לאיער. עפעס זאגט דאך דאס.

אויך שרייבט דער שטערן, אז מען האט די האר פון דעם מערדער. "און האפנטליך" וועט מען קענען אינדענטיפיצירן דעם אמת'ן מערדער דורך די די.ען.עי. פרעג איך ענק א שאלה, די סיסטעם פון די.ען.עי. איז נישט היינט געבוירן. עס איז שוין א היבשע פאר יאר וואס דאס גייט אן. און אין די לעצטע פאר יאר, הערט מען יעדע פאר וואכן אין די מידיא, ווי נאך איינער איז באפרייט געווארן, ווייל מען האט געטראפן אז ער איז נישט געווען דער מערדער. נו ווי קומט דאס אז א מענטש וואס זיצט און שרייט שוין 26 יאר אז ער איז אומשולדיג, אז מען האט נאך נישט געמאכט דעם טעסט.

נאר וואס דען, יעצט האט מען א מערכה מיט רב טענדלער. און אזוי ווי דער מנהג אין סאטמאר איז אז מען טענה'ט זיך נישט לענין, און מען הערט נישט אויס יענעמ'ס צד. טוט מען די זעלבע זאך דא, אנשטאט צו פירן די מערכה אויף מציצה בפה כענין. פארקירעוועט מען די מערכה אויף א פערזענליכע אטאקע אויף רב טענדלער.

איי וויאזוי מאכט מען דעם עולם גלייבן? נישט קיין פראבלעם, מען דינגט א גוטן שרייבער אין דער שטערן. נו דער שטערן איז דאך א תמימות'דיגער מאגאזין וואס שרייבט נאר מעשיות, עס איז ריין פון פאליטיק. און דארט שרייבט מען די מעשה פאר די קינדערלעך און ווייבער צו ליינען, און ווערן צושרויפט און צושוידערט פון די מעשה וואס איז נישט געמאכט פאר די שוואכע הערצער. און מען ווארפט אריין פול מיט גיפט אינמיטן ווי למשל: א בלוט בלבול דורך א "מומר". א.א.וו. און פיר וואכן שפעטער ווען מען קומט ארויס מיט גרויסע פלאקאטן, וואס א גראפיקער דיזיינט מיט צובליטיגטע הענט וואס כאפן אן די גראטעס פון תפיסה, מיט אביסל בארב ווייער אין די זייט. און טרערן רינען אראפ פון אויבן ביז אונטן וכו' וכו' קומט דער עולם נישט נאר צו לויפן און געבן געלט, נאר מען ווערט נאך גערעגט אויף רב טענדלער. (ווער עס געדענקט נאך ווי די מערכה מיט דעם גר צדק, האט זיך אויך אזוי אנגעהויבן).

וואס דאס אלעס טוט נאר איין זאך. עס זאגט מיר אז בעצם איז נישט דא קיין מערכה קעגן רב טענדלער איבער דעם ענין פון מציצה בפה, אזש מען האט געמוזט אפיר קראצן שמוץ אויף איהם. ווייל אויב נישט, קענסטו זיך דאך טענה'ן איבער מציצה בפה, וואס ווילסטו פון דעם דרייליך פרשה.

שלום_משה » 13/11/2005 20:39

משיח השם
די האסט געווארפן א גאר שארפע באשולדינגוג קעגן דעם אויסגאבע "דער שטערן" אז ער האט געשריבען הויל ליגענט
ד"א דער שטערן איז אנגענימען ביי א סאך ליינער אלץ גאר א גיטע אין קראנטע אויסגאבע,

האסט געשריבען דיינע ווערטער מיט א קלארער איבערווייז אז די ווייסט וואס די רעדסט?
אדער האסט געהאט זייטיגע חשבונות דערמיט?

רבותי!ווער ווייסט דעם אמת???
איז די מעשה פינעם שטערן אמת אדער שקר?????

משנתחסידים » 13/11/2005 20:59

איך זע אז די אויפגעקלערטע נוסח משיח ה' פארשטייען גאנץ גוט צו מאכען ליצנות פון יעדער ערלכיע רב, אבער ווען מען קומט ארויף אויף א חשד קעגען איינער פון זייער'ס ווערן זיי ווילד ווי די געסטע קנאים.

איך האב נישט געליינט דער שטערן, איך געדענק נאך די מעשה, איך ווייס אז די פרוי'ס משפחה האט געגלייבט אז ער האט איר געהארגעט, אבער עס איז אלעמאל געווען קלאר אז די מעשה האט נישט קיין שום עדות נאר עדותו של טענדלער.

אין עס איז קיינעם נישט געווען מסתבר אז ער זאל אליין פארציילען טענדלער די מעשה.

אגב איך האט געהערט אפאר יאר צוריק אז ער איז געהארגעט געווארען אין תפיסה, פון דא זעט אויס אז עס איז געווען א פאלשע קול.

yohcee718 » 13/11/2005 21:26

IM SHOCKED

בשעתו איז געוועהן דער גאנצער דעת הקהל פון רוב היימיש אידען אז ער האט זיין טראגעדיגע פרוי קאלט בלוטיג געשטאכען אויף טויט דער TRIAL איז געוועהן לאנג און די פרטים האט מען באריכטעט אין די MEDIA. ביי מיר איז ער א פשוט'ע רוצח!

ס'איז לע"ד סתם א טריק יעצט אריין צו שלעפען טענדעלר'ס עבירות פון מציצה וכו' וכו' (די ליסטע איז לאנג) דא איבער דעם קעיס.

