היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » צום סיום פון 11'טער מחזור "דף היומי"

צום סיום פון 11'טער מחזור "דף היומי"

128 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1190009
בלאט: 1 2 3

אינגערמאן » 18/11/2004 20:05


באריכטן אד"ג צום בעפארשטייענדן סיום פון 11'טער מחזור דף היומי.

ווער לערנט "דף היומי"?
ווער וואלט געוואלט לערן "דף היומי?
ווער האלט אז מען טאר נישט לערנען "דף היומי"?
ווער האט א מימרא פון גדול בענין "דך היומי"?

טראץ וואס "איך בין איין סאטמארער" בין איך אבער דאך איבערצייגט אז "דף היומי" האט געברענגט א רעוועלאציע אין עולם הקביעת עתים לתורה, און טויזענטער פשוט'ע אידן, ארבייטער, און פראפעסיענאלן דאקטוירים-לאיערס א.ד.ג. לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא א דאנק די "דף היומי" אונטערנעמונג.

גאר א גרויסע וואוקס צום לערנען דעם דף איז צועקומען מיט די ערשיינונג פון די ארטסקראל גמרות, וואס ערמעגליכט פאר יעדן וואס האט נישט אדער האט נשט געקענט לענרען א בלאט גמרא, ספעציעל די אלע וואס האבן נישט געלערנן אין ישיבות אין זייער יוגענט אז זיי זאלן זיך אויך ערלויבן צו לערנען דעם דף, און שוערע טויזענטער לערנען היינט [דעם דף] אין דעם זכות.

משוגענער » 18/11/2004 20:21

ווער האט א מימרא פון גדול בענין "דך היומי"?

איך האב געהערט אזא ווארט:
ברויט איז גוט? אוודאי יא.
פוטער איז גוט? אוודאי יא.
וואס איז מיט הערינג? איז עס גוט? אוודאי יא.
אלזא, אז מען וועט אייך געבן א שטיקל ברויט + פוטער + הערינג, אבער א מייז האט אריינגעביסען דערין, וועסטו דאס וועלן? אוודאי נישט.
די זעלבע זאגן זיי אויף דעם דף היומי, גמרא איז פיין, און מיט רש"י נאך בעסער, ווער רעדט נאך מיט תוס' איז עס ממש געוואלדיג, אבער וואס קען מען טון אז א מייז האט אריינגעביסן דערין?

בעלתשובה » 19/11/2004 04:42

"משוגענער" איך האב אמאל געהערט א מימרא פון א חשוב'ן רב, אין א דרשה, ער האט געזאגט

אז מען לערנט תורה אפילו ס'איז נאכנישט אינגאנצן אויסגעהאלטן, למשל ס'איז נישט לשמה, ס'איז על מנת שיקרא רב, (אדער לעניננו ס'איז דף היומי) קען מען כאטש שפעטער תשובה טוהן, און ווערן אן ערליכער תלמוד חכם

אבער אז מען לערנט נישט!
אפילו מען וועט תשובה טוהן שפעטער
וועט מען בלייבן אן אלטער פרומער עם הארץ!!

ליבערשט זאל א יונגערמאן לערנען אביסל דף היומי, און לערנען א אידיש ווארט, ווי איידער זיך דרייען פוסט און פויערן, און נישט אנקוקן א יודיש ספר, אבער קיין "דף היומי" וועט ער חס ושלום נישט לערנען.

דו ווייסט גאנץ גוט אז ליידער זענען פארהאן בי אונזערע קרייזן אסאך אינגעלייט און אלטע לייט וואס קוקן קוים אן א אידיש ספר און אזא פנים האט זייער יודישקייט אויך, ווייל אז מען לערנט נישט, קען מען נישט זיין קיין ערליכער יוד. הלואי ווען עס זאל זיין א קנאות'דיגע אלטערנאטיוו צום דף היומי, אדער זאךלן זיי יא לערנען דעם דף און זיין אידן

נער_תמים » 19/11/2004 20:05

בעל תשובה שרייבט: מען דארף מאכן א קנאות'דיגע "אלטערנאטיווע" צו דף היומי

ס'איז דא מערערע אזעלכע שיעורים, טראץ וואס קיינער איז נישט אזוי אויפגעכאפט מיט אזויפיל מיטלערנערס זיך צו פארמעסטן מיט'ן דף היומי

קהל יטב לב האט שוין יאר א חבר ש"ס צוטיילט אויף 2-3 בלאט א וואך

קרית יואל האט די שיעורים פון עזר התורה

קאשוי האט א בלאט וואס לויפט א בלאט א טאג חוץ פרייטאג-שבת איז נאר אן עמוד

תולדות אברהם יצחק האט א דף-הקהלה


טאהש האט אמאל געהאט א עמוד יום ביומו, און היינט איז דאס דריי בלאט א וואך, חוץ ימים טובים וואכן ווען ס'איז "חצי שיעור", זיי האבן לעצטענס געמאכט א סיום הש"ס אזוי איז געשטאנען באשריבן ערגעץ

ס'איז זיכער דא נאך, אדרבה ס'איז א גוטע געדאנק צו מפרסם זיין די אלע שיעורים אז יעדער זאל וויסן דערפון און זיך קענען קלויבן וועלכע ער ווילט מיטהאלטן, להגדיל תורה ולהאדירה.

