שלימזלות: באנדא אראפ פון אלייענס טיקעט
29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1373735
אין א שטארק אומבאלומפערטע שלימזלות, איז יעקב יואל באנדא אראפגעפאלן פון די אלייענס טיקעט, און ער וועט נישט קענען לויפן אלס מעיאר קאנדידאט אויף די אלייענס טיקעט.
נאר אלס דעמאקראט.
דער צוריקגעשטאנענס פנחס יאקאבאוויטש האט צוזאמגענומען 500 חתימות פאר באנדא אבער ער האט זיך נישט געכאפט אז אויפ'ן אפיציעלע פאפירן האט ער געשריבען אז באנדא לויפט גאר פאר ווילידזש "טראסטי".
יעצט וועט די הייליגע אלייענס בלית ברירה מוזן קאמפיינען אז מען זאל וואוטן פאר זייערע קאנדידאטן אויף די דעמאקראטישע פארטיי.
דאס איז נאך א משל מיט וואספארא צוריקגעשטאנענע מענטשן מען האט דא צו טון
און זיי ווילן פירן דעם ווילידזש
יא, זיסע חלומות, אבער מען וועקט זיך שוין באלד נאכאמאל אויף פון שלאף
תוקן על ידי - קריתיואלער - 11/05/2005 4:03:44
וואס פארשטייסטו דו 'קרית יואלער'
עס איז געווען א 'באווארענונגס מיטל'
יעצט, ווען מען ארויסקומען אז עס איז בעסער אזוי
ווארט ביז דער איד קומט ארויס
נישט צום גלייבן אז אזא אומבאלומפערטקייט, הערשט דארט ביי די אלייענס, יעצט הרג'עט מען זיך ביי די קעפ דארט ווער ס'איז שולדיג און דעם בזיון.
תוקן על ידי - אלסווייסער - 11/05/2005 16:36:22
וויאזוי גייט אויסקוקן די בעלאט?
איך האב מיך נאכגעפרעגט און לויט ווי איך הער וועט עס אויסקוקן אזוי:
די דעמאקראטישע פארטיי איז א נאציאנאלע פארטיי, וועגן דעם וועלן זיי זיין די ערשטע רייע.
דארט וועט מען קענען וואוטן פאר באנדא, וויינשטאק און פריינד.
די נעקסטע רייע וועט זיין די אלייענס פארטיי. דארט וועט פעלן דער נאמען פון באנדא צוליב די שטאקיגע שלימזלות פון פנחס יאקאבאוויטש.
און נאכדעם וועט קומען די אינקאמבענט קאנדידאטן פון קהל ר' אברהם ווידער, יאנקל מיטלמאן און שמואל אהרן לאנדא.
ווער עס האט גערעדט צו דעם קאנדידאט האט עס געהערט
זיין קאנדידאטור איז פאר גאנץ קרית יואל און נישט ווי די אמטירנדע אפישעלס וועלכע לויפן נאר צו דעקן איין פארטיי
תוקן על ידי - מאירהירש - 12/05/2005 1:13:13
ברוך שכוונתי לדעת...............
איך האב שוין נעכטן געשריגן אז עס איז א
באווארענונגס מיטל
איי, ואם תמצא לומר, היתכן, מען האט "יא" אריינגעגעבן עטליכע הונדערט חתימות פאר די אלייענס פארטיי, פאר דעם נאמען פון הויכגעשפיצטן 'בענדאו',
נאר וואזשע דען, דער 'תלמיד רבינו' פיני, האט געמאכט א טעות סופר און ביי דעם פארעם וואס בענדאו האט אויסגעפילט האט ער געשריבן איך נעם אן די קאנדידאטור פון 'טראסטי' אנשטאט 'מעיאר'
און פארדעם און נאר פארדעם, וועט ער נישט ערשינען, אויף ביידע ליסטעס
אזא קשיא, איז 'טעקניקל'
אבער בעיקר, אין משיבין על הדרוש, דעם שיינעם ניגון פון נייטראל אז גייט דעקן גאנץ 'קרית יואל'
ווייל ווידער, שטעלט נאר צו וואסער פאר האלב קרית יואל, סיידוואקס, פאר קוים 25 פראצענט, מיני באסעס כמעט נאר פאר פרויען, סיניאר סיטיזען לאזן זיי נישט אריינגיין קיין אינגווארג, און לויט שמועות פלאנען זיי אריינצולאזן אים דעם נייעם 'ילד' אויף נאר פרויען
