היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » נשבה ארון הקודש: הגה"ק מקאשוי זי"ע

נשבה ארון הקודש: הגה"ק מקאשוי זי"ע

152 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1299085
בלאט: 1 2 3 4

אויסשווארץ » 2/3/2005 19:17

לוי' קרישקעלעך
די ווילדיש פון קרית יואל האט אנגעפירט די לוי', זיי האבן געפירט די ארדענוג, און די גאנצע פאבליק סעפטי אלע קארס מאבל זענען דארט געווען, ווי אזוי האבן די קאשוי געמעגט נהנה זיין פון סקול דיסטריקט?
קרית יואל רב שליט"א איז געווען ביי די לוי'.
ר' זלמן לייב איז נישט געווען ווייל ער האט געבלאזען אז מען האט אים נישט מכבד געווען מיט קיין דרשה.
זיין איידעם פון ווימ"ס הרב אילאוויטש האט גערעדט וועגן די חלב פרשה און מוחה געווען אז מען טאר נישט עסן בהמה פלייש, די סאטמארע דארט זאלונים אהרונים האבן אים געוואלט צורייסן.
קרית יואל רב האט היינט געהאלטן א הספד אין די גרויסע ישיבה און נאכמאל איבערגעבעטן.
די ביהמ"ד אין קאשוי איז בערך 3000 פיס עס איז געווען געפאקט.
צוליב די געדרענג זענען רוב רבנים און מענשטען געשטאנען ארום אויף די גאס וואס איז נישט געווען מסודר צוליב די שניי.
עס איז דא א בריוו ווי ער שרייבט ביי די חלב פרשה אויף הרב פרידמאן ראב"ד ודיין ווימ"ס מיטן שפעט נאמען מר. פרידמאן.

תוקן על ידי - אינהכינמי - 02/03/2005 20:01:15

יוסף90 » 2/3/2005 19:42

יושנה

איך האב זייער הנאה געהאט פון דיינע ווערטער

די ביזסט דער לעצטע וואס קען רעדן פון רבינ'ס כבוד אין קאשוי'ער רב'ס כבוד.


בעל_גאוה » 2/3/2005 19:57

איך זעה אז דער עולם רעדט ווייטער פון די חלב פרשה וועל איך זאגן וואס עס קוועטשט מיר

1. משה בער!
ווען האט הגה"ק מקאשוי זצ"ל געזאגט
אז דער סאטמאר'ער רבי זצ"ל האט "מאכיל נבילות וטריפות געווען טויזענטער אידן"!!

2. דער רבי זי"ע (מסאטמער) האט אוועגעשטעלט א שחיטה מהודרת דא און אמעריקא זאל זיין אויסגעהלטן ווי עס דארף צו זיין(און ער האט אפילו געשיקט מען זאל פרעגן דעם מנחת יצחק וועגן שחיטה עמידה און ער איז לכתחילה מתיר)
עכ"פ האט דער רבי געגעבן א הכשר אויף די פלייש עד ביאת הגואל אז די בעלי בתים קענען טוען וואס מען וויל און נישט מנקר זיין די חלקים וואס מען האט אלע מאל מנקר געווען ע"פ המסורה לנו
ווי קומט דא אריין אז דער סאטמאר'ער רבי זצ"ל האט "מאכיל נבילות וטריפות געווען טויזענטער אידן"!!
איז דען דא א תשובה און דברי יואל אז דאס איז נישט קיין חלב?

קאשוי רב האט סה"כ פארפירט אז מען זאל נישט פארקויפן קיין חלב אלץ פלייש און אנשאט דן זיין דעם ענין האט מען געמאכט ליצנות
און ארץ ישראל ביי די עדה איז קיינמאל געווען א פראבלעם ווייל ווען איינער האט נער עפעס מעורר געווען האט מען גלייך מתקן געוון חומרות והידורים

zeidel » 2/3/2005 20:23

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

יוסף90 » 2/3/2005 20:31

תמונות זיו קדשו פון הגה"ק גאב"ד קאשוי זצ"ל
[בילד – נישט אפגעהיט]

מקוה_איד » 2/3/2005 21:01

יא, כאב געזען דארט וויטריאל פון די ק.י. פובליק סעיפטי אנפירן די טרעפיק, אויך האבעך געזען ק.י. הצלה יונגעלייט באהאנדלען די פאר'חלשטע, אויך איז געווען דארט אפאר בני יואל באסעס, כ'ווייס נישט צו סיז געווען פארן סתם המון אדער פארן חדר, ווייל ווי כאב פארשטאנען פון א קינד וואס כאב פערצופאל געזעהן שמועסן אז די בני יואל חדר איז עמטליך געקומען.