ווער ס'האט אינפארמאציע פון שיעורים - אזוי ווי דער דף - זאל דאס דא מפרסם זיין לתועלת הרבים

אז איר האט א "לוח" פון א שיעור לייגט דאס ארויף אדער א לינק.

shia550 » 19/11/2004 21:30

אין סאטמאר איז אמאל געווען א איסור מיט חתימות צו לערנען דעם דף יומי?

jewboy » 22/11/2004 00:37


מקורת זאגן (נישט קאנפירמט) אז מ'האט גערופן כ"ק בעלזאר רב שליט"א זאל זיין דער אורח הכבוד.

ניו יארק'ער גרייטס ענק צו צום קומען פון רב שליט"א.

ענדע_צדיק » 22/11/2004 00:41

עמעצער װייסט וואו מען קען באקומען טיקעטס צום סיום?

jewboy » 22/11/2004 00:46

בדרך צחת:

מ'זאגט נאך דאכטזעך מיר פון הגאון ר' מאיר שפירא זצ"ל מייסד פון דף היומי, אז מ'האט עם אמאל געפרעגט אז מ'זעהט אז דער עולם שלאפט ביי דף היומי איז וואס איז די אויפטוה דערפון?

האט ער גענטפערט.

וואס איז די חילוק אז איינער פארט מיט א טרעין אדער ער פארט מיט א וואגן, און א וואגן אויב ער שלאפט קען ער נישט פירן ווייטער דעם וואגן, און א טרעין אפי' אויב ער שלאפט קומט ער נאך אלץ אן.

די זעלבע זאך איז מיטן דף היומי ער שלאפט טאקע באט ער פארט מיט מיטן טרעין.

[די מעשה האט מיר פארציילט אונזער'ס א מעמבער מוזיקאנט]

מקוה_איד » 22/11/2004 00:54

איינער ווייסט א לינק ווי מ'קען הערן דף היומי אויף אידיש אויפן נעט פון הג"ר מיכל זילבער שליט"א

כאב נאר געטראפן ענגליש אין היברעיש...

למצוה גדולה יחשב

KJfireman » 22/11/2004 01:36

מען זאגט נאך א משל פון א גרויסן גדול:

אז איינער האט פארקויפט פארדארבענע פיש, האט קיינער נישט געוואלט קויפן, איז ער געפאלן אויף א המצאה ער האט גענומען בלעטער פון די גמרא און איינגעפאקט דערין די פיש, ווען איינער האט געזאגט אז די פיש שטינקט האט יענער געשריגן "דו רעדסט אויף די גמרא!"...

לעניננו די אגודה האט גענומען דעם "דף היומי" צו דעקן דערמיט אלע זייערע שייגעץ שטיק, און דערפאר האבן זיך ערליכע אידן דערווייטערט דערפון.

למשל אין די ערליכע בעלז פון אמאל, האט מען נישט געקענט טרעפן אין בית המדרש די גמרא וועלכע מען האט דאן געלערנט אין דף היומי, מען האט פשוט באהאלטן די גמרות.

meshug » 22/11/2004 03:06

מכבי אש קרית יואל

לדעתי צריכים להחביא את כל הש"ס, הרי בכל מסכת אפשר להכשל לפחות פעם בשבע שנים באיסור דף היומי.

ואם תאמר מה נלמוד? הרי ידידינו משוגנר הוא גם קנאי גדול וגם חובב ספורט, הוא כבר יסדר קצת עיתוני ספורט, וכך ינצלו נפשינו מאיסור חמור של לימוד דף יומי.

ליכטיג » 22/11/2004 04:05

kj

איך האלט אז מען דארף מאכען א פראטעסט קעגען די ווילאמסבורגער שולען וואס לערנעם דעם טרייפענער דף יומי.

תוקן על ידי - ליכטיג - 22/11/2004 4:11:59

בעלתשובה » 22/11/2004 04:14




דף היומי
אודיאו און נאך
http://www.shemayisrael.com/dafyomi/

אודיאו, ענגליש
http://www.dafyomi.org/dafgross.php

ווידיאו,
http://www.hadafhayomi.co.il/

yohcee718 » 22/11/2004 04:39

KJ

אלס א לאנג יאהריגער חבר פון דער הנהלה פון אגודת ישראל דארה"ב אין אלס איינער פון די דף קאמיטי קען איך דיר מעיד זיין אז די ביסט גערעכט

ביי אלע ישיבות פון 'שייגעץ שטיק', טרייסטן מיר זיך אז אבי איין זאך וועט אונז נוצן פאר א מאסקע: דער 'דף היומי'
די שאלה איז ווי אזוי בוסטו געוואהר געווארן פון אונזער טריפה'נע שטיק??

כ'וועל דיר זאגען דעם אמת לאמתו, איך בין געוועהן ביי זיצונג לעצטע וואך איך האב געהערט א באריכט אז די אגודה האט גע'פועל'ט אז ישיבות אין מיידל סקולס וועלן קענען קויפען ELECTRIC פון NEW YORK STATE POWER AUTHORITY און דערביי זיך שפארן $25 מיליון דולר א יאהר.

