היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » צום סיום פון 11'טער מחזור "דף היומי"

צום סיום פון 11'טער מחזור "דף היומי"

128 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1190009
בלאט: 1 2 3

אינגערמאן » 20/2/2005 05:57

.

ליכטיג » 20/2/2005 06:10

איינער ווייסט ווער וועט זיין דער גאסט רעדנער? ווער וועט מאכען דעם סיום?

yohcee718 » 20/2/2005 15:03

דער מסיים וועט זיין הגאון ר' חיים שטיין ראש ישיבה טעלז קליוולאנד ער איז שוין קרוב למאה. און מ'זאגט אז ער לערנט דעם דף מיום מ'האט דאס געגרונדעט.

דער מתחיל 'מסכת ברכות' וועט זיין הג' ר' פישל'ע הערשקאוויץ

קבלת עול מלכות שמים האדמור מקלויזענבורג ....פרטים יבאו....

נבוכדנאצר » 20/2/2005 17:54

עפעס שמועות זענען דא אז טענדלער פון מאנסי דער חולק אויף די מסורה קריגט דארט א כיבוד? יוחי וועט זיכער וויסן, ער איז דאך אינעווייניג. לייקן אדער באשטעטיג, ביטע.

shia550 » 20/2/2005 20:27

א כיבוד מן דבר שמיה.

דער פראבלעם איז אז ער וועט קומען אין עס איז דא רבנים וואס ווילען נישט קומען ווי לאנג מען קלונגט איםהנישט און ער זאל בליבען אינדערהיים.

יוסף_נפתלי » 20/2/2005 22:49

והשני בדומה לו ר' נארמען לאם פון YU האט אויך באקומען אן אפיציעלע איינלאדענונג, קיין שום חידוש פונעם קאלעדש פראפעסער רב פון די אגודה.

.


תוקן על ידי - אינגערמאן - 20/02/2005 23:46:11

אינגערמאן » 20/2/2005 23:54

ביטע נישט מאכן דאפעלטע אשכולות אויף איין זאך!

------------------------------------------------------
*natrul*

רבבות עמך ישראל גרייטען זיך צום געהובנע סיום הש''ס
וואס וועט פארקומען און 2 וואכען ארום אין די מעדיסאן סקווער גארטען און קאנטינעדאל ארענא, און א סעטליאט הור-אפ און איבער 70 אנדרע פלעצער און די גאנצע וועלט [די גרעסטע טראנטע מיט 6 טויזענט מענטשען, דערנאך קאליפארניע מיט 3 טויזענט]
ווער עס האט זיי וועלכע נייעסער בנוגע די סיום הש''ס זאל עס דא באריכטען
כולנו להמעמד הגדולה בהעולם

8:15 18/2/2005 - נשלח ב
------------------------------------------------------
* כורמיזא *

נייע געלונגענע דף היומי סייט אין אידיש:
http://www.hadafhayomi.co.il/index.php?from_chk=1
------------------------------------------------------


11:36 18/2/2005 - נשלח ב
--------------------------
* יהופיץ *

האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג התכבד אצל הסיום הש"ס הגדול בארה"ב, להיות השליח ציבור לפני מאה וחמישים אלף איש, בקבלת עול מלכות שנים וה' מלך.


16:42 18/2/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
* shabbos_23 *

איז עס אמת וואס עס שטייט אין בחדרי חרדים אז פרעזידענט בוש איז געווארן איינגעליידענט צי קומען?? אין האט אנגענומען?? ווייסט איינער?

http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1281066




3:54 20/2/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
* נבוכדנאצר *

דער פארברעכער דאקטאר טענדלער פון מאנסי דער פורץ גדרן של ראשונים איז נתכבד געווארן צום רעדן ביים סיום, און קיינער רופט זיך נישט אן!

איינער האט מיר געפעקסט א צעטל פון צענדליגער רבנים פון ניו יאר און אומגעגנט קעגן דער פורץ גדר, אבער אהן זיין נאמען, קען זיין זיי ווייסן נישט וויאזוי ער הייסט?


4:37 20/2/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------

* עפשטיין *

וואס איז דיין מקור אז ער גייט רעדן ביי דעם סיום הש"ס?

ווער גייט רעדן מרדכי אדער משה טענדלער?

5:14 20/2/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
* נבוכדנאצר *

איך האב נישט געשריבן קלאר

משה טענדלער, דער מפיר ברית, האט מען מכבד געווען צו רעדן, כך שמעתי פון א חבר אין ניו יארק אז עס הענגען צעטלעך אין גרויסן, פרעג זיך נאך.

די חתימות וואס איך האב געשריבן האב איך געמיינט קעגן דעם שטורעם וואס ער האט געמאכט וועגן מציצה בפה.


22:8 20/2/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
* natrul *

אלע זיצען פון מעדסאן, קאנטינעטאל זענען שוין פארקויפט, יעצט קען מען קויפען טיקעט'ס ביי אייכלער'ס, פאר א הוק-אופ אין די דשעוויץ סנטר


22:41 20/2/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
* יוסף_נפתלי *

והשני בדומה לו נארמען לאם האט אויך באקומען אן אפיציעלע איינלאדענונג

babyfish » 21/2/2005 13:39

תכונה רבה לקראת חגיגת 'סיום הש"ס' האירופאית
מאת: מנדי.ד

סמל האירוע

לקראת חגיגת 'סיום הש"ס' האירופאית המרכזית שתיערך אי"ה ביום רביעי כ"א אדר א' בהיכל ישיבת חכמי לובלין, בעיר לובלין שבפולין, יצאה היום (א') משלחת של 'הוועד המארגן' של האירוע מטעם 'מרכז רבני אירופה' לביקור בעיר לובלין שבפולין ובבניין ישיבת חכמי לובלין. הרב מנחם מרגולין מזכ"ל 'מרכז רבני אירופה' סיפר כי עקב חוסר תקציב חוסר אמצעים של הקהילה היהודית בלובלין ובוורשא נמצא בניין הישיבה בליקויים חמורים במיוחד.
"דלתות רבות נעקרו ממקומם, הרצפה שבורה וליקוייה, הצבע מזמן התקלף מהקירות, והפאר והדר שאפיין את בניין ישיבת 'חכמי לובלין' המעתירה מזמן חלפו ועברו מן העולם".
בניין הישיבה הינו גדול מימדים ויש בו אולמות וחדרים רבים, אולם רובם עדיין אינו ראוי לשימוש ולאכלוס הקהל הרב שאמור להשתתף בחגיגה הגדולה. 'מרכז רבני אירופה' עושים מאמצים רבים ע"מ להכין את הבניין לקראת החגיגה הגדולה, וצוות גדול במיוחד עמל על תכנון האירוע בצורה הטובה ביותר תוך כדי הכנת המבנה לקראת החגיגה.
אדמו"רים, רבנים וראשי ישיבות מכל רחבי אירופה שקיבלו השבוע הזמנת כבוד ממשרדי 'מרכז רבני אירופה' הבטיחו את השתתפותם במעמד הגדול שבודאי יקדש שם שמיים, יחזק את לומדי ה'דף היומי' וירחיב את מעגל השיעורים והלומדים.



[בילד – נישט אפגעהיט]

ishchusid » 22/2/2005 11:24

חברה! אם לא עכשיו אימתי !!
[בילד – נישט אפגעהיט]

ליכטיג » 22/2/2005 18:42

איך האב געקלונגען צו איינעם פון די הויפט עסקנים פון דעם סיום, און ער האט מיר געזאגט אז ראביי טענדלער וועט זיך נישט דערוואגען צו קומען, נאך די אלע בקשות פון איהם נישט צו קומען.

יענער זאגט אז טענדלער מיט די אגודה זענען שוין שונאים צענדליגער יארען, אין יעדער געזעץ וואס די אגודה האט פרובירט צו באשטעטיגען לטובת היימישע אידען האט רב טענדלער פרובירט צו שטערן.

נבוכדנאצר » 23/2/2005 21:28

איך האב יעצט געהערט אז 1700 מענטשן האבן אריינגערופן קענסעלען זייער זיץ אויב וועט דער ראביי ערשיינען.

