דאס בילד ווי דער ח"כ יעקב ליצמאן גיסט אריין שמן ביי די הדלקה פון תולדות הארון אין מירון רעדט מער ווי טויזנט טשעקס מיט בילדער און מודעות
יא יא די אזוי גערופנע לעצט פארבליבנען אייפעלע קנאים אין ירושלים האבן פאר תאוות הכבוד פון 2-3 שעה מסכים געווען צו נעמען געלט פון די מדינה, אבער די אלע וואס זייערע רבי'ס האבן זיי פאר אידישקייט כלשונם געהייסן נעמען געלט פאר ת"ת וכדומה זיי זענען שקצים.
און צו דעם יפו'ער וחבורתו וואס האבן כלשון המודעה אסאך געהאלפן פאר די פארפעגנדיע וויל איך פרעגן איז שוין טאקע פארגעסן געווארן די איסור פון התחברות לרשעים? איז שוין מותר צו ברענגן א חבר כנסת המינים גיסן שמן (נישט בחנם)? נאר צו בעלזא איז אסור צו גיין אבער דאס סאמע ערגסטע איינער וואס האט מיט א שבועה געזאגט חוקי המדינה איז גרעסער ווי חוקי התורה, דער מעג קומען גיסן בריש גלי' שמן ביי די הדלקה וואס איז לויט די מודעה איז דאס געספאנסערט געווארן דורך'ן יפו'ער וחבריו
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 13/05/2012 23:17:58