נאך אזאך האב איך געהערט דארט אז די אגודה האט גע'פועל'ט אז ישיבות וועלן זיין פטור פון צו לערנען מיט די קינדער ווי אזוי צו פארמיידען זיך פון AIDS.

נאך האב איך געהערט אז דער אגודה גייט ארויס מיט א שטארקע קאמפיין צו פארשטארקן 'עבודת התפלה' אין הונדערטער שוהלען איבער אמעריקה (דער בלאט האט געשריבען אז 'ליטווישע' טוהן דאס )

אין צווישען בין איך איינגעשלאפן...מין הסתם האט מען דעמאלס געמאכט 'שייגעץ שטיק' מי יודע??

נאך איין זאך מ'האט שוין פארקויפט אלע טיקעטס פון מאדיסון סקווער אין קאנטינענטל ארינא, אויף 'פעלט פאורום' מ'האלט שוין ביים ארויסנעמען JAVITS און אפשר NASAU , אין נאך 50 שטעיט אין די US, CANADA,AUSTRALIA מיט איבער 100,000 אידען וואס וועלן שרייען שמע ישראל ליידער איז דאס אלעס מעשה סטרא אחרא ל"ע

שמחת תורה אויף רודני סטריט אין לאוקמי שכינתא מעפרא
OF COURSE!

באראפארקער » 22/11/2004 06:26

און נאך א משל אויף דף היומי

אמאהל איז א פייגעל אריינגלאפען אין שטוב, דער בעה"ב כאפט אהן א גרויסע שטעקען און הייבט אן נאכלויפען דער פייגעל, דער פייגעל האט זיך געזעהן אין א גרויסע צרה, וואס טוט מען דא? איז ער געפאלען אויף א המצאה, זיך ארויף געזעצעט אויף'ן שענדעליער בלע"ז, און געקוקט אויף'ן בעה"ב מיט א נצחון, נו לאמיר זעהן, האק מיך יעצט.

דאס זעלבע מיט די אגודה, זיי האבען מורה באקומען פין די שטעקענעס, האבען זיי זיך אנגעכאפט אויף'ן דף היומי, און געזאגט מיט א נצחון, נו לאמיר זעהן האקט אונז יעצט.


אמת'ן גערעדט, היינט איז דף היומי מותר צו לערנען ווייל עס געהערט שוין נישט אזוי ווייט צו דער אגודה. אבער כל זמן עס האט געמיינט געבען שטיצע די אגודה און זיך מיט זיי אנשליסען, איז פאר די אידען וואס האבען געהאלטען אז די אגודה איז פארוויקעלט מיט דעות כוזבות, איז געווען אסור צו לערנען דף היומי.


די אלע "מעשים טובים" וואס די אגודה מעלדט און זייער צייטונג וואלטען פונקט אזוי געטוהען געווארען ווען עס איז נישט דא אן אגודה, ממילא זאלען זיי זיך נישט אזוי גרויסהאלטען.

די אגודה קומט נישט צו, צו דער קלענסטער חסידישער עסקן, יעדע קליינע זאך וואס זיי טוהען אויף טראמפייטערען זיי א גאנץ יאר, און בכלל וואס האבען זיי שוין אויף געטוהען אין די לעצטע צוואנציג יאר? (אוודאי נאך די מלחמה רעדט מען נישט).

KJfireman » 22/11/2004 07:51

יוחי.

איך וועל מיך נישט אריינלאזן אין לענגערע וויכוחים איבער די אגודה. ביי מיר איז גענוג וואס גדולי ישראל צדיקים וקדושים הקודמים, ווצב"ש דער הייליגער בעלזער רב ר' ישכר דוב זי"ע האבן געהאלטן אז די אגודה איז חזיר טריפה...

במשך די יארן זייט די התייסדות פון די אגודה איז זי געפאלן עשר מעלות אחורנית, די ארגאניזאציע וואס איז מכלומר'שט געגרינדעט געווארן צו קעמפן אקעגן די ציונים זיי זענען היינט גרעסערע ציוניסטן ווי די פרייע...

די אלע סערוויסעס, אפילו רוחניות'דיגע, וואס אגודת ישראל שטעלט צו, איז גארנישט משנה, (סתם דיך צו דערמאנען האט להבדיל די טרויעריג בארימטע כאמאס ארגאניזאציע ספעציעלע אפטיילוגענען צו טיילן עסן פאר ארימע און נאך פארשידענע סערוויסעס, זיי ווערן נישט אויס רוצחים דערוועגן).

אז אגודת ישראל איז פארקויפט פאר די ציונים, און זענען געווארן די פאן טרעגערס פון התגרות באומות, וואס האב איך פון דעם וואס ער האט אונטערגעקויפט דעם באשעפער מיט א "דף יומי"?
די מאסן נומערן פון אנשים ונשים עס באטייליגן זיך ביי די אגודה חגיגות, כשר'ט אויך נישט דעם חזר פיסל...

מיר ווערן בכלל נישט נתפעל פון די אגודיסטישע פראפעגאנדע. ברוך הוא אלקינו וכו' והבדלינו מן התועים.


