היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וואס קען מען ערווארטן מארגן אין קארט???

וואס קען מען ערווארטן מארגן אין קארט???

83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2958740
בלאט: 1 2

משהלע » 13/5/2012 19:43

איך ווייס אז קיינער ווייסט נישט פון פאראויס וואס עס גייט זיין מארגן אין קארט, אבער יעדער איז דאך בארעכטיגט צו שפעקאלירן, סא, לאמיר זען אלע צדדים, וואס קענען מיר ערווארטן אין קארט?, און פארוואס?

לדעתי, לדעתי... גייט מען קיין TRO נישט באקומען, פשוט, ווייס עס איז נישט קיין שום עמערדזשענסי, און קיין עקסטערע שאדן גייט מען נישט האבן אויב ווארט מען אויס ביז ענדע פונעם טרייעל, 

קראך_היט » 13/5/2012 20:00

קיינער האלט נישט אז ס'דא גרויסע שאנסן, אבער איך וואלט יא צוגעגעבן אז גערעכט טאקע, מחמת "עמערדשענסי" איז טאקע די מעגליכקייט פון א TRO גאר שוואך, אבער מחמת "לייקליהוד אוו סוקסעס" קען אויך א דשאדש גראד לייגן א TRO, אפי' אויב ס'נישט קיין עמערדשענסי,

בן_אהרן » 13/5/2012 20:04

לכאורה אז זיי זענען שוין א אוחז ביד מיט די פערמיטן
וועט זיך דער קארט שוין נישט אריינמישן-אויף היי יאר 

guar » 13/5/2012 20:06

איך ברענג צו דעם תגובה וואס כ'האב געשריבן פאר צוויי וואכן צוריק ווי יעדער קען זעהן בין איך גערעכט געווען מיט מיין אפשאצונג, איך זעה נישט אז מארגן זאל זיך עפעס טוישן, ווייל און בעסטן פאל אפילו אויב דער זשאדזש וועט געבען א TRO וועלן עס די זאליס באקעמפען און אפעלאט, עס וועט זיך נישט אפשטעלן ביי דעם...אט דאס האב איך געשריבן

לכאורה גייען זיי עס באקומען ווי אזוי, פרעג מיך נישט, זיי די זאליס זענען מלומד בשוחד ובטעראר, אז מען קען נישט אויפברעכן די טיר ברעכט מען אויף די פענסטער, אז נישט די פענסטער מאכט מען א לאך און דער וואנט, אופן דאך, פון דער ערד, ביז מען קומט אן,

און נאך אזאך פאר די ארונים איז אזוי, אויב וועט עס געלונגען צו ברענגן די זאליס צו דין תורה אדער כאטש צום פארהאנדלונגס טיש, איז דאך מה טוב ומה נעים, און טאמער נישט, איז נישט, מען דארף פראבירן אלע אופנים וואס נאר מעגליך, אויב איז עס נישט געלונגען איז פארפאלן, און פארשטייט זיך אז קיין גרויסע געלטער גייט מען נישט ספענדן דערפאר און אוודאי נישט קיין מליונים.

ווידארום פאר די זאליס איז דאס סתימת הגולל, אויב וועלן זיי נישט קענען עפענען די קעמפס איז דערנאך מיט די גאנצע זאלי רבי וזנביו, אפילו אויב זיי וועלן זיך עפעס אן עצה געבען דורך דינגען עפעס אנדערש, אפגערעדט די מאראל וואס דאס וועט אויסקלאפן אויף זיי מיט א ביטערע מרה שחורה, במילא פייטן זיי דערפאר מיט ציין און נעגעל אזש זיי וועלן גרייט זיין זיך אויסצוטוהן די הויזן (שוחד בלע"ז) פאר כאטש וועלעכע פאלאטישען, אפילו עס זאל זיי קאסטן און די מיליאנען וד"ל, קענסט זין זיכער אז ביי די זאלי (פאר)פירער שלאפט מען נישט רואיג, און מען עסט נישט רואיג, טאג און נאכט טראכט מען צו וועם מען אנקלאפן מיט די ריכטיגע "קאנעקשאנס (שוחד) בלע"ז" זיי דרייען איבער יעדעס שטיינדל וואס זיי קענען נאר, עס איז אזוי ווי איינער פייט פאר זיין לעבן, און פארן לעבן לאזט מען זיך קאסטען וויפיל עס פעלט זיך נאר אויס, און דארפסט פארשטיין די אלע פאלאטישענס שמעקט זייער גוט נאך אפאר דאלארן און טאש, ספעשעל ווען זיי דארפן גארנישט טוהן נאר בלויז אינטער שרייבן א נארישן פערמיט, במילא בין איך גארנישט אזוי סורפרייזט אויב איך וועל הערן אז סאיז זיי געלונגען אריינצוריקן א מתנת יד פאר עמיצען און זיי וועלן עס באקומען.

זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז עס האט צו טוהן וועגן מענצער נידערמאן קאנעקשאנס סאיז שטותים, סך הכל ווענט זיך עס מיט וויפיל פון די גרינע די קומסט, און ווי כ'האב שוין געשריבן די ארונים גייען נישט ספענדן צופיל, אבער די זאליס וועלן זיך אויסטוהן אינגאנצן, איי קענסט דאך קומען צו דין תורה, ניין, ח"ו, דאס איז דאך יהרוג ואל יעבור, נאך א גרעסערער איסור ווי די סקול דיסטריקט.

זאל דער אייבירשטער העלפן עס זאל שוין מקויים ווערן לא ירעו ולא ישחיתו בכל קדשי און וילמדו תועים בינה אן די כת הגזלנים וחמסנים זאלן תשובה טוהן איינמאל פאר אלעמאל און מקיים זיין דעם והשיב את הגזילה.

משהלע » 13/5/2012 20:12

אמת, אז לייקליהוד אוו סוקסעס איז איינס פון די קרייטיעריע אויף צו באקומען א TRO, אבער IRREPARABLE DAMAGE איז RULE נומבער 1, 

העטעכפעטעך » 13/5/2012 20:13

בן_אהרן די פערמיטן גיבט מען הערשט נאכן אינספעקשאן אויב אלעס איז גיט די אינספעקשאן וועט פארקומען דינסטאג סוי זיי זענען נאכנישט אוחז ביד.

משהלע » 13/5/2012 20:17

בן_אהרן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לכאורה אז זיי זענען שוין א אוחז ביד מיט די פערמיטן
וועט זיך דער קארט שוין נישט אריינמישן-אויף היי יאר 

על זה אנו דנין, צו זיי קענען זיין א אוחז ביד צו נישט, צו דער קאנטי עקזעקיוטיוו האט א רעכט זיי צו געבן דעם פערמיט צו נישט, פארגעס נישט זיי האבן נאכנישט קיין שום פערמיט קודם גייט מען אינספעקטן דאס פלאץ, מען נעמט טעסט פון וואסער וכד' און דערנאך באקומט מען דעם פערמיט, בסך הכל האט מען זיי צו געזאגט א פערמיט, זיי זענען נאכנישט מוחזק מיט גארנישט, 

דייקן » 13/5/2012 20:19

ווי איך פארשטיי פארלאנגט צד מהר"א דער ריכטער זאל קלארשטעלן פארן קאונטי עקזעקוטיוו צו ער מעג געבן א פערמיט פאר איין צד אדער נישט.

קראך_היט » 13/5/2012 20:19

בן_אהרן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לכאורה אז זיי זענען שוין א אוחז ביד מיט די פערמיטן
וועט זיך דער קארט שוין נישט אריינמישן-אויף היי יאר 

נישט צוליב דעם וועט די קאונטי/זאליס זיגן, קלאר נישט,
ווייל דער אוחז ביד האט פאסירט נאכדעם וואס איין צד האט קלאר מערער געווען, און די קאונטי האט גוט געוויסט דערפין, ממילא איז דאס געבן די פערמיטס געווען א אומלעגאל אקציע,
אזוי האט די ניו יארק סיטי DOB פארשטאנען ביי די ראס שול און די אלסטער קאונטי פאר 3 חדשים,

נאר די פערמיטס וועלן לכאורה בלייבן צוליב טעקניקעליטיס/מאראל/רחמנות/וויינערייען וכו'

לפענ"ד איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז די זאלי לויערס גייען מארגן ארויפברענגן די דיד אישו, און טענה'ן אז צוליב די פערמיט צאנקערייען מוז מען צוריקשטעלן זייער דיד טרענספער, און אויב די דשאדש איז עס מקבל, קומען די ארונים ארויס מארגן און א ערגערע פאזיציע ווי זיי זענען געווען היינט,

