נשבה ארון הקודש: הגה"ק מקאשוי זי"ע
152 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1299085
משה גבאי האט נעכטן געפלאקערט אין ראדני.
ער האט געשימפט און געשאלטן אז אהרן טייטלבוים רעדט נישט אין נאמען פון סאטמאר...
דער צעחושטער גבאי האט געשריגן מיט באנומענע קולות, אז אפילו די זאליס וואס האבן נאך געהאלטן ביז היינט, אז משה פירט נאך יא סאטמאר (אין באד)... האבן אלע איינגעזען אז דער משוגענער איז נעבעך גערירט געווארן.
אהרן טייטלבוימ און זיינע יועצים האבן אים פשוט און פראסט איבערגעקלוגט און איבערגעפארן !
צוויי זאכן איז אינטערסאנט פון דער "ניינציגער" יוסף
איינס, אז רבינו שליט"א אויפן טעיפ תשמ"ג פארציילט, קלאר דער מימרא פון קאשויער רב: אז מען האט מאכיל נבילות וטריפות געווען 30 יאר אין סאטמאר, אבער דער רבי שליט"א האט נאך צוגעלייגט אז קאשויער רב האט געזאגט אז "עס וועט גארנישט געשעהן אז מען וועט עסן נאך איין וואך" ווייל כידוע האט זיך די פרשה אפגעשפילט חודש תשרי
ממילא ביי וועם רבינו שליט"א איז בייגלייבט, און ביי קרית רב שליט"א און זיינע חסידים איז ער באגלייבט, איז די קשיא אוין קאשויער רב ז"ל מרפסין איגרא
והשנית, בנוגע דער גרויסקייט פון תלמידי חכמים, לויט עלטער
וואלט איך געוואלט וויסן די מיינונג לגבי רבינו הקוה"ט אינדערהיים, פון אלע רבני וגדולי הדור, חוץ ספינקא וכו'
מן הסתם.
איך גלייב נישט אז די פארעפענטליכט שוין אזוי פרי גאנצע שטיקער פון די פורום צייטונג וואס די פלאנסט צו דרוקן, ווי דער שטייגער פון דעם "פנים אל פנים".
תוקן על ידי - אינהכינמי - 04/03/2005 19:56:59
90
איך זעה אז די האסט גאנץ א גיטע קעפעלע.
עס האט דיר גענומען א גיטע 3 שעה, אבער ב"ה האסט געכאפט דעם רמז.
הוא השטן הוא המלאך המות.
דער וואס פיצט די נאז
האט געגעבן דעם היתר צו ארעסטירן בחורים
און צו גיין אין ערכאות קעגן ר' נחמן בראך.
ב"ה אז די ווייסט דעם אמת.
איצט פאק איין!
נגח
דארפסט מגולגל ווערן הונדערט מאל צו פארשטיין וואס "דעת תורה" מיינט.
דער נאז פיצער האט א דעת תורה.
אין דער פערפיום שמעקער האט א דעת תורא.
אז די פארשטייסט איז גוט
און אז נישט איז אויך גוט.
יאסעלע, גיי נעם קעיר פון די חברה אין בח"ח, צושמעטער זיי דעם קאפ, דו קענסט גוט די מלאכה, לאז זיך אפ פון די פוסטע שטותים וואס ברענגט נישט קיין תועלת, מען דארף האבן לוחמים קעגן ציונות אין די פורומים!
when will you guys apologize the people you are embarasing in this forum?
די רבי זאל זיין געזונט ביז הונדערט און צוואנציג יאר האט געזאגט אויף אים איך זאג 10 מאל עפרא לפומיה אויף אים
איך וויל דערמאנען דעם ציבור.
איך האב געפרעגט א אייזערנע קשיא אין איך ווארט נאך אויף א תירוץ.
אויב קאשויער רב האט נישט געטראסט רביה"ק זי"ע מיט די פלייש השגחה, דאן איז ער זיכער אליין געגאנגען מברר זיין דעם מציאות.
איז פארוואס האט ער געשוויגן דרייסיג יאר און נישט פארפירט אז מען עסט חלב און טריפה ???
פשוט!
פון רבי׳ן זי''ע האט ער מורא געהאט
און פארן סיגעט-סאטמארער האט ער נישט
איטס דעט סימפעל!
די זעלבע איז מיט
הרב ממאנטיווידעא שליט''א
איעדע זאך וואס דער (פאר זיי סיגעטער) רבי שליט''א
האט אנגעפירט אדער געבויט אדער דן געווען (שלא ברשותם) האבן זיי אים לוחם געווען און זיך אריינגעמישט מיט זייערע מיינונגען
זאליweaky
האסט געפרעגט א קלאץ קשיא נישט קיין אייזערנע קשיא
אבער קודם לאמיר דיר פרעגן אביסל היסטאריע?
1. וועלכע פלייש האבן געגעסן דעם רבינ'ס תלמידים (חסידי סאטמאר) ביז תשל"ט?
2. וועלכע קרייזן האבן געגעסן מיעל-מארט פאר תשל"ט ווען עס איז נאך געשטאנען אונטער השגחה פון סיגוט'ער רב שליט"א מיטן נירבאטור און די בעלי בתים זענען געווען 2 מגולחים פון סיגוט?
אויב ווייסטו נישט וועל איך דיר ענטפערן
דער רבי זי"ע האט אוועק געשטעלט א אייגענע שחיטה פון קהל יטב לב מיט אייגענע שוחטים און מנקרים און דאס האט מען געגעסן
מיעל מארט האט מען געלאזט פאר די מגולחים קאסטאמערס
דער רבי זי"ע האט קיינמאל נישט געגעבן קיין הכשר דארטן
נאר נאכן רבינס הסתלקות, וואס דער סיגוטער איז געווארן ממלא מקום איז אלס אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז מיעל מארט געווארן סאטמערע פלייש און דער עולם האט עס אנגעהויבן צו קויפן ווייל עס איז אונטער השגחת דעם רבין שליט"א
יעצט,
1. ווען האט קאשוי'ער רב נישט געטראסט דעם רבין זי"ע?
2. ווען האט קאשוי רב געזאגט אז דער רבי האט מאכיל נו"ט געווען 30 יאר?