איך בעט דעם עולם, מ'זאל זיך נישט לאזן פראוואקצירן פון דעם "לץ" יוסף90, ער ווייס צו זאגן פונעם קאשויער רב פונקט ווי פון די ספעיס שאטטעל, יעצט איז נישט די זמן פאר קיין לצנות, קאשויער רב האט דאס אלס ממאס געווען.

יוסף90 » 2/3/2005 21:15

היינט האט דער רב פון סקול דיסטריקט געבעטן מוחל דעם קאשוי'ער רב אויף די ביליגע זידלערייען וואס ער האט געלאזט הערן קעגן אים בחייו.


ער האט געזאגט בתוך דבריו אין ישיבה, אז ער האט אים בחייו געשיקט א פאר שלוחים מפייס זיין איך ווייס אבער נישט צו עס איז אנגעקומען צו אים.

דער פראבלעם איז נאר אז זיינע ווערטער האט דעם זעלבן פניו ווי א משלחו וחוזרת, ווייל דעם זעלבן שפיל גייט ער דאך מאכן מיט זיין אייגענעם טאטן.

היינט איז ער אים מבזה, יארן שפעטער וועט ער אים איבערבעטן

ארגינעלער » 2/3/2005 21:34

אהרן טייטלבוים איז א לץ
אהרן טייטלבוים איז א ביליגער שוי שפילער
אהרן טייטלבוים איז א משלחת וחוזרת

אבער.... די אינטערשטע שורה איז:

ער האט קליגע מענטשן ארום זיך!


דער בעל שקל שלם...
האט שוטים, מטורפים, און ציווידעוועטע יונגלעך ארום זיך.
און האבן אים געראטן נעכטן נישט צו גיין צו די לוי', וויבאלד ער וועט נישט רעדן...

דאס איז דער חילוק צווישן די צוויי ברידערס
ואידך זיל גמור!

שדים_טאנץ » 2/3/2005 22:24

KJfireman » 2/3/2005 22:25

עס איז נישטא וואס צו רעדן אז מען דארף באגריסן ר' אהרן'ס בקשת מחילה דרשה. ואין הקב"ה מקפח אפילו שכר שיחה נאה...

איך בין נאר נייגעריג נאכדעם וואס ר' אהרן אנערקענט אז ער האט שלעכט געטאן מיט מבזה זיין דעם צדיק וקדוש זי"ע, וואס איז מיט די אלע הונדערער צאן קדשים וועלכע זענען געווארן אנגעהעצט און גערעדט דברי דופי קעגן דעם צדיק, דארפן זיי עקסטער איבערבעטן אדער זיי האבן יוצא געווען מיט ר' אהרן'ס דרשה?

הגם איך בין זיכער אז דער הצדיק מקאשוי זצ"ל האט נישט געהאט קיין קפידא אויף קיין שום איד, און ווען ער האט געזאגט יעדע נאכט "הרינו מוחל", איז דאס געווען פון גאנצן הארץ, אבער דאך איז דא א חיוב פון איבערבעטן! און א חיוב פון תשובה טאן!

אפשר וואלט געווען א פלאן די רבנים זאלן ארויסגעבן א תשובה קעגן די אלע וואס האבן אים מבזה געווען.


דאס איז זיכער בלי שום ספק, אז גאנץ כלל ישראל איז מחויב צו דאנקען דעם קאשויער רב מיט זיין קאמף פאר אידישקייט, ער האט געווארפן א פחד אויף אלע מחריבי הדת זיי זאלן ציטערן פאר השי"ת.

פון "גרעסטען" ביזן קלענסטן האבן געמוזט טראכטן פאר יעדע זאך "וואס וועט דער קאשויער רב זאגן?".

און דאס איז געווען די סיבה פונעם קאמף קעגן אים, מען זאל פטור ווערן פון אים און ער זאל אויפהערן צו קריטיקירן. למעשה האט מען זיך אסאך ספיקות'דיגע זאכן צוריקגעהאלטן וועגן אים.

יעצט לאחר פטירתו זעט מען אז ער האט עס געמיינט לשם שמים, און אלע זיינע שונאים האבן זיך אונטערגעבראכן פאר אים.

אשרי לו שזכה וזיכה את הרבים.

