היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דרשה אין ישיבה גדולה ד'סאטמאר איבער דעם כינוס

דרשה אין ישיבה גדולה ד'סאטמאר איבער דעם כינוס

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2959114
בלאט: 1 2

עכטער_חסיד » 15/5/2012 21:05

הגאון רבי נפתלי בלומענפעלד שליט"א מנהל הישיבה גדולה ד'סאטמאר האט נעכטן מאנטאג נאכמיטאג אויפגעטרעטן מיט א דרשה אין היכל הישיבה, ביי וועלכן ער האט געבעטן די בחורים אין נאמען פון רבי'ן שליט"א אז קיינער זאל זיך נישט אננעמען פאר זיין כבוד, אדרבה, דאס איז דער גרעסטער כבוד אויב מען לאזט אן אנדערן רב זאגן זיין דעת תורה!

דער מנהל האט ארויסגעברענגט אז כך דרכה של תורה זה בונה וזה סותר, און מיר זוכען אויף קיינעם נישט ארויפצואווינגען קיין מיינונג, יעדער רב בפרט א תלמיד פון רביה"ק זי"ע האט די רעכט ארויסצוזאגן זיין דעת תורה אן קיין פחד.

בנוגע דאס גיין פון בחורים, האט דער מנהל קלארגעשטעלט אז מטעם הישיבה שיקט מען נישט קיין בחורים צוליב דעם גרויסן אחריות, אבער א טאטע וואס פילט פאר וויכטיג אטז זיין בחור זאל גיין וועט עס ערלויבט ווערן מטעם ההנהלה.

רב_הסוער » 15/5/2012 21:13

העתקה פון דעם זינטאג:

" 
אגוטן פורים, דער כינוס טוט דאך נישט אנווערן זיין פארשימלטע גניבה און וומ"ב,
ווארט נאר ווארט אויף היינט נאכט, ווי מ'גייט דיסקוסירן די גניבה,
וועט זיך ארויסשיילן די הערליכע נועם המידות,
אוי גייט זיך דארט גיסן צואה רותחות אויף אייגענע ברודער אנשים אחים
מ'העט זיי פארווארפן פון ביידע וועלטן, ואין להם תקומה לעולם,
זיי זענען ווי בין-לאדין און אל-קאידא און מ'טאר חלילה נישט פארהאנדלען,
נאר זיך גראזשען און בייסן עד ביאת הגואל

וויזוי זאגסטו נאר?

"ווייל עס ווייזט וויאזוי אן אמת'ער מנהיג ישראל דארף זיך צו פירן!"

"

עכטער_חסיד » 15/5/2012 21:13

רב הסוער

איך פארשטיי דיין ווייטאג

עכטער_חסיד » 15/5/2012 21:16

יעדער דארף פאלגן דעם דעת תורה פון זיין מנהיג רוחני ומורה דרך

דער אמאליגער מהלך פון "זיין מיינונג איז קיין מיינונג" עקזיסטירט שוין ב"ה נישט היינט!

המהדרין » 15/5/2012 21:22

לעצטע ווארענונג: א ניק וואס וועט פארדרייען א אשכול וועט נחסם ווערן אן קיין שום מעלדונג בעפאר! 

אישור » 15/5/2012 21:31

די קעגנער שרייען אבער אז א סאטמארע איד טאר נישט גיין בשום אופן

און עס איז א חורבן הדת

דאס הייסט אז מהרז "ל 'ס מיינונג איז ביי זיי גארנישט



דאהי ווען רבנים זענען אזוי צוטיילט אויף א נושא מקצה אל הקצה

הייסט עס יום טוב אינדערוואכן

עכטער_חסיד » 15/5/2012 21:37

כבודם במקומם מונח!

רוב רבנים תלמידי רביה"ק זי"ע האלטן אז עס איז הצלת הדורות, געווענליך מוז דער מיעוט זיך צושטעלן צום רוב, בפרט אז מען האט דן געווען צוזאמען, נישט אז יעדער האט אפגעמאכט ביי זיך פריוואט א מיינונג.

אבער מיט דעם אלעם, האט מען קיינעם פון די מתנגדי הכינוס נישט אויסגעבראכן די פענסטער אד"ג צוליב זאגן זיין אייגענעם מיינונג. און דאס איז דער דרך התורה!