נאר דאס איז געווען א טריק צו פארווישן אלעס
ביים רבין זי"ע איז קיינמאל נישט געווען אז איינער זאל מעורר זיין עפעס זאל מען עס נישט אנעמען מיטן פולן ערנסקייט (און מען שרייט נישט שייגעץ ארויס אדער עפ"ל) און אזוי איז היינט ביי די עדה און אר"י
ביים רבין זי"ע האט מען גיט אכטונג געגעבן אז עס זאל נישט געשעהן א מכשול
נאר וואס דען נאכדעם וואס מיעל מארט איז געווארן סאטמאר און דער היימישער עולם האט עס אנגהויבן צו קויפן האט גענומען 2 יאר ביז מען האט באמערקט אז עס איז דא חלב דאוריתא און מען האט מעורר געווען פון אב תשמ"ב (בשתיקה) אז מען זאל עס מתקן זיין און אנשטאט עס צו מתקן זיין תיכף האט מען געשלעפט ביז תשרי תשמ"ג און יו"כ ביי נעילה שרייט מען אויס יאכלו טרויבן וישבעו
און אנשטאט צו מתקן זיין שרייט מען, מען רעדט אויפן רבינס זי"ע שחיטה וכו'
פארוואס? אלעס פאר ביזנעס
מען קען דאך נישט זאגן טעיתי אז דער אייגענע השגחה איז געשען א מכשול זאגט מען דער שוטה, עשרת הדברות וכו'
הגם מען האט געמאכט גרויסע תיקונים און דעם ניקור אבער די גאס טאר נישט וויסן אז מען האט געטוישט
עס דערמאנט א מעשה אז ביים רבין בערך תשי"ג איז געווען א סעודת ברית פון א אמעריקנער אידל און ביי די סעודה האט מען ארויף געלייגט קאלער סודה אויפן טיש
און דעמאלטס איז נאכנישט געווען מים חיים נאר פון OU אדער נאך שוואכער, און דער רבי האט עס געהייסן אראפ נעמען פון טיש האט דער בעל שמחה געפרגט,
רבי איר זענט זיכער אז עס איז טריפה?
האט דער רבי גענטפערט
ביי מיר לייגט נישט ארויף נאר אויב עס איז 100% כשר,
ביי אייך נעמט נישט אראפ נאר אויב עס איז 100% טריפה.
און דאס איז דער תירוץ אויף דיין קשיא
דער קאשוי רב זי"ע האט שוין זייער גיט געטראסט דעם רבין און טאקע ווען דער רבי איז נסתלק געווארן איז געווארן פראבלעמען ווייל מען האט אנגהויבן צו קויפן פון מיעל מארט
אויסשווארץ:
ווען האט דער רבי שליט"א געזאגט, "צען מאל עפ"ל"?
בעל-גאוה
ביסט נישט נאר א פראסטער בעקער, נאר א אומוויסענדער בי.עס.ניק.
אלע דיינע זאכן הייבן זיך אן און לאזן זיך אויס מיט קרעפ.
איך וועל גיין מיט דיר על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
דו שרייבסט
דער רבי זי"ע האט אוועק געשטעלט א אייגענע שחיטה פון קהל יטב לב מיט אייגענע שוחטים און מנקרים און דאס האט מען געגעסן
ווער זענען געווען די מנקרים?
אדרבה ווער?
הרב מאראד זצ"ל.
און ער איז געבליבן אויך שפעטער נאך תשל"ט...
דער אראדער רב האט געזאגט אז מ'איז מנקר אויפן זעלבן אופן ווי אלע יארן און ווי אין דער אלטער היים.
דו שרייבסט:
מיעל מארט האט מען געלאזט פאר די מגולחים קאסטאמערס
וואספארע בהמה פלייש האט סאטמאר געגעסן?
אדרבה ענטפער דו... די מיעל מארט פאר גלחים, און פאר משומדים האט סאטמארער פרעסער געגעסן פון גאנץ אנהייב...
נישט נאר דיין טאטע, נאר אויך דיין זיידע און דער רבי זי"ע אליינס. יא!
סאטמאר האט פאר תש"ל קיינמאל נישט געהאט קיין דיינים. און אינעם סאטמאר'ן בוטשער האט מען פארקויפט סאטמארער פלייש, דורך די מנקרים ווי אראדער רב זצ"ל.
דו שרייבסט:
[מודגש]]דער רבי זי"ע האט קיינמאל נישט געגעבן קיין הכשר דארטן
אדרבה?
וואו האט דער רבי זי"ע יא געגעבן א הכשר.
אויף קהל מילך האט דער רבי יא געגעבן א הכשר?
איז דער רבי זי"ע געווען א בעל מכשיר...
גענוג ליצנות פאר אדר ב'...
דו שרייבסט:
נאר נאכן רבינס הסתלקות, וואס דער סיגוטער איז געווארן ממלא מקום איז אלס אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז מיעל מארט געווארן סאטמערע פלייש און דער עולם האט עס אנגעהויבן צו קויפן ווייל עס איז אונטער השגחת דעם רבין שליט"א
עיין לעיל. וועלכע פלייש האט מען געגעבן פאר דעם...
זאג קלאר און דייטלעך?
וועמענס פלייש.
יעצט וועל איך דיר געבן א פרק אין הלכות חלב און אין הלכות מנהגי קאשוי.
דער הייליגער קאשויער רב זי"ע האט אנגעקלינגען דעם סאטמארער רבי'ן און געזאגט אז מ'האט געטראפן חלב אין די פלייש.
סאטמארער רבי (סיגוטער, זענטער, רוף אים וויאזוי די ווילסט) האט אים געבעטן אריבערצוקומען... ווייל מ'דארף זיך זאפארט אראפזעצן.
אנשטאט קומען און ראטעווען אידן פון איסור חלב (כרת רח"ל), איז געקומען תירוצים און בי.עס. (הערסט גוט: בי.עס. OLD FASHIOND CRAP) היינט איז ערב יום כיפור מ'קען נישט... ס'וועט שוין זיין שפעטער.
אראדער רב און נאך רבנים מובהקים זענען דארט געווען פארזאמלט און געווארפט צו פסק'ן די שווערע שאלה אויף איסור חלב.... אבער די קאשויער פאליטיקאנטן האבן געהאלטן אנדערש.
הרב שלמה יודא גראס (איר קענט אים נאך) מיט הרב אליעזר חיים בלום האבן ענדערש געוואלט ציען דעם שטינק אריין ביז אין סוכות און זאל סאטמאר גיין כאדאראם.
נישט ער איז געקומען נאך יום כיפור, און נישט ער איז געקומען נאך סוכות...
געקומען זענען נאר פאשקעווילן און הייסע לופט, אדער HOT AIR ווי מ'רופט עס אין היימיש'ן אנגליש בלעז...
רוב נארמאלע מענטשן האבן תיכף דעמאלט איינגעזען אז נישט סאטמארער רבי שליט"א איז דער גרויסער צדיק... נאר די קאשויער עקסטרימיסטן מיט דעם ארץ ישראל'דיגן שקרן אינאיינעם מיט הרב שלמה יודא גראס האבן פארקאכט א קאשע, און עס פאסט זיי נישט צוריקצודרייען.
קומט יעצט דער אקס פון צען דורות, מר. בעל גאוה, און הייבט אן מיט די CRAP!