משהלע » 13/5/2012 20:20

guar כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך ברענג צו דעם תגובה וואס כ'האב געשריבן פאר צוויי וואכן צוריק ווי יעדער קען זעהן בין איך גערעכט געווען מיט מיין אפשאצונג, איך זעה נישט אז מארגן זאל זיך עפעס טוישן, ווייל און בעסטן פאל אפילו אויב דער זשאדזש וועט געבען א TRO וועלן עס די זאליס באקעמפען און אפעלאט, עס וועט זיך נישט אפשטעלן ביי דעם...אט דאס האב איך געשריבן

לכאורה גייען זיי עס באקומען ווי אזוי, פרעג מיך נישט, זיי די זאליס זענען מלומד בשוחד ובטעראר, אז מען קען נישט אויפברעכן די טיר ברעכט מען אויף די פענסטער, אז נישט די פענסטער מאכט מען א לאך און דער וואנט, אופן דאך, פון דער ערד, ביז מען קומט אן,

און נאך אזאך פאר די ארונים איז אזוי, אויב וועט עס געלונגען צו ברענגן די זאליס צו דין תורה אדער כאטש צום פארהאנדלונגס טיש, איז דאך מה טוב ומה נעים, און טאמער נישט, איז נישט, מען דארף פראבירן אלע אופנים וואס נאר מעגליך, אויב איז עס נישט געלונגען איז פארפאלן, און פארשטייט זיך אז קיין גרויסע געלטער גייט מען נישט ספענדן דערפאר און אוודאי נישט קיין מליונים.

ווידארום פאר די זאליס איז דאס סתימת הגולל, אויב וועלן זיי נישט קענען עפענען די קעמפס איז דערנאך מיט די גאנצע זאלי רבי וזנביו, אפילו אויב זיי וועלן זיך עפעס אן עצה געבען דורך דינגען עפעס אנדערש, אפגערעדט די מאראל וואס דאס וועט אויסקלאפן אויף זיי מיט א ביטערע מרה שחורה, במילא פייטן זיי דערפאר מיט ציין און נעגעל אזש זיי וועלן גרייט זיין זיך אויסצוטוהן די הויזן (שוחד בלע"ז) פאר כאטש וועלעכע פאלאטישען, אפילו עס זאל זיי קאסטן און די מיליאנען וד"ל, קענסט זין זיכער אז ביי די זאלי (פאר)פירער שלאפט מען נישט רואיג, און מען עסט נישט רואיג, טאג און נאכט טראכט מען צו וועם מען אנקלאפן מיט די ריכטיגע "קאנעקשאנס (שוחד) בלע"ז" זיי דרייען איבער יעדעס שטיינדל וואס זיי קענען נאר, עס איז אזוי ווי איינער פייט פאר זיין לעבן, און פארן לעבן לאזט מען זיך קאסטען וויפיל עס פעלט זיך נאר אויס, און דארפסט פארשטיין די אלע פאלאטישענס שמעקט זייער גוט נאך אפאר דאלארן און טאש, ספעשעל ווען זיי דארפן גארנישט טוהן נאר בלויז אינטער שרייבן א נארישן פערמיט, במילא בין איך גארנישט אזוי סורפרייזט אויב איך וועל הערן אז סאיז זיי געלונגען אריינצוריקן א מתנת יד פאר עמיצען און זיי וועלן עס באקומען.

זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז עס האט צו טוהן וועגן מענצער נידערמאן קאנעקשאנס סאיז שטותים, סך הכל ווענט זיך עס מיט וויפיל פון די גרינע די קומסט, און ווי כ'האב שוין געשריבן די ארונים גייען נישט ספענדן צופיל, אבער די זאליס וועלן זיך אויסטוהן אינגאנצן, איי קענסט דאך קומען צו דין תורה, ניין, ח"ו, דאס איז דאך יהרוג ואל יעבור, נאך א גרעסערער איסור ווי די סקול דיסטריקט.

זאל דער אייבירשטער העלפן עס זאל שוין מקויים ווערן לא ירעו ולא ישחיתו בכל קדשי און וילמדו תועים בינה אן די כת הגזלנים וחמסנים זאלן תשובה טוהן איינמאל פאר אלעמאל און מקיים זיין דעם והשיב את הגזילה.