און אזוי ווייטער, מצילי אש, האבן זיי צוגעשטעלט פאר בלויז 50 מענטשן פון א באפעלקערונג פון קנאפע 15000 כ"י
הצלה, גיבן זיי ווידער נאר געלט פאר בערך 50 'יחידים'
גמ"ח הצלה, "נאר" פאר 300 וואלענטירן, [מיידלעך שטערן וואס פארט דערמיט איז דאך נישט דאנקבאר פאר מי"וו און ב"פ, און אוודאי נישט פאר די ווילידזש, איז דעריבער מיינט דאס דאך נישט עם]
חברים, ווידער נאר 100 יחידים
ובפרט אז מען קען נישט צוזאם רעכענען די 50 מצילי אש, 50 הצלה, 300 גמח הצלה, 100 חברים, פאר א סך הכל פון 500, ווייל רוב זענען מעמבערס אין עטליכע, און מן הסתם איז דא, עטליכע וואס זענען מעמבערס אין אלע, הצלה, גמח הצלה חברים, און גמח הצלה, [חא"ה איז איינער וואס איז א מעמבער אין אלע]
איז פרעג איך אייך, דארף מען נישט, אויפהערן מיט די דיסקרימינאציע איינמאל פאר אלעמאל
אוי וויי, איך דערמאן מיר נאר, קלאוזינג גרענטס ווידער נאר פאר די וואס קויפן נייע הייזער, סאוני מעי נאר פאר ווער עס איז בארעכטיגט, ביזנעס לאון'ס טאקע נאר פאר 'סמאול ביזנעס,
קען מען דען אזוי אנגיין
מיר זענען אלע דערפאר, איינצופירן א גלייך בארעכטינגונג פאר יעדן
אזא סיסטעם פון יושר, וואס זאל אונז דערמאנן פון די כ' יארן אין ווילי, און די שפעטע ל' יארן אין מאנראו
ואז תנחם, ..............................
גערעדט און גערעדט און גארנישט געזאגט
KJAlliance
האסט אויסגעלאזט די שניי שארן די סיידוואקס איז אויך נאר פאר די וואס ניצן די סיידוואק
סאער סיסטעם נאר פאר די וואס ווילן ניצן די סאער
מאירהירש!
לויט דיין געדאנק האב איך באשלאסען נישט אפצוגעבן מיין שטימע פאר די אלייענס קאנדידאטען.
איך קען נישט עפארדען א צעשפליטערונג אינערהאלב הער באנדא'ס [נישט] פארטיי,דהיינו די 2 טראסטיס וועלן זיך אידענטעפיצירען מיט די אלייענס,אין באנדא וועט זיך באקליידען ווי א פאלנער דעמאקראט.
א ריס אין די פארטיי?
היה לא תהי-ה!!!
איז דאס אן אייזערנער אן איינפאל פון די אלייענס.
נאכ'ן באגיין זייער אומדערהערטע שלימזלות קומען זיי אויף מיט א מעשה אז זיי האבן דירעקט נישט ארויפגעלייגט באנדא אויף זייער טיקעט, ווייל באנדא איז א נייטראלער קאנדידאט.
וועגן דעם האבן זיי אים ארויפגעלייגט אויף די "נייטראלע" דעמאקראטישע פארטיי....
... און קרית יואל'ער אידן זענען דאך בשיטה דעמאקראטן
אזא פשעטל פאסט טאקע נאר פאר אן אלייענס קאפ...
!Its perfect
Mr Banda tells everybody who listens to him that he is going to win this election and that he has atleast 70%of the village on his side
That was true when he was running on two line
But now he is only running on one line so his percentage was reduced to 35%
And that's exactly how how it will turn out
Mr Banda will still win this race
no question about that
but he will only get 35% of the vote
מאירהירש,
איך האב הנאה געהאט צו הערן דיין באבע תירוץ, אז די סיבה פארוואס יעקב יואל באנדא לויפט נישט אויף די אלייענס פארטיי, איז ווייל ער וויל זיין דער קאנדידאט פון גאנץ קרית יואל.
יא, דאס קענסטו איינרעדן פאר דיין עלטער באבן...