איך זאג דיר יעצט בפני כל עם ועדה:
CUT THE CRAP - ס'איז הויל בלאף - פאק איין!
משוגע זאלסטו מאכן דיינע קינדער (אויב דו האסט) און אז נישט, זיך א צווייטן פארום ווי איינצורעדן דיינע HATE!
תוקן על ידי - ווארהייט - 08/03/2005 17:49:40
ווארהייט פיין געזאגט
ויסכר פי דוברי שקר
ווארהייט
א גרויסן יישר כח, איך האב אנגעהויבן צו ענטפערן פאר דעם בעל גאווה, נאר איך וואלט דאס קיינמאל נישט געקענט אראפלייגן אזוי גיט ווי די,
ווארהייט, יפה דברת ובזמנו דברת
A-1
Job well done!!!
בעל_גאוה
ביסט געשטארבן? DON'T BLAME ME
נעקסט טיים, שרייב עס אין א פארום וואס נאר דו און דיין פרוי לייענען. וועט דיר קיינער נישט ענטפערן.
די וועלט זאגט: IF YOU CAN'T TAKE THE HEAT, DON'T ENTER THE KITCHEN
ווארהייט
די קענסט אויך דרייען מיט די צונג דיינע ליגיונות?
איך וועל דיר באלד ענטפערן אלע דיטעלס
1. ווער זענען די שו"ב ומנקרים פון קהל יט"ל ביז תשל"ט
2. די השתלשלת הדברים פון תמוז אב (נאך פאר ערב יו"כ)
איך קען נישט יעצט באריכות אראפלייגן אלעס איך אייל מיר, בל"נ שפעטער אבער קודם לאמיר דיר כאפן ביים ווארט
1. וואו האט דער רבי זי"ע יא געגעבן א הכשר.
אויב דער רבי האט קיינמאל נישט געגעבן א הכשר דעמאלטס פארוואס רעדן ענק אויף קאשוי רב אז ער האט נישט געטראסט דעם רבין????
2 פארוואס זאגט דער רבי שליט"א (איך פארגין עם דעם טיטול איך האב נאר געזאגט סיגוט'ער רב ווייל דעמאלטס איז ער נאך געווען סיגוט'ער רב) ובנו מקר"י אז קאשוי רב האט געזאגט אז דער רבי האט מאכיל נו"ט געווען 30 יאר? דער רבי האט דאך גארנישט געהאט צו טוען מיט כשרות לשיטתך?
3. לכל הדיעות
ווען האט קאשוי רב געזאגט אז דער רבי האט מאכיל נו"ט געווען 30 יאר?
קיינער האט נאך אויף דעם נישט גענטפערט
4. מר. ווארהייט
פרעג דיר נאך ביים היינטיגן נירבאטור רב אז מען האט ב"ה געמאכט אסאך תיקונים און מיעל מארט בכלל און ניקור בפרט, היינט איז שוין נישטא קיין חשש חלב
קען איך וויסן פארוואס???
לשיטתך CUT THE CRAP - ס'איז הויל בלאף - פאק איין!
5. פארוואס האט פאפא'ער רב זצ"ל געזאגט ביי די אסיפה וואס גייט מען מתקן זיין?
6. פארוואס האט מען נישט פארקויפט דעם שאלה'דיגע שטיקל חלב/פלייש פאר יעדן איינעם און מען געמאכט א גאנצע חקירה ודרישה
פון וואו האט קאשוי באקומען דעס שטיקל? עס איז דאך נישט OVER THE COUNTER7. סתם נייגערק ווער איז דער ארץ ישראל'דיגער שקרן?
8. פארוואס האט מען ביז ערי"כ קיינעם נישט גערופן זיך אראפזעצן? (עס איז שוין דא א בריוו פון עסקנים פון ניסן תשמ"ב)נאר נאכדעם ווי עס איז אריבער 2 חדשים מיט לך ושוב האט קאשוי רב געשריבן א מכתב י"ג מידות תשמ"ג פאר זיינע תלמידים אז מען זאל נישט עסן די פלייש ביז מען וועט דאס מתקן זיין און נאכדעם וואס דער סאטמער רבי שליט"א האט געזען אז עס קומט שוין ארויס צעטליך האט ער אים אנגערופן (מוצש"ק ערב יו"כ)ער זאל שוין קומען און מען האט אפגעשמוסעט אז ער גייט שיקן מומחים אים ווייזן די חלב עריו"כ צום סוף האט מען עס אפגעשטופט אויף מחרת יו"כ
איז אזוי, א גאנץ זומער ווי איז ער געווען? און קעמפ אדער און פלארידא? נאר פונקט ערי"כ האט ער געמוזט קומען?
איך וועל נאך שפעטער צוריק קומען וואס עס איז געווען ביז תשל"ט
און וועגן די השתלשלת הדברים קוק דא
http://www.israel613.com/SHCHITA3.htmאויך ליין דאס דורך
http://www.israel613.com/books/POSTER_CHELEV_KASHO2-H.pdfבאמת האב איך נישט געוואלט גראבן און די גאנצע פרשה נאר דער עולם פרעגט
אייזערנע קשיותאון מען מאכט ליצנות פון קאשוי רב ווי איז ער געווען ווען דער רבי זי"ע האט געלעבט וכו' און ער האט נאר געוואלט אונטערגראבן סאטמאר ח"ו האב איך געפילט א חוב צו ענטפערן
מנה אחת אפים כלשונו הזהב והמב"י
מר. ווארהייט אויך וויל איך וויסן אויב איך בין דער אקס פון צען דורות וואס ביזטו?
דער סקאנק פון סקאנאמאנק רד.?
