קאמענטארן פאר נאטורליך
236 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1569458
התאחדות, גארנישט קיין מיטינג.
א ארץ ישראל איד איז געקומען נאך א נדבה, דערנאך האט ער געוואלט א קאווע, דערנאך האט ער געבעטען עפעס צו ליינען, און האט נאר געוואלט מאכען אפאר טעלעפון קאללס קיין ישראל.
האט אים מיין בעה"ב געגעבען מיינע צעטלען צו לייענען.
אזוי ארום ווייס איך שוין ווער דער מדובר 3X0 איז.
נאטורליך;
יו אר די בעסט, די וואכענדיגע פארזעצונג איז (מן הסתם) מעכטיג.
כבוד ר' יענקל שליט"א, וויפיל איז די שיעור? מיר אלע ווארטן אזוי אוםגעדולדיג שוין דריי חדשים, אין.... גארנישט!!! זיי דיך מרחם!!! דערקוויק אונז שוין.
יעצט מוצאי שבת נאך המבדיל פרעג איך אין שטוב "וואס זאל איך העלפען"?
"גארנישט עקסטער, דאס הויז איז שוין פסח'יג"
אזוי? גיי איך בלי"נ אפשרייבען אפאר שורות צו מיינע פריינד אין קרעטשמע.
אויב איז די הויז טאקע שוין פסח'דיג, קענסטו זיך שוין שטעלן אין די רייע פאר מים שלנו קוועטשן...
נאטורליך;
געוואלדיג, מורא'דיג!
איך וויל נאר פארשטיין דעס האסטו שוין געהאט אפגעשריבען תיכף ווען די ביסט צוריקגעקומען פון פלארידע, אדער די האסט דעס יעצט אפגעשריבען?
אגב, איך האב געמיינט אז די ביסט קודם געווען אין לאנדאן, ניין?
איך האב דאס געשריבען נעכטען ביינאכט פאר'ן רוקען דעם זייגער.
גלייבט מיר בנאמנות איך וויל שרייבען מער אבער דער צייט ערלויבט נישט.
איך וועל זיך אנשטרענגען בלי"נ
מ'שטיינס געזאגט האב איך זיך געשפירט ווי איך בין יעצט ממש אין פלארידע.
געווואלדיג געוואלדיג.
אוקיי?
נאטורליך;
בעיוטיפול, מורא'דיג.
זאג נאר, די רבינו'ס דארט ביים ים סוף זאגן אויך שאלעשידעס תורה?.....
יעצט איז 1:06 אויפן ניו יארקער דעילייט סעיווינגס טיים זייגער, נארוואס פארענדיגט דעם צוגאבע צום טאגביכל.
נאטורליך מיין פריינט;
זקני .. כל זמן שמזקינין! דו ווערסט בעסער און בעסער! איך הויב אן קלערן אז די נעקסטע ארטיקל זאל קומען הערשט סוכות צייט, אזוי וועל איך זיך ווידער קאצקענען פאר געלעכטער אזוי ווי יעצט...
ערנסט גערעדט: דו האסט זייער שיין און פולפארביג געשילדערט דעם מיאמי באזוך, עס איז אונזער מזל אז טראץ די פארלאפענע חדשים האסטו נאך געדענקט פונקטליך אלע דעטאלן אונז איבערצוגעבן.
מיר האפן אז דו האסט זיך טאקע גוט אויסגערוהט דארטן, אויב נישט, קענסטו שוין באלד נישט דינגן קיין באנגעלאו אויפן זוממער... (פארט מען היי יאר אויכעד אין די לעגענדארע קאנטרי?).
עניוועי, די מצות זענען שוין אין אויוון געווען, די ביינער אויסגעקנאטן, און עס איז געקומען די צייט אז קרעמער זאל זיך דעם קאפ אויסרוען, ווי זאגט די באבע: מארגן איז אויך א טאג!
יישר כח נאטורליך, יישר כח פאר די שיינע ארטיקל!
