היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » זאליס איך וויל נאך 1 מאל הערן דעם שקר אז ר' אהרן לאזט נישט/ו...

זאליס איך וויל נאך 1 מאל הערן דעם שקר אז ר' אהרן לאזט נישט/ו...

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2959080
בלאט: 1 2

זאלי200 » 15/5/2012 17:21

זאליס איך וויל נאך 1 מאל הערן דעם שקר אז ר' אהרן לאזט נישט/ווי נישט גיין צו דין תורה
איך קען נישט פארשטיין וויאזוי די זאליס שעמן זיך נישט נאך 11 יאר סירוב לדין און נאך 11 יאר נישט שיקן קיין איין איינציגע הזמנה צו דין תורה קענען זיי נאך אלץ שרייען אז זיי זענען גאר די וואוילע מענטשן נאר ר' אהרן וויל נישט גיין צו די תורה,

די משוגעים זענען געגאנגען אזוי ווייט אז אנעם שיקן א הזמנה זענען זיי געגאנגען משוגע מאכן א "רבן של ישראל" רבינו שליט"א וועגן די שקר אז ער וויל נישט גיין צו דין תורה, און די רבי האט געזאגט יעדע מאל עקסטער:

שיק מיר א הזמנה, איך שרייב שוין אונטער שטרי בירורין,

ווי אויך איז משה'לע גליק אריין צום רבי'ן כ"ו ניסן פרעגן פארוואס ער וויל נישט אינטער שרייבן שטרי בירורין על סמך שקר זו, און די רבי האט אים געענטפערט: 
אויב רופט מען מיר צו דין תורה, גיי איך שוין יעצט, איך גיי אפילו נישט נישט צום טאטנס ציון,

איך קען נישט פארשטיין וויאזוי די זאליס קענען זאגן דעם שקר נאכאמאל און נאכאמאל?

קאקאש_קעיק » 15/5/2012 17:36

איך ווייס נישט אויב איך זאל די ביסט א חלה דעקל אדער א קאקאש קעיק, אבער אויב האט איר טענות דאן דארפט עטץ שיקן א הזמנה, צו קיין דין תורה האלט איר נישט ביים גיין, ריכטער שמידט יוכיח.

לאנצוט » 15/5/2012 17:38

קאקאש,
ריכטער שמידט זאגט אז די זאליס ווילן נישט קיין דין תורה.
דאס איז דאס לעצטע מאל וואס איך האב געטשעקט.

ביידען » 15/5/2012 17:39

דעקעלע איך וועל דיר ענטפערן איינמאל אין מער נישט
אונז האמיר צוריקגעשיקט 3 מאל פון 3 באזונדערע (2אומפארטיישע) בתי דינים אזווי די דין  לפנים משורת הדין, אז תובע הולך אחר הנתבע
אין מען האט מער נישט געהערט קיין פיפס פון ענק (אחוץ מודעות אין בלאט יעדע וואך מיט נומערען...)
והא ראיה אז בית דין ב''י פון פלעטבוש האט צוריגעצויגן זייער סירוב וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף קהילתנו הקדושה
שפעטער נאכדעם וואס עטס זענטס שוין אריין בערכאות של עכו''ם אין מרים געווען יד בתורת משה אין עטס האט געזעהן אז עס איז נישטא קיין האפענונג פאר ענק זענטס עטס צוריקגעקומען אז עטס ווילטס גיין בזבל''א אין טראץ די הלכה פון א הולך בערכאות  בי''ד אין נזקקין לו האט קהילתנו מסכים געווען מיט איין תנאי אז רא''ט וועט אויך אונטערשרייבן שטרי ברורין אין אזוי אויך אז מען וועט דן זיין איבער די נכסים אין קר''י, אין ביי דעם איז עס געבליבן שטיין
דאס זענען אין קורצן די טרוקענע פאקטן דברים כהוייתן
די רעסט איז היסטארי

לאנצוט » 15/5/2012 17:44

ביידען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דעקעלע איך וועל דיר ענטפערן איינמאל אין מער נישט
אונז האמיר צוריקגעשיקט 3 מאל פון 3 באזונדערע (2אומפארטיישע) בתי דינים אזווי די דין  לפנים משורת הדין, אז תובע הולך אחר הנתבע (משפט שלום מיט ר' יצחק מאנדעל מיט קארלסבורג (רבי יצחק שטיין) זענען אזוי אומפארטייאיש, ווי די באראש בית דין).

אין מען האט מער נישט געהערט קיין פיפס פון ענק (אחוץ מודעות אין בלאט יעדע וואך מיט נומערען...)
מ'האט יא געהערט. איר האט נאר נישט געוואלט הארכן.

