היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » דער ארעסטאנט "דרייליך"

דער ארעסטאנט "דרייליך"

129 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1667607
בלאט: 1 2 3

Ziskeit » 14/11/2005 03:42

נאך פאקטן:

4. דער מערדער האט געריסן שטיקער פון מרת דרייליך (א מעוברת) און איר געשטאכן 17 מאל מיט א שרעקליכע ברוטאליטעט מיט א פייל. עס האט געשפריצט בלוט פון איר אויף אלע זייטן און ער האט זיך נישט אפגעשטעלט.

5. טראץ די ווילדע בלוט פארגיסונג האט די פאליציי נישט געטראפן קיין שום פארבלוטיגטע קליידונג און אויך נישט קיין מעסער אויף דרייליך (וואס איז געווען אויפ'ן וועג צו זיין אפיס בשעת די רציחה איז פארגעקומען).

6. דער מעדיקעל עקזעמינער האט דערקלערט אז די פרוי איז געשטאכן געווארן מיט א פייל. טענדלער האט ביי זיינע פאלשע עדותשאפט געזאגט אין קאורט אז דער מאן האט איר געשטאכן מיט א מילכיגן זעג מעסער.

תוקן על ידי - ziskeit - 14/11/2005 3:55:52

בדעבד » 14/11/2005 03:50

איין זאך האב איך נישט געזעהן אין "דער שטערן".

וואס איז געווען די פארמאציע פון די דזשורי? מענער פרויען אידן ווייסע שווארצע?

אדער גאר האט ער אויפגעגעבן זיין רעכט צו א דזשורי טרייעל? (מ'הערט אזוינס, ווען דער באשולדיגטער שפירט אז ער האט א בעסערע שאנס ביי א ריכטער ווי ביי א דזשורי וואס ווערט מיינסטענס געטריבן דורוך עמאציעען, והיידפארק יוכיח...)

בדעבד » 14/11/2005 04:00

יעדער איז אבסעלוטלי בארעכטיגט צו זיין מיינונג. אבער מיר איז עפעס אינטערעסאנט דא.

משיח השם גלייכט זיך צו באטראכטן אלס א משכיל; ווי איינער וואס גלייבט נישט אבי ווער; גלייבט נישט סתם וואס ער הערט אין דער מקוה; גלייבט נישט וואס עולם גולם זאגט נאך.


דא האט איר א זעלבסט אילוסטראציע פון משיח
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topicarc.asp?topic_id=1293663

אבער דא פליצלונג הערט מען אן אנדערע ניגון. קוקסט פון ווי משיח בויעט זיין ווערסיע.

איך ציטיר:

איך האב שוין געהערט די מעשה אפאר יאר צוריק פון חבר מיינער

ער האט זיך נאכגעפרעגט פארוואס דער מענטש איז אין תפיסה, האט איהם אן עסקן דערציילט

אפשר קען מיר איינער זאגן פארוואס משיח איז אזוי איבערצייגט אין וואס זיין חבר האט געהערט פון אן עסקן וואס האט עס געהערט פון.......איינער וואס האט געהערט אז מ'שמועסט....


פארוואס איז "דער שטערן" נישט בארעכטיגט צו נאכשרייבן וואס "עסקנים", וואס זענען עוסק אין דעם פערטיקילער קעיס, האבן צו זאגן????????

yohcee718 » 14/11/2005 04:02

זאלי איך בין מודה צו דיר און צו יעדע ווארט וואס דו שרייבסט אין דיין לעצטע תגובה, און לויט דער אידישער הלכה זאגט מען דאך היוצא ליהרג דארף מען נאך אלץ מהפך בזכותו זיין.

טענדלער האט א לאנגע היסטורע פון רשעות, ער האט געהאלפען א פרוי אנטלויפען פון איהר חסיד'ישער מאן מיט זייערע קינדער (אנטקעגען די פסק פון קאורט) היינט זענען די קינדער אויף געוואקסן וויא ממש גוים גמורים.

איך לאז דאס איבער פאר גרעסערע חכמים..

אבער אויב עס איז פארהאנן אין דעם קעיס פון דרייליך זאכען וואס ער קען נישט געבען קיין הסבר דארף מען זיך אפשר נישט מזדקק זיין צו איהם...אבער אויב ער קען אפווענדען 'אלע' הוכחות וריאות דאמולס איז טאקע דא א מצוה איהם צו ריינוואשען

והרי אני מושך ידי מזה

I'M NEUTRAL

merkaz » 14/11/2005 05:52

זיסקייט,

לויט ווי איך זעה ביזטו שארק אינוואלווד אין דעם דרייליך קעיס אז די ווייסט אלע פרטים פון קעיס מיט דאקומענטן,
איך מוז דיר קאמפלימענטירן, איך האב מיר געקויפט דער שטערן נאכ'ן ליינען דא איבער די קאנטראווערשעל מעשה, ער האס געמאכט א גוטן ארבעט מיטן באשרייבן די מעשה, איך האף נאר אז עס איז אמת אויך,
איך האב א שטיקל האבי צו ליינען ליגעל דאקומנטען אויב די האסט עפעס מער פליז פאוסט עס דא עס איז מיר ביליגער ווי קויפן דעם שטערן , אויסער דעם וויל איך נישט מיינע קינדער זאלן ליינען די שטותים,



תוקן על ידי - allnewspic - 14/11/2005 18:20:49

Ziskeit » 14/11/2005 06:13

איך בין נאר "אביסל" אינוואלווד, איך האב אמאל געטראגן א חשוב'ען איד וואס טוט אין דעם ענין אין תפיסות איבער ניו יארק, צו באזוכן די העלדן פון די מעשה און הערן זייער זייט פון די געשיכטע, און אזוי האב איך מיך באקענט דערמיט.

יעצט האב איך נישט קיין צייט אבער אין די קומענדיגע טעג האף איך צו טאן אביסל מער אין דעם ענין און ארויפלייגן דאקומענטן.

תוקן על ידי - ziskeit - 14/11/2005 6:26:19

באראפארקער » 14/11/2005 07:32

פין ליינען דעם אשכול וועל איך שרייבען וואס קומט מיר אויס דא.
א. דער דרייליך איז איינגעזעצט געווארען ווייל טענדלער האט מעיד געווען אז דרייליך האט אים מודה געווען אז ער האט גע'הרג'ט זיין ווייב.
ב. דרייליך טענה'ט להד"ם, איך האב נישט גע'הרג'ט.
ג. עסקנים האבען דעמאלס בשעתו געהאלטען אז ער האט יא גע'הרג'ט, און מען האט גארנישט געטוהן פאר אים.
ד. א איד האט אנגעהויבען טוהן דערוועגען, און האט מעורר געווען אז עס מוז נישט זיין אז וואס מען האט דעמאלס געמיינט איז טאקע אזוי, און עס קען זיין אז ער האט עס נישט געטוהן.
ה. היינט ווען די פרצוף פין טענדלער איז ארויס בפני קהל ועדה, אלץ א פארשוין וואס איז עלול צו טוהן "עוולות" פאר זיינע "תיקונים" (בעצם זענען אונז אויך אזוי - נאר די פראבלעם איז, אז זיינע תיקונים זענען אפשר עוולות), איז נתעורר געווארען א גרעסערע רצון צו באפרייען דעם דרייליך.