מיר האט אן עסקן פארציילט אז דרייליך אין JAIL איז זייער מקפיד אז מ'זאל נישט רעדען אין מיטען קדיש אדער שמ"ע...האהאהא

משנתחסידים » 13/11/2005 21:34

יוסי

קען זיין אז עס איז ריכטיג וואס די זאגסט , אבער אויף וואס בויסטו דאס? פון דעם וואס דער קאורט האט אזוי געזאגט?

זיי האבען מברר געווען מיט עדות וכדומה אז די מעגסטעס גלייבען?

זאליweaky » 13/11/2005 21:45

יוחי.

כ'ווייס נישט וואס דער אמת איז, און דאס וואס מען האט "געשמועסט", איז פונקט אזוי קראנט ווי אלע שמועסערייען.

די זעלבע טענה וואס דו וכדומה האבן אז דאס איז א סאטמערע מעשה אקעגן טענדלער, די זעלבע טענה זאג איך אויף דיר אז דאס איז א ליבעראלע טענה אבי זיך אנצונעמען פאר טענדלער.

כ'בין נישט קיין פוסק, אבער כ'גלייב אז אפילו אויב די מעשה זאל זיין הונדערט פראצענט אמת איז דאס פארט נישט קיין היתר צו גיין מסר'ן דעם איד. מיר האבן נישט היינט קיין בי"ד וואס קען דן זיין דיני נפשות.

ובפרט אויב איז אמת די ווערטער וואס דער שטערן ציטירט - וואס דאס דארף זאך זיין אפענע טראנסקריפטן - דאן איז דאס פאר מיר פונקט גענוג צו פארשטיין געבן פארוואס ער האט זיך ארויסגעלאזט אין א מלחמה, איבערצושפילן די לאנגיעריגע רעפארם מלחמה אקעגן די ארטאדאקסישע אידן, און יא - אקעגן די תורה הקדושה.

נבוכדנאצר » 13/11/2005 22:01

אהן אריינגיין אינעם ויכוח.

כ'האב איינמאל אין לעבן געלייענט דעם מאגאזין אויף אידיש "דער שטערן", און פונקט געעפנט ביי אן ארטיקל אונטערן קעפל: ווען מאנהעטן האט זיך געדארפט איבערדרייען.

ס'איז מיר גענוג געווען עס זאל מיר בלייבן אין געדאנק אז אין דעם מאגאזין איז נישטא קיין איין ווארט אמת.

אין צוגאב, אין י ע ד ן ארטיקל איז דערמאנט: טעלעוויזיע, ראדיא, אינטערנעט (אויסער ע, בי איי און פרעזידענט) און דאס ליינען אונזערע קינדער! כלומר: א מאגאזין "בגופן שלנו".

wassa_dif » 13/11/2005 22:04

משיח השם
ווען דו וואלסט זיך געקענט צוריקהאלטען פון באזאלצען דיינע ענטפערס מיט "כדרך כל הסאטמוירים"
און אזוי ווי דער מנהג אין סאטמאר" און וואלסט נאר גערעדט צו'ם זאך וואלט מען דיר אפשר געקענט גלייבען.
ווי ס'איז...

זאליweaky » 13/11/2005 22:14

נבוכדנאצר.

איך בין נישט קיין אדוואקאט פארן שטערן, אבער יעצט איינמאל ביזטו נישט גערעכט.

יענער ארטיקל איז געווען א געניטע שילדערונג פון א צודרייטן פאנטאזיסט, וועלכער האט אנגעצויגן אסאך מענטשן מיט די פאנטאזיע אז מאנהעטן גייט זיך איבערדרייען.

דער ארטיקל איז געווען געווידמעט צו צייגן פארן ליינער ווי ווייט מען האט געקענט איינרעדן אמאל שטותים און נארישקייטן, וואס היינט וואלט אזא זאך פשטות נישט פאסירט, דער ליגנט היינט מוז זיין פיל מער פראפעסיאנאל [כאטש אויך דערין איז נישטא קיין מאנגל...].

דעריבער איז יענער ארטיקל ווייט נישט קיין ריכטער אויף די אויסגאבע [אויב עפעס, איז דיין תגובה א ראי' ווי ווייניג מען קען זיך פארלאזן אויף עפעס וואס די "גאס" אדער דער "דעת הקהל" דערציילט...].

און טראץ וואס איך בין איינשטימיג מיט דיר פון א אידישקייט שטאנדפונקט, בין איך אבער אויף די אנדערע זייט בנוגע זייער באגלויבטקייט.

הלואי וואלטן אלע אידישע אויסגאבעס געווען אזוי באגלייבט, וואלטן מיר נישט געדארפט אנקומען צו "דער שטערן"...

yohcee718 » 13/11/2005 22:15

זאלי ווער נעמט זיך אהן פאר טענדלער?

דרייליך איז די אישו! אין דאמאלס האט נישט קיין שום היימישער איד, רב, סיי ווער.. זיך אהן גענומען פאר איהם.

ווייל לפי ההוכחות איז ער געווען שולדיג

איבער 'דיני נפשות' מ'האט איהם נישט 'דן' געוועהן להריגה,

אין טאקע דאס איז איינע פון די סיבות פאר וואס א שומר תורה טאר נישט שטוצען דעם DEATH PENALTY ווייל עס קען זיך טרעפען אזא קעיס.

