היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שערורי': מדינה הטמאה איז נעתר לבקשת "תולדות אהרן"

שערורי': מדינה הטמאה איז נעתר לבקשת "תולדות אהרן"

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2959019

moashopee » 15/5/2012 10:14

ווי קען זיין אז א מוסד על טהרת הקודש זאל אפי' בעטן אזש די מדינה איז מאשר זייער בקשה, אתמהה?[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי moashopee ב- 15/05/2012 10:16:21

גערעכט » 15/5/2012 11:35

די פערמיטן צו בויען בתי מדרשים - מקוואות - ישיבות - תלמוד תורה'ס - פון אלע קרייזן - ווערט נישט געבעטן ביי די אינסטאנטן?

אוי לא עלינו - אזעלכע קליינע שכל'ס.

moashopee » 15/5/2012 12:49

גערעכט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די פערמיטן צו בויען בתי מדרשים - מקוואות - ישיבות - תלמוד תורה'ס - פון אלע קרייזן - ווערט נישט געבעטן ביי די אינסטאנטן?

אוי לא עלינו - אזעלכע קליינע שכל'ס.

וואס איז די פשוט'ע טייטש פון "בקשתכם לממן וכו' התקבלה ואושרה"

גערעכט » 15/5/2012 13:04

די וועדת החמשה שרייבן צו תולדות אהרן אזוי:

מיר זענען אייך מודיע, אז אייער בקשה צו באצאלן די אלע קאסטן, פון אויפשטעלן די בימות פון די הדלקה פון תולדות אהרן חסידות, און אויך די אלע קאסטן פון אויפשטעלן די פלאץ פאר די פרויען, ביי דעם פלאץ פון תולדות אהרן הדלקה - איז אנגענומען - און באשטעטיגט געווארן.

און פירן אויס צום סוף:

איר וועט באצאלן דיירעקט פארן קאנטראקאר (קבלן בויער) לויט דעם אינוואויס (חשבונית).


תוקן על ידי גערעכט ב- 15/05/2012 13:12:12

דיןתורה » 15/5/2012 20:03

מיר קוקט אויס ווי איינער מיט עטליכע ניקס שפילן תולדות אברהם יצחק חסידים

אין מאכען קינדערישע מעשיות אויף תולדות אהרן

אין דערנאך קומט מען מיט די 'גערעכט' ניק אין מען ווענד אלעס אפ מיט א פעסטקייט

FiveBoro » 15/5/2012 20:11

moashopee, דו ביסט א ערליכער סאטמארער וואס קען נישט ב"ה קיין עברית...

דו האסט פארשטאנען אז עס שטייט אז תו"א האט געבעטן די מדינה אז די רעגירונג זאל אויסצאלן די קאסטן. די מעשה איז פארקערט, תו"א האט געבעטן פון די ועדת החמישה אז זיי ווילן עס אליינס באצאלן, און דא איז דער אנטווארט אז זיי נעמען עס אן.

(אגב, גערעכט: וויאזוי איז געווען די אקציע ביי די קנאים אין מאנטריאל? עס האט זיך אויסגעצאלט די פראפאגאנדע של הבל?)

הולך_לבגץ » 15/5/2012 20:43

עטליכע קשות וואס איך האב אויף די בילדער

קשי' נומבער איינס
די קאמפעני ארועים ברמה שטייט שוין א יאר צייט פון 2011
איז מעגליך אז די קאמפעני אלט נאך ביי די פערטע און פיפטע רעסיט?

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]
קשי' נומבער צוויי

ווי איז דא א קאפי פון די צווייטע טשעק און פארוואס האט עס געדארפט זיין מיט צוויי טשעקן
איין טשעק איז דא א קאפי ווי איז די צווייטע טשעק?

[בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכט » 15/5/2012 21:01

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

(אגב, גערעכט: וויאזוי איז געווען די אקציע ביי די קנאים אין מאנטריאל? עס האט זיך אויסגעצאלט די פראפאגאנדע של הבל?)


איך ווייס נישט ספעציפיש אווהו מען האט געמאכט וויפל, אבער זיי האבן ב"ה זייער שיין מצליח געוועהן איבעראל.