מכל הלין, וואלט איך געזאגט, עס קען זיין ער האט נישט גע'הרג'ט, אונז ווייסען מיר דעם דעת הקהל, ווי גרינג עס איז איינצורעדען א גאנצע קהל באבקעס. איך געדענק, ווען איינער האט גע'טענה'ט אז "יענער" האט געטוהן "פארשידענס" צו זיין זוהן, און "יענער" האט גע'טענה'ט להד"ם, למעשה איז געווען צוויי וואס האבען געוויסט דעם אמת, "יענער" און דער רבש"ע, עכ"ז האט יעדער געהאט א דעה ברורה, לכאן אדער לכאן, אהן וויסען קיין ראיות ברורות.
און עס געשעהט כסדר, ווען דער דעת הקהל ווערט פארמירט פין א צייטונג, א פאליציי, און א שטות והבל, וואס מיינט באמת גארנישט.

אשר על כן, וואלט איך דא געזאגט, פין דעם דעת הקהל פין דעמאלס איז בכלל נישט קיין ראי'.

למעשה, דער הגדת עדות פין טענדלער, נאך אלע מעשיות מיינט עפעס, ער זאגט אז דער דרייליך האט אים מודה געווען אז ער האט עס געטוהן.
נאר וואס דען?
עס קען געמאלט זיין אז דער איד האט בעקיפין גורם געווען צו זיין ווייבס טויט, אדער ער האט עס געקענט מונע זיין באיזה אופן שהוא, דער איד האט דאס פארציילט פאר טענדלער, און טענדלער מרוב "צדקתו" האט געהאלטען אז מען דארף דעם איד לייגען אין תפיסה, איז ער געגאנגען זאגען עדות אז דער זאל גיין אין תפיסה, און אפילו געזאגט פאלשע עדות כדי דאס זאל געשעהן.
איך קען זעהן אז טענדלער זאל דאס האבען געטוהן מיט א חשבון פין בערך דעם סארט.

ממילא פאר דעם דארף מען נעמען דעם הגדות עדות פין טענדלער (עכ"פ פאר אונז היימישע), און לייגען דארט ווי די הכנות פין אינדערפרי גייען.

און אדרבה ואדרבה, אויב קענען זיי באפרייען דעם איד באופן פין מגלה זיין די די ענ עי, יישר חילם.




וואס זאגט דער עולם צו דער פאליס רעפארט?
דער טענדלער זעהט אויס, אז ער לעבט אין א גרויסע פחד, ער קען זיך נישט אהין טוהן, צוויי מענטשען קומען קלאפען אויף'ן טיר רעדען וועגען א נושא, און דער בהמה גייט רופען די פאליציי!!
ער זעהט מיך אויס ווי ער ליידט אויף עפעס נאנט צום מקום הנחת תפילין....

זאליweaky » 14/11/2005 07:57

באראפארקער.

וועלכע תפילין ???

gishmoker » 14/11/2005 08:16


אלס איינער וואס קען גוט די טאקטיקן פון די מאפיא, [ליינענדיג אסך פון זיי און קוקן פילמס] וואס אגב עקזיסטירט שוין כמעט נישט היינט, פארשטיי אז איינער וואס האט זיך מיט זיי פארפלאנטערט איז אחת דתו זיין לעבן איז נישט ווערט קיין צענט. דרייליך וואס איז אריינגעמישט געווארן בעל כרחו האבן זיי אים נישטאמאל געגעבן א גלעגענהייט זיך ריינציוואשן, נאר נאכאנאנד געדראהט מיט גאנס א קעגן אים ער זאל זיך האלטן דאס מויל פארמאכט. לויט מיין שאצונג האט די מאפיא גאר כיטרע געארבייט דא אז אלעס זאל ווערן אנגעלייגט אויף דרייליך און דערפאר האבן זיי נישט געשאסן די פרוי [כרדכם בקודש] נאר געשטאכן. [כמובן קיין שום אידיש קינד איז נישט מעגליך צו דערשטעכן א אייגענע פרעגנענט ווייב זיבעצען מאל ווען בלוט שפריצט פון אלע זייטן! נישט מעגליך במציאות שבעולם!].

און דאס פארענטפערט מיר די גאנצע מעשה. [הגם נאר נאכדעם וואס עס ווערט איבערצייגט אז די מאפיא איז געווען פארמישט. כאטש איך גלייב עס אזוי אויך]

לאמיר נאר צעלייגן איין דוגמא:
הכל מודים אז די קערפער פפון מ.פ. איז געפונען געווארן פיר חדשים נאך זיין פארשוואונדן ווערן אינעם איסט ריווער מיט שווערע קייטן אין א זאק.
איך וואלט ארומגעגאנגען פרעגן "אלע" דרייליך'ס פריינט פון ישיבה און שכנים צי איינער קען אים אלס איינער וואס איז פעהיג אפצוטאן אזאנס. בעת אין יענע מאפיא עפאכע איז דאס געווען א געווענליכע ערשיינונג, און עס איז באקאנט פון הונדערטער ענליכע טויטפעלער וואס זיי האבן "ערלעדיגט".
מיין ערווארטעטע ענפער זאג איך פון פאראויס: נעגעטיוו.

צוויי קשיות בלייבט מיר איינס:
"פארוואס" האט דאס טענדלער געטאן צו אים ???

צוויי:
וואו איז מען געווען ביז יעצט ???

לכאורה האט באראפארקער פארענטפערט די ערשטע קשיא, אז פאר דעם קרומען טענדלער האט געקענט בייפאלן עפעס ווייס איך וואס.
די צווייטע קשיא איז פון מיין אפיניאן, עס איז מעגליך אז די מאפיא חברה האבן נאך געלעבט ביז לעצטענס דערפאר האבן מענטשן [וואס זענען געווען בכוח עפעס צו טאן דערין] געציטערט עפעס צו טאן, אן עס לייגט זיך שטארק אויפן שכל!. צי עס קען גאר זיין אז איינער פון די מאפיא האט זיך פאררעדט, ווי עס האט שוין אפט פאסירט.
יעדנפאלס, לבי אומר לי אז עס פעלן נאך פארהוילענע פרטים פון דעם פאזל, אויב עס וועט געלונגן אויפצודעקן די גאנצע מעשה וועט נאך צוקומען געוויסע חלקים צאמצושטעלן דעם פאזל.

אי"ה איך וועל זיך משתדל זיין ארויסצוהעלפן בגוף ובממון.

veaz » 14/11/2005 08:36

מורי ורבותי. עס איז מיר א כבוד צו זעהן אז ווייניגער ווי 24 שעה איז מיין תגובה געקיקט געווארען אזויפיל מאהל און אז דער עולם האט אזא ערענסטע מיינונג וועגען דעם ענין. אשר על כן וויל איך אייך בעטען ביטטע בלייבט אויפן טעהמע און רעדט נאהר וועגן דעם ענין און חסידישע פאליטיק דאמענירט דא בכלל נישט.

דיזע טענדלער וועט פון גיהנום נישט ארויסגיין דאס איז אמאל קלאר!!!

נישט אומזינסט האט הרב ניישלאס נ"ע אזוי לוחם געווען קעגען איהם.

מיר דארפען אבער וויסען אז דער שטערן האט שיין צוגעפוצט די מעשה, דער גאנצער "ענדע" פון די מעשה ווי זיין חבר און תפיסה האט צוגעפיקסט די LA MAFIA שטימט בכלל נישט און איז זייער קינדעריש געשריבען. איימיצער וואס זיצט אין תפיסה פאר MAN SLAUTER טוט נישט פון תפיסה אויס ערלעדיגען נאך אפאר הרוגות.
אלא מאי דארף מען לערנען דעם ארטיקעל אזוי ווי דער שטיקעל אין קידוש לבנה "אמר אביי הלכך צריך למימרא מעומד"
על כרחך האט דער שטערן מוסף און גורע געווען לויט זייער געשמאק בבחינת מגלה טפח ומכסה טפחיים, וכשם שמקבלים שכר על הדרישה כך מקבלים שכר על הפרישה.