(איך האב געהערט מפי השמועה אז דער חזון איש האט געהייסען שתדל'ן פאר די ROSERBERG SPIES אז מ'זאל זיי נישט משפט'ן אויף טויט כאטש זיי זענען געוועהן אידישע קאמוניסטען קעגען אמעריקע)

אבער 'איין שפארען' א מערדערער א איש מסוכן איז קיין שום שאלה.

איך קען נישט איצט געענקען די פרטים פון דעם קעיס, אבער עס דארף זיין גענוג אז 'בשעתו' האט נישט קיין איין היימישער רב זיך משתדל געוועהן פאר איהם כחוט השערה.
מיטאמאהל כ"ק הגה"ק מטאש שליט"א וכ"ק מסעקולען שליט"א ודי למבין!

זאליweaky » 13/11/2005 22:18

איז מעגליך אז עס האבן געמאנגלט דאן עסקנים וועלכע זענען גרייט געווען זיך צו שפילן מיט די מאפיא ?!

אדער נאך אזעלכע מיליאנען תירוצים.

דעת הקהל איז ביי מיר כמעט קיינמאל נישט באגלייבט.

ווידער ביי מיר פריוואט איז די אישו יא טענדלער, און אויב איז "נאר" אמת די ווערטער וואס זיי ברענגען פון די געריכטליגע פארהערן, דאן איז דאס גאר א שטארקער באווייז איבער זיין כאראקטער, און ווייט נישט אויף די גוטע זייט.

Ziskeit » 13/11/2005 22:18

איך בין געשאקט ווי אזעלכע מענטשן ווי משיח השם וואס זענען אזוי "ליבעראל" ווען עס קומט צו אידישקייט ווערן אזוי ווילד עקסטרעם ווען עס קומט צו באשולדיגן א איד וואס עס איז נישט דא קעגן אים קיין שום באווייזן אז ער איז א מערדער, חוץ די בלויזע עדותשאפט פון טענדלער.

איבער די לעצטע פאר יאר האט מען געהאלטן אין איין הערן פון מענטשן וואס זענען ארויסגעגאנגען פריי נאכדעם וואס די ען עי האט אויפגעוויזן אז זיי זענען נישט געווען די מערדער, און מען וועט דאס נאך ווייטער הערן איבער די קומענדיגע יארן. יעדער פון ענק איז מודה אז די אלע מענטשן זענען אומשולדיג, אבער דא זיצט א איד, א אידיש קינד, א פרומער ערליכער איד, אין תפיסה שוין אזויפיל יאר און איר ווילט אים ניטאמאל געבן די בענעפיט אף די דאוט, שעים אן יו!

עס איז דא אן עלטערער חשוב'ער איד, וואס כ'קען מיך נישט דערמאנען זיין נאמען (ניין, ער איז נישט קיין סאטמארער, ער גייט אפילו נישט מיט א שטריימל שבת). איבער די לעצטע פאר יאר האט ער מיט גרויס מסירת נפש איינגעשטעלט זיין לעבן, ער איז ארומגעפארן איבער די וועלט און אויפגעזוכט אלע מענטשן וואס זענען געווען פארמישט אין די מעשה, אריינגערעכנט די מאפיא, און יעדער פון זיי האט אים באשטעטיגט בכתב און בעל פה אז וואס דרייליך זאגט איז אמת און וואס טענדלער זאגט איז א נידערטרעכטיגער ליגנט.

דער איד האט פון זיין אייגן טאש באצאלט טויזנטער דאלער, און זיך געוואנדן צו גרויסע לאיערס און צו פרייוועט אינוועסטיגעטארס. כולם פה אחד האבן מודה געווען אז עס איז דא א גוטער קעיס צו באפרייען דרייליך. מען דארף נאר דערפאר צענדליגער טויזנטער דאלארן.

בכלל משיח השם, וויאזוי וואגסטו זיך צו רעדן אזוי אויף א איד ווען דו קענסט ניטאמאל די פרטים פון די מעשה? דו דערציילסט הוידל בוידל אז ער האט איר געהארגעט ווייל זי האט געוואוסט צופיל, וואס דאס איז זיך סותר מיט וואס טענדלער האט געזאגט אין געריכט, אז דער איד האט געהארגעט זיין ווייב ווייל זי האט "געטשידט", און דו "ווייסט פאר א פאקט" גאר אן אנדערע מעשה.

איחודמעמבר » 13/11/2005 22:25

עס איז שרעקליך די מעשה מיט דעם דרייליך.

עס קען זיך גלויבן אויף דעם ראביי אז ער איז עלול אויף אזעלכעס.

א ראביי וואס האט אן קיין טראפ בושה געהעצט קעגן מצות מילה, איז עלול אויף דעם אויך.

שלום_משה » 13/11/2005 22:26

-

עס קיקט אויס אז משיח השם האט נאך א באהלטענע מאטיוו מיטן שרייבען זיין ווערסיע פין די מעשה אין עס קיקט אויס ווי ער שרייבט נישט דעם פילען אמת.

האט נאך איינער אינפערמאציע איבער די מעשה??

תוקן על ידי - שלום_משה - 13/11/2005 22:28:08

Ahroiny » 13/11/2005 22:29

Come on.
Do you guys even know what's going on in this corrupt US justice system.
Thousands of innocent people are in jail, just a fraction of them are eventually freed.
Do you know that 121 people were already taken off death row after their innocence was proven.
http://www.deathpenaltyinfo.org/article.php?scid=6&did=110
Do you know how many innocent people already died, nobody knows, since the government is not allowed to reopen those cases.

jid_613 » 13/11/2005 22:30


יוחי!