פרעגסט וועגן שמחת תורה אין סאטמאר, עס איז אמת אז סאטמאר גייט יעצט דורך א שווערן איבערגאנג, אבער זיי רואיג, סאטמאר גייט נישט אונטער...
מען וועט אי"ה דורכשוויצן די שווערע צייטן, (און וועלן לכאורה זיין עטליכע סאטמאר'ס) אבער מיר וועלן זיך ווייטער האלטן מיט עקשנות צום דרך פון גדולי ישראל הקודמים , און בלייבן ביי די ריינע אמונה.

די מסורת אבותינו זיך נישט מתחבר צו זיין מיט די אגודה, איז אסאך גרעסער ווי דער סיבאלישער נאמען "סאטמאר", און דער קאמף וועט נישט אונטערגיין...

והיה המחנה הנשאר לפליטה.

Ziskeit » 22/11/2004 17:31

מענטשן,

עטס גייטס איבער יעדן גבול מיט'ן אטאקירן אנדערע, וואס האבן אן אנדערע דעה ווי ענק.

די אגודה איז אן ארגאניזאציע וואס טוט אויף גדולות ונצורות, און די זאכן וואלטן נישט אויפגעטאן געווארן ווען נישט זיי.

קיינער צווינגט נישט קיינעם צו לערנען דעם דף היומי, אבער גיין רעדן אזוי מיאוס אויף אידן וואס לערנען די הייליגע תורה? פּוי פּוי פּוי

verbeenich » 22/11/2004 17:53

יוסי,
אויף יעדע אויפטי וואס די ברענגסט מיר פון משה שערער'ס אגודה (ד"מ)אינישעלייזט און אויסגעפירט נישט געגנבעט און גיהאלטען (ווי למשל ארטס) (אויב עס איז בכלל דא)
וועל איך דיר ברענגען 10 זאכען וואס ער האט בידים קאליע גימאכט (ווייל עס האט נישט גיטראגען דעם נאמען אגודה)...

meshug » 22/11/2004 18:04

מכבי אש

איזה סאטמאר אתה הסאטמאר שהולך לערכאות או שמסרב לדין?
תנקה את הזבל שלך לפני שאתה אומר מוסר ליהודים אחרים שלא עוברים על השולחן ערוך.

משוגענער » 22/11/2004 18:29

MESHUG: אגב, היענקיס יש להם כמו 55,000 אנשים בכל משחק! לאגודה? פעם אחד בשבע שנים!...

meshug » 22/11/2004 18:34

משוגנר

אתה צודק יש הרבה יותר אוהדי ספורט מאוהדי דף יומי.

אינגערמאן » 22/11/2004 20:14


<א קלאפ אין באלעמער>
<אככככ.... א קלאר אויס די שטומע>

אכטונג! אכטונג!!

איך בעט בכל לשון של בקשה, אז די קעגענזייטיגע אטאקעס זאלן זיך אפשטעלן (כאטש דא אין דעם אשכול), און מען זאל צוריק גיין צו שמועסן/דעבאטירן די טעמע מיט רעספעקט, אפילו מ'האט מיינונגס פארשידענהייט!!

ס'איז גענצליך איבריג דאס אריבערברענגן די האמפעריין אין יעדן אשכול.

לאזט אראפ דעם טאהן, און רעדט דברי חכמים "בנחת".


(טשעקס קענען אויגעשטעלט ווערן צו קאנג. שומרי שבת, א כשר'ן פרייליכן יו"ט, שכוח פאר'ן צוהערן... ונאמר והי' ה' למלך וגו')




yohcee718 » 22/11/2004 20:40

ווער בין איך

מיין תגובה איז דא נישט געוועהן צו דער אגודה איז גוט אדער נישט, כל אחד יחזיק בדיעותיו!!

KJ האט געהאט געהיימע נייעס אז דער דף היומי איז א מין COVER פאר אגודה שייגעץ שטיק אויף דעם האב איך רעאגירט.

די ווייסט גאנץ גוט אז מורינו ר' יעקב רוזענהיים האט געלאזט צואה אז דער אגודה זאל קיין מאהל נישט צוריק טענה'ען אויף 'רעכטס' די קנאים האבען זייער ראלע צו שפילען וכה לחי! מאך א לעבן!

natrul » 22/11/2004 23:24

‫אדרבה זאל איינער זאגען וואס התאחדות הרבנים האט אויפגעטוהן זינט איר גרינדען? (חוץ פון נעמען געלט),
און צו יוחי

אייןסאטמאר » 23/11/2004 01:03

פייערמאן איז 100% גערעכט וועגן דף היומי, אזוי האבן געהאלטן אלע גדולי ישראל וואס זענן געווען קעגן די אגודה, אז מ' זאל נישט מיטהאלטן דעם דף היומי ווייל דאס וועט ברענגען א דערנענטערונג צו די אגודה.

קיינער איז נישט מסופק אין די ריינע כוונות פונעם גרויסן צדיק ר' מאיר שפירא זצ"ל וואס איז זיכער געווען לשם שמים, אבער אונז דארף מיר זיך פירן ווי אונזערע גדולים האבן אונז געלערענט, ומיני-ה לא נזוע.