קרעמער » 14/11/2005 15:39

אלעס פיין און וואויל.

אבער וואו קומט דא אריין די לבנה?

gishmoker » 14/11/2005 16:47

קרעמער זעט אויס אז וויאז ליינט נישט היימישע קרעטשמע, ווען יא וואלט ער געוויסט די שייכות פון פעם אחת בחודש דים אמר אביי "הילכך" צריך למימרא מעומד...

וויאז

איך חזר איבער מיינע פריערדיגע ווערטער, אז געוויסע חלקים פונעם פאזל זענען נאכנישט פארעפנטליכט, איך האב נאך אסך קשיות אויף די מעשה. און ס'יז יתכן אז ער שטערן האט פארהוילן אדער אביסל פארדרייט צוליב טעכנישע סיבות. וד"ל.

צום באטאנען, אז די גירסא פון די מעשה וואס משוך מהשם האט דערמאנט אין ערשטן דף איז די אנגענומענע ווערסיע ביז דאן, וואס מען האט בכלל נישט געוויסט אז די מאפיא איז געווען פארמישט.
איך האף אז ער ריגרעט פון זיין וואנזיניגע תגובה.

בןמלך » 14/11/2005 17:20

עס הערשט דא אין די לופט א פעסטער טעות!

די הלכה איז, אז מצות פדיון שבויים גייט אן אפילו ווען איינער האט פאקטיש גע'הרג'עט איינעם, אדער געטוהן אן אנדערע פארברעך וואס צוליב דעם זיצט ער אין תפיסה, נישט נאר ווען ער איז אומשולדיג.
חוץ פון אויסנאם'ס פעלער,ווי למשל איינער וואס איז מוחזק מזיק צו זיין און שעדיגן א רבים, אדער א רוצח וואס האט גע'הרגע'ט און ס'איז דא א ערנסטער חשש ער זאל דאס ווייטער טוהן, אדער צומאל ביי רודפי נפשות, וד"ל, וואס דעמאלס דארף דאס אויך ווערן געברענגט על שלחן מלכים - מאן מלכי רבנן, וועלכע זאלן די הייקעלע ענינים דורכטוהן בכובד ראש, און צומאל קען מען אפילו מתיר זיין לכתחילה צו מסר'ן אזעלכע מענטשן (כמבואר בסי' רפ"ח).
נישט ווי אונזער יעצטיגן פאל, ווען דער ליידיגגייער ראביי פון מאנסי, וועלכער האט געארבעט - ווי אלעמאל - לויט זיינע פערזענליכע אינטערעסן, און האט "איינ-שטימיג" אליינס מחליט געווען אפצוטוהן וואס ער האט אפגעטוהן.
לכאורה איז יעדער מחוייב צו טוהן וואס מ'קען דעם איד צו באפרייען, ווי דער מחבר פסק'עט אין סי' רנ"ב, אז ס'איז נישטא קיין גרעסערע צדקה ווי פדיון שבויים.
ובפרט אין דעם פאל ווי לויט אלע אנדייטונגען זעעט ער אויס צו זיין אומשולדיג.

chaimson » 14/11/2005 18:50

איך ווייס נישט דער אמת צי ער איז שולדיק צי נישט, איך ווייס נאר אז איך געדיינק אלץ קינד בשעת די שרעקליכע מעשה איז געשעןזיינען אלע געווען זיכער אז ער איז שולדיק עס איז אויך שווער צו גלייבן אז טענדלער זאל גיין זאגן עדות שקר און צוברעכן אן אומשולדיקן מענשט און צוברכען א משפחה נאך אמאל,

חאטש איך האלט זייער ווייניק פון דעם טענדלער איך גלייב ער האט געמאכט אסאך צרות פאר פרומע אידן מיט די מציצה אין מיט די בערד כידוע

jid_613 » 14/11/2005 19:02


ראשית דבר, צוה איך צירוק פון מיין ערשטע אינדייטמענט אויף די עסקנים, אז זיי צילען מיט א חשבון אויף טענדלער צוליב די מציצה פרשה...

געשריבען האב איך עס משום סיבות מובנות, אבל לעת עתה, זעהט מיר אויס אז איך האב געמאכט א טעות מיט מקשר זיין די עסקנים דא, מיט א ריב לא להם, און אודאי בעהט איך זיי דא מחילה.

לעצם הענין, היות איך זעה אז דער עולם דא גראפעלט זיך אין אויסרעכענען פארוואס טענדלער זאל האבען עדות געזאגט, און ס'איז טאקע משמע, אז טענדלער בשעתו, האט זיכער פארשטאנען אז דריילעך איז דער מערדער, און די שאלה איז פארוואס.

קען איך צולייגען א סברה, אז ס'קען גאר זיין, אז דריילעך האט פארציילט פאר טענדלער דער מעשה כמו שהיה, און ער האט מוסיף געוועהן, אלע וויסטע פחדים וואס א מענטש קען ל"ע האבען אין אזא מצב, אז טענדלער האט איהם געהאלטען פאר א "סייקו" קעיס.

און דער רגע וואס ער האט אהנגעהויבען קוקען אויף איהם אין דער קאנטעקסט, פעהלט שוין נישט קיין הסברים אויף סיי וואס.

Baachi » 15/11/2005 00:26

רבותי

פאר איהר ברעכט צוזאמען ל"ע אויס טרערען פון ביטער רחמנות, בעט איך אייך איהר זאלט נעמען אין בייטראכט דעם פאקט דלהלן.

דער דרייליך האט זעהר רייכע און איינפלוסרייכע קרובים, בשעתו זענען זיי אלע געוועהן איבערצייגט אז די מעשה איז ליידער אמת, עד כדי כך אז איך ווייס איינעם פון זיי וואס האט זיך פשוט משנה שם געוועהן מחמת בושה. זיי האבן זיך אלע כאחד אפגעשאקלט פון איהם. סגייט מיר נישט אריין אין מיין קליין קעפעלע אז די הגדת עדות פון דעם ראביי טענדלער אליין זאל האבן איבער געוואויגען דעם כף מאזניים לחובת דעם מענטש. נישט דער אמעריקאנער דשאסטיס סיסטעם איז אזוי פארפוילט, און נישט דער דיסטריקט אטוירני איז אזוי שטארק איינצו זעצן א איד אויף לעבן לאנג צוליעב איין עדות אויף איין אייגענער הודאה.

יעדער געניטער לאיער קען טרעפן סתירות אין א איין און איינציגן עדות, פארדעהם גלייב איך נישט אז דאס איז געוועהן די קעיס.

דאמאלטס צייט איז עס אויך געוועהן א גרויסע בושה פאר דעם גאנצן היימישן עולם שזה יצא מחלצינו, קיין היימישע יידישע מערדערס (הלכה למעשה'דיגע...) זענען ב"ה דערווייל נאך נישטא. מיילא האט דער גאנצער עולם געהאט אשטארקע אינטערעס איהם ריינצווואשן, ולא עלתה בידם.

