היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » נשבה ארון הקודש: הגה"ק מקאשוי זי"ע

נשבה ארון הקודש: הגה"ק מקאשוי זי"ע

152 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1299085
בלאט: 1 2 3 4

סיני_ארי » 1/3/2005 17:09

איצט האב איך באקומען די שרעקליכע בשורה רעה אז כ"ק מרן הגאון הקדוש שר התורה והיראה רבי רפאל בלום זי"ע גאב"ד קאשוי איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה.

KJfireman » 1/3/2005 17:21

ברוך דיין האמת!

אוי מי יתן לנו תמורתו!

SIM89 » 1/3/2005 17:21

ברוך דין האמת!
משיירי כנסת הגדולה. דער הייליגער קאשויער רב רבי שאול בראך זצוק"ך האט געזאגט אויף איהם אשרי יולדתו.
מיט וועמן האבן מיר געבליבן און אינערע דור שפל? מ'דארף רייסן וועלטן אויפן הייליגער רבין שליט"א דער לעצטער שריד פון דור דעה זאל באלייכטן אונזער דור נאך רבות בשנים.
יתומים אנחנו

סיני_ארי » 1/3/2005 17:23

זייענדיג און הויכן עלטער פון 98 יאר איז ער נתבקש געווארן לישיבה של מעלה.

אהה ! תורה תורה חגרי שק והתפלשי באפרים

ספדי תורה כי נפל נזרך

סיני_ארי » 1/3/2005 17:24

ווי גייט זיין מקום מנוחתו?



תוקן על ידי - סיני_ארי - 01/03/2005 17:34:17

סיני_ארי » 1/3/2005 17:29

איצט הער איך אז מ'ווייסט נאכנישט ווען עס וועט זיין די לווי', ווייל בנו בכורו הגה"צ רבי אליעזר חיים שליט"א געפונט זיך איצט אין לאנדאן הבירה.

menchele » 1/3/2005 17:29

וואו און ווען גייט זיין די לוי'?



תוקן על ידי - menchele - 01/03/2005 17:41:43

Maashpia » 1/3/2005 17:33

עס איז שױן דא א בית החײם אין קרית קאשױ
עס האט זיך געפענט בערך תשמ״ו

נבוכדנאצר » 1/3/2005 17:54

כאטש האבן אידן פון איבער די וועלט געהאט די זכיה צו כאפן א בליק אויף די צורה בשעת ניחום אבלים אויף די רביצין עטליכע חדשים צוריק

הוי מי יתן לנו תמורתו!

מקוה_איד » 1/3/2005 18:14

יעצט געהערט, די לוי' גייט זיין שפעט ביינאכט אין שטעטל, ר' אליעזר חיים קומט אן פון לאנדאן בערך 7:00

משהבערבעק » 1/3/2005 18:27

ברוך דיין האמת!

וויפיל קינדער איז דא? זון/איידעמער.

געזעגענען » 1/3/2005 18:44

די לויה איז פאררופן אויף 3:00 אזייגער אין קרית קאשוי, בעדפארד הילס.

מען בעט מען זאל נישט קומען מיט קיין קארס ווייל עס איז נישטא גענוג פארקינג, אלעס ארום איז פארלייגט מיט שניי.

עס ווערן ערווארטעט רבבות אידן וואס וועלן קומען אפגעבן דעם לעצטן כבוד פאר דעם צדיק וגדול, דער הייליגער קאשויער רב זי"ע וואס איז נתעצם געווארן מקדושת התורה פאר וועלכע ער האט זיך געמארדעוועט כל ימיו בקדושה ובטהרה. זכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הבא.

שדים_טאנץ » 1/3/2005 19:10

זאג נאר געזעגענען, די ביזט דאך פון די יודעי דבר, דער סאטמארער רבי וועט אהיימקומען צו די לוי'?



תוקן על ידי - שדים_טאנץ - 01/03/2005 19:13:49

worldwar » 1/3/2005 19:21

א איד וואס האט כל ימיו גילערענט כמעט "18" שעה א מעל"ע
כך שמעתי

יוסף90 » 1/3/2005 19:23

זאג נאר שדים טאנץ, די ביזט דאך פון די יודעי דבר, ר' אהרן וועט זיך משתתף זיין ביי די לוי'?