נאטורליך,
די הארגעסט מיך, איך דערמאן מיך פון די גיטע צייטן ווען איך בין דארט געווען, אוי די הייליגע לאנגע ווינטער נעכט, די אידן וואס קימען נישט אהין ווייסן נישט וואס מען קען אלץ אויפטון דארט,
נאטורליך[בילד – נישט אפגעהיט]
נאטורליך ווי אייביג
יו אר די בעסט
נאטורלעך
וואס זאל איך דיר זאגן?
געוואלדיג 10
איך האב נאכנישט אויפגעהערט צו לאכן.....
איך האב עס נאכנישט געליינט, אבער איך האב עס ארויסגעפרינט און אהיים געטראגן פאר מיין ווייב, זי האט מיך יעצט געקאלט זאגן 'נעקסטע יאר פאר איך אין פלארידא, אז די ווילסט נישט קומען וועל איך אליין פארן'.
זייער א לאנגער ארטיקל, היות איך ארבעט האב איך דאס נישט געקענט ליינען אויף איינמאל,מ'שטיינס געזאגט איך ארבעט דאך, סאו האב איך זיך בארעכנט אז יעדעס מאל וואס איך על אויסשיסן אין א געלעכטער על איך דאס צומאכן און א צווייט מאל ממשיך זיין, אוי האט דאס גענומען לאנג, איך האב געלאכט און ווידער געלאכט, ביז שוין צוויי אזייגער שוין גענדיגט ליינען.
וואס זאל איך אייך זאגן נאטורליך, נישטא קיין ווערטער אין די אידישע שפראך, מ'שטיינס געזאגט אין קיין שום שפראך איז נישט דא קיין ווערטער אויסצולויבן דעם דאזיגען ארטיקל, וואס איז ווערט אלע געלטער, ממש דע גן עדן אליין.
קיפ אן.
נאטורלעך
עס אוללוועיס זייער גוט און שיין אראפ געלייגט טאקע וואס אונז אלע טראכטמער
5 גרינע מענטשעלעך.
נאטורליך;
WOW
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
נאטורליך;
וואונדערבאר! אויסגעצייכנט געשילדערט אלע מענערישע געדאנקן ביים צוזען די הכנות צום חג הפסח.
איך גלייב אז שרייבן די ארטיקל איז דיר פיל גרינגער געווען ווי צוצולייגן א האנט אין שטוב [בילד – נישט אפגעהיט]
איך בין שוין לאנג נישט דא געווען אין קרעטשמע (ווייל עס האט געסאקט)
טרעף איך די וואך אין שיל אן אלטע חבר אין ער רעדט מיט זאפט פון די קרעטשמע,
סאו איך האב נישט לאנג גיטראכט איך קים אריין, אין איך זעה דיין אשכול בלינקט איך מאך צי די טיר מיין באס זאל מיינען איך בין ביזי, וואס קען איך זאגן ביידע זענען געווען זייער גיט אז איך פרינט עס ארויס פאר מיין ווייב אויף פסח
קיפ איט אפ, טענק יא.
תוקן על ידי - פארברענגן - 10/04/2006 20:43:58
-האלאו האלאו! מאמי! מאמי!, שריי איך אויס אריינלויפנדיג פארסאפעט
אין די איבערגעדרייטע שטוב היינט נאכמיטאג נאך די ארבעט.
-מאמי! אוואו האסטו פארפאקט די בעג מיט גרינע מענטשעלעך?!!!!!....
-וואס?! די גרינע מענטשעלעך?! דאס איז דאך פיור חאאמעעץץץ!!!!!.......
-כא כא כא כא כא, חמץ?!...... מאן דכר שמיה?!..... וואו חמץ ווען חמץ?!!...
-נע נע נע, דאס איז זיכער חמץ, קאל הילל וויינבערגער! איך זאג דיר......
-ווא-דריי'סטו א קאפ?! כ'זאג דיר סיניש קיין חמץ, טראסט מי!!!...