א TRO קען מען נישט אפיעלען, דאס איז דער געזעץ, א TRO איז א "טעמפערעלי ריסטרעינינג ארדער" פענדינג טרייעל, וואס דער דזשאדזש האט איינגעזען אז לדעתו איז דא דעמעדזש מיטן ווארטן,  און דאס קען מען נישט אפיעלן, מען דארף ווארטן אויפן טרייעל,

משהלע » 13/5/2012 20:22

דייקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווי איך פארשטיי פארלאנגט צד מהר"א דער ריכטער זאל קלארשטעלן פארן קאונטי עקזעקוטיוו צו ער מעג געבן א פערמיט פאר איין צד אדער נישט.

זייער גיט! און טאקע דעריבער איז דא א שטיקל טשענס, אבער נישט קיין גרויסע, 

משהלע » 13/5/2012 20:26

קראך_היט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לכאורה אז זיי זענען שוין א אוחז ביד מיט די פערמיטן
וועט זיך דער קארט שוין נישט אריינמישן-אויף היי יאר 

נישט צוליב דעם וועט די קאונטי/זאליס זיגן, קלאר נישט,
ווייל דער אוחז ביד האט פאסירט נאכדעם וואס איין צד האט קלאר מערער געווען, און די קאונטי האט גוט געוויסט דערפין, ממילא איז דאס געבן די פערמיטס געווען א אומלעגאל אקציע,
אזוי האט די ניו יארק סיטי DOB פארשטאנען ביי די ראס שול און די אלסטער קאונטי פאר 3 חדשים,

נאר די פערמיטס וועלן לכאורה בלייבן צוליב טעקניקעליטיס/מאראל/רחמנות/וויינערייען וכו'

לפענ"ד איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז די זאלי לויערס גייען מארגן ארויפברענגן די דיד אישו, און טענה'ן אז צוליב די פערמיט צאנקערייען מוז מען צוריקשטעלן זייער דיד טרענספער, און אויב די דשאדש איז עס מקבל, קומען די ארונים ארויס מארגן און א ערגערע פאזיציע ווי זיי זענען געווען היינט,

נישט קיין מציאות בעולם, דער דזשאדזש האט קלאר געשריבן אז אויב וואלט ער געוויסט בשעתן איבער שרייבן פון קאנג. יטב לב צו מחנה רב טוב אז עס איז דא א סכסוך אין די פראפערטיס וואלט ער דאס קיינמאל נישט אפראווד, זיי האבן עם פשוט אפגענארט, איז נישט מעגליך אז אצינד ווען ער ווייסט קלאר די השתלשלות הענינם, ער זאל דאס זיי נאכגעבן, 

דייקן » 13/5/2012 20:31

ס'ווענט זיך אסאך אויב די קאונטי האט א געהעריגע סיבה צו פארענטפערן פארוואס ער זאל דאס ענדערש געבן פאר צד מהרי"י. אויב אזוי וועט ער דארפן פארענטפערן זיינע ערשטע דריי בריוו וואו ער שרייבט קלאר אז ער קען נישט נעמען קיין שטעלונג אינעם סכסוך, דעריבער קען ער עס נישט געבן פאר קיין שום צד.

טאטלע » 13/5/2012 20:38

ווער זאגט אז די קאנטי וויל עס פארענטפערן ?
ער האט דאך למעשה נישט געגבן קיין פערמיט ער האט נאר געזאגט אז ער גייט עס געבן
איך האלט נישט אז ער גייט זיך שטעלן טענענען ביים קארט אז ער וויל עס דווקא געבן פאר די זאליס
ער וועט ווארשיינליך שטיין אין א זייט אין ווארטן צי זען וואס דא גייט זיך אויסקאכן

משהלע » 13/5/2012 20:41

אויב איז טאטעלע גערעכט, האבן די אהרונים א גיטן טשענס, און ס'איז לכאורה אזוי מסתבר, זיי ווילן הערן א קלארן מיינונג פונעם געריכט, און אויב איז דער פסק אז זיי זענען נישט ערלויבט צו געבן דעם פערמיט, גייט אוועק די געוואלדיגע פרעשער וואס זיי האבן באקומען פון וויטא לאפעז וסייעתו, 

געלעכטער » 13/5/2012 20:42

מ'הייבט צוביסלעך אן מיט דעמעדזש קאנטראל, כדי די קליינע קינדער זאלן נישט כאפן א טאטאלן צוזאמבראך. זייער קלוג.