אשר על כן בעהט איך אייך, איר ווילט טוהן פאר די חברה מוציא אסורים ופודה ענווים, יערב לכם. אבער ווערט נישט צולאזט פון א ווייבעריש געשרייבעכץ און א קינדער צייטונג.

טאמער איז ער נישט שולדיג, אדרבה ואדרבה זאלן ווער סאיז איבערצייגט אין זיין אומשולדיקייט ארבעטן פאר איהם.

טאנמער איז ער אבער טאקע יא שולדיג, איז כל המרחם על האכזרים סופו נעשה אכזרי על הרחמנים.

איך ווייס נישט פון ווי בןמלך האט גענומען זיינע מקורות, אבער איך ווייס אז פאר רוצחים פון איין אנדער איד האט מען זיך נישט אנגעשטרענגט צו שטארק אויף א פלאץ ווי דעהם רוצח'ס לעבן איז נישט געוועהן אין א דירעקטע סכנה.

איך האף אז איך האב נישט מיט דעהם "געהארגעט" דעהם בארימהערציגן אשכול

yeedle » 15/11/2005 00:53

באטשי האסט פארגעסען צו זאגען אז די אלע רייכע קרובים איז זיין ווייב'ס משפחה.

aaatozzz » 15/11/2005 00:59

איך פרעג :

פארוואס דא ביי דרייליך איז יעדער נוטה אז נישט ער איז דער רוצח הגם עס איז דא גענוג באווייז אז ער האט עס געטוהן.

און ביי די מעשה פון מ.ר.
האלטען רוב דא אז זיי ווייסען ווער עס איז געווען אן קיין שום ראיה ?

chaimson » 15/11/2005 01:16

yeedle

די רייכע קרובים זיינען טאקע זיין (געמערדעטע)ווייב'ס משפחה אבער עס מאכט נישט קיין חילוק, דו מיינסט אז איר משפחה איז געווען צופרידען צו וויסן אז ער (דער מאן) האט איר געהרגעט דאס מאכט דער טרגעדיע אסאך ערגער יעצט האבן די קינדער נישט קיין טאטע און נישט קיין מאמע...

בשעת די מעשה איז געשען (אין אנהויב פאר זיי האבן אים אנגעהויבן חושד זיין) האבן זיי געפילט זיין צער (פארגעס נישט ער האט געזעצן שבעה מיט איר משפחה),

Ziskeit » 15/11/2005 01:24

aaatozzz, געוואלד און געשריגן,

עס איז נישט געווען קיין שום עווידענס ביי דרייליך אז ער האט געהארגעט זיין ווייב.

נאכאמאל, עס איז נישט געווען קיין שום עווידענס, ער זיצט נאר צוליב די מסירה פון טענדלער.

טויזנטער היימישע מענטשן האלטן נאך היינט אז דער וואס האט געבויט די וויליאמסבורג בריק האט זיך אריינגעווארפן אין ים אריין, וואס דאס איז א ווילדע פאנטאזיע. פרובירט נאר צו איבערצייגן מענטשן אז זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן, און קוקט וויאזוי זיי וועלן רעאגירן.

ביטע האט רחמנות אויף א אידיש קינד, גיט אים the benefit of the doubt, וואס פאר יעדן גוי וואלט איר דאס געגעבן.

די איינציגסטע סיבה פארוואס מען האט אנגעפאנגען צו ארבעטן צו העלפן דרייליך איז ווייל נאכ'ן דורכפירן א פרייוועט אינוועסטיגעשאן זענען אלע באווייזן אז ער איז אומשולדיג

ווער ווייסט צו עס איז ח"ו נישט געווען קיין דינים אויף כלל ישראל וויבאלד א פרומער און ערליכער איד זיצט אין תפיסה און קיינער האט גארנישט געטאן פאר אים? ברוך השם אז אפאר אידן האבן ענדליך אנגעפאנגען צו טאן.

ביטע שוואכט זיי נישט אפ! איך בעט מיך ביי ענק אין נאמען פון אביגדור יואל דרייליך וואס שמאכטעט אין תפיסה על לא דבר ביטע שוואכט נישט אפ די עסקנים וואס פרובירן אים צו צושטעלן א יושר'דיגן פראצעס, וואס ער האט נישט באקומען ביים ערשטן מאל.

תוקן על ידי - ziskeit - 15/11/2005 1:43:46

jid_613 » 15/11/2005 01:35


איך מיין אז די עסקנים האבען גאר א שטארקע פאינט.

הגם אז פון מיינע אלגעמיינע תגובות, קענט איר זיך גאנץ רואיג איבערצייגען וויפיהל צוטרוי איך האב, אין די ערענטסקייט פון אלגעמיינע עסקנים, איז דא היבש אנדערש.

סוף סוף, די איינציגע זאך וואס וועט גורם זיין אז ר' אביגדור יואל זאל ארויס פריי, איז נאר אויב א ריכטער וועט באפעלען, אז די פאליציי זאל ארויסגעבען די האר וואס זיי האבען געטראפען אין די נעגעל פון דו פרוי הי"ד, (וואס ווארשיינליך האבען די פאליציי א הבנה אין דעם אז ס'איז פון א פרעמדע מענטש), און א ד.נ.א. טעסט וועט פעסטשטעלען וועמענס דאס איז.

על כן זאג איך, אדרבה! אויב וועט דער ד.נ.א. טעסט באווייזען אז גאר א דריטע מענטש האט זו גע'רצח'עט, איז דאך "קעיס קלאוזד".

דעתכם? (איך פרעג בעיקר פון דער וואס זענען אין דעם "קעיס" נוטה להחמיר... -- באטשי, אאטזז, וכדומה)

דזשיד.

עפשטיין » 15/11/2005 01:41

וואס דארף מען האבען צוריק אויפצומאכען א קעיס? גייט דאס צוריק צום זעלבער ריכטער?

אטאז

welcome to the אשכולות פארדרייער CLUB

עס איז שוין געקומען די צייט א חכם זאל אריינווארפען סאטמאר עירוב אין דעם אשכול אויך.

אויף דיין באמבע קושיא קען מען זאגען "טענו לו בחיטין והודו לו בקידוש לבנה"

תוקן על ידי - עפשטיין - 15/11/2005 1:41:11

Ziskeit » 15/11/2005 01:44

דא איז א קאפי פון "ניו יארק טיימס"

פון די נייעס קען מען זען קלאר און דייטליך אז עס איז נישט געווען קיין שום באווייזן קעגן דרייליך חוץ די פאלשע עדות פון טענדלער, און וועגן דעם האבן די לאיערס בשום אופן נישט געוואלט אז טענדלער זאל קענען עדות זאגן אין קאורט.

דרייליך האט געלייקנט דעמאלטס פונקט ווי היינט אז ער האט אמאל מודה געווען פאר טענדלער אז ער האט גע'הרג'עט זיין ווייב.
[בילד – נישט אפגעהיט]

Ziskeit » 15/11/2005 01:51

ליינט דעם נייעס אין "טיימס" אז דרייליך איז געווען דער וואס האט גערופן די פאליס, נאכדעם וואס ער האט פרובירט צו קאלן זיין ווייב פון אפיס אבער זי האט נישט אויפגעהויבן דעם טעלעפאן.