-וויסטע וואס כ'על מיך מיט דיר נישט איינרייסן, איי דאונט קעיר,
סי'דיין'נעביירע..... טו וואס דו ווילסט!........ אבער וואטש ס'זאל נישט
ברעקלען! איך ווארן דיר!!!........
-אקעי, אקעי, וואו איז עס? אה דא, געב אים אהער..... מאטי! שמשי!
שמילי! קומטס העלפן טאטי שלעפן די בעג!!!......
-וואס'יז'עס מצה?!....
-סי'די'חרוסת?!.....
-די אפיקומן?!!...
-ניין, ניין, ס'איז עפעס פאר טאטי'ס ביזנעס........
-אקעי שכח פארן העלפן טאטי'ן, גייטס בעטס פון מאמי'ן א לעידי פינגער......
אל-רייט, נו וואס האב איך דא?..... אוי.... כ'האב שוין גארנישט!!!!!..... וויי געוואלד!!!...
מ'דארף טאקע קאלן יאנאש'ן ער זאל באשטעלן נאך, אבער פאר דאס מאל
העט נאך זיין איינס..... אךךךך..... נו!!!!..... גם זו לטובה....
נאדיר נאטורליך, איך זאג דיר צו ס'איז מיין לעצטע..... גלייב מיר.... קענסט ארויפקומען
אין מיין אפיס וועסטו זען..... כ'זאג דיר..... נעם עס אן...... גלייב מיר איך וואלט
דיך געוואלט געבן אסאך מער.....
[בילד – נישט אפגעהיט]
בשם דעם דאיען התאחדות, און בשם אלע מיינע ניקס וואס איך האב דא אין קרעטשמע, און בשם אלע אידן וואס האבן פארקויפט דעם חמץ ביים דאיען, טוען מיר אויסשרייען מיט קולי קולות, אזש מ'זאל דאס דערהערן אין אלע ווינקלן פון דארף און פון קרעטשמע,
נאטורליך, יו אר דע בעסט.
העם אתך,
סאו קיפ אן גאינג, מתוק מדבש.[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
יא שיר נישט פארגעסן, כ'פארגין פאר יענטאשש'ן אויך א גרינע מענטשעלע, מ'שטיינס געזאגט ער האט שוין געהאט די לעצטע.
[בילד – נישט אפגעהיט]
א הערצליכען דאנק פאר די שטענדיגע באדאנקער. דזשבוי, קרעמער יאנאש און 30 און סאכדעס געזעגענען און יענטאאש (איך האף איך רעד נישט צו איין מענטש אליין) און אלע אנדערע חברים.
כ'האף מיין ליעבער שווער און שוויגער וועלען מיר געבען געניג שטאף ביים סדר -ווי אלעמאל-, צו שרייבען נאך יו"ט.
אויך צו די אלע מתן בסתר'ס אין אי-מעיל ובפרט צום אינגערמאן אין ביהמ"ד וואס האט היינט געגעבען פאר מיין חבר א פרינט-אוט פון מיינע שורות זאגענדיג "איך ווייס נישט ווער עס שרייבט דאס, אבער ער מיז זיין א משוגענער פאר'ן שרייבען צוויי טאג בעפאר פסח.
נאטורליך;
די אלע ניקס וואס דו האסט אויסגערעכנט האבן איטליכער א זעלבסשטענדיגער בעל הבית, גלייב מיר אויף מיין עהרן ווארט.
געדענקט: פאר אלע עניני יוחסין קענט איר זיך ווענדן צו מיר...
איך האב נעכטן אנגעהויבן צו לייענען און עס איז ווערט אלע געלטער, איך ווארף מיך פון געלעכטער, אבער עס איז זייער לאנג און איך וויל עס פרינטן אזוי וועל איך האבן וואס צו געבן פאר מיין ווייב צו האבן וואס צו טון "די דריי טעג יו"ט" אבער עס קומט ארויס אפגעהאקט פון די רעכטע זייט. איינער ווייסט ווי מען מאכט עס זאל נישט קומען אפגעטשאפט פון די זייטן?