תוקן על ידי - אינהכינמי - 01/03/2005 20:59:37

ארגינעלער » 1/3/2005 19:26

90

גוט געפרעגט.

פריער האב איך גערעדט צו בעל הפגום.
און ער זאגט אז ווען עפר"א לפומי"ה וועט מקוים ווערן, וועט ער גיין.

וויפיל אזייגער, בערך, וועט דאס פארקומען?

נבוכדנאצר » 1/3/2005 19:28

מחאה נמרצה אויף יקרא דשכבי הגה"ק מקאשוי זצ"ל

יוסף90 » 1/3/2005 19:29

היינט איז דער זמן מעורר די קריאה

אין מ'רעדט פון עפרא לפומיה

אייןסאטמאר » 1/3/2005 19:41

יוסף, איך פאר שטיי דיך נישט, מיר דא אין אמעריקע זענן צובראכן אויף די געוואלדיגע אבידה, און שדים טאנץ פרעגט א נארמאלע קשיא, צי דער רבי קומט צו די לוי', פארוואס האקסטו אריין מיט ליצנות?

KJfireman » 1/3/2005 19:59

עס איז ידוע די געוואלדיג התמדה פון קאשויער רב זצ"ל, עס ווערט דערציילט אז אלס קינד איז ער ארויפגעקראכן אויף א בוים ביינאכט ער זאל קענען לערנען לאור הלבנה...

אויך האב איך אמאל געהערט פון א תלמיד פון קאשויער רב זצ"ל אז בשעת ער האט געלערנט אין קאשוי איז געווען אן ענין אויף וואס דער קאשויער רב האט מעורר געווען און דעם תלמיד'ס פאטער האט געהאלטן אנדערש. האט דער קאשויער רב דורכגעגאנגען מיט דעם תלמיד א האלבע שעה די הלכות פון כיבוד אב, און אנגעזאגט ער זאל נזהר זיין בכבוד אביו מיטן גרעסטען כבוד כאטש דער פאטער האט געהאלטן אנדערש.

אזא זאך ווי "נצחון" אדער "כבוד" האט ביי אים בכלל נישט עקזיסטירט, אלעס איז געווען ריין כבוד שמים...

yones69 » 1/3/2005 20:15


די רבי קומט נישט אהיים צו די לוי'.


און ווער עס וויל הערן פארוואס?


קען אויס הערן די שארפע טעיפ פון רבין שליט"א אין ויואל משה וואס ער זאגט אויף קאשוי רב.


די גבאים פון סאטמאר רבי האבן אפאר מאל געוואלט שלעפן דעם רבין באזוכען אין שפיטאל אבער די קאשויער קינדער האבן אים נישט אריינגעלאזט.


תוקן על ידי - yones69 - 01/03/2005 20:32:22

יוסף90 » 1/3/2005 20:22

די אלע וואס רעדן פון יקרא דשכבי פון קאשוי' רב זי"ע דארפן אויך רעדן פון יקרא דשכבי פון סאטמארער רבי'ן שליט"א.


און איצט ווער עס האט דעם הייליגן בריוו וואס דער קאשוי'ער רב זי"ע האט געשיקט פאר תלמידו הרה"ח ר' שלמה זלמן סאנדער שליט"א ווי ער ענטפערט אים איבער דעם "ליצנות" מכתב פיוס פון ר' אהרן טייטלבוים.
ווער עס האט עס זאל עס אריינפאוסטן, איך זיך עס אויך יעצט, אפשר באלד וועל איך עס האבן.

תוקן על ידי - אינהכינמי - 01/03/2005 21:10:06

yones69 » 1/3/2005 20:25



רביה"ק זי"ע האט געזאגט אז מען טאר מיט אים די עשרות הדברות אונטערשרייבען.


זיין ידיד הרב משה בער בעק שליט"א גייט מספד זיין, עס וועט זיין אינטערסאנט צו הערן זיין הספד.

אייןסאטמאר » 1/3/2005 21:22

יוסף, מפני כבודו פון נפטר זצ"ל וועל איך נישט מגיב זיין אויף זיין ענטפער צו ר' שלמה זלמן (דערמאן מיך נאך די שבעה)

וואס איז די ליצנות אינעם בריווץ

איז רבינו שליט"א לויט דיר שוין נישט בין החיים, אז די פארלאנגסט "יקרא דשכבי"?