איך האב פערצופאל דערווישט דעם אפליקעישאן וואס פנחס יאקאבאוויטש האט אריינגעגעבן פאר יעקב יואל באנדא, צו לויפן אויף די אלייענס פארטיי, און יעקב יואל האט מיט גרויס אומבאלומפערקייט אונטערגעשריבן דעם צעטל, און זיך אינגאנצן נישט געכאפט דעם גרויסן טעות וואס פנחס יאקאבאוויטש האט געמאכט, מיט'ן אריינשרייבן אז יעקב יואל וויל לויפן פאר "טראסטי" אנשטאטס פאר "מעיאר".
תוקן על ידי - זשוליאני08 - 15/05/2005 22:33:00
קוקטס גוט:
יעקב יואל באנדא לויפט אלס קאנדידאט פון די קרית יואל אלייענס פארטיי פאר די אפיס פון ווילידזש טראסטי
אונטערגעשריבן איז יעקב יואל באנדא און די "נאוטערי פובליק", וואס איז נישט קיין אנדערע ווי מיסיס וויטריאל, מאיר דייטש'ס טאכטער.
אלזא, טייערע אלייענס און טייערער יעקב יואל, ס'וועט ענק נישט גיין אזוי גרינג אונז איינצורעדן אז יעקב יואל איז א נייטראלער קאנדידאט.
יעקב יואל באנדא האט געוואלט לויפן אלס דער מעיאר קאנדידאט פון די אלייענס, אבער צוליב די שלימזלות פון פנחס יאקאבאוויטש האט זיך עס נישט אויסגעארבעט.
[בילד – נישט אפגעהיט]
היתכן, ווי פאסט פאר א תלמוד רבינן צי גיי צי א "פרוי" נאטרי פובליק?? עס שטייט דארט קלאר אינעם צעטיל אז מען האט עס געסיינט "פאר איר"??!
ער האט דאך געקענט גיין צי א "מאן" ווי למשל גרשון מאנדעל טיט עס
קען זיין אז די צעטיל איז פאלש? ווער ווייסט
עס איז בכלל נישט קיין ספק ווער עס שטייט הינטער די אלע "אויפדעקונגען" דא אויף היידפארק.
דער הויכגעשעצטער מעיאר (אנטשולדיגט קלוירק) סעגעדין שטעלט צו יעדן טאג פרישע סחורה פאר זיינע געדונגענע חברה.
וואס מיינסטו צו זאגן
אז די אלע זאכן זענען 'אוטענטיש' ווייל עס קומט פון סעגעדין
אדער אז דער סעגעדין, איז אזא ליידיגייער ווי איך און דו
תוקן על ידי - kjalliance - 16/05/2005 0:19:12
קרית יואל, אזוי גאר?
ווייל איך האב ענדערשט א פילינג אז די אלע צעטלעך וואס די אלייענס לייגט דא ארויף קומט דירעקט פון פינחס יאקאבאוויטש'ס קאמפיאטער.
אין דאס לייגט זיך סאך מער אויפ'ן שכל, ווייל פינחס האט א קאמפיאטער אין ער ליינט היידפארק יעדן טאג, אין ווי באקאנט פאר יעדען איינעם פאר ענטפערט די באריכט יעדע וואך אלע אטאקעס וואס איז געווען דא אויף היידפארק (עט ליסט טרייען זיי עס צו פאר ענטפערען...)
משא"כ גדלי' סעגעדין ווי יעדער וואס קען עם ווייסט אז ער איז א אלד טיימער, אין ווייסט נישט קיין חילוק צווישן א קאמפיאטער אין א מייקראוועוו אווען. אין די ווילידזש אפיס האט, ווי ווייט איך ווייס, נישט קיין אינטערנעט.
פלאס פינחס יאקאבאוויטש איז א יונגערמאן א ראצער אין האט אסאך צייט, ווייל פעמפערס טיילט ער דאך שוין מער נישט אין געלט פון די גאווערמענט באקימט ער ווייטער, משא"כ גדלי' זיצט יעצט א גאנצן טאג מיט לאיערס אין איז ביזי צוגרייטן די וואלן.
שרייב עס איבער
גדלי' זיצט יעצט א גאנצן טאג מיט לאיערס אין איז ביזי צוגרייטן די וואלן.
ערשט יעצט ביסטו געוואר געווארען אז ער ניצט פובליק מאני פאר פארטייאישע אינטערעסען
איך ווייס אז הרה"ח ר' אברהם ווידער נ"י איז אן אלד-טיימער און פארשטייט נישט דערצו.
און איך ווייס אויך אז סעגעדין איז נישט קיין אלד-טיימער נאר א היינטצייטיגער יונגאטש וועלכער איז א הדיוט קופץ בראש אויך דארט וואו קיינער פרעגט אים נישט.