והא ראיה אז בית דין ב''י פון פלעטבוש האט צוריגעצויגן זייער סירוב וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף קהילתנו הקדושה
-נאך דרוק פון הרב אליעזר קעסטענבוים.

שפעטער נאכדעם וואס עטס זענטס שוין אריין בערכאות של עכו''ם אין מרים געווען יד בתורת משה אין עטס האט געזעהן אז עס איז נישטא קיין האפענונג פאר ענק זענטס עטס צוריקגעקומען אז עטס ווילטס גיין בזבל''א אין טראץ די הלכה פון א הולך בערכאות  בי''ד אין נזקקין לו האט קהילתנו מסכים געווען מיט איין תנאי אז רא''ט וועט אויך אונטערשרייבן שטרי ברורין אין אזוי אויך אז מען וועט דן זיין איבער די נכסים אין קר''י, אין ביי דעם איז עס געבליבן שטיין
אלע תירוצים איז געווען תהלוכי הקהלה בעלאני... און נאר גיין צו קארופטירטע שוחד נעמבער, פעיראלל נעמער דיינים.
-

דאס זענען אין קורצן די טרוקענע פאקטן דברים כהוייתן
אינטרעסאנט אז אין בארא פארק האט איר פלוצלינג יא געוואוסט אויסצוקלויבן א עכט אומפארטייאישע בית דין נישט קיין ליצים.

די רעסט איז היסטארי

קאקאש_קעיק » 15/5/2012 17:47

לאנצוט און ארוני200 אויב האט עטץ טענות דאן זאגט עס פאר די ראשי הקהילה, ווייל פון זאגן אויף אויף היידפארק וועט איר אנקומען אזוי ווי די לעצטע 13 יאר, ר' שאול האט געזאגט ביים גענעראל פארזאמלונג אז יעדער וואס קען צוהעלפן צו שליכטן דעם סכסוך קען קומען און צוהעלפן ברענגן א סוף צום מחלוקה.

רב_הסוער » 15/5/2012 17:47

למען הפונקטליכקייט,
נאווארדאק האט נישט צוריקגעצויגן דעם סירוב, לא מינהו ולא מקצתו

דאס גאנצע וואס זיי האבן געשריבן איז היות לפי דעתם האבן די ארונים איבערגעצויגן די תביעות אין געריכט, ציען זיי זיך ארויס פון ווייטער פירן די דין תורה (ידינו מסולקת) און זיי לאזן אן אנדערן בי"ד ממשיך זיין,

אבער מבטל זיין די "סירוב" מאן דכר שמי'?

אדרבא זאג די מיר, וויזוי אויב איינער לו יצויר גייט און געריכט שלא כהוגן, איז א סתירה מיט א קלארע  סירוב? וויזוי איז עס תלוי הא בהא?

ביידען » 15/5/2012 18:00

לאנצוט דו מיינסט אז איך ווייס נישט די אלע אויסגעדראשענע תירוצים
די באדעם ליין איז, אז אונז האמיר געטוהן ווי די הלכה אין מיט א שמוץ אריבער
אויב האט עטס טענות אז די בי''ד איז פארטייאיש קענט עטס עס זאגן פארן בי''ד פון וועם מיר האבן געשיקט די הזמנה
אזוי ווי די הלכה פארלאנגט

אויף אליעזער קעסטענבוים טענה קען איך דיר נישט אפפרעגן ווייל איך וויל מיך נישט אראפלאזן אזזוי נידריג

אין רב הסוער נאווארדאק האט יא צוריקגעצויגען טאקע פאר די סיבה אז די ארונים האבן זיי פארקויפט שקרים וכזבים

עכטער_חסיד » 15/5/2012 18:09

נאך אלע זיינע באמיאונגען צו ברענגען דעם סכסוך צו א דין תורה, האט זיך שופט שמידט אזוי אויסגעדריקט:

איך האב צוטאן מיט 2 מענטשן — איינער "זאגט" אז ער וויל גיין צו דין תורה, דער אנדערער "וויל" גיין צו דין תורה

רב_הסוער » 15/5/2012 18:22

ביידען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אין רב הסוער נאווארדאק האט יא צוריקגעצויגען טאקע פאר די סיבה אז די ארונים האבן זיי פארקויפט שקרים וכזבים

קען זיין, איך וועלן מודה אויב ס'איז טאקע אזוי

איינער האט ביטע די "ידינו מסולקת" בריוו

א דאנק

לאנצוט » 15/5/2012 18:33

קאקאש_קעיק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצוט און ארוני200 אויב האט עטץ טענות דאן זאגט עס פאר די ראשי הקהילה, ווייל פון זאגן אויף אויף היידפארק וועט איר אנקומען אזוי ווי די לעצטע 13 יאר, ר' שאול האט געזאגט ביים גענעראל פארזאמלונג אז יעדער וואס קען צוהעלפן צו שליכטן דעם סכסוך קען קומען און צוהעלפן ברענגן א סוף צום מחלוקה.

