היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » קאמענטארן פאר נאטורליך

קאמענטארן פאר נאטורליך

236 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1569458
בלאט: 1 2 3 4 5

קרעמער » 14/9/2005 05:06

היות דער טאגבוך פארט שוין אריין אינעם טאג טעגליכן, ער איז שוין מער נישט געבינדן צו די קאנטרי, וועל איך זיך ערלויבן צו עפענען א באזונדערן אשכול פאר קאמענטארן צו ידידנו ר' נאטורליך.

נאטורליך;

דיין היינטיגע תגובה הרג'ט מענטשן! עס איז געוואלדיג! אבער איך האף אויך - אזוי ווי דיין באבע - אז די שמועה איז נישט אמת...

אגב;

האב איך היינט גערעדט מיט איינעם פון די שטענדיגע ליינער, האט מיר יענער קאמענטירט אז דיינע טאגביכער זענען אזוי ווי 'קיילא קאכלעפל' פון קאנטרי-יוסי.

הער מיך אויס - ידידי נאטורליך - איך ווייס נישט וואס 'קיילע קאכלעפל' מיינט, אויב עס איז א קאמפלימענט אדער נישט, אבער נעם אן דעם קאמפלימענט פון יענעם, וואס גייט משוגע פאר דיינע שרייבעכצער!

nafcha » 14/9/2005 05:11

ווי 'קיילע קאכלעפל' נישט.

ווייל 'קיילע קאכלעפל' זייגט געווענליך, און אמאל אמאל איז עס גיט, משא"כ 'נאטורליך' איז פונקט פארקערט.

נאטורליך » 14/9/2005 06:07

האב איך פאר דיר נייעס, קיילע איז שוין יבש (אין מאמע לשון פארוועלקט)
א דאנק פאר די לויב ווערטער.

קרעמער » 14/9/2005 06:57

ברויך איך נאכאמאל מגולגל ווערן ח"ו אז איך ווייס נישט פון קיילע קאכלעפל צו זאגן?

וואו קען מען טרעפן די ארטיקלען?

נאטורליך;

דער וואס האט מיר געזאגט די קאמפלימענט, האט עס געמיינט מיטן פולן רעספעקט, און ליינט דיינע טאגביכער מיט דארשט!

שמאסער » 14/9/2005 07:22

דא האסטו עפעס אן איידיע וואס קיילע קאכלעפעל איז

http://countryyossi.com/HOLD/BU-CY1/cybooks.htm


קרעמער » 14/9/2005 14:31

שמאסער; יישר כח, אבער איך זעה דארט נאר אז איך קען קויפן דעם ביכל, איך וויל זעהן אויסצוגן וכדומה. ווער קען מיר העלפן מיט דעם?

זארעכפעפער » 15/9/2005 02:42

ראבויסיי!!!

איר האט דאך אוואדע האַנאָעה פון ר' נאטירלעכ'ס ארטיקלען

דאן קאמפלעמענטירט אים. שפארט נישט קיין ווערטער.

ס'זה וזה נהנים!!!

און פאר ר' נאטירלעך:



תוקן על ידי - זארעכפעפער - 15/09/2005 2:41:53

בןהרחמן » 15/9/2005 22:06

רעב סאָרעח דו האסט איבערגעקעטשט די תיקון על ידי פון יענטאאש?

זארעכפעפער » 16/9/2005 01:09

כ'מיין עממ... עממ... ס'דאך בערך ווי מיין נאמען...

דער "תיקון ע"י" איז דאך נישט מער ווי א 'סרח' העודף וואס מ'לייגט אלץ צו נאכן שרייבן...