נבוכדנאצר » 2/3/2005 22:28

איך וויל פארשטיין איין זאך

וואס איז די עוולה אז א איד האלט א דרשה אז ער בעט איבער א גדול?

ווי ווייט מיין אינפארמאציע גייט, האט האדמו"ר מסאטמאר פארשעמט און גערעדט ברבים קעגן הרב ממאנטיוידעא, און ער האט אים קיינמאל נישט איבערגעבעטן, אבער עפעס איז געווארן א שינוי, דאס זעלבע מיט הגאב"ד קאשוי זצ"ל, ער האט אים באזידלט נאך ביי די חלב פרשה און ער האט אים קיינמאל נישט איבערגעבעטן, איך גיי נישט אריין צי ער איז יא אדער נישט מחויב דאס צו טון, דער פאקט איז אז האדמו"ר מסאטמאר האט נישט מפייס געווען קיינעם פון די רבנים מיט וועלכע ער פערזענליך האט זיך צושלאגן, ר' אברהם לייטנער, ר' יחזקאל ראטה, האדמו"ר מבעלז, גאב"ד קאשוי זצ"ל, און אויך נישט הרבנית מסאטמאר (איך גיי נישט אריין אין פאליטיק).

ווידער הרב מקר"י האט יא איבערגעגעבעטן, און מספיד געווען הרבנית מסאטמאר, האב"ד קאשוי, קעגן ר' אברהם האט ער קיינמאל נישט גערעדט, אויך נישט קעגן בעלז, און נישט קעגן ר' יחזאל ראטה, דער איינציגער וואס ער האט נישט מפייס געווען איז האדמו"ר ממאנסי, און לויט ווי איך הער איז ער שוין געווען דארט ביי מסיבות, און ער האט אים אויפגענומען מיט כבוד, דאס דארף א הסבר,

און זיין ברודער הרב מוומ"ס קומט אהן נאך די קריג אויף א גאלדענעם טאץ, ס'טייטש, ער האט דאך קיינעם נישט פוגע בכבוד געווען, פון דעם וועלן מיר נישט רעדן, ווייל ער האט דאך א פראבלעם מיטן עירוב, וכו', אבער זיין פאטער ווערט דאך גע'כשר'ט, מיט וואסערע רעכט? האט ער דען אמאל איינעם מפייס געווען? דער זון האט סך הכל זיך אנגענומען פאר זיין כבוד, און פארן כבוד פון זיין פעטער?

zeidel » 2/3/2005 23:32

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

מענדלדרעי » 2/3/2005 23:48

נבוכרנצר

ענדליך איינער זאגט צו די זאך.

יוסף90 » 3/3/2005 00:03

דרעי פון מאראקא


איך זעה גארנישט צו די זאך.

וואס גלייכסטו צו דעם רבינ'ס ווערטער צו אהר'ס, דער רבי איז פאר זיך אליים אן אדם זקן בא בימים, און ער האט פאר זיך אלע רעכטן.

אבער דער סקול דיסטריקט רב, איז געווען דעמאלץ קעגן קאשוי'ער רב (נאך היינט אויך) א יונגער סמארקאטש.

עס איז געווען א גראויל אין און העקל צו הערן זיינע דברי דופי קעגן א גדול הדור, ממש כפוחז וריק מן השוק.

מענדלדרעי » 3/3/2005 00:08

יוסף.

איך ווייס אז א חברה וואס שפארען איין א טאטע אין א תפיסה ווייסען נישט פון קיין כבוד אביו.

איך ווייס אז א חברה וואס שפארען איין א טאטע אין א תפיסה ווייסען נישט פון קיין כבוד רבו.

איך ווייס אז א חברה וואס דרייען זיך מיט א טאטענ'ס שונאים האבען נישט קיין געפיל צו טון וואס די תורה הייסט.


אגב געדעקסט נאך דער טעיפ פון משה פריעדמאן א 22 שלא שנה חוצפעט זיך צום קאשויער רב כאחד הרקים.


יוסף90 » 3/3/2005 00:17


דער טאטע ווייסט נישט וואס טוט זיך פון מאנטאג ביז מיטוואך

פיר יעריגע מערכה אין קאורט

פראווען ליצנות מיט בחורים ביים טאטנ'ס טיש


פיר'ן רעביסטעווע מאכענדיג דעם רבי'ן "רב הזקן"

דאס אלע איז כבוד אביו למהדרין.