דאס זיך אויפשטעלן פון ר' שאול פערלשטיין ברבים און שיסן ליגנט פאר אן ארון קודש איז דאס נישט דאס ערשטע מאל וואס ער טוט עס, אבער עס צייגט אז ער האט נישט קיין רעספעקט נישט פאר די תורה הקודש, און אוודאי נישט פאר אלע מענטשן פאר וועמען ער פארקויפט די לאקשן.

ער שרייט אז מ'האט געפעלשט די אונטערשריפט פון ר' שמעון ווייס.
דאס איז דאך יעצט ביי די דין תורה, לאז זיי זאגן צי ס'איז אמת אדער נישט. די ארונים זענען מעיד פאר'ן בית דין אז ס'איז אמת ויציב, און ר' שמעון ווייס האט דאס אונטערגעשריבן. ווי קומט א יונגאטש און זאגט ס'איז שקר, ווייל ס'איז קעגן מיינע אינטערעסן.

צווייטנס זאגט ער אז אין בארא פארק ווילן די ארונים נישט גיין צו דין תורה.
מ'זיצט ביי דין תורה דריי יאר, מ'ווארט אויף א פסק, קומט דער לץ פון 70 יאר און זאגט די ארונים שרייבן נישט אונטער. וואס אונטערשריין, ווען אונטערשרייבן.  וועלכע צעטל פון בית דין וויל מען נישט אונטערשרייבן.

ער דערציילט נישט אז די זאליס זעען אז זיי פארלירן מאכן זיי א נייע דין תורה. דאס טויג שוין נישט... פארציילט מען בלויז אז מ'וויל נישט אונטערשרייבן.

כהנה וכהנה קען מען נעמען דעם ר' נחום פערלשטיין און אים אויסשמירן מיט זיינע שקרים. עס קומט צום לאכן וויאזוי די זאליס כאפן זיך נישט וואס א דראגס ער פארקויפט זיי, זיי ווערן אביסל "היי".

לאנצוט האט נישט אינהעילט די דראגס, און איך בין נישט גרייט צו קויפן.

שמעלקאלע » 15/5/2012 18:49

לאנצוט ווי אין שו"ע שטייט אז דער בי"ד דארף זיין אומפארטייאיש??

אין שו"ע שטייט אז דער נתבע קען זיך אויסוועלן א בי"ד

פינטל, פינטל, פינטל. (יעצט ענטפער מיר שלא מן הענין)

לאנצוט » 15/5/2012 18:58

אין שו"ע שטייט אז א שונא ממש איז אסור לדון, און זיין הוראה איז פסול אפילו בדיעבד.
יא. אזוי ווערט גע'פסק'ט דורך אלע פוסקים.

יעדער ווייסט אז ר' ישראל חיים מנשה און און אלע איבריגע דיינים זענען שונאים ממש פאר ר' אהרן טייטלבוים און "אלע" זיינע מענטשן.

ממילא לויט דעם טאר קיין זאלי דיין נישט פסק'ן ביי קיין שום דין תורה איבער דעם סכסוך.

עס איז דיר אפשר מעגליך שווער צו פארשטיין, אבער דאס איז די טרוקענע הלכה.

געלעכטער » 15/5/2012 19:02

אדרבא, אפשר זאגסטו מיר וועלכע בי"ד וואלט יא גוט געווען, און זענען נישט ר' אהרן'ס שונאים? ‎​
 
איך דארף דיר נישט צו זאגן אז איין מינוט נאך וואס דער גוטער בי"ד וואלט זיך אריינגעלייגט, וואלטן זיי דאך אויך געווארן שלשה רועי בקר.

לאנצוט » 15/5/2012 19:04

דער בית דין פון בארא פארק קעיס.
אדער בית דין מכון להוראה.

שלשה רועה בקר הייסט ווען מ'קלויבט זיך אויס 3 יונגאטשן (שוחד בלע"ז), און מ'צייגט דעם כשר'ן חזיר פיסל... העי איך האב א היתר !

געלעכטער » 15/5/2012 19:24

בי"ד מכון להוראה איז ר' זלמן לייב'ס שונא, און ע"פ דין דארף איך דאך נישט גיין צו מיין שונא. נישט אזוי?

לאנצוט » 15/5/2012 19:36

אויב דו האסט עפעס באווייזן אז מכון להוראה איז טאקע דיין שונא ממש, טאר'ן זיי טאקע נישט זיין קיין דיינים.
אבער אויב דו ווילסט שפילן HOOKEY, איז עס מיט די תורה, נישט מיט מיר.