נישט אזוי???

nafcha » 21/9/2005 04:56

נאטורליך;

YOU ARE THE BEST, KEEP IT UP

תוקן על ידי - NAFCHA - 21/09/2005 4:55:27

קרעמער » 21/9/2005 15:12

נאטורליך;

הגם כ'האב נישט געקענט צו שטארק לאכן, ווייל דו דערמאנסט די ערנסטע מאמענטן פון די סליחות טעג

עניוועי, וואס מיינט 'יובאנגעס'?

not2bz » 21/9/2005 16:10

נאטורליך

נאטורליך » 21/9/2005 16:22

קרעמער, אין ענגליש אז מען וויל זאגען אויף א זאך עס איז ריזיג, מעכטיג,זייער גרויס. זאגט מען "יאמאנגעס" מיין מיידעלע זאגט יאבאנגעס.
וליתר שאת אט איז א לינק איבערען ווארט
http://www.worldwidewords.org/weirdwords/ww-hum2.htm


תוקן על ידי - נאטורליך - 21/09/2005 16:21:23

קרעמער » 21/9/2005 17:23

יישר כח נאטורליך. סיי פאר די אויפקלערונג און סיי פאר די מראה מקום.

קרעמער » 23/9/2005 22:35

לכבוד ידידי ר' יאנקל לעצטע נאמען נאטורליך ני"ו

א גרויסן יישר כח פאר די היינטיגע פארזעצונג, איר דעקט אלע טאפיקס וואס ברויכן באארבעט ווערן ערב די הייליגע טעג, די זיצן, די לוח'ס (פרויען זאגען "לוחות"), און אפילו דיין נייע הויז. מזל טוב. יהי רצון שיהיה בית נאמן בישראל, און עס זאל פליען קיין ירושלים ווען משיח וועט קומען.

דאס וואס דו שרייבסט אז דיין געצעלט ברויך האבן די.עס.על. פארשטיי איך נישט.

איך האב היינט פרייטאג געקענסעלט מיין די.עס.על. אקאונט, איך באנוץ זיך מיט וויי-פיי.

בדרך אגב

טאקע צוליב דעם, וועט אפשר אויסקומען אז איך וועל זיך ווייניגער דרייען אין קרעטשמע, ואתכם הסליחה.

gishmoker » 23/9/2005 23:26


אפשר בין איך צוריקגעבליבן אבער איך וויס נישט וואס
עס מיינט
וויי-פיי

קרעמער שיק א לינק ביטע
טאמער דרייט מען זיך ווייניגער אין קרעטשמע צוליב דעם
מיין איך גיי איך עס אויך מאכן


nafcha » 25/9/2005 23:11

נאטורליך;

איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין באשרייבונג פרייטיג.
דער אייבערשטער זאל העלפן, אז דיין הויז קויפן זאל זיין מיט אסאך מזל.

איך קען שוין קוים ווארטן אויף דיינע קרישקעלעך, פון גיין שאפינג פארן הויז, און די מאפן וכו'.

'כי תבנה בית חדש'.

בענעדיקט16 » 28/9/2005 06:32

נאטורליך

און איך בין נישט קיין מענטש וואס טיילט קאמפלימענטן רעכטס און לינקס. קוק אויף מיין פאספארט.

nafcha » 30/9/2005 05:08

איך וויל דא מאכן א מחאה נמרצה קעגן די אומדערהערטע עוולה.

עס זיצט דא ביי אונז אין קרעטשמע א 'נאטורליכע' אינגערמאן, און ער איז אונז מהנה מהני מילי מעלייתא, און גארנישט, קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג, נאר איין פריש געקומענע שרייבער, האט זיך מרחם געווען אויף אים, און אים צוגעווארפן אזא גרינע וויזוי הייסט עס.

איך מיין נישט קיינעם אבער איך מיין יעדעם איך מיין מיך אויך,

אייכם!!!!!!! ווי זענט עטץ???????

בעני, יענטאאש, אומפארנומענער, אומגעשמאקער, פעפער, פעדעקס, פיקעל, אייכם? פארוואס שוינט עטץ קאמפלימענטס?

תוקן על ידי - nafcha - 30/09/2005 5:08:05

בןהרחמן » 30/9/2005 05:48

איאאאאאאא איינער שרייט דא? וואס איז געשעהן?

אה מען האט פארגעסן צו באדאנקן אונזער נאטורליך דאס איז טאקע א געוואלדיגע חוצפה,

אקעי איך בין אויך שולדיג וועל איך טאקע שוין תשובה טוהן, נאך פאר ראשעשאנע און אפגעבן א דאנק פאר אונזער באליבטער שרייבער נאטורליך
וואס ער איז אונז מהנה שוין דעם גאנצן זומער מיט זיינע זיסע געשמאקע ערציילונגען, יו אר די בעסט

בליץ_טראפ » 30/9/2005 06:57

פאר נאטורליך
[בילד – נישט אפגעהיט]

gishmoker » 30/9/2005 07:04


נפחא וואס איז געשען ?????????????