דאס ווייזט אויף א "הנהגת התורה"! (יא, איך ווייס אז נישט יעדן שמעקט דעם אויסדרוק, והדברים ידועים).

אישור » 15/5/2012 21:59

דאס אז מען האט נישט געבראכן פענסטער

איז נישט קיין חידוש



ערשטנס

ווייל עס איז א מחלוקה וואס הייבט זיך הערשט אן



צווייטנס

ווייל דאס הערט מען שוין נישט באלד  20 יאר

עכטער_חסיד » 15/5/2012 22:09

איך האב ערשט נישט לאנג צוריק געהערט ווי מען האט געשלאגן און נאכגעלאפן אין דער גאס מענטשן וואס האבן חתונה געהאט אין א זאל וואו דיין רבי האט נישט מסדר קידושין געווען. אזוי אויך האט מען כסדר טעראריזירט אויפן טעלעפאן מיט די נידריגסטע לשונות וואס פאסט טאקע נאר פאר אינטערנעט באנוצער!

עכטער_חסיד » 15/5/2012 22:11

און להוי ידוע לך, אז עס איז בכלל נישטא קיין מחלוקת. אז א רב זאגט אן אנדערע דעת תורה קומט זיך אים קלעפ?

דער חילוק איז נאר וויאזוי מען באהאנדעלט עס.

קאקאש_קעיק » 15/5/2012 22:14

אישור זאג עס נאכאמאל, לאמיר הערן אויב אין קרית יואל ברעכט מען נישט קיין פענסטער און מען שניידט נישט אינעם זיבעטע ריפ.

אישור » 15/5/2012 22:24

פאשקעוויל איז יא דא פון אלע זייטן

איך האב גערעדט פון ברעכן פענסטער פון רבנים

דאס איז שוין נישט דא 20 יאר לכאורה

ממילא איז נישט א חידוש אז מען טוט דאס נישט יעצט

לאנצוט » 15/5/2012 22:24

פארוואס ווען איינער טראגט שבת קודש מיט'ן עירוב וואס זיין רב האט מתיר געווען, פארוואס שרייט מען אים נאך, פארוואס דרייט מען איבער קערעדזשעס?

פארוואס איז נישט יענער איד בארעכטיגט צו פאלגן דעם היתר פון זיין רב?

וואסי?

עכטער_חסיד » 15/5/2012 22:40

ווען א איד גייט אין דער גאס און זעט איינעם טראגן שבת אוןעס טוט אים וויי, איז עס נאטורליך אז ער גיט ארויס זיין ווייטאג. פארשטייט זיך נישט אנרירן יענעם און נישט נאכלויפן אין די גאסן.

נאכצולויפן א יונג קאפל אין די גאסן און זיי שלאגן, איז בכלל נישט קיין פארגלייך.

אויסער דעם, האבן זיי חתונה געהאט כדת וכדין.

דער עירוב – אויסער דעם וואס קיינער ווייסט נישט וואו עס איז — איז אבער רוב מנין ובנין פון די רבני העיר וואס שרייען אז עס איז נישט מעגליך צו מאכן אן עירוב אין שטאט!

אדרבה, זאג דו מיר וויפיל רבני העיר האלטן אין קרית יואל אז מען טאר נישט מסדר קידושין זיין אין בני יואל אן רשות פון דיין רבין?

אינטער_חכם » 15/5/2012 22:41

ווען האט מען איבערגעדרייט קערידזשעס?

לאנצוט » 15/5/2012 22:42

אינטער.
דו ווייסט נישט?

עכטער_חסיד » 15/5/2012 22:45

און ווען עמיצער האט געטאן אזא זאך איז עס אן עולה וואס קיינער בארעכטיגט נישט!

קיין שום רב האט זיך נישט אויפגעשטעלט זאגן, "מיר האבן א ישיבה" און "ערגעץ אנדערש וואלט מען געשריגן כהנים ארויס" וכו' וכו'.

אינטער_חכם » 15/5/2012 22:45

ניין! האסט עס באקומען אין אישי פון א הויכראנגיגער שבת שרייער וואס האט דיך געזאגט אז ער האט א קליפ, און ווען די צייט וועט קומען וועט ער עס פארעפענטליכן?