איך האב פריער געזען דא א אשכול "מחאה אדירה אין מאנסי", עס איז נעלם געווארן, איינער ווייסט פארוואס?

worldwar » 23/2/2005 21:45

שמעתי מאחורי הפרגוד אז טענדלער גייט אין קארט וועגען דיסקרימינעישאן

יענטא » 25/2/2005 19:51

את ההצעה ללימוד דף יומי אחיד ועקיב הציג הרב הגדול והדגול, הרב יהודא מאיר שפירא מלובלין זצ"ל, בפני ועידת "אגודת ישראל" בווינה, תרפ"ג. ההצעה כבשה את הלבבות. מחזור הלימוד הראשון נפתח בראשות האדמו"ר ה"אמרי אמת" מגור, בערב ראש השנה תרפ"ד ונמשך עד ט"ו בשבט תרצ"א. הסיום הראשון היה גם הסיום היחיד שהר"מ שפירא זצ"ל, ראש ישיבת "חכמי לובלין" ורבה של לובלין, השתתף בו. הסיום המרכזי הזה נערך ברוב שמחה והתרגשות בהיכל המפואר של הישיבה החדשה "ישיבת חכמי לובלין" אשר נחנכה ביום כ"ח בסיוון תר"צ.

בכל אתר ואתר נערכים עתה עשרות אלפי יהודים ליום הסיום וליום התחלת מחזור הלימוד החדש אשר יצוין ביום כ' באדר א' הבא עלינו לטובה. לאחרונה פורסם (במדור זה ש.ש.) כי תיערך חגיגה מרכזית בהשתתפות אישי תורה ואישי ציבור רבים בבניין "ישיבת חכמי לובלין" אשר בלובלין. במעמד זה צפויים להשתתף כאלף אורחים המגיעים מישראל וממדינות רבות אחרות. טקס זה, דווקא בגלל סמליותו הרבה, דורש זהירות ומחייב הסתייגות.

זהירות על שום מה? על שום שמיררו הגויים את חיי אבותינו בפולין ובכל מקומות גלותם ושפכו את דמם כמים ועבדו בהם בפרך. על כן ציוונו מי שגאלנו וגאל את אבותינו משם שלא נשוב לשם עוד. על כן חייב אדם בכל דור ודור, ובוודאי בדור הזה, לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים, מפולין ומכל גאיות ההריגה והביאו ה' ברחמיו וברוב חסדיו לשבת בארץ ישראל אשר הוריש לנו והיטיב עמנו מאבותינו.

לעתים ישנה נטייה אצל אנשים יהודים לרומם ולהלל את ימי ישיבתנו במצרים ואת הטוב והחסד שהיו מנת חלקנו שם. ובפרט, לרומם ולקדש את עולם התורה הגדול שהיה ואיננו. חשש גדול יש בלבי כי יקומו אנשים טובים, אשר מתוך פרץ של נוסטלגיה ומשיכה אל העבר, יבקשו לחדש לימוד ופעילות ב"ישיבת חכמי לובלין" אשר בעמק הבכא. משל למה הדבר דומה? לנסיעה לשם עריכת סדר פסח בקהיר על גדת היאור, כדי "להראות" למצרים ולעולם. או להזמנת "נופש פסח" על גדות הדנייפר או הדנובה האדומים ממכת דם של יהודים. ישנה "אופנה" כזו, להתרפק בערגה על פשמישיל וברסלב ולחשוב "הימים הראשונים היו טובים מאלה" ח"ו.

ביום ז' במרחשוון תרצ"ד נפטר בחטף הר"מ שפירא. שלוש שנים וחצי לאחר ייסוד הישיבה. הוא נאסף לפני בוא הרעה הגדולה. "כי מפני הרעה נאסף הצדיק" (ישעיה נז). פחות מעשר שנים מאז היווסדה, בחודש אדר ת"ש, נסגרה הישיבה בפקודת הצורר. כל ספרי הישיבה "עקד ישיבת חכמי לובלין" עשרות אלפי ספרים יקרי ערך ונדירים הושלכו החוצה אל החצר. עשרים שעות השתוללו הלהבות ולקול בכיים של אלפי יהודים הוצת הכול. התלמידים נפוצו לכל עבר וגורלם היה כגורל כל בית ישראל להרג ואובדן.

כאשר קוראים את מכתביו ואת כרוזיו של הר"מ שפירא זצ"ל נוכחים לראות כמה גדולה הטרגדיה. כמה הושקע הכול במקום הלא נכון ובעיקר בזמן הלא נכון. וכך כתב: "הישיבה העולמית בלובלין תרים שוב, עם פתיחת שעריה את קרן התורה, תחדש מסורת קדומים מפוארה של לובלין המעטירה. היא תיהפך למרכז התורה אשר במסגרתו יתלכדו טובי ובחירי הכוחות הרוחניים הצעירים של עמנו... עצום ורב משמעות הוא רגע נשגב זה... מה גרנדיוזי היום המאושר, הנה הגיע היום הגדול, הגיעה השעה ההיסטורית שאחרי נדודים ארוכים חוזרת תורה לאכסניה שלה, שוב מתמקם אוהל מועד באכסניה של תורה עתיקת יומין, בתוככי לובלין עתירת היחס...".
לרגל חנוכת הישיבה, שלח הר"מ שפירא מכתב הזמנה למרן הראי"ה קוק זצ"ל. המכתב נפתח בתוארי כבוד אלה: חכימא דיהודאי, רב האי גאון ודגול מרבבות קודש, שר התורה ופאר הדור, מרא דארעא ישראל וכו'. הכותב מבשר לראי"ה על יום חנוכת הישיבה בלובלין ומבקשו: "יאציל נא כבוד גאון תורתו מהודו עלינו... ישא נא כפיו הטהורות בתפילה ויברך גבולנו בתלמידים הגונים וגדול יהיה כבוד הבית שיגדלו בו תורה ויראה".

בשולי מכתב זה נכתב (כנראה על ידי מזכירו של הראי"ה): "נשלחה טלגרמה: מז"ט יגדיל תורה ויאדיר". זו התייחסות רשמית קצרה.

לפני הוועידה בתרפ"ג שלח הראי"ה איגרת ארוכה ונרגשת אל גדולי ישראל ופעילי אגו"י אשר התכנסו בווינה. האיגרת כולה רצופה דברי חיבה והתקשרות, כדרכו, לכינון שיתוף פעולה אמיתי בין "אגודת ישראל" שהוא נמנה על "מועצת גדולי התורה" שלה לבין הבניין והתחייה של היישוב המתכונן בארץ ישראל. בין יתר דברי האיגרת הוא כותב לאמור: "הנני מלא תקווה שתדע הכנסייה הקדושה לתקן לימים הבעל"ט שקשר הקודש שבינינו יהיה איתן ומסודר...

והנה לא אמנע מלהעיר את כתר"ה כי אחד המפעלים שהזמן גרמא לחדש אותם בא"י כעת ובעקו"ת ירושלים ת"ו בייחוד, הוא ייסוד ישיבה גדולה מרכזית בעד כל בני הגולה, וכבר ביארתי... קצת מהנימוקים הגדולים המכריחים אותנו לדרוש כעת מכלל עם ה' שישתדלו לעשות את ירושלים עיר הקודש להאכסניה של תורה היותר גדולה והיותר מפוארה בישראל. ומה נכבד יהיה הדבר אם מאת כנסייתכם הקדושה תצא עזרה ותעמולה לכונן את היסוד הקדוש הזה אשר ממנו תוצאות כל אחרית ותקווה לבית ישראל ולתורתנו הקדושה בהר צבי קודש, בע"ה".

והנה מה רבה הייתה אכזבתו ושברו של הראי"ה בראותו את החלטות האספה הנ"ל ואת העידוד הרב להקמת "ישיבת חכמי לובלין". בכרוז ה"היסטורי" כתב הר"מ שפירא: "בעזה"י פה בלובלין נושאים אנו מבטנו אל ימי קדם. אל תקופת הזהב שבה חי ועד ארבע ארצות ונתקיימה אז בפה ישיבת תבל ששימשה למרכז התורה בפולין וגם יצאה ממנה הוראה ותורה לכל בית ישראל".

לובלין תחת ירושלים ופולין תחת ארץ ישראל וכעבור כמה שנים אפר תחת פאר לאסוננו כי רב. היו גם רבים וטובים מראשי הישיבות בליטא שהתנגדו לישיבה החדשה והמפוארת אשר תקום בשעה שהישיבות הוותיקות ועתירות היחס נאבקות על קיומן מתוך מצוקות קשות מאוד. אולם התייצבותם החד-משמעית של אדמו"רי פולין ובראשם האדמו"ר מגור והאדמו"ר מצ'ורטקוב מאחורי הר"מ שפירא חתמה את הוויכוח.

את כל אלה יש לזכור בבואנו עתה לציין את חג שמחת התורה של סיום הדף היומי. התורה ב"ה כבר איננה מרחפת בעולם ללא בית. יש לה בית, בית מפואר בארץ ישראל ובירושלים. כבר לא "גווילין נשרפים ואותיות פורחות באוויר" אלא שני "עצי חיים" מימינה ומשמאלה אשר נוטעים את התורה בארץ ישראל. הכינוס בלובלין צריך להעלות את זכרו המבורך של מייסד הדף היומי ולהודיע לכל עולם התורה והיהדות "כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים", מעתה ועד עולם. אמן.