משהבערבעק » 1/3/2005 21:23

אוי, נפלה עטרת ראשינו, אוי נא לנו כי חטאנו!

דער צדיק יסוד עולם, האט קלאר ארויסגעברענגט בחייו, אז דער סאטמאר'ער רבי זצ"ל האט "מאכיל נבילות וטריפות געווען טויזענטער אידן"!!

ווער וועט היינט ארויסקומען מיט אזא דרייסקייט, אוי אוי אוי

בארא_פארק » 1/3/2005 22:50

לכבוד אלע חושובע גולשים,

עס איז דא אן ענין פון נישט אריינשטעקען די נאז ווי מען דארף נישט!

כולי עלמא מודה אז די קאשוי רבי זי"ע איז געווען א צדיק קדוש וטהור, נישט געמיינט זיך בכלל, עניו ושפל לבב, געלערענט אין ישיבה א גאנצן טאג און געדינט דעהם רבוש"ע.

יא! ער האט געהאט issues ווי מעזאגט וואס ער האט געהאלטן אנדערשט פונעם רבין זי"ע. אבער דא מוז געזאגט ווערען פאר אלע ראצערס, שטינקערס און מחוצפים:

במקום גדולים אל תעמוד


ענקער מוח איז צו קליין צו פארשטיין וואס די מחלוקה איז געווען וכדומה.

עס איז נאך נישט געווען די לוויה און אפאר ראצערס האבן די העזה פון פראווען לצנות...

Shame on you!

KJfireman » 1/3/2005 22:58

בארא_פארק איז גערעכט!

------


איך האלט אז ס'איז א נארישקייט צו מאכן די לויה אין קרית קאשוי, ווען עס וואלט געווען אין די שטאט, וואלטן טויזנטער טויזנטער מענטשן מער געקענט אפגעבן דעם לעצטן כבוד פאר דעם גרויסן גאון וצדיק.

איך וויל נישט נעמען א שטעלונג ווען איך ווייס נישט אלע פרטים און סיבות, אבער אזוי האלט איך...

משהבערבעק » 1/3/2005 23:00



תוקן על ידי - משהבערבעק - 01/03/2005 23:26:14

נבוכדנאצר » 1/3/2005 23:22

דעם ספר מדור דור האט מחבר געווען ר' אליעזר חיים, וואס איז באקאנט מיט זיינע שיטות, הגם ער איז א פיקח האט ער פארשידענע דראסטישע מיינונגען, עס האט גארנישט מיט קאשוי'ער רב זצ"ל

משה בער, האסט געמעקט? איך לאז מיין תגובה

תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 01/03/2005 23:33:19

ווארהייט » 1/3/2005 23:32

משה פרידמאן גייט מספיד זיין
און גייט אויך איבערבעטן דעם נפטר
פאר'ן שרייען אויף אים:

איר זענט א ליגענער
קאשוי'ער רב: איר זאגט ליגענט
דער קאשויער רב זאגט ליגענט!

(לויט א פלאן, גייט מען אויפשפילן דעם טעיפ, ווי כ"ק אדמו"ר שליט"א זאגט אז מיט א ... שרייבט מען נישט אונטער. און פון די שיך און זאקן און די נ' שערי טומאה.

וד"ל
וד"ל
וד"ל

און מ'גייט אויך זאגן אז אהרן איז שולדיג אין אלעם!
ומחה ה' דמעה מעל כל פנים

משהבערבעק » 2/3/2005 00:11

ביי ספינקא רבי'ןס לויה [כ"ז אב (תשנ"ח?)] האט קרית יואל'ער רב מספיד געווען בשם זיין טאטי'ן [דער רבי איז דעמאלטס געווען אין קרית יואל, און דעסטוועגן דאך נאר געשיקט זיין זון!!] און דער רב האט אינמיטן געזאגט: דער טאטע האט מיר געהייסן איבערגעבן בשמו די ווערטער: איך האב פארלוירן א גוטן פריינט!!

.
.

זאליweaky » 2/3/2005 00:14

איך גיי נישט רעדן ח"ו אויף קיין שוכני עפר, און בפרט אויף קיין תלמידי חכמים.