בעלגאווה
כ'האב געליינט וואס ווארהייט האט געשריבן אין וואס די שרייבסט
במחילות כבודך אבער די ענפערסט נישט גארנישט דיין גאנצע לאנגע תגובה באשטייט פין..באלד וועל איך שרייבן ..שפעטער וועל איך.. ליין דא...גיי צי דע לינק..וכדומה פלאס אביסל ליגענטס אינדערמיט
"זיי מוחל ענטפער וואס מען פרעגט"
דרוך פארדרייען פאקטן אין שרייבן קללות אויסגעמישט מיט ליגענט אין שיקן צי לינקס
ווערן נאך די קשוית "נישט" פארענטפערט אין קאשוי רב'ס מהלך ביי די פלייש בלייבט אפגעפרעגט
נ.ב וואס מיינט שפעטער וועל איך שרייבן? ווען איז שפעטער?אפשר שרייבסטע יעצט
תוקן על ידי - getme - 08/03/2005 21:45:42
בעל גאוה
קודם דיין נאמען פאסט גוט פאר קאשוי
יעצט צום ענין
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ווען ער פארציילט די השתלשלות הענינים, פון די פרשה אין תשמ"ג, פארציילט, אז קאשויער רב ז"ל האט אים געזאגט דעם לשון, "אז מען האט געגעסן דרייסיג יאר נבילות וטריפות, וועט גארנישט זיין אז מען וועט עסן נאך אפאר טאג
יעצט, איך וויל נישט רעדן אויף קאשויער רב ז"ל, אבער אויף די הינט, וואס האבן אריינגערעדט צו עם אין אויער, ווי דער רבי פארציילט אויף יענעם טעיפ, אז מען האט פונקטליך געהערט וואס מען האקט אים אין קאפ, אויף זיי איז שווער אלע קשיות, אויף קאשויער רב איז נאר שווער, פארוואס זיינע קינדער'ס ווערטער זענען געווען ווי די עשרת הדברות
צווייטענס, דיין מעכטיגע קשיא, אז אויב לויט "ווארהייט" האט סאטמאר נישט געגעבן קיין הכשר אויף פלייש, איז וואס יאז מיט די אויבנדערמאנטע מימרא,
איז דער תירוץ פשוט, סאטמאר, און ווען מען זאגט סאטמאר, מיינט, אז דער הייליגער רבי זי"ע געווען אחראי און גענומען אחריות, אויף אלעם, געגעבן א הכשר אויף א חלק פון די פלייש, וואס איז געמאכט געווארן דורך מיעל מארט, דאס הייסט אז "אלע סאטמאר" פלייש, איז געקומען פון מיעל מארט, אבער נישט "אלע מיעל מארט" פלייש, איז געווען מיט די סאטמארע השגחה
אבער, קאשויער רב האט גערעדט פון "אלעם", פון מיעל מארט און "אויך" פון סאטמאר
און יעצט, פאר די שרייבסט ווייטער, שיק דעם קאשויער חכם, וואס גיט דיר די אינפארמאציע, און זאל ער זיך דא ארויסשטעלן
הכל יודעים אז די קאשויער קינדער האבן אים פארדרייט א קאפ, וואס ווילסטו יעצט זיך אויפוועקן און זיך פארלאזן אויפן שר השכחה און דערציילן נייע מעשיות? דער עולם איז נישט אינגאנצן משוגע, מאי דהוה הוה און שוין, קיינער נעמט נישט אוועק קאשויער רב'ס גדלות, אבער נאכאמאל, מאי דהוה דהוה
איצט האב איך געטראפן א בעל-גאוה...
נישט סתם א בעל-גאוה נאר א יאגעדיגער...
ווען איך בין אויף דיין ארט, וואלט איך זיך אויך זייער געיאגט.
דו שרייבסט:
איך וועל דיר באלד ענטפערן אלע דיטעלס
1. ווער זענען די שו"ב ומנקרים פון קהל יט"ל ביז תשל"ט איך האב דיר געשריבן 3 מאל. דער גאון וצדיק אראדער רב זצ"ל.
2. די השתלשלת הדברים פון תמוז אב (נאך פאר ערב יו"כ) פאשקעווילן. פלייש אין פריזער.
הרב שלמה יודא גראס'ס ליגענט און שקרים, מיט די געמויזכעץ פון שמילאוויטש און זיינע עקסרעמיסטישע שוואגערס, מיט'ן הייליגן שווער/טאטן כ"ק אדמו"ר מקאשוי.
סוף דבר הכל נשמע. אלעס איז געווען ליענט. בלאף. שקר און פאליטיק.
איך קען נישט יעצט באריכות אראפלייגן אלעס איך אייל מיר, בל"נ שפעטער אבער קודם לאמיר דיר כאפן ביים ווארט
1. וואו האט דער רבי זי"ע יא געגעבן א הכשר.
דער רבי זי"ע איז נישט געווען אין די הכשרים ליין. יעדער ווייסט. דער רבי האט אבער געוואוסט די דיני ניקור און די מסורות פון די אלטע היים, און האט פארלאנגט די מהודר'דיגסטע פלייש פאר מענטשן וואס זענעם סרים למשמעתו.
אויב דער רבי האט קיינמאל נישט געגעבן א הכשר דעמאלטס פארוואס רעדן ענק אויף קאשוי רב אז ער האט נישט געטראסט דעם רבין????
ווייל אויב קאשויער רבי זאגט בשנת תשמ"ב אז מ'האט 30 יאר מאכיל נבילות געווען.... און זאגענדיג דאס האט ער עס געזאגט אויף סאטמארער (מיעל מארט) פלייש, וואס איז סאטמארער רבי האט געהייסן קויפן און האט געגעבן דעם שטעמפל דערויף. האט ער בעל כרחו גערעדט אויף נישט קיין אנדערען ווי אויף סאטמארער רבי. (ער האט דאך נישט געזאגט אז די פלייש איז פון באבוב'ער בוטשער. אמת? שטאקיגער)
2 פארוואס זאגט דער רבי שליט"א (איך פארגין עם דעם טיטול איך האב נאר געזאגט סיגוט'ער רב ווייל דעמאלטס איז ער נאך געווען סיגוט'ער רב) ובנו מקר"י אז קאשוי רב האט געזאגט אז דער רבי האט מאכיל נו"ט געווען 30 יאר? דער רבי האט דאך גארנישט געהאט צו טוען מיט כשרות לשיטתך? געענטפערט פריער.
[מודגש]3. לכל הדיעות ווען האט קאשוי רב געזאגט אז דער רבי האט מאכיל נו"ט געווען 30 יאר?
ער האט עס געזאגט. און געשריבן. ניין. ער האט נישט געזאגט דער רבי זי"ע...
ער האט געזאגט אז מ'ע... מע... איז מאכיל נבילות וטריפות... זאג דו אז ער האט געמיינט אסאמא בין לאדין...
קיינער האט נאך אויף דעם נישט גענטפערט וועט דאך ממילא שרייען פארקערט און קומען מיט HOT AIR
4. מר. ווארהייט
פרעג דיר נאך ביים היינטיגן נירבאטור רב אז מען האט ב"ה געמאכט אסאך תיקונים און מיעל מארט בכלל און ניקור בפרט, היינט איז שוין נישטא קיין חשש חלב
קען איך וויסן פארוואס??? שקר. מ'האט נישט געמאכט קיין תיקונים. אלעס איז געווען מתוקן כעדותו של הרב לייטנער, וכדעותו של הגה"צ מאראד
5. פארוואס האט פאפא'ער רב זצ"ל געזאגט ביי די אסיפה וואס גייט מען מתקן זיין?
מאכט א סטעיטמענט און די פרעגסט מיך פארוואס. ביסט א שקרן.