הרב אברהם גיסר (עפרה)

טוב_לכל » 25/2/2005 22:36

א פרישער ליגנט צו רייניגן און הייליגן דעם נאמען פון דעם עוכר ישראל, וועלכער איז אזוי געווארן געסטעמפלט דורך אלע גדולי ישראל, און וועלכער האט פארשמירט זיינע הענט מיט דעם בלוט פון באלד אזויפיל אידן ווי היטלער !

"גדול המחטיאו יותר מן ההורגו".

תוקן על ידי - טוב_לכל - 25/02/2005 22:40:03

natrul » 25/2/2005 22:50

נעכטן האט די אגודה געשיקט א בריוו צו רב טענדלר ווי מ'בעט איהם אז ער זאל נישט קומען צום סיום הש''ס

תוקן על ידי - natrul - 25/02/2005 23:01:48

SIM89 » 27/2/2005 17:32

איך בין שאקירט אינגאנצן פון דער טוב-לכל!
אמת מיר זענן זייער שארף אנקעגן אותו אי"ה וואס דער ראגאטשאווער גאון האט שוין געשריבן אז זיין נאמען איז פון אן עוף טמא. מיר ערליכע אידן האלטן אז ער האט אגרויסן חלק און דעם גרויסן אומגליק פון כלל ישראל דאס ציונות הארורה וואס ביי אונץ איז דאס גלייך הארב ווי די נאציזם.
אבער פון דא ביז גלייכן הרב קוק צו היטלר איז נאך ווייט ווייט!!!!!!!!!!!!!!!!
הרב קוק האט ביי זיך זיכער געמיינט לש"ש, נאר זיין פאלשע אהבה צו אידישע קינדער קלקלה את השורה, און השוגג האט ער גורם געווען צו אביטערן אומגליק, און אפשר האט ער נישט א'דין פון שוגג, ווייל היה לו ללמוד ולא למד. אבער היטלר?????????????????????????????????????????
מרן הגה"ק ריו"ח זאנענפעלד ירושלימער רב וואס איז געווען דער ריכטיגער קנאי, און האט געפירט די מערכה אנקעגן קוק, האט איהם פערזענליך מכבד געווען, נאר נישט אלס ירושלימער רב. רוב רובם פון גדולי ישראל וואס האבן נישט געהאלטן פון זיין וועג, אבער אלס גדול בתורה וביראה האט מען איהם שטארק מכבד. אפילו ביי אונז סאטמערע חסידים וואס מיר גייען אין די שיטה הקדושה וואס אסר'ט התחברות לרשעים אפילו אויב זיי גייען א'גאנצע טאג מיט ר"ת תפילין, מיינט דאס נישט אבער צו מאכן איהם היטלר רח"ל. דער רבי זיע"א אליין שרייבט אויף איהם אין א'תשובה "הרב קוק".
א ביסל ריכטיגע פראפרציע! אויף הרצל ימ"ש איז נישטא קיין חשש צו זאגן וואס מ'וויל.

מהפך_פשטא » 28/2/2005 06:27

סגייט זיין אויף טעלעווישאן? אויב יא וועלכע טשענעל?

ליכטיג » 28/2/2005 08:04

טעלעוויזשאן? וואס פאלט דיר איין?

א הייליגע זאך אויף טעלעוויזשאן?

mekele » 1/3/2005 02:50

אויפן אינטערנעט?

tzvibp28 » 1/3/2005 04:43

sim89
יישר כח פאר מגין זיין אויף די נערמאלקייט. מ'דארף נישט מגזם זיין

ליכטיג » 1/3/2005 07:02

ווער ווייסט ווער גייט אלעס רעדן ביי די סיום הש"ס?

פארוואס שטייט נישט אויף די עדווערטייזמענט א רשימה פון די רעדנער'ס ווי ביי יעדע כנס?

yakovber04 » 1/3/2005 21:04

yakovber04 » 1/3/2005 23:20

א טיקעט צום סיום.
[בילד – נישט אפגעהיט]

טוב_לכל » 2/3/2005 00:54

ווער עס זאגט אז קוק איז נישט אזוי שלעכט ווי היטלער, איז אדער געכאפט אויף דער ווענדקע, אדער הייבט ער נישט אן צו קענען קיין היסטאריע.

היטלער ימ"ש האט אויך ביי זיך בארעכטיגט אלע זיינע מעשים, און דער באקאנטער דייטשער תירוץ איז געווען אז זיי האבן נאר געפאלגט באפעלן.

אונזער פראבלעם מיט קוק איז נישט ווייל עס איז דא עפעס א עוף טמא מיט זיין נאמען ...

איך גלייב באמונה שלימה אין די ווערטער פון די חכמים "גדול המחטיאו יותר מן ההורגו".

און ווען מען מאכט א חשבון וועט מען זען אז קוק ימח שמו וזכרו האט אראפגעפירט פון וועג פיל מער ווי 6 מיליאן אידן בעוה"ר.

ווער עס קען היסטאריע ווייסט, אז ווען נישט קוק וואלטן הערצל און זיינע נאכפאלגער אנגעקומען דארט וואו אלע ערליי כיתות שונות זענען אנגעקומען.

דאס וואס 90 % פון כלל ישראל זענען פארכאפט צו ציונות, איז נאר אדאנק אים און זיין השפעה. און דאס וואס 95 % אפשטאמיגע פון אידן זענען היינט פריי איז אויך אסאך אים צו פארדאנקען.

און אזוי ווי איך גלייב אויך אין די דברי חז"ל פון "אני מתיר את בשרכם", און דאס איז ליידער מקוים געווארן במילואו דורך היטלער ימח שמו וזכרו, ווי רביה"ק ברענגט ארויס אין ויואל משה.
קענסטו צורעכענען צו זיין קאנטע אויך די 6 מיליאן אידן וועלכע היטלער האט גע'הרג'עט !!!

ליכטיג » 2/3/2005 08:39


March 2, 2005
Orthodox Jews Celebrate End of a True Sabbatical
By ANDY NEWMAN
Like Orthodox Jews the world over, Simcha Friedman, a Supermarket owner from Borough Park, reads a page of the Talmud every day. And every seven and a half years, at the end of the synchronized reading of the 2,711-page text of Jewish law and lore, Mr. Friedman joins thousands of Jews at a huge celebration.

In 1982, at the age of 9, he was in the crowd at the Felt Forum in Madison Square Garden, praying and dancing. In 1990, he celebrated in Israel. In 1997, when the event, known formally as Siyum HaShas, was held upstairs in the much larger main arena at the Garden, he was there.

But last night, Mr. Friedman and two of his sons had to settle for watching the festivities on a video screen at the Jacob K. Javits Convention Center. All the seats at the Garden were sold out, as well as those at the Continental Airlines Arena in the Meadowlands.

"It's a shame," Mr. Friedman said on the subway to Manhattan. "Maybe next time if they build a stadium on the West Side we'll be able to go."

With every repetition of the cycle, begun in 1923, the crowds seem to grow. Last night's, the 11th installment, was the biggest yet, according to the organizers, with more than 100,000 Jews packed into arenas and auditoriums in North America and about that many more around the world. Names of cities flashed on the overhead screens at the Garden - Calgary and Caracas, Cleveland and Columbus, Bethlehem (the one in Pennsylvania) and Buenos Aires.

And all around the Garden, beneath the retired basketball jerseys of Frazier and Reed and the signs reading Bud Lite and "This Is Our Town" (the slogan of the MSG television network), thousands of men and boys in black sat rapt as Orthodox Judaism's most prominent rabbis took turns on the dais singing the praises of the Talmud and Torah. Women, who do not usually take part, were confined to the upper tiers.

In the hallways, clusters of latecomers called out to passers-by "mincha, mincha" (afternoon prayer service), hoping to get together a 10-man prayer group, or minyan, because they had missed the prayers at the beginning of the program.

On stage, the mood was defiant and celebratory. "It's delicious, but we want more!" shouted Ephraim Wachsman, a rabbi from Monsey, N.Y. "We want to daven with millions!"

Another speaker, Rabbi Yaakov Perlow, noting the imminent publication of a 73-volume English translation of the Talmud, predicted the further spread of the teachings.

The Talmud, a vast and dense compendium of laws expanded with commentary, covers every conceivable aspect of observant Jewish life, "from cutting your toenails to menstruation," said Rabbi Avi Shafran, public affairs director for Agudath Israel, the event's organizer.

The entire last book of the Talmud is devoted to deions and proions regarding impurities, many of them involving bodily fluids. Yesterday's final teaching addressed the question of when a woman is considered unclean. Shortly after 7 p.m., as silence fell on the Garden, an aged rabbi named Chaim Stein read the last lines of the Talmud: "Whoever learns the laws every day is assured that he is destined for the world to come."