אגב: איך טענה שוין לאנג אז דער קיט"ל בקר"י שטייט אויף אזא מדרגה ווי משה גבאי, (מ'קען זאגן קלענער ווייל משה גבאי האט נישט געזאגט פאר 100 אידן אז דער טאטע נשתטה דעתו).

weiss321 » 3/3/2005 00:26

טאנצן הקפות און פראווען און דער ניינציג יעריגע טאטע און א לעכעל איז טאקע דרך העולם
ממש א כבוד!

יוסף90 » 3/3/2005 00:33

דער רבי זי"ע האט אויך געטאנצן און לאגער און א לעכל אויס מורא פון די דייטשן.

בעל_גאוה » 3/3/2005 00:51

נבוכדנצר זהעט אויס אז די האסט שכל ווי נבוכדנצר נו גיי לערן מיט א גוי בארטנורא

יעצט וועל איך דיר ענטפערן אויף דיין שאלה
האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט גערדט אויף די אלע וואס זענען בערך זיין גיל - RANGE ווי מען רופט עס און הרב מקר"י א יונגער ראצער און תשמ"ג וואגט זיך צו רעדן אויף גדולי ישראל אזעלעכע ווערטער רח"ל ווי האט ער דאס געלערנט?

איך זאג נישט אז זיין טאטע מעג יא רעדן אזוי אבער עס איז א חילוק ווען א בער שרייט אויף א לייב ווי ווען א סקאנק קריגט זיך מיטן לייב

מענדלדרעי » 3/3/2005 01:05

גוט א נייע חידוש פון די גאונים אין צדיקים פון דעם פורום.

אלעס האט צוטון מיט עלטער, די אינגערע דארף זיך מכניע זיין אונטערן עלטערער {ברודער}

בעל_גאוה » 3/3/2005 01:53

ניין מענדעל האסט נישט פארשטאנען

נבוכדנצר האט געפרעגט מה כל הרעש אז דער טאטע רעדט און אז אהרן רעדט מאכט מען קולות וברקים
אויף דעם קומט דער ענטפער אז א סקאנק האט נישט צו טשעפען דעם לייב

יוסף90 » 3/3/2005 02:11

דאס איז אבער קלאר

אז ר' זלמן לייב האט גארנישט גרעדט.

KJfireman » 3/3/2005 02:14

אן אריינצוגיין בעצם אין דעם גאנג פון אטאקירן פערזענליך, איז דא נאך א געוואלדיגן חילוק צווישן טאטן און זון.

דער רבי האט זיך געקענט אויפרעגן און ארויסזאגן א שארפן אויסדרוק.

בשעת ר' אהרן איז געקומען אויסגערעכנט ווי א לויער יענעם צו באגראבן. למשל די "עפרא לפומא דרשה", אין וועלכן ער האט אנגעקלאגט דעם קאשויער רב, דער וויזניצער רבי'ן וכו'. האט ער אנגעהויבן אנגעהויבן די דרשה מיט די הקדמה אז ער גייט יעצט האקן שטיקער, ווייל ער האט מחליט געווען צו פאלגן די יועצים יא צו רעדן. און ער גייט זיי אריינשניידן אין די זיבעטע ריפ...

דערנאך האט ער אראפגעלייגט זיין "קעיס". ווען יעדע קלאגע ענדיגט זיך מיט א קאמפיין סלאגאן:
"זיין מיינונג איז קיין מיינוג".

די גאנצע דרשה איז געווען ארגאניזירט מיט נאויטס, און צוגעגרייט פון פריער צו האקן שטיקער.

דאס איז א גרויסער חילוק, צו א שארפן פליטה פה וואס דער רבי האט זיך ארויסגעכאפט.

און אוודאי דארף מען נעמען אין באטראכט אז ר' אהרן איז געווען א יונגערמאנטשיק אין די 40'ציגערס און ער האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן אן אלטן רב פון קרוב צו די 90.

זיין כלומר'שטע זיך אננעמען פאר'ן כבוד פון פעטער ז"ל איז געווען א ליצנות שוין דעמאלט.
און היינט זעט מען אז אפילו זיין זיך אננעמען פאר'ן טאטן זאל זיין געזונט איז געווען א שטיק ליצנות...

עס איז אדורך אפאר יאר און ער האט דעם טאטן אריינגעשניטן אין די זיבעטע ריפ.

ווער ווייסט? אפשר וועט ער אים נאך איין טאג איבערבעטן...


