היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » פראטאקאלירט... די ליצנות אלייענס קאקוסעס

פראטאקאלירט... די ליצנות אלייענס קאקוסעס

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1358104

זשוליאני08 » 28/4/2005 06:29

ס'האט אויסגעקוקט בערך ווי די פורים גענעראל פארזאמלונג אין וויליאמסבורג וואו שאול פערלשטיין האט געמאכט רעזאלוציעס, און זיי "באשטעטיגט און פראטאקאלירט..."

אויך דא אין קרית יואל האבן די היגע זאליס (ליין: אלייענס) דורכגעפירט אזא סארט גענעראל פארזאמלונג. זיי האבן זיך צוזאמגענומען אין א שמוציגע בעיסמענט (וואס ברענגט אריין פאר מאיר דייטש און פנחס יאקאבאוויטש איבער זיבן טויזנט דאלאר א חודש...) און דורכגעפירט דעמאקראטישע קאקוסעס, איבער די קומענדיגע וואלן.

אויב ווייסט איר פון איינעם וואס איז נישט אין א גוטע מוד שיקט אים אריבער דעם לינק צו דעם אשכול פון די דעמאקראטישע קאקוסעס, וואס ברענגט אפילו פאר'מרה שחורה'טע טויטע צו לאכן.

ליינט איר וועט הנאה האבן...

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 28/04/2005 6:30:57

זשוליאני08 » 28/4/2005 07:43

דא זעט מען אז פנחס יאקאבאוויטש האט זיך געקרוינט נישט מער און נישט ווייניגער אלס דער "ווילידזש עלעקשאן טשעיר" און איז געווען יושב ראש פון די אסיפה.

די אסיפה האט זיך אנגעפאנגען ווי פאלגנד, פנחס (אייעמסארי, כ'מיין דער "ווילידזש עלעקשאן טשעיר") האט געגעבן א קלאפ מיט'ן האמער'ל און אויסגערופן (אין א היימישן ענגליש, גענוי ווי ס'שטייט פארשריבן אין זמירות דברי יואל לחג הפסח וויאזוי דער רבי זי"ע האט זיך געפירט) אז די אסיפה גייט אריין אין קראפט און מען גייט צום ערשט אויסקלייבן דעמאקראטישע פארטיי פירערס.
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 28/4/2005 07:44

פנחס האט אויסגערופן יקותיאל יוסף בראווער (בן יחזקאל) וואס איז ארויפגעקומען און נאמינירט פנחס יאקאבאוויטש פאר פארטיי פירער און חיים יוסף נידערמאן (בן משה דוד) פאר פארטיי סעקרעטאר.

משה מרדכי פריעדמאן (מנהל פון בני יואל) האט אריינגעשריגן אז ער איז אויך מסכים דערצו.

די רעזאלוציע איז איינשטימיג "באשטעטיגט און פראטאקאלירט" געווארן... (ס'איז דערווייל נישט קלאר פארוואס דער אריגינעלער דעמאקראטישער פארטיי פירער פון קרית יואל, זלמן לייב וואלדמאן האט נישט מוחה געווען דערקעגן)
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 28/4/2005 07:51

פנחס האט ארויסגערופן חיים יוסף נידערמאן וואס האט נאמינירט די דריי קאנדידאטן פאר די ווילידזש וואלן: יעקב יואל באנדא, מעיאר. שמואל צבי אייזנבערג, טראסטי און שאול יודא מענדלאוויטש, טראסטי.

זלמן לייב וואלדמאן האט אריינגעשריגן אז ער וויל אויך אזוי.

פנחס האט תיכף איבערגענומען דעם מייק און אויסגערופן אז דער וואס איז פאר די דריי קאנדידאטן זאלן שרייען "איי" און דער וואס איז קעגן די דריי קאנדידאטן זאל שרייען "נעי" (אזוי ווי ביי די גויאישע אסיפות, אלעס ווייטער פונקט ווי דער רבי זי"ע האט זיך געפירט...)

די קולות פון "איי" (פון די 14... מענטשן וואס זענען דארט געווען) האבן זיך געהערט עד לב השמים (ס'איז אפילו געווען איינער אדער צוויי וואס האבן געשריגן "נעי" אז ס'זאל אויסקוקן עכט).

פנחס האט דאן אויסגערופן, "די רעזאלוציע איז באשטעטיגט און פראטאקאלירט..."
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 28/4/2005 07:56

פנחס האט אויסגערופן יקותיאל יוסף בראווער וואס איז צוגעקומען צו דעם מייק און פארגעשלאגן אז מען זאל שטעלן א קאמיטע פון דריי לא יוצלחס, וואס זיי וועלן באשליסן ווער ס'זאל ערזעצן איינער פון די דריי קאנדידאטן אויב זיי באשליסן נישט צו לויפן.

די דריי זענען: מאיר דייטש, יואל שווארץ און חיים יוסל נידערמאן.