לאנצוט » 15/5/2012 22:49

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען א איד גייט אין דער גאס און זעט איינעם טראגן שבת אוןעס טוט אים וויי, איז עס נאטורליך אז ער גיט ארויס זיין ווייטאג. פארשטייט זיך נישט אנרירן יענעם און נישט נאכלויפן אין די גאסן.

וואס הייסט עס טוט דיר וויי. יענעמ'ס רב האט עס מתיר געווען. מ'וועט דיך נישט שמייסן דערפאר. דו שרייסט אים נאך נאר וועגן פאליטיק. די תורה גיט דיר נישט קיין רעכט צו מוחה זיין אויף יענעם פאר פאליטיק.
נאכצולויפן א יונג קאפל אין די גאסן און זיי שלאגן, איז בכלל נישט קיין פארגלייך.

און נאכלויפן פרויען איז יא א פארגלייך?
אויסער דעם, האבן זיי חתונה געהאט כדת וכדין.

דאס איז דער נידון דא. נישא אזוי? לויט'ן רבי'ן זי"ע איז עס אביסל אנדערש ווי דו זאגסט. א חוץ אז דא איז דעם רבינ'ס ווערטער נישט מאסגעבנד, ווייל מיין יצר הרע הייסט אנדערש. אקעי.
דער עירוב – אויסער דעם וואס קיינער ווייסט נישט וואו עס איז — איז אבער רוב מנין ובנין פון די רבני העיר וואס שרייען אז עס איז נישט מעגליך צו מאכן אן עירוב אין שטאט!
דער רב וואס איז מתיר, ווייסט יא. וואס איז דיין געשעפט פארוואס יענער רב פאלגט זיין רב און נישט דיין רב.
געוואלד. יענער רב וואס קען נאך אזויפיל לערנען וויפיל דיין רב, זאגט אז מ'קען יא מאכן א עירוב לכל הדעות. קיינער האט דיר נישט געהייסן טראגן.

אדרבה, זאג דו מיר וויפיל רבני העיר האלטן אין קרית יואל אז מען טאר נישט מסדר קידושין זיין אין בני יואל אן רשות פון דיין רבין?
וואו קומט דא אריין "רבני העיר". וויליאמסבורג איז קיינעמ'ס שטאט.
קרית יואל האט א דומ"ץ דמתא פאר בערך 37 יאר. קענסט אים נישט מאכן אויס, ווייל דיין פאליטיק שמעקט נישט.

-

יוסף90 » 15/5/2012 22:55

אה לאנצו"ט


ענטפער טאקע


פארוואס אין קרית יואל מעג מען נאכשרייען יונגע קאפלעך


און אין וומ"ס ביים עירוב, איז עס פונט ווי מאשין מצות, וואס מ'טאר נישט נאכשרייען קיינעם.

עכטער_חסיד » 15/5/2012 22:58

לאנצוט

קיינער בארעכטיגט נישט נאכצולויפן פרויען, און דו ווייסט עס גאנץ גוט. ,קרית יואל האט לשיטתכם א רב וואס איז באלעבאס, און וואס עס שמעקט אים נישט שטעלט ער אָפּ, נו פארוואס לאזט ער נאכלויפן יוגנע קאפלעך אין דער גאס?

ווידעראום וומס"ב איז א גרויסע שטאט.

און בנוגע סידור קידושין איז אזוי: דער רבי שרייבט בנוגע א רב אין שטאט, למעשה איז דיין רבי נישט מרא דאתרא פאר די קהילות וואס האבן זיך אפגעטיילט פון אים. עס זענען דא היינט 2 קהילות וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות מיט זיין קהילה, און האבן אלע צרכי קהילה פאר זיך. דעריבער איז ער נישט בארעכטיגט צו באלעבאטעווען אויף זיי.

און בנוגע רבני העיר: יעדע שטאט גייט מען לויט רוב. רוב רובו פון רבני וומס"ב זענען קעגן עירוב.

און דאס זעלבע איז מיט קרית יואל. דער ק"י דיין איז דיין פאר זיין קהילה, ווילאנג יעדער איז געווען אונטער די קהילה איז ער געווען איבער יעדן, יעצט אז די אנדערע 2 קהילות האבן בכלל נישט קיין שייכות צו זיין קהילה, זענען זיי נישט כפוף צו אים.