Then with a great flutter of black coattails and program pages, the congregants stood and recited a prayer that addresses the Talmud directly. "We will return to you, and you will return to us."

Soon - in about half an hour in fact - the 2,711-day process would start again, with the reading of the first page of the Talmud.

But first, it was time to rejoice. "Siman Tov, Mazel Tov" ("Good sign, good luck"), a song often played at weddings, boomed over the speakers, and men and boys linked arms and danced in the aisles.

Some were too moved to dance. "I cannot express my joy at seeing this," said Michael Jacobovits, 79, a retired steel worker who fled Germany and France during the Holocaust. "I remember a time when Jews could not walk in the street."

Mr. Jacobovits stood unmoving by his seat, taking in the spectacle. Finally, he said, "This makes me cry."



ליכטיג » 3/3/2005 03:28



(03/04/2005)
Tens Of Thousands Mark Talmud Completion
Siyum HaShas celebration at Garden, and around the world, emphasizes Jewish unity.
Adam Dickter - Staff Writer

Shmuel Mermelstein found the time during a vacation in Anatalia, Turkey.

Jay Radin took a meaningful pause outside the elephant cage of the Bronx Zoo.

Abraham Biederman often indulged his spiritual pursuit at City Hall, when he was the city's commissioner of finance in the 1980s.

At Madison Square Garden Tuesday evening, a handful of the 25,000 people there taking part in the 11th Siyum HaShas Daf Yomi celebration recalled some of the more unusual settings in which they have demonstrated their commitment to the daily study of Talmud, which was completed — and renewed for a new seven-and-a-half-year cycle — this week.

''I may have missed a few days here or there, but I always caught up,'' said Mermelstein, 21, a mortgage broker from Brooklyn. ''After leaving yeshiva, it gives you something to hold onto. Instead of learning here and there, there is a set goal.''

Radin, 37, an administrator at Brookdale Hospital in Brooklyn, recalled the day he was running late during an outing with his kids to the zoo, and paused to take out his Artscroll edition of the tractate Yevomos, which deals with prohibitions on marriage, among other matters. ''Everyone was staring at me,'' said Radin, who was celebrating his second Siyum HaShas Tuesday. ''You make sure the day doesn't go by until it's completed. It's the commitment to learning that is the most successful part about doing the Daf.''

In all, an estimated 50,000 people, primarily men, observed the milestone locally, including 20,000 at the Continental Airlines Arena in New Jersey's Meadowlands and 5,000 at the Jacob Javits Convention Center in Manhattan. The Siyum HaShas Daf Yomi festivities are arranged by Agudath Israel of America every seven and a half years, the time it takes to complete the study of all 2,711 pages of the 63 Talmudic tractates, at one page per day.

Attendance this year was up from the 45,000 who packed the Garden and Nassau Coliseum in 1997, a stark illustration of the vibrancy of modern Talmudic scholarship.

''Every ticket in every arena was sold'' this year, said Biederman, a member of the steering committee for the event and who was marking his third Siyum HaShas. ''I had people calling me this morning asking me if they could come. The unity is the draw.''

There were celebrations in 71 cities around the world, but the New York event — which was beamed via satellite to other locations — was by far the largest.

''To see so many Yidden come together at the same time and place for the purpose of learning is phenomenal,'' said Yosef Davis, 60, a health care consultant from Chicago, who flew in with his son, Yehoshua, 35, for the New York event, although there was one closer to home — attended by 3,000 — at the Allstate Arena in Rosemont, Ill. ''This is bigger, with more enthusiasm,'' said Davis.

Daf Yomi, or daily page, was introduced in 1923 at the First International Congress of Agudath Israel in Vienna by a young Polish rabbi, Meir Shapiro, as a way to bring uniformity to the worldwide study of Shas, an acronym for the names of the six orders of the Mishna, on which the Talmudic sages recorded their commentaries around 200 C.E. Agudah said 120,000 North American Jews were taking part in the celebration this year.

''It's an awesome thing to see so many Jews here at once,'' said Mermelstein, outside the Garden before the event began. Sipping coffee as he stood beside a police officer with a barking canine, Mermelstein added that he was proud so many people had turned out for the event in an age of high concern over security. ''It shows that even after 9-11, we're not afraid,'' he said. ''You do what you have to do. It's a kiddush Hashem,'' or sanctification of God's name.

Inside, the atmosphere at the sporting arena (and frequent rock concert hall) was notably transformed for the event. The electronic scoreboard posted above center court informed the crowd that ''Mincha can be found in the Yiddish portion of your program.'' Hot dogs and Nachos at the snack bar were replaced with kosher Reisman's brownie bars and Paszkes gum. At the few open gift shops, Knicks and Rangers merchandise were set aside. Instead, wireless receivers for simultaneous translation from Yiddish were available for $10, provided by The Buzz, a chasidic-owned electronics store in Flatbush. (The devices may be saved for the next event in 2012, according to the packaging.)

At 5:30 p.m., the typically clamorous arena was enveloped by a silence rarely seen when the Garden is filled to capacity, as mincha commenced. During the silent Amidah prayer, virtually the only sounds in the room were the gentle sobs of Shmuel Yosef Rieder, chair of the event's steering committee, who emotionally led the prayer service. The men wore mostly black hats or felt yarmulkes, although a few knitted kippot were seen, and women were restricted to the upper levels.

Cameras on booms transmitted the proceedings via satellite around the world, although the organizers reportedly forbade the event from being broadcast via cable TV or the Internet, media proscribed by many rabbis. (Others, though, allow the Internet for Torah study, and some celebrants studied Daf Yomi via Web sites, CDs or DVDs, or on their Palm Pilots. Fliers distributed at the event advertised the new ShasPod, a version of Apple's IPod digital recording device pre-loaded with lessons of the complete cycle of the Daf Yomi.)

In their addresses, prominent rabbinic leaders spoke of the unity of the Jewish people and their desire to see greater participation in study. ''When one Jew learns Torah, he lifts up every single neshama [soul] in klal yisrael [the nation of Israel],'' said Rabbi Ephraim Wachsman of Yeshiva Meor Yizchak in Monsey.

Other speakers emphasized that the Siyum was a ceremony of beginning as well as one of completion. ''This represents not only what we have finished but what we have started,'' said Rabbi Levi Yitzchok Horowitz, the Bostoner Rebbe, of Brookline, Mass., and Jerusalem. ''The children must finish our learning. We will not be able to finish it until the kedoshim [martyrs] come back with Moshiach.''

Rabbi Avi Shafran, a spokesman for Agudath Israel, noted in the Garden's press box that every Talmudic tractate begins with page 2, a reminder to scholars that complete knowledge is unattainable. The actual Siyum, the reading of the last lines of the final tractate of Niddah, which concerns the laws of menstruation and ritual purification, was officiated by Rabbi Chaim Stein.

The head of the Telshe Rabbinical Seminary near Cleveland, Rabbi Stein was completing his 9th Daf Yomi cycle. His studies date back decades to prewar Lithuania, and were uninterrupted even when he was imprisoned by the Soviets in a Siberian labor camp.

Noting that the Talmud says terrible events will be the ''birth pangs of the messiah,'' Rabbi Stein said he hoped such events were behind the Jewish people, with the messianic era on the horizon. Following his Siyum, the Garden was filled with singing and dancing in the aisles, with groups joining in a circle on the floor level.

The new cycle of Daf Yomi began this week with the tractate of Berachot, which analyzes prayers and benedictions, beginning with the recitation of the Shema. n




Here is a list of other articles in this section

Cardinals: Catholics, Jews Worship Same God
Catholic-Jewish conference here affirms progress in interfaith relations.

Community Is Where The Jews Are


Jewish Studies Comes Of Age
Largest donation ever earmarked for Jewish studies given to University of Michigan.

The Last Reform Jews Of Boro Park
Against all odds, two merged temples are keeping liberal Judaism alive amid the chasidim.

The Winter Of His Content
Amid Middle East studies mess, Columbia President Lee Bollinger seizes chance to remake department.

United By Horror
Two survivors — one from the Holocaust and one from the Rwandan genocide — have struck up an unusual friendship.

משנתחסידים » 3/3/2005 06:05

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

SIM89 » 3/3/2005 18:28

דער טובלכל פארשטייט נישט קיין איין אידיש ווארט, ער האט גארנישט געענפערט אויף דעם אז אלע גדולי ישראל האמיתיים גערעכנט די גרעסטע לוחמים אנקעגן הר' קוק, האבן נוהג כבוד מיט איהם אלס פערזענליכע מענטש.