ער קען שוין גאנץ גוט דעם קאמפיוטער.
אויפדעקונג, אויפדעקונג, אויפדעקונג
נישטא ווער זאל לאכן
קומט דער אפגעריסענער פיני יאקאבאוויטש, וואס טוישט זיין נאמען, פון דערבאריכט, צו מאירהירש, אאו"ו, און פרובירט אויס זיינע נארישע סלאגאנען
ווי למשל, ווען ער מאכט א גראבן טעות, און שטעלט אויס 'בענדאו'ס' צעטל, אנצונעמען זיין קאנדידאטור, שרייבט ער טראסטו אנשטאט מעיאר
און פארדעם און נאר פארדעם, וועט ער "נישט" ערשיינען אויף די 'אלייענס' טיקטער,
קומט יעצט דעם חכם פיני, און זינגט אז 'בענדאו' איז א נייטראלע קאנדידאט, - ער דארף ווען שרייבן אינטערנאציאנאלער' קאנדידאט - והא ראי' ער לויפט נישט אויף די 'אלייענס' טיקעט
נו, וואס טוט מען מיט אזא שוואנץ מען זיכט אפיר דעם צעטל, ווי מען זעהט באשיינפערלעך, אז יא, 'בענדאו' האט 'יא' אנגענומען די קאנדידאטור פון די אלייענס טיקעט, נאר די שלומזל'דיגער פיני האט ווי זיין שטייגער, - חזקה על חזר שאינו מוצא מתחת ידו דבר מתוקן - אריינגעשריבן טראסטי אנשטאט מעיאר
נו, ווער איז שולדיג דער אדמיניסטראטאר סעגעדין
פיני ווילסט פארדרייען דעם שמועס
נו הערשע אויס, דער שמועס האט זיך אנגעהויבן, אז פאר די ווילסט געווינען וואלן דארפסטו ארויסווייזן בעסערע פירערשאפט קוואליפיקאציעס
אפגערעדט אז פון אדמיניסטראטאר סעגעדין'ס פעיאיקייטן, ביזטו עטליכע ליכט יארן צוריקגעשטאנען,
נאר אפילו פון דעם פשוטע המון עם, ביזטו א פוסטער שלימזל, א נארישער שוטה, א יאקאבאוויטש גלייך ווי אלע
ממילא פיני, זיי מוחל גיי צוריק אין חדר, היינט איז שוין דא 'טשעפטער וואן' וועט מען קענען ארויסהעלפן אזא צוריקגעשטאנענער אינגן ווי דו
און נאדעם וועסטו קענען לויפן געגן אזעלעכע אידן ווי איך,
פון סעגעדין פארגעס, ער איז א 'קלאס אקט', פון דעם חדר וואס האבן גראדואירט אזעלעכע קעפ ווי ליפא פריעדמאן, מאיר הירש, סענדר דייטש, אהרן וועלץ
ווייל אין די צייט וואס די טיילסט פעמפער'ס קויפט ער די קוואלן אין קארנוואל
אין די צייט וואס דו זיכסט 'פאליס סטיקערס' האט ער געמאכט א לאנג טערמיניגע פלאן אויף טרעפיק דא אין קרית יואל
אין די צייט, וואס די מאכסט אנעקסעישאן חלומות, האט ער צוגעשטעלט דעם געזעץ פון די נייע אפארדעבל האוזינט, וואס וועט אי"ה לעזן דעם האוזינג פראבלעם ביז משיח'ס טאג
אין די צייט, וואס די ביזט ביזי, מיט מעני מענגועל, מייקל סאסמאן, די וואלדמאן'ס, זיצט דעם אדמיניסטראטאר סעגעדין, מיטן גאווענער, סענארטארן, קאנגרעסלייט, און ארבעט, אויפן ילד שעשועים, פייער גאראדזש, פייפליין, ביזנעס סענטער, קרית יואל פארק, הייוועי פראדזשעקטס, בית השחיטה, נייע סקול דיסטריקט בילדינג און צענדליגער אנדערע
אין די זעלבע צייט וואס די ביזט א צועק לשעבר, די האלסט אינמיטן פארדייען מצילי אש, וואס שטייט שוין עטליכע יאר, און געראטעוועט צענדליגער משפחות, האלט שוין דעם אדמיניסטראטאר סעגעדין טיעף אין מיטן פלאנען גראנדיעזע, מעכטיגע, גרויסארטיגע, מאיעסטישע, בנינים, פראיעקטן, גאסן, געגענטן, אונטערנעמונגען
אין איין ווארט, ס'איז נישט קיין פארמעסט געווען, סאיז נאך אלץ נישט קיין פארמעסט, און עס וועט נישט זיין קיין פארמעסט, צווישן אזא ריז ווי סעגעדין, מיט אזא פלאכן פיני
און יעצט צוריק צום אנהויב
פיני, אזא שלימזל, נישט קענען אויספילן אן אפליקאציע, און ווילסט נאך געווינען די וואלן
סארא, וועלט מיר לעבן
מר. שלום. שרייבט:
גדלי' זיצט יעצט א גאנצן טאג מיט לאיערס אין איז ביזי צוגרייטן די וואלן.