!GET WITH THE PROGRAM

דער יעצטיגע מלחמת מצוה, איז ווי אזוי ארונטער צו רייסען רב טענדלער... א יעדער ווארט פון רעשינעל לאג'יק איז לבטלה.

המטרה מקדשת כל האמצעים.



wassa_dif » 13/11/2005 22:32

http://www.theawarenesscenter.org/Tendler_Mordecai.html
נאך אינפארמאציע וועגען טענדלער

yohcee718 » 13/11/2005 22:39

זאלי דו שרייבסט

"איז מעגליך אז עס האבן געמאנגלט דאן עסקנים וועלכע זענען גרייט געווען זיך צו שפילן מיט די מאפיא ?! "

איך בין אויך געוועהן אמאהל אזוי יונג ווי דו אין איך געמיינט אז פאר איך בין געבוירען איז געוועהן עולם התוהי

אלס איז געוועהן!

טאשער רבי האט דאמאלס באפרייט פארש...קי צום 6טן מאהל.

איך אלס ליבעראל מענטש פארמאך איך נישט דעם טיר פאר קיינעם אדרבה let the system work

אויב ער האט הוכחות איז דא אין אמעריקע א רעכט וואס הייסט habeas corpus
זאל ער אפעלירען.

עס איז פארהאן אין אמעריקע א סאך ארגענעזאציעס וואס זענען זיך עוסק מיט העלפן אומשולדיגע דא איז א לינק פאר איינע פון זיי.
אויב זיי האבען נאך נישט אהןגענומען אזא FAMOUS CASE זאגט מיר א סאך.
http://www.innocenceproject.org/

איך טענה נאר נאך אלס אז איך מיין לע"ד אז ער איז יא שולדיג thats all



jid_613 » 13/11/2005 22:45


ידידי ר' וואסא, דער תגובה בין איך מקדיש פאר דיר...

דער דאזיגע אשכול, איז א לעבעדיגע שפיגעל פון דרך כל הסאטמורים מעולם.

דרייליך איז אומשולדיג ווייל ס'איז נישט דא קיין עדים קעגען איהם, און רב טענדלער, איז שולדיג, ווייל א לינקע ציוניסטישער גרופ פון ראביי'ס האט אזוי מחליט געוועהן.

(אנטשולדיקט -- ווייל ער האלט אז מציצה בפה פעלט נישט אויס, און ממילא אויב איז דערין דא א סכנה --וואס לדעתו איז דא-- טאר מען דאס נישט מאכען.... -- אוי וויי, איך רעד צו הויעך...)

עפשטיין » 13/11/2005 22:51

בדרך אגב

איינער מיסט דא אויס צוויי טענדלער'ס א טאטע מיט א זון.

דער טאטע איז א שקרן ווייל ער האט זיך סותר געווען אין זיין בריוו אין יתד ווי ער שרייבט אז ער פירט נישט די מערכה קעגען מציצה מיט דעם ווידיאו פון זיין קלאס ווי ער זאגט בפירוש יא אז ער טוט דאס.

דער טון איז בחזקת כשרות אין איז גרייט צו גיין צו א בית דין כשר עס מוכיח זיין.

yohcee718 » 13/11/2005 22:56

וואסע

דו האסט געמאכט א גרויסער טעות דא

דיין לינק איז איבער זיין זוהן "מרדכי" דער וואס אויף וועהם מ'זאגט אז ער גע'פעלש'ט תשובות אין אגרות משה.
(ר' משה האט איהם געשריבען תשובות).

איהם האבען א סאך פאר'צרה'טע פרויען באשולדיגט מיט מואס'ע דברים. און א קאמיטי פון דעם מאדערענע RCA האט מסכים געוועהן מיט די פרויען אז ער איז שולדיג.

ער איז א זוהן פון משה טענדלער דער אנטי מציצה ראביי.

(אגב, האלט איך קלאר אז נישט א יעדער וואס האלט אז מציצה איז א סכנה איז א שונא ישראל א שונא הדת וכו' וכו'
טענדלער איז לע"ד אן עוכר ישראל פאר אנדערע ענינים וגם בענין מציצה ואכהמ"ל)

איך זאג דאס אלס איינער וואס האט ערשט פאריגע וואך מקדיש געוועהן א סאך שעה'ן כדי צו שוצען מציצה בפה אין א פרייע צייטונג.(איך האב געזאמעלט חומר פאר אגודת ישראל)

Ziskeit » 13/11/2005 22:58

טיפשים, עס האט גארנישט מיט סאטמאר.

עס האט קיינמאל נישט געהאט קיין שום שייכות מיט סאטמאר.

ענקער בלינדע שנאה צו סאטמאר גייט אזוי ווייט אז איר זענט גרייט צו לאזן א איד פארשימלט ווערן אין תפיסה, ווען באמת האט דער ענין גארנישט מיט סאטמאר.

מען האלט יעצט ביי סטעפ 0.

מען וועט אנקומען צו אלע ארגאניזאציעס און צו אלע לאיערס, די מינוט נאכדעם וואס ס'וועט זיין געלט.

און פארדעם וועט מען מאכן א גרויסע אקציע אין די קומענדיגע פאר וואכן וואס יעדער איד וואס האט אביסל ווארימקייט אין זיך וועט זיך משתתף זיין דערין.

yohcee718 » 13/11/2005 23:05

ווי האסטו געזעהן פון מיר שנאה?