(ווי יעדער ווייסט שוין האבן שמואל צבי אייזנבערג און שאול יודא מענדלאוויטש באשלאסן אז זיי זענען נישט קהל'ס נאר און זיי לויפן נישט. אנשטאט זיי לויפן יחזקאל וויינשטאק (אחיו של יודא'לע) און אברהם יושע פריינד)

ליפא דייטש (בנו של מאיר) האט אריינגעשריגן אז ער איז אויך מסכים דערצו.

מען האט נאכאמאל געשריגן "איי" און פנחס האט אויסגערופן, "די רעזאלוציע איז באשטעטיגט און פראטאקאלירט..."
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 28/4/2005 07:58

מיט דעם האט זיך די גרויסארטיגע אסיפה געשלאסן און פנחס יאקאבאוויטש האט נאכאמאל געגעבן א קלאפ מיט'ן האמער'ל און אלע זענען זיך צוגאנגען מיט א געהויבענע שטימונג און פרייליכן געמיט.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 28/04/2005 8:00:05
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 28/4/2005 08:12

גאנצע 14 מענטשן זענען אנגעקומען צו די גרויסארטיגע אסיפה. צווישן זיי זענען געווען אלע מיטגלידער פון די "מאיר דייטש/פנחס יאקאבאוויטש עמפייער", וועלכע רייסן פון די גאווערמענט הונדערטער טויזנטער דאלאר יעדע יאר, מיט די הילף פון די תמימות'דיגע אלייענס וואוטערס וואס קומען ארויס וואוטן און ווייסן ניטאמאל אז זיי העלפן דערמיט אנפילן די טאשן פון מאיר דייטש און פנחס יאקאבאוויטש.

פאלגנד איז די ליסטע פון די 14 מענטשן:

די דייטש משפחה:
מאיר, זיין זון ליפא, זיין זון מרדכי לייב און זיין נעפיו יואלי שווארץ.

די יאקאבאוויטש משפחה:
פנחס און זיין ברודער יואל בער

די אנדערע מענטשן וואס זענען אנגעקומען זענען געווען:

זלמן לייב וואלדמאן, וואס איז געקומען אלס דעמאקראטישער פארטיי פירער.

חיים יוסף נידערמאן, וואס איז געקומען אין שליחות פון זיין טאטן משה דוד, וואס וויל נקמה נעמען אין סי. דזשעי. סי. דורך העלפן אונטערברענגען די ווילידזש אף קרית יואל

משה מרדכי פריעדמאן, וואס איז געקומען מטעם בני יואל

משה טובי' בראווער, דער אמאליגער קלוירק (וועלכער האט געהאלפן דורכפירן די שרעקליכע התגרות באומות, מכלומר'שט מיט די הסכמה פון רביה"ק זי"ע)

לייבל קופטשיק (???)

יואל גליק (בן נח)

יואל פעקעטע

יקותיאל יוסף בראווער (בן יחזקאל)

געשמאק » 29/4/2005 04:49

די קאקוסעס איז טאקע א פורים שפיל, אבער ס'איז למעשה זייער נישט דעמאקראטיש.

פארוואס זאל פנחס יאקאבאוויטש האבען די רעכט צו באשליסן ביי זיך אין בעיסמענט, ווער ס'זאל זיין די דעמאקראטישע קאנדידאטן, ווי איז דער יושר, פארוואס לייגט ער נישט אריין עדס כאטשיג אין באריכט, פארוואס באשרייבט ער דאס נישט אין זיין עיר הצדק, פארוואס פירט ער אן אלעס בסוד סודות.

עס איז דא אפאר טויזענד וואטערס אין קרית יואל וואס זענען רעגיסטרירטע דעמאקראטן. און ער טוט זיי פשוט בארויבען פון זייערע רעכטן.

זשוליאני08 » 29/4/2005 20:44

געשמאק, האסט א געוואלדיגע פאינט,

פנחס יאקאבאוויטש פארפירט אלעמאל אז די ווילידזש מאכט אלעס אין געהיים. אויב אזוי, פארוואס האט ער געמאכט א סוד פון די גאנצע קאקוסעס? פארוואס האט ער נישט אריינגעלייגט גרויסע עדס אין זיינע פעיפערס אז דאס גייט פארקומען? פארוואס האבן פלעינע אלייענס מענטשן נישט געהאט קיין טשענס צו נאמינירן קאנדידאטן? פארוואס האט ער זיך אליינס געקרוינט אלס קעניג און נישט געגעבן פאר ציווילע בירגער די מעגליכקייט אנצופירן מיט די קאקוסעס.

היפאקריט וואס ער איז...

גוטזאגער » 3/5/2005 01:21

ממש נישט צום גלייבן, צו רייטן אויף א ציבור אידן מיט אזא ביליגע ליצנות,דאס איז א ריכטיגער משתלט על הציבור, דאס וועט זיך מוזן אויפהערן, ווייל דער עולם וועט שרעקליך רעוואלטירן.