און אזוי פלעגט טאקע דער הייליגער מנחת אלעזר זצ"ל זאגן : יום טוב!
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ******חקירה******
******חקירה******
123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1553636
אסאך מאל הערט מען מענטשן זאגן אויף א גאנצע וואך "א קייליכדיגע (רינדעכיגע בלע"ז) וואך" פאר וואס זאגט מען אזוי, פארוואס נישט א קעסטלדיגע וואך?
אויב א וואך איז קעסטלדיג וואלטן מענטשען געבליבען שטיין ביי איינע פון עקן (לאמיר זאגען מיטוואך}
אבער יעצט אז סאיז קייליכדיג קומט מען אן צו די נעקסטע וואך.
תוקן על ידי - טאמעטא - 28/09/2005 21:06:52

SUPER אשכול.
THE BEST SO FAR
לאמיר עס האלטן לעבעדיג ברידער.
פארוואס ווען איינער גייט אן שוך זאגט מען ער גייט בארפעסיג
אפשר מיינט עס "באר פוס-דיג (באר מיינט "דעראן", הויל אדער אפשר "בלויז" אויף ענגליש זאגט מען BARE וואס מיינט "שלילות'דיג), ס'מיינט ער גייט אן א פוס...
************************
אויב גייט איינער אן א קאפל, זאגט מען ער גייט "בארכאפעדיג"
ווייל ער גייט "באר קאפ-עדיג"?
ס'מיינט ער גייט אן א קאפ.
************************
מענטשן זאגן אויך, ער גייט א הוילן קאפ.
א קאפ איז נישט הויל.
************************
א טלית קטן רופן מאנכע אן
לייב-צו-דעקל.
פארוואס? פארוואס איז נישט דאס העמד דאס לייב-צו-דעקל?
************************
אויב איינער רעדט מיט א פארשטאפטע נאז
זאגן מענטשן:
ער רעדט אינטער די נאז.
ווער רעדט דען העכער די נאז?
תוקן על ידי - פשטידא - 28/09/2005 21:14:08

די נאז איז זיך גובר אויף איהם, ער איז נכנע אונטער די נאז.
וואס מיינט:
ער איז א מבין - ווי א קאץ אויף הייווען?
(אפשר נאר ווייל ס'איז א גראם, אבער ס'מאכט נישט קיין "סענס".)
******************************
ווען איינער רעדט נישט צו דער זאך, זאגט מען:
"ער רעדט אין די וועלט אריין"
מאנכע זאגן אין לשה"ק "דאמירן בעלמא"
פארוואס ווען איינער רעדט שטותים רעדט ער אין דער וועלט אריין?
**************************
פארוואס איז "יצמח" געווארן א נאמען פאר א יאקעל?
איז נישט "פורקניה" אדער "כרעותיה" נישט אזוי ביטער?
פארוואס זאגט מען נישט: ער איז דאך אזא "פורקניה"?
**************************
פארוואס אויף א פיפיגן סוחר זאגט מען:
ער איז א גוטער אנדרייער?
וואס "דרייט" ער? וועמען "דרייט" ער.
אפשר "דרייט ער אריין איינעם"?
**************************
פארוואס אויף איינעם וואס נישט מיט אלעמען זאגט מען:
ער איז "אביסל צופידלט".
איז דען א פידל ערגער ווי א טראמפייטער? אדער א פויק?
פארוואס זאגט מען נישט: ער איז "צופויקט"?

פארוואס ווען איינער רעדט אסאך זאגט מען:
ער רעדט ווי א "באבע"?
רעדט דען א מיידל אדער יונג-ווייבל ווייניגער ווי א אלטערע פרוי??
(תשעה קבים שיחה איז נישט געזאגט אויף באבעס דירעקט).
**************************
ער רעדט ווי א "באבע"?
רעדט דען א מיידל אדער יונג-ווייבל ווייניגער ווי א אלטערע פרוי??
(תשעה קבים שיחה איז נישט געזאגט אויף באבעס דירעקט).
**************************
פארוואס זאגט מען:
איך האב אים "אנגעפיפן".
פארוואס נישט איך האב אים אנגעבלאזן אדער אויסגעשנארכט?
פארוואס ווען מטוט נישט עפעס וואס איינער הייסט, רופט מען עס "זיך אויסגעפיפן אויף יענעם"?

פארוואס ווען עמיצער שפירט א שלעכטן ריח זאגט ער:
עס "סארכעט" דא?
וואס איז דאס "סארכע"? און וואס האט דאס מיט א "שלעכטן גערוך"?
אין הלכות טריפות איז א "סירכא" נישט קיין גערוך, עס איז א פעלער, א פגם אין כשרות, אבער מיט א "שלעכטן ריח" האט עס גארנישט.
תוקן על ידי - פשטידא - 28/09/2005 21:42:01

לשון "סרוחה"
סרחון איז טייטש "פעלער" אדער עבירה, ווי רשיה"ק זאגט שזה "סרחון רביעי".
אלזא, פארוואס מיינט "סרוחה" א שלעכטן ריח.

וואס מיינט דאס אויסווארף?
וואס איז אויס, וואס ווארפט מען?
וואס איז אויס, וואס ווארפט מען?
ביי סרחון איז די "נ" אויך פונעם יסוד.
סרוח טייטש שטינקען.
האסט שוין אמאל געהערט דעם אויסדריק: נבילה סרוחה?

וואס מיינט דאס א ליידיגע שטריק.
EMPTY STRING
EMPTY STRING
מיסטער טאמאטע.
איך וויל דיך פרעגן א פערסאנעל קשיא
און נעם עס נישט ערנסט.
פארוואס ווען עפעס איז זייער גרינג צו טאן זאגט מען:
עס איז איזי פיקל אדער
EASY PICKLE
פארוואס נישט איזי טאמעיטא?
ביסטו דען אזוי שווער?
(נעם עס נישט צו ערנסט?)

וואס מיינט דאס ערילות?
א פרוי קען נישט זיין קיין ערל.
א פרוי קען נישט זיין קיין ערל.
דאכענע
אלס "סרחון" קען מען זאגן אויך אן א "נון" אלס עבירה.
ווי עס שטייט
אדם שסרח לפני השי"ת
וואס מיינט א מענטש האט געזינדיגט פאר'ן באשעפער
אדער מיינט עס
א מענטש האט זיך בא'סרח'עט, און ער האט א שלעכטן ריח, אפשר?

קושקע.
ערל מיינט נישט דוקא א גוי
עס מיינט אפילו א איד וואס האט זיך נישט מל געווען.
ווי דער פסוק זאגט: כל ערל לא יאכל בו", גייט עס ארויף אויף א איד, שמתו אחיו מתמת מילה.
ערלית איז סתם א ווארט וואס מענטשן האבן זיך איינגע'חזר'ט אלס א לשון נקבה פון ערל. עס איז טאקע נישט קיין מציאות
תוקן על ידי - פשטידא - 28/09/2005 21:57:51

פארוואס אויף א יאקעל רופט מען אן:
ער איז א "יאלד"?
וואס האט יאלד מיט "בטלן"?
ער איז א "יאלד"?
וואס האט יאלד מיט "בטלן"?
פארוואס ווען עמיצער גיט איינעם שטארקע שלעק
זאגט מען: ער האט אים געגעבן אין "קרויט" אריין?
פארוואס נישט אין "צוויקל" אדער אין די "מעלאנע"
******************
פארוואס אויב איינער רעדט כסדר וואס מ'וויל נישט הערן און בעט אויף אויפהערן און רעדט ווייטער, זאגט מען:
ער האקט א טשייניק?
******************
פארוואס זאגט מען אויף איינעם וואס רעדט אזויפיל אז מ'ווערט "ציפיקעוועט" זאגט מען:
ער מאכט מיר פשוט "דיל", וואס איז דאס "דיל"?
וויאזוי ווערן די אויערן "דיל"?
עס קלינגט? עס פייפט?
************************
פארוואס א שייגעץ רופט מען,
ער איז א "קערל"?
פארוואס נישט א שאלעכץ?
אפשר פונעם שפרוך ווארט: ער איז א "פארפוילט קערל"?

קושקע שרייבט
>ווי שטייט עס<
אדם לעמל יולד.
אויב ס'שטייט ערגעץ.
תוקן על ידי - jewboy - 28/09/2005 22:09:00

פשטידא,
די גמרא זאגט - דאכציך ערגעץ ביים קרבן פסח: "שמא יסריח"
און לגבי "אדם שסרח" איז דער תירוץ אז "כי" משמש בד' לשונות וכו'.

פארוואס ווען איינער זאגט א "צענער" "צוואנציגער" דארף מען אליין פארשטיין אז מ'רעדט פון טויזנט?
אפשר מיינט עס גאר צען / צוואנציג סענט?
Jewboy,
כ'מיין אז דו האסט צו גרויסע השגות...
כ'מיין אז דו האסט צו גרויסע השגות...
אדם לעמל יולד שטייט אין קהלת
און אז מ'רעדט שוין פון "לעמל" דערמאן איך זיך דאס ווארט, אז א פרוי האט געפרעגט איר מאן צו ס'איז אמת וואס מ'שמועסט אז לעמעלעך זענען גרויסע טיפשים, ענטפערט דער מאן: יא שעפעלע...
י הגמ' בסנהדרין (צט) "אמר ר' אלעזר כל אדם לעמל נברא שנאמר (אויב ה) כי אדם לעמל יולד..
פארווואס ווען איינער שאקעלט די קאפ ארויף אן אראפ מיינט עס יא
אין ווען משאקעלט די קאפ אהער אין אהין מיינט עס ניין
?

פארוואס איז נאך משיח נישט דא?
אילו ישראל משמרין שתי שבתות כהלכתה מיד נגאלו. (שבת דף ???)
אין בן דוד בא עד שישוחו דעת מן הגאולה (סוטה דף ???)
תוקן על ידי - דאכענע - 28/09/2005 23:47:21

דאכענע, די לשון הגמרא סוף סוטה, און סוף סנהדרין אין פרק חלק איז בערך אזוי: ג' דברים באין בהיסח הדעת, ואלו הן, משיח, מציאה, ועקרב.
פארוואס ווען איינער טראכט פון צדיקים און ערליכע אידן שבדורינו, טראכט ער דוקא פון א "רבי" וואס האט א קאמפעני.
איך קען גאר גאר געהויבענע אידן ביי מיר אין ביהמ"ד, וואס ארבעטן שווער על המחי', קיינער ווייסט נישט פון זיי צו זאגן, קיינער קישט נישט זייער הענט, זיי דינען דעם אייבירשטן 24 שעה א טאג, זיי זענען נאך עני-טיים אזעלעכע צדיקים ווי די וואס זייערע בילדער זענען צושפרייט אין אלע צייטונגען.

א אונגארישע קלאץ קשיא
ווען א אונגאריש אידל פארמאגט א שטיקל קעיק (קוכן, מזונות) און זיין זוהן בעט אים א שטיקל, און דער איד זאגט: נעם.
וואס מיינט עס?
נעם
אדער

פאר די וואס כאפן נישט, אויף אונגאריש מיינט "נעם", "נישט"
פארוואס ווען פאר איינעם איז קאלט זאגט ער איך בין קאלט ווען איינער איז שוין קאלט געווענליך טויג שוין נישט
ס'איז טאקע נישט די ריכטיגע אויסדריק.
"איך בין" ווער איך בין, איך בין נישט קאלט, איך בין א מענטש.
מ'ברויך זאגן: ס'איז מיר קאלט, ס'איז מיר הייס וכו', ס'טייטש די לופט דא איז צו קאלט פאר מיר, ווען ער איז שוין קאלט איז ער שוין טאקע נישט קיין מענטש...
וה' הטוב יכפר.
תוקן על ידי - דאכענע - 29/09/2005 23:28:41

ווען ס'ברענט 10 ליכט און צוויי לעשן זיך אויס וויפל בלייבט?
10
הא הא הא הא!
הא הא הא הא!
דער תירוץ איז צוויי ווייל די איבעריגע ברענען אויס
וועלעכער זאך איז:
1. געיל
2. נישט קיין באשעפעניש
3. נישט קיין מאשין
4. וועגט בערך א פונט
5. רוקט זיך בערך 70 מייל א שעה
1. געיל
2. נישט קיין באשעפעניש
3. נישט קיין מאשין
4. וועגט בערך א פונט
5. רוקט זיך בערך 70 מייל א שעה
א טראק-דרייווער'ס אייער-סענדוויטש.
וואס דארף א דרייווער טוהן ווען
1) די טרעפיק לייט פאר די מענטשן הייבט אן צו בלינקען רויט?
2) די טרעפיק לייט פאר די קארס ווערט אראנדזש?

אן ערל מיינט א גוי בלשון בני אדם. ווען איינער איז נודר מן הערלים מיינט עס נאר גוים ווייל בנדרים הלך אחרי לשון בני אדם.

רש"י די וואכעדיגע סדרה. נצבים, דברים כ"ט, פסוק ט"ז
גלוליהם. שמוסרחים ומאוסין כגלל.
גלוליהם. שמוסרחים ומאוסין כגלל.
ווי שטייט אז מיט יעדע באנדל וואס מען עסט פון די טשאלענט הארגעט מען א ציוני
טשאלענט הרג'עט מען א ציוני, קומט פון הרה"ח ר' יודל ראזענבערג ז"ל, מנהל פון די סאטמאר'ע קעמפ'ס.
ער האט עס אויך מסביר געווען (אין אישי...) ווייל דאס וואס מען עסט ווארים'ס שב"ק איז נאר "להוציא מלבן של צדוקים", (עפ"י הפסוק "לא תבערו אש וגו' ביום השבת", איך האב נישט קיין צייט עס מסביר צו זיין, והמבין יבין).

צו וואסענייעס על שאלתך:
פארוואס ווען פאר איינעם איז קאלט זאגט ער איך בין קאלט ווען איינער איז שוין קאלט געווענליך טויג שוין נישט?
דאס זאגן "איך בין" אין א זאץ אזוי ווי "איך בין קאלט / הייס" שטאמט פון ענגליש - I'M HOT / COLD - און ווערט נאר באנוצט דורך אמעריקאנער (אדער אפשר אויך לאנדאנער, כ'ווייס נישט.) אין אידיש דארף מען זאגן ס'איז מיר קאלט / הייס.
מענין לענין ווען מ'זאגט "צינד אן / פארלעש די סינק" איז עס אויך אן ענגליש שטאמיגער טעות. מ'דארף זאגן עפן / פארמאך די קראן (אדער "דריי אן / דריי צו" וואס שטימט מער מיט'ן TURN ON / OFF.) נאך א טעות איז דא אז מען "צינד" נישט אן דעם סינק (שיסל) נאר דעם קראן (FAUCET)...
פארוואס ווען פאר איינעם איז קאלט זאגט ער איך בין קאלט ווען איינער איז שוין קאלט געווענליך טויג שוין נישט?
דאס זאגן "איך בין" אין א זאץ אזוי ווי "איך בין קאלט / הייס" שטאמט פון ענגליש - I'M HOT / COLD - און ווערט נאר באנוצט דורך אמעריקאנער (אדער אפשר אויך לאנדאנער, כ'ווייס נישט.) אין אידיש דארף מען זאגן ס'איז מיר קאלט / הייס.
מענין לענין ווען מ'זאגט "צינד אן / פארלעש די סינק" איז עס אויך אן ענגליש שטאמיגער טעות. מ'דארף זאגן עפן / פארמאך די קראן (אדער "דריי אן / דריי צו" וואס שטימט מער מיט'ן TURN ON / OFF.) נאך א טעות איז דא אז מען "צינד" נישט אן דעם סינק (שיסל) נאר דעם קראן (FAUCET)...
פארווואס ווען איינער שאקעלט די קאפ ארויף אן אראפ מיינט עס יא
אין ווען משאקעלט די קאפ אהער אין אהין מיינט עס ניין
?
איך מיין אז עס איז דא פלעצער אויף די וועלט וואס עס מיינט פארקערט.

צודערזאך עס שטאמט פון א בעה"מ און מס' שבת
מי שאינו אוכל חמין צריך לבדוק אם הוא מין

ידעתי בני ידעתי
אבער צו זאגן דאס אויף א ציוני, דארף מען זיין אזא איד ווי הרה"ח ר' יודל ראזענבערג...