דאס איז אומנאטורליכע נפחא !!!


וואס איז דיר בכלל א נפחא מינה צי מען שרייבט יא צי נישט ?

בכבוד רב
הק' יואלי גישמאקער

נאטורליך » 30/9/2005 07:15



בס"ד
ישר כוח מעומק הלב לכל חברי הפורם ה' עליהם יחיו, השולחים ופונים אלי בי-דואר האימעיל ותיבה אישית עם כל מיני תודות מידי יום ביומו מאז התחלתי לכתוב כאן, ובפרט לידידי הנחמד חכם ונבון בעל הקרעטשמע נ"י.

בעומדים על סף השנה, שנת תשס"ה.
לקראת השנה החדשה הממשמש ובא הנני מביא את ברכתי, ברכת הדיוט.
יהא ה' עמכם, ויצו השם את הברכה, יכתוב ויחתום אותנו ואת כל אשר לנו בספר חיים טובים ושלום, לשנה טובה ומבורכת, שנה מתיקה מליאה והרחבה, ונזכה כלנו וכל בית ישראל לראות חי' נחת מכל יוצ"ח במלוא חפניים, במידה גדושה ופנים מאירות. עדי נזכה לשמוע קול שופר בביאת משיח צדקינו אמן
נאטורליך

gishmoker » 30/9/2005 07:16

און יעצט עפעס פאר נאטורליך מיין פריינט.

איך וועל רעדן צו דיר אפן און גראב, ס'יז פאר ראש השנה און איך גיי דיר נישט זאגן דא קיין ליגנט, פרעכע שקר חס וחלילה. הער גוט צו וואס איך זאג דיר יעצט
דו שרייבסט געוואלדיג!! דו ביסט כולל א יעדן איינעם אין דיר!!!

געשמאק, נישט נפחא'דיג, שנעל ווי פעדעקס, ממש ווי קאסמא קרעמער, צום פוינט ווי דטרבקי, גאנץ יענטאאשדיג, קלאר ווי דער שווארצער פעפפער, הייליג ווי בענעדיקט, lol,
שטארק באליבט, ווי אן אלט באזעסענער קרעטשמער, מיט רחמנות, אלס איז דא עפעס וואטס אפ, ועוד ועוד, וסליחה.



בכבוד רב
הק' יואלי גישמאקער


תוקן על ידי - gishmoker - 30/09/2005 7:16:46

בענעדיקט16 » 30/9/2005 16:00

נאטורליכער מענטש

יעצט באמערק איך אז איר פארמאגט אויך די געוואלדיגע קוואליפיקאציע פון 'נוסח'. איר זענט באהאווענט אין לשון הקודש אויך. טאקע א מושלם!

א גוט געבענטשט יאהר!

נאטורליך » 30/9/2005 16:56

בענעדיקט,

מיר האבען פון דיר גרויס הנאה
איך האב ליעב דיין המצאה
צו שרייבען מיט א גראם
ס'האט אן ספעציעלען טעם
מאמע לשון איז בחן'ט און שיין
אלע דא קענען עס פארשטיין
יעדער זעהט דאך דיין שטרעבען
אהער אריין צו ברענגען עפעס לעבען
א קרעטשמע גענוי ווי די אלטער צייט
מען קומט אהער פון נאענט און ווייט

וועל איך דיר געבען מיין ברכה
זאלסט אין אלעמען זעהן הצלחה
דער באשעפער זאל דיר אלעס געבען
וואס דיין הארץ טוט שטרעבען
און מיט דעם פארענדיג איך אצינדער
א זיס און גליקליך יאר פאר אלע אידישע קינדער

not2bz » 30/9/2005 17:00

גראמען קען ער אויך WOW

בענעדיקט16 » 30/9/2005 17:40

נאטורליך הער זיך איין
דאס האב איך געוואוסט אליין
אז גראמן קענסטו זייער שיין
אזוי טוט אין אן אנדער אשכול שטיין
אבער דארט רעדסטו פון די ענגלישע שפראך
דאס איז דאך גאר א צווייטע זאך
איז מיר טאקע אינטערסאנט
אז אין אידיש ביסטו אויך באקאנט
אל תמנע טוב מבעליו
געב אונז פון דיינע שטאף
לאזן מיר זיך מיט דיינע פאום'ס באלעקן
און אונזער הארץ מיט דעם דערקוויקן