נישטאמת » 15/5/2012 19:45

מכון להוראה וואלט נישט מסכים געווען אנצונעמען דע קעיס און כידוע האבן די זלונים פראבירט נישט צי גיין אין ערכאות נאר זיי האבן געמוזט בלית ברירה
אזוי פארשטיי איך פון דער דרשה פון ר שאול

געלעכטער » 15/5/2012 19:46

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויב דו האסט עפעס באווייזן אז מכון להוראה איז טאקע דיין שונא ממש, טאר'ן זיי טאקע נישט זיין קיין דיינים.
אבער אויב דו ווילסט שפילן HOOKEY, איז עס מיט די תורה, נישט מיט מיר.
‎​
 
דו האסט עפעס באווייז אז ר' יחזקאל ראטה איז דיין שונא?

עכטער_חסיד » 15/5/2012 20:12

לאנצוט.

ווען א מענטש זאגט א סטעיטמענט דארף ער עס כאטש מאכן אויסזען ווי נארמאל, עס זאל נתקבל ווערן על הלב. דו שיסט סטעיטמענטס און עס אינטערעסירט דיך אפילו נישט אז מען זעט תיכף ווי דאס איז פשוט א שפיל.

דו שרייבסט אזוי:

"ער שרייט אז מ'האט געפעלשט די אונטערשריפט פון ר' שמעון ווייס. 

דאס איז דאך יעצט ביי די דין תורה, לאז זיי זאגן צי ס'איז אמת אדער נישט. די ארונים זענען מעיד פאר'ן בית דין אז ס'איז אמת ויציב, און ר' שמעון ווייס האט דאס אונטערגעשריבן. ווי קומט א יונגאטש און זאגט ס'איז שקר, ווייל ס'איז קעגן מיינע אינטערעסן". 

לאמיר דיר ענטפערן 2 זאכן:

ערשטענס, דארף מען נישט זיין קיין חכם צו פארשטיין אז ר' שמעון ווייס האט נישט איבערגעשריבן זיינע סטאקס פאר דעם ראציגן יונגערמאן וואס באלאנגט פאר די אהרונישע פארטיי און איינער וואס האט אים נאכגעשריגן. פאר יעדן וואס איז נאר אביסל באקאנט מיט די סאטמארע היסטאריע איז דאס א דבר פשוט. טא, דריי נישט קיין טשייניק אז דאס האט צו טאן מיטן בית דין מברר צו זיין, ווען דו אוןן דיינע חברים ווייסן אויך אז דאס איז ליגענט! פינטל.

צווייטענס, האט הגאון רבי אברהם ברוך ראזענבערגער שליט"א אליינס געפרעגט די זעלבע קשיא, אויף וואס זיי האבן אפילו נישט געהאט וואס צו ענטפערן!

נאכדעם שרייבסטו:
"צווייטנס זאגט ער אז אין בארא פארק ווילן די ארונים נישט גיין צו דין תורה. 

מ'זיצט ביי דין תורה דריי יאר, מ'ווארט אויף א פסק, קומט דער לץ פון 70 יאר און זאגט די ארונים שרייבן נישט אונטער. וואס אונטערשרייבן, ווען אונטערשרייבן.  וועלכע צעטל פון בית דין וויל מען נישט אונטערשרייבן."

ווייטער דרייסטו דא א דאשיק. דיין בורר זלמן גרויז איז דאך געקומען מיט די טענה אז דאס איז א סכסוך צווישן ציבור פון ביידע צדדים און נישט קיין פריוואטער סכסוך צווישן ר' מענדל שווימער מיט אהרן וועלץ (און דאס האט ער געטאן נישט אנהויב דין תורה, נאר ביים לעצטן דיון ווען ער האט געזען אז דער דין תורה פארט נישט גוט פאר זיין קליענט, טראצדעם וואס דאס האט געוידערט חדשים לאנג און עס האט אפגעקאסט צענדליגער טויזנטער דאלערס!), דערויף האט בית דין פארלאנגט חתימות פון ביידע צדדים כדי צו קענען ארויסגעבן א פסק וואס זאל יעדן מחייב זיין.

אזוי ווי ענקער צד ציטערט פון די צאל חתימות און בכלל ווילן זיי נישט קיין פסק ווייל מען וועט אנהייבן צעטיילן די בנינים, האט מען איינגענומען א שטומעניש, און מען שיקט ארויס לאנצוט אויף היידפארק צו לייקענען בכלל אז בית דין האט דאס פארלאנגט.

און יעצט גיי שריי ווייטער, שקרן ביז דו וועהסט ווערן הייזעריג.