תוקן על ידי - ziskeit - 15/11/2005 1:51:55
[בילד – נישט אפגעהיט]

chaimson » 15/11/2005 03:24

זיסקייט

אפשר קענסטו ביטע ארוף לייגען ארטיקלאך פון דעם קיעס, עס איז טאקע אינטערסאנט וואס האט אים געפונען חייב, איז עס נאר די עדות פון טענדלער? אדער עס איז אסאך מער פון דעם,

Ziskeit » 15/11/2005 04:35

איך וועל ארויפלייגן די טראנסקריפטס פון קארט די קומענדיגע טעג.

באראפארקער » 15/11/2005 06:33

באטשי
איך בין מחולק מיט דיר מיט דעם פרט וואס די שרייבסט אז מען וואלט נישט געקענט באשולדיגען דרייליך נאר וועגען די הגדת עדות פין טענדלער.
א עדות פין א רב, וואס זאגט אז ער האט מודה געווען, איז א שטארקע זאך, און פארוואס זאגסטו אז מען וואלט געקענט טרעפען סתירות דארט?

אין אמת'ן גערעדט, מיט די גאנצע טענדלער מציצה בפה געשעפט, איז ביי מיר גאר שווער צו זאגען אז ער וואלט געגאנגען זאגען א שקר מוחלט, עפעס איז זיכער דארט געווען א געשפרעך צווישען דעם דרייליך און טענדלער וואס טענדלער זאל פין דעם האבען ארויסגענומען אז ער האט עס געטוהן.

לעומת זה, קען איך נישט טענדלער פערזעהנליך, און נאך די גאנצע שמוץ פין מציצה בפה, ווען די מעשה געשעהט היינט צו טאג, וואלט איך זיכער נישט געגלייבט אז ער האט עס געטוהן, נאר אויף'ן סמך פין טענדלער.

ממילא טאמער איינער געדענקט וואס איז דעמאלס געווען, פארוואס טאקע האט עולם גולם אנגענומען אז ער האט יא גע'הרג'ט, וואס זענען געווען די סיבות, ווערט ער מכובד עס דא צו שרייבען.

מלוה_מלכה » 15/11/2005 06:59

איך הער אז די גאנצע מעשה פון דעם דרייליך איז געווען באשריבן אין פאוסט אדער אין טיימס אין די פארגאנגענע וואכן,
איינער ווייסט עפעס ?

veaz » 15/11/2005 07:34

צו די אלע וועלכע שרייבען אויף דעם אשכול כ"א בשמו יבורך.
דאס צו מען דארף דריילעך"ן איז זיכער אז יא
צו ער וועט נאך היינט (נאכאמאל) הרגענען זיכער אז נישט.
וואס יא? מען דארף דעם טענדלער הינריכטען, איהר אלע וואס שרייבען לטובת טנדלר זענט זיכער נישט קיין מאנסיער אדער לכה"פ פין רקלנד קאונטי. טנדלר איז א עוכר ישראל און ער וועט טוהען "אלעס" פאר אביסעלע "פעים" והא ראיה מציצה

רבותי ואם תאמר איי דער פאליס דיפארטמנט אדער די יוסטיץ יא פאר זיי איז טנדלר זיכער געווען א גאר גרויסע געווינס
ווייל זיי האבען געדארפט א קאנפעשען און קעיס קלאסד

ווער עס ווייסט און האט געליינט (אדער חלילה געזען) ווייסט ווי ווייט די פאליס דיפט.און יענע צייטען זענען געווען "דורכגעפאלט" מיט קאראפשען סיילינט בלוי וואלל וכדו, טאמער דארף איך אייך דערמאנען איז א סימן אז האחרונים משכחת את הראשונים במילא איז קיין קשיא נישט!!!

די עסקנים ווייטער מוז מען מחזק זיין יותר מכפי אונזער יכולת. תחזקנה ידכם, מי כעמך ישראל, ישראל אשר בך אתפאר,,

Baachi » 15/11/2005 19:55

זיסקייט

דיינע ווערטער

"פון די נייעס קען מען זען קלאר און דייטליך אז עס איז נישט געווען קיין שום באווייזן קעגן דרייליך חוץ די פאלשע עדות פון טענדלער, און וועגן דעם האבן די לאיערס בשום אופן נישט געוואלט אז טענדלער זאל קענען עדות זאגן אין קאורט. "

איך האב איבער געליינט דעם שטיקל פון נ.י. טיימס כמה פעמים ולא זכיתי לראות אפילו ברמז כלשהו אז דער גאנצער קעיס איז געלעגן אויף טענדלערס עדות, עאכו"כ נישט "קלאר און דייטליך" כדבריך. אדרבה זיי מסביר ווי דאס איז מרומז בדברי קדשם

באראפארקער

דאס געזעץ זאט אז א ריכטער אדער א דזשורי וואס באשולדיגט א מענטש מוז זיין זיכער
Beyond reasonable doubt אין זיין שולד.
איך ווייס נישט ווי א נארמאלער קאורט אין ניו יארק סטעיט קען בויען נאר אויף איין מענטש'ס עדות א גאנצן מערדער קעיס, בפרט נאך ווען דער באשולדיגטער לייקענט דאס. איך בין זיכער בלי שום ספק אז סאיז געוועהן נאך ידים אדער רגלים מוכיחות. אדרבה ברענגטס אלע פאקטן, נישט האלבע שטיקלעך צייטונג.

ויאז


די "בלו וואל" וואס דו רעדסט איז געווען נוגע נאר לגבי פארברעכנס וואס די פאליציי אליין זענען בייגאנגען, ואכ"מ בכלל.

יעצט לעצם הענין

מיר האבן שוין פון לאנג אלע געפאסקנעט דא פה אחת אז טענדלער איז חייב מיתה גמורה און מ'דארף איהם שעכטען מיט א שטומפיג מוהל מעסער מן העורף דייקא לכל הפחות דריי יאהר לאנג, ולקורעו כדג ומגבו אויף נאך פינף יאהר עד שימצץ דמו בפה כל ישראל אמן סלה.

די שאלה איז דא אזוי: שטעלט אייך פאהר ווען איהר זייט א רב און סקומט צו אייך איינער אזא פארשוין מיט א רואיגען סיפור דברים אז ער האט געהארגעט זיין טראגעדיג ווייב אויף דעם משונה'דיגן אכזריות'דיגן אופן כנ"ל, מחמת זי האט איהם אויפגערעגט שוין דאס דריטע מאהל.

וואס וואלט איהר געטוהן?

א) איהם געגעבן א גלעזל וואסער צו בארואיגן און געצה'ט פריינטליך ער זאל עוקר זיין קיין אורוגוואי עד יעבור זעם.

ב) נישט געלאפן צו קיין ערכאות ח"ו נאר איהם אליין געקנס'עט מיט נישט דאווענען פארן עמוד און נישט קריגן קיין עלייה שבת אויף זיבן יאהר, ווי אויך צו גענומען אלע זכותים אויף ביליגע שכר לימוד, ווי אויך צו גענומען זיינע וואוטשערס און אראפ געשטויסן פון אלע לאנטש פראגראמס.

ג) געלאפן שנעל צו די פאליציי בעפאר דער קראנקער רוצח הארגעט א צווייטן אומשולדיגן מענטש.

ד) איהם ארויס געווארפן פון שטוב, לקיים מה שנאמר:
DONT GET INVOLVED

און ווען דער זעלבער רוצח הארגעט א צווייטן איד ח"ו וואס רעגט איהם אויף, וועט איר זיך קלאפן נאך איין מאהל ביי סלח לנו - אויב איהר וועט געדענקען.


לו יצוייר אז די מעשה איז אמת
טענדעלר האט געטוהן כידוע (ג)

וואס וואלט איהר געטוהן?