יענטאאש » 30/9/2005 21:07

בפרוס השנה ווען עס קומט דער נייער יאר,
וויל איך מיך נאכאמאל באדאנקען ביז גאר,
פאר אונזער חשובער 'נאטורליך' דער גוטער,
וואס איז שוין געווען א שרייבער נאך אין די בויך פון די מוטער,
אזוי טו איך זיך פשוט פארשטעלן,
נאכדעם וואס איך טו פון זיינע סחורה אזוי שטארק קוועלן.

זאל דיך דער אייבירשטער העלפן און געבן,
געזונט פרנסה און נחת א גאנץ לעבן,
קענען ווייטער משמח זיין אידישע קינדער,
וואס די גרויסקייט פון דעם זאגן אונז שוין די הייליגע ספרים יעדער באזונדער,

א כתיבה וחתימה טובה און א יאר זיסן,
אין די ווינטער זאלסטו פון די נייע דירה קענען געניסן,
און אין די זומער פון די קאנטרי פון דעם לאמיר שוין נישט שמועסן,
זאלסט שוין האבן אן אייגענע באנגעלוי און נישט דארפן ליעסן.

כה דברי יענטאאש ראש הקהל מיט א גראבן שמייכל,
ווען דער טעם פון דיינע גוטע ארטיקלען ליגן מיר נאך אין בייכל.

קרעמער » 10/10/2005 05:00

נאטורליך!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

דיין דרשה איז כמעט אזוי גוט ווי די 'עכטע' שבת שובה דרשות וואס מיר אלע האבן געהערט אין די שוהלן. קענסט דיר אויך עפענען א בית המדרש אין דיין געגענט...

ערנסט גערעדט. עס שאדט נישט צו הערן א שיינע משל און נמשל פון א חבר אין קרעטשמע וועמענס ווערטער מיר ליינען מיט דורשט. ווערטער וואס קומען פון הארץ, דרינגען אריין אין הערצער. זאל השי"ת העלפן אז דיינע ווערטער זאלן האבן דעם ריכטיגן רושם ביי אונז אלע.

אגב, עס קוקט אויס ווי שנת תשס"ז וועסטו נוצן א צווייטע מחזור. ביסטו געווארן מיטגעשלעפט מיט מיין טעות אז תשס"ו האט זיך געענדיגט נאך איידער עס האט זיך אנגעהויבן?

ohrchodosh » 10/10/2005 17:54

Usually you're great but this time u went to far, sorry

קרעמער » 11/10/2005 06:07

נאטורליך? אזעלכע שיינע באריכטן איין טאג נאכן צווייטן?

וואס וועסטו ענטפערן פארן בעל הבית ווען ער קומט צוריק פון זיין רבי'ן? הא?

גרייט אן עפעס אן ארטיקל פאר אים... זעה אבער עס זאל נישט זיין אזוי כפרה'דיג...

שוויגער » 11/10/2005 06:13

פאר ohrchodosh

[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 14/10/2005 02:37

מוצאי יום הקדוש תשס"ו לפ"ק

לכבוד ר' נאטורליך ני"ו

איין ווארט:

אמן!

קרעמער » 14/10/2005 03:12

נאטורליך;

אגב, דו ביסט 'אפגעבראטן' (אין אינטערנעט שפראך), ווייל איך בין געווען דער אינגערמאן וואס האט געזאגט תשליך אויפן בריק, יעצט ווייס איך אז 'דו' ביסט נאטורליך!!!

קליינע וועלט, הא?


איך וועל נאר ענדיגן מיט דיינע ווערטער: איך האף אז דו נעמסט מיך נישט ערנסט.

נאטורליך » 14/10/2005 03:48

אויב די ביזט יענער אינגערמאן זענען מיר אלע דא אויף צרות.

קרעמער » 14/10/2005 04:45

אויף צרות?