גערעכט » 15/5/2012 21:02

דיןתורה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מיר קוקט אויס ווי איינער מיט עטליכע ניקס שפילן תולדות אברהם יצחק חסידים

אין מאכען קינדערישע מעשיות אויף תולדות אהרן

אין דערנאך קומט מען מיט די 'גערעכט' ניק אין מען ווענד אלעס אפ מיט א פעסטקייט


[בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכט » 15/5/2012 21:07

באגאצניק - דו ביזט דאך סתם א בלאפער - נישט א פשוט'ער בלאפער - נאר א לוזער בלאפער.


האסטו אפשר א נארמאלע תשובה אויף דעם בלאף דיינעם?

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2958767&forum_id=16386

נאכדעם וועסטו קומען פרעגן אנדערע קלאץ קשיות

FiveBoro » 15/5/2012 21:35

גערעכט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך ווייס נישט ספעציפיש אווהו מען האט געמאכט וויפל, אבער זיי האבן ב"ה זייער שיין מצליח געוועהן איבעראל.


ס'טיישט "די שפיל איז געלונגען"...

האבן ענק דאך יא דעם קאפ אויפן פלאץ. אפגעקויפט די קנאים מיט א צעטל אז מען איז מבטל די הדלקה...

אדמיראל » 15/5/2012 21:51

גענוג געווען מיט די נארישקייטן. תולדות אהרן איז נישט אונזער בר פלוגתא. נאך דערצי ווען די טענות וואס מען ברענגט דא יעדן שני וחמישי איז שטותים שטותים שטותים

FiveBoro » 15/5/2012 22:02

אדמיראל, ריכטיג.

גערעכט » 15/5/2012 22:08

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
האבן ענק דאך יא דעם קאפ אויפן פלאץ. אפגעקויפט די קנאים מיט א צעטל אז מען איז מבטל די הדלקה...


ער גוט צו מיסטער פייו, עס איז שוין לאנג באוואוסט, אז תולדות אהרן דארף נישט קומען בארגן קיין עסקנים פון קיינעם, זיי זענען ווייט פון לוזערס, און די סייעתא דשמיא באגלייט זיי ביי יעדן טריט און שריט, אויף זייער א שיינעם אויפן.

דער אמת אז עס איז א שאד - און א איביריגע זאך, די גאנצע רייבעניש צווישן די ארוינים מיט תו"א, עס איז דא אסאך מער זאכן וואס זיי זענען אינהיינעם, וויא פארקערט.

עס איז א נארישע מחלוקה - כמעט על לא דבר (און לאמיר נישט אריין גיין נאכאמהל צו די נארישע טענות פון ביידע צדדים), עס וואלט געוועהן א כבוד צו תו"א נישט צו זיין צו שפאנט מיט די ארוינים, און די זעלבע פארקערט.

א שאד - א שאד.

איך האף נאך אז דער טאג וועט קומען, וואס ביידע קהילות, וועלן אוועק לייגן אין די זייט, די קינדערישע נארישקייטן, און עס וועט זיין - חדש ימינו כקדם.

אדמיראל » 15/5/2012 22:33

[בילד – נישט אפגעהיט]

גרוינים » 15/5/2012 23:51

גם אני מצטרף עם גערעכט
הגם הגם וד"ל אבער מדארף נישט פירן חשבונות פון פאליטיק מיט קיינעם מיר זענען קיינעםס פאליס אונז האמיר גענוג ארבעט ביי אונז אין די קהילה ב"ה
אפילו מיט די זאליס האף מיר צו פארהאנדלען אויב קומען זיי צום פארהאנדלונגס טיש אדער דין תורה, מי יתן והי'. 