6. פארוואס האט מען נישט פארקויפט דעם שאלה'דיגע שטיקל חלב/פלייש פאר יעדן איינעם און מען געמאכט א גאנצע חקירה ודרישה פון וואו האט קאשוי באקומען דעס שטיקל? עס איז דאך נישט OVER THE COUNTER
פארוועמען האט מען פארקויפט דאס פלייש? ווי איז די פלייש געווען? פארוואס האט ער נישט געוואלט ווייזן דאס פלייש ווען מ'האט אים געהייסן? ווי איז דער היתר צו לאזן כלל ישראל עסן חלב?
7. סתם נייגערק ווער איז דער ארץ ישראל'דיגער שקרן?
פרעג הרב אליעזר חיים בלום אדער זיין אונטערגעשעטלטן אונטערוועלטניק הרב שלמה יודא גראס.
8. פארוואס האט מען ביז ערי"כ קיינעם נישט גערופן זיך אראפזעצן? (עס איז שוין דא א בריוו פון עסקנים פון ניסן תשמ"ב)נאר נאכדעם ווי עס איז אריבער 2 חדשים מיט לך ושוב האט קאשוי רב געשריבן א מכתב י"ג מידות תשמ"ג פאר זיינע תלמידים אז מען זאל נישט עסן די פלייש ביז מען וועט דאס מתקן זיין און נאכדעם וואס דער סאטמער רבי שליט"א האט געזען אז עס קומט שוין ארויס צעטליך האט ער אים אנגערופן (מוצש"ק ערב יו"כ)ער זאל שוין קומען און מען האט אפגעשמוסעט אז ער גייט שיקן מומחים אים ווייזן די חלב עריו"כ צום סוף האט מען עס אפגעשטופט אויף מחרת יו"כ
פארוואס ווען מ'האט אים גערופן איז ער נישט געקומען. פארוואס האט ער נישט געזען פאר יעדן פרייז אפצושטעלן די נבילות און חלב דאורייתא. געוואלד איסור כרת טוט אים נישט וויי! פאר פארשטיקענע פאליטיק!
איז אזוי, א גאנץ זומער ווי איז ער געווען? און קעמפ אדער און פלארידא? נאר פונקט ערי"כ האט ער געמוזט קומען?
ווי איז געווען אראדער רב. ווי איז געווען הרב אברהם לייטנער. ווי איז געווען פאפא'ער רבי? ווי איז געווען וואוידיסלאווער רב? ווי זענען געווען אלע צדיקים און גדולי הדור?
דו פרעגסט ווי זיי זענען געווען...
דאס איז דער בראך. זיי זענען נישט געווען. מ'האט זיי נישט געפרעגט. מ'האט נאר געזוכט צו מאכן א שטינק.
נישט קיין תיקון און נישט קיין הידור. בלויז א שטינק.
דאס האט ער געמאכט און מיט דעם איז ער געבליבן.
איך וועל נאך שפעטער צוריק קומען וואס עס איז געווען ביז תשל"ט
און וועגן די השתלשלת הדברים קוק דא
http://www.israel613.com/SHCHITA3.htm
אויך ליין דאס דורך
http://www.israel613.com/books/POSTER_CHELEV_KASHO2-H.pdf
באמת האב איך נישט געוואלט גראבן און די גאנצע פרשה נאר דער עולם פרעגט אייזערנע קשיות
און מען מאכט ליצנות פון קאשוי רב ווי איז ער געווען ווען דער רבי זי"ע האט געלעבט וכו' און ער האט נאר געוואלט אונטערגראבן סאטמאר ח"ו האב איך געפילט א חוב צו ענטפערן מנה אחת אפים כלשונו הזהב והמב"י
איך וועל דיך איין זאך צוריקפרעגן, און ווער שנעל פארשווינדן.
אויב מ'האט יא געמאכט תיקונים פארוואס האבן נאך די קאשויער טעראריסטן נישט נאכגעלאזט פון זייער עקסטרעמיסטישן קאמף ביז היינט צו טאג. זיי זענען נישט מקבל קיין עדות פון איינעם וואס עסט פלייש...
דאס הייסט אפשר נישט אפגעטיילט כלל ישראל לויט זיין קאפריזנעם מעסטער
די זעלבע קשיא האט אים צום הייליגן קאשויער רב אויפ'ן סקול דיסטריקט.
ער האט געלאזט פארפירן אז מ'לערנט רח"ל כפירה ומינות... רח"ל... שומו שמים.
ווען מ'האט גערופן כבוד תורתו הקדושה האט ער נישט געפינען פאר וויכטיג צו קומען.
דער אין לדיין אלע מה שעיניו רואות איז נישט געזאגט געווארן אויף אזא הייליגקייט ווי די קאשויער געצנדינער! ביי זיי גילט נישט קיין שום פסק פון חכמינו ז"ל.
די בית רחל איז א בית זונות!
די פראדעזזשעקס איז א בית זונות!
סקול דיסטריקט איז כפירה ומינות!
די פלייש איז חלב!
אלעס איז איין עבירה!
און אז די ווילסט עס טרעפן קוק און שנות דור ודור וואס דער רבי זי"ע האט עס אראפגעווארפן אויפן פלאר.
(אפשר פאר דעם איז ער געווארן א מאכיל נו"ט...)
יעצט אנטלויף צוריק!
ווארהייט
ווען די רעדסט פון דעם ארץ ישראלדיגער מיינסטו הרב מלאכי?
אגב וועלעכע קינדער פון קאשויער רב זענען די עקסטרעמיסטן וואס האבען אים פארדרייט א קאפ?
יא ליכטיג
ער מיינט זיכער "הרב" מלאכי
און די צווייטע פראגע
אליעזר חיים דער "געוועזענער שווער פון ר' טעלער, וועם אליעזר חיים האט געמאכט פאר א העלבראנס חסיד
דער היינטיגער קאשויער רב,
ווארהייט
זהעט אויס אז וואס די זאגסט איז אויטאמאטיש וואר
און וואס איך זאג איז שקר מוחלט
אויב אזוי האב איך נישט וואס צו טענהן מיט דיר
איך וועל בל"נ באלד געבן א פונקטליכע ריפארט פון די פלייש פון קהל יט"ל
דער עולם האט נישט געגעסן און דער רבי אוודאי נישט געגעסן קיין מיעל מארט ער האט געהאט א איגענע שחיטה
און דער רבי האט נישט גענוצט דעם חלק אחוריים קיינמאל,
קאשוי רב האט נישט געשריבן אז מע... מע.. האט מאכיל געווען טרפות 30 יאר
קאשוי רב האט יא געשריבן אז שוין 3 יאר וואס דער עולם ווערט נבשל און איסור חלב
עיין במכתכו עמוד ל' PAGE 29 ON THE PDF FILE
http://www.israel613.com/books/POSTER_CHELEV_KASHO2-H.pdfפארוואס זאל איך נישט לייגן לינקס? גיי זיי נישט פויל לייען דורך דעם PDF פייל וועסטו אלעס זעהן
לייען דורך דעם בריוו וואס ער האט געשריבן בדם לבבו
ווייל אויב קאשויער רבי זאגט בשנת תשמ"ב אז מ'האט 30 יאר מאכיל נבילות געווען.... און זאגענדיג דאס האט ער עס געזאגט אויף סאטמארער (מיעל מארט) פלייש, וואס איז סאטמארער רבי האט געהייסן קויפן און האט געגעבן דעם שטעמפל דערויף. האט ער בעל כרחו גערעדט אויף נישט קיין אנדערען ווי אויף סאטמארער רבי. (ער האט דאך נישט געזאגט אז די פלייש איז פון באבוב'ער בוטשער. אמת? שטאקיגער)
אפשר זאגסטו מיר ווער האט געגעסן מיעל מארט דעמאלטס? פרעג נאר דיין טאטע אדער זיידע מיעל מארט איז געווען בערך ווי EMPIRE
בכלל דער רבי איז דאך געשטאנען על המשמר אז דער עולם זאל עסן גוטע פלייש בלי שום פקפוק איז פארוואס זאגסטו
וואו האט דער רבי זי"ע יא געגעבן א הכשר.