סעלעקט וואס דו ווילסט ארויספרינטן, און מאך קאנטראל P און סעלעקט די באלי וואס איז ביי די ווארט Selectionאון דעמאלטס וועט נאר ארויסקומען די מאמר אן די אנדערע זאכען, עצה טובה זאלסט ארויספרינטן יעדע מאמר באזונדער, דאס הייסט אן די קעפל פון די נאמען פון דעם שרייבער.
[בילד – נישט אפגעהיט]thanks a mil
זייער גוט, יעצט האב איך שוין וואס צו טון
נאטורליך,
איך האב שוין לאנג נישט באזוכט דא, איך זע אבער אז דו לעבסט נאך און די געסט נאך פון צייט צו צייט דיינע שיעורים, כ'מוז דיר זאגן ס'איז געוואלדיג, זייער שיין א גרויסען שכח.
מיט גרויס פרייד נעמט דער עולם אויף די בשורה אז נאטורליך פלאנט א געהויבענע נסיעה צו דאס
הייליג לאנד די קומענדיגע סוכות.
פראמיס אז דו גייסט עס בארשרייבן.
קען מען מיטפארן ?
TOTHETHING:
regards from the miami article in the newspaper
....i had a great time
2
thumbs up
=====================
אלע קאמענטארען פאר נאטורליך באלאנגען אין דעם אשכול, ח"ו נישט שרייבען אין נאטורליך'ס אשכול.
טאמער ס'איז דיר שווער צו טרעפן דעם דאזיגען אשכול, זוך עס אינ'ם מפתח.
מיט דאנק, דער קרעטשמערTOTHETHING
וואס גייט פאר? אין וועלכע צייטונג איז געדרוקט די מיאמי טאגבוך פון נאטורליך?
lets guess
?blat
?yid
?albert's
what
?else
?meilech leifer
?willi buletin
?kj papers
shoppers
?route
what is
?left
just use elimination
....process
...no
i dont like to read the forverts
טודיטינג;
איך ברעך זיך אויך קאפ, פון וועלכן צייטונג רעדסטו? זאגסט דאך נישט "יא" אדער "ניין" אויף קיינע פון די צייטונגן, אפשר מיינסטו דעם אלגעמיינער? המודיע?
קרעמער; איך זעה ב"ה אז דו האסט דיך שוין אויסגעלערנט פון מיר וויאזוי מען שרייבט TOTHETHING אויף אידיש, טודיטינג, און נישט טוטינג אזויווי דו פלעגסט שרייבן
בעני;
זיי נישט קיין צולייגער, ווייז מיר איין פאל וואו איך האב געשריבן "טוטינג"! איך געדענק נישט אזא זאך, איך פלעג שטענדיג שרייבן TOTHETHING אדער צודערזאך. אדרבה, ניתי ספר וניחזי.
ביסט אפשר מיין רבי אין אסאך הינזיכטן, אבער דאס איינע מאל דאכט זיך מיר אז דו ביסט זיך טועה מיט א צווייטן.
אקעי איך מודה אז איך האב ביזדערווייל נישט געטראפן אז דו פלעגסט שרייבן טוטינג ווייל איך בין נישט אין די גיסטע דורכצוקוקען אלע דיינע תגובות, אבער טודיטינג פלעגסטו זיכער נישט שרייבן, און עס איז מיר געווען אינטערעסאנט אז פונקט נאכדעם וואס איך האב עס געשריבן האסטו אויך געשריבן אזוי, ממילא האב איך עס נישט געוואלט אדורכלאזן אומבאמערקט, אבער אויב איך וועל טרעפן אז דו האסט יא אזוי געשריבן און דו האסט מיך סתם צונאר געמאכט דעמאלס וועל איך שוין קער נעמען
גענוג געווען, אפשר הערט עטץ ענק אויף זיך ארום קריגען ווי בעבי'ס?
נאטורליך איך רוף דיר צו דין תורה, געווענדליך ווען יאך וויל ליינען אן ארטיקל פון דיר, לייען איך עס ווען קיינער איז נישט דא נעבן מיר, איצט האט מען מיר שיער ארויסגעווארפן פון די ארבעט, מ'שטיינס געזאגט וואס לאכסטו דארט?