ערשט יעצט ביסטו געוואר געווארען אז ער ניצט פובליק מאני פאר פארטייאישע אינטערעסען
יא, פארפאלן מר עקשטיין -שלום
דער אדמיניסטראטאר סעגעדין איז - יא - דער אדמיניסטראטאר, און עטס זענטס נעבעך אינדרויסן,
איך פארשטיי אז טוט זייער וויי
אבער פונקט ווי די אנדערע "רעגירונג'ס" איינגעשטעלטע, ווי שעריף דובאויס, עלעקשאן קאמישענער'ס, קאונטי איינגעשטעלטע, איז די זעלבע די "רעגירונג" פון קרית יואל, ביזי מיט לויער'ס אז די לוזער'ס פיני ענד קאמפאני זאלן נישט קענען משוגע מאכן מיט אזעלעכע ווילדע פארלאנגן
ווי אז די ערליכע פרומער טעכטער פון יחיאל פריעד זאלן דארפן אויסרופן 'לאון ענד דיסטיקטיוו' - אין אידיש, הויך און קלאר - די נעמען פון ישעי יעקב שטויבער, בעריש לויפער, מענדל טארים, הרב מארגענשטערן
ווי דאס אז מען זאל האבן 16 דיסטריקט און יעדע פארטיי זאל האבן "דריי" מענטשן פער "טיש" וואס קומט אויס צו 144 מענשטן פאון וואטשערס אליין, וואס דאס וועט קלאר העלפן די גדרי הצניעות פונקט ווי די ערשטע זאכן
איז דעריבער עקשטיין, וועסט זיך מוזן בארואיגן, און מיטוואך יוני דעם צווייטן וועסטו צוריק צוריק גיין צו דיין דעפרעסיע פאר נאך דריי יאר
און "אדמיניסטראטאר סעגעדין" וועט צוריק גיין צו בויען, פארעכטן, פלאנען, פאר דעם עתיד פון דעם "סיטי אוו קיריאס דזאול"
פאקט בלייבט פאקט
עקשטיין, גלייב מיר אז גדלי' וואלט זייער שטארק געקענט באשטיין נישט צו דארפן זיצן מיט לאיערס נאר אנשטאט אויפצוטאן לטובת הכלל והפרט (און אפשר גאר אויך צו זיצן אויף היידפארק און ליינען די געזונטע פלאפס פון די אלייענס... ווער ווייסט?)
אבער צוליב די מסירות פון די אלייענס מוז ער זיין פארנומען מיט לאיערס זיכער צו מאכן אז די וואלן גייען אריבער 100 פראצענט אויסגעהאלטן אז די אלייענס זאל נישט האבן אויף וואס זיך ארויפצוכאפן נאך די וואלן, ווען זיי וועלן כדרכם לויפן אין געריכט פארפירן אז ס'זענען געווען פעלשערייען.
נישט גענוג אז פנחס יאקאבאוויטש און מאיר דייטש פארשווענדען טעקס פעיערס געלט מיט'ן גנב'ענען געלט פון די גאווערמענט, מוזן זיי נאך דערצו אויך פארשווענדען טעקס פעיערס געלט וואס מוז באצאלט ווערן פאר טייערע לאיערס, און ווי אויך פארשווענדען זיי די צייט און געלט פון די די אלע ווילידזש אנגעשטעלטע, וואס אנשטאט צו סערוויסן דעם עולם, מוזן זיי זיין פארנומען מיט נארישע וואלן, אין דער צייט וואס יעדער ווייסט אז די ווידער-מיטלמאן-לאנדא טיעם גייט עניוועי געווינען ווידערערוויילונג.