מיר האבן דאך יעצט געבעטן קרע רוע-גזר דיננו!

א גוט קוויטל.

נאטורליך » 14/10/2005 04:51

פיין און וואול אבער איך האף ביזט נישט יענער יאץ קאפ.

התאחדות » 14/10/2005 17:08

וואס איז אזוי שלעכט נאטורליך, איז ער געווען שיכור, נו איז ער דאך געקומען גלייך פון קרעטשמע צום וואַסער

nafcha » 17/10/2005 03:25

אזויווי די טאג-בוך פון 'נאטורליך', האט היינט צוטאגס גאנץ קנאפ צוטין מיט די קאנטרי, גייען מיר עפענען א פרישע אשכול, יעדער קען דא געבן זיין מיינונג וואספארא נאמען צו געבן פאר די אשכול.

איך האב געטראכט פון "די נאטורליכע טאג בוך", אדער "די 'נאטורליכע' טאג בוך", לאמיך הערן וואס דער עולם האט צו זאגן צו דעם.

קרעמער » 17/10/2005 05:50

"דער טאגבוך פון וואס אייער שכן/חבר/בעה"ב/ארבעטער הערט נישט אויף צו רעדן"

אבער דאס איז מסתמא צי לאנג... דאן פרוביר:

"נאטורליך'ס טאגבוך"

not2bz » 17/10/2005 16:16

"נאטורליך'ס טאגבוך פון די שטאט" און ווען ער וועט אנפאנגן נאכאמאל צו שרייבן פון קאנטרי זאל ער עס שרייבן און די אשכול פון "נאטורליך'ס טאגבוך פון די קאנטרי"

התאחדות » 17/10/2005 16:45

נאט טו ביזי איז גערעכט

nafcha » 20/10/2005 15:17

"נאטורליך'ס טאגבוך פון די שטאט", איז נישט קיין נאמען וואס קומט און באטראכט, ווייל דאן גייט מען זיך דערמאנען אז מ'דארף טוישן צו די אשכול פון די קאנטרי, נאכן קאנטרי...

איך וויל א אלל יער ראונד נאמען.

יאגעלע » 20/10/2005 19:34

וואס זאגט נאטורליך אליינס?

נאטורליך » 21/10/2005 20:25

איך בין ווייניג אויפ'ן באן די טעג, עס איז חוה"מ, איך טראכט א געוויסע נקודה ביי ומפני חטאינו און איך פארגעס עס ביז מוצאי. מערצעשעם נאך יו"ט וועל עך זיך אפרעכענען און משלים זיין.
א נאמען: איך ווארט אז ר' הוטקע זאל מחי' מתים ווערען און באשליסען אז נישט וועט ר' קרעמער זיכער האבען א גיטע המצאה.

קרעמער » 27/10/2005 03:06

איך האב שוין געשריבן אויבן מיין פארשלאג: נאטורליך'ס טאגבוך!

קרעמער » 27/10/2005 03:13

אגב, געב מיר א דערמאן אין אן אנדערן געלעגנהייט אפצוליינען דיין צוגאבע צום טאגבוך, איך האב עפעס נישט יעצט קיין צייט אדער געדולד זיך צו דערמאנען די ערב יום כיפור'דיגע אטמאספערע...

פענסטער » 28/10/2005 01:07

אזויווי נאטורליך האט געזאגט, אז ער גלייבט קרעמער וועט האבן עפעס א גיטן נאמען, און קרעמער האט געגעבן די נאמען נאטורליך'ס טאג בוך, במילא בלייבט עס ביי דעם. און פון היינט און ווייטער וועט ער אונז בל"נ ווייטער מהנה זיין אינ'ם נארוואס געגרינדעטע אשכול.

קרעמער » 28/10/2005 01:32

יישר כח ר' פענסטער פארן גרינדן דעם אשכול. וואס בדרך אגב האט דאס מיר דערמאנט צו ליינען דעם לעצטן ארטיקל, וואס איז - ווי געווענליך - א מייסטער שטיק.

הגם הגם. שוין (אפשר אין אישית וועל איך דיר שרייבן נאטורליך, אויב דו ביסט נייגעריג).
בלאט: 1 2 3 4 5