היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ******חקירה******

******חקירה******

123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1553636
בלאט: 1 2 3

טאמעטא » 4/9/2005 10:50

(1
פארוואס ווען משניידט אפ די פיאות נאר א פיצי שטיקל
ווערט די פיאות זייער קליין
(2
ווען מעסט א בייגל ווי גייט די לאך


אי"ה א יעדע וואך וועט זיין א חקירה

מהיכי_תיתי » 4/9/2005 11:34

אויף צו צווייטע האב א תשובה
מען עסט דאס אויף אדער אז מ'האט דאס נישט ליב ווארפט מען דאס אוועק

בענעדיקט16 » 4/9/2005 16:19

די ערשטע: לא זכיתי להבין.

די צווייטע: דערמאנט מיר פון אן אדווערטייזמענט אין שאפער'ס ראוט פאריגע וואך "אונזערע בייגעלס זענען אזוי גוט, אז איר וועט וועלן אויפעסן די לאך".

מהיכי_תיתי » 4/9/2005 16:30

איך מיין אז עס איז אזוי גיט אז מ'וועט נאר עסן די לאך

יאגעלע » 4/9/2005 16:33

זעט אויס ווי טאמעטע האט גאר קליינע פיאות אז אויב מ'שניידט אוועק א פיצי שטיקל בלייבט ער מיט גארנישט...
אוןאינעם לאך האט מען אריינגעלייגט א טאמאטע, וועגן דעם זעט מען נישט די לאך, אבער ס'איז נאך דארט...

מהיכי_תיתי » 4/9/2005 16:37

אהא !!!!!
איך פארשטיי שוין וואס דא גייט פאר איינער האט אויפגעגעסן די בייגל וואס אין די לאך איז געווען טאמעטא און ער איז אראפגעפאלן און גיכאפט א קלאפ און קאפ !!!!!!

טאמעטא עס טיט וויי

מענדלדרעי » 5/9/2005 02:56

אז מען שנייט אפ דאס קליינע שטיקל פון אויבן ווערט עס קליין.

כנלע"ד

שלוםצאידען » 5/9/2005 03:11

די ערשטע קשיא

האט מען מיר שוין אויסגעכפט

די צוויטע קשיא

עס בלייבט פונק אוואו עס איז געווען !

טאמעטא » 5/9/2005 03:42

דער תירץ איז
1
די פיאות ווערט קליין ווייל די שטיקל וואס מ'האט
אפגעשניטן וועגט אראפ
2
ווען מ'דרילט א לאך אין די וואנט וויאזוי מאכט מען עס צו
מיט די לאך פין די בייגל

תוקן על ידי - טאמעטא - 05/09/2005 3:43:58

worldwar » 5/9/2005 18:49

נאך אלע מעשיות איז די ערשטע חקירה א שווערע
איך האב אויך באמערקט אז מענטשען מיט גרויסע שיעורים האבן דיקע פיאות און מיט א קליינע מיסטעיק פון א משהו פיאות זעהט אויס די פיאות א דריטעל פון פריער

טאמעטא » 8/9/2005 06:43

פארוואס שבת צופרי ביים דאוונען ביי
"שבח"
שאקלט מען זיך זייער שטארק אין מען שרייט


"שעעעעעעעעעעבאאאאאך"

jid_613 » 8/9/2005 07:15


שעעעעעעעעעבאאאאאך

האב איך ריכטיג אפגעציילט 5 אלף'ן?

איז עכ"פ אויף דעם קען מען אפשר זאגען, א'מר א'ויב א'רדוף א'שיג א'חלק....

די עיין'ס, זענען שוין צופיהל פאר מיר, דאס לאז איך פאר א צווייטען....



worldwar » 8/9/2005 08:09

קען זיין ווייל אסאך מאל האט מען אן אזוי גערופענע בעל תפלה וואס זינגט ביי קל אדון א ניגון וואס ער אליין קען קוים און דער עולם ווערט דיפרעסד און ווען מען ענדיגט שוין שבח ווערט מען צוריק צופייערט ממשיך זיין דעם איבערגיהאקטע דאווענען

טאמעטא » 11/9/2005 08:56

וועליכע מין פייגל איז דאס


ס'האט
2 אויגן
2 פיס
2 פליגלן
אין א מויל אין ס'קען נישט פליען?