דבר או חצי דבר?

זיידיאנטשי » 13/11/2005 23:07

כבין באמת נישט באקאנט מיט די פרטים פון די מעשה, אפשר קען מיר איינער געבן צו פארשטיין פון וואס איז באשטאנען טענדלערס עדותשאפט? ער האט געזען די מעשה רציחה? האט ער זיך אליין געפסקענט אז ער מעג דאס טון? האבן אנדערע רבנים מסכים געווען מיט אים?

אן קיין פארבינדונג, אבער כהאלט אז טענדלער איז עתיד ליתן את הדין וועגן די מציצה פרשה, ער האט דאס קלאר נישט געמיינט לש"ש נאר צו לערנען דרך ארץ פאר אונז צוריק געבליבענע אונגארישע אולטרא ארטאדאקסישע אידן, ב"ה אז לא עלתה בידו

wassa_dif » 13/11/2005 23:08

יוחי
ביסט גערעכט, דאס אזי דער זוהן.
דאס האט גארנישט מיט סאטמאר, אלע ותיקי תלמידיו פון ר' משה קענען נישט פארטראגען דער אלטע טענדלער שוין פאר א סאך יאהרען, און מ'האט א לאנגע רשימה מיט טענות וואס הייבט זיך נישט אהן און לאזט זיך נישט אויס מיט מציצה בפה.
ער האלט, אגב, אז קליניקאל דעט איז גענוג, ד.ה. על פי הלכה איז ער א רוצח.
מער נישט אז די עפעל פאלט נישט ווייט פון די בוים.

דזשיד
שרייב ווייטער וועגען דרך כל הסאטמוירים. דו מיט טענדלער קענען מיר ביידע מאכען מציצה בפה.

Ziskeit » 13/11/2005 23:50

צוויי אידן, אריינגערעכנט דער זקן ונשוא פנים, האבן זיך גענומען די מיה און אראפגעגאנגען צו טענדלער צו רעדן צו אים איבער די מעשה פון דרייליך. ער האט זיי ארויסגעווארפן ווי הונט און דערנאך גערופן פאליס צו זיי.

דא איז דער פאליס רעפארט.
[בילד – נישט אפגעהיט]

Ziskeit » 13/11/2005 23:51

2
[בילד – נישט אפגעהיט]

Ziskeit » 13/11/2005 23:55

דא איז ארויסגעשניטן און גע'זומ'ט די פאליס רעפארט אליינס, אז יעדער זאל זען וויאזוי טענדלער האט גערופן פאליס פאר די אידן, ווייל זיי האבן געגריבלט צו סאך און דערגאנגען אינפארמאציע וואס זיי האבן נישט געדארפט דערגיין.
[בילד – נישט אפגעהיט]

Ahroiny » 14/11/2005 00:08

דא איז די גאנצע מעשה פון יענעם משוגענ'עם וואס האט איינגערעט די וועלט אז מאנהעטען גייט זיך איבערדרייען, וואס איז געשטאנען אין דער שטערען.

Just a little spin of the land and our problem will be solved.
We are used to living in an age where television, newspapers, radio, and computers spread information quickly. And, as much as we hate to admit it, our population is much better educated than at any other time during history.

So, let us set our timepieces back to an age before all of this technology. We'll head back to the mid-1820's when people gathered in central community squares to hear the latest news and gossip. In particular, we will take a look at one specific community forum, the one that was located at the junction of Centre, Grand, and Baxter Streets in the heart of Manhattan, New York City, New York State, United States of America, North America, Planet Earth… You get the idea.

The Centre Market was a place where the local butchers and tradesmen gathered to discuss the latest news. A rumor had started to spread through this and several other neighborhoods that the tip of Manhattan Island was sinking into the ocean. For proof, all one had to do was take a look down at the Battery and see how that end of the island dipped down into the water. Clearly, the weight of all of the buildings that had been constructed there was the culprit.

In these days before most people knew anything about geology and the solid nature of the Manhattan bedrock, concern started to take hold. People talked about the problem for several months, but no one had a clue as to how they could solve it.

What to do? What to do?

Enter the main character in this bizarre story, a man that went under the pseudonym of Lozier. Lozier, a retired ship's carpenter, was fairly well educated for his time. When word reached him about the island's dilemma, he decided that action needed to be taken. And Lozier decided that he was just the man to take it.

The best proposal that anyone had at the time was to saw off the end of Manhattan at Kingsbridge, which is located at the northern end of the island. The land would then be rowed out to sea, spun around, and then towed back in. The heavy end would then be located closer to the mainland and new zoning laws would be passed to prevent further development on the lighter end of the island.

Amazingly, the major concern with this solution was not that it was considered it impossible, but that Long Island stood in the way. People suggested that Long Island would likewise need to be detached and towed out to sea. With Long Island anchored securely out of the way, there would be ample room to make the grand turn needed to save Manhattan. Then, once Manhattan was back in place, Long Island would be towed back to its original location.

Are you buying all this? As unrealistic as this scheme seems to us today, Lozier was about to set one of the most bizarre hoaxes in history into motion.

Lozier got to work getting people to buy into the idea. Day after day he would strike up conversations with complete strangers about the problem. Word started to spread and many people started to offer their services. Lozier signed up carpenters to build the many barracks required to house the hundreds of workmen. He then enlisted the support of men to build the giant saws and the twenty-four sweeps needed to ''sweep'' the island around once it was detached.