ווער עס איז באקאנט אין לעגאלע טערמינען, ווייסט אז א געפלאנטע און אויסגערעכנטע פארברעכן איז אסאך הארבער ווי פארברעכן וואס מען האט געטאן נישט אויסגערעכנט.

און דא האט ער קלאר געזאגט אז ער אליין האט געמאכט די החלטה מרצונו הטוב, צו שניידן אין די זיבעטע ריפ, נאכן אויסהערן און איבערטראכטן ביידע צדדים לכאן ולכאן.




בעל_גאוה » 3/3/2005 03:15

יוסע'לע
אוודאי האט זלמן לייב גארנישט גערעדט ער איז נאך געווען און די ווינדלען
והראי' קוק אן זיין נועם המידות וכו'

יוסף90 » 3/3/2005 03:27

אפילו היינט נאך 6 יאר פון מערכה קענסטו נישט צייגן איין דרשה פון אים וואס ער האט אטאקירט א מענטש מיטן נאמען לגנאי.

דאקעגן זיין ברידער פון סקול דיסטיריקט האט און די ערשטע יאר זיך שוין געהאט צושלאגן מיט די העלפט וועלט.

יעדן טאג האט ער גרעדט א דרשה אין ישיבה קעגן א לעפקאוויטש אדער א יטאקאבאוויטש, פאלטישאנער רב זקן אשמאי וכו'.

majyar718 » 3/3/2005 03:29

אלעס פארן טאטענ׳ס כבוד!!!!!!!
וממנו ילמדו וכן יעשו!
אשרי לו ואשרי חלקו!
יאריך ימים על ממלכתו!

תוקן על ידי - majyar718 - 03/03/2005 3:35:22

מענדלדרעי » 3/3/2005 03:39

לויט מיין ידיעה איז דער ברודער פון רב שליט"א פון סקול דיסטריקט פארברענט געווארען דורך די נאציס אין קריג, אין ער איז באמת געווען א חשובער רב.

getme » 3/3/2005 03:44

ווער האט איינגעשפארט זיין אייגענעם טאטן אינדערהיים ער זאל נישט קענענן טאנצן הקפות אין זיין אייגן ביהמ"ד?? ר זלמן לייב!!

ווער לאזט נישט זיי אייגן טאטן גיין צי שמחות פין איר אייניקליך?? ר' זלמן לייב!!

ווער האט געמאכט בישות פאר זיין טאטע וואס איז געשטאנענן ברומו של עולם?? ר' זלמן לייב!!

ווער שפארט איין זיין אייגען טאטן ביי יעדע יומא דפגרא פירום פסח וכו אינדערהיים כדי נאר ער זאל פירן טיש?? ר' זלמן לייב!!

איז דא נאך איינער אפלוי נישט א רב בישראל וואס האט פאר תאוה וכבוד פארשאפט אזויפיל בזינות פאר א אייגענע טאטע?? ניין!!!

פארן גיין אין קארט איז דא א היתר!!

פאר סקול דיסטריקט איז אויך דא א היתר!!

ווי איז די היתר צי מבזה זיין א אייגענע טאטן א רבי פאר תאווה וכבוד??

תוקן על ידי - אינהכינמי - 03/03/2005 4:25:59

נבוכדנאצר » 3/3/2005 04:41

האקטס ענק ביי די קעפ

איך האב געפרעגט א פשוטע שאלה: פארוואס האט מען דעם טאטן מוחל געווען אהן איבערבעטן, מה שאין כן דעם זון. ריכטיג אז דער זון איז אפשר באגאנגען א גרעסערן פארברעכן ווי דער פאטער, אבער מפייס געווען האט7 בלויז דער זון און נישט דער פאטער, און אויף דעם דארף איך א תשובה, נישט פארוואס דער פאטער האט ניינציג פראצענט געמעגט, און דער זון בלויז צען אדער גארנישט, אן עולה איז א עולה, פארקערט, א עלטערער איד א ת"ח דארף האבן מער שכל ווי א יונגערמאן! קומט דאך אויס אז דער זונ'ס עולה איז גאר קלענער! אזוי פארשטיי איך, אויב גייט מען אריין אין עצם הדברים, אבער איך וויל בלוזי וויסן פארוואס האט מען דעם טאטן מוחל געווען אהן מפייס זיין, די הלכה זאגט קורץ און שארף: עד שירצה את חבירו, אפילו מיתה העלפט נישט.