יישר_כח » 11/9/2005 09:53

אסאך סארט, א כפרה הינדל אדער א טוירקי וכדומה

טאמעטא » 11/9/2005 10:05

א פייגל א פייגל א פייגל א פייגל

gishmoker » 11/9/2005 10:14


א פיקטשער פון א פייגל

טאמעטא » 11/9/2005 10:24

א עכטע פייגל נישט קיין בילד

worldwar » 11/9/2005 17:28

ווען איינער האט פייגלעך אין קאפ

טאמעטא » 11/9/2005 20:23

ווען איינער האט פייגלעך אין קאפ פליט ער אויך

טאמעטא » 12/9/2005 23:09

דער תירוץ איז א טויטע פייגל

דער_באריכט » 12/9/2005 23:25

פארוואס ווערט א טמעיטא פארשימעלט??

בארא_פארק » 12/9/2005 23:27

חקירה...

פארוואס ווילען מענטשען וואוינען נאר אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק וואס איז אן ארץ אוכלת ישוביה?

טאמעטא » 12/9/2005 23:30

א טאמעטא ווערט פארשימלט ווייל קיינער עס דאס נישט

עפל4סדר » 12/9/2005 23:31

אבער פארוואס ווערט א בענענא פארשימעלט

בענעדיקט16 » 12/9/2005 23:49

און א עפל

קושקע » 13/9/2005 00:24

פארוואס איז דאס אז מענטש דארף עסן טאג איין טאג אויס, יעדן טאג, עוד הפעם! נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, וויפיל איז די שיעור?

די זעלבע איז מיט שלאפן, יעדע נאכט, דארף זיך א מענטש אויסציען מאכטלאז פאר שעות ארוכות, פארוואס זאל א מעטש פארברענגען אזוי פיל שעות? ממש א שאד!

קושקע » 13/9/2005 00:31

פארוואס ווען א מענטש הערט א גוטע וויץ, צוקנייטשט ער זיך די פנים און לאזט ארויס א קול.

אפשר ווייל ער הנאה? ניין, קען נישט זיין, ווייל אויב אזוי ווען איינער עסט א גוטע מאכל וואלט ער אויך געדארפט טאן די זעלבע.

תוקן על ידי - קושקע - 13/09/2005 0:30:56

קושקע » 13/9/2005 00:37

פארוואס ווען מ'האקט אראפ די קאפ פון א קעמל שטארבט עס?

דאס גראדע ווייס איך.

ווייל ס'איז א "פסיק רישא"

טאמעטא » 13/9/2005 01:08

קושקע
איך האלט אז ווען איינער הערט א וויץ דארף ער וויינען

צודערזאך » 13/9/2005 01:21

ר' יוסף חיים גרינוואלד [אדמו"ר של ה'טעיפס] זאגט אויפן טעיפ פון ברכת המזון, מ'זאל אריינטראכטן וויפיל עסן ס'גייט אריין אין א מענטש דורך אלע זיינע יארן וואס ער לעבט, וואלט מען אריינפאלן אין א שאק!

קרעמער » 13/9/2005 02:13

אז מ'רעדט שוין פון פייגעלעך...

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1567713

קושקע » 13/9/2005 02:15

ער מעג לאכן, אבער פארוואס צוקנייטשן די פנים, און ארויסלאזן א זעלעכע אומבאנומענע קולות?

טאמעטא » 13/9/2005 02:42

קושקע

פארוואס איז דאס אז מענטש דארף עסן טאג איין טאג אויס, יעדן טאג, עוד הפעם! נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, וויפיל איז די שיעור?

די זעלבע איז מיט שלאפן, יעדע נאכט, דארף זיך א מענטש אויסציען מאכטלאז פאר שעות ארוכות, פארוואס זאל א מעטש פארברענגען אזוי פיל שעות? ממש א שאד!