Yet the most important job was that of the ''pitmen''. Lozier figured that if you were going to saw an island off, then someone would have to be located on the end of the saw that was beneath the water's surface. As a result, Lozier offered triple the compensation to those men that were qualified to be pitmen.

And what were the qualifications to be a pitman? Very simple: You had to hold your breath for a long time. Long lines formed for this great- paying job. Men would hold their breath until they were ready to explode while Lozier timed them. The men with the longest times were given the honor of being a pitman.
With hundreds of men anticipating the start of the project and the lucrative income that it would bring, pressure started mounting on Lozier to specify a date on which the sawing off of the island would commence. Lozier finally chose a day and divided the group of willing workers into two. Half of the men were directed to meet at the forks of the Broadway and Bowery while the other group was told to meet on the corner of Spring Street at Number 1 Bowery.

I bet you can see where this story is headed…

The day for the project finally arrived and all of the men met at the specified locations. That is, all of the men except Lozier. He was nowhere to be found.

Almost immediately, the workers began to suspect that they had become a victim of an elaborate hoax. Yet, with typical male pride, hardly anyone would admit to having been tricked. Instead, they began to ridicule the few men that would admit to falling for the hoax.

And what happened to Lozier? He simply went into hiding, for obvious reasons. After several weeks, he reemerged in disguise. He once again assumed his identity, but his real name has been lost to history.

So is this story really true? It appears to be, although no one will ever know for sure. Thomas F. De Voe, who just happened to have been appointed the Superintendent of Markets for New York City in December of 1871, records the earliest existing documentation of the hoax in The Market Book. He claims that it was his Uncle John De Voe who actually first told Lozier of the problem with the island. True or false, it still makes for a great story.

Useless? Useful? I'll leave that for you to decide.

טרעקטער » 14/11/2005 00:20

סאיז א מוראדיגע מעשה, איך האב שוין געהערט דערפון מיט א פאר חדשים צוריק.

די מעשה איז 100 פראצענט קראנט, איך האב געזען אלע דאקעמענטן וואס ווייזן אויף דעם אומשולד פון דרייליך.

לאמיר האפן אז מען וועט מצליח זיין יעצט אין קארט און באפרייען דעם יוד.

Baachi » 14/11/2005 00:55

טייערע סאקמוירים עמו"ש

ראיתי ושש לבבי ועצמותי כדשא תפרחנה אויף אייער אהבת ישראל על היהודי עם הווייסע בארד שיורד על פי מדותיו שהוא לא עלינו שבוי במערכת בית האסורים של המלכות של חסד.

שאלה גדולה לי אליכם. פארוואס האט יאהר זיך דערמאנט נאך 26 יאהר? ווי זענט איהר געשלאפן ביז יעצט?

צו ווייל

א) זיין ווייבס גוף איז שוין וודאי נתעכל הבשר והעצמות

ב) די יונגע צוציקעס וואס שרייבן דעם שטערן מיינען מן הסתם איז יעדער וואס איז דאמאלטס געוועהן א בר דעת שוין עבר ובטל מן העולם

ג) איהר זוכט איין עקפיריענסד היימישן מענטש צו מאכען א דזשאב, נישט איינער וואס וועט פוטשען ווי דער מכה פון מאיר ראזן הי"ו ויחלימהו על ערש דוי.

ד) מספר 26 הוא מקודש מפני שהוא כנגד מספר השפיצן שבשטריימל שצווה כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א לעשות.



תוקן על ידי - baachi - 14/11/2005 1:04:50

DRYNITZ » 14/11/2005 00:59

איך ווייס נישט וואס די מעשה איז -איך האב נישט געליינט דעם שטערען- אבער איך פארשטיי נישט פארוואס דאס ווערט אויסגעלופטערט דא.

וואס איז דער ציהל פון דער באשרייבונג? צו קענען מאכען א שטארקע געלט אקציע?
עס איז בכל אופן א טראגעדיע סיי צו ער איז יא שולדיג און סיי ער איז נישט שולדיג, עס וועט זיך דא אנהייבען א טענריי און אידיש בלוט וועט דא רינען ווי וואסער, איבערהויפט אז דער איד האט קינדער. איך פארשטיי נישט דעם תועלת פון דאס אויסלופטערען דא.

meshug » 14/11/2005 01:10

אני לא רואה בעיה בלדבר על סיפור שלפני כ"כ הרבה שנים היה בכל העיתונים.

במיוחד ששיש סיכוי לנקות את האיש זה ע"י החוק.

זיידיאנטשי » 14/11/2005 01:17

כהאב נישט קיין צוטריט צו די לעגאלע סייטס, ווער סהאט זאל ביטע נאכזוכן און ברענגן שווארץ אויף ווייס

People v. Drelich, 506 N.Y.S.2d 746 124, A.D.2d 441 (2d App. Div. 1986).