אבער עס איז מיר שוין יארן לאנג שווער א קשיא, און איך וויל באמת הערן דערויף א תירוץ.

דער קאשויער רב האט געזאגט פאר כ"ק רבינו שליט"א אז מען האט געגעסן דרייסיג יאר נבילות און טריפות אין אמעריקע.

נניח אז ער האט געהאלטן אז דער רבי זי"ע האט נישט געטויגט צו השגחות, וכדו'.

אבער פארוואס האט ער געשוויגן די אלע יארן ???

עס איז קלאר אז דער קאשויער רב דער מדקדק על קלה כבחמורה איז זיכער נאכגעגאנגען וואס עס ווערט געטון אין די שעכט הייזער, בפרט אויב ער האט נישט געטרויט רביה"ק זי"ע.

און אויב אזוי פארוואס האט ער געשוויגן ???

(און בכלל וואו איז דער אחריות פון א מנהיג ישראל, טויזנטער אידן עסן נבילות וטריפות, און יעצט איז דא א מעגליכקייט צו פאררעכטן, און וועגן אייגענע טירחות איז מען גרייט אז אזויפיל אידן זאלן נכשל ווערן ???)

יוסף90 » 2/3/2005 00:53

קיט"ל קר"י רעדט דרשות קעגן קאשוי'ער רב זי"ע

שבת קודש ווען ער זידלט עם בעדפארד הילס, נער עשרת הדברות וכו'.

ביים קדושת יו"ט יארצייט, דברי נבלה עפרא לפומיה, רעכענט אויס זיינע "עבירות" פון "הצלה" - "פראדדזעקס".

ווען די וועלט האט אנגעהויבן רודערן, האט אים מתתי' דייטש געהייסן שיקן אן "התנצלות" בריוו, וועלכע באקומט דעם נאמען:

כלבין דחצופין בריוו





תוקן על ידי - יוסף90 - 02/03/2005 1:09:16
[בילד – נישט אפגעהיט]

יוסף90 » 2/3/2005 00:56


דער הייליגער קאשוי'ער רב זי"ע שיקט צוריק א בריוו מיט זיין תלמיד הרה"ח ר' שלמה זלמן סאנדער הי"ו

דא האט איר א קאפיע פונעם כת"י
[בילד – נישט אפגעהיט]

יוסף90 » 2/3/2005 01:03

און דעם מכתב קודש שרייבט קאשוי'ער רב זי"ע אז ער האט נישט קיין הקפדה אויף קיין נפש מישראל, און ער רעכענט אלע עבירות וואס קיט"ל קר"י איז לקוי.


דער בריוו איז ממש א מוסר ספר, א שטיק "יסוד שורש העבודה"





תוקן על ידי - יוסף90 - 02/03/2005 1:09:52
[בילד – נישט אפגעהיט]

שדים_טאנץ » 2/3/2005 01:06

יוסף90 "דער הייליגער קאשויער רב זי"ע"?
שעם דיך נישט ארויפצולייגן דעם בריוו וואס דער סאטמארער רבי שליט"א האט געשריבן קעגן אים, אז ער שרייבט א גאנצן בריוו און דערמאנט נישט קיין ווארט דברי תורה וכו'
די האסט זיכער דעם בריוו אויך

יוסף90 » 2/3/2005 01:09

שדים

איצט קענסטו שוין שעלטן אין שרייבן וואס די וויסט

ווען דער געמיטער איז אונטערגעהיצט בין איך צופרידן


באלד גייט "מן הסתם"
ארויפלייגן זיינע פאשקעווילן וואס ער האט דעמאלץ געמאכט אין אפיס אין מתיבתא

getme » 2/3/2005 01:13

נישט פארגעסן

אז די בריוו איז קעגן רבינו שליט"א וואס ער האט זיך מוסר געווען געווען בדם לבבו פארן סקול דיסטריקט
אין רבינו שליט"א איז געווען דער וואס האט געהייסן ארויסווארפן אין שרייען "שייגעץ ארויס"

תוקן על ידי - getme - 02/03/2005 1:18:42

יוסף90 » 2/3/2005 01:18

היינט קען מען זעהן ווי קיט"ל בקר"י האט פארפאקט זיין טאטנס כבוד.