נבוכדנאצר » 3/3/2005 18:55

דער טובלכל פארשטייט נישט קיין איין אידיש ווארט, ער האט גארנישט געענפערט אויף דעם אז אלע גדולי ישראל האמיתיים

איך בין נישט טובלכל, איך וועל אבער ברענגען א שטיקעלע חתם סופר (תשובות חדשות, מהדורת מכון דעת סופר, סימן לג): מיום שהורגלו בני מדינתו בתואר הגאון האמיתי, גילו דעתם, שסתם גאון אינו אמיתי, אולם חוששני, שגם האמיתי אינו אמת.

אנשטולדיגט פארן איבערהאקן. ווייטער.

גערעכנט די גרעסטע לוחמים אנקעגן הר' קוק,

אקעי. די גרעסטע לוחמים זענען געווען: ר' מאיר אריק, דער קרן לדוד, זיי ביידע האבן געשריבן אויף אים מורא'דיגע זלזולים, זיי האבן גענוצט דעם אויסדרוק עוף טמא אחד יש בכרכי הים וכו', די בריוון זענען געדרוקט געווארן בשעתם, און צונויפגעזאמלט אין משכנות הרועים. וואס מונקאטשער רב האט אויף אים געזאגט דארף מען נישט איבערזאגן. ר' יחיאל מיכל עפשטיין אטין ערוך השלחן הלכות שמיטה שרייבט אויף איהם ביי די שמיטה פרשה "המכנים עצמם בשם ישראל", און סאטמאר רב און די גדולי הדור ביי די מערכה למען השמיטה האבן שטענדיג גענוצט די ווערטער. דער חפץ חיים האט געזאגט: קוק, שמוק.

ווייטער.
האבן נוהג כבוד מיט איהם אלס פערזענליכע מענטש.

גוט. איך וועל דיר ברענגען צווי ציטאטן פון קוק, און דו וועסט מיר זאגן וואס דו וואלטסט געטון מיט אזא פארשוין:

1. די תעמולה (עקסערסייז) פון צעירי בני ובנות ישראל, איז חשוב'ער ביים רבוש"ע ווי די קאפיטלעך תהלים פון דוד מלך ישראל.

2. ער האט געזאגט אויף הערצל ימח שמו ביי זיין לויה,אז ער איז געווען משיח בן יוסף.

3. ער האט געזאגט ווען מען האט געבויט דעם היברו יוניווערסיטי (האונברסיטה העברית) אז דאס איז דער בית המקדש השלישי.

4. דאס באקאנטסטע ווארט, ביי די מערכה קעגן די אראבער תרפ"ט, וואס האט גורם געווען שפיכות דמים כידוע: שמע ישראל, הכותל כתלנו, הכותל אחד!

עפרא לפומיה!

נבוכדנאצר » 3/3/2005 19:05

בכלל, וויל איך פארשטיין איין זאך. די אלע חברה ברענט די הויט ווען מען רעדט "קעגן" דף היומי, ווי גלייך מען רעדט על ד' ועל משיחו, ווי גלייך מען רעדט קעגן א מסורה פון טויזנט צוויי טויזנט יאר, און די סאטמערע זענען רשעים שונאי ישראל וכו' ווייל מען לערנט נישט דף היומי, איך וויל וויסן צי פאר די חברה שטערט אנדערע "פירצות" אויך, צי בלויז די פירצה אז סאטמאר לאזט נישט לערנען דף היומי, ווייל עס איז א זיכערע קשר מיט אגודת ישראל, וואס האט דעפוטאטן אין כנסת,

און ווער עס גייט נישט צום סיום - איז דאך א מחלל שם שמים, ס'טייטש, טויזנטער אידן קומען זיך צוזאם לכבודה של תורה, און סאטמאר שרייט אז מען טאר נישט, זיי קענען ממש נישט פארשטיין, זיי קריצן מיט די ציין, ווי גלייך עס טוט זיך אפ א חילול השם נורא, נאך סאך ערגער ווי מדינת ישראל... אבער ווען עס קומט צו א פירצה אין מדינת ישראל (אויסער חלילה וחס "צוריקגעבן" שטחים, אדער נישט געבן קיין געלט), וועט זיי נישט וויי טון כבוד שמים,

אלא מאי, אלעס איז אינטערעסן פון מדינת ישראל, איז דאך דער הייליגער סאטמאר רב זי"ע יא גערעכט געווען!

עתה ידעתי, כי שיטת הרב מסאטמאר זי"ע אמיתית!

ליכטיג » 3/3/2005 19:45

נבוכרנצר

אפשר ווייזטו ווי דער קרן לדוד אין רבי מאיר שריק שרייבען אויף רב קוק עוף טמא?

אגב דער מונקאטשער רב האט גענוצט שארפערע לשונות אויך אויפן אמרי אמת בשעתו.

tzvibp28 » 3/3/2005 20:03

נבוכדנאצר טייערע

א) הרב קוק האט נישט געהאט פון וואס זיך צו שעמען פונעם "ערוך השלחן"

ב) די ערןך השלחן איז אוועק אין תרע"ח, איך גלייב נישט ער האט זיך דעמאלסט אזוי אויסגעדריקט אויף אים

ג) הגאון ר' מאיר שפירא האט געשריבען אויף אים מיט'ן דרך ארץ, ווי אויך כ"ק אדמו"ר הריי"צ מליובאוויטש נ"ע, וועלכע האט שטארק חולק געווען אויף אים, און איז אים געגאנגען באזוכען אין תרפ"ט

ביטע נישט איבערשרייבען די היסטאריע!!!!!

tzvibp28 » 3/3/2005 20:06

CORRECTION
די ערוך השלחן איז אוועק תרס"ח

ליכטיג » 3/3/2005 20:15

שווער צו טרעפן רבנים וואס האבען געשריבען שארפע לשונות קעגען רב קוק, הגם מען האט זיכער נישט געהאלטען פון זיין דרך.

דער חזון איש האט געשריבען אויף אים מוראדיג בדרך כבוד, דער חפץ חיים אויך, אין אפילו דער ראש הלוחמים קעגען דעם עבודה זרה הציונית דער בריסקער רב שרייבט צו איהם מיט געוואלדיגע טיטלעך.

ליכטיג » 3/3/2005 20:17

אגב די מעשה פונעם ערוך השלחן איז בכלל נישט מסתבר, ווייל רב קוק איז ערשט געווארען רב הראשי אין ירושלים תרע"ט, אין דער ערוך השלחן האט שוין לאנג נישט געלעבט דענסמאל, אין פארדעם איז נישט געווען קיין שום מערכה.

נבוכדנאצר » 3/3/2005 20:31

גוט, איך וועל ברענגען קאפיס פון די בריוון, אבער דערווייל איז גענוג דער שמע ישראל הכותל כתלנו, אום סאמע תשעה באב תרפ"ט, וואס האט אנגערייצט די אראבער.

אט איז א טראנסקריפט פון א טעיפ פון ר' ברוך קאפלאן ז"ל, פון די מנהלים פון בית יעקב אין ניו יארק, ווארט ביי ווארט, פאר וועם עס וויל, קען איך געבן א טעלעפאן אין מאנסי ווי מען קען קויפן דעם טעיפ, ביטע אין אישית.

וזה לשונו:
די צייט וואס איך בין געווען אין חברון, איז אויך אויסגעפאלן דאס וואס עס זענען נעבאך אומגעקומען אן ערך פון עטליכע און צוואנציג ישיבה לייט גרויסע תלמידי חכמים און נאך פערציג מענטשן פון די אנשי העיר, וואס די וועלט רופט עס "די פרעות פון חברון" [די חברון פאגראם]. האב איך געוואלט באצייכענען דא א טעות וואס איז אריין געגאנגען אין דער וועלט, א געוואלדיגן טעות, א מורא'דיגע טעות, אז די וועלט האט אנגענומען אז די חברון'נער אראבער זענען געווען רוצחים און זיי האבן באפאלן די יודן מחמת רציחה, מחמת שלעכטקייט. אבער אויב מען וועט אויסגלייכן די ידיעות איז דאס באמת נישט ריכטיג. אוודאי אן אראבער איז אן אראבער, ער איז נישט קיין יוד, אבער זיי זענען געווען זייער פריינטליכע אראבער, די יודן האבן געלעבט מיט זיי זייער פריינטליך, די גוים האבן געארבעט פאר די יודן, און מ'איז געווען צופרידן, עס איז געווען רואיג.