תוקן על ידי - baachi - 15/11/2005 20:05:54

Ziskeit » 15/11/2005 20:29

לאמיך אפווארפן דיין גאנצן בנין מיט איין סימפל שאלה:

פארוואס זאל א מערדער גיין און זיך מודה זיין פאר א רב אז ער האט געהארגעט זיין ווייב, נאכדערצו אז ער ווייסט קלאר אז דער רב גייט דאס נישט האלטן אין בויך נאר אים זיכער מסר'ען?

יעצט שאלה נאמבער 2:

פארוואס איז טענדלער געגאנגען און אנגערופן דעם לאיער ריטשמאן און אים געזאגט: "איך האב דא איינעם וואס מען באשולדיגט אז ער האט געהארגעט זיין ווייב, איך וויל דו זאלסט אים פארטיידיגן אין קארט"?

ריטשמאן האט זיך אפגעלאזט פון די קעיס ווייל דרייליך האט אים נישט געהאט צו באצאלן, אבער ווען מען האט אים גערופן אין קאורט אלס עדות האט ער קלאר געזאגט אז טענדלער האט אים אנגעקאלט אז ער זאל העלפן פארטיידיגן דרייליך, און נישט דאס פארקערטע.

אלזא, איז די שאלה, פארוואס האט טענדלער געקאלט ריטשמאן אים בעטן אז ער זאל העלפן דרייליך, אויב האט ער געהאלטן אז דרייליך איז א מערדער.

Baachi » 15/11/2005 20:42

זיסקייט

1) מעשים בכל יום, למעשה ווערן א גרויס חלק מערדער קעיסעס גלעזט צוליעב דעם אויספלוידערן פון רוצח. פארוואס זיי טוען דאס? שטודיר קרימינאלאגיע וועסטו אפשר וויסן.

2) יעדער רוצח איז בארעכטיגט צו א סניגור, בפרט דער טענדלער איז דאך באהאוונט אויף דעם אמעריקאנער קולטור. (ומקורו קדוש ...ושפטו העדה והצילו העדה...) אפשר האט איהם טאקע געדריקט וואס ער איז געוועהן דער גורם צו זיין ארעסט.

בכל אופן מיין שאלה האסטו נישט גענטפערט

jid_613 » 15/11/2005 21:00

למען האמת, האב איך שוין געשריבען מיין מיינונג, אז אדרבה, לאמיר זעהן וואס די ד.נ.א. טעסט קען אויף ווייזען. און יישר חילם פון די עסקנים, אז זיי זיכען מיט אלע מיטלען מעגלעך, ארויס צו ברענגען דעם אמת (וואס איך ווייס נישט!).

אבער למען הויכוח, וואס איז דער הכרח פון "שאלה ב"?

דרייליך האט דאך זיכער געמאכט מער ווי איין וויזיט ביי טענדלער, אפשר האט ער איהם ערשט מודה געוועהן ביים דריטען וויזיט?

און דער ערשטע "סימפעל שאלה" וואס די פרעגסט, איז פאר נארמאלע מענטשען נישט קיין קשיא. איז דרייליך נישט א מענטש וואס קען מאכען א טעות? און בפרט אז ער איז געוועהן אונטער אזויפיל סטרעס ווי וואס ער האט ע"פ פשטות געהאט אין יענע טעג?

לעצם הענין, פיל איך אז די עסקנים מאכען א גרויסע טעות דורך ארויס ברענגען כסדר די פראבלעמען מיט טענדלער.

היות אז דער מערכה גייט במציאות נאר ווערען אהנגע'פסק'ענט דורך די אוטעריטעטען, איז כדאי צו פארשטיין, אז ביי זיי איז "טענדלער" נישט קיין רשע צוליב דעם וואס ער זאגט אז מציצה בפה איז א סכנה.

אבער וואס וועט יא זיין נוגע ביי א ריכטער, איז צו דרייליך איז געקומען צו טענדלער אלץ א "רב", און אפשר אויך, אז דרייליך האט זיך נישט אויסדריקלעך מודה געוועהן פאר "טענדלער", נאר אז "טענדלער"ס הבנה איז אזוי געוועהן בטעות. וואס איז סתם אזוי די איינציגע זאך וואס לייגט זיך באמת אויף'ן שכל.

בקיצור, דער מערכה דא אויף די סיידליין'ס קעגען "טענדלער", טראגט מיט זיך דער ריסק, פון באגראבען ענקער עסקנות צו באפרייען א איד וואס איז לדעתכם אומשולדיג.

בברכת הצלחה בכל אשר תפנו, ובתקוה להבנה נכונה בדברי.

דזשיד.



תוקן על ידי - jid_613 - 15/11/2005 21:04:00

APPLE » 15/11/2005 21:27

jid

טענדלער איז א קאנטערוועסל פיגור נישט מימי מציצה בפה, נאר אלע יארען בחייו פון זיין שווער ר' משה פיינשטיין.

חסידישע אידן האבען נישט געהאט צו הערן פון אים, אבער אנדערע ארטאדאקסישע-מאדערענע אין ליטווישע קרייזען האבען געליטען פון זיינע שגעונות אלעמאל.

פרעג א מאנסיער איד וועגען טענדלער, אדער סתם א אגודה עסקן וועט ער דיר פארציילען אז דאס איז איינער אופן שינוי סטייל.

אז די זאגסט פאר א ליטווישער איד דעם נאמען טענדלער וועט ער דיר זאגען אז דער גאנצער קעיס איז צריך בדיקה.

הגם לויט ווי איך קען די אנשי המשפחה האלט איך אז די מעשה פון דרייליך איז במקרה ריכטיג, אבער טענדלער איז באמת א רויטע ליכט ביי יעדע פרשה.

jid_613 » 16/11/2005 02:35


עפעלע,

דאס וואס איך שרייב אז אריין מישען אין דער דרייליך פרשה, שמוץ אויף "טענדלער", וועט קליא מאכען פאר זייער קאמפיין, רעד איך נישט בנוגע אונזער היימישע עולם.

איך רעד בנוגע די לעגאלע אינסטאנצען. און פארשטייט זיך, אז דער צייטען פון פירען איין מערכה אויף אידיש און א צווייטע אויף ענגליש, זענען שוין לאנג אריבער.

Ahroiny » 16/11/2005 02:36

צו די וואס מיינען אז איין עדות קען נישט אריינלייגן א אומשולדיגע מענטש אין תפיסה.

ליינט די מעשה:

Can one witness put an innocent person down?

Familiarize yourself with a Jew called Richard Danziger who was indicted for a rape and murder he never committed.
All because of an innocent guy who was forced to admit to the crime and implicate Danziger.
http://www.innocenceproject.org/case/display_profile.php?id=83


יעצט זאגט מיר אויב איין עדות קען נישט אריינלייגן א אומשולדיגע מענטש אין תפיסה.

פאקטיש זענען מענטשן שוין אריינגעזעצט געווארן אין תפיסה אפילו ווען סאיז אינגאנצן נישט געווען קיין עדות.

Ziskeit » 16/11/2005 03:01

לאמיך נאכאמאל קלאר מאכן עפעס, וואס איז שוין געשטאנען אין דער שטערן, כדי אז מענטשן וואס האבן נישט געליינט דער שטערן זאלן וויסן מער וואס דא טוט זיך:

ווען דרייליך איז געקומען צו טענדלער איז ער געווען אבל וחפוי ראש, ער איז געווען אונטער א שרעקליכע מרה שחורה און פרעשור, נאכ'ן געפייניגט ווערן דורך די דעטעקטיווס אן אויפהער, אינמיטן די שבעה, אז ער איז א מערדער.