לאנצוט » 15/5/2012 20:19

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

זיי האבן געברענגט עדות קלאר וויאזוי זיין שטוב קוקט אויס, און אז ר' שמעון האט עס אונטערגעשריבן.
איי פרעגסטו פארוואס האט עס ר' שמעון געטאן. אויף דעם קענסטו נישט אפווענדן אן עדות. חוץ אויב דו קענסט זאגן "עמנו היית. דו מוזט האבן באווייזן איידער דו שרייסט שקר. חוץ אויף היידפארק קענסטו פארקויפן לאקשן.
און נאכאמאל, דאס דארף בית דין מברר זיין, ווייל עס איז יעצט פאר זיי.

צווייטענס, האט הגאון רבי אברהם ברוך ראזענבערגער שליט"א אליינס געפרעגט די זעלבע קשיא, אויף וואס זיי האבן אפילו נישט געהאט וואס צו ענטפערן!

זיי האבן יא געענטפערט, אז ר' שמעון האט עס איבערגעשריבן אז עס נישט אוועקגיין פון די איצטיגע בעלים.

נאכדעם שרייבסטו:
"צווייטנס זאגט ער אז אין בארא פארק ווילן די ארונים נישט גיין צו דין תורה. 

מ'זיצט ביי דין תורה דריי יאר, מ'ווארט אויף א פסק, קומט דער לץ פון 70 יאר און זאגט די ארונים שרייבן נישט אונטער. וואס אונטערשרייבן, ווען אונטערשרייבן.  וועלכע צעטל פון בית דין וויל מען נישט אונטערשרייבן."

ווייטער דרייסטו דא א דאשיק. דיין בורר זלמן גרויז איז דאך געקומען מיט די טענה אז דאס איז א סכסוך צווישן ציבור פון ביידע צדדים און נישט קיין פריוואטער סכסוך צווישן ר' מענדל שווימער מיט אהרן וועלץ (און דאס האט ער געטאן נישט אנהויב דין תורה, נאר ביים לעצטן דיון ווען ער האט געזען אז דער דין תורה פארט נישט גוט פאר זיין קליענט, טראצדעם וואס דאס האט געוידערט חדשים לאנג און עס האט אפגעקאסט צענדליגער טויזנטער דאלערס!), דערויף האט בית דין פארלאנגט חתימות פון ביידע צדדים כדי צו קענען ארויסגעבן א פסק וואס זאל יעדן מחייב זיין.

שקר. בית דין האט נישט פארלאנגט גארנישט. עס איז א טריק פון דעם צד וואס האט פארשפילט.
ווען בית דין הייסט מוז מען פאלגן. און אז נישט געבן זיי ארויס א פסק אז איך בין א מסרב. דו ווייסט דאס גאנץ גוט.
די זאליס האבן געזען כי כלתה אליהם הרעה, און זיי פארלירן אלצנדיג און קומען ארויס ללעג ולקלס האבן זיי אנגעהויבן א פרישע דין תורה.

אז דו ווילסט רופן דעם קהל, בין איך נישט מסכים אן וויליאמסבורג. פארשטייסט אזא סארט ריזאנינג?!

אזוי ווי ענקער צד ציטערט פון די צאל חתימות און בכלל ווילן זיי נישט קיין פסק ווייל מען וועט אנהייבן צעטיילן די בנינים, האט מען איינגענומען א שטומעניש, און מען שיקט ארויס לאנצוט אויף היידפארק צו לייקענען בכלל אז בית דין האט דאס פארלאנגט.

קיינער ציטערט נישט. נאר טייל נישט אפ בארא פארק פון וויליאמסבורג, ווייל אין ווילי האסטו וואס צו פארלירן. לאנצוט איז נישטא קפון קיינעם. לאנצוט פרעגט הארבע פראגעס, וועלכע מאכן צו שאנד צו שפאט דעם ראש הקהל ר' נחום פערלשטיין.

לאמיר זעהן, שרייב אונטער אויף וויליאמסבורג. מיר זענען גרייט היינט.

און יעצט גיי שריי ווייטער, שקרן ביז דו וועהסט ווערן הייזעריג.

איך דארף נישט שרייען גארנישט. דער ראש הקהל לייגט אייך צונאר לעיני כל עם ועדה.

אישור » 15/5/2012 20:19

ביידען שרייבט

האט קהילתנו מסכים געווען מיט איין תנאי אז רא''ט וועט אויך אונטערשרייבן שטרי ברורין אין אזוי אויך אז מען וועט דן זיין איבער די נכסים אין קר''י

וויסן זאלט איר

ווען איינער וויל נישט אונטערשרייבן שטרי בירורין

"נאר מיט איין תנאי "

איז ער א מסרב לדין

און אגב האט איר דא שוין אליינס געשריבן צוויי תנאים

עכטער_חסיד » 15/5/2012 20:24

איך ווייס נישט וואס דו רעדסט.