און איך  פארשטיי גאנץ גוט פארוואס דו ווילסט זיך נישט באציען צו "רוב רבני העיר"...

לאנצוט » 15/5/2012 22:58

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אה לאנצו"ט


ענטפער טאקע


פארוואס אין קרית יואל מעג מען נאכשרייען יונגע קאפלעך
לאנצוט איז דערקעגן דאס נאכשרייען אין קרית יואל.

און אין וומ"ס ביים עירוב, איז עס פונט ווי מאשין מצות, וואס מ'טאר נישט נאכשרייען קיינעם.
מ'טאר אין ערגעץ נישט נאכשרייען. מיינע קינדער האב איך אייביג אנגעזאגט חלילה קיינעם נישט נאכשרייען און נישט טאן קיין שום אלומות ח"ו. ב"ה אז זיי זענען טאקע קיינמאל נישט אינוואלוולד געווען אין די סארט זאכן.

ריפל » 15/5/2012 23:08

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען א איד גייט אין דער גאס און זעט איינעם טראגן שבת אוןעס טוט אים וויי, איז עס נאטורליך אז ער גיט ארויס זיין ווייטאג. פארשטייט זיך נישט אנרירן יענעם און נישט נאכלויפן אין די גאסן.

נאכצולויפן א יונג קאפל אין די גאסן און זיי שלאגן, איז בכלל נישט קיין פארגלייך.




דו ביסט בלינד אדער דו וואוינסט אין אן אנדערע פלאנעט?
דיינע בחור'לעך לויפן נישט בחורים (און בעיקר) נשים שבת, פארן חטא פון פאלגן זייער רב?
דיינע בחורליך צוברעכן נישט קיין קערידשעס שבת?
דיינע בחור'לעך האבן נישט געמאכט דעם פראטעסט אויף היוז?

הדלקה » 15/5/2012 23:13

דער עירוב איז אויף א רשות הרבים און בארירט די גאנצע שטאט, איך וויל נישט מיט דעם פארענטפערן דיינע ליגענטס, זשאסט חומר למחשבה

יוסף90 » 15/5/2012 23:13

לאנצו"ט


וואס פלעגט נאכשרייען אלס בחור צוזאמען מיט מיילעך דייטש אומשולדיגע מענטשן אין קרית יואל


לאנצו"ט וואס האט שבועות אריינגעשריגן ביים סאטמאר רבי שליט"א'ס קרעפל פשעטל

לאנצו"ט וואס האט צוזאמען מיט מנחם ליבערמאן פון מאנטרעאל נאכגעשריגן סאטמאער רבי שליט"א אין גאס

לאנצו"ט וואס האט אויסגעטיילט שווערע אין ביטערע צרות פאר הונדערטער אומשולדיגע אידן


דער צוגאנער שרייבט יעצט בתמימות אז ער האט אנגעזאגט זיינע קינדער אז זיי זאל נישט גיין במסורת אבות.



נו, ביסט אויך עובר אויפן דברי חיים אינעם יטב לב וואס זיי האלטן אז מ'דארף גיין במסורת אבות?




תוקן על ידי יוסף90 ב- 15/05/2012 23:15:05

לאנצוט » 15/5/2012 23:36

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצו"ט


וואס פלעגט נאכשרייען אלס בחור צוזאמען מיט מיילעך דייטש אומשולדיגע מענטשן אין קרית יואל


לאנצו"ט וואס האט שבועות אריינגעשריגן ביים סאטמאר רבי שליט"א'ס קרעפל פשעטל

לאנצו"ט וואס האט צוזאמען מיט מנחם ליבערמאן פון מאנטרעאל נאכגעשריגן סאטמאער רבי שליט"א אין גאס

לאנצו"ט וואס האט אויסגעטיילט שווערע אין ביטערע צרות פאר הונדערטער אומשולדיגע אידן


דער צוגאנער שרייבט יעצט בתמימות אז ער האט אנגעזאגט זיינע קינדער אז זיי זאל נישט גיין במסורת אבות.



נו, ביסט אויך עובר אויפן דברי חיים אינעם יטב לב וואס זיי האלטן אז מ'דארף גיין במסורת אבות?

?


תוקן על ידי יוסף90 ב- 15/05/2012 23:15:05


עכטער_חסיד » 15/5/2012 23:39

ריפל

פון וואו האב איך בחורים?