דא איז א קיצור פון וואס כהאב יא געטראפען

In this case, Mr. Drelich appealed his murder conviction on the grounds that his confession of the "brutal stabbing murder of his 23-year-old pregnant wife" to his communal rabbi, Rabbi Moshe Tendler, ought not to have been admitted at trial. Rabbi Tendler testified against the defendant and recounted the confession, which resulted in his conviction. The court determined that no rabbi-penitent privilege attached as "the defendant's communications to Rabbi Tendler were made for the secular purpose of seeking assistance in the retention of counsel, and in negotiating with the prosecutor's office and securing other assistance in connection with the preparation of his defense to the charges." Rabbi Tendler has remarked many times that his action in bringing this issue to the attention of the secular authorities, and his testimony at trial, were compelled by Jewish law

איחודמעמבר » 14/11/2005 01:18

איך האב געליינט די מעשה אין די שטערן, און עס האט מיך באנומען ביז טרערן.
דאס איז אמאל זיכער, אז אויב איז דא א צל-ספק אז דער איד זיצט אומשולדיג אין תפיסה, איז דאך א חיוב אים צו באפרייען פאר כל הון דעלמא.
און דאס אז דער מומר להכעיס טענדלער ווארפט ארויס ווער עס וויל אים פרעגן שאלות איבער די פרשה, און ער רופט נאך פאליציי צו מסר'ן די אויספרעגער, צינדט שוין אן א רויטע ליכט אויפ'ן גאנצן געשיכטע.
כ'קען פשוט נישט פארשטיין די אלע אומשולדיגע וואס ווארפן תגובות קעגן די יונגע צוציקס פון דער שטערן און קעגן איינעם וואס האט נאר מיט סאטמאר. אויב מען וועט אויפווייזן הונדערט פראצענט קלאר אז אן אומשולדיגער מענטש שמאכטעט אונטער גראטעס און מען וועט אים באווייזן ארויסצונעמען, איז דען פאראן א גרעסערע מצוה פון דעם?!

wassa_dif » 14/11/2005 01:30

baachi
ביטע ערקלער מיר וואס דער אשכול האט מיט סאטמאר צו טאן

Mench » 14/11/2005 01:33

זאליweaky » 14/11/2005 01:50

יוחי.

איך האב קיינמאל נישט באשטעטיגט אדער אפגעווארפן קיין שום ווערסיע פון די מעשה.

מיינע געפילן אלס איד זענען יא גענויגט אנצונעמען אז אן ארטאדאקסישער איד איז נישט קיין מערדער, בפרט אויף זיין אייגענע ווייב, און עס איז מיר באקוועמער דאס אנצולייגן אויף די געזעצלאזיגקייט וואס האט געהערשט אין יענע יארן אין די הענט פון די ברוטאלע מאפיא.

אבער נישט דאס האב איך געוואלט ארויסברענגען.

דער עיקר איז, אז אויב האט דער רעפארם דאקטאר טאקע געזאגט דאס וואס דער שטערן ציטירט פון די געריכט פארהערן, דאן איז דאס א אפענער שפיגל פון זיין כאראקטער, און ווידער א באווייז אז איינער וואס פעלשט אין תורת השם, פעלשט אויך אין תורת האדם.

זיידיאנטשי » 14/11/2005 02:04

מענטש, דיין לינק איז נישט וועגן די קעיס, סווערט דארט נאר דערמאנט

יושנה » 14/11/2005 03:14

"I read the story in "Der Shtern
Its Heartbreaking

I think everyone of you should read it

I'm still shaking

tzudick » 14/11/2005 03:19

א שאד דער שטערן איז נישט ארויסגעקומען לעצטע וואך,

איך וואלט גיקענט "מעורר" זיין בלומבערג אז ער זאל בטל מאכען דעם אורטייל , אזוי ווי ער האט "בטל" גימאכט מציצה בפה

Ziskeit » 14/11/2005 03:19

פאקטן איבער די דרייליך קעיס וואס רודערט אויף די וועלט:

1. די דעטעקטיווס האבן נישט געטראפן קיין שום באווייז קעגן דרייליך, און די איינציגסטע סיבה פארוואס ער זיצט איז נאר צוליב די פאלשע מסירה פון טענדלער.

2. צוליב די שוואכע באווייזן האט מען געאפערט פאר דרייליך בלויז אפאר יאר תפיסה, אויב ער גייט איין אויף א פלי בארגען. דרייליך האט עס אפגעזאגט ווייל ער האט בשום אופן נישט געוואלט מודה זיין אין א זאך וואס ער האט נישט געטאן, ווייל ער האט געוואוסט אז אויב איז ער מודה אז ער איז א מערדער וועט ער בלייבן א מנודה ביי כלל ישראל פאר זיין גאנצן לעבן און זיינע קינדער וועלן אים קיינמאל נישט וועלן קוקן אין פנים. ער איז גרייט געווען ענדערש צו באקומען לייף אין תפיסה.

3. נאר א קארט ארדער קען צווינגען די NYPD ארויסצוגעבן די האר וואס מען האט געטראפן אונטער מרת דרייליכ'ס נעגל. מען האפט אין די קומענדיגע חדשים צו קענען עפענען א שטארקע קעיס דורך דעם וואס מען וועט אויפווייזן די אלע סתירות און ליגנטס פון טענדלער. האפנטליך וועט דער ריכטער באשליסן אז דאס איז גענוג צוריק צו עפענען די קעיס, און דעמאלטס וועט מען אי"ה קענען אויפווייזן דורך DNA אז דרייליך איז אומשולדיג.

דעמאלטס וועט מען זען גרויסע העדליינס אין אלע אמעריקאנער צייטונגען אז נאך אן ארעסטאנט איז ארויסגעגאנגען פריי נאכדעם וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז אומשולדיג.

תוקן על ידי - ziskeit - 14/11/2005 3:23:05

בדעבד » 14/11/2005 03:32

יוסי שרייבט: איבער 'דיני נפשות' מ'האט איהם נישט 'דן' געוועהן להריגה.