אויף קהל מילך האט דער רבי יא געגעבן א הכשר?
איז דער רבי זי"ע געווען א בעל מכשיר...
גענוג ליצנות פאר אדר ב'... פאפער רב האט עס יא געזאגט ביי די אסיפה.
מען האט שוין איינמאל געמאכט תיקונים מיט די חלב
בעל גאוה
אדרבה, דארט שטייט, אז דער מלאכי שר"י איז א הרה"ג, נישט מער געדאכט
און וויליאמסבורגע דיין, אין "דיין (פ"מ)"
בכלל, מיר קענען באשטיין אביסעלע אויפצופרישן דעם זכרון
אבער איין זאך פאר הויכגעשעצטער 'בעל גאוה' און די אנדערע, זייט ביטע גרייט, אז כבוד התורה פון קאשויער רב ז"ל און די אנדערע שותפים זיינע
און אזוי אויך דעם מימרא פון הרב לייטנער שליט"א אויף קאשויער רב ז"ל "זיין מיינונג איז אונז נישט מחייב" וכדומה
אדרבה, ווער עס וויל מיטהאלטן די רייד זאל זיך מעלדן, אבער געדענקט, צייט טוישן נישט קיין פאקטן, צייט מאכט נאר פארגעסן, ולדאבון לב פון די קאשויער כלבים, איז נאך דא גענוג אידן וואס געדענקן נאך
לפי ידיעתי אזי דער מצב נישט קיין סאך אנדערש ווי ביז דאן, און אסאך אידן האלטן זיך אפ פון עסן בשר בהמה עד היום הזה טאקע צוליב די פראבלעמען
איך פארציילן א קליין מעשה'לע, עס קען זיין אז עס איז נישט נוגע דא אהער, אבער איך האב עס געהערט פון א עד ראיה, א מורה הורא און ת"ח מובהק
איינמאל האט מען זיך גע'טענה'ט צי מען מעג מאכן א לייכטער פון זיבן רערן, רופט זיך איינער אהן, אז ביים סאטמאר רב זצ"ל אין בית המדרש אויף בעדפארד איז דא אזא לייכטער. אומר ועושה, מען גייט אריבער אהין, און עס איז טאקע אזוי געווען!
נאך מעריב פרעגט איינער דעם רבי'ן צי מען מעג האבן א לייכטער פון זיבן רערן וועגן מנורת המקדש, זאגט ער, אודאי נישט, וויזט יענער אהן אויף דעם לייכטער, רופט זיך סאטמאר רב זצ"ל אהן: שוין ארויסנעמען דעס פון דא!
דאס זאגן חז"ל: אין למדין מפי מעשה.
והפרט - על הכלל כולו יצא. אויך בנוגע אסאך שטותים אין מחזור ומנהגי דברי יואל והדברים עתיקים ואכמ"ל
בעל גאווה, מ' האט אייביג געגעסן מיעל מארט "בהמה" פלייש, אייגענע שחיטה איז געווען נאר אויף "עופות", און אזוי איז עד היום הזה.
ווארהייט, אראדער רב זצ"ל איז קיינמאל נישט געווען קיין מנקר, נאר ווען עס איז געווארן די שערורי' איז ער געווען דער איינציגער רב וואס איז אויך געווען א שו"ב און מנקר(אין די שטאדט אראד) האט מען אים אויפגענומען ער זאל ארים גיין קוקען אויב אלעס איז גוט.
איך בין אינגאנצן נישט אויסן צו איבער'חזר'ן דא אלטע פאליטיק'ס, און פאר א פונקטליכן רעפארט קענסטו גיין פרעגן הרב לייטנער.
אבער פאר די היסטאריע פעלשער איז כדאי צו דערמאנען, אז דער רבי זי"ע איז געווען דער אומאפיציעלער משגיח אין מיעל מארט, וואו אלע שוחטים און מנקרים זענען געווען סרים למשמעתו פון רבי'ן און האבן זיך נישט גערירט אן זיין הסכמה, און דערפאר האבן די סאטמארער (נישט קאשויער) אידן מדקדק געווען צו עסן נאר מיל מארט פלייש.
און דער קשר מיט מיל מארט איז געגאנגען אזוי ווייט אז ווען ר' עזריאל גליק האט אויפגעהערט צו שחט'ן און ער איז געווארן גבאי, האט אים מיל מארט ווייטער געהעריג באצאלט די וועידזשעס, כאילו ער וואלט נאך געארבעט פאר זיי.
איך מיין אז דער גאנצער וויכוח איז איבעריג.
מ'דארף צוטיילן די מערכת החלב און צווי חלקים.
1. די מנהגי הניקור.
2. די מכשלות אין בשר מקולין
רבותי.
אין די מכשלות פון בשר מקולין האט קאשוי'ער רב זצ"ל געהאט רעכט (איך נאר איבער די מכשלות), און עס איז דא א טעיפ פון די אסיפה און התאחדות ווי מ'הערט בבירור אז פאפא'ער רב מיט ר' אברהם לייטנער ברענגען ארויף פארשידענע מכשלות (עס זאגט נישט אז דעריבער מיינט עס אז די בשר איז געווען נבילות וטריפות).
אבער איבער די מנהגי הניקור האט מרדכי מלאכי סתם אריינגעפירט קאשוי'ער רב אין א בלאטע.
ווייל עס איז קלאר פעסטגעשטעלט געווארן אז די מנהגי הניקור פון א מעריקע איז פונקט ווי אינדערהיים ווי מ'האט נישט אראפגענומען אלע חלקים.