לויט ווי ענק פארקויפן דאט כסדר האבן מיר נישט קיין בחורים.

ריפל » 15/5/2012 23:44

גערעכט, תיקון טעות. חיות רעות

געלעכטער » 15/5/2012 23:56

אינטערעסאנט ווי דער עולם לאזט זיך דא נאכשלעפן פון לאנצו"ט'ס ספינעריי. עכטער חסיד האט זייער פיין געשריבן אנפאנג פון דעם אשכול, אז ווען ס'דא א חילוקי דעות צווישן רבנים דארף זיך דער מיעוט צושטעלן צום רוב, און היות רוב תלמידי רבינו האלטן ביי דעם כינוס אז מ'דארף יא גיין, דארף זיך דער מיעוט צושטעלן. אבער אפילו אז זיי ווילן זיך נישט צושטעלן זענען זיי בארעכטיגט ווייל יעדער רב האט זיין מיינונג, מ'רעדט אויף וויפיל עס איז נוגע פארן ציבור. ‎​
 
משא"כ ביים עירוב איז ניטאמאל דא א מיעוט רבני העיר וואס זאגן אז עס איז בכלל דא א עירוב, ממילא זענען די טראגע פראסטע פורצי גדר, מעג יעדער איד אויסשרייען זיין וויי געשריי. ‎​
 
יעצט וועגן נאכלויפן ווייבלעך. די טענה איז שוין אויסגעדראשן און אויסגעוועפט. עס זענען נאך ביזדערווייל נישט אפירגעקומען קיין איין עד נאמן חוץ אפאר היידפארק שרייבער וואס זאל זאגן אז בעיני ראיתי ווי מ'לויפט נאך פרויען. אדער לכל הפחות א פאליס רעפארט אז מ'האט אמאל געשלאגן א פרוי. דעריבער איז עס בכלל נישט אקטועל. ווידערמאל די פארפעלקער אין קרית יואל האט דער בלאט אפיציעל געפרעדיגט (יא, דער עולם פארגעסט, אבער ביז נישט לאנג צוריק איז דאס געווען א וועכענטליכע ערשיינונג. היינט צוטאגס שעמען זיי זיך שוין אליינס דערמיט) מיט נעמען און בילדער פון די פארפעלקער רח"ל. פאשקעווילן זענען געפלויגן יעדן שני וחמישי, בנציון לאוב האט אפיציעל זיך אויפגעשטעלט אויפן ארון הקודש רעדן דאס הארבסטע, און צענדליגער עדים האבן געזען מיט די אויגן ווי מ'פייניגט פאקטיש די פארפעלקער.

עכטער_חסיד » 15/5/2012 23:58

געלעכטער.

ווי אלעמאל, האסטו זייער גוט ארויסגעברעגנט דעם פוינט.

יישר כח.

אישור » 16/5/2012 00:01

אז מרעדט שוין דא פון די סידור קידושין און די כינוס

פארוואס ביי די סידור קידושין

איז ר ' משה יעקב טייטלבוים געווען דא אזוי אנגענומען

און יעצט שרייבט געלעכטער אזוי מיאוס אויף אים ?

עכטער_חסיד » 16/5/2012 00:07

אנגענומען ביי וועמען?

מען האט אים שוין ארויסגעיאגט מיט א צייט צוריק אויך פון ביהמ"ד הגדול ויוא"מ דקהל יטב לב קרית יואל

געלעכטער » 16/5/2012 00:09

ווער שרייבט מיאוס אויף אים? פונקט דאס פארקערטע. ער איז דעמאלס געווען א צדיק יסוד עולם, און יעצט - מיטשטייענדיג מיט ר' אהרן - איז ער ווייטער א צדיק יסוד עולם. ‎​
 
צוריק צום נושא ביטע.