ווער זאגט אז מען דארף
מען דארף נישט נאר וואס דען מען האט דאס ליב

טאמעטא » 15/9/2005 18:30

האט א מילגרוים 613 קערנדליך

טאמעטא » 16/9/2005 03:46

ווי אלט איז די ווערטל

ארי בארי באקסער אויבן וואוינט די דאקטער אינטען וואוינט די קי אין דאס ביסטו

KJfireman » 16/9/2005 04:10

איך האב געהערט איז דעם ניגון ארי בארי באקסער האבן די בני יואל קינדער אויסגעטראפן.

יאגעלע » 16/9/2005 04:54

האסט שוין אמאל אפגעציילט א מילגרוים? אלס קינד יעדעס מאל ווען די רבי האט דערציילט אז אין יעדע רמון איז דא פונקטלעך 613 קערעלעך, נישט קיין חילוק ווי קליין אדער גרויס, האמער אונז אויסגעקלאפט א מילגרוים און פארשמירט די הויז, אבער אמאל איז געווען מער און רוב מאל ווייניגער...

מלוה_מלכה » 16/9/2005 08:19


מלאים תריג מצוות כרימון, מיינט נישט צו זאגן אז א מילגרוים האט 613 קערנדלעך
די פשט איז "מלאים" כרימון, דאס מיינט אזוי ווי א מילגרוים זעט אויס זייער אנגעפילט, אזוי אויך די איידשע קינדער זענען אנגעפילט מיט מצוות.


אגב, אז מען רעדט שוין פון תרי"ג.
רש"י הק' זאגט עם לבן גרתי בגימטריא תרי"ג.

פארוואס זאגט נישט רש"י אותיות תרי"ג?
א חקירה

טאמעטא » 19/9/2005 02:33

פין ווי שטאמט די ווארט
אייער נעכטן
איז דאס א אמת'ע ווארט

בענעדיקט16 » 19/9/2005 05:07

איך זאג - אלס שפעקולאציע - אז די ריכטיגע ווארט איז: "איידער" נעכטן... נאר דער דל"ת איז עפעס פארשוואונדן געווארן.

וואס זאגט איר?

עליכם_שלום » 19/9/2005 05:12


און וואס איז וועגען "לעבען" - "נעבען"? דערנעבען?

בןמלך » 19/9/2005 18:36

בענעדעקט 18
זייער שיין געזאגט, אזוי איז מסתבר.
וועגן דעם ווארט נעבן און דערנעבן איז ביידע ריכטיג, נאר עס ווענדט זיך וואו מ'נוצט דאס ווארט. לעבן איז נישט ריכטיג, דאס קומט פון א מלמד וואס האט אמאל געהאט א פארשטאפטע נאז, און געזאגט נעבן און ס'האט זיך געהערט ווי ער זאגט "לעבן", האבן די קינדער אויך אנגעהויבן זאגן לעבן...

טאמעטא » 25/9/2005 21:50

פארוואס זאגט מען א יאר אין א מיטוואך
מען דארף זאגן א יאר מיט א דאנערשטיג

jewboy » 25/9/2005 22:24

א שיינע אשכול.

איך שטארק הנאה פון דעם, יעצט געזעהן דאס ערשטע מאל.

קיפ איט אפ.

טאמעטא » 25/9/2005 23:06

מענטשען דריקן זיך אויס

ס'איז בעחאדעם
וואס מיינט די ווארט

worldwar » 26/9/2005 02:35

פחדים?

טאמעטא » 27/9/2005 22:21

מענטשען זאגן
א גוט יום טוב

יום טוב איז טייטש א גוטע טאג
מדארף ווען זאגן "יום טוב"
אין נישט א גוט יום טוב?

דאכענע » 27/9/2005 22:23

איך האב מורא אז צופיל טאמעטא מאכט אביסל משוגע...

טאמעטא » 27/9/2005 22:27

צופיל דאכענע איז נישט געזונט




וד"ל
בלאט: 1 2 3