תוקן על ידי גרוינים ב- 15/05/2012 23:53:17

יענקי123 » 16/5/2012 06:43

די טפשות וואס מען ליינט דא לעצטנס גייט שוין ארויס פון נאז, אזא מין תמצית פון געמויזאכץ מיט טפשות זעהט מען נישט נאר דא און בא די שכנים (אידישע געדאנק).
אמאל האט מען נאך גקענט עפעס ליינען דא צו דער זאך,

moashopee » 16/5/2012 10:26

לכבוד חברי ומנהלי הפורום.
איך האב מיך טועה געווען אין איך בעט דעם מנהל אויב מען קען אויסמעקן דעם אשכול
מיט אנטשולדיגונג 
moashopee

גערעכט » 16/5/2012 10:49

 

תוקן על ידי גערעכט ב- 16/05/2012 10:54:10

גערעכט » 16/5/2012 10:56

נעבעך, ער בעט זיך - האט רחמנות - און געט מיר צוריק מיינע הויזן.
moashopee כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לכבוד חברי ומנהלי הפורום.
איך האב מיך טועה געווען אין איך בעט דעם מנהל אויב מען קען אויסמעקן דעם אשכול
מיט אנטשולדיגונג 
moashopee


[בילד – נישט אפגעהיט]

איך בעט דעם חשוב'ן מנהל זאל לאזן דעם אשכול, ווייל דער שרייבער פונעם אשכול, זוכט ביי יעדן געלעגנהייט, צו באשמיצן די תו"א קהילה, מיט שקר בלאף, און איבער הויפט מיט פילע הויפנס טיפשות, און ער מאכט בכלל צו שפאט און צי שאנד דעם גאנצן פארום.
און דא ווען מען האט געכאפט במערומיו, און ער קוקט זיך אין שפיגל, שעמט ער זיך נעבעך, וויל ער מען זאל אראפ נעמען פון אים די חרפות ובושות.

אצווייטן מאהל טיפש, פאר די פראבירסט צו באשמיצן איינעם, קוק זיך גוט ארום, און פארשטיי אז וואס מען טוט - טוט מען זיך, אויף דיר קען מען זאגן "בא לקלל ונמצא מברך" - איבער דעם, חשובער מנהל, לאז די ברכה פונעם מקלל אויפן פארום, ויראה הקהל וישפוט

אדאנק.

תוקן על ידי גערעכט ב- 16/05/2012 10:59:57

moashopee » 16/5/2012 12:03

גערעכט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 קוק זיך גוט ארום, און פארשטיי אז וואס מען טוט - טוט מען זיך, 

תוקן על ידי גערעכט ב- 16/05/2012 10:59:57


כבוד הרב גערעכט יר"ה
דעם אויבנדערמאנטן כלל קענסטו רואיג איבערגעבן פאר דיינע אויבערהארן וואס אויב באשמוצן ווייסן זיי אסאך בעסער.
ולעצם הענין, איך שעם זיך בכלל נישט מיט דעם אז איך האב געמאכט א טעות איעדער איינער קען מאכן א מיסטעיק, נאר מיין נישט אז איינער גלייבט אז עטס האטס נישט גענומען געלט, קוק זיך גוט ארום אין פארשטיי אז קושטא קאי שיקרא לא קאי.

גערעכט » 16/5/2012 12:32

moashopee כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
  איך שעם זיך בכלל נישט מיט דעם אז איך האב געמאכט א טעות איעדער איינער קען מאכן א מיסטעיק,


איך ווייס אז דו שעמסט זיך נישט פאר די מיסטעיק - ווייל דו האסט נישט קיין שכל זיך שעמען - "הכל לפי המבייש והמתבייש".

דער פראבלעם איז נאר, אז ווען די מאכסט א מיסטעיק ביי דיר אינדערהיים, שלאגסטו זיך אביסל ארום, און קיינער חוץ פון דיר מיט דיין משפחה - ליידט נישט פון דיין מיסטעיק.

אבער ווען דו קומסט מוציא שם זיין אויף א קהילה שלימה, אהן דעם וואס די האסט די מינדעסטע באווייזן, פארקערט - דו האלטסט ביי דיר אין האנט א דאקאמענט וואס זאגט די פארקערטע וואס דו שרייבסט, און באמבעדירט אן אשכול מיט קידוש לבנה אותיות - וואס טויזנטער מענטשן ליינען דאס, און קומט וויינען "איך האב געטוהן א מיסטעיק".

דיין עונש וועט זיין, אז אלע וועלן מכיר זיין וואסארא בלאפער אין טיפוש דו ביסט - וועסטו שוין נאכדעם קענען טוהן "מיסטעיקס'" - און עס וועט קיינעם נישט באדערן - ווייל וויא אויבן געזאגט - "הכל לפי המבייש".