כ'ווייס נישט וועם דו מיינסט "מע האט", אבער לויט ווי איך האב געליינט אין "דער שטערן" האט ראביי טענדלער דערקלערט אין געריכט אז די אידישע הלכה וואלט פארלאנגט אז ער (טנעדלער) זאל אים הרג'נען. לויט ווי איך ווייס קעם מען, ע"פ תורה נישט הרג'נן נאר ווען עס איז דא שני עדים וואס זעהן די רציחה, כידוע.

איך האב דערוויל נאר געזעהן איין זייט פון די מעשה, נעמליך "דער שטערן". מיין ערשטע פראבלעם האב איך טאקע מיט "דער שטערן". וואס איז דע "פאליטיקעל קארעקנעס" פון נישט ארויסשרייבן דעם ראביי'ס נאמען? אויב איז ער א חלק פון די באשרייבונג וואס איז די סוד. פון דעם צי איך די מסקנה אז דער שטערנ'ס ציל איז נישט צו באשמיצן טענדלער נאר צו ריינוואשן דרייליך.

איך האב נישט מיטגעהאלטן די דרייליך קעיס בשעתו, אבער איך וועל זיך ערלויבן צו פרעגן עטליכע פראגעס אינעם קאנטעקסט פון היידפארק.

משיח השם אליין שרייבט: אין די לעצטע פאר יאר, הערט מען יעדע פאר וואכן אין די מידיא, ווי נאך איינער איז באפרייט געווארן, ווייל מען האט געטראפן אז ער איז נישט געווען דער מערדער


וויל זיך פרעגן: אין די אלע פעלער וואס "מען האט געטראפן אז ער איז נישט געווען דער מערדער" איז נישט זייך צו פרעגן די אלע קשיא'ס ווי "עס איז געווען איינע פון די באקאנסטע מעשיות" אדער אז לפי זה מיז זיין אז די קאורטס פירן זיך "בערך אזוי ווי סאטמארע חדר אין טרופ עוו."

דאס, אין מיין מיינונג, איז די דרייווינג פארס פון דעם ארטיקל. יא, ס'איז מעשה בכל יום וואס מענטשען ווערן איינגעזעצט אומשילדיג. ובפרט ווען די פארברעכן קומט און א צייט וואס די פאליציי איז אונטער פרעשור צו טרעפן דעם מערדער, דאן איז א שעיר לעזעזל אויך געניג.

משיח השם פרעגט א הארבע קשיא: דער גרויסער ביזנעס קאנסאלטענט דרייליך, מיט אזויפיל גוטע קאנעקשאנס אין 47 סטריט, און מיט עשירים, האט נישט געפינען די געלט אפילו צו דינגען א נערמאלן לאיער. עפעס זאגט דאך דאס

אזוי??? וואס זאגט דאס?

ווען דו קומסט צו די מסקנה אז דרייליך איז "יא" דער מערדער איז דיר שוין נישט שווער? אמער ווי קומט דאס צו א קאנסאלטענט מיט אזויפיל גוטע קאנעקשאנס אין 47 סטריט, און מיט עשירים זאל זיך נישט קענען אפגעפינען א לאויער????

משיח פלעכט ווייטער זיין פיפיגער קעיס: "נאר וואס דען, יעצט האט מען א מערכה מיט רב טענדלער.", ווייטער שרייבט ער "דער מנהג אין סאטמאר איז אז מען טענה'ט זיך נישט לענין, און מען הערט נישט אויס יענעמ'ס צד"

אנטשולדיגט ר' משיח, ווער טענה'עט נישט לענין? דו אדער "דער שטערן"?

"דער שטערן" זאגט אז זי נעמט די מעשה פון עסקנים וואס זענען עוסק אין דעם ענין (גראדע נישט קיין סאטמערע) ןןאס זאגן אז זיי זענען איבערצייט אין די לעכריקייט פון די קעיס. קומסטו, משיח פון היידפארק, און אנשטאט דו זאלסט צונעמען דעם ארטיקל "צום ענין" גייסטו און דו פארקירעוועסט די אישו צו "פארוואס" דער שטערן האט געשריבן דעם ארטיקל!

דעם מאטיוו פון די עסקנים (לו יצויר אז זיי זענען סאטמערע) איז נישט מעלה ומוריד קיין פיצל איבער דעם עצם קעיס.


דער שטערן (וואס איז גראדע נישט קיין שופר פאר קיינעם) האט מסתם נישט געקענט באקומען א זיצונג מיט ראביי טענדלער אויס מורא אז זיי וועלן ארעסטירט ווערן...


מיין בליק אויף דעם ענין:

יעדער מענטש אין אמעריקע איז "innocent until proven guilty" איך יאג זיך נישט צו קיין מסקנות. אויב איז פארהאן דאס מינדעסטע ספק איבער עמיצענ'ס שולד, זאל ער באקריגן נאך א שאנס. זאל ער קריגן א פעיר שאט דורך א DNA טעסטינג, אדער סיי וואספארא אויפן ס'איז מעגליך.

DNA באווייזן איז נישט אן אוטומאטישער פראצודור. דאס דארף מען פארלאנגן.




תוקן על ידי - בדעבד - 14/11/2005 3:45:14

בדעבד » 14/11/2005 03:37

אויב איז אמת אז די איינציגסטע עווידענטס איז געווען טענדלער'ס עדות'שאפט, דאן איז טענדלער דער וואס האט געצאפט דרייליך'ס בלוט.


מציצה בפה!
בלאט: 1 2 3