דייקן » 13/5/2012 20:45

אויב וויל ער עס נישט פארענטפערן איז נאך בעסער...

איך זאג, לי יהא דער עקזעקוטיוו וויל דאס יא פארענטפערן, דארף ער אנגעבן א קלארע סיבה פארוואס ס'האט אים איבערגעוואויגן צו וועלן געבן פאר צד מהרי"י.

שחמט » 13/5/2012 20:47

חלה דעקלעך, סאיז א ריליזשעס אישו, ער קען זיך נישט מישן.

דייקן » 13/5/2012 20:49

ווער, דער עקזעקוטיוו? גערעכט!...

געלעכטער » 13/5/2012 20:51

 א שאד דייקן איז נישט אראפגעפארן צום קאנטי עקזעקעטיוו אנשטאט אינדיג, ער וואלט קלאר געקענט דעליווערן די קעמפס פאר די אהרונים.

דייקן » 13/5/2012 20:56

געלעכטער, אנשטאט רעדן הבלים, אפשר פארענטפערסטו די ערשטע דריי בריוו פונעם קאונטי?

געלעכטער » 13/5/2012 20:57

וואס איז דיר שווער מיין קינד?

דייקן » 13/5/2012 20:59

די ערשטע קשיא איז, ווער האט אויסגעזאגט פאר הרב העכט דעם סוד אז ווער ס'לייגט פרעשור דער איז זיכער נישט גערעכט?...

שחמט » 13/5/2012 21:00

דער קעמפ איז א ריליזשעס קעמפ.

געלעכטער » 13/5/2012 21:03

דייקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די ערשטע קשיא איז, ווער האט אויסגעזאגט פאר הרב העכט דעם סוד אז ווער ס'לייגט פרעשור דער איז זיכער נישט גערעכט?...

איך קען דיר נישט ענטפערן אויף הרב העכסט געדאנקן גאנג, איך קען דיר ענטפערן אויף פאקטן און בריוון וואס זענען אפן פארן פובליק און מ'קען דאס דעבאטירן.

דייקן » 13/5/2012 21:15

פאלגענד איז א ציטאט פון איינס פון די בריוון פונען קאונטי:
Like the Courts, the County of Ulster cannot decide which individuals represent the authorized governing body of Congregation Yetev Lev D'Satmar Inc. Like the Courts, the County of Ulster cannot decide which agents are authorized agents of Congregation Yetev Lev D'Satmar Inc. 

ביטע דאס פארענטפערן, דערנאך וועל איך ווייטער פרעגן

געלעכטער » 13/5/2012 21:16

און ער האט טאקע נישט באשלאסן. ער שרייבט נאר היות די קעמפס מוזן זיין אפן, האט ער באשלאסן אז ער גיבט דאס פאר די ראזענבערגס ווייל זיי האבן דאס געפירט אלע יארן.

דייקן » 13/5/2012 21:21

ערשטנס, די קעמפס מוזן נישט זיין אפן!. אויב איז דא א סכסוך און די צוויי צדדים קענען זיך נישט אויסקומען זאלן זיי בלייבן אינדערהיים.

צוויינטס, צו שטייט דער עקזעקוטיוו ער העכער דעם געריכט צו באשליסן פאר וועלכן צד פון קיט"ל צו געבן די פערמיט'ס?.

שחמט » 13/5/2012 21:32

דער קאנטי עקזעקעטיוו וועט זאגן אז ער האט טאקע נישט מחליט געווען ווייל סאיז א ריליזעס אישו, נאר ער האט גינימען א רב מחליט צי זיין, אין אז הרב העכט האט אזוי גיפאסקעט, אין דער קארט וועט קיינמאל נישט זאגן אנדערשט ווי ראביי העכט האט גיפאסקעט, 

תוקן על ידי שחמט ב- 13/05/2012 21:34:25

געלעכטער » 13/5/2012 21:46

דייקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ערשטנס, די קעמפס מוזן נישט זיין אפן!. אויב איז דא א סכסוך און די צוויי צדדים קענען זיך נישט אויסקומען זאלן זיי בלייבן אינדערהיים.