זאגט לאנצוט, וואס קומט דא אריין א נייע דין תורה?

מיר האלטן ביים ארגינעלן דין תורה אין בארא פארק, וואו ענקער צד שטייט און צעגערט.

ווייז מיר אויף אז בית דין האט נישט פארלאנגט חתימות?

דו רעדסט מיט א זיכערקיייט כאילו אלעס וואס דו שרייבסט איז אמת ויציב, און וואס דיינע קעגנער שרייבן אי שקר!

כ'פארשטיי אז עס מעקט דיר אראפצולייגן אזא הנחה, אבער דו מוזט ברענגען פרוף!

אישור » 15/5/2012 20:29

חסיד

זינט ר ' שאול האט גערעדט די באקאנטע דרשה איבערן ביה "ח אז אלעס בלייבט ביים אלטן

ביז ווען מהר "א האט איבערגענומען די ביה "ח

האט זיך עפעס געטוישט אינדערצווישן אין געריכט ?

אדער ר ' שאול האט געהאט געזאגט א שקר

עכטער_חסיד » 15/5/2012 20:32

אז ר' שאול האט גערעדט פון א מהלך ווסא איז נישט געווען סוקסעספול, מיינט נישט אז די פאקטן זענען נישט ריכטיג.

אמת, קהל האט פרובירט א מהלך וואס האט אויסגעקוקט אז עס וועט ארבעטן, און למעשה איז עס דורכגעפאלן.

די הינטערלאגעס בלייבן ווייטער ווי עס איז. 

אישור » 15/5/2012 20:36

איך פארשטיי נישט

ער האט געזאגט אז די חסידי מהר "א זאגן שקר אז זיי האבן געווינען אין געריכט

און דער ציבור זאל וויסן אז גארנישט האט זיך געטוישט

נאר די חסידי מהר "א לויפן אין שפיטעלער צו קראנקע אידן און פרובירן צו גנבענען אומלעגאל

איז עס געווען אמת אדער שקר

עכטער_חסיד » 15/5/2012 20:37

רעד קלאר שעפעלע

יוסף90 » 15/5/2012 20:38

יעדער בי"ד וואס ציט צוריק איז לויט לאנצו"ט נאך דרוק

אבער ווען א בי"ד שרייבט לטאובתם איז עס נישט מיט דרוק

נישטאמת » 15/5/2012 20:40

יוסף 99
דער דרוק וויזט זיך אויס פון זיך אליינס

אישור » 15/5/2012 20:41

ר' שאול האט געזאגט אז חסידי מהר "א האבן גארנישט געווינען

און ער האט דערציילט אז זיי לויפן אין שפיטערלער צו קראנקע אידן און נארן זיי אויס כאילו זיי האבן געווינען

דערפאר מעלדט ער איין יעדן אז אלעס איז געבליבן ביים אלטן

און די חסידי מהר "א האבן גארנישט געווינען זיי זאגן נאר ליגנט

יעצט ווילט איר מען זאל גלייבן וואס ער זאגט יעצט

פרעג איך צו יענע ווערטער איז געווען

אמת אדער שקר

עכטער_חסיד » 15/5/2012 20:41

ווען ער האט דאס געזאגט?

הדלקה » 15/5/2012 20:42

מקייט און מקייט, איין קשיא, איז רא"ט גרייט אינטערצישרייבן שטרי בירורין אויף אלע בנינים פון וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל? אדער וויל ער נאר גיין צו די"ת אין וויליאמסבורג ווי ער האט גארנישט?

אישור » 15/5/2012 20:43

איך געדענק נישט די צייט

עס איז א זייער באקאנטע דרשה געווען

נאך וואס חסידי מהר "א האבן געזיגט אין געריכט פון די ביה "ח

יוסף90 » 15/5/2012 20:46

לאנצו"ט זאגט אויף בתי דינים שלשה רועי בקר כדרכו פון זיין רבי'ן דער טינוף פון קרית יואל, און גאון הדור רבי ישראל יעקב פישער זצ"ל שרייבט אבער אנדערש:
[בילד – נישט אפגעהיט]

עכטער_חסיד » 15/5/2012 20:48

דו מיינסט אודאי פאר די קלעס עקשאן פון די מעמבערס קעגן חברא קדישא.

דערויף האב איך דיר פריער געענטפערט, אז ביז דעמאלסט איז עס געווען מוטל בספק, אבער זייט יענע קאורט וואס האט געזאגט אז מען זיך נישט מישן, האט זיך עס געטוישט.