היינט זעט מען אז ער האט נאר געמיינט זיך מיט נאכאמאל זיך.

getme » 2/3/2005 01:30

90 איך וואין אין ק"י איך וויס נישט וויאזוי מען זעט אז ער האט פארפאקט זיין טאטע אין ער מיינט זיך

אבער דאס איז זיכער אז די בישות די לעצטע זעקס יאר וואס זלמן לייב האט פארשאפט פאר זיין טאטע וואס איז געשטאנענן ברומו של עולם.
דאס האט ער זיכער געמיינט זיך אין נישט זיין טאטן
בפרט שמחת תורה נישט לאזן א אלטן טאטען א רבי טאנצן הקפות אין זיין אייגענע שיל
חתנות פין עיר אייניקל וכדומה
דאס איז אלעס איז מן הסתם ריין לשם שמים

תוקן על ידי - getme - 02/03/2005 1:34:39

זאליweaky » 2/3/2005 02:27

איך זע אז קיינער האט נאך דערווייל נישט קיין תירוץ.

יוסף90 » 2/3/2005 02:34

דער קאשוי'ער רב זצ"ל האט זייער גוט ארויס געהאט דער כאראקטער פונעם קיט"ל בקר"י

אין מיר דארפן גארנישט צולייגן צו זיינע ווערטער

צוואה היא לדורות הבאים !

יושנה » 2/3/2005 04:47

רבותי!
גענוג איז גענוג!

איך בין מוחה
אויפן כבוד פון רביה''ק מסטמאר שליט''א
און להבחל''ח אדמו''ר מקאשוי זצוק''ל
וואס ווערט פארשוועכט מיטן דעבאטירן
אלטע געשעהנישן וואס זיי האבן לוחם געווען א מלחמתה של תורה,
עס איז נישט אונזער מדריגה און אוודאי נישט אונזער דעת דן צו זיין אין די זאכען
און כל שכן צו חלילה פוגם זיין בכבוד התורה

דעריבער קלאפ איך אויס אויפן באלעמער דא בכל לשון של בקשה
הערטס אויף מיט אייערע וואנזיניגע דוסקוסיעס און זייטס נישט פוגע בכבוד פון ענקערע אייגענעם רבי׳ן ה׳ יאריך ימים ושנותיו בטוב ובנעימים

און פאר דעם איש שדה פון איזראעל וואס מצודתו פרוסה עד אמעריקא וואס הייטערט דא און לייגט גאזאלין אויף פייער כדרכו וכמנהגו
בעט איך באזהרה
מאך צו דיין זיפער
און שווייג
ווייל נישט נאר וואס די ברענגסט א בזיון אויפן הייליגן נפטר זיעוכי''א
ביסטו אויך גורם א שרעקליכען פגיעה בכבוד פון רבינו מסאטמאר שליט''א

רבותי! פארטיג!
change subjects

zeidel » 2/3/2005 04:52

ווער איז ממלא מקום?

זאליweaky » 2/3/2005 05:25

ס'איז דא 15 ממלא מקום'ס.

די מחלוקה ציהט זיך שוין עטליכע יאר, און איך בין א פערזענליכער עדות צו א טייל דערפון.

מקוה_איד » 2/3/2005 05:42

באריכט פון לוי':

מאסן קארס אין באסעס זענען געקומען צו פארן, ביים אריינגאנג צום ענטרענס אויפן ראוד זענען געשטאנען קארס פאר בערך א מייל ווייט.

די לוי' האט זיך אנגעהויבן בערך 5:15, זייט 4:30 איז נישט געווען מעגליך אריינצוקומען אין ביהמ"ד, סיז געווען געשטאפט ממש מ'האט נישט געקענט אריינשטופן א נאדל (די ביהמ"ד איז בערך אזוי גרויס ווי סאטמאר-קליימער), ס'האט געדארט א שטיק צייט ביז מ'האט געקענט אריינברענגען דעם ארון.

מ'איז געשטאנען אויפן גאס און אין אלע שטיבלעך ארום, א געוואלדיגער ציבור, צענדליגער טויזענטער, בלי גוזמא, פון אלע שיכטן און קרייזן, חסידישע, ליטווישע, ארונים, זלמונים, אלעס איז דארט געווען.

