היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ******חקירה******

******חקירה******

123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1553636
בלאט: 1 2 3

worldwar » 2/10/2005 22:48

ר' יודל איז אמאל אריינגעקומען אין מקוה אויף בעדפארד עס איז גיווען צושטופט זאגט ער אוי! אלעס זענען די ציונים שולדיג פרעגט אים איינער וואס האט עס מיט די ציונים
זאגט ער עה! די ביסט שוין אויך פארכאפט

וואסענייעס » 2/10/2005 22:48

אזוי ווי קיינער האט נישט געענטפערט אויף מיין שאלה פון פרייטיג וועל איך עס אליין ענטפערן און ווער ס'האלט אנדערש קען מגיב זיין די שאלה איז געווען
וואס דארף א דרייווער טוהן ווען
1) די טרעפיק לייט פאר די מענטשן הייבט אן צו בלינקען רויט?
2) די טרעפיק לייט פאר די קארס ווערט אראנדזש?

תשובה עס ווענדט זיך אן עלטערער אדער א יונגערער
ביי אן עלטערן ביי 1)הייבט אן צו ברעיקן ווייל ס'ווער שוין באלד אראנדזש 2) אויב איז ער עס שוין אריבער געפארן וועט ער לכאורה צוריק בעקן
ביי א יונגערן ביי 1) נישט אמאהל קוקט ער דערויף 2) דריקט אויפן געז פעדל און מאכט צו די אויגן און האפט אז ס'איז נאך נישט געווארן רויט

וואסענייעס » 2/10/2005 23:04

און אזוי ווי איך גלייך היבש זיך צו שטעלן אויף פארשידענע אינטרעסאנטע אויסדריקן פון מענטשן איז מיר דעם שבת אויסגעקומען צו הערן ווי איינער פרעגט דעם שכן זיינעם זאג נאר דו האסט שוין געגעסן? איז אפשר דא איינער וואס ווייסט וויאזוי די צווייטע גימל באלאנגט דארט?
ווי אויך פון ווי נעמט זיך די ווארט שלעפעריג? איך מיין מען דארף זאגן שלאפעריג ניין?

טאמעטא » 2/10/2005 23:14

אין א פלאמבער?
מאנדרא

וואסענייעס » 7/10/2005 00:06

טאמעטא די לאזט אזוי פלעין אינטער גיין דעם אשכול ס'איז נישט קיין יושר קיפ עס ביזי

איך וועל דיר אביסל ארויס העלפן

ווער האט צאם געשטעלט דעס ווארט אויף דעם אופן קאניינע הרע

טאמעטא » 7/10/2005 08:03

איך בין געווען מיט מיין קינדער אין קאנטרי אין סאיז ארום געפלויגען א ווייסע פעדערן אין מיין קינדער האבן זיך גענימען צו שרייען


א מלאך א מלאך
פארוואס הייסט די ווייסע פעדערן א מלאך?

תוקן על ידי - טאמעטא - 07/10/2005 8:04:58

טאמעטא » 9/10/2005 07:04

פארוואס ווען מ'טרעט איבער א מענטש דארף מען אים צוריק איבער טרעטן




ווייל אויב נישט קען מען נישט וואקסען


ס'האט א מקור?

טאמעטא » 27/10/2005 22:58

פון ווי שטאמט די זאך ווען ס'פאלט ארויס א ציין פון א קינד
לייגט מען געלט אין מען זאגט אז א מלאך איז געקומען
?

טאמעטא » 27/10/2005 23:00

וואס מיינט




גיט-מארגן-גאלע-רעטעך-טראגער?????????????

קרעמער » 27/10/2005 23:01

טאמעטא טייערער, שרייב אז דו האסט די זאכען געזען ביי מיר אין קרעטשמע!

טאמעטא » 27/10/2005 23:03

סארי


איך גיי נישט אין קיין באר'ס

תוקן על ידי - טאמעטא - 27/10/2005 23:02:36

התאחדות » 27/10/2005 23:05

תיקון טעות דאס איז א קרעטשמע נישט קיין בּאַר

קרעמער » 27/10/2005 23:06

שערקויך התאחדות.

אגב, אסרו חג וואלט מען געברויכט מאכן א לחיים, און מרבה זיין בסעודה, ווי עס שטייט אין שולחן ערוך (או"ח סי' תכ"ט ברמ"א), לקיים מה שנאמר אסרו חג בעבותים עד קרנות המזבח.

תוקן על ידי - קרעמער - 27/10/2005 23:06:46

התאחדות » 27/10/2005 23:08

זאג מיר מ.ב.קרעמער פיש האסטו פאר די סעודה???

טאמעטא » 27/10/2005 23:09

אין גמרא (ב"ב)שטייט די ווארט קרעטשמע זאגט רש"י היינו קרעטשמע היינו באר

קרעמער » 27/10/2005 23:09

האלאו התאחדות, דו פארגעסט זיך אז דו ביסט דא אין חדשות אנ"ש וואו נישט יעדער ווייסט וואס מ.ב. מיינט... און ביטע... זיי עס נישט מסביר... גיי צוריק אין קרעטשמע... די חברה וועלן דיר שוין אהיימטראגן ווען עס וועט ארויפקומען דריי שטערן אויפן האריזאנט אפצוצייכענען די ענדע פון 'אסרו חג'.

התאחדות » 27/10/2005 23:11

אה שוין ווייטער כאפ איך זיך נישט
בדרך אגב קום דו אויך צוריק אין קרעטשמע ביטע

תוקן על ידי - התאחדות - 27/10/2005 23:11:17

אבימלעבט » 27/10/2005 23:12

די מארש"א איז געט צו פארשטיין
אין אונגארן הייסט דאס קרעטשמע
אין אמעריקע הייסט דאס באר

קרעמער » 27/10/2005 23:12

טאמעטא;

קענסט נאכזאגען מאמרי חז"ל אין דיין נאמען, אבער ביטע שעהן, לייג נישט אריין דיינע נארישע ווערטער אין די גמרא הקדושה.

א דאנק

בשם כל ישראל

באראפארקער » 28/10/2005 20:23

וואס טייטש ואף לאמתך תעשה בן?

טאמעטא » 28/10/2005 20:45

פאר דיין דינסט מאך (בן) וויינען
ס'שטייט ב אן א פינטעלע


לשיטתך!!

טאמעטא » 5/12/2006 08:13

פארוואס טאר מען הישט אויסבלאזן א לעכט מיט די מויל עס האט א מקור?

knowit_all » 6/12/2006 20:34

א קרעיטשמע איז א INN / Motel

און א שענק איז א  Bar / Saloon

בלאט: 1 2 3