א דוגמא ווי ווייט רואיג עס איז געווען צווישן יודן און די אראבער, למשל איך האב געהאט א מנהג, בערך א מייל-צוויי לעבן חברון איז געווען א בוים וואס עס איז מקובל אז די בוים איז געווען די אשל אברהם, וואו אברהם [אבינו] האט אויפגענומען די מלאכים, האב איך געהאט א גרויסן הרגש פון צייט צו צייט צו גיין באזוכן דעם בוים, ספעציעל אין זומער צייט ווען ס'איז ווארים. דארט איז אבער נישט געווען קיין ישוב, ס'איז געווען יעדע 5-7 בלאק אן איינצעלנע הויז, איך פלעג אביסל רעדן מיט זיי, מ'האט זיך פארשטאנען מיטן וואונק [נישט קענענדיג דעם אראבישן שפראך]. קיינער אין ישיבה האט מיר נישט געזאגט גיי נישט אונטערן שטאט, ס'איז א סכנה, "אראבער!". ס'איז נישט איינגעפאלן, אזוי פריינדליך האט מען געלעבט מיט די אראבער.

אויך האב איך געזען א בריף פון גערער רבי'ן, אין יענע יארן שרייבט ער אז ער איז געפארן קיין א"י, אזוי ווי ס'האט אנגעהויבן ווערן א באוועגונג, אז מען וויל אוועקפארן פון פוילן קיין א"י, האט ער געוואלט זען וואס פאר א סארט פאלק דער אראבער איז, ווי אזוי צו ראטן די מענטשן, צו מען זאל יא פארן אדער נישט פארן, שרייבט ער דארט אין דעם בריף אז דער אראבער איז זייער א פרידליכע פאלק, און א פיינער פאלק.

דערפאר וויל איך זאגן אז ס'איז אריין א געוואלדיגע גרייז אין דער וועלט אז די חברון'ער אראבער זענען געווען גרויסע רוצחים, און באפאלן די יודן. מעשה שהי' לא כך הי', נאר וואס דען? וועל איך אייך ביי דעם געלעגנהייט זאגן מעשה שהי'.

די מעשה איז אזוי, די היינטיגע ציונים די רשעים, איז שוין דעמאלטס אויך געווען די זעלבע זאך אזוי ווי היינט, זיי האבן געקערט די וועלט דארטן, אזוי ווי היינט מאכן זיי ביטערע אומגליקן ביי די מלחמות מיט די אראבערס, ס'איז שוין אומגעקומען אזויפיל יודן זאל דער אויבערשטער אונז אויסהיטן, דער אויבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז. דעמאלסט אויך זענען זיי ארויס געגאנגען איין מאל מיט א לאזונג אז דער כותל איז א יודישע נאציאנאלע אייגנטום, די אראבער געווענטליך האבן געהאלטן פארקערט, אז שוין 1100 יאר איז דאס זייערע. וואס קען מען טאן, מיר זענען דאך אין גלות, מפני חטאנו גלינו מארצנו.

אבער עס האט זיך אנטוויקעלט די ציוניסטישע באוועגונג, זענען געקומען די פוסטיאקעס די אלע שווארץ יארן, האבן זיי געזאגט, די כותל איז אונזערע, (עס איז בכלל א קשיא וואספארא שייכות האבן זיי צו די מקומות הקדושה). איז געווארן א גרויסע ויכוח אין די צייטונגען. און דערנאך האבן זיי געוואלט מאכן א מקום קבוע צו דאווענען, (כאטש אז זיי האבן אזא שייכות צום דאווענען אזוי ווי גרון דער דעמאלסדיגער רב הראשי האט א שייכות צום דאווענען, ער גייט אויפן מקום המקדש מאכן א מנין), צו ענטעגענייזן רייצן די אראבער און צוביסלאך מער אריינקריכן, און ס'האט צוגעברענגט צו סכנת נפשות. ר' יוסף חיים זאנענפעלד האט זיי געבעטן ברחמים "לאזט אפ!", ס'איז גענוג אז די אראבער טוען א חסד און לאזן אונז קומען דאווענען, אבער אויף א קביעות האבן מיר קיינמאל נישט געהאט קיין חזקה, עס איז נישט אונזער ארט, ס'איז זייער ארט עד ביאת גואל צדק.

אבער זיי האבן נישט געפאלגט, זיי האבן געמאכט א גרויסע אסיפה אין ירושלים, מ'האט געזאגט אז ס'איז געווען 10,000 מענטשן, אויסצורופן אז ס'איז פאר די יודן, און זיי רופן זיך יודן (כאטש דער חפץ חיים שרייבט אז זיי זענען נישט קיין יודן, די ציונים זענען זרע עמלק), איינער פון די רעדנער איז געווען דער רב הראשי האט ער אויסגערופן אזוי: "שמע ישראל הכותל כותלינו הכותל אחד", דאס איז געווען אין אלע צייטונגען. האט זיך צוהיצט און צופלאקערט צווישן די ציונים און די אראבער, השם ירחם.

דערנאך, איינמאל, מ'איז געזיצן אין חברון און געלערנט, זעען מיר אין שטאט לויפן ארום בויעס מיט קורצע אפגעשניטענע הויזלעך און מיט געווער מיט בייסעקלס און מאטערסייקעל'ס, און לויפן ארום אין די הויפט גאסן אין חברון אהין און צוריק, פון די געווער האט מען זיך דערשראקן, וואספארא מעשה? מער פעלט דא נישט.

בקיצור, האט מען געשיקט רופן אט די חברה, צום ר' משה מרדכי, און זיי האבן נישט געוואלט קומען, מען האט געמוזט גיין צו זיי, האט מען זיי געפרעגט, פאר וואס קומט איר? מה ראו על ככה? וואס טוט איר דא? ס'פעלט אונז אויס? איר וועט [דאך דערמיט] אויפרייצן די אראבער! ס'רייצט זיך שוין אזוי אויך! האבן זיי געענטפערט, מיר קומען אייך פראטעקטן שוצן. האבן מיר געזאגט, געוואלד! רחמנות! און זיי האבן נישט געוואלט אוועקגיין, ביז וואנען ס'איז געווארן צו שפעט.

ביז ווען די פירער פון די אראבער האבן אויפגעקליבן פון אסאך דערפער גרויסע מאסן'ס פון אראבער דארט, (און ווי געווענטליך פארשטייט זיך די צוואנציג קאווערדס זענען אנטלאפן, זיי האבן ארויסגעכאפט זיך), און ס'שוין געווען שפעט, זיי האבן זיך ארגאניזירט, זייער מופטי האט געזאגט א גרויסע רעדע פאר זיי, זיי האבן געמיינט אז פרייטאג צונאכטס קומט די גאנצע ישיבה דאווענען, וועלן זיי אריינקומען אנפאלן די גאנצע ישיבה און אטאקירן.

איי די ישיבה איז אליין געגן די ציונים, און געגן די פאסקודניאקעס, געגן די אלע זאכן, אבער די אראבער ווייסן דאך נישט, לא ידעו להבחין. האבן זיי געקומען, ס'איז געווען א גרויסער קרבן א עולה תמימה, ר' שמואל ראזנהאלץ. ווען ס'איז שוין געווען א טומל אין שטאט זענען אלע געבליבן אינדערהיים, אבער ער איז געווען א גרויסער מתמיד, א מורא'דיגער מתמיד, ער האט געקענט לערנען 80 בלאט גמרא א טאג, האבן זיי איהם געטראפן און זיי האבן בעונותינו הרבים גע'הרג'עט און פארגאסן זיין בלוט אויף די אפענע גמרא וואס ער האט געלערנט. די פאליציי האט דאן אריינגעמישט זיך אין אווענט, און ס'האט זיך אביסל איינגעשטילט.

אויף מארגן אינדערפרי פארטאג האבן מיר געהערט ווי עס טומלט זיך אין שטאט, און וואס מערער אלץ האט מען געהערט קולות וברקים, און איך בין געווען צוזאמען מיט נאך איינעם, מיט אברהם אושפענער, האבן מיר געוואוינט אין א דירה געדונגען ביי א יוד, וואס ער האט געהאט געדונגען א גאנצן אפארטמענט ביי אן אראבער, ס'איז געווען 3 שטאק, מיר זענען געווען אויף'ן אויבערשטן שטאק, און אזוי ווי ס'איז געווען גרויסע געשרייען אין שבת, מ'האט געזאגט וידוי, האב איך געהאט פארשידענע מחשבות דאן... אבער אז מען האט געהערט אז מען קלאפט זייער שטארק ביי אונז אין טיר אונטן, א לענגערע צייט.