לאנצוט » 16/5/2012 00:12

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אינטערעסאנט ווי דער עולם לאזט זיך דא נאכשלעפן פון לאנצו"ט'ס ספינעריי. עכטער חסיד האט זייער פיין געשריבן אנפאנג פון דעם אשכול, אז ווען ס'דא א חילוקי דעות צווישן רבנים דארף זיך דער מיעוט צושטעלן צום רוב, און היות רוב תלמידי רבינו האלטן ביי דעם כינוס אז מ'דארף יא גיין, דארף זיך דער מיעוט צושטעלן. אבער אפילו אז זיי ווילן זיך נישט צושטעלן זענען זיי בארעכטיגט ווייל יעדער רב האט זיין מיינונג, מ'רעדט אויף וויפיל עס איז נוגע פארן ציבור. ‎​
 
משא"כ ביים עירוב איז ניטאמאל דא א מיעוט רבני העיר וואס זאגן אז עס איז בכלל דא א עירוב, ממילא זענען די טראגע פראסטע פורצי גדר, מעג יעדער איד אויסשרייען זיין וויי געשריי. ‎​

-איך ווייס נישט וועלכע תורה איר האט. וואס מיינט רבני העיר און וואס מיינט רוב רבני העיר.
אז א אינגערמאנטשינקל עפענט זיך אן א שול האט און מיטאמאל קיין הוראה, איז ער עפעס רבני העיר, ווייל ער האט שיפע טאשן?
האט ר' יעקב זיידע עפעס אן אחריות זיך צו רעכנען מיט דומ"ץ סאטמאר? פארוואס און פארווען? און וועלכע תורה שטייט עס?
טאר נישט וויענער עסן מאשין מצות ווייל ביי סאטמארערע איז עס חמץ גמור?

טאר נישט וויזניץ מאכן מלאכות פאר זמן ר"ת ווייל זיי זענען א מועט. עס קומט אן אן עם הארץ און מאכט דא א גאנצע "מקום שנהגו". דא איז נישטא אזא סארט הלכה. לויט די רבנים המתירים איז דער עירוב כשר וישר, און לויט זיי מעג מען טראגן. רבני העיר איז גוט פאר א ליסטע פאר וועמען צו פארקויפן חמץ. קיינער האט נישט קיין התשעבדות צו זיי, ווייל קיינער האט זיי נישט אויפגענומען אלס "רבני העיר".
 
יעצט וועגן נאכלויפן ווייבלעך. די טענה איז שוין אויסגעדראשן און אויסגעוועפט.
עס זענען געווען עדות דערויף.
עס זענען נאך ביזדערווייל נישט אפירגעקומען קיין איין עד נאמן חוץ אפאר היידפארק שרייבער וואס זאל זאגן אז בעיני ראיתי ווי מ'לויפט נאך פרויען. אדער לכל הפחות א פאליס רעפארט אז מ'האט אמאל געשלאגן א פרוי.
עס איז יא געווען פאליס רעפארטס, אבער די שלעגער זענען אנטלאפן.

דעריבער איז עס בכלל נישט אקטועל. ווידערמאל די פארפעלקער אין קרית יואל האט דער בלאט אפיציעל געפרעדיגט (יא, דער עולם פארגעסט, אבער ביז נישט לאנג צוריק איז דאס געווען א וועכענטליכע ערשיינונג. היינט צוטאגס שעמען זיי זיך שוין אליינס דערמיט) מיט נעמען און בילדער פון די פארפעלקער רח"ל. פאשקעווילן זענען געפלויגן יעדן שני וחמישי, בנציון לאוב האט אפיציעל זיך אויפגעשטעלט אויפן ארון הקודש רעדן דאס הארבסטע, און צענדליגער עדים האבן געזען מיט די אויגן ווי מ'פייניגט פאקטיש די פארפעלקער.

לאנצוט האט שוין דערקלערט אז ער איז קעגן יעדע סארט מעשי אלומות. סיי אין קרית יואל, און סיי אין וויליאמסבורג.

ביי מיר עקזעסטירט נישט דער "הא לן והא להו". לאנצוט איז נישט קיין היפאקריט.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 00:16

לאנצוט

דער חילוק פון וומס"ב און ק"י איז פשוט: אין ק"י איז דא אן אזויגערופענער רב וואס פרעטענדירט צו באלעבאטעווען אויף די גאנצע שטאט, און יעדע זאך וואס פאליטיש איז עס נישט לרוחו, דרוקט ער אונטער, און ער נוצט דערפאר זיין באהערדע.

אין וומס"ב איז דאס נישטא פונקט ווי אין קיין שום שטאט.