ער האט געזאגט פאר טענדלער אז ער שפירט ממש אז ס'איז עולם חשך בעדו, און ער ווייסט נישט צו וועמען זיך צו ווענדן פאר הילף, און דאן האט ער געזאגט פאר טענדלער אז די דעטעקטיווס האלטן אים אין איין האקן אין קאפ אז ער האט געהארגעט זיין ווייב, אז עס האלט שוין אזוי ווייט אז ער חלומ'ט שוין ביינאכט אז ער האט איר טאקע געהארגעט.

דאס איז קלאר, און טענדלער איז עס אויך מודה, אז פון אנפאנג האט ער געהאלטן אז דרייליך איז אומשולדיג. ווי ס'קוקט אבער אויס האט ער שפעטער באשלאסן אז ס'מוז זיין אז דרייליך איז דער מערדער ווייל סתם א מענטש האט נישט אזעלכע חלומות, און ווען ער האט אויפגעטרעטן אין געריכט האט טענדלער דערציילט די חלומות וואס דרייליך האט אים געזאגט, אבער ער האט נישט געזאגט אז עס איז נאר געווען חלומות און האט נישט פאסירט אין די ווארהייט.

יעצט פיר פאקטן:

1. צוויי דעטעקטיווס וועלכע האבן מיטגעהאלטן איין שמועס צווישן טענדלער און דרייליך (טענדלער האט זיי באהאלטן אין א קלאזעט) האבן דערקלערט זייער קלאר, אז דרייליך האט זיך קיינמאל ביי דעם שמועס נישט מודה געווען אז ער האט געהארגעט זיין ווייב, און וויפיל טענדלער האט פרובירט אים צו דרוקן האט ער קיינמאל נישט געוואלט מודה זיין אז ער איז א מערדער.

2. טענדלער אליינס האט אויך מודה געווען אין קאורט אז "פונקט דעמאלט" ווען די דעטעקטיווס האבן אונטערגעהערט די שמועס, האט דרייליך באשלאסן צו טוישן זיין מעשה און באשלאסן אז ער האלט נישט ביים מודה זיין.

3. דער לאיער ריטשמאן (וואס איז געווען א נייטראלער מענטש און נישט געארבעט פאר קיינעם פון די צוויי צדדים) האט דערקלערט זייער קלאר אין קאורט אז טענדלער האט אים געזאגט איינמאל און נאכאמאל אז דרייליך איז "אומשולדיג" און מען דארף אים פארטיידיגן.

4. כאטש ער האט מכלומר'שט רעקארדעט אלע זיינע שמועסן מיט דרייליך, האט טענדלער קיינמאל נישט געקענט צושטעלן א טעיפ אויף וואס מען הערט וויאזוי דרייליך איז זיך מודה.


תוקן על ידי - ziskeit - 16/11/2005 3:02:11

Ziskeit » 16/11/2005 03:11

נאך איין פאינט וואס איז נישט געשטאנען אין דער שטערן:

ווען טענדלער האט געפרעגט פון דרייליך ווער האט געהארגעט דיין ווייב האט ער געענטפערט: "איך קען נישט רעדן ווייל אויב איך וועל רעדן וועלן אויך מיינע קינדער געהארגעט ווערן."

דרייליך האט נעבעך ביטער געציטערט פון די מאפיא, וואס האט אים אליינס פרובירט אפצורוימען פון וועג אין תפיסה,
און האט אים געהאלטן אין איין סטראשענען אז זיין ווייב איז נאר דער אנהייב.

ווען טענדלער איז אבער געקומען אין געריכט האט ער דערקלערט, אז ביי זיינע שמועסן מיט דרייליך האט אים דרייליך געזאגט אז: איך האב געהארגעט מיין ווייב און איך קען הארגענען מיינע קינדער אויך!

לאמיר האפן אז די אקציע ארויסצונעמען דרייליך פון תפיסה וועט געקרוינט ווערן מיט הצלחה.

תוקן על ידי - ziskeit - 16/11/2005 3:11:53

chaimson » 16/11/2005 03:26

קען איינער ביטע ארויפלייגען אויפן פורום דעם ארטיקעל פון דעם שטערן

שלוםצאידען » 16/11/2005 06:07

עס קען אפשר זיין אז

אויב דרייליך האט געזאגט פאר טענדלער אז איב ער זאגט ווער עס האט געהארגט זיין ווייב קען מען אויך האגענען זיינע קינדער איז אפשר האבן זיי דרייליך מיט טענדלער געארבעט צו זאמען כדי צו ראטווען זיינע קינדער

דאס וואס איך זאג יעצט איז נאר שפעקולאציעס און הערט זיך ווי א פאטאזיע, אבר אין יענע יארן ווען די מאפיא האט גטוהן וואס זייערע פארפוילטע הערצער (אויב זיי האבן בכלל) האבן נאר באגערט אין פיל מיסטעריעזע פאלן האט מען נאך נישט געלייזט דערזייט

קען אפשר זיין אזוי האט באמת פאסירט אין דעם פאל פון דרייליך

jid_613 » 16/11/2005 06:55

שלוםצאידען

נאדיר אזוינס

majyar718 » 16/11/2005 07:14

אפשר גאר איז טענדלר אויך געסטראשעט געווארן פון די מאפיא
נישט אז איך נעם מיך אהן ח"ו אויף דעם ווערימיגער ראביי
נאר איך קען פשוט נישט פארשטיין ווי א מענטש קאן אזאנס טאן
ממש אומגלויבלעך

נאכן לעזעהן די מעשה אין "דער שטערן" האט מיר געשוידערט מיינע גלידער

חיל ורעדה יאחזון

באראפארקער » 16/11/2005 07:57

שלום
איך מוז זאגען דיין איינפאל איז מורא'דיג. כאטש אין פראקטיק לייגט זיך עס בכלל נישט אויף'ן שכל.

וואס זאגט דרייליך פערזעהנליך וועגען טענדלער?

אחת_למעלה » 16/11/2005 10:16

אז מ'רעדט שוין פון טענדלער איז כדאי ארויפצוברענגען די מעשה פון גריבעץ. קענעט גריבעץ, א מתפלל ביי טענדלער -- איז געווען דער דיסטריקט אטוירני פון ראקלענד קאונטי. ס'איז געווען א שטיק צייט וואס ער האט אויסגעטיילט צרות צרורות פאר חרדישע אידען. טאמער מאך איך נישט קיין טעות, האט ער אפילו אריינגעזעצט א בנש"ק אין תפיסה פאר איבער צוויי יאר. ווען עסקנים האבן פרובירט צו רעדן צו טענדלער ער זאל אים אומשעדליך מאכן האבן זיי באקומען פעך און שוועבל. האט ער געטענהט אז ער דארף נאך מער ארבעטן אויסצוראטן "פארברעכנס" ביים היימישן עולם.

די סוף פון די מעשה קענט איר לייענען דא:
http://www.theawarenesscenter.org/Gribetz_Kenneth.html




תוקן על ידי - allnewspic - 16/11/2005 18:51:56

Baachi » 16/11/2005 11:24

זיסקייט

בנוגע די פיהר "פאקטן" וואס דו האסט געברענגט,
דו קענסט פאוסטן מראי מקומות אויף דעם, צו "דער שטערן" איז דיין איינציגער מקור, פון דעם טיימס וואס דו האסט אראפ געברענגט אין ראיה בכלל.