נאכער האבן מיר אויסגעפונען וואס איז געווען די קלאפערייען אין טיר, אז אבוסאלא דער אראבער האט זיי נישט געוואלט אריין לאזן ווייל ער האט געוואוסט אז זיי גייען אויף רציחה, זיי זענען אויפגעהעצטע, און ער האט נישט געוואלט, אזוי איז אויך געווען אין אסאך ערטער וואס די אראבער האבן נישט אריינגעלאזט, קוים קוים האט ער אויסגעהאלטן א פאר שעה, נאכער האט דער אויבערשטער געהאלפן און ס'איז געווארן שטיל, סיי ביי אונז האט מען נישט געקלאפט און סיי אין שטאט. ס'איז געווען 65 מענטשן נעבאך קדושים וטהורים וואס ס'איז שוין געווען לאחר המעשה...!!!, אבער די אנדערע חלק פון שטאט רוב רובם זענען געראטעוועט געווארן...

פארוואס פארצייל איך די מעשה דא, איך האב געוואלט דאס זייער שטארק מפרסם זיין, וואס די ציונים די רשעים, זייערע טאטעס און די היינטיגע, האבן אונז אנגעטון צרות, רק אין יראת אלקים במקום הזה והרגוני על דבר אשתי, זאגט דאך די הייליגע תורה אז אן יראת שמים איז רציחה פשוט, און דאס האבן זיי געטאן א מעשה פון אזוי פיל יארן עד היום הזה, זיי האבן קאאפערירט מיט די נאציס, ווי ס'איז באשריבן אין די ביכער אז זיי זענען געווען שותפים מיט די נאציס, אויסער דעם ענין וואס די חז"ל זאגן גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, זעקס מיליאן אידן זענען אומגעקומען ווי די גמרא זאגט אין כתובות אז אל תמרדו באומות ואל תעלו בחומה, דריי שבועות האט דער אויבערשטער משביע געווען, און אז איר וועט נישט היטן די שבועות הריני מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה, און ס'איז נתקיים געווארן אויף אט די זעקס מיליאן יודן, דורך די נאציס מיט די זרע עמלק (דער חפץ חיים שרייבט אין סוף ספר קובץ הערות אז די ציונים זענען זרע עמלק), דורך די עבירות וואס זיי האבן אוועקגעשטעלט דעם גאנצן כלל ישראל נאך די ציוניסטישער שמוץ און דער ציוניסטישער געדאנק, און אויך בפועל ממש געווען שותפים צו די.

ר' משה שאהנפעלד שרייבט אין א קונטרס, אז ער איז אמאל געקומען צום חזון איש נאך ווי עס האט אויסגעבראכן די מדינה, די אראבער פלעגן פון צייט צו צייט באפאלן יודן, איז יענער געקומען און געזאגט: אוי רבי! איר האט געהערט? עס גייט אדורך עטליכע חדשים, יעדע פאר טעג פאלט א קרבן פון די יודן, אוי וויי אוי וויי, וואס טוט זיך דא?

האט אים דער חזון איש געזאגט: מיין טייערע ר' משה שאהנפעלד! איר זענט גערעכט, אבער עס וואונדערט זיך מיר אויף אזא בר דעת ווי איר זענט. אודאי, עס זענען אין די לעצטע פאר חדשים געווען עטליכע צענדליגע נפשות און יעדער נפש אחת מישראל איז אן עולם מלא. אבער דא שטייען דאך די ציונים, די מדינה, די רשעים, זיי נעמען און שמד'ן אפ יודן, קינדער, הונדערטער טויזענטער אלע טאג, דאס זאל ווייטאן! אזא גזירת השמד וואס מען שמד'ט אפ הונדערטער טויזענטער יודן, און חז"ל זאגן גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, דאס האט ער איהם געזאגט.

נו, זינט דער חזון איש האט דאס געזאגט איז שוין אסאך יארן אדורך ועד היום הזה. ווי למשל ווען איך רעד דא יעצט, האט מיר איינער געוויזן א צייטונג, א שרעקליכע זאך, אז עס איז דא א מענטש, ער רופט זיך א בריסקער, ווייס איך צו ער איז טאקע א בריסקער? ער איז א קליינע מענטש און א גרויסע שגץ, א רוצח, האט ער גענומען איצטער באליידיגן אמעריקע, דער פרעזידענט רעיגן, מיט א חוצפה וואס עס כאפט ממש א פחד, עס איז נאך אזוי נישט געהערט געווארן. עס קען חלילה ברענגען שמדיות, די אראבער קענען זיך אויפכאפן, און די דריי מיליאן יודן זענען אלע אין סכנת נפשות.

וואס גייט אן אזא מנובל? אז די אראבער האבן געהאט אין באגדאד א רעאקטאר, גייט דער רשע צוברעכט עס. דו ווייסט דאך אז עס איז סכנת נפשות פאר אלע יודן, אבער וואס גייט אים אן? ווייל ער וויל ווערן מיניסטער פרעמיער, א שווארץ יאר, קוקט ער נישט אויף גארנישט.

די גמרא זאגט אז א קוואל פון וועלכע דו האסט געטרונקען וואסער זאלסטו נישט אריין ווארפן א שטיין, דו פארעך איינער! דו פארעך בעגין! לעבסט אינגאנצן פון אמעריקע, דו מיט דיין פאסקודנע פינסטערע מדינה! ווען נישט אמעריקע וואלסטו נישט געהאט קיין קיום, די גאנצע כח קומט פון אמעריקע, זיי גיבן אייך אלעס, זיי גיבן אייך געווער און אלעס! גייסטו, דו חצוף איינער, ווייל דיר געפעלט נישט, ווייל דיר פאסקודניאק געפעלט נישט זיין פאליטיק.

און די גאנצע זאך קען ארויסרופן צארן ביי די אראבער. סוף כל סוף איז דאך דא הונדערטער מיני אראבער, און רוסלאנד שטייט אויף זיין זייט. - קוקט ער נישט אויף די אלע זאכן, זיין כבוד און זיין פאליטיק פירט איהם אפילו עס זאל קאסטן הונדערטער און טויזנטער אידישע נפשות.

און מיט וועמען, רבותי, האט מען זיך דא פארבונדן? אנדערע מענטשן, טאקע פון די רעליגיעזע האבן געזאגט, "התאהבנו בבגין"! מיר האבן זיך פארליבט אין בעגין! עס כאפט א פחד! ער איז דאך געווען דער ראש המסיתים ומדיחים, דער ראש הכופרים, און א מסית ומדיח איז דער דין "לא תשמע לו, ולא תאבה לו ולא תחמול עליו, וגו'". פינף לאווין זאגט רש"י. דאס איז א יחיד'יגער מסית, ווען ער האט צוגערעט איין מענטשן, טאר מען נישט ליב האבן.

היינט, א מאסן מסית ומדיח, א רוצח, א רשע, א ראש הכופרים, פון די מדינה, וואס האט אומגעברענגט די תימן'ער יודנטום, די מאראקאנער יודן, און נאך אסאך ספרדישע, עס איז געווארן פון זיי ציונים און פוסטאקעס, אראפגעפירט פון תפילין, פון תורה. שרייבט איינער פון די רעליגיעזער פארטיי, "התאהבנו בבגין"?! ווי קען מען ליב האבן א מסית? איר האט געהערט, צו אזא מצב אנקומען? השם ירחם עלינו!

...מען האט טאקע געהאלטן ביי אן אנדער ענין, אבער דאס הארץ טוט וויי, כי יחם לבבי, האב איך געוואלט אויסנוצן די געלעגנהייט צו זאגן, מען זאל וויסן אז השם ירחם עלינו, ומה עוללו לנו הציונים הרשעים הארורים האלו! מען דארף צו וויסן אז עס איז פארהאן א טעות אין דער וועלט, מען מיינט אז די אראבער האבן דאס געטון, זאל מען וויסן אז די גאנצע זאך וואס די אראבער זענען געווען אין כעס אויף אונז האבן זיי געמאכט. ווייל די אראבער זענען געווען א פרידליכן פאלק.

בין איך אן עדות, מיר האבן געלעבט מיט זיי אין חברון מיט א פרידליכקייט. גיבט א קוק אין די בריווען פון גער'ער רבי'ן אז די אראבער זענען געווען פרידלעך. און פון די היסטאריע זעט מען אויך אזוי אז אלע פאגראמען זענען געווען בעיקר אין איירופע, די הלכה איז בידוע אז "עשו" שונא ליעקב, די אראבער זענען געווען פרידליך אלע דורות. ווער האט דאס געמאכט אז זיי זענען פיינטליך יעצט? די ציונים ארורים! מיר ווייסן דאך הבא להרגך השכם להרגו, די אראבער זענען געזיצן דארט עלף הונדערטער יארן, און מיר זענען דארט געווען אין גלות, מפני חטאנו גלינו מארצינו, קומען יעצט בכח ובזרוע און ווארפן זיי ארויס, הרג'ענען, צובאמבען, צובוטשערן זיי, עד היום הזה אין לבנון, מיט די עראפלאנען וואס זיי האבן פון אמעריקע, מעקן זיי אויס גאנצע דערפער.