געלעכטער » 16/5/2012 00:28

לאנצוט, ס'איז לעכערליך זיך אריינצולאזן מיט דיר אין א פארהער וועגן דעם עירוב, ווייל עס איז סייווי באקאנט די פאקטן פאר יעדן, און איך בין נישט אין די גוסטע צו הערן קיין פריש פאבריצירטע לאנצו"ט פאקטן. איין פראגע נאר: איז דא א בריוו פון ר' יעקב זיידא ווי ער איז מתיר דעם עירוב? איך האב מורא דו מישט דיך אויס מיט דער שטערן.

לאנצוט » 16/5/2012 00:29

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצוט, ס'איז לעכערליך זיך אריינצולאזן מיט דיר אין א פארהער וועגן דעם עירוב, ווייל עס איז סייווי באקאנט די פאקטן פאר יעדן, און איך בין נישט אין די גוסטע צו הערן קיין פריש פאבריצירטע לאנצו"ט פאקטן. איין פראגע נאר: איז דא א בריוו פון ר' יעקב זיידא ווי ער איז מתיר דעם עירוב? איך האב מורא דו מישט דיך אויס מיט דער שטערן.


ער איז מתיר דעם עירוב פאר זיין קהלה.

געלעכטער » 16/5/2012 00:34

דארף איך גלייבן יעצט לאנצו"ט פון היידפארק. אפשר ברענגסטו מיר א צעטיל?

לאנצוט » 16/5/2012 00:38

איך ווייס בבירור אז ער איז מתיר, צי ער איז אונטערגעשריבן ווייס איך נישט, און עס מאכט בכלל נישט אויס.
פינקט ווי דער בעלזער דיין איז מתיר און כ'האב נישט געזען קיין צעטל פון אים.

צי וואס דארפן מיר זיך טענה'ן איבער שטותים.

איך האב דיך געפרעגט דאס: ביטע ענטפער אויב דו האסט וואס.

טאר נישט וויענער אידן עסן מאשין מצות ווייל ביי סאטמארע אידן איז עס חמץ גמור?
יא אדער ניין?

טאר נישט וויזניצער אידן מאכן מלאכות פאר זמן ר"ת ווייל זיי זענען א מועט אין די שטאט?
יא אדער ניין?

עס קומט אן אן עם הארץ און מאכט
דא א גאנצע "מקום שנהגו".
דא איז נישטא אזא סארט הלכה. לויט די רבנים המתירים איז דער עירוב כשר וישר, און לויט זיי מעג מען טראגן. רבני העיר איז גוט פאר א ליסטע פאר וועמען צו פארקויפן חמץ. קיינער האט נישט קיין התשעבדות צו זיי, ווייל קיינער האט זיי נישט אויפגענומען אלס "רבני העיר".


ביטע ענטפער צו דער זאך.

לאנצוט » 16/5/2012 01:30

הדלקה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער עירוב איז אויף א רשות הרבים און בארירט די גאנצע שטאט, איך וויל נישט מיט דעם פארענטפערן דיינע ליגענטס, זשאסט חומר למחשבה


נו וואס איז? לויט זיינע רבנים איז עס נישט קיין רשות הרבים, ער מעג טראגן. פינקט ווי א וויזניצער חסיד פארט מיט זיין קאר ווען ביי מיר איז נאך שבת קודש. און עסט מוצאי יום הקודש ווען ביי מיר מוז מען נאך פאסטן.

וואספארא תירוץ איז דאס אז עס בארירט מיך. זיין רב זאגט אז ס'איז מותר מעג ער טראגן. און דיין רב זאגט ס'איז אסור, סאו טראג נישט.

דער תירוץ איז נאכאמאל און נאכאמאל: הא לן והא להו !

יוסף90 » 16/5/2012 01:38

עירוב א ער עירוב א אין

לאנצוט ווייסט נישט אז אין קרית יואל שרייט מען נאך ווייבער

לאנצוט » 16/5/2012 01:52

יוסף90,
איך שעם זיך נישט צו זאגן אז אין בין דערקעגן.

פארוואס אבער גילט ביי אייך דער "הא לן והא להו".

פארוואס איז נישט יעדער רב בארעכטיגט צו זאגן זיין מיינונג בדבר הלכה. למה?

עכטער_חסיד » 16/5/2012 02:01

נאך 60 יאר וואס וואש ערליכע אידן וואוינען אין וומס"ב, וויל מען איינפירן אזא זאך, גייט אריין אין "כל המשנה ידו על התחתונה"!

