היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דרשה אין ישיבה גדולה ד'סאטמאר איבער דעם כינוס

דרשה אין ישיבה גדולה ד'סאטמאר איבער דעם כינוס

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2959114
בלאט: 1 2

נפל » 16/5/2012 07:27

איך פארשטיי נישט פארוואס דער מנהל לאזט צו אז אזא אקטועלע אישו ווי די דרשה אין ישיבה זאל פארקריכן צום אויסגעדראשענע נושא פון עירוב. אויב שוין זאל ער כאטש טוישן דעם קעפל צו "עירוב". און אויב מ'רעדט שוין יא: 1 ס'האט קיינמאל נישט פאסירט אז סיי ווער זאל איבערדרייען א קערידש אדער שלאגן א פרוי. כ'געדענק נאך ווען די אהרוינים האבן איבערגעשריבן הונדערטער מאל אז די זאלי בחורים רייסן שייטלעך פון נשים, זעט אויס די אהרוינים האבן זיך געכאפט סארא ליצנות זיי זענען האבן זיי אנגעהויבן מיט א מילדערע שקר אז זיי רייסן טאקע נישט קיין שייטלעך אבער זיי שלאגן פרויען און צוברעכן קערעדשיס. 2 די זאליס האבן אלע רעכטן צו שרייען שבת, עכ"פ נישט ווייניגער רעכט ווי דער וויזניצער מיטן טראגן. 3 ס'מעג דער רב המשטרה פסק'ענען אז די פאליציי מעג פארן שבת און די ערליכע אידן שרייען שבת שוין 3 דורות טראצדעם וואס די מחללי שבת האבן א היתר פון זייער רב.

עכטער_חסיד » 16/5/2012 08:06

גערעכט נפל

מיר האבן דא א פראפעשאנעל נודניק (אין א שיינעם שפראך) וואס וכט צו פארדרייען יעדן נארמאלן אשכול מיט זיינע שקים.

לאנצוט » 16/5/2012 18:19

מ'האט דא באהאנדעלט די מורא'דיגע מדות טובות אז מ'לאזט יעדן זאגן זיין מיינונג.
האב איך געפרעגט א קלאץ קשיא פארוואס ביים עירוב לאזט מען נישט יעדן רב זאגן זיין מיינונג. און יעדן איד פאלגן זיין רב.

דער אשכול איז נישט פארדרייט, בלויז ווייל די טעמע מאכט דיר קאפוויי.

דער תירוץ איז:
הא לן והא להו.

שמעלקאלע » 16/5/2012 18:29

לאנצוט הער אויף א גאנצן טאג פארדרייען אשכולות, יעדן אשכול הייבט זיך אן מיט איין נושא, און ווערט פארדרייט דורך דיר און נאך אנדערע חברה...

אז נישט וועט מען בעטן דער מנהל זאל נעמען ערנסטע שריט צו די אלע, נישט קיין חילוק צו ער איז פון אונזערע צו נישט.

אמאל איז עס מיט טעם, אבער לעצטענס גייט עס אהין און צוריק ווי קליינע קינדער...

please stop

לאנצוט » 16/5/2012 19:11

קענסט זאגן פשוט:
הא לן והא להו.

יוסף90 » 16/5/2012 22:07

הא לן הא להו זאגט איר אויף יעדע זאך.

שמעלקאלע » 16/5/2012 22:14

לאנצוט ליין איבער וועסטו זעהן אז איך האב דירעקט געשריבן
"נישט קיין חילוק צו ער איז פון אונזערע צו נישט"
וואס זאל איך טוען אז ביי דיר איז, 1+1= חלה דעקעלע


תוקן על ידי שמעלקאלע ב- 16/05/2012 22:16:06

ביידען » 16/5/2012 22:27

א עפענטליכע בקשה צו לאנצוט פון זיין טאטן
גיי לערנען דיין חברותא ווארט אויף דיר
אין ביטע הער אויף צפירקלען דא ווייל דו נעמסט מיר אוועק דעם אפעטיט פון ליינען דא ייש''כ

ben_yahuda » 16/5/2012 22:32

לאנצוט!! מיר גייען ארויס אין א קאמפיין קעגן דיר...
געב אכטונג ווייל באלד האפענטליך וועסטו פארלירן רשות כתיבה,
דו גייסט ארויס פון דער גלייזן, ווען איך קום ארויף אין איך זעה דיר דא יענעם טאג
לאז איך אפ דעם פורום ווייל ס'איז פשוט נערווען צו זיצן מיט אזא ברי' משונה פון אלטן דור

לאנצוט » 16/5/2012 22:43

איך פארשטיי. די אישוס וואס לאנצוט ברענגט אויף איז ווייטאגליך. איך אנטשולדיג זיך.

יוסף90 » 18/5/2012 05:21

לאנצוט


דיינע אישוס איז ביי קיינעם נישט ווייטאגלעך

\יעדער האט הנאה, און קאלערט זיך פון דיינע זאפטיגע שטותים און נארישקייטן


לאנצוט מיינט אז ער שרייבט נאך אין פנים אל פנים.

בלאט: 1 2