אישור » 15/5/2012 20:48

הדלקה

ער זאגט אז ער איז גרייט

אויב מען שיקט א הזמנה מיט א תביעה

איר זאגט אז ער איז נישט גרייט

שיקט א הזמנה וירא הקהל וישפוט ...

אבער דערווייל זענען די מהרז "ל די וואס וואס שרייבן נישט אונטער

נאר מיט תנאים

אישור » 15/5/2012 20:51

חסיד

איך האב נישט פארשטאנען

איר זאגט אז ר ' שאול האט יא געזאגט אמת

נאר שפעטער נאך די קלאגע וואס אייער זייט האט געעפנט

דעמאלס הערשט איז די ביה "ח אריבער צו מהר "א ?

עכטער_חסיד » 15/5/2012 20:55

אויב וואלט קאורט זיך אריינגעמישט אין די קלעס עקשאן, וואלט די בעלות פון מאנראו געווען זעראו. ביז דעמאלסט האט עס אזוי אויסגעקוקט. און אויף דעם איז געווען געבעיסט זיין דרשה.

לאנצוט » 15/5/2012 20:56

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך ווייס נישט וואס דו רעדסט.

זאגט לאנצוט, וואס קומט דא אריין א נייע דין תורה?
ווייל איר האט פרישע תובעים, און פרישע נתבעים... וואס מיינט עס?
מיר האלטן ביים ארגינעלן דין תורה אין בארא פארק, וואו ענקער צד שטייט און צעגערט.
דאס בית דין איז פריי ארויסצוגעבן איר פסק. היינט.
ווייז מיר אויף אז בית דין האט נישט פארלאנגט חתימות?
WOW. איך זאג אז קלאר אז נישט. ווען יא וואלטן זיי עס פארלאנגט.
דו באקסט א מעשה, און פארלאנגסט פון מיר אויפצואווייזן אז דיין געבעקס איז פריש געבאקן. שעמסט זיך נישט?
דו רעדסט מיט א זיכערקיייט כאילו אלעס וואס דו שרייבסט איז אמת ויציב, און וואס דיינע קעגנער שרייבן אי שקר!
קיין שום צעטל פון קיין בית דין איז נישטא. וזהו ברור.
כ'פארשטיי אז עס מעקט דיר אראפצולייגן אזא הנחה, אבער דו מוזט ברענגען פרוף!
אויב שרייבט מען נישט אונטער פאר'ן בית דין וואס זיי פארלאנגען, האבן זיי אן עצה, אן דעם וואס ר' נחום פערלשטייל זאל זיך אויפשטעלן רעדן... טראכסט נישט אזוי?

נישטאמת » 15/5/2012 20:56

גנבים גזלנים מסרבים לדין

לאנצוט » 15/5/2012 20:58

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

ר' אפרים שטערנ'ס געמויזעכץ איז נישט אינטרעסאנט יוסף90.
זיי נישט בייז.

עכטער_חסיד » 15/5/2012 20:59

לאנצוט, זיי מסביר, ווער האט פרישע תובעים און פרישע נתבעים???

און בנוגע די חתימות האסטו מיר געענטפערט א וועלטס-תירוץ אז איך ווייס מיך נישט וואו אהינצוטון. אינעם נעקסטן שטיקל שרייבסטו אליינס אז דו האסט נשט קיין פרוף, ווייל "קיין שום צעטל פון קיין בית דין איז נישטא. וזהו ברור", נו אויף וואס בויסטו דיין טענה אז בית דין וואלט פארלאנגט???

טראכט אריין פאר דו שרייבסט עפעס, עס זאל שטימען!

לאנצוט » 15/5/2012 21:06

ר' מענדל שווימער האט גערופן ר' אהרן וועלץ צו דין תורה.

יעצט זעהט ר' מענדל שווימער איין אז ער פארלירט.
מאכט ער יעצט צעטלעך פון א מיליאן נייע תובעים. וועלכע זענען קיינמאל נישט געווען קיין חלק פון די דין תורה.
און ער רופט אויך נייע נתבעים, נישט נאר ר' אהרן וועלץ.

הייסט עס ביי מיר א נייע דין תורה.

אקעי, איך בין מסכים, נאר אז וועסט זיך מתדיין זיין אויף וויליאמסבורג אויך. (די געלט און די אטאקעס קומען דאך פון דעם משלח אין וויליאמסבורג, ממילא זיי נישט קיין צולייגער, און שטעל דיך צו דין תורה אויך דארט).

איז עס אזוי שווער צו פארשטיין?

עכטער_חסיד » 15/5/2012 21:09

לאנצוט

מאך נישט קיין פורים פון דיר אליינס.