נאכאמאהל עס לייגט זיך בכלל נישט אויפן שכל די מעשה מיט די חלומות. אז דעטעקטיוון פרעגען אזוי לאנג ביז ער האט אליין געזעהן בחלום, און דערנאך בהקיץ ממש ווי ער הארגעט זיין ווייב.

איך ווייס נישט וויאזוי דעטעקטיוון ארבעטן, אבער איך ווייס פון גענוג מענטשן וואס מהאט זיי חושד געוועהן און זיי זענען ארויס אהן קיין "חלומות"

אחת למעלה

דיינע ווערטער זענען א בפירושע ראיה לדברי אז דער גאנצער אויפוועקן די מעשה יעצט האט גארנישט צוטוהן מיט'ן שלום בית פון מיסטער אין מיסיס דרייליך. נאר מיט די מיינונגען פון זייער ראביי

אהרוני

די טעקסעס מעשה צו וואס דו לינקסט איז פארשטייט זיך א יוצא מן הכלל וואס איז נישט מסתבר ס'זאל פאסירן אין ניו יארק

א) נישטא דא קיין טויט שטראף מיט וואס צו סטראשן
ב) ניו יארק איז נישט טעקסעס.

זייטס נישט קיין יאלדן!

אלעסאמת » 16/11/2005 16:02

איך האב יעצט געליינט דער שטערן מיין איך האלט אז די ארטיקל איז אמת

Ziskeit » 16/11/2005 19:05

באטשי,

איך דארף נישט דעם שטערן אלס עדות.

אלע קאורט פראסידינגס זענען אויף פאפיר און יעדער קען עס ליינען. איך האב עס געזען מיט מיינע אייגענע אויגן מיט א שטיק צייט צוריק, און איך פרוביר עס יעצט צו שאפן ביי די עסקנים וואס טוען אין דעם ענין, פאר די הנאה פון אונזערע ליינערס.

און wow דו ווייסט אמת'דיג פון גענוג מענטשן וואס דעטעקטיווס האבן זיי חושד געווען און זיי זענען ארויסגעגאנגען פריי?

איך ווייס פון קנאפע 121 מענטשן וואס מען האט זיי חושד געווען אין זיין מערדערס און זיי זענען דערנאך ארעסטירט געווארן און אנגעקלאגט געווארן אויף טויט שטראף. און... צום מזל איז מען געוואר געווארן אז זיי זענען אומשולדיג גענוג פרי (ווער ווייסט ביי וויפיל מענטשן מען איז נישט געוואר געווארן אזוי פרי) און זיי זענען געראטעוועט געווארן פון טויט.

Since 1973, 121 people in 25 states have been released from death row with evidence of their innocence.


דא האסטו א ליסטע פון אלע 121 מענטשן
http://www.deathpenaltyinfo.org/article.php?scid=6&did=109

איך ווייס אויך פון טויזנטער אנדערע וואס זענען סתם אזוי ארעסטירט געווארן אויף מארד (און נישט באקומען טויט שטראף) און ארויסגעגאנגען פריי

Advances in DNA evidence have shown that hundreds, if not thousands, of innocent people have been wrongly convicted and many of them have been on death row.


בכלל ווייזט דיין געשרייבעכץ אז דו פארמאגסט גאר ווייניג אינטעליגענציע און ביסט בלינד צו גלייבן "באבע מעשיות", אן קיין שום באווייזן נאר ווייל דו האסט אזוי געהערט אדער געוואוסט.

דו האלטסט אין איין דעמאנסטרירן א בלינדע אמונה אין די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם כאילו ג-ט אליינס האט נישט די מעגליכקייט איר צו מאניפולירן וויאזוי ער וויל, ווען דער פאקט איז אז איבער די לעצטע פאר יאר הערט מען נאכאנאנד פון מעשיות וויאזוי מענטשן זענען ארויסגעגאנגען פריי נאכ'ן אפזיצן אין תפיסה יארן לאנג צוליב פאלשע עדותשאפט און פאלשע באשולדיגונגען פון דעטעקטיווס.

אמת טאקע אז מיר לעבן אין א מלכות של חסד און אז רוב רובם פון די פראצעסן אין אמעריקע ווערן אפגעהאלטן יושרדיג, אבער דער פאקט איז אז נאר דער בית דין של מעלה איז הונדערט פראצענט פערפעקט אן קיין מיסטעיקס.

אין קורצן: דו ווייזט נישט ארויס קיין שום אויפגעקלערטקייט נאר פארמאכטקייט.

תוקן על ידי - ziskeit - 16/11/2005 19:31:10

Ziskeit » 16/11/2005 19:29

איך זע אז די דעבאטע האט זיך פארצויגן סתם אזוי אין די וועלט אריין, און געוויסע מענטשן האבן צוליב סיבות באשלאסן צו ווארפן זאמד אין די אויגן פון די עסקנים לש"ש, וואס פרובירן נאר צו העלפן און זוכן קיינעם נישט אפצוטאן.

וויל איך דא נאכאמאל קלאר מאכן:

די עסקנים וואס נעמען קעיר פון די אקציע זענען שטילע און סאלידע מענטשן וועלכע זוכן נישט קיין שום כבוד, און זיי פירן אינגאנצן נישט קיין קאמף מיט טענדלער.

די עסקנים האבן נישט קיין שום סיבה פארוואס צו העלפן דרייליך, ער איז נישט זייער חבר, נישט זייער קאזין און זיי האבן אים קיינמאל נישט געקענט ביז מיט פיר יאר צוריק. די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי העלפן אים איז ווייל זיי זענען קאנווינסד 120 פראצענט אז ער איז נישט געווען דער מערדער.

ס'איז נישט אז מען "פארדעכטיגט" אז דרייליך איז אומשולדיג, אבער מען האט נישט קיין באווייזן דערצו. ניין און נאכאמאל ניין, עס איז דא קלארע עווידענס, און אויך האט מען די עדות'שאפט פון אן איטאליענער ארעסטאנט וואס זיצט אין תפיסה, אויף די באשולדיגונג אז ער האט באלאנגט צו די מאפיא, ואכמ"ל וד"ל.

עס בלייבט נאר איבער צו האפן אז מען וועט האבן סייעתא דשמיא און באווייזן צו באפרייען דעם אומשולדיגן איד.

כשריקע » 16/11/2005 19:32

דער רשע גריבעץ, האט געמאכט ענג דאס לעבן פאר יודן אין ראקלענד אלאנגע צייט

די וויזניצע רבי האט אים אמאל איפרגענומען היתכן ער טיט אזוי צי אייגענע ברידער און ער ווערט כסדר נכשל מיט מסירה און נאך ערגער,

האט ער געענטפערט אז דינא דמלכותא דינא, און עס איז זיין אחריות נישט צו לאזן די זאכן דורכגיין

נאך אפאר יאר האט מען אים אליין ארעסטירט אויף עובר זיין אויף דינא דמלכותא.. ווער עס ווייסט די פרטים ביטע פאוסטן

chaimson » 16/11/2005 20:23

Ziskeit

עס זעט אויס אז דו ביסט א בקי אין דעם קיעס

לויט דיין מיינוג פאוואס וואלט דענדלער געגיינגען זאגן עדות שקר אויף אן אומשולדיקען אידן וואס האט ערשט פאסירט בא אים אזא געפערלעכע טרגדיא?
בלאט: 1 2 3