נאר און ארץ ישראל האט מען יא אראפגענומען, ווייל פאר 140יאר צוריק איז נישט ערלויבט געווארן קיין "שחיטה" דורכ'ן טערקישן רעזשים נאר פאר די ספרדים, און דעריבער ווען די אשכנזים האבן מיט יארן שפעטער באקומען דעם "פערמיעט" צו שחט'ן, האבן זיי עס באקומען מיט א תנאי אז זיי וועלן שחט'ן לויט די מנהגי הספרדים וואס מ'נעמט יא אראפ דעם 13'צענטן חלק.
אבער עס איז קלאר אז די אשכנזים האבן אינדערהיים נישט אראפגענומען אלע חלקים.
אין דעמאלץ האט דער בי"ד הגדול שבירושלים ובראשם דער פוסק הדור בעל מנחת יצחק און הגה"ק רבי משה ארי' פריינד זצ"ל געשריבן אז די מנהגי הניקור אין ניו-יארק איז פונקט ווי און אינדערהיים.
און פאר'ן ביד"צ האבן דעמאלץ עס באשטעטיגט צווי חשוב'ע מנקרים, ר' יוסף לייב ווייס פון ירושלים, און ר' געציל פינקלשטיין פון בני ברק.
תוקן על ידי - יוסף90 - 09/03/2005 1:26:47
אבער אין צדיק בארץ און יעדער קען א טעות האבן, און עס קומט אים גארנישט דערפאר.
אבער פון דארטן ביז עם מבזה זיין בחרפה ובבזיון נורא, ווי דער רב בקיט"ל בקר"י וועלכער האט מיט דברי בלע געשימפט אויף קאשוי'ער רב כאחד הריקים והפוחזים בשוק, דאס איז געווען א פשע נורא.
מיט די דופי דרשות האט ער מחנך געווען א גאנצער דור צו השחתה צו רשעות צו אכזריות צו כל המדות המגונות.
אין דא שטעלסטו זיך אוועק, אין שרייט נאך די זעלביגע ניוול פה וואס זיין רב פון קר"י האט דעמאלץ אויסגעבראכן לפני קהל עם ועדה, דאס דארף פארדאמט ווערן בכל לשון.
דער "ווארהייט" מיינט אז ער געפונט זיך אין אפיס פון מתיבתא, ער מיינט אז זיין פענע מאכט עפעס אויס.
מיר אלע דארפן אים פארדאמען אין זאגן:
שמוציגער יונג, נעם אראפ פונעם קאשוי'ער רב דיין שמוציגן פענע וועלכע שווימט אין אידיש בלוט.
תוקן על ידי - אינהכינמי - 09/03/2005 1:51:03
יוסעלע וויין נישט אזוי
כל מה שאירע ליעקב אירע ליוסף
די זעלבע וואס האבן געהאט פראבלעמ'ן מיט רבינו הקוה"ט זי"ע, האבן פראבלעמן מיט רבינו הגה"ק שליט"א, און היינט מיט כ"ק גאב"ד קר"י שליט"א
תוקן על ידי - אינהכינמי - 09/03/2005 1:51:35
ר' אהרן האט קיינמאל נישט געשימפט קאשויער רב ז"ל ביי די חלב פרשה, געשימפט און געשאלטן האט (ווי ווייטאגליך עס איז קען מען נישט פארדרייען קיין פאקטן) כ"ק רבינו שליט"א, און באותו מעמד געשאלטן א איד (ש,י, גראס) ברבים מיט ימש"ו.
עס איז קיינמאל דאן נישט געווען קיין מדובר פון בשר מקולין, מ' האט גערעט "נאר" פון חלב, און אויף יענעם טעיפ רעט מען נאר פון חלב.
ר"א האט געהאקט אויף קאשויער רב נאר ביי די סקול דיסטריקט, צוזאם מיט זיין טאט'ן
ביטע נישט פארדרייען קיין פאקטן, אפילו עס קומט דיר אויס בעסער אזוי.
קיינער וויינט נישט קיינער קלאגט נישט
עס איז אונז געווען א פארגעניגן ווי דער קיט"ל בקר"י רב שטייט די פארגאנגענע וואך אויפ'ן באלעמער אין ישיבה און פאר קליינע בחורים'לעך זאגט ער:
ילדות היתה בי, איך האב גטשעפעט דעם צדיק, איך בעט עם איבער.
מיין רב ר' זלמן לייב דארף עס נישט טאן
זיין היסטאריע וועט נישט זיין אפגעפלעקט און שמוציג און גראוליג ווי פון דיין פויבסט.
איך בין זייער רואיג.
על זאת גאוותינו !
יוסף
וואלסט שוין געמעגט וויסען אז מען טוט נישט ווערט מען נישט שמוציג.
א רב וואס טוט פאר אידען, וועסטו אלעמאל קענען טרעפן עוולות אין איהם, א רב וואס זיצט אינדערהיים קענסטו גארנישט טרעפן אין איהם.
פארגעס נישט יוסף אז א רב וואס שטעלט זיך ארויף רעדן אויף א בימה האלט זיכער אז ער טוט די ריכטיגע זאך, איך גיי נישט אריין צו ער איז גערעכט צו נישט, אבער לשעתו איז זיכער זיין שיקול הדעת אז ער דארף מוחה זיין.
ווען ער וואלט נישט געהאלטען אז דאס איז דער אידישער וועג וואלט ער געשריבען אויף היידפארק ווי א מכה רעהו בסתר, אדער געווארפן פאשקווילען.
עס איז בכלל נישט קיין בושה פאר א רב זיך אויפצטושטעלן אין זאגען איך האב געמאכט א טעות, א בושה איז א רב וואס איז קיינמאל נישט מודה איז ער מאכט א טעות.
ביים דרשה חוה"מ סוכות הערט מען אויפ'ן טעי'פ, ווי דער רבי שליט"א זאגט דארטן אז קאשוי'עיר רב איז אן ערליכער איד אין מ'טאר נישט פוגע זיין בכבודו.
אבער ביים "סקול דיסטיריקט" האט נאר דער קיט'ל בקר"י רב גערעדט א דרשה ברבים קעגן קאשוי'ער רב.
און נאך ווי אזוי גערעדט.
א דרשה שבת אין ביהמ"ד איבערן נער מיט עשרת הדברות
דער רב פון בעדפארד הילס
עפרא לפומיה
באזידעלט קאשוי'ער רב מיט ליצנות פון זיינע מערכות, פראדזשעקס
אפיסעס (וואס היינט איז יעדער מודה אז ער האט געהאט רעכט)
הצלה (וואס אויף דעם שלאגט זיך אויך דער פוסק הדור גאון הגאונים וזקן המוהלים רבי מאיר בראנסדארפער שליט"א).
רבותי !
זייט מודה דער קיט"ל בקר"י רב האט א שמוציגן מאל
און ווען עס פארט עם דאס מאל איז א רחמנות צו שטיין נעבן אים.