ביטע זיך האלטן צום פונקט

מקוה_איד » 3/3/2005 04:44

ס'האט אמאל געזאגט א "לץ:

"איך האב קיינמאל אין מיין לעבן נישט גערעדט לצנות אויף אן ערליכער איד, קודם מאך איך איהם אויס ערליכע איד דערנאך מאך איך לצנות פון איהם"

דער זעלבער לענינו, די לצים דא שרייען סאטמארע רבי שליט"א האט יא געמעגט רעדן שארף אויפן קאשויער רב זצ"ל אבער קרית יואל'ער רב שליט"א האט נישט געטארט, פארוואס ווייל ער איז א ראצער, ער איז פוחז ורק, ער איז א גרויל, ער איז א סקאנק, ער איז א שיגץ, דאס מיינט אויב ער איז אן ערליכער איד פאלט אוועק די אלע טענות.

אין אנדערע ווערטער דיין פראבלעם איז נישט אז ער האט געזאגט "עפרא לפומיה", ווייל לו יצויר ווען קאשויער רב זאגט ווען אויף ר' אהרן "עפרא לפומיה" וואלסטו בלי ספק נישט געהאט קיין שום פראבלעם, דיין פראבלעם איז אז ר' אהרן וואס איז א ראצער און א סקאנק האט געזאגט "עפרא לפומיה".

נו אויב אזוי, איז די מיליאן דאלאר פראגע: וואס פאר-א-שווארץ-יאר איז א נפק"מ צו ער האט יא געזאגט עפרא לפומיה צו ער האט נישט געזאגט, ער איז דאך ממילא א שיגץ און א סקאנק, וואס איז דא אפי' צו מורא האבן?

KJfireman » 3/3/2005 05:22



ווייסט אפשר איינער ווי מען קען באקומען די טעיפס פון ר' אהרן'ס מחילה דרשה?

אדער ווייסט איינער פונקטליך וואס ער האט געזאגט?


ekstein » 3/3/2005 05:40

די צוויי דרשות פין מאנטריאל ווי ער צומישט געווארען מיט כשתותי זתים אין די דרשה פין די מחילה איז נישטא ביזדעווייל אויפן קול חוצב ווי זיי לייגען געווענליך עס ארויף מיט א אייליגען שנעלקייט קוקט אויס אז מען דארף עס צענזורען.....

יקרבו » 3/3/2005 08:00

די דרשות פון מאנטריאל איז דא אויף קול חוצב

איחודמעמבר » 3/3/2005 10:26

אפשר קען מיר איינער זאגן ווען האט דער סאטמארער רבי שליט"א גערעדט מיט א זלזול קעגן קאשויער רב זצ"ל?
עס איז נישטא א דרשה. ווען דער רבי האט גערעדט חוה"מ סוכות תשמ"ג ביי די חלב פרשה, האט דער קלאר ארויסגעברענגט אז דער קאשויער רב איז אן ערליכער איד וועלכער זיצט יומם ולילה על התורה ועל העבודה און געוויסע עלעמענטן פירן אים אריין אין ענינים וואס זיי ווילן.
עס איז נישטא קיין שום אויסדרוק פון סאטמארער רבי'ן קעגן קאשויער רב.
זיין זון האט אבער גערעדט שמוציג קעגן קאשויער רב.
חוץ פון דעם, פארשטייט יעדער אז ווען דער סאטמארער רבי איז דער בעל פלוגתא פון קאשויער רב, קען עס מיטגיין. אלעמאל זענען געווען ענינים איבער וואס גדולי ישראל זענען געווען מחולק.
אבער אז עס קומט א יונגער סמארק (וואס קאשויער רב האט געקענט זיין זיין זיידע!!!) און נישט נאר וואס ער איז מחולק אויף אים, נאר ער איז מנבל פיו קעגן א קדוש בישראל, דאס איז אן אומדערהערטע חוצפה!!!

מקוה_איד » 3/3/2005 15:55

גענוג מיטן עבר, דאס איז אלעס אלטע אויסגעדראשענע מעשיות, מאי דהוה הוה מכאן ואילך חושבנא.

לאמיר רעדן פונעם עתיד, וואס האלט דער עולם איז די פיוטשער פון קאשוי, איז דא עפעס א פיוטשער?