פנחס יאקאבאוויטש האט מיטוואך אריינגעגעבן א פרישע אנקלאגע קעגן די ווילידזש אין געריכט, און פארלאנגט אז יעקב יואל באנדא זאל יא ערלויבט ווערן צו לויפן אויף די אלייענס פארטיי.
נאכ'ן זיין אזא אנזעצער און שלימזל קומט ער אין געריכט הויז און שרייט קאזאק הנגזל...
די ווילידזש לאיערס האבן דערקלערט אין געריכט הויז, אז מען האט געשיקט א בריוו פאר באנדא, און אים געזאגט אז זיין אפליקעישאן איז נישט געווען גוט אויסגעשטעלט, און אז ער האט דריי טעג צייט עס צו פאררעכטן, ווי די געזעץ פארלאנגט, אבער באנדא האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט דערפון, און גארנישט צוריקגעענטפערט אויף דעם בריוו. די לאיערס האבן געזאגט אז זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם אז באנדא זאל לויפן אויף די אלייענס פארטיי, אבער לויט'ן געזעץ קען די ווילידזש אים נישט ארויפלייגן אויפ'ן בעלאט, אן א פסק פון א ריכטער, וויבאלד ער האט נישט געענטפערט אויף דעם בריוו אין די דריי טעג, און אויך נישט נאכדעם.
דאנערשטאג וועט דער ריכטער פסק'ענען דערויף, אינאיינעם מיט די אנדערע פסקים.
When I confronted Mr Banda about this he responded as follows: "I want to be everyones candidate. So I first put my name on the ballot (as a Democrat) to let people know that I'm running. Now I'm going to convince the other parties that they too should accept me as their candidate"
he stopped , looked at me and smiled
,
then he added "My plan is working. The KJ alliance not only accepted me but they even went to court to make sure that I am allowed to be their candidate"!
I still need the Experience and Results Party but even if I don't get them I still have two out of the three parties
YOU SEE, He is with them, but not really
He's also not with us, but again not really
WHAT A DIPLOMAT
מורי ורבותי!
מר באנדא פארקויפט אז איז געווארען א "בריה חדשה," אז ער האט מיט די אלייענס גארנישט און אז ער איז א "נייטראלער קאנדידאט'' וויל איך דעם ענין אביסעל אויסשמיסען.
איז עס טאקע אזוי ווי ער שטעלט עס אהער?
קען מען אויף איהם טאקע זאגען "פנים חדשות באו לכאן?
און, אויב יא, ווי אזוי איז עס צושטאנד געקומען?
די מעשה איז אזוי, אז איר ליינט דורך דעם אשכול קענט איר קלאער זעען אז מר באנדא מיט די אלייענס זענען "שני כתובים הבאים כאחד"! באנדא איז די אלייענס און די אלייענס איז באנדא!
די אלייענס האט אבער געמאכט א ביטערען טעות אויף די פעטישאנס וואס זיי האבען אונטערגעשריבען פאר מר באנדא. דארט ווי זיי האבען געדארפט שרייבען דאס ווארט "מעיאר" האבען זיי געשריבען דאס ווארט "טראסטי!"
און לויט דעם געזעץ איז דער פעטישאן נישט גילטיג!
ווען די אלייענס זענען דעראויף געקומען זענען זיי געלאפין אין קארט און געבעטען אז דער ריכטער זאל זיי ערלויבען צו פאררעכטען דעם טעות. דער ריכטער האט אבער צוריקגעווארפען זייער פארלאנג!
זעענדיג אז זיי האבען פארשפילט זענין זיי אויפגעקומען מיט אן איינפאל אז באנדא איז גאר "נייטראל" און פארדעם לויפט ער נישט אויף זייער ליסטע!
די תורה וואס זאגט "שקר אין לו רגלים" איז א נצחי! און זייער שקר איז ארויסגעקומען, גענוי אזוי ווי מיט זייערע אלע אנדערע שקרים!
די אונטערשטע שורה איז אז מר באנדא איז "נייטראל" נישט מרצונו הטוב נאר וועגען די שלמזלנות פון די אלייענס און וועגען דעם אויפריכטיגקייט פון דעם ריכטער!
מר באנדא איז טאקע מער נישט דער אלייענס קאנדידאט אבער זיין השקפה בלייבט ווייטער די אלייענס השקפה.
דערפאר מורי ורבותי,
הבדלו מתוך העדה הזאת! ומכל כינוי דאית להון!