לאנצוט » 16/5/2012 02:16

איינפירן? מ'מאכט אן עירוב כדת וכדין (איך טראג טאקע נישט דערמיט) אבער די וועלכע האלטן אז ס'איז מותר, האבן אלע רעכטן צו טראגן, וויאזוי די תורה ערלויבט.

אז עס שמעקט דיר נישט, טראג נישט.

קיינער איז נישט באלעבאס אויף וויליאמסבורג. עס איז נישטא דא קיין דייני ורבני העיר.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 02:19

דער פאפא רב זצ"ל האט בשעצו געגעבן א בריוו לטובת אן עירוב און ער האט צוריקגעצויגן הערנדיג אז רביה"ק איז דערקעגן.

לאנצוט » 16/5/2012 02:22

אז פאפא'ער רב האט זיך נוהג געווען עפעס לפנים משורת הדין, איז נישט טייטש אז דער היינטיגער פאפא'ער רב טאר נישט אזוי טאן.

וויליאמסבורג און בארא פארק מעגן האבן אן עירוב, ווייל די שטעט האבן נישט קיין רב, און אויב אידן הערן זיך צו, צו א דעת תורה פון א מורה הוראה בישראל און פאלגן זיין פסק, איז נישט פאראן קיין היתר זיי נאכצושרייען.

נאכשרייען דארף מען איינעם וואס רעדט ביים דאווענען און ביי קריאת התורה, ווי ס'איז נישט פאראן קיין היתר.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 02:25

אויב דער פאפער רב זצ"ל האט אזוי געטאן איז ביי מיר קיין ספק אז זיין זון דער היינטיגער פאפאער רבי שליט"א פירטז יך גענוי ווי זיין הייליגן טאטן! ער האט א יראת הכבוד פאר זיין טאטן.

און אדרבה, ווייל עס איזנישטא קיין רב העיר טאר עס נישט האבן קיין עירוב, אפילו אויב מען מעג יא מאכן, ווייל עס איז נישטא ווער עס זאל זיין דער אחראי דערצו.

און צום סוף לאנצוט, איך געדענק די גוטע צייטן ווען דיין רבי פלעגט רעדן ביים ליינען, דאס מיינט אז מען האט אים געדארפט נאכשרייען?

לאנצוט » 16/5/2012 02:27

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויב דער פאפער רב זצ"ל האט אזוי געטאן איז ביי מיר קיין ספק אז זיין זון דער היינטיגער פאפאער רבי שליט"א פירטז יך גענוי ווי זיין הייליגן טאטן! ער האט א יראת הכבוד פאר זיין טאטן.
למעשה איז פאפא מתיר צו טראגן מיט'ן עירוב.

און אדרבה, ווייל עס איזנישטא קיין רב העיר טאר עס נישט האבן קיין עירוב, אפילו אויב מען מעג יא מאכן, ווייל עס איז נישטא ווער עס זאל זיין דער אחראי דערצו.
ווער זאגט זאגט דאס. די רבנים המתירים זאגן אז זיי זענען אחראי, און מ'קען רואיג טראגן. און קיינער טאר אויף זיי נישט שרייען ווייל זיי טוען כדת וכדין.

און צום סוף לאנצוט, איך געדענק די גוטע צייטן ווען דיין רבי פלעגט רעדן ביים ליינען, דאס מיינט אז מען האט אים געדארפט נאכשרייען?

אוודאי.

יוסף90 » 16/5/2012 03:01

לאנצוט

מ'דארף טאקע מאכשרייען איינער וואס שרייט ביי קריאת התורה


און דעריבער טאקע האט מען אין ראדני פאר 10 יאר צוריק כסדר נאכגעשריגן לייבוש טייטלבוים, מיט נפתלי משה (קאקאש) אינדיג, מנחם ליברמאן, מענדי ווידער, אשר וויידער, סיני טייטלבוים, וואלוואי לאנדא, וחבריהם".

עכטער_חסיד » 16/5/2012 03:08

נישט אמת. פאפא רבי שליט"א האט קיינמאל נישט מתיר געווען. אין בארא פארק האט ער קלאר געזאגט אז נישט.

און בנוגע די אחראים אויפן עירוב, איז דיין תירוץ נישט אויסגעהאלטן.
בלאט: 1 2