זייט מודה !
פאקטן קען מען נישט פארלייקענען !
טובעין
א רב וואס טוט דארף וויסן וואס ער טוט, אין אלעס דארף געטאן ווערן עפ"י דעת תורה, אין נישט עפ"י טובת פאליטיק וכדומ'.
אין ביי די "סקול דיסטריקט" מערכה האט קיין "דעת תורה" איבערהויפט נישט דאמינירט דעם קיט"ל בקר"י רב, זיין מויל האט געארבעט 24 שעה און מעת לעת, עס האט עם קיינער נישט געקענט אפהאלטן, יעדן טאג ווען מ'איז אויפגעשטאנען אין מ'איז געקומען אין ביהמ"ד איז די ערשטע פראגע פון איינעם פאר'ן צווייטן געווען: וואספארא ניוול פה האט אהרן שוין ווייטער גערעדט?
א רב וואס קען נישט האלטן זיין מויל זארף בעסער נישט רעדן !
לשונות פון רבינו שליט"א
אריין מיט די שיך און זאקן צו די סט"א
פגום
אזוי (געוויזו מיט די הענט) אויסגעשניטן איז זי געגאנגעו
א נאדל אין ... קען ער
ר' אהרן האט גערעט פאקטן, און אויב האט קאשויער רב געזאגט אז דער רבי האט מאכיל געווען נו"ט 30 יאר, אזוי האב מיר אלע געהערט פון רבינו שליט"א (און ער איז נישט קיין ליגענער) מעג מען זאגן עפ"ל.
יוסף
מאך זיך נישט פאר אזא נער, דו געדענקט אויך אז רוב מנין ובנין פון סאטמארער רבנים זענען בשעתו געשטאנען לימינו פון ר' אהרן, און זיין טאטע בראשם, ווער זאגט אז דער דעת תורה פון ר' אברהם לייטנער משל דארף איהם מער אינטערסירן ווי דער דעת תורה פון די רבני העדה החרדית?
ווען רוב מנין ובנין פון סאטמאר וואלט דעמאלץ געהאלטן פון רב דקיט"ל
ואלט היינט צו טאג רז"ל קיין רב אין וויליאמסבורג נישט געווען.
והמבין יבין.
יוסף
רעד אפען.
לדעתך האבען די אלע רבנים וואס האבען געשריבען אז שערי חמלה איז מותר נישט געהאלטען ווי זיי האבען געשריבען?
די חברי הבד"ץ האבען געהאלטען אז שערי חמלה איז אסור? הרב טירנויער האט געהאלטען אז עס איז אסור? דער סאטמארער רבי האט געהאלטען אז עס איז אסור?
DONT BEAT AROUND THE BUSH.
אם כן, איז פארוואס הערט מען נישט קיין ווארט אקעגן דעם סקול דיסטריקט אין די לעצטע זעקס יאר, די אלע אוסרים האבן אנגענומען א שטיל שווייגעניש און רעדן גארנישט אקעגן דעם סקול דיסטריקט, צו האט זיך דען עפעס געטוישט זייט דעמאלטס?
דער נושא איז נישט "סקול דיסטריקט"
נאר די ניוול פה פון רב דקיט"ל קעגן קאשוי'ער רב זצ"ל
יוסף
די האסט שוין א אלטער שגעון ווען די ווערסט פארהאנקערט צו זאגען אז די נושא איז נישט דאס נאר יענץ, למעשה האב איך נישט געשמועסט פון סקול דיסטריקט, די ביסט אהינגעפארן.
קענסט פשוט זאגען איך האב נישט וואס צו ענטפערן.
יוסעלע, יוסעלע, די האסט פריר געשריבן וועגן סקול דיסטריקט, דאן איז "יא" געווען דער נושא סקול דיסטריקט נאר יעצט אז די האסט נישט וואס צו ענטפערן איז דער נושא "נישט" דער סקול דיסטריקט.
דער נושא איז נישט צו "שערי חמלה" איז מותר צו אסור.
דער נושא איז די "ניוול פה" וואס דער קיט"ל רב האט געגרעבעטשט ביי די "סקול דיסטריקט" פרשה.
איך וועל איבערלאזן די זינלאזע ויכוחים פאר אלע וועלכע קלערן אז מען וועט טוישן דעם מציאות דורך אפאר דעמאגאגישע און אינהאלט'סלאזע ווערטער אויף היידפארק.
כ'וויל נאר צוברענגען א שיין ווארט פון רביה"ק זי"ע.
אויפן פסוק "כי אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא", זאגט דער רבי, אז א צדיק וועלכער זיצט איינגעשפארט אינדערהיים און געט זיך נישט אפ מיט די פראבלעמען פון כלל, אזא צדיק קומט כמעט נישט אויס נכשל צו ווערן מיט קיין עבירות.
אבער א צדיק וועלכער געט זיך יא אפ מיט די וועלט'ס פראבלעמען, קען פיל מאל יא נכשל ווערן אין עבירות, ווי צב"ש לשון הרע רכילות (בזיון ת"ח...) וכדו', אבער דאס איז דער פרייז וואס קומט מיט אויפטאן פאר אידישקייט.
און דאס זאגט דער פסוק, אין צדיק בארץ אשר "יעשה טוב", עס איז נישטא קיין צדיק וועלכער זאל טון און ארבעטן אין גוטע זאכן, "ולא יחטא", און עס זאל אים נישט אויסקומען צו זינדיגן.
משא"כ א צדיק וועלכער טוט קיינמאל גארנישט אים קומט קיינמאל נישט אויס צו זינדיגן.
על אחת כמה וכמה...
יוסעלע90
ליפא און שלום אליעזר האבן אויך נישט גערעדט קעגן קאשוי רב פונקט ווי דיין רבי'לע עם הארץ זלמן לייב נ"י און אויך האבן זיי נישט געטאן גארנישט ביי די חלב פרשה און די אנדערע פרשות
גיי פיגער אויס פארוואס?
90
איך זעה אז ווען ווי נאר איינער שטעלט דיך אויפן פלאץ
הייבסטו אן מיט דעם זעלבן קאפיטל.
* דער בחור פון די מתיבתא.
* שמוציגע פענע.
מיט בעל_גאוה האט מען נאך ווי נישט ווי געקענט פירן א שטיקל פאלעמיק. אבער מיט דיר זאל זיך משמרת פארענען.
אהרן טייטלבוים האט געזאגט עפרא לפומיה?
יא!
איבערגעבעטן ברבים? = יא!
זיין טאטע, האט געזאגט פגום?
יא!
איבערגעבעטן? = ניין!
געזאגט אויף גדולי ישראל אז זיי זענען אין די נ' שערי טומאה?
יא!
איבערגעבעטן? = ניין!
יעצט שרייב נאך פאשקעווילן קעגן אים!