דער ממלא מקום ר' אליעזר חיים איז א וואוילע איד, און א ת"ח מופלג, אבער ער האט נישט די חן פון זיין פאטער, ער האט נישט די ליבלעכקייט, ווארעמקייט, ער איז זייער עקסטרעם, ער איז אזא מין טיפ ווי משה בער בעק, ער האט נישט די כשרונות פון א מנהיג, ער איז נישט קיין מענטש וואס וועט קענען אויפארבעטן אדער צאמהאלטן די קהלה, איך האב זייער מורא אז די גאנצע קאשויע שטעטל איז דערנאך, וואס האלט דער עולם?

מן_הסתם » 3/3/2005 16:42

איחוד ביסט גערעכט.

רבינו יוסף קארו זאגט אויך פינקט ווי די:

ווען ער רעדט פון די שרעקליכע עבירה פון הלבנת פנים שרייבט ער ווי פאלגגענד:

הני מילי ביונגערמאן, אבל עלטערער יוד, בן גילו, אינו מחויב לרצותו, ואינו צריך לפייסו!

אבי כ'האב הנאה אז דער שולחן ערוך ווערט דא גוט פארשטאנען!

זאליweaky » 3/3/2005 16:47

פאר מען גייט אריבער צו די פיוטשער:

דער רבי שליט"א האט געזאגט ביי די חנוכת הבית פון די מקוה טהרה אין קרית יואל, אז קאשויער רב איז אריינגעקראכן מיט די שיך און זאקן צו די סטרא אחרא.

וועגן די עצם נושא וויל איך נישט אריינגיין, ווייל לו יהא אז עס איז געווען א עוולה, האט ער דאך שוין איבערגעבעטן, ואין אומרים לבעל תשובה זכור מעשיך הראשונים (אפילו אויב מען האט אים פיינט...).

אבער דו פארגעסט א גאנצע צייט אז דער קאשויער רב האט מבזה געווען דעם רשכבה"ג, כאטש איך בין נישט זיכער אויב דער רבי זי"ע האט געקענט דעם קאשויער'ס זיידע...(און ער האט אים קיינמאל נישט איבערגעבעטן !).

און דעם רבי'ן זאל זיין געזונט האט ער מבזה געווען צענדליגער מאל בריש גלי, און איך גלייב אז ווען איינער טוט דאס מיט דיין טאטן, אפי' אויב כגובה ארזים גבהו, וואלסטו נישט בעסער געווען.
און אויב יא, דאן זאלסטו מיר אויפהערן צו האקן אין קאפ מיט כיבוד אב...

-----------------
לענינינו, לדעתי האט קאשוי גאר א גרויסע פיוטשער, ווייל דארט גייט זיין 13 קאשויער רבי'ס...

(און פופציג יאר ארום, וועט יונה לאנדא ארגאניזירן נסיעות צו עפעס א פארשטופטן גויאישן שטעטל אין וועסטשעסטער, צו עפעס א גרויסן רבי'ן וועלכער איז געווען שטארק מפורסם בדורו...)

תוקן על ידי - זאליweaky - 03/03/2005 16:57:56

נבוכדנאצר » 3/3/2005 17:41

מיסטער, ווען האט קאשויער רב מבזה געווען סאטמאר רב? די גאנצע דרשה פון אכילת נבילות וטריפות איז די וועלט געוואויער געווארן ביי די דרשה פון קר"י רב, קאשויער רב הא טעס קיינמאל אין קיין דרשה נישט געזאגט, און נישט געשריבן אין קיין בריף, אפשר פאר איינעם פריוואט - ווייס איך נישט

נבוכדנאצר » 3/3/2005 18:15

וואונדער איבער וואונדער. איך האב געשטעלט א שאלה, פארוואס גילט נישט די הלכה פון אין מחול לו עד שירצה את חבירו ביי א איד פון ניינציג, פונקט ווי ביי א איד פון צוואנציג, קומט מען דא מיט אלע סארט פשט'לעך שלא לענין, קען מיר איינער ענטפערן די ערשטע שאלה? פאליטיק איז נישט הלכה.

לויט די פשט'לעך דא קומט אויס אז שמירת שבת גייט נאר אן ביז די זעכציג זיבעציג, נאכדעם איז מען שוין פטור.

האט דאס עפעס א מין סארט הסבר?

יוסף90 » 3/3/2005 18:38

מן הסתם

איך זעה אז די רעדסט פון רבינו יוסף קארו מיט אזא בקיאות, איך וועל דיר פארליינען נאך א שטיקל רבינו יוסף קארו.

וכל ההולך לערכאות של עכו"ם מרים יד בתורת משה, הני מילי בסתם חוצבי מים, אבל באחד אשר נתמך על אב''ד ווינה מותר

משהבערבעק » 3/3/2005 19:01

גוט גוט!