דיין ארטיקל אין די ח' אשכול, איז סופער סופער, ביליאן פון אלע מענטשלעך.
אה יא שיער פארגעסן בעני, זיי מקבל נזיפה פון קרעמער, יאך אדער דער דאיען רופט דעם טודעטינג, טוטינג, און קרעמער איז געווען דער ערשטער מיר אויפצומערקן אויף דעם, ער האט געקלערט אז איך קען קיין ענגליש נישט ליינען, סאו פליז וואטש יור ווארדס, גראדע יאנאש איז געווארן לעצטענס מיין חאסיד, ער רופט איהם אויך טוטינג.
סאכדעס'ל עס קוקט אויס ווי דו באקומסט פראצענט פון יעדע נזיפה, ווייל דו שיקסט היינט יעדעם מקבל נזיפה זיין,
ווייסטו וואס זאג מיר וויפיהל איז דיין קאמישאן און מיט קרעמער וועל איך מיך אליין דורכקומען, אוקיי?
keep
...fighting
it makes my heart feel warm
kramer'
is hamodia in
?yiddish
do you think if natirlech would have this talant in english ?
also
?
if so, wouldnt you think he would write 20 pages each month
in
readers digest
nytimes
wall st journal
?usatoday
btw
natirlech
difarshteist
tzi a
?dollar
why dont you open a site where you pput up your stuff
walmart would be happy just to talk about negotiating an ad space deal
?????
ever heard of
podcasting
??
you'd make so much money
even with
free
downloading
טודעטינג די רעדסט צו דער זאך, און פון געלט ווי מיין אידענע.
נאטורליך מיין גוטע פריינט
מיין טאג האסטו געמאכט היינט
אויפגעשטאנען אויפן זייט דעם לינקן
באמערק איך דעם רויטן לייט בלינקן
עס האט מיר גענומען א שטיקל וויילע
אפצוליינען די שיינע לאנגע מגילה
א ברייטע שמייכל אויף מיר אויסגעשפרייט
אזאנס וואס שוין נישט געווען א לאנגע צייט
וויל איך דיר פאר דיינע רייד באדאנקן
דו ברענגסט מעכטיג ארויס די אינערליכע געדאנקן
דיין זכות איז זייער גרויס און שיין
עס איז קיין קלייניגקייט אידן משמח צו זיין
הוי .. מה נאמר ומה נדבר, חדוה מסטרא דא, יראה מסטרא דא, זיס ווי צוקער אראפגעלייגט דעם גאנצן עולם הזה וואס שפרינקלט מיט א גלאנץ אין א שמוציגע פלאש, נאדיר מיליאן'ס אויף די אלע מענטשלעך למיניהם, זאל דיר גאט שענקן א ליכטיג לעבן מיט אסאך געלט, ענד א לאט אוף נחת.
ווערי נייס
איך ווייס נישט וויאזוי ארוייס צו ברענגן מיינע געפילן נאך דיינע ארטיקלעך. עס איז באמת זייער שיין, אזוי ווי קרעמער זאגט,עס מאכט די טאג.
פארוואס איז עס קליינע אותיות, אפשר קען איינע פון די מנהלים טון א טובה און עס מאכען מער געשמאק צום ליינען אז אזאכע אידען ווי מיר וואס האבן צוטון מיט די אויגן זאלען אויך הנאה האבן?
גם אני הק' מצטער פון די פיצקעלעך אותיות.
כאטש דיינע ארטיקלען זענען ווערד מען זאל זיך פלאגן דערויף.
איך באמערק אז דו שפעקולירסט אויב זאלסט גיין אין קאנטרי. דאס בעט איך דיר זאלסטו אונז נישט טוהן. די קאנטרי מאמרים זענען די בעסטע פרוכט פון דיין פענע. דאס זאלסטו נישט אוועקנעמען פונעם עולם.