צוויינטס, צו שטייט דער עקזעקוטיוו ער העכער דעם געריכט צו באשליסן פאר וועלכן צד פון קיט"ל צו געבן די פערמיט'ס?.

ערשטענס איז דער עקזעקטיוו נישט קיין אהרוני, ביי אים איז נישטא קיין אפציע פון לאזן אלע קינדער אויף די גאס. 

צווייטענס איז נישטא קיין שום פסק פון א קארט אז מ'טאר נישט געבן קיין פערמיטן.

דייקן » 13/5/2012 21:53

ווען צוויי מענטשן טענה'ן אז זיי זענען בעלי בתים אויפן זעלבן פלאץ, קען נישט א ציווילער מענטש נעמען אן איינזייטיגן שטעלונג אן א פסק פון א ריכטער. דער קאונטי האט דאס אויך עטליכע מאל קלארגעשטעלט.

בנוגע דעם טענה אז די קינדער בלייבן אויפן גאס, שטעל איך פאר עטליכע עצות:
נעמען א קעמפ פון חב"ד מיט הרב העכט'ס גענאדע... פארהאנדלען, אדער זיך שטעלן צום דין תורה!.

שחמט » 13/5/2012 21:54

אויך איז ר' דוד ראזענבערג סטעטעס קווא.

דייקן » 13/5/2012 21:57

ר' דוד איז נישט בעה"ב פון קיט"ל, ער איז בלויז א מענעדזשער, און אויב זיינע בעלי בתים מאכן אפ אז זיי ווילן אים ווארפן האבן זיי אלע רעכטן דאס צו טוהן.

געלעכטער » 13/5/2012 22:01

דייקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען צוויי מענטשן טענה'ן אז זיי זענען בעלי בתים אויפן זעלבן פלאץ, קען נישט א ציווילער מענטש נעמען אן איינזייטיגן שטעלונג אן א פסק פון א ריכטער. דער קאונטי האט דאס אויך עטליכע מאל קלארגעשטעלט.

בנוגע דעם טענה אז די קינדער בלייבן אויפן גאס, שטעל איך פאר עטליכע עצות:
נעמען א קעמפ פון חב"ד מיט הרב העכט'ס גענאדע... פארהאנדלען, אדער זיך שטעלן צום דין תורה!.

ווען צוויי מענטשן טענה'ן אז זיי זענען העל הבית אויפן זעלבן פלאץ, באשליסט דער ציווילער בירגער אז ער ווייסט דאך נישט דעם אמת, וועגן דעם געט ער דאס פאר דעם מענעדזשער וואס האט דאס געהאט ביז היינט.

וועגן דיינע עצות פאר די קינדער ווידערהאלט איף מיין שטעלונג אז ס'איז א שאד מ'האט נישט געשיקט צום מיטונג פאריגע וואך דייקן אנשטאט אינדיג.

דייקן » 13/5/2012 22:07

ווען ער זאל דאס טוהן אין די פוירסט פלעיס, החרשתי. נישט ווייל דעמאלטס קען נישט צד מהר"א האבן די זעלבע טענות, נאר דער עקזעקוטיוו קען פארלאנגען מ'זאל אים ברענגען א קאורט ארדער און ער וועט פאלגן דעם קאורט.

אבער אין אונזער פאל האט זיך ווי באוואוסט אפגעשפילט גאר א צווייטע געשיכטע. דעריבער קום איך צוריק צו מיין ערשטן פונקט אז איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן וויאזוי דער קאונטי קען דאס פארענטפערן.

געלעכטער » 13/5/2012 22:10

זייער פשוט. ער האט קודם פרובירט צו ברענגן די זאך צו א שליכטונג ווייל ער האט נישט געדארפט די פרעשור און קאפווייטאג. איינמאל ער האט געזען אז די אהרונים האלטן נישט ביים שליכטן, זיי ווילן אים סתם נוצן פאר א טעראר שטעקן, האט ער באשלאסן אז ער פרובירט מער נישט צו שלום מאכן נאר ער האט געטון וואס ער האט צו טון און געגעבן די פערמיטן פאר די וואס האבן דאס געהאט פאריאר.