די ברענגסט ספעציעל ארויס די קעגענערשאפט פון הגה"ק מהרי"ד מבעלז זצוק"ל, ווי אבסורד איז אז זיין אייניקל וואס איז נקרא על שמו,ומכלומרשט דער ממשיך דרכו וועט זיין דער נואם הכבוד.

ווי האט רבינו שליט"א געזאגט, ווי א עסקעלעיטאר, מ' גייט נאר אראפ איין טריט, דאס פירט דיך שוין אראפ ביז אונטען.

כשהן יורדן יורדן עד לעפר, ליידער.

דרך אגב, דער מגי"ש פון שומר שבת (וואס הייסט די געלונגעסטע דף היומי שיעור) דאכט זיך אז ער לערענט מיט איין בלאט הינטערווייליכעטס, און מאכט א עקסטערע סיום, טראץ דעים וואס מ' האט געאפפערט צו האלטן א דרשה ביים "מעכטיגן" סיום.

tzvibp28 » 23/11/2004 01:12

NATRUL
what do you mean oifgetin? they give Hechsheyrim and print Issurim on Shmoole Tzigepaste Kleider!!
and that you shouldn"t go to plays on Chol HaMoed!!!!!!

ליכטיג » 23/11/2004 02:27

יוסי

אגודה האט נישט ערלעידיגט דעם געזעץ וועגען ביליגע לעקטער פאר ישיבות, פריוואטע מענטשען האבען דאס דורכגעשטופט.

איין סאטמאר
ביסט נישט גערעכט מען קען נישט זאגען אז א זאך וואס מען האט געטון אמאל איז היינט גוט פאר אידישקייט, יעדע זאך האט זיין צייט דור דור ודורשיו.

דער ייטב לב האט געגעבען א בריוו מיט געלט פאר חברת ישוב ארץ ישראל על ידי עבודת אדמה, אין זיין אייניקל דער סאטמארער רבי ז"ל האט געהאלטען אז מען דארף פירען דעם מערכה אנדערשט קעגען די טריפהנער ציונים אין איז ארויס קעגען דעם בחרב וחנית.

דער הייליגער סאטמארער רבי זצ"ל האט אויפגעשטעלט זיין קהילה מיט יראת שמים אין זיין ממלא מקום'ס זון גייט אין קאורט.

איך קען דיק געבן צענדליגער משלים אבער איך וויל נישט מאכען קיין פייער.

האלט זיך נישט פרומער פאר יענעם, ווילסט נישט לערנען דף היומי לערן נישט, אבער דעם עקלדיגער מנהג פון KJFIREMAN צו האלטען אז ער איז בעסער פון יענעם איז פשוט ליצי ליצנות במיוחד בזמן הזה.




תוקן על ידי - ליכטיג - 23/11/2004 2:34:23

yohcee718 » 23/11/2004 02:45

ליכטיג

די קענסט גלויבען וואס די ווילסט די אישו איז דא נישט געוועהן צו דער אגודה איז גוט אדער נישט
PICK WHAT U WANNA BELEIVE ABOUT THE AGUDAH

KJ
האט געזאגט אז דער אגודה באהאלט איהר 'שייגעץ שטיק' אונטער דעם דף היומי.

און אנדערע ווערטר אגודה איז אזוי ווי די 'זקני ציון' קאנספיריסי, זיי זיצען איז א באהאלטענע צוממער אין זיי מאכען 'שייגעץ שטיק' אין נאכער פלאנען זיי ווי אזוי צו פארדרייען דעם עולם..

which is plain silly.

אלס וואס דער אגודה טוהט אין אמריקה איז אפען פאר ווער עס איז אונטערסירט

Just call 212 797 9000 and you might get a private tour of the offices and see for yourself all departments and what they do. No need to hide some 'shaigets shtick':

Well maybe some of the 400 workers must be doing some shaigets shtick who knows?

By the way the Governor had asked the Agudah which has an office for government affairs in Albany to lobby together with Catholic schools for this new electric billing scheme.

Good news last week all ישיבות (including Satmar)attended a special meeting called by the Agudah(as is usual) for information on new funding for computers for every classroom. Of course this was done by יחידים

עפשטיין » 23/11/2004 05:56

א מען לערנט א פאר בלאט גערוקט איז לכולי עלמה נישט קיין פראבלעם.

KJfireman » 23/11/2004 18:06

עפשטיין:
אז מען לערנט אפאר מסכתות גערוקט איז נאך בעסער...

יוחי:
שייגעץ שטיק האב איך נישט געמיינט דוקא אז עפעס ווערט געטאן אין די ניו יארקער אפיס פון אגודה, איך האבן געמיינט בכלליות דעם בריק צום ציונות וואס האט אגודה האט אויפגעבויט, וואס גייט היינט זייער ווייט, און דאס פרובירט מען איינצופאקן אין א פאר בלעטער גמרא פון דף היומי.

Ziskeit » 23/11/2004 18:45

יוחי, איך וויל אויסדרוקן מיין פילסטע שטיצע פאר דיר.