ר' מענדל שווימער האט געמיינט אז עס ווערט צעפלאצט ווען ענקער בורר איז אויפגעקומען מיט א נייעם מהלך ביים לעצטן דיון, אז עס איז א סכסוך צווישן ציבור פון ביידע זייטן. ר' מענדל האלט קלאר אז דער סכסוך איז צויישן אין מיט ר' אהרן וועלץ, און דאס אזי געווען די הזמנה לדין תורה וואס ער האט געשיקט דורך ביד"צ אבן המשפט און שפעטער דער עיקול בערכאות בהרשות בית דין.

אבער מיט דעם אלעם, האט ר' מענדל זיך געבויגן צום הוראות בי"ד און דאס אויך אנגענומען, טראצדעם וואס ער וואלט געקענט פארפירן דערקעגן אז דאס איז ריכטיג עיוות הדין.

דו לאזט דיך יעצט אריין אין אפענע שקרים, און דו פאדערסט נאך דעם אמת!

מאירשלום » 15/5/2012 21:11

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ר' מענדל שווימער האט גערופן ר' אהרן וועלץ צו דין תורה.

יעצט זעהט ר' מענדל שווימער איין אז ער פארלירט.
מאכט ער יעצט צעטלעך פון א מיליאן נייע תובעים. וועלכע זענען קיינמאל נישט געווען קיין חלק פון די דין תורה.
און ער רופט אויך נייע נתבעים, נישט נאר ר' אהרן וועלץ.

הייסט עס ביי מיר א נייע דין תורה.

אקעי, איך בין מסכים, נאר אז וועסט זיך מתדיין זיין אויף וויליאמסבורג אויך. (די געלט און די אטאקעס קומען דאך פון דעם משלח אין וויליאמסבורג, ממילא זיי נישט קיין צולייגער, און שטעל דיך צו דין תורה אויך דארט).

איז עס אזוי שווער צו פארשטיין?
קען נישט דעמאלאס צד מהר''יי פארלאנגען קרית יואל אויך?

אישור » 15/5/2012 21:27

חסיד שרייבט:

אויב וואלט קאורט זיך אריינגעמישט אין די קלעס עקשאן, וואלט די בעלות פון מאנראו געווען זעראו. ביז דעמאלסט האט עס אזוי אויסגעקוקט. און אויף דעם איז געווען געבעיסט זיין דרשה.

ביי זיין דרשה האט ער געזאגט אז די חסידי מהר "א זענען שקרנים און זיי האבן קיינמאל גארנישט געווינען

זיי פארקויפן נאר שקרים אין די שפיטעלער

עפעס אזוי

איר זאגט אז דאס איז געווען א שקר

אויפן סמך אז מען גייט דאס צוריקכאפן מיט א נייע קלאגע

יוסף90 » 15/5/2012 21:43

לאנצו"ט

גיין אויפ'ן וועג פון זיין רבי'ן דער טינוף פון קרית יואל

א בי"ד וואס זאגט אנדערש ווי עם ווערט אנגערופן "שלשה רועי בקר".

א רב וואס זאגט אנדערש ווי עם איז "עפרא לפומיה".

דער עמוד ההוראה הגרי"י פישער זאגט אנדערש ווי עם רופט עם אן זיין שי' יונגעל לאנצו"ט "אפרים שטערן'ס געמויזעכטץ".

יוסף90 » 15/5/2012 21:45

לאנצו"ט

איך הייס נישט משה מאיר

שקרים קענסטו פארקויפן פאר צווייטן.

לאנצוט » 15/5/2012 22:26

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצו"ט

גיין אויפ'ן וועג פון זיין רבי'ן דער טינוף פון קרית יואל
טינוף איז נאך א שיין ווארט.

א בי"ד וואס זאגט אנדערש ווי עם ווערט אנגערופן "שלשה רועי בקר".
א פעיראלל בית דין, אדער א שוחד בית דין איז טאקע שלשה רועי בוקר. די תורה רופט זיך פארקרומטץ.

א רב וואס זאגט אנדערש ווי עם איז "עפרא לפומיה".
אדער פגום.
דער עמוד ההוראה הגרי"י פישער זאגט אנדערש ווי עם רופט עם אן זיין שי' יונגעל לאנצו"ט "אפרים שטערן'ס געמויזעכטץ".
ביטע, אפרים שטערנ'ס באבע-מעשה'ס קען איך גוט. איך בין מיט א שמיטה עלטער פון די שטותים.

לאנצוט » 15/5/2012 22:27

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצו"ט

איך הייס נישט משה מאיר

  ?

שקרים קענסטו פארקויפן פאר צווייטן.

  וואס רופסטו אן שקרים?

בלאט: 1 2