דייקן » 13/5/2012 22:12

פארשטענדליך.

למעשה ביזטו מודה אז האט ער זיך אריינגעלייגט אין קראנקן בעט מיטן שרייבן זיינע ערשטע בריוון?

געלעכטער » 13/5/2012 22:19

ער האט דאך נישט געברויכט וויסן ווי קראנק איר זענט, און אז עטס ווילטס נאר זען דעם קעמפ פארמאכט. איינמאל ער איז דאס געוואויר געווארן האט ער ארויסגעגעבן זיין פסק.

דייקן » 13/5/2012 22:23

וואס קען ער ענטפערן פארן ריכטער פשט פון זיינע ערשטע בריוו?

קראך_היט » 13/5/2012 22:31

די זאליס האבן יא געהאלטן ביים שליכטן?
אדער זיי האבן בלויז געפאכעט ווי אומסיוויליזירטע בוליס "3000 אנע קעמפס!!"
און די צייט וואס די ארונים האבן קיינמאל פארגעשלאגן צו שליסן די קעמפ,
ס"ה האבן די ארונים געזאגט געב אונז די פערמיטס און מיר לאזן יעדעס קינד אריין אנע אויסנאם,
ס'איז זייער מעגליך אז אפי' אויב די זאליס וואלטן בלויז זיך אראפגעזעצט רעדן ווי סיוויליזרטע מענטשן צו זייער אייגן ברודער, און געוויזן גרייטקייט צו ענדיגן דעם 12 יעריגען מחלוקה המכלה מנפש עד בשר,
וואלטן מעגליך די זאליס געהאט "אלע 4 קעמפס" אבער מיט א פראספעקט פון שלום,
דערווייל האבן זיי זיך אויפגעפירט ווי טעראריסטן געבונטעוועט געבריקעט און געשטויסן "3000 קינדער אנע קעמפס!!" נישט געוויזן קיין ברעקל גרייטקייט צו שליכטן דעם סוכסוך,
דאס איז איינע פון די טענות אין געריכט,
אז די קאונטי בעהט זיך פאר 3 חדשים בתחנונים, שליכט דער סיכסוך צווישן זיך,
און דער וואס פייפט זיך אן אין טוט אלעס אין די וועלט זאל דייקא נישט קומען צו קיין שליכטונג דער ווערט גאר באלוינט,
פארוואס זאל א רעכטדענקער מענטש קלערן אז נעקסטעס יאר זאל עס יא קומען צו א שליכטונג ווען דער וואס טעראריזירט און קוויטשעט די העכסטע, נישט דער וואס זוכט א שליכטונג, געווינט

געלעכטער » 13/5/2012 22:31

איך בין נישט זיין לויער און כ'ווייס נישט וואס ער גייט ענטפערן. אזויפיל גלייב איך אז ער איז נישט סתם קיין נארישער אהרוני, זיין פסק האט א לויער געשריבן און נישט יוסי בראך, און ער האט מן הסתם גענומען אין באטראכט אז די אהרונים וועלן גיין אין קארט אויך, סאו זארג איך מיך נישט פאר אים.

געלעכטער » 13/5/2012 22:33

קראך_היט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די זאליס האבן יא געהאלטן ביים שליכטן?
אדער זיי האבן בלויז געפאכעט ווי אומסיוויליזירטע בוליס "3000 אנע קעמפס!!"
און די צייט וואס די ארונים האבן קיינמאל פארגעשלאגן צו שליסן די קעמפ,
ס"ה האבן די ארונים געזאגט געב אונז די פערמיטס און מיר לאזן יעדעס קינד אריין אנע אויסנאם,
ס'איז זייער מעגליך אז אפי' אויב די זאליס וואלטן בלויז זיך אראפגעזעצט רעדן ווי סיוויליזרטע מענטשן צו זייער אייגן ברודער, און געוויזן גרייטקייט צו ענדיגן דעם 12 יעריגען מחלוקה המכלה מנפש עד בשר,
וואלטן מעגליך די זאליס געהאט "אלע 4 קעמפס" אבער מיט א פראספעקט פון שלום,
דערווייל האבן זיי זיך אויפגעפירט ווי טעראריסטן געבונטעוועט געבריקעט און געשטויסן "3000 קינדער אנע קעמפס!!" נישט געוויזן קיין ברעקל גרייטקייט צו שליכטן דעם סוכסוך,
דאס איז איינע פון די טענות אין געריכט,
אז די קאונטי בעהט זיך פאר 3 חדשים בתחנונים, שליכט דער סיכסוך צווישן זיך,
און דער וואס פייפט זיך אן אין טוט אלעס אין די וועלט זאל דייקא נישט קומען צו קיין שליכטונג דער ווערט גאר באלוינט,
פארוואס זאל א רעכטדענקער מענטש קלערן אז נעקסטעס יאר זאל עס יא קומען צו א שליכטונג ווען דער וואס טעראריזירט און קוויטשעט די העכסטע, נישט דער וואס זוכט א שליכטונג, געווינט