די וואס אטאקירן דא דעם דף היומי זענען פאלנע עמי הארצים, וואס קוקן נישט אריין אין קיין אידיש ספר משבת לשבת, געבן זיי זיך אויס אויף אנדערע וואס לערנען יא, פון גרויס קנאה.

יענער לערנט און איך לערן נישט, אבער יענעמס לערנען גייט פאר די סטרא אחרא. מיט דעם בארואיגן זיי זיך.

דאס זעלבע איז מיט זייער שנאה צו די אמעריקאנער "אגודה". זיי רעדן פון קנאה, קענען נישט אויסהאלטן אז אנדערע טוען אויף בשעת זייער התאחדות (א ריזיגע ארגאניזעישאן וואס האט ברענטשעס אין אמעריקע און אין קענעדע) איז ביזי מיט ארויסגעבן איסורים וחרמות קעגן טראגן מיטן עירוב און קויפן סידורים מיט א רינדעכיגע קמץ.

ווען וועלן זיך שוין מענטשן אויסלערנען אז עס איז א "פרי ווארלד". ווילסט נישט טראגן מיט'ן עירוב טראג נישט, ווילסט נישט לערנען דף היומי לערן נישט, ווילסט נישט זיין א מעמבער אין די אגודה זיי נישט, אבער פארוואס אטאקירן אנדערע וואס האבן אן אנדערע שיטה הקדושה ווי דו.

ווער רעדט נאך איבער די גרויסע היפאקרטיזם פון די וואס שטעלן זיך צו צו די אגודה ווען זיי קענען באקומען הילף, אבער דאן דערקלערן זיי זיך קנאים וועלכע זענען קעגן די אגודה.

נ.ב. איך בין פונקט אזוי אנטי-מדינת ישראל ווי ענק אלע, אבער רבותי, פּליס, אביסל "קאמאן סענס".

סאטמארער רבי ז"ל האט ווי באקאנט פיינט געהאט די אלע מכלומר'שטע קנאים.

yohcee718 » 23/11/2004 18:49

KJ
דא חזר'סט איבער נאכאמאהל דעם נארישער קאנספיריסי טיאריע


"און דאס פרובירט מען איינצופאקן אין א פאר בלעטער גמרא פון דף היומי.

ווער?
ווי?
וואס?
ווען?

די האסט עפעס א ידיעה אז דער אגודה 'פרובירט'

דאס איז עפעס א פלאן?? זיי מסביר וואס די מיינסט

דער אגודה (מיט דגל)אין ארץ ישראל באהאלט נישט, -אדער צו נוצען דיין לשון- צו 'איינציפאקן' זייער א.ג. 'ציונות' די צייטונגען זענען פוהל מיט די פארשידענע דיעות פון אלע גדולים לכאן ולכאן אלס איז בגלוי...

דער אמת איז,אז דו רעפרעזענטירסט א געוויסע וועג פון טראכטען וואס איז ביי א סאך היימישע חרד'ישע אידען דהיינו

אלס וואס יעדער טוהט איז אונטער א חשד עפעס מיז דא זיין באהאלטן, וואס מ'זעהט אויף דער וועלט איז נאר א 'מאסקע' אויף פארבארגענע זאכען.

מיר אין אמעריקה לאכען פון די אראבער אין זייערע לענדער וואס גלויבען אז איזראעל האט מיט אמריקה אטאקירט די TWIN TOWERS
וכדומה וכו' וכו'

ווער עס מאכט אויף א אידיש צייטונג זעהט גלייך אז מיר קוקען אויף די גאנצע וועלט אזוי. אפילו אויף אונזערע אייגענע רבנים שוחטים משגיחים.. א יעדער איז א נוגע קיינער מיינט נישט פשוט וואס ער זאגט

KJ דו ביסט EXIBIT NUMBER 1

נער_תמים » 23/11/2004 19:37

פייערמאן,
אז מען לערנט אן אנדער מסכת, דהיינו דו לערנסט סתם א שיעור פאר דיר, טאקע פיין און וואיל, אבער גארנישט טרייבט דיר נישט, צו לערנען דעם בלאט יעדן טאג אן אויסנאם, ממילא ווען דו האסט א חתונה, א בר מצוה, אן אפוינמענט, שאפינג, אדער סתם נישט קיין געדולד, לערנסטו נישט יענעם טאג
מה שאין כן, ווען דו באלאנגסט צו א מסגרת, ךאמיר זאגן ביזט געריקט מיט א פאר דפים, אבער די דפים פארן ווייטער, און בלייבן נישט שטיין פאר דיינע פוילע (אדער ריכטיגע) תירוצים, דאס טרייבט דיך צו לערנען יעדן טאג

Ziskeit » 23/11/2004 22:39

אינטערעסאנט איז אז ס'איז אזא עבירה, און איך האב אינגאנצן נישט די יצר הרע זיך צו וועלן אראפזעצן לערנען א בלעטל דף היומי.

yohcee718 » 24/11/2004 02:47

זיסקייט

שכויעח פאר דיינע ווערטער

אבער מיין טענה איז בכלל נישט דא איבער דעם תועלת פון דעם דף היומי אדער בכלל איבער 'אגודה'

די וואס האבען קריטיק אויף אגודת ישראל צוליעב השקפה איז כל הכבוד להם יעדער מיינט דאך לשם שמים!