זאל מען וויסן ווער די רוצחים זענען, זיי, די ציונים, זענען די גרעסטע רוצחים וואס די וועלט פארמאגט, זיי האבן זיך אנגעטשעפעט אויפן כלל ישראל און לאזן נישט לעבן ברוחניות און נישט בגשמיות. זאל שוין יעדער מתפלל זיין, אז השם ירחם עלינו!

עד כן לשונו. ער איז קיין סאטמערער נישט געווען, ווער עס ווייסט ווער ער איז געווען.

ואידך פירושא זיל גמור.

ליכטיג » 3/3/2005 20:51

נבוכרנצר

אלעס פיין און וואויל, אבער צווישען רב קאפלאן א פרינצעפל אין א סקול, ביז די גדולי תורה וואס די האסט פריער נאכגעזאגט אין זייער נאמען שארפע זאכען איז פאלג מיר א גאנג.

ביטע ברענג די מקורות, ווייל סתם קען איך ברענגען משה בער בעק {אויך נישט קיין סאטמארער, נאר א וויזניצער}

נבוכדנאצר » 3/3/2005 20:54

ליכטיג שרייבט:
אדום]אגב די מעשה פונעם ערוך השלחן איז בכלל נישט מסתבר, ווייל רב קוק איז ערשט געווארען רב הראשי אין ירושלים תרע"ט, אין דער ערוך השלחן האט שוין לאנג נישט געלעבט דענסמאל, אין פארדעם איז נישט געווען קיין שום מערכה.

כווייס נישט פון וועלכע "מעשה" די רעדסט. די מערכה אויף שביעית האט זיך אנגעהויבן תרמ"ב, די רבנים ראשיים וועלכע זענען געווען כפוף צו די מדינה האבן מיר געווען, קוק איז אפיציעל אריין אין די מערכה נאך אין תר"ע, קעגן די אלע מענטשן האט דער ערוך השלחן געשריבן וואס ער האט געשריבן, נישטא קיין "מעשה"

ליכטיג » 3/3/2005 21:06

יענער מערכה פון שמיטה, האט נישט מיט רב קוק שייכות, נאר מיט הרב קאלישער גריידיצער, ריינעס, ר' יצחק אלחנן ספעקטאר.

רב קוק איז געווען תרמ"ב 17 יאר אלט. אמת אז ער האט שוין געשריבען א קונטרס וועגען שמיטה תר"ע, אבער דער ערוך השולחן איז שוין דענסמאל געווען אין עולם האמת.


נבוכרנצר, ווילסט ברענגען הוכחות בבקשה, אין בין גרייט צו מקבלזיין, אבער הייב נישט אין מיט "מנשה סילוף" טריק'ס פון פאלשע פרשיות


תוקן על ידי - ליכטיג - 03/03/2005 21:15:24

tzvibp28 » 3/3/2005 21:20

נבוכ'

מה כ"כ קשה להבין? הערוך השלחן נפטר בתרס"ח!

נבוכדנאצר » 3/3/2005 21:38

גוט, איך וועל ברענגען ביז עטליכע טעג פרטי-פרטים איבער די אלע גדולי ישראל וואס האבן געשריבן שארף קעגן דעם עוכר ישראל, ווי אויך 'אפיס פון זיינע דברי מינות וואס ער האט געשריבן אין זיינע ביכער

איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט, וואס איז מנשה סילף?

נבוכדנאצר » 3/3/2005 22:10

איך הייב אהן מיט דעם
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 3/3/2005 22:10

2.
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 3/3/2005 22:12

איך זעה אז עס איז אריין פארקערט, כ'האב געוואלט ברענגען דעם שער איידער איך ברענג די דברי נאצה, אבער ס'וועט זיין גוט אזוי אויך

נבוכדנאצר » 3/3/2005 22:30

יעצט, א איבערזעצונג אין אידיש פון די ווערטער:

די איבונגען (1) וואס די יונגווארג (2) באשעפטיגט זיך דערמיט צו שטארקן זייער קערפער, צוליב דעם ציהל צו זיין שטארקע קינדער פארן פאלק (3), דאס ערגענצט דעם רוחניות'דיגן כח פון די ערהאבענע צדיקים וועלכע באשעפטיגן זיך מיט יחודים פון הייליגע נעמען פון באשעפער, צו פארמערן דאס ארויסשטארץ פון ג-טליכן ליכטיגקייט אויף דער וועלט, און איין אנטפלעקונג פון ליכטיגקייט האט נישט קיין שטאנד אהן די צווייטע (4).

(דא ברענגט ער פסוקים, און ער פירט אויס): אבער אז די יונגווארג זאלן זיך שפילן (5) מיטן ציהל צו פארשטארקן זייער קערפער און גייסט, צוליב דעם אלגעמיינעם שטארקקייט פון פאלק (6), די הייליגע ארבעט, דערהייבט די שכינה הויך הויך, גענוי דאס זעלבע ווי זי איז דערהויבן געווארן דורך די לויב און געזאנגען פון דוד דער קעניג פון אידן אין ספר תהלים, נאר דורך די הויכע כוונות דערהייבט זיך די אינעווייניגסטע נשמה, און דורך די מעשים וועלכע שטרענגען איבער דעם קערפער פון די איינציגע פארן אלגעמיינעם פאלק (7), דערהייבט זיך די אויסערליכע רוחניות.

(מיר לאזן אויס עטליכע שורות, און ער זאגט ווייטער): און עס זאל נישט וואונדערן אויב עס זענען פארהאן חסרונות (8) אין דעם לעבנס שטייגער פון די וועלכע באשעפטיגן זיך אין קערפערליכע איבונגען ... וויייל אויך פאר רוח הקודש פארלאנגט זיך א בירור פון תערובות צחצוחי טומאה, און ער פיהרט אויס מיט מינות און ליצנות פון אלעם וואס סתם מענטשן קענען אים נישט אפווענדן, "רוח הקודש", "כוונות", "צדיקים", וכו'.

(1) עקסערסייז.
(2) פארשטייט זיך אויך פרייע, ווי מען זעהן פון זיינע ווערטער אין גאנצן בוך.
(3) ער רעדט פון די וועלכע מען האט שוין דאן טרענירט צו קעמפפן מיט די ענגלענדער און די אראבער.
(4) כלומר, אפילו די יונגווארג זענען פריי און באשעפטיגן זיך נישט מיט תורה ומצוות, דאך האבן זיי א שייכות מיט די צדיקים דורך דעם וואס זיי "ערגענצן" וואס די צדיקים טוען נישט, דאס הייסט עקסערסייז, עפרא לפומיה.
(5) כלומר, איבונגען.
(6) כלומר, אוך אידן זאלן האבן געשולטע סאלדאטן און מיליטער לייט.
(7) כלומר, מיליטער.
(8) כלומר, אז זיי פיהרן זיך נישט אידיש...

ליכטיג » 8/3/2005 23:55

נבוכרנצר

די פרטים וואס די ברענגסט אויף רב קוק איז נישט קיין נייעס אין יעדער בר בי רב דחד יומי ווייסט דערפון,

אויף וואס דער עולם ווארט איז אויף די בריווען וואס די האסט געזאגט אז עס איז דא פון קרן לדוד, אין פון ר' מאיר אריק קעגען רב קוק , אין ער רופט אים עוף טמא.

איך האב נאך פון דעם נישט געהערט, איך וואלט עס געוואלט ליינען, {אויך אויב די האסט פון אנדערע אויסער דער ראגאטשאווער אין דער מונקאטשער רב}

מנשה סילוף איז א כינוי וואס מענטשען רופען י"מ סופר א שרייבער אין "די צייטונג" גראדע א שיינער היסטאריאן, אבער ער איז מסלף די פאקטען יעדער מאל לויט ווי עס שמעקט אים.

תוקן על ידי - ליכטיג - 09/03/2005 0:07:28

נבוכדנאצר » 9/3/2005 15:55

גוט. איך האט יעצט געענדיגט סקענען די בריוון, עס וועט נעמען ע שטיקל צייט ביז אלעס וועט ארויפגיין ואתכם הסליחה.

דאס איז בלויז א טיפה מן הים, אבער פטור בלא כלום אי אפשר.

אגב, די ערשטע בריוון קעגן קוק זענען ארויס אין קונטרס "קול גדול", עס איז דא אין לייברעריס, און קוק האט גערופן די רבנים צו דין תורה, עס איז א לאנגע מעשה, ואמכ"ל.

איך ווייס נישט צי איך וועל גיין מיט א סדר, קמא קמא דתקין אמטו ואייתינא.
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 9/3/2005 15:57

2.
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 9/3/2005 15:58

3.
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 9/3/2005 15:59

4.
[בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2 3