קענסט נאר שטיין און האפן אז דער קארט זאל אננעמען דיינע היידפארק ארגומענטן. לפנים קוקט דאס אויס ווי א נארישע בעבישע טענה אז די זאליס האבן נישט געוואלט שליכטן נאר דער קאנטי עקזעקעטיוו האט פשוט באשלאסן צו פארקוקן די זאליס אומווילן פון שליכטן, און באשלאסן אז ער גיבט דאס פאר די אלטע בעלי בתים.

דייקן » 13/5/2012 22:36

טאקע דאס האב איך פריער געשריבן, אויב די קאונטי וועט זוכן צו בארעכטיגן זיין לעצטע בריוו, וועט ער דארפן פארענטפערן זיינע ערשטע דריי -אקוראט-פארקערטע- בריוו.

אדער וועט ער דארט זיין שטיל, און זאגן דעם ריכטער: יור האנער, זאג מיר וואס איך האב צו טוהן און אזוי וועל איך טוהן!.

דייקן » 13/5/2012 22:36

געלעכטער, מיינע ווערטער גייען ארויף צו איינס פאר דיין לעצטע תגובה, מיט אנטשלדיגונג.

קראך_היט » 13/5/2012 22:37

לפענ"ד זאל מען רעקארדירן די היינט נאכטיגע גענעראל פארזאמלונג זייערע און אויפשפילן די אלע ווילדע רעטאריק וואס ווייזט קלאר אז זיי האבן קיין שום פלאן צו פארהאנדלען און עס פארשטעלן מארגן און געריכט,

געלעכטער » 13/5/2012 22:37

און וואס זענען די האפענונגן אז יור האנער וועט זאגן אנדערש פונעם קאנטי לויער'קע?

דייקן » 13/5/2012 22:39

אנדערש פון די ערשטע בריוו אדער אנדערש פון די לעצטע?.

דייקן » 13/5/2012 22:41

נאכאמאל, ס'איז קלאר אז דער קאונטי האט אין זיין לעצטע בריוו געטוישט שטעלונג ווי אין זיינע ערשטע דריי בריוו. יעצט שטעלט זיך די שאלה וויאזוי דא קען פארענטפערט ווערן, אויב האסטו מיר א קלארן תירוץ וואלט איך דאס הנאה געהאט צו הערן.

IAMSMART » 13/5/2012 22:50

דייקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ר' דוד איז נישט בעה"ב פון קיט"ל, ער איז בלויז א מענעדזשער, און אויב זיינע בעלי בתים מאכן אפ אז זיי ווילן אים ווארפן האבן זיי אלע רעכטן דאס צו טוהן.

הא..הא..דאס איז דעך ענקער פראבלעם קענען ענק דען אויף ווייזען אז ענק זענען בל הבית אויף קהל יטב לב? קלאר אז נישט ווייל קארט קען זיך נישט מישען ממילא קענען ענק נישט ארויס ווארפען ר/ דוד ראזענבערג

געלעכטער » 13/5/2012 22:50

קראך_היט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לפענ"ד זאל מען רעקארדירן די היינט נאכטיגע גענעראל פארזאמלונג זייערע און אויפשפילן די אלע ווילדע רעטאריק וואס ווייזט קלאר אז זיי האבן קיין שום פלאן צו פארהאנדלען און עס פארשטעלן מארגן און געריכט,

אזוי אויך אויפשפילן יוסי בראך'ס טעיפ פון נעכטן נאכט ווי ער באשולדיגט דעם קאנטי עקזעקטיוו אלס א בלאגויעוויטש נומבער 2.
בלאט: 1 2