פאר מיר איז נאר געוועהן מאדנע ווען KJ האט מיט א זיכערקייט געוואוסט צוזאגען אז דער אגודה האט א פלאן ווי אזוי צו באהאלטן זייערע 'שייגעץ שטיק' מיט דעם 'דף היומי' האב איך מיך נאר באצויגען צום זיין 'קאנספיריסי' השקפה .. אן ערשיינונג וואס טיף אריינגעוואצלט אין אונזער קרייז...כהנ"ל.

בדרך אגב
דו זאגסט אז דער דף איז א גוטע זאך, יא, אבער דער בעל מנחת אלעזר זצוקלה"ה זאגט אין זיין ספר דברי תורה אז מ'קען נישט לערנען דעם דף ווייל וואס טוהט מען אויב ביים סוף דף איז מען אין מוטן א סוגיה?

די אלע וואס שרייבען דא אנטקעגן האבען נישט געברענגט איין מאהל דעם סאטמאר רב זצוקלה"ה איבער דעם ענין פון דף היומי,

דער תירוץ איז פשוט. א ודאי איז ער געוועהן דערקעגן, אבער אנדערש ווי דער בעל מנחת אלעזר האט ער זיך שטארק געהוטן נישט זיך אריינלאזען אין זאכען וואס וועט א וועק נעמען פון זיין קאמפף העיקרי קעגען ציונות בכלל אין בחירות בפרט.

שטעלט אייך פאר אויב ער וואלט געוועהן געהאקט אויף דעם דף, דער מגן דוד, בחירות, 'בחדא מחתא', ביים סתם עולם וואלט דאס געוועהן איין 'היינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה' איין שטולענט,

איז ער -און טאקע נאר 'ער'- וואס איז געוועהן א חכימא דיהודאי, אנדערש ווי אונזער היינטיגע 'משה בער בעק'ניקעס' והנגררים עמו, און דערביי געצילט זיינע ווערטער בכתב ובפובמי נאר צו דברים העיקרוניים וואס זענען אסור באיסור גמור לדעתו

ווי ער שרייבט א סאך מאהל אין שו"ת דברי יואל 'אם ברור לך [האיסור] כאחותך [שאסורה עליך] תאמר ואם לאו אל תאמר'

כ"ז כתבתי לע"ד



sammy » 24/11/2004 06:03


בס"ד ג' וישלח תשס"ה, ולמספרם מכות כ"ב עמוד א' (או משהו כזה)...

יש לי חבר, של"ע ול"ע יצא לתרבות רעה באופן חמור מאוד. פעם פגשתי אותו, ושאלתי אותו: נו, מה יהיה איתך? אז הוא ענה לי: אמת שעברתי על כל עבירות שבתורה, אבל לשאול תחתית עדיין לא הגעתי, כי על איסור אחד שמרתי מכל משמר לא להיכשל בו חלילה. והיא לימוד דף היומי...


ולעצם העניין. נכון, אנחנו מתנגדים לדרך האגודה! ובגלל זה אנחנו לא לומדים את הדף היומי. אבל אין מה להגיד, שהדף היומי הוא מפעל נהדר וגדול שאין כמהו, ואין שום טעם להתכחש לזה.


Ziskeit » 24/11/2004 06:22

סעמי רעדט דברים של טעם.



נישט נאר יעצט. אלעמאל.

yohcee718 » 24/11/2004 06:27

אט באקומען אין די פוסט
[בילד – נישט אפגעהיט]

Ziskeit » 24/11/2004 07:15

יוחי, וואו גייט מען קענען מיטהאלטן די סיום לייוו?

אייןסאטמאר » 24/11/2004 19:01

לכטיג שרייבט

איין סאטמאר
ביסט נישט גערעכט מען קען נישט זאגען אז א זאך וואס מען האט געטון אמאל איז היינט גוט פאר אידישקייט, יעדע זאך האט זיין צייט דור דור ודורשיו.

ווי האב איך דאס געזאגט?

yohcee718 » 24/11/2004 22:58

זיסקייט

דער ועד פונעם סיום ווייסט נאך נישט וואס צוטוהן מיט דעם ריזיגען פארלאנג, וואס זיי האבען שוין ביז יעצט. דער הויבט אונפירר פונם פראגראם האט מיר געזאגט אז ער האט פארציילט פאר מאדיסון סקווער אז ער איז SOLD OUT זענען זיי משוגע געווארן פון התפעלות.

איך האב זיי פערזעהנליך געווארנט אז זיי האבען נישט קיין אנאנג וואס פארא טומל עס קומט, רוב חסידישע אידען זענען נישט געוואוינט צו קלערן פון מער ווי א וואך אדער צוויי פאראויס.. אלע סקווערע, וויזניצע באבוב בעלזער שלעפערס וועלן זיך דערוועקן צוויי וואכען פארן סיום "אוי וויי ווי אזוי קען מען באקומען טיקעטס!"

זיי קלערען אפשר ארויס צונעמען JAVITS אדער NASSAU אדער ביידע נאר פאר SATELLITE CLOSED CIRCUIT SIMULCASTING אז דו ווייסט וואס דאס מיינט,

דהיינו דער סיום פראגראמ וועט האבען א פאראייניגטע פראגראם פון מאדיסון סקווער און קאנטינענטאל דארט וועט אלס זיין LIVE האלב אין מאדיסון אין האלב אין קאנטינעטאל.... אין אנדערע 50 פלעצער און גאנץ אמריקה קנדה מעקסיקו אוסטראליא וועט מען נאר קענען 'זעהן' א שידור חי

אואדאי וועט זיין אין א יעדע פלאץ לאקאלע רעדנער און מסיימים וכו' וכו'

SAMMY
אפשר ווייסטו צו הרב הג' פוסק הדור ר' יחזקאל שליט"א וויל קומען ??

I"LL MAKE SURE HE GETS HIS KOVED



נאא FOGETABOUTIT!
ער קען נישט קומען, וואס וועט מנשה פיליפ זאגען

SIM89 » 25/11/2004 14:51

ס'איז זיכער אז ס'איז דא גוטע זאכן אין דער "דף היומי", איין גרויסע חסרון אין דעם אז די רעיון איז אנגעקומען פון אגודה, אבער היינט אנדערע מאכן עס נאך, ווי למשל תולדות אברהם יצחק וואס האבן 'דף הקהילה', און אויך אין סאטמאר פראבירט עס ר' אהרן ט"ב אריינצופורן.
אינטרעסאנט איז אז רשכב"ג הגה"צ ר' אהרן לייב שטיינמאן האט געזאגט אין מועצ גדולי התורה פון די אגודה אין אמעריא פאר צוויי וואכן אז דף היומי איז נאר פאר בע"ב אין נישט פאר כולל אינגעלייט מיט ישיבה בחורים, אזוי האט מפרסם געווען דער "יתד נאמן" אין א עקסטערע ביילאגע וואס איז ארויס לעצטן עש"ק אויף גי גאנצע נסיעה פון מרן שליט"א.

ליכטיג » 26/11/2004 05:54

אוודאי איז דף היומי נאר פאר ארבייטער אין נישט פאר כולל אינגעלייט אין בחורים, מען דארף נישט הרב שטיינמאן פאר דעם.

האסט אמאל געזען א כולל אדער א ישיבה זאל האבען א סדר אין דף היומי?

זיי לערנען עיון.

SIM89 » 28/11/2004 17:54

ס'איז היינט ליידער נישט אזוי פשוט, אין אר'י איז דא אגאנצע קאמפיין אז כולל אינגעלייט זאלן לערנען דף היומי, ס'איז דא אגאנצע ארגאניזאציע וואס הייסט 'דרשו' וואס מאכט פארהער אויף דעם מיט געלט נאר פאר כולל אינגעלייט, און זיי זאגן אז זיי האבן דאס שטיץ פון הרב מיכל יהודה ליפקוביץ (אראש ישיבה און יש'ק פונביז' אמאל צוזאמען מיט הרב שטיינמאן) אויף דעם. און ווייסט אויס אז אויף דאס האט געמיינט הרב שטיינמאן אז ס'טויגט נישט.

אינגערמאן » 19/1/2005 05:02

כ'האב געטראפן א קליינע שיינע קליפ פונעם 10'טן סיום הש"ס פון דף היומי
http://www.justasktv.com/trailers/vid_siyum_hashas.html



תוקן על ידי - אינגערמאן - 19/01/2005 5:03:15

זאליweaky » 21/1/2005 10:13

דער בעל_תשובה איז ווי עס קוקט אויס נאך דערווייל שוואך באהאוונט אין די חרדי'שע בפרט סאטמארע, וועלט.

די סאטמארער ישיבות און כוללים זענען היינט די גרעסטע איבער די וועלט.

(און אויב איז שמח"ת אין ראדני א באווייז אויף עפעס. איז די פארגאנגענע וואכן אין ישיבת 'פוניבז' אלף פעמים ככה. סיי בכמות, סיי באיכות. אבער דאס איז אן אריכות).

ליכטיג » 24/1/2005 06:08

sim
דרשו לערנט דך היומי אויף די אייגענער צייט אין נישט אין די זמנים פון כולל- ישיבה, וואס דאס איז נישט קיין עוולה זיך צו משלים זיין אין בקיאות.


בכלל איז דרשו מער פאר בעלי בתים אין נאר א חלק פאר כולל אינגעלייט אין בחורים.

באראפארקער » 24/1/2005 06:16

ר' מאיר שפירא האט אין זיין ישיבה געלערענט דף היומי, די פלאן לכתחילה איז געווען אז אלע אידעם זאלען לערנען די זעלבע דף איעדען טאג, נישט נאר בעלי בתים, בחורים אינגעלייט בעלי בתים זקנים, אלע.

אינגערמאן » 14/2/2005 22:25

דרשו אדווערטייזט לעצטענס אין די היימישע צייטונגן
זעהט אויס אז זיי האבן שוין אריין געדרינגן אינעםן קנאי'שן עולם

אינגערמאן » 14/2/2005 22:30

רבי מאיר שפירא ז"ל דער מייסד פון דף היומי
[בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2 3