מיט אזעלכע שלחן ערוך'ער ווער דארף א היתר בי"ד?

פדן_ארם » 3/3/2005 19:04

װי אלט אז דער קאשױער רב זצ״ל געװען?

און װי אלט איז זײן זין, ממלא מקומו הרב אליעזר חײם שליט״א

מן_הסתם » 3/3/2005 19:13

90
זעהסט, פון ערכאות האב איך נישט געזוכט קיין היתר פון רבינו יוסף קארו.

דארט האב איך א היתר פון איינעם וואס אין דיין קרייז הערט מען אים מער אויס ווי דעם בית יוסף:
דו ווייסט וועמען איך מיין?
לאמיך זעהן....

אקעי, איך וועל דיר געבן א HINT:
ער פוצט זיך אייביג די נאז....
כאפסט שוין?....
אקעי, איך וועל דיר געבן נאך א HINT:
ער האט לאנגע יארן געלעקט סטעמפס אין די פאסט אפיס...

כאפסט שוין?
אקעי, איך וועל דיר געבן נאך א HINT:
ער האט געמאכט א עירוב אויף ראדני סטריט פאר 22 יאר....
און נאכדעם האט ער געזאגט אז ס'איז פאר גוים...

כאפסט שוין?
אקעי, איך וועל דיר געבן נאך א HINT:
ער האט געגעבן היתרים רעכטס און לינקס צו ארעסטירן אידישע קינדער...
און א היתר צו גיין אין קאורט קעגן ר' נ. בראך בשעתו...

יעצט מיין איך אז דו כאפסט שוין?
אמת?

תוקן על ידי - מן_הסתם - 03/03/2005 19:56:41

אומדירעקט » 3/3/2005 19:18

אָההה, מסתמא ירושלימ'ער רב...

נבוכדנאצר » 3/3/2005 19:24

פאליטיק איז טאקע אינטערעסאנט, אבער צו שרייבן איינעם וואס איז סאך גרעסער פון רבינו יוסף קארודארף מען אויפפאסן, קענסט עס נאך מתקן זיין, ביטע קליק אויף "ערוך הודעה" למען כבודו פונעם הייליגן בית יוסף זי"ע

בעל_גאוה » 3/3/2005 19:30

נבוכדנצר יעצט פרעגסטו צו די זאך אדער האב איך נישט פארשטאנען דיין שאלה

האסט גפרעגט קודם פארוואס ער מעג יא און אהרן טאר נישט
אויף דעם האט מען גענטפערט
אבער דער אמת איז דיין קשיא איז אייזן פעסט
נאר איך וויל פארשטיין
ווער האט אים מוחל געווען און ווען?

נבוכדנאצר » 3/3/2005 19:41

איך רעד נישט פון מחילה, איך רעד פון פיוס און ריצוי, וואס דער טאטע האט קיינמאל נישט געטון, נישט צו די רבנים, און נישט צו די פריוואטע מענטשן (שייגעץ ארויס וכו')
לאז יעצט געמאך דעם זון, קאנצעטריר זיך יעצט אויפן טאטן

מקוה_איד » 3/3/2005 19:50

רבותי גענוג!

דער האט מבזה געווען, דער האט מצער געווען, דער האט געמעגט דער האט נישט, דער האט מפייס געווען דער האט נישט.

לאמיר פארגעסן פון אלעם לאמיר אלע אינאיינעם זינגען די ניגון, אבער הויך:

ריגעלע ריגעלע רויגעז
מיר זענען געווען ברוגז
ריגעלע ריגעלע ריג
מיר זענען שוין ברודער צוריק!


בראווא!!!

ליכטיג » 3/3/2005 19:56

דאכט זיך מיר אז עס נישט דא מער קיין עמהארצישער באלבאטישער אוסדרוקט ווי ער איז דאך א אלטער איד מעג ער, יענער איז נאך א יונגער ווער האט איהם געגעבען רשות.

מען קען זאגען אז יעדער וואס נוצט אזא סארט טענה האט הלכה קיינמאל נישט געלערנט.

משהבערבעק » 3/3/2005 19:59

אינטערעסאנט! די אלע שרייבער'ס ווי יוסף90/געזעגענען/עקשטיין האבן פאר 10 יאר צוריק אנדערש געטראכט אויפן רבי'ן!!
בלאט: 1 2 3 4