ווי נאר עס האט זיך אנגעהויבן די הספדים האט זיך אנגעהויבן א שרייערע "הצלה! הצלה!" פון די געדרענג אין ביהמ"ד.

עס האבן מספיד געווען מיט בכיות נוראות די זוהנען מיט די איידעמער, די איינציגסטער פרעמדער רב וואס האט מספיד געווען איז געווען די ירושלימער רב שליט"א, אויך האט מספיד געווען בשם כל התלמידים דער קאזלאווער רב און האט מכתיר געווען דעם בכור ר' אליעזר חיים אלס ממלא מקום, אויך האט זיך געזעגנט דער גבאי פון רבין, די הספדים האבן זיך געענדיגט בערך 8:00, נאכדעם האט מען געמאכט הקפות אין מ'איז ארויס צום פעלד.

mglik » 2/3/2005 08:48

ווער עס האט א בילד זאל מוחל זיין ארויף לייגן

zeidel » 2/3/2005 13:51

מתוך הודעת האבל של העדה החרדית:

"ראש וראשון לכל מערכות הקודש להגן על דת תוה"ק החינוך הטהור, הצניעות והטהרה במסירות נפש, שומר נאמן לעדת הקודש בירושלים, מנהיג ומקים של תלמידים בדע"ק הברורה והנקיה נגד סכנת הציונות וגירוריה והגן בחרוף נפש על עדתינו הק'"


[בילד – נישט אפגעהיט]

מקוה_איד » 2/3/2005 14:22

Thousands attend grand rabbi's funeral

By GARY STERN
gstern@thejournalnews.com
THE JOURNAL NEWS
(Original publication: March 2, 2005)


Thousands of Hasidic Jews from Brooklyn and elsewhere came to Bedford yesterday to pay their respects to Grand Rabbi Rafael Blum, who founded the Kasho Hasidic community during the 1970s and established the Kasho yeshiva in town shortly thereafter.

Blum died yesterday in New York City and his body was brought to the community's 169-acre Bedford campus, which includes a cemetery. Blum was believed to be in his mid-90s.

Bedford police started directing traffic hours before a late afternoon funeral as bearded Hasidic men in black hats began arriving by car, bus and train. State police, Westchester County police and other departments were brought in for support, and Bedford police closed off Haines Road, which leads to the Kasho estate's main entrance.

"We were asked to keep everybody away except for the Hasidic community," Bedford Police Lt. Robert Mazurak said.

The Kasho community — sometimes spelled Kashau — is named for an industrial city in eastern Slovakia that, at various times over the centuries, belonged to Austria, Hungary and Czechoslovakia. Blum survived the Holocaust, then fled Czechoslovakia's Communist government in 1948, settling in Brooklyn, where he established a yeshiva in the Williamsburg section.

In 1977, the community bought the Hillcrest Center for Children in Bedford Hills and established a yeshiva, known as Kahal Adas Kashau. Male students study Torah and Talmud there, having little contact with the outside world.

Blum still had many followers and students in Williamsburg, where hundreds would line up on Rosh Hashana to receive a new year's blessing from the grand rabbi.

מקוה_איד » 2/3/2005 14:26

March 2, 2005
recordonline.com

Kiryas Joel
Hasidim mourn death of prominent rabbi


Thousands of Hasidic Jews poured into the sleepy Westchester County hamlet of Bedford Hills yesterday for a funeral of one of the world's oldest and most prominent Hasidic rabbis.
Rabbi Rafael Blum, who ran a rabbinical college in Bedford Hills called Ohel Schmuel of Kashau, is said to have died yesterday morning at Mount Sinai Hospital in Manhattan at age 95. His body was brought to Bedford Hills to be buried at the Cemetery of Congregation Kashau as soon as possible, following Jewish tradition.
Twenty to 25 charter buses brought mourners from the Hasidic community of Kiryas Joel to the Westchester cemetery, said Pinkus Jakobowitz, leader of a social services organization called the Kiryas Joel Community Council.
Blum, who led the Kashau Hasidic sect named for the place in Hungary where he came from, helped rebuild the ultra-Orthodox community after the Holocaust and was one of the last surviving rabbis from that era, Jakobowitz said.

Chris McKenna
בלאט: 1 2 3 4