היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » פנחס אין עיר הצדק: כ'בין שרעקליך דעפרעסט

פנחס אין עיר הצדק: כ'בין שרעקליך דעפרעסט

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1389171

געשמאק » 22/5/2005 05:05

היינט אזוי פרי ווי 10 טאג פאר די וואלן, האט נעבעך פנחס יאקאבאוויטש זיך געלאזט הערן מיט זיין דעפרעסטן עיר הצדק, ווי ער וויינט אין בילט נעבעך ברבים, בפני כל הקהל הקודש, און איז מודה דאס וואס יעדער ווייסט שוין לאנג, אין ער הייבט עס שוין אויך אן צו שפירן, אז זיין צייט איז פאראיבער, קיינער דארף שוין נישט קיין וואלן חוץ ער ווייל ער וויל ווייטער קענען מאכן פון די סטעיט זיינע שווערע געלטער פאר זיך אין טאש אריין, אויפן חשבון פון תושבי קרית יואל.

דא האט איר דעם לינק, ווי מזעהט זיין געלט מאשין אויפן חשבון פונעם עולם.

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1344202


תוקן על ידי - געשמאק - 22/05/2005 5:37:40

davka » 22/5/2005 18:33

זאליweaky שרייבט:

א הארבער עיר הצדק ?!?!

כתוב אחד אומר:

אז ביי די פאריאריגע טראסטי וואלן האבן רוב תושבי קרית יואל געשטימט אקעגן דעם רב, ווייל אין קרית יואל זענען געווען 5750 שטים בארעכטיגטע, און נאר 2600 מיט די בחורים (וועלכע זענען מיסטעריעז ארויסגעפאלן פון דעם 5750 נומבער...) האבן געשטימט פאר יענקל פריינד, קומט דאך אויס (דרייט דעם פינגער) אז 3150 האבן נישט געשטימט פארן רב.

וכתוב השני אומר:

"יעדער וואס גייט נישט ארויס שטימען, וועט זיין שטימע גערעכנט ווערן ווי א שטימע פאר קהל'ס קאנדידאטן"
(פאשקעוויל אין עיר הצדק)


כיצד יתקיימו שניהם ???

ארגינעלער » 24/5/2005 00:20

וואספארא אנבעליוועבל בהמות.

אין די עיר הצדק די וואך מעלדט די אלייענס אויפ'ן פראנט פעיזש אז יעקב יואל באנדא איז אויפגענומען געווארן דורך נישט קיין אנדערן ווי די "דעמאקראטישע פארטיי פון אראנדזש קאונטי" אלס דער מעיאר קאנדידאט פון קרית יואל...

יעדער געדענקט נאך די קאקוסעס פון די אלייענס וואס איז געווען דער געלעכטער אין גאנץ קרית יואל און איז געווען באשריבן דא אויף היידפארק.
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1358104

יעצט ווער איך געוואר אז פנחס יאקאבאוויטש מיט אלע זיינע ברודערס, שוואגערס און שווער זענען נישט מער און נישט ווייניגער ווי די "דעמאקראטישע פארטיי פון אראנדזש קאונטי"



און איר האט געמיינט אז ס'פעלט משוגעים אויף דער וועלט...
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 24/5/2005 00:29

אה, און איך האב כמעט פארגעסן...

פארוואס עפעס האט באנדא געהאט דעם כבוד נאמינירט צו ווערן דורך די דעמאקראטן (פון ארענדזש קאונטי, פארשטייט זיך...) און פריינד און וויינשטאק זענען נאר נאמינירט געווארן דורך די אלייענס.

תירוץ: פריינד און וויינשטאק זענען אויך נאמינירט געווארן דורך די הויגשעצטע דעמאקראטישע פארטיי פון ארענדזש קאונטי.

אבער באנדא איז נעבעך אראפגעפאלן פון די אלייענס פארטיי צוליב די שלימזלות פון פנחס יאקאבאוויטש, ווי באשריבן אין דעם אשכול
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1373735

האבן זיי וועגן דעם געמוזט אויפמאכן א מעשה אז עס איז גאר געווען עפעס א ספעציעלער כבוד וואס באנדא האט באקומען, אז ער איז נאמינירט געווארן דורך די דעמאקראטישע פארטיי.

וואס זאגט איר צו